☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף

א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1627
בלאט: 1 2

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:52 pm

· #58471
קליגער איד
מיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין

סקען זיין אז זי איז א גאליציאנער אפשטאמעדיגע

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:56 pm

· #58472
שמעקעדיג
שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?


האסט א טעות. אין פוילין /גאליציע איז מען געגאנגען מיט הויכע זאקן...

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:59 pm

· #58502
איך ווער דא קליג
וואס איז א ערלויער שפיצעל?

אפריקאנער » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:47 pm

· #58592
איך האלט גראדע אויך אז א שפיצעל איז אסאך שענער ווי א שייטל. ובפרט א שפיצל מיט א טיכל (אויך נאר ארויפגעבינדענע שמאנצעס).

אבער איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין פון די שווארצע זאקן, אז אויב גייט מען נישט מיט צוויי זאקן איינס אויפן צווייטן איז עס ממש דורכזיכטיג. וואספארא פרומקייט ליגט אין די זאקן? מוחל טובות גיי אין געהעריגע זאקן איז עס כאטשיג נישט דורכזיכטיג.

קפנדריא » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 7:03 pm

· #58801
ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 7:05 pm

· #58803
אפריקאנער
איך האלט גראדע אויך אז א שפיצעל איז אסאך שענער ווי א שייטל. ובפרט א שפיצל מיט א טיכל (אויך נאר ארויפגעבינדענע שמאנצעס).

אבער איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין פון די שווארצע זאקן, אז אויב גייט מען נישט מיט צוויי זאקן איינס אויפן צווייטן איז עס ממש דורכזיכטיג. וואספארא פרומקייט ליגט אין די זאקן? מוחל טובות גיי אין געהעריגע זאקן איז עס כאטשיג נישט דורכזיכטיג.


די "אזויגערופענע" פרומע טראגן איינס אויפן אנדערע?

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 7:23 pm

· #58817
נישט אלע אבער ס'זענען פאראן אזעלכע וואס יא.

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:19 pm

· #58846
קפנדריא
ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!


בנוגע מסורה איז שוין אויסגעשמיסט געווארן אין אנדערע אשכולות וואס עס איז דער מסורה וואס מיר זענען מחוייב צוהאלטן, או באמת אויב איז עס אן הלכה'ידגע שאלה דאן דארף מען עס דורך טון אזוי ווי מ'טוט דורך א הלכה.

צו לבוש איז מער א הלכה'דיגע מסורה אדער מער געזעלשאפטליכער נארמע איז שוין אויך באהאנדלט געווארן אין אנדערע אשכולות. לויט ווי איך פארשטיי איז עס שתיים שהם אחת, איינס וואס איז גורם דאס צווייטע, דהיינו עס איז א נארמע וואס מאכט שפירן א יעדן וואס ווידערשפעניגט אין דעם אז ער איז פארפארענער. כנלע"ד

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:52 am

· #58979
שמעקעדיג
נישט אלע אבער ס'זענען פאראן אזעלכע וואס יא.


😮

yisroelotd » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:48 am

· #60622
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי גאר?! ביטע שיק דעם שרייבער אפאר שטיקלעך נועם אלימלך, אדער פשוט די יסוד פונעם בעל שם טוב, אז ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, איז ''ולדבקה בו'' וואס מיינט דאס אויב נישט הארץ? און וואס איז פשוט פשט אין רחמנא ליבא בעי? אלע תורות דערויף זענען זייער גוט, איך מיין אבער אז (בפרט ביי חסידים) אז יעדער גדול האט מסכים געווען צום פשוט פשט, וד''ל.

yisroelotd » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:56 am

· #60627
קפנדריא
ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!

שמעתי, אז ווייטצענער רב ז''ל, וואס האט ווי באקאנט מקפיד געווען אויף דעם פסק פון דברי חיים עד כדאי מסירת נפש ממש, ער האט אלים מוותר געווען ביי שידוכים, אבי מען זאל גיין ''ווי דער צאנזער זיידע האט געוואלט'', האט כמאל זיך אויסגעדרוקט א שארף ווארט קעגן די צאנזער אייניקליך וואס אויפן סטראקעס זענען מקפיד, ייהרג ואל יעבור, אבער די פרויען האט מען געדארפט קוקן אפאר מאל צו זעהן אויב זיי גייען אייגענע האר, האט ער געזאגט אמאל: ''ביי זיי קענסטו זיין א גלח, אויב דו גייסט סטראקעס איז אלעס גוט''.
און ניין מיין נישט ער האט נישט פארלאנגט סטראקעס, ער פלעגט זיך אויסנעמען ביי יעדען שידוך 3 זאכען, א שפיצעל, סטראקעס און פעפטע הויזן, אבער די עיקר איז געווען די שפיצעל, וטעמיה, גאר פשוט, ער האט נישט געקענט משיג זיין ווי אזוי א צאנזער אייניקל קען גיין א שייטל ווען צאנזער רב שרייבט קלאר אז עס איז א איסור דאורייתא ''ולוקין עליו מן התורה''.

yisroelotd » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:04 am

· #60631
שמעקעדיג
שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?

שווארצע זאקען האט מיט רבישקייט דאס וואס א שטריימעל האט... אמאל איז יעדער אזוי געגאנגען אפילו די גוים (דריי איבער א צווייטע דאלאר ביל און זאג מיר)עס איז נישט מער ווי דאס אז חסידים האבען נישט משנה געווען, די המון עם האט צוביסלעך געמוזט נאכלאזען, אבער די רבישע קינדער האבען סמך געהאלטען אבער אין פולין גאליציע האט עס אנגעהאלטען ביז די קריג, און נאך היינט גייט אין גור יעדער אזוי, און אין בעלזא איז אויך דא גאר א גרויסער עולם, בפרט און ירושלים וואס גייען אזוי, און יא, אפילו אין באבוב איז דא א עולם וואס גייט אזוי, בעיקר מיטל עידזש אידן, און עס ווערט מער און מער.

ווייס ווי שניי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:19 am

· #60638
אין וומ"ס ווען מען גייט אויף די גאס איז פון יעדע 20 שייטלעך איין שפיצל; אין ק"י ווען מען גייט אויף די גאס איז פון יעדע 20 שפיצלעך איין שייטל.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:54 am

· #60653
yisroelotd
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי גאר?! ביטע שיק דעם שרייבער אפאר שטיקלעך נועם אלימלך, אדער פשוט די יסוד פונעם בעל שם טוב, אז ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, איז ''ולדבקה בו'' וואס מיינט דאס אויב נישט הארץ? און וואס איז פשוט פשט אין רחמנא ליבא בעי? אלע תורות דערויף זענען זייער גוט, איך מיין אבער אז (בפרט ביי חסידים) אז יעדער גדול האט מסכים געווען צום פשוט פשט, וד''ל.

איך האף אז דו פארשטייסט אז דו ביזט זיך טועה ביג טיים.
דער עיקר פון חסידות איז געווען אז די מצוות מעשיות וואס מען טוט זאל זיין בכוונה און מיט א דביקות,
אבער די היינטיגע "עיקר הלב" חברה ווילן מבטל זיין אלעס, מ'זאל גארנישט טון, קיין שמירת המצוות, ס'איז גענוג אז דו ביסט א יהודי אין דיין הארץ.
פארשטייסט דעם חילוק?

עפל פאי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:58 pm

· #60761
כשמעקעדיג ועוד,

כ'זעה נישט די מעלות, ווייס איך נישט וואס זיי ברענגען ארויס, אבער ס'פארשטענדליך אז די חברה וואס זענען דוגל אין; "יהודי בלב" האבן נישט קיין פראבלעם מיט כל התורה כולה, העיקר שיש לך לב יהודי.
טון מיט הארץ און דער עיקר איז כוונת הלב, ביים מקיים זיין תו"מ, אטא דאס יא...

מ גפני » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:05 pm

· #60825
איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:08 pm

· #60829
מ גפני
איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?

זיי מסביר, וואס מיינסטו צו פרעגן.?

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:15 am

· #60952
מ גפני
איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?

עס איז דא וואס פירען זיך אז פרויען זאלען אויך גיין מיט צווי צודעקס ווען זיי מאכען א ברכה, איך ווייס נישט אויב עס האט א מקור

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:00 am

· #60977
אה, ער מיינט ביי א ברכה.
נישטא אזא זאך.
קוים מיט צרות קראצט מען צוזאם א מקור אז מענער דארפען שני כיסוים.

עפל פאי » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:11 pm

· #61052
ס'איז יא דא א מקור, איך געדענק נישט אצינד ווי

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:14 pm

· #61828
איך האב געמיינט צו זאגן 2 בגדים איינס אויפן אנדערן ווי למשל ס'איז דא וואס זענען מחמיר צו גיין מיט א סליפ

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:38 pm

· #61835
דו ווייסט אז עס איז א ענין אדער דו טראכסט אזוי?

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:34 pm

· #61846
א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף
כ'שוין געהערט פון שפיצליך, טיכלעך, און אפילו שייטליך, אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין מסתעף...

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:35 pm

· #61847
לעמיל
דו ווייסט אז עס איז א ענין אדער דו טראכסט אזוי?


כ'האב געהערט אז אסאך זענען מקפיד דערויף, כ'וויל וויסן די מקור

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:39 pm

· #61850
געפילטע פיש
כ'שוין געהערט פון שפיצליך, טיכלעך, און אפילו שייטליך, אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין מסתעף...

סנאאדס? בענדענעס??..

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:41 pm

· #61852
אפשר קומט עס מלשון וחקח הצעיף ותתכס.

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:36 pm

· #61897
איר פארקריכט פון די טעמא דא

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:16 pm

· #61962
[ציטאט אראפגענומען]

יענקל, מה הרוגזה הזאת ? האם נכד אתה להווייטצנער רב ?

הרב_שלום » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:44 pm

· #61967
אין קרית יואל איז זייער נפרץ געווארען אז מען גייט אין גאס מיט א טורבאן איך האב פראבירט צו מסביר זיין מיין שוועסטער אז מיט דעם וואס זי גייט מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי ווייזט זי אז זי שעמט זיך מיט איר שפיצעל
וואס האלט די עולם גיין מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי איז קעגן צניעות אדער נישט

וואוינט אין ב.פ.? » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:04 am

· #61976
גיין מיט א טורבאן אויפן גאס האט גארנישט מיט צניעות עס איז פשוט מאדנע אזויווי א מאן זאל ארויסגיין מיט א שלאף קאפעל

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:56 am

· #62006
נישט ממש ווי מיט א שלאף קאפל, ס'איז ענדערש ווי ארויסגיין אין גאס אן א הוט, לכל היותר.
די פרויען גייען דאך א גאנצן טאג ראינדערהיים מיט א טורבאן, און דער מאן גייט נישט קיין שלאף קאפל. ס'איז א היים לבוש. נישט קיין "נאכט לבוש".

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:59 am

· #62007
באמת איז דאס נאר א גאס לבוש, ווייל אינדערהיים דארפען זיי נישט גיין בכיסוי ראש

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:18 pm

· #62132
הרב_שלום
אין קרית יואל איז זייער נפרץ געווארען אז מען גייט אין גאס מיט א טורבאן איך האב פראבירט צו מסביר זיין מיין שוועסטער אז מיט דעם וואס זי גייט מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי ווייזט זי אז זי שעמט זיך דערמיט
וואס האלט די עולם גיין מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי איז קעגן צניעות אדער נישט

באמת זו פרצה נוראה, הרב שלום, ואספר לך משהו פעם אחת הלכתי בשערי רומי וראיתי שם תשבי יושב ומתרץ קשיות ואבעיות, שאלתי אותו אימתי קאתי מר, וענה לי לכשיפסקו הנשים המונרויות האלו ללכת עם טורבן ברחוב,
ועכשיו ברצינות מה אתה רוצה הרב שלום מאחותך העניה, גלחו את ראשה, ולא קנו לה פאה במקומה, ומסתמא גם צבעי פנים לא נתנו לה, [ובשמים מאן דכר שמיה], והאשה הזאת לא מרדה בכל הקמים עליה, רק במקום לחבוש השפיצל [אשר ממאס האשה] היא לובשת טורבן שהיא מרגישה בזה קצת יותר נורמלית, האם יש עוולה בזה ?

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:31 pm

· #62160
באמת איז מיר גאר א גרויסע חידוש ווי אזוי מען שרייבט דא איינער און נאך איינער דער זעלבער נארישקייט אז לויט דער דברי חיים איז א שייטעל אסור היינט צו טאג.
קפנדריא האט נאך צוגלייגט די ווערטער אז לויט די דברי חיים איז א שייטעל אזוי ווי האר ממש. און דאס איז לא דובים ולא יער.

רבותי, לייגט אוועק די אלע שקרים וואס מען האט ענק אריין געבאקען פין אלץ קליין קינד. דער אמת גמור איז אז א שייטעל איז מותר לויט דער דברי חיים היינט צו טאג אין אמעריקא.

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע גאון דאס צו פארשטיין.

ממילא וועל איך נישט מאריך זיין אין די דיוקי הדברים, נאר כ'וועל ווארטען אביסעל. אדרבה זאל קומען א צווייטער און שרייבען און דורך טוהן די שיטה פין דברי חיים אין הלכות שייטעל, און מיר מסביר זיין פארוואס א שייטעל איז אסור בזמן הזה.

מודה אני מען קען אפשר זאגען א פשט אין דברי חיים וואס לויט דעם קומט אויס אז ער אסר'ט אויך היינט צו טאג, אבער דאס איז נישט דער פשטות.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:49 pm

· #62362
הרב_שלום
אין קרית יואל איז זייער נפרץ געווארן אז מען גייט אין גאס מיט א טורבאן איך האב פראבירט צו מסביר זיין מיין שוועסטער אז מיט דעם וואס זי גייט מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי ווייזט זי אז זי שעמט זיך דערמיט
וואס האלט די עולם גיין מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי איז קעגן צניעות אדער נישט

ר' שלום, אפשר ביסטו זיך בעסער מסביר וואס דו האסט געזאגט פאר דיין שוועסטער
וואס שעמט זי זיך ווען זי גייט מיט א טורבאן?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:53 pm

· #62363
לעצטענס זעי איך א מערכה מיט א 2 פיעס דאסטער
ווי איך פארשטיי איז איז א 2 פיעס דאסטער מער צנעות'דיג מען זיעט נישט אזוי שטארק איר פיגור ווי איין פיעס

פארוואס שטערט דאס דע עסקנים?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:55 pm

· #62365
עס שטערט בעיקר אויב די אויבערשטע חלק איז נישט גענוג לאנג, איז ווען מען בייגט זיך איין קען מען ארויסזעהן פונעם גוף.
די עצה דערצו איז אנצוטאן א לאנגע אונטער-מלבוש פון אויבן ביז אראפ, דאן איז נישט קיין פראבלעם.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:11 pm

· #62368
איז וואס זאגען זיי נישט אז מען זאל גיין א אינטער מלביש ? וואס דרייען זי דע קאפ מיט 2 פיעס

BTW איך נאך קיינמאל נישט באמערק וי מען בייגט זיך אראפ אין הייבט זיך אויף

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:54 am

· #62532
קען זיין אז איינער פון די עסקנים האט ליב נאר די וואן פיס...

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:24 pm

· #62715
כ'פארשטיי נישט, מען טאר זיך נישט אראפ בייגן בכלל, וואס איז דער חשש?

לעמיל » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:39 pm

· #62717
איחוד פעלד
באמת איז מיר גאר א גרויסע חידוש ווי אזוי מען שרייבט דא איינער און נאך איינער דער זעלבער נארישקייט אז לויט דער דברי חיים איז א שייטעל אסור היינט צו טאג.
קפנדריא האט נאך צוגלייגט די ווערטער אז לויט די דברי חיים איז א שייטעל אזוי ווי האר ממש. און דאס איז לא דובים ולא יער.

רבותי, לייגט אוועק די אלע שקרים וואס מען האט ענק אריין געבאקען פין אלץ קליין קינד. דער אמת גמור איז אז א שייטעל איז מותר לויט דער דברי חיים היינט צו טאג אין אמעריקא.

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע גאון דאס צו פארשטיין.

ממילא וועל איך נישט מאריך זיין אין די דיוקי הדברים, נאר כ'וועל ווארטען אביסעל. אדרבה זאל קומען א צווייטער און שרייבען און דורך טוהן די שיטה פין דברי חיים אין הלכות שייטעל, און מיר מסביר זיין פארוואס א שייטעל איז אסור בזמן הזה.

מודה אני מען קען אפשר זאגען א פשט אין דברי חיים וואס לויט דעם קומט אויס אז ער אסר'ט אויך היינט צו טאג, אבער דאס איז נישט דער פשטות.

אפשר ביסטו דיך מער מסביר, די גאנצע וועלט ווייסט אז דער דברי חיים איז געווען אקעגן שייטלעך, און נאר הרב איחוד ווייסט אז לויטן דברי חיים מעג מען היינט יא גיין מיט שייטלעך??? זיי דיך בעסער מסביר ביטע.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:08 pm

· #62725
איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, מען טאר זיך נישט אראפ בייגן בכלל, וואס איז דער חשש?

האסט נישט פארשטאנען מיין הסבר אויבן?
אויב מען בייגט זיך אראפ און מען האט א טו-פיס, איז זייער מצוי אז מען זאל ארויסזעהן א חלק פונעם גוף.
עס מאכט זיך ביי די גוי'טעס וועלכע גייען מיט הויזן/העמד, און דאס איז א גרויסער מכשול.
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:10 pm

· #62726
יא, וויבאלד די עיקר איסור איז געווען ווייל מ'קען מיינען אז ס'איז אייגענע האר, און באמת איז דאס נישט געווען. - אבער וויבאלד היינט קען מען באמת נישט דערקענען קיין חילוק פון א שייטל צו עכטע האר, וועט דאך יעדער וויסן אז דאס איז א שייטל.
און איינמאל ס'מותר צו גיין מיט שייטל, מעג מען דאך שוין גיין מיט די האר גופא, ווייל מ'וועט דאך סייווי מיינען אז ס'איז א שייטל, און קיינער וועט צו קיין הרהורים נישט צוקומען.
וחזר הדין, הצד השוה שבהן שאין כאן לא איסור ולא היתר, וכל אחד יתכסה שחורים ויעשה מה שלבו חפץ.

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:44 pm

· #62848
קאווע טרינקער

וחזר הדין, הצד השוה שבהן שאין כאן לא איסור ולא היתר, וכל אחד יתכסה שחורים ויעשה מה שלבו חפץ.

און א בלאנד וואס זאל זי טוהן?

וואלפה » זונטאג מערץ 24, 2013 2:20 pm

· #99802
וויפעל יודישע דורות האט שוין אפגעשוירענע האר געראטעוועט....
📎 IMG-20130324-WA0003-1094072393.jpg
בלאט: 1 2