גפןמיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע כלה וואס דארף שטיין אזויי אין פארנט פון צענדליגע טויזנטער חסידים וואס שפרינגען אויף די פארענטשעס. איך האף מ'האט איר גוט צוגעגרייט פון פריער, אז נישט, וועט זי בלייבן טראומעטייזד פאר א גאנץ לעבן... אויב ווילן די בעלזא'ע נישט אויפגעבן אויף דעם הייליגן מנהג, פארוואס קען מען דאס נישט אהערשטעלן אויף אן איידלערן אופן, ווי למשל אז די כלה זאל בלייבן ביי די פרויענ'ס זייט און ציען א לאנגע גארטל וואס קומט אן ביז'ן רבי'ן, אדער זאל זי כאטש שטיין ביי די זייט. דאס שטיין מיט א פארדעקטן פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט.
איך בין מסכים מיט דיין תגובה, אבער מיין ס"ה איז פונקט פארקערט, 'שטיין מיט א "אויפגעדעקטן" פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט'.
ארויס שטעלן א מיידל וואס איז געטרעינט נישט צו האבן קיין שייכות מיט מענער אינמיטן א זאל פון טויזענטער חסידים איז גאר אומבאקוועם, און ביי אזאנע אומבאקוועמע סיטואציעס זוכט מען א לאך ווי זיך צו פארשטעקן, אוודאי וואלט געווען בעסער צו בלייבן ביי די פרויען זייט, אבער אז די מציאות איז אזוי אויסגעשטעלט, בין איך גארנישט זיכער אז אויפגעדעקט איז בעסער ווי צוגעדעקט.