☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף

א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1627
בלאט: 1 2

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:35 pm

· #39241
א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף
איך וויל זיך באציען צו דער נושא פון מסורה בבגדי נשים, צו די אלע באגרעניצונגען אין בגדים וואס איז איינגעפירט ביי די עלטערן, מוז אריבער גיין צו זייערע טעכטער.

צ.ב.ש. גענצליך אפגעבינדן, שפיצל (וואס אין דעם זענען אויך פאראן פארשידנארטיגע מסורות: געדריזלטע אדער נאר גלאטע, מיט א העט אדער נאר א טיכל, פילפארביגע טיכל אדער איין קאלער טיכל און נאר בלוי אדער שווארץ וכו'), שייטל, נאר א פראנט, שייטל העט, שייטל בענד, הוילע שייטל. לאנגע שייטל וכו'.

שטרימפ, נאר שווארצע, נאר גרויע, מיט א סים וכו'

איך מיין אז ס'איז נישטא נאך אזא זאך וואס איז אזוי יהרג ואל יעבור ביי אונז ווי די מסורה פון די פרויען לבוש.

וואס האט איר צו זאגן איבער דעם ענין?

משה רוקח » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:21 am

· #39323
מיין שוויגער טראגט א בענד און מיין ווייב טראגט א פלעינע לאנגע שייטל.
מיין שווער איז נישט צופרידן דערפון און ער לאזט מיר עס כסדר וויסן, אבער הו קעירס?

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:23 am

· #39325
איך האב ענליך צו דעם, איך קען עס נישט הענדלען. אזא מין אנשיקעניש, כאילו תורה מסיני

משכיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:58 am

· #39337
געהערט אמאל איינעם אויסרימען א מיידל וואס איז געשטאנען אין שידוכים אז זי איז זייער צניעות'דיג, דהיינו אז די געהעריגע מיידלעך גייען סיעמס אויף די זאקן נאר אין בעק, דער וואס קומט פון פארנט קען מיינען אז דאס איז די פוס, די מיידל אבער [א שלאך] גייט די סיעמס ארום און ארום אז יעדער פון וועלכע זייט אימער קען עס זעהן..

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:43 am

· #39347
ס'דא וואס זענען טאקע מקפיד צו גיין מיט פישנעט סטאקינגס וואס האט סיעמס רינגס און ארום.

און הרב רוקח, זאג פאר דיין שווער אז ער'ט געהאט 18 יאר מחנך צו זיין זיין טאכטער און ער זאל דיר אויפהערן איינצוטיילן ווי אזוי צו פירן דיין שטוב.

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:26 am

· #39351
עס ווערט היינט מער און מער די תופעה, אז קינדער גייען אנדערש ווי די עלטערן. איך מיין אז די טיכל עולם האלט זיך מער צו די מאמע'ס ווי די בענד עולם.

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:56 pm

· #39484
איך האב א אנדערע קשיא איך וויל חס ושלום נישט חוזק מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין, עס איז זייער חשוב די פרויען וואס גייען מיט שפיצלעך ווייל אזוי האט די רבי זכרונו לברכה פארלאנגט, אבער למען השם מוז עס זיין די טייערסטע ברענד נעימס טיכלעך?? וויל איך פארשטיין איז דאס וואס סאטמערע רב האט געמיינט ווען ער האט פארלאנגט מ'זאל גיין מיט שפיצלעך? אז די גאנצע געלט וואס די מאן מאכט זאל גיין פאר די ווייב'ס ברענד נעים זאכן?

שרייבער » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:36 pm

· #39532
להערה בעלמא, א שייטל וכל המסתעף קאסט מער ווי א שפיצל, סאו אויב גייט זי מיט א שפיצל לאז איר כאטש אויסקוקן שיין און נארמאל נישט ווי א שלאך

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:14 am

· #39604
לעמיל
עס איז זייער חשוב די פרויען וואס גייען מיט שפיצלעך ווייל אזוי האט די רבי זכרונו לברכה פארלאנגט...וכו' ... וויל איך פארשטיין איז דאס וואס סאטמערע רב האט געמיינט ווען ער האט פארלאנגט מ'זאל גיין מיט שפיצלעך?

אט דאס איז מיין שאלה דא אין דעם אשכול:
מוז א פרוי גיין א שפיצל-טיכל וכדו' א.א.וו. פרומער ווי רוב ערליכע היימישע כלל ישראל, בלויז ווייל דער רבי זכרונו לברכה האט דאס געוואלט, אדער ווייל עס איז איינגעפירט אין זיין פארפרומטער משפחה?

gehlungen » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:57 am

· #39613
שרייבער
להערה בעלמא, א שייטל וכל המסתעף קאסט מער ווי א שפיצל, סאו אויב גייט זי מיט א שפיצל לאז איר כאטש אויסקוקן שיין און נארמאל נישט ווי א שלאך

Can somebody explain to me the reason for SEAMS? BTW the very modern ladys go with seams

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:00 am

· #39614
סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:03 pm

· #39715
In our family, everyone does what he wants, first-in-law goes with the hat, the other with the Band, the third without one at all.

The main thing is the face of a woman, what is at the heart

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:45 pm

· #39734
גיי זאג דאס פאר וויליאמסבורג, אז אלעס ווענדט זיך וואס טוט זיך אין הארץ

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:52 pm

· #39739
Why not?

When a person with a brain is looking for a match for his child, he seeks what is best for his child, not what is best-in-law or-in-law

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:10 pm

· #39762
Why are you talking to your sister-in-law These things

I think it's the opposite of
צניעות

Sorry

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:18 pm

· #39766
ער האט איר געוואלט מעורר זיין, וואסי דען?...
הוכח תוכיח גייט נישט אן ביי א שוועגערין?

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:30 pm

· #39773
Tell your wife to talk to her, do not do it yourself ... This will cause you problems

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:35 pm

· #39779
גערעכט, גערעכט....

gehlungen » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:54 pm

· #39800
חאצקל
סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!

O k. But you know that the very modern ladys wear seams ❓

gehlungen » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:01 pm

· #39802
Also I don't understand when a Rebbish kind wears black stockings then she is very frum, but when a regular heimishe lady will wear the same stockings she will be labeled as a MODERN lady ❓

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:43 pm

· #39862
gehlungen
חאצקל
סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!

O k. But you know that the very modern ladys wear seams ❓

איך נעם נישט דא קיין שטעלונג, איך זאג נאר דער ווארשיינליכער סיבה צו דער קפידה

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:48 pm

· #39863
gehlungen
שמעקעדיג
גערעכט, גערעכט....

Also I don't understand when a Rebbish kind wears black stockings they she is very frum but when a regular heimeshe lady will wear the same stockings she will be labeled as a MODERN lady ❓


די זעלבע סיבה פארוואס ווען א דיין אין וויליאמסבורג וועט גיין א פלאכע היט וועט עס הייסן פרום, און ווען זיין רעבעצן וועט טראגן א הוט וועט עס הייסן מאדערן.
איך מיין אז דער הסבר איז געווען איבריג, ס'איז א דבר פשוט אז נישט אלעס וואס איז פאסיג פאר א מאן איז פאסיג פאר א פרוי, א מאן גייט אויך הויזן, זינגט ברבים וכו'

יידל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:50 pm

· #39864
חאצקל
סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!

ס'הייסט אז דו האלטסט (און אזוי אויך די וואס האבן איינגעפירט סיעמס) אז מ'מעג גיין מיט דורכזיכטיגע טייטס, ריכטיג? נו, אויב אזוי פארוואס דארף מען דערקענען אז עס איז סטאקינגס און נישט די פוס?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:59 pm

· #39865
ס'איז ווארשיינליך געמאכט געווארן פאר די דיקע שטרימפ, וועלנדיג זיכער מאכן אז אפילו ביי די דיקע זאל נישט געשען אז פאר איינעם זאל עס אויסזען ווי פיס אדער ענדליך צו פיס.

gehlungen » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:44 am

· #39948
חאצקל
די זעלבע סיבה פארוואס ווען א דיין אין וויליאמסבורג וועט גיין א פלאכע היט וועט עס הייסן פרום, און ווען זיין רעבעצן וועט טראגן א הוט וועט עס הייסן מאדערן.
איך מיין אז דער הסבר איז געווען איבריג, ס'איז א דבר פשוט אז נישט אלעס וואס איז פאסיג פאר א מאן איז פאסיג פאר א פרוי, א מאן גייט אויך הויזן, זינגט ברבים וכו'


Sorry but I don't understand what you answered. If this same stockings is good for a rebetzen then why is it modern for regular lady. Your answer about a hat doesn't make any sense

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:10 pm

· #40640
אויף "וואס איז נייעס" איז דא אן ארטיקל, וואס כ'האב געטראכט קען זיין אינטרעסאנט פאר די לייענער דא (ווער עס האט געדולד צו ליינען ענגליש):

Tzniyus; At What Age?


For those of us following the Daf Yomi, an interesting recent Gemara (Brachos 24a) touched upon a sensitive topic; one which unfortunately has made waves in many a recent headline. I am referring to Tzniyus.

Tzniyus represents the inherent dignity and self respect of the Jewish woman, and her desire to portray her essence. The more we focus on external appearance, the more we distract from our ability to see the inner dimension. The laws of tzniyus enable us to focus primarily on pnimiyus - inner spirituality, and our mission as Torah Jews. This article sets out to clear up any misconceptions and clarify the proper parameters of this overly obfuscated issue.
Ages 3 and Up

There is a famous dispute between the Mishna Berurah and the Chazon Ish as to what age the tzniyus parameters (more on that later) are halachically mandated. The Mishna Berurah (Biur Halacha 75 s.v. tefach, quoting the Shulchan Shlomo ad loc. 1, regarding the issue of from what age it is prohibited to say Krias Shma in front of ervas ketana) rules that they are required from age three. The Chazon Ish (Moed - O.C. 16, 8 s.v. Kasav b’Mishna Berurah) disagrees and maintains that they are not required until a girl’s body starts to mature, as that seems to be the Gemara’s conclusion in our Gemara. Although several authorities agree with the Mishna Berurah, nonetheless, the majority consensus of contemporary authorities, including the Maharam Brisk (Shu”t vol. 2, 70), Rav Yosef Chaim Zonnenfeld (Shu”t Salmas Chaim, new print, 87 - 89), Rav Moshe Feinstein (Shu”t Igros Moshe E”H vol. 2, 100, 6; see Shu”t Az Nidberu vol. 14, 49, footnote s.v. u’che’ais, who explains that this is Rav Moshe’s intent), Rav Yaakov Kamenetsky (Emes L’Yaakov on Shulchan Aruch O.C. 75, footnote 104), Rav Yosef Shalom Elyashiv (Kovetz Teshuvos vol. 2, 8), Rav Ben Tzion Abba Shaul (Shu”t Ohr L’Tzion vol. 2, Ch. 6, 12), Rav Ovadiah Yosef (Shu”t Yabea Omer vol. 6, 14), and the Shaarim Metzuyanim B’Halacha (Klal 5, 10, and in Kuntress Acharon) concur with the Chazon Ish’s ruling. Rav Shlomo Zalman Auerbach (Halichos Shlomo on Tefillah Ch. 20, 9) went as far as to state that even ‘yereim l’dvar Hashem’ do not have to follow the Mishna Berura on this point, but rather to be lenient and follow the Chazon Ish’s ruling.

Nevertheless, it should be noted that several of these authorities feel that it is proper for chinuch purposes to start their daughters wearing tzniyus clothing younger, even though it is still permitted me’iker hadin.

There is however, some dispute as to what age the Chazon Ish was referring to when the proper tznius guidelines should be instituted. Rav Yaakov Kamenetzky (ibid.) opined that until age five, there is no doubt that there is no issue. After that, he maintained that it is not clear-cut and it would depend on each individual girl; he posited that one should therefore be stringent from age five. However, most poskim estimate that the Chazon Ish meant age 6 - 7, depending on the individual girl (see Halichos Bas Yisrael Ch. 4, end footnote 8). In fact, Rav Chaim Kanievsky is quoted (Orchos Rebbeinu (vol, 3 pg. 204), Ishei Yisrael Ch. 55, footnote 64) as saying that the Chazon Ish told him that he meant approximately age 7. Others assume that the Chazon Ish’s intent was even up to age 8 – 9, (see Yalkut Yosef vol. 1, Tefillah - pg. 126, 6 and Otzar Dinim L’Isha U’Lvas Ch. 37, 8).

Tzniyus Requirements - The Great Shok Debate


There is much halachic debate as to what the actual tzniyus requirements are. It is a given that the leg from the knee and above and the arm from the elbow and above need to be covered. On the other hand, the general halachic consensus is that the forearm itself does not need to be covered.

Regarding the leg, from the bottom of the knee down to the ankle (calf), there is a difference of opinion based primarily on how to understand the words of our Gemara (Brachos 24a, and in Kesuvos 72a) “Shok B’Isha Ervah”. The basic translation is that the “Shok” needs to be covered. But which part of the leg is that referring to? Sometimes we find that Chazal use the term shok to refer to the thigh, and in other places it is used to refer to the calf. To further complicate matters, the terminology seems to vary when speaking about an animal (i.e. for korbanos) or a person.

The Mishna Berura (75, 2), based on the Pri Megadim (ad loc. M.Z. 1), and Chayei Adam (Klal 4, 1 & 2), explicitly rules that by hilchos tzniyus, the “shok” that needs to be covered, refers to the thigh down to the knee; consequently, the calf (from the bottom of the knee down) does not need to be covered. He does, however, slightly qualify this ruling, saying that it only applies in a place where women customarily dress that way. Most decisors, as in most areas of halacha, follow the Mishna Berurah’s authoritative psak. For example, Rav Yosef Chaim Zonnenefeld (Shu”t Salmas Chaim new print 66), Rav Shlomo Zlman Auerbach (Halichos Shlomo Tefilla Ch. 20, dvar halacha 12 and footnote 22), and Rav Ovadiah Yosef (see Yalkut Yosef Otzar Dinim L’Isha U’lvas Ch. 37, footnote 4), all rule this way me’iker hadin. See also Kovetz Teshuvos (vol 1. O.C. 13) where although Rav Yosef Shalom Elyashiv brings down both sides of this debate, nevertheless, he still defends the Mishna Berura’s psak based on the Pri Megadim.

Conversely, the Chazon Ish (O.C. 16, 8; see Shoneh Halachos vol. 1, 75, 9) remains uneasy about the Mishna Berurah’s proofs from these sources, and although not actually ruling, still maintains that the “shok” that needs to be covered refers to the whole leg down to the ankles. Several later authorities including the Shevet HaLevi (vol 1, 1; however see vol. 6, 78, 2 where he says there is what to be melamed zchus on those who rely on the Mishna Berurah), the Klausenberg Rebbe (Shu”t Divrei Yatziv E.H. 37), the Debreciner Rebbe (Shu”t Ba’er Moshe vol. 8, 101, based on a diyuk in the Shulchan Aruch HaRav), and Rav Binyamin Zilber (Shu”t Az Nidberu vol. 7, 83 and vol. 12, 49), actually rule to be stringent based on the Chazon Ish’s words, even though he himself was hesitant to rule definitively in a stringent manner.

Taking Stock-ing

An interesting side point that comes up is the role of stockings in all this. For if one would be stringent with this halacha and mandate full leg covering, then stockings should in principle not be considered sufficient cover, as they are clingy and stick to the leg. Rabbi Avraham Blumenkrantz in his ‘Gefen Poriah’ (pg. 209) posits that the basic halacha follows the Mishna Berurah, but because of the strength of those proponents of the second view, a compromise custom has been enacted which requires that women cover their calves, though they may use a covering which may be tight, showing the physiology of the calf.
There is also some halachic debate over whether sheer stockings would sufficiently fulfill this role of covering the calf.

In the final analysis, one should consult their own personal halachic authority to ascertain which halachic opinions should be followed in their own community. But one thing is clear. From a strictly halachic standpoint, six and seven year old girls with skirts covering their knees, are within the proper tzniyus parameters (which they may not yet even be technically required to keep). In the merit of striving to keep the proper hilchos tzniyus, we should all be zocheh to the blessing of “Hashra’as HaShechina”.

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:14 pm

· #44050
דער ארטיקל רעדט פון יסודות'דיגע הלכות צניעות.

אונזער אשכול רעדט פון עקסטרעמע חומרות און קפידות אין צניעות וואס מ'פישט אריבער פון מאמע צו קינד אויף א שטאפל פון יהרג ועל יעבור

oyvay » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:59 pm

· #57717
the funny part is that you go with seams on tights that even without seams everyone would know that its not your foot, but we do it cuz the rabbe z"l said so, without asking qustions

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 4:24 pm

· #57726
ווענצעך וועלכע טייטס

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 6:19 pm

· #57765
oyvay
every one would know that its not your foot,


איך מיין עס דא גענוג זאקן ווען נישט דע סיעם וואלט מען נישט געוואוסט אז זייען גייען בכלל מיט זאקן.

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:39 pm

· #57805
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:43 pm

· #57808
קליינע רעבעלע
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

i think, does who eat Rosh Matzos

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:48 pm

· #57813
שעפטל
ווענצעך וועלכע טייטס


ער מיינט דאך פאלם...

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:51 pm

· #57816
קליינע רעבעלע
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

געדריוולטע איז צוזאמענגעפרעסטע פעדעמער, און אימגעדריוולטע איז איינשטיק זיידן.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:53 pm

· #57817
חאצקל
קליינע רעבעלע
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

געדריוולטע איז צוזאמענגעפרעסטע פעדעמער, און אימגעדריוולטע איז איינשטיק זיידן.


פעך. עס עקל'ט מיך....

No negative reactions please.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:39 pm

· #58341
sunbar
חאצקל
קליינע רעבעלע
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

געדריוולטע איז צוזאמענגעפרעסטע פעדעמער, און אימגעדריוולטע איז איינשטיק זיידן.


פעך. עס עקל'ט מיך....

No negative reactions please.

סתם ראסיזעם
איך ווייס זייער א סאך שפיצעל פרויען וואס פיעלט זיי גארנישט עכטע בעל בית'טעס

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:42 pm

· #58343
קליינע רעבעלע
sunbar
חאצקל
קליינע רעבעלע
אגב אורחה...
וואס דע חיליק פין א געדריוועלטע שפיצעל מיט א אימגעדריוועלד?

געדריוולטע איז צוזאמענגעפרעסטע פעדעמער, און אימגעדריוולטע איז איינשטיק זיידן.


פעך. עס עקל'ט מיך....

No negative reactions please.

סתם ראסיזעם
איך ווייס זייער א סאך שפיצעל פרויען וואס פיעלט זיי גארנישט עכטע בעל בית'טעס


איך האב נישט געזאגט אז עס איז שלעכט. פונקט פארקערט. איך האלט אבער אז מען דארף גיין אן דער פאדערשטע שטיקל.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:56 pm

· #58351
איך האב נישט געזאגט אז עס איז שלעכט. פונקט פארקערט. איך האלט אבער אז מען דארף גיין אן דער פאדערשטע שטיקל.

וואס מיינסטו, פלעין אראפגעבינדן?

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:17 pm

· #58363
קליינע רעבעלע
איך האב נישט געזאגט אז עס איז שלעכט. פונקט פארקערט. איך האלט אבער אז מען דארף גיין אן דער פאדערשטע שטיקל.

וואס מיינסטו, פלעין אראפגעבינדן?

יא.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:20 pm

· #58367
sunbar
קליינע רעבעלע
איך האב נישט געזאגט אז עס איז שלעכט. פונקט פארקערט. איך האלט אבער אז מען דארף גיין אן דער פאדערשטע שטיקל.

וואס מיינסטו, פלעין אראפגעבינדן?

יא.


גראדע האלט איך א שפיצל איז סאך שענער.
ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:22 pm

· #58370
קליינע רעבעלע
על כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח


עס ווענדט זיך: טייל זענען 20 יאר אלט... ווען עס ווערט אלט, זעט עס אויס ווי סתם א שמאטע.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:22 pm

· #58372
חאצקל
שטרימפ, נאר שווארצע, נאר גרויע, מיט א סיעם וכו'

וואס האט איר צו זאגן איבער דעם ענין?


אז מען רעדט שוין,
מיר איז א פלא די גרויע קאליר שטרימפ פאר אסאך רבי'שע.
וואס איז פשט? דאס הייסט פרום? פרומער פון שווארץ?
שווארץ איז א צניעות'דיגע קאליר ע"פ שו"ע.
גרעי איז לכאורה א דרגא אראפציהר.

וואס איז די מקור פון די גרוי קאליר פאר רבי'ש?
האט דאס עפעס איינגעשטויסן מיט א שטערן טיכל?..

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:34 pm

· #58375
ווי איך פארשטיי איז פרומקייט א זאך וואס האט נישט צופיהל צו טוהן מיטן שכל,
ס'איז מער דער יסוד אז מ'רירט זיך נישט אוועק פון די עלטערן
פונקט ווי קיינער ווייסט נישט די סיבה פארוואס חסיד'ישע אידן גייען מיט דעם, ווייל מסתם אין די מקומות ווי חסידות האט זיך אנגעהויבן איז מען געגאנגען מיט א שטריימל.

פארדעם איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס איז גרעי מער צניעות'דיג, ווייל דע מקומות פון וואו זיי קומען איז געווען גרעי די קאליר וואס די פרויען זענען געגאנגען, איז זיי ווילן זיך האלטן מיט די וועגן ווי זייערע עלטערן זענען געגאנגען.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:53 pm

· #58391
אבער פונקט די רבי'שע?
קיינער איז דאך נישט משנה.
רובא דרובא פון אונז, פשוטי המון עם, גייען אנגעטון ווי די עלטערן און באבעס,
מיטן אויסנאם פון די וואס האבן זיך צוגעפאסט צו זייער חסידות, ווי פאלם וכדומה.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:11 pm

· #58404
סאיז נישט א קשיא ווייל ביי רעבישע האט מען מער מקפיד געווען ווי ביי אנדערע
שוואצע זאקען אינדערוואכן יוכיח

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:14 pm

· #58406
שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:18 pm

· #58409
נישט אמת דע קורצע הויזן איז אינדערהיים געווען א חסידיש מלביש אזוי זענען געגאנגען דע חסידישע אידן אין גאליציע
גהערט האב איך ווייל טאקע אמאל זענען אלע אזוי געגאנגען אפילו להבדיל דער גוי
דא איז געבליבן נאר שבת ביי דע חסידישע אידן . ביי דע רעבישע אינדערוואכן אויך

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:35 pm

· #58413
גרעי שטרימפ האב איך גיהערט אז ס' א ירושלימער מנהג

אגב ווייסט איינער וואו אין שו"ע אדער פוסקים שטייט הלכות צניעות פאר פרויען?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:53 pm

· #58430
קליינע רעבעלע
נישט אמת דע קורצע הויזן איז אינדערהיים געווען א חסידיש מלביש אזוי זענען געגאנגען דע חסידישע אידן אין גאליציע
גהערט האב איך ווייל טאקע אמאל זענען אלע אזוי געגאנגען אפילו להבדיל דער גוי
דא איז געבליבן נאר שבת ביי דע חסידישע אידן . ביי דע רעבישע אינדערוואכן אויך

אז "קליינע רעבעלע" מיט קורצע הויזן זאגט אזוי, מי אנכי אחרי המלך.

נס קאווע
גרעי שטרימפ האב איך גיהערט אז ס' א ירושלימער מנהג

אבער קיינער אין ירושלים גייט נישט אזוי! אדער שווארץ אדער בעיזש (אן א סיעם).

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:59 pm

· #58432
מיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין
בלאט: 1 2