די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16267
די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד
"חב"ד, א מחנה כופרים, משכילים, ציונים," דאס איז געווען די נארמאלע מיינונג ביי אסאך אידן ביז נישט לאנג צוריק און ביי געוויסע איז נאך היינט אזוי די מיינונג.
איך האב אביסל פרובירט צו נישטערן ווי די טעות האט זיך אנגעהויבן, ווי אזוי נעמט מען א קהילה קדושה פון כלל ישראל וואס לערנען און זענען עוסק א גאנצע טאג מיטן דינען דעם אייבערשטן און זען וואס נאך זיי קענען טון צו צופרידן שטעלן דעם אלמעכטיגן גאט, און מען געט זיי א פארשווארץ דעם פנים און גארנישט, עולם גולם נעמט נישט קיין פינף מינוט ביז מיט א בלעכענעם פנים שרייען זיי "כופרים" און האלטן אזוי באמת.
די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן מיט סאטמאר, זיי זענען דאך די הויפט לוחמים, האב איך געטראכט לאמיר זען אביסל וואס סאטמער רבי זי"ע האט געזאגט אויף ליובאוויטשער רבי, אפשר וועט מען קענען מדייק זיין אויף זיינע ווערטער און מאכן עפעס, אבער עס האט מיר אפגעווארט א גרויסע איבעראשונג...
"עס איז נישטא קיין איין שלעכט ווארט פון סאטמער רבי אויף ליובאוויטשער רבי!!"
די מערסטע וואס איך האב געטראפן איז עפעס א קרעכץ וואס סאטמערע רבי האט געגעבן ווען ליובאוויטשער רבי איז אים געקומען מנחם אבל זיין, און מאנכע האבן עס אויסגעטייטש אז ער איז נישט געווען צופרידן פון אים, און על סמך זה בויט מען אויף גאנצעטע בנינים פון סטר"א וצד הטומאה מיט אלע שיינע טיטלען.
איינמאל מיינע אויגן האבן זיך שוין געעפענט האב איך שוין אויך אנגעהויבן זען נאך זאכן וואס דער עולם לעבט אין א גרויסע טעות, איך וועל דאס דא שרייבן און אויב ביסטו נישט צופרידן האסטו א אויסוואל, אדער זיך אויפמאכן די אויגן און זען אז דו האסט געלעבט אין א טעות אין א מוח שווענקעריי ביז היינט, (דאס מיינט נישט אז דו דארפסט טוישן דיין לעבן לכבוד דעם, קענסט בלייבן ווי דו ביסט) אדער אויב עס איז צו שווער, בלייב אין דיין טעות, הכל בסדר.
ווי מער איך האב אנגעהויבן דורכצוטון סאטמאר און ליובאוויטש זע איך אז סאטמערע רבי, ווי גרויס ער זאל נאר נישט האבן געווען, איז ניטאמאל אנגעקומען צו די קנעכל פון ליובאוויטשער רבי, אזוי אז אפילו ער זאל ווען יא ארויסקומען אקעגן ליובאוויטשער רבי וואלט עס געווען אזא בחינה ווי בעלזער רבי איז ארויסגעקומען קעגן סאטמאר רבי,
איי וועט עטץ זאגן: דו חכם, דו ביסט געווארן געשווענקט פון די ליובאוויטשער פראפגאנדע? איז שתי תשובות בדבר:
1) נו וואס איז די פראבלעם? דאס אז סאטמארע רבי איז געווען גרויס, דאס ווייס איך אויך נאר פון פראפאגאנדע, נו אויב אזוי וואס איז ער בעסער פון אים? אויב עפעס גלייב איך ענדערש די פראפאגאנדע פון חב"ד, איינס וויבאלד עס איז נישטא קיין אפיציעלע קוועלער וואס באקן מעשיות אזוי ווי אין סאטמאר, ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן, צוויי די ליובאוויטשער פראפאגאנדע באשטייט נישט פון קיין שלעגערס בעלי מחלוקות און אנדערע פראבלעמען ,
2) איך האב געטראפן מער פרוף (עווידענס בלע"ז) צו ליובאוויטשער רבי'ס גדלות ווי צו סאטמערע רבי'ס גדלות, אריינגערעכנט ווידיאס פון פארברענגען שעות ארוכות און זאגן טיפע תורות, ואין כאן מקומו להאריך דאס זענען נישט קיין סודות, עס איז אפן פאר יעדן.
און חוץ פון דעם קען מען זען אז אלע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פארן ליובאוויטשער רבי'ן (ווי שלעכט קען שוין אזא איד זיין).
יעצט. ח"ו רעד איך נישט קיין איין קרום ווארט אויף סאטמאר רבי זי"ע, איך בין נאר געקומען אויפקלערן די מיספארשטענדעניש און די מוח שווענקעריי אין וואס אסאך נארמאלע מענטשן האבן געלעבט און לעבן נאך ביז היינט, און איך בין זיכער אז סאטמאר רבי וועט מיר דאנקבאר זיין אויף דעם, ער איז שוין היינט אין עולם האמת ער דארף שוין נישט די פאלשע כבוד.
רבותי איך בין נישט קיין ליובאוויטשער און איך זוך נישט די עולם זאל ווערן ליובאוויטש, זייטס געזונט און נעמט אייך נישט צום הארצן 😂
@הייליגע קאקאש קעיק: האסט נישט געזעהן די רעזאלטאטן פון @שמן למאור'ס אנקעטע? טוה זיך שנעל אהן בלעכענע הויזן..
סתם א הערה בעלמה דו זאגסט אז פון ליבאוויטשע רבי זצ"ל איז דא פראפ וועגן די ווידיאויס פון טיפע תורות בעת וואס פון סאטמער רבי זי"ע איז נישט דא
ר'יוד האסט אמאל געפענט א שאלות ותשובות דברי יואל? ער ווארפט צאם כל התורה כולה מיט א קלארקייט , אדרבא גלייב מיר נישט איבערצייגט אייך אליין
און וואו שטעקט דיין (בייזוויליגע?) טעות? דו מאכסט א גאנצע ברייטל פונעם פאקט אז רביה"ק מסאטמאר האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שלעכט ווארט אויפ'ן חבד'סקער (כאילו ווען ער וואלט יא געזאגט וואלט עס גע'פסל'ט חב"ד ענדערש ווי איהם אליין), נאר איין פרט האסטו פארגעסן, די סאטמארע השקפה/שיטה איז אינגאנצן נישט געבויט אויף סאטמארע רב, נאר אויף וועם דען? וועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען, און זעלבספארשטענדליך אז זיי האבן געפירט פאליטיק מיט חב"ד זענעל זיי ממילא געווארן טמא. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס ס'דא אזויפיל מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אלס "סאטמאר געשטימט", ווייל הגם אסאך מענטשן האבן נישט ליעב געהאט די רוח וואס די "שטוב מענטשן" האבן אריינגעברענגט אין סאטמאר אבער ווילאנג דער רבי האט געלעבט ווי נישט ווי פונעם רבי'ן האבן זיי דאך געהאלטן ממש ווי א גאט, הגם אסאך האבן שוין גלייך נאכ'ן סטראוק זיך אנגעפאנגען דרייען ביי אנדערע רבי'ס איינער מער איינער ווייניגער, אבער די מינוט וואס דער רבי איז אוועק האבן זיי שוין גארנישט געהאט וואס צו זוכן אין סאטמאר זענען זיי געבליבן מיט'ן "סאטמאר געשטימט".
אויף דיין ערשטע פאוינט דיסעגרי איך מיט דיך. דאס אז סאטמער רב האט נישט געזאגט קיין קרום ווארט אויפן ליבאביטשער איז נישט מעלה ומוריד. ס'איז דא אסאך גדולים וואס כו''ע זענען מודה אז זיי זענען געווען גדולים וואס די רבי זי''ע האט גערעדט אויף. צוויישן זיי ר' משה פיינשטיין, קלויזענבורגע רב, וכו' וכו'. דאס אז ער האט נישט גערעדט אויף אים מוז נישט זיין אז ער האט אים מחשיב געווען, ס'קען זיין אז סאטמער האט נישט געזען חב'ד דעמאלטס אלס א טרע''ט.
איך מיין אז יעדער איינער וואס טרייט צו טראכטן מיינט נישט אז חב''ד זענען כופרים חלילה, זיי נישט ברוגז אבער דאס אז דו האסט אזא הו''א מיינט אז ביסט א סאטמערער וואס איז יעצט ארויס פון ראדני סטדיט.
רביה''ק זי''עאון וואו שטעקט דיין (בייזוויליגע?) טעות? דו מאכסט א גאנצע ברייטל פונעם פאקט אז רביה"ק מסאטמאר האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שלעכט ווארט אויפ'ן חבד'סקער (כאילו ווען ער וואלט יא געזאגט וואלט עס גע'פסל'ט חב"ד ענדערש ווי איהם אליין), נאר איין פרט האסטו פארגעסן, די סאטמארע השקפה/שיטה איז אינגאנצן נישט געבויט אויף סאטמארע רב, נאר אויף וועם דען? וועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען.
ווי כאילו ווען ר' יואל איז געווען געזונט איז ער געווען א ליבעראל...יא ס'איז אמת אז די מימרא פון ווייזן מיט די פינגער איז א המצאה פון די שטוב מענטשן, מיט מן הסתם נאך אפאר פרטים, אבער די סטראקטור ווי אזוי סאטמער איז, מיט די שיטה הקדושה איז קלאר פונעם רבי'ן.
אדרבה, וואס האלסטו ווי אזוי וואלט סאטמער אויסגעקוקט אנדערש ווען נישט די רעביצין פייגא מיט די גבאים?
איך דארף פרעגן מיין טאטע 😃
רביה"ק: איך האב נישט געטראכט קיין איין רגע אז דו ביסט פון די וואס לעבן אין די טעות.
דערהויבענע איד: דאס האב איך טאקע געשריבן נאכן זען די אנקעטע פון הרב שמן למאור, האב איך געזען א פאסיגע געלעגנהייט צו אויפקלערן די פאר סאטמערע וואס לעבן נאך אין די טעות, אויב וועל איך זאגן די ווערטער אין ראדני וועל איך נישט איבערלעבן.
נאכאמאל. איך מאך נישט אוועק סאטמער רבי און נישט זיין גאונות, אבער עס איז דא א חילוק צווישן אפאר תשובה ספרים און איינער וואס רעדט פאר יארן אין א צו יעדע וואך פאר שעות ארוכות טיפע גאונישע תורות איז אביסל מער.
הייליגע קאקאש קעיק אויב וועל איך זאגן די ווערטער אין ראדני וועל איך נישט איבערלעבן
ווען דו זאגסט ווען דיזע ווערטער אין ראדני וואלסטו טאקע נישט איבערגעלעבט, אבער ווען דו גייסט צו סיי וועלכע "סאטמאר געשטימטע" שוהל און דו זאגסט דאס פאר די וואס געדענקען נאך וואלטן אלע מסכים געוועהן מיט דיר.
די תגובה איז צום פותח האשכול. אין בקיאות בתורה האסטו אביסל מגזים געווען, מילד גערעדט, נעם די ספרים און געב א קוק, און די דאזיגע גוזמא מאכט מיר אביסל פאדאכטן…,
גראדע יא געהערט פון שש״ט הי״ו אז די רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער טויג נישט
שוין גערעדט מיט עטליכער סאטמרע חברים וועגן ליובאביטשער רבי, און אלע האבן אנגעוויזן אויף די לאנגע נעגל, איינער אפילו בשם א מלמד פון חדר, (שטייצעך על אז שפעטער האבן זיי געלאכט דערפון) דאס זאגט עפעס ווייל די הערה האב איך קיינמאל געהערט פון איינער פון א אנדערע חסידות
רוחין חדתין
גראדע יא געהערט פון שש״ט הי״ו אז די רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער טויג נישט
שוין גערעדט מיט עטליכער סאטמרע חברים וועגן ליובאביטשער רבי, און אלע האבן אנגעוויזן אויף די לאנגע נעגל, איינער אפילו בשם א מלמד פון חדר, (שטייצעך על אז שפעטער האבן זיי געלאכט דערפון) דאס זאגט עפעס ווייל די הערה האב איך קיינמאל געהערט פון איינער פון א אנדערע חסידות
נו? זעטס עטס שוין? @דערהויבענע איד עס נאך דא אזעלעכע
אוי ריבונו של עולם! כ׳מיין צו זאגן אז דאס זאגט עפעס אויף סאטמר, אז דאס לערנט מען אין חדר זינלאזע האס אויף לויבאביטשער רבי
הייליגע קאקאש קעיקאויב עפעס גלייב איך ענדערשט די פראפאגאנדע פון חב"ד איינס וויבאלד עס איז נישטא קיין אפיציעלע קוועלער וואס באקן מעשיות אזוי ווי אין סאטמער, ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן
באקן מעשיות אפיציעל אפשר נישט, אבער בעלי דמיונות זענען דא דארט לרחצה, אנגעהויבן ביים....
אבער איך אגרי מיט כמעט דיין גאנצע תגובה. סאטמאר רב ז"ל האט געהאט זיינע מעלות און גדלות אבער איך וואלט אים נישט געשטעלט אויף איין לעוול מיטן ליבאוויטשע רבי.
בנוגע גדלות בתורה האלט איך נאך אלץ אז סטמר רב איז מער סאלעד, ביטע ווער נישט נתפעל פון לאנגע שעה׳ן איידער דו קוקסט אריין אינערווענדיג, טאקע אסאך עמקות אין חסידות, און נאך אסאך אסאך אנדערע זאכן… און גרויסע ידיעות בתורה
לגבי ווער ס'איז געוועהן "גרעסער".
ערשטנס, חב"ד איז א פראפאגאנדע און מוח-וואשונג מאשין וואס איז נישט דא זיינ'ס גלייכן אין דער אידישער וועלט, דער פריערדיקער רבי, רבי יוסף יצחק האט אפיציעל געשריבן גאנצעטע בענדער מיט פאנטאזיעס, ס'איז ממש אין זייער DNA.
צווייטנס, לגבי ווער ס'געוועהן גרעסער דארפסטו נישט גלייבן קיינעם'ס פראפאגאנדע נאר פשוט קוקן אויף די פאקטן. ליובאוויטשער רבי האט געטראגן זיין עולם צו א בעסערע פלאץ ווי זייערע עלטערן, צו ר' טודרוס זילבער און מנשה פילאפ האבן ליב די פלאץ וואו חב"ד איז היינט צו נישט מאכט נישט אויס ווייל ס'איז ממש objectively בעסער פון וועלכע וועג דו זאלסט עס נאר אנקוקן (די חסרונות וואס חב"ד האט היינט איז נישט זיין שולד ווייל זיי האבן עס אלץ געהאט, סך הכל האט ער געריטן דערויף.) סאטמארע רב ווידער האט גארנישט פארבעסערט די מצב פון זיינע מענטשן, מעגליך פארערגערט, סך הכל איז ער געוועהן א זיסע אינגעלע מיט א געשליפן צינגל וואס האט געווארפן טענטראמס אויף ציונים און ביי-האר.
רביה''ק זי''עלגבי ווער ס'איז געוועהן "גרעסער".
ערשטנס, חב"ד איז א פראפאגאנדע און מוח-וואשונג מאשין וואס איז נישט דא זיינ'ס גלייכן אין דער אידישער וועלט, דער פריערדיקער רבי, רבי יוסף יצחק האט אפיציעל געשריבן גאנצעטע בענדער מיט פאנטאזיעס, ס'איז ממש אין זייער DNA.
צווייטנס, לגבי ווער ס'געוועהן גרעסער דארפסטו נישט גלייבן קיינעם'ס פראפאגאנדע נאר פשוט קוקן אויף די פאקטן. ליובאוויטשער רבי האט געטראגן זיין עולם צו א בעסערע פלאץ ווי זייערע עלטערן, צו טודרוס זילבער און מנשה פילאפ האבן ליעב די פלאץ וואו חב"ד איז היינט צו נישט מאכט נישט אויס ווייל ס'איז ממש objectively בעסער פון וועלכע וועג דו זאלסט עס נאר אנקוקן (די חסרונות וואס חב"ד האט היינט איז נישט זיין שולד ווייל זיי האבן עס אלץ געהאט, סך הכל האט ער געריטן דערויף.) סאטמארע רב ווידער האט גארנישט פארבעסערט די מצב פון זיינע מענטשן, מעגליך פארערגערט, סך הכל איז ער געוועהן א זיסע אינגעלע מיט א געשליפן צינגל וואס האט געווארפן טענטראמס אויף ציונים און ביי-האר.
כ'וואלט געגעבן א לייק, אבער למען כבוד רישא דשושילתא רביה"ק הראשון מוז איך מיר צוריקהאלטן.
[ציטאט אראפגענומען]
אפילו גדולי תורה דארפן צוקומען צו סמכות פון העכערע פון זיי, למשל די שבט הלוי פון חזון איש, און גיי אינטרעסיר זיך ביי די ליטווישע וועסטו הערן די זעלבע סארט שמועסן, אויף וועם האט בריסקער רב געזאגט אז ער האט דעת תועירע בו...
אגב איז דא היינט א גדול בתורה לכאורה פון די גרעסטע ממש אבער האט נישט באקומען קיין סמכות פון קיינעם, ווייסט נישט עולם גולם פון אים, רבינו הגדול ר' אשר ווייס שליט"א.
שפילערסתם א הערה בעלמה דו זאגסט אז פון ליבאוויטשע רבי זצ"ל איז דא פראפ וועגן די ווידיאויס פון טיפע תורות בעת וואס פון סאטמער רבי זי"ע איז נישט דא
ר'יוד האסט אמאל געפענט א שאלות ותשובות דברי יואל? ער ווארפט צאם כל התורה כולה מיט א קלארקייט , אדרבא גלייב מיר נישט איבערצייגט אייך אליין
גראדע ווער ס'האט אמאל עוסק געווען אין שו"ת דברי יואל, ווייסט אז פון דארט קען מען דווקא נישט ברענגען קיין ראי' אויף עקסטרע בקיאות (גאונות יש לדון... ווי זאגט מען נאך, ווייניג אזעלכע שטארקע חסידישע ספרים ווי שו"ת דברי חיים, און ווייניג אזעלכע גאונישע ספרים ווי דברי חיים על התורה, והבן,),
אבער לגופן של דברים איז פשוט אז די מענטש איז געווען א גדול בתורה עד למאוד, און כל גדולי הדור האבן אים מעריץ געווען און זיך גערעכנט מיט זיינס א ווארט, נאך סאך פאר ער האט געהאט גבאים און שטוב מענטשן טעראריסטן, וועסט נישט הערן לייקענען זיין גדלות בתורה אפי' אין די קרייזן ווי ער איז פאררעכנט אלץ שונא ישראל,
איך וואלט געזאגט אז די פלאץ וואו צו קוקן איז די אלד פעשענד יודישע תורות, דו קענסט דארט זעהן וואו ער זאגט נאך לשונות פון ראשונים ואחרונים בדיוק הלשון ממש, אפגערעדט פון לשונות פון גמ' און מדרשים.(אין ויואל משה זעהט מען אויך א הפלאה'דיגע בקיאות, אבער דארט קענסטו שוין זאגן אז דעיס איז געווען זיין נושא, און אויף דעם האט ער געהאט די מראי מקומות... אויך נישט אייביג אמת, ווייל בין הסימנים איז זיך ויואל משה מסתעף צו אסאך סוגיות הש"ס, וואס האט לאוו דווקא צו טוהן מיט ציונות, ספעציעל אין מאמר ישוב א"י)
טייערע @הייליגע קאקאש קעיק איך בין מסכים מיט אייער נקודה און איך appreciate אייער כוונה. דאך במחילת כבודך אויב איך מעג - אביסל constructive criticism.
די טערמין טעות איז נישט אין פלאץ. ווארום טעות איז משמע אז דער גאנצער פראבלעם איז די טעות שבו - ווי ווען נישט עס איז א טעות וואלט עס געווען לגמרי לעגיטים, אויב וואלט ווען סאטמאר רבי יא מוציא שם רע געווען אויף ליובאוויטשער רבי - אין עס וואלט נישט געווען א בלויזע תוצאה פון פראפעגאנדע, דאן וואלט עס יא געמיינט עפעס?
די צורך צו קרוינען א מלך און אוועקשטעלן שטאפלען, אויף וועלכע מען שטעלט ארויף קאנדידאטן איינער העכער פונעם צווייטן, ווי דער אונטערשטער קומט נישט צו נאנט צום קנעכל פונעם העכערן וכו' - איז לדעתי א תוצאה פון די זעלבער מיינדסעט וועלכער האט דיר געמאכט גלייבן מתחילה אז די אנדערע זייט איז כופרים וכו'. א מיינדסעט פון good guy bad guy, כאילו עס איז צוויי זייטן וועלכע קענען נישט מולך זיין צוזאמען - כשזה נופל זה קם. איינס האט נישט מיטן צווייטן, נעם ארויס פון קאפ די קורצזיכטיגע בליק אויף חב''ד אין וואס מ'האט אייך indoctrinated, און דו מוזט עס נישט רעפלעיסן מיט א צווייטע hero.
הייליגע קאקאש קעיק
און חוץ פון דעם קען מען זען אז אלע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פארן ליבאוויטשן רבי'ן (ווי שלעכט קען שוין אזא איד זיין)
יעצט. ח"ו רעד איך נישט קיין איין קרום ווארט אויף סאטמער רבי זי"ע, איך בין נאר געקומען אויפקלערן די מיסטפארשטענדניש און די מוח שווענקעריי און וואאס אסאך נארמאלע מענטשן האבן געלעבט און לעבן נאך ביז היינט, און איך בין זיכער אז סאטמער רבי וועט מיר דאנקבאר זיין אויף דעם, ער איז שוין היינט אין עולם האמת ער דארף שוין נישט די פאלשע כבוד
רבותי איך בין נישט קיין ליבאוויטשער און איך זוך נישט די עולם זאל ווערן ליבאוויטש, זייטס געזונט און נעמט אייך נישט צום הארצן 😂
אלע רביס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פאר אים....
איר האט בעקינג אויף וואס איר שרייבט? אדער סתם זיך געלאזט פון ליובאוויטשע פראפעגאנדע?
אפשר ברענגט איר איין נאמען פון א רבי וואס זאל זיך אמאל האבן געטראפן/באזוכן אים אפצוגעבן דאס דרך ארץ?
קלויזענבורג? סקולען? סקווירא? באבוב? בעלזא? זאג פונקטליך ווער, כ'הער נישט?
איינער גראדע איז יא געווען ביי אים איינמאל און ער איז צוריקגעקומען צום אים, און דאס איז סאטמארער רב..... "די איינציגסטע" רבי וואס האט זיך געוואגט/אויסגעקומען (רוף עס ווי אזוי דו ווילסט) און זיך געטראפן מיט אים.
טרעף קודם תירוצים וואס איז פשט אז קיין איין גדול/רבי וואס האט געוואוינט דא אין ניו יארק האט זיך בטעות נישט אנגעטראפן מיט אים און נאכדעם פרעג וואס סאטמאר זאגט אויף ליובאוויטש.
דאונט געט מיר ראנג אז איך בין מצדיק די אלע פראפעגאנדע קעגן ליובאוויטש, סאטמאר'ע היץ קעפ האבן א לאנגע שווארצע היסטאריע מיטן באגראבן מענטשן, אבער סאטמאר'ע רב במקומו מונח, און ווארט נישט אויף אנערקנונג פון אים פונעם עולם האמת....
און יעצט צוריק צו ליובאוויטש, דאס אנטדעקטע שיינע אידשקייט וואס דו האסט געטראפן.... אנע מחלוקת... אפשר גריבלסטו נאך אביסל און הייב אן אריינצוגיין נאך טיפער און קוק איבער די וועלט ווי די חב"ד רבנים לעבן אזוי בשלום ושלוה איינער מיטן צווייטן.... אפגערעדט אז איבעראל רייסן זיי זיך מיט די לאקאלע קהילה און טוען איינקאסירן שטחים און בנינים, נעמען צו בתי מדרשים, אלעס אינעם נאמען פון שליחות מיט קירוב, נאר וואגען זאל זיך איין חב"ד רב אריינצוטרעטן אין א שטח וואס גרעניצט זיך מיט א צווייטן חב"ד רב.... פייער, מכות, דין תורות, יעדע גאס שלאגט מען זיך צו דו מעגסט יא עפענען דא אדער נישט....
זיצן די חברה און טוען אן תפילין פאר כל צרוע וכל זב ווייל אפשר וועט איינער זיין א איד, שיקן ארויס בחורים בכל קצוי תבל אין די אויסגעלאסענסטע פלעצער ווייל מ'גייט מקרב זיין אידישע נשמות... 13 יעריגע בחורים זוכן מנין פאר קידוש לבנה דווקא אין טיימ'ס סקווער....
זאג, ביסט אמאל אריין אין א חב"ד שיל און געטראפן א מנין פון בעלי תשובות (וואס זיי דארפן שוין צו האבן נאך אזויפיל יאר קירוב)?....
איך טרעף נאר אייביג היימישע טוריסטן דארטן פאר מנין....
יאאא פרייטיג צונאכטס ביי די סעודות איז פול מיט מיידלעך/יונגען וואס זענען זיך מחיה מיט א בחנם'דיגע פארציע (אפגערעדט פון די א"י טוריסטן וואס זענען דאך געוואוינט אז פרייטיג צונאכטס עסט מען), בייטאג? אלע זיצן אין רעסטוראנטן אויף פליגער'ס וכו', קיין נפש חיה פון די אלע בעלי תשובות וואס זיי זענען מזכה...
דאונט געט מי ראנג אז איך פראביר אריינצוקריכן און נעמען א צד אין קירוב וואס איז ריכטיג אדער נישט, איך בין דירעקט נישט דא אוועקצומאכן וואס זיי טוען יא, איך פארצייל נאר פאר דיר וואס דו האסט אנטדעקט א הערליכע חסידות וואס האט א רבי'ן וואס קומט נישט צו צום קנעכל פון סאטמארער רב.... אז עס פעלן נישט קיין פראבלעמען דארטן, און דאס הערליכע ליובאוויטש'ע שיינקייט האט צוויי זייטן צו זיך גענוי ווי עני אנדערע חסידות.
אזוי אויך קענסטו גריבלען נאך טיפער בנוגע דראפאוטס, יא, ליובאוויטש איז די גרעסטע חסידות מיט דראפ אוטס... שעמט אייך נישט פון סאטמאר.
און פאר יעדע צוויי הונדערט כולל אינגעלייט פון סאטמאר האסטו איין חבד'סקער וואס זיצט אין כולל.
רביה''ק זי''עוועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען, און זעלבספארשטענדליך אז זיי האבן געפירט פאליטיק מיט חב"ד זענעל זיי ממילא געווארן טמא.
זייער גוט, אבער עטוואס איבערגעטריבן.
ד.מ. אזוי, איה"נ אז דער רבי זי"ע האט אין יאר תשכ"ח פארלוירן דעם חוש הדיבור און נישט געקענט זיך רירן.
אבער פון יאר תש"ל ביז בערך ל"ז איז ער געווען גאר אלערט און פיין געארבעט, א געוואלד מיט נייע געבויעכטסער וואס ער האט יענע יארן געפירט ווי א העלד.
אויך איז ריכטיג אז די רביצין קומט צו פארדאנקען אסאך פון די איינפירונגען צוזאמען מיט אירע בעסטע פרענדס (ווי מע"כ רופט עס) וואס האבן איר צוגעהאלפן. אבער צו זאגן אז די רבי איז געווען קאמפליטלי אוט, איז א סטרעטש.
דערהויבענע אידאדרבה, וואס האלסטו, ווי אזוי וואלט סאטמער אויסגעקוקט אנדערש ווען נישט די רעביצין פייגא מיט די גבאים?
גאר אנדערש! צו לאנג אין א קליינער תגובה'לע צו ענטפערן.
קען טאקע זיין א גוטער געדאנק פאר א נייער אשכול. וואן דעי...
הייליגע קאקאש קעיקנאכאמאל. איך מאך נישט אוועק סאטמער רבי און נישט זיין גאונות, אבער עס איז דא א חילוק צווישן אפאר תשובה ספרים און איינער וואס רעדט פאר יארן אין א צו יעדע וואך פאר שעות ארוכות טיפע גאונישע תורות איז אביסל מער
דעם רבי'נס גאונות אין תורה איז בכלל נישט געווען אין קוועשטען.
און ווען איינער רעדט אזוי פיל שעות אין תורה בעפאר דו מאכסט אפ אז די שעות פון רעדן מיינט ער איז געװען א גאון הגאונים, קודם מאך זיכער אז ער רעדט נישט פאר פייער און וואסער. געווענליך אין די טיפע ים פון חסידות איז עס שטארק מצוי.
איך זאג נישט אז דער ליובוויטשער רבי איז אזוי געווען, אבער קוק אריין דערינען בעפאר דו ווערסט אזוי נתפעל פון לאנגע שמועסן.
רוחין חדתין רביה''ק זי''ע סאטמארע רב ווידער האט גארנישט פארבעסערט די מצב פון זיינע מענטשן, מעגליך פארערגערט, סך הכל איז ער געוועהן א זיסע אינגעלע מיט א געשליפן צינגל וואס האט געווארפן טענטראמס אויף ציונים און ביי-האר.
כ'וואלט געגעבן א לייק, אבער למען כבוד רישא דשושילתא רביה"ק הראשון מוז איך מיר צוריק האלטן
דאס איז נישט קיין פארלאנג, א לײק איז א ממה נפשך, נישט קיין חילוק אין די סובסטענס. איז ער גוט און דו האסט א דיסעגרימענט - דיסעגרי, אבער די לײק נעמט עס נישט ארונטער.
איך האב נישט געפלאנט צו לייקן ווייל איך בין נישט אויסגעקאכט אין די טאפיק און איך זעה נישט די גוטס אדער נישט גוטס אין דעם תגובה. אבער אויב קומט א לייק, און נאר וועגן א זייטיגע אינטערעס לייגסטו נישט, איז עס בייעסד. א לייק קען נישט זיין בייעסד.
זעמיל מילכיגער[.
איך האב הנאה צו זען די מענטשן וואס האבן נישט קיין אהנונג וואס גייט פאר, זיי קענען נישט קיין איין אמת'ע פאקט בלויז דאס וואס מען האט זיי פארקויפט פארשטייען זיי, רעדן מיט אזא קאנפידענס כאילו ער איז שוין יארן אויסגעקאכט אין די גאנצע נושה, אזויפיל טעותים צו מאכן אין אפאר שורות? דאס דארף מען קענען 😉
איידער דו גייסט חב״ד all the way ביטע כאפ אויף די שוואנצצונעס, איין זאטיגקייט, דמיונות, פארמאכטקייט, דהיינו ניטאמאל אינטרסירט צו הערן עפעס אויסער חב״ד, בדידי הוה עובדא געזעצן עטליכער יוגעלאט ביי א שמחה מיט א ברסלב׳משפיע ובתוכם א חב״דסקע נישט געלאזט אויסרעדן דעך משפיע קיין ווארט נאר געוואלט הערן וואס ווייסט ער צו זאגן גדלות פון ליובאביטשער רבי.
זעמיל מילכיגער הייליגע קאקאש קעיק
אן 😂
אלע רביס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פאר אים....
איר האט בעקינג אויף וואס איר שרייבט? אדער סתם זיך געלאזט פון ליובאוויטשע פראפעגאנדע?
אפשר ברענגט איר איין נאמען פון א רבי וואס זאל זיך אמאל האבן געטראפן/באזוכן אים אפצוגעבן דאס דרך ארץ?
קלויזענבורג? סקולען? סקווירא? באבוב? בעלזא? זאג פונקטליך ווער, כ'הער נישט?
זשאסט פאר די רעקארד, האט ער זיך געטראפן מיט די היינטיגע בעלזער צוויי מאל, ביידע האבן מכבד געווען איינער דער אנדערן.
Re: די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד
זיי האבן אסאך בריווען צווישן אים מיט גדולים פון א"י וואס דרוקן זיך אויס מיט שטארקע לשונות און טיטלען אויף אים.
דזשאסט פאר די רעקארד, האט ער זיך געטראפן מיט די היינטיגע בעלזער צוויי מאל, ביידע האבן מכבד געווען איינער דעם אנדערן.
איך בין אויך געווען ביי אים אפאר מאל.... קענסט עס אויך אריינלייגן אין דיינע רעקארד'ס....
דערהויבענע אידדזשאסט פאר די רעקארד, האט ער זיך געטראפן מיט די היינטיגע בעלזער צוויי מאל, ביידע האבן מכבד געווען איינער דעם אנדערן.
דער סקולענער פלעגט קומען דאוונען אין 770 אינדערוואכן און דער רבי פלעגט אים געבן זיין עלי'. ער איז אויך געקומען צום פארבריינגענס. ס'איז פאראן א פיקטשער ווי ער שטייט בשעת אמירת מאמר דא"ח כנהוג.
סקווירא נישט, זיי האבן פאראיבל און טענה'ן אז מ'האט פון זיי גע'גנב'ט סידור הבעש"ט. בכל זאת, ער (אדער זיין זון רא"מ) איז געקומען אויף ניחום אבלים.
קלויזענבורג נישט, איך ווייס טאקע פארוואס נישט. דער רבי האט שטארק געהאלטן פון אים.
בעלזא איז געווען צוויי מאל.
באבוב איך מיין איז געקומען אויף ניחום אבלים (אדער אפשר פארקערט).
בכלל, די נושא פון ביקורים איז אביסל קאמפליצירט, ווייל דער רבי האט נישט געפאלגט די קלאסישע עטיקעט פון רבנים באזוכן.
ער האט נישט געגעבן לחיים וכו' און אויך נישט געטון ביקור גומלין.
איך האב געהערט אז דער ישועות משה איז געווען אין ניו יארק גלייך פאר דעם רבי'נס סטראק, אבער ער האט נישט באזוכט ווייל ער האט נישט געמיינט אז עס איז פאסיג אז דער רבי וועט נישט מאכן ביקור גומלין.
ווען דער לב שמחה איז געקומען, האט ער געבעטן לחיים און מען האט געברענגט פּלאַסטיק גלעזלעך, און דער רבי האט נישט געטרונקען.
אויך האט דער רבי גערעדט תורה מיט באזוכער, און ער האט ליב געהאט זיי אויפצושלאגן. ער האט אויך געמאכט פארשלאגן און זיי דערמוטיקט צו טאן זאכן (ווי לערנען מער חסידות אין זייערע ישיבות).
בכלל איז דער רבי נישט געווען א טייל פון דער רבישע קולטור, און ס'איז נישט קיין חידוש אז מען האט זיך נישט געשפירט באקוועם צו קומען.
בכללות האבן די מתנגדים געהאט א פראבלעם מיט חב"ד מער ווי חסידים, אחוץ סאטמאר כמובן.
נאר פון מיין זכרון, זיינען געקומען:
לב שמחה
פני מנחם
דער היינטיקער גערער
בעלזא
ביידע היינטיגע וויזניץ פון א"י
באיאן
ביידע רחמסטריווקא
תו"א (זצ"ל)
סאטמאר
סאדיגור, צוויי דורות
סקולען
ריבניץ
סטאלין
מאחנובקא
נדבורנא
ערלוי
און זיכער מער.
בני מר ומתוקבכלל, די נושא פון ביקורים איז אביסל קאמפליצירט, ווייל דער רבי האט נישט געפאלגט די קלאסישע עטיקעט פון רבנים באזוכן.
ער האט נישט געגעבן לחיים וכו' און אויך נישט געטון ביקור גומלין.
איך האב געהערט אז די ישועות משה איז געווען אין ניו יארק גלייך פאר דעם רבי'נס סטראק, אבער ער האט נישט באזוכט ווייל ער האט נישט געמיינט אז עס איז פאסיג אז דער רבי וועט נישט מאכן ביקור גומלין.
ווען דער לב שמחה איז געקומען, האט ער געבעטן לחיים און מען האט געברענגט פּלאַסטיק גלעזלעך, און דער רבי האט נישט געטרונקען.
אויך האט דער רבי גערעדט תורה מיט באזוכער, און ער האט ליב געהאט זיי אויפצושלאגן. ער האט אויך געמאכט פארשלאגן און זיי דערמוטיקט צו טאן זאכן (ווי לערנען מער חסידות אין זייערע ישיבות).
בכלל איז דער רבי נישט געווען א טייל פון דער רבישע קולטור, און ס'איז נישט קיין חידוש אז מען האט זיך נישט געשפירט באקוועם צו קומען.
ער האט מיט זיי גערעדט כאילו זיי זענען חסידים אדער מאקסימום רבי'ס פון א נידעריגערע ראנג.
ניט אין אַ דערנידעריק וועג, חס ושלום, און נישט ווי חסידים, אבער עס איז נישט געווען ווי גלייכען
רוחין חדתיןאיידער דו גייסט חב"ד all the way, ביטע כאפ אויף די שוואנצונעס, איינזייטיגקייט, דמיונות, פארמאכטקייט, דהיינו ניטאמאל אינטרעסירט צו הערן עפעס אויסער חב"ד. בדידי הוה עובדא, געזעצן עטליכע יונגעלייט ביי א שמחה מיט א ברסלב משפיע ובתוכם א חב"ד'סקער, נישט געלאזט אויסרעדן דעם משפיע קיין ווארט, נאר געוואלט הערן וואס ווייסט ער צו זאגן גדלות פון ליובאוויטשער רבי.
איך עקל מיך פון מיין אייגענע תגובה, ארויסגעברענגט די שוואכע חלק בעת וואס מ'קען רעדן פון אזויפיל גוטס. נאר געוואלט זאגן אז איינער וואס זוכט צו אנטלויפן פון פאנאטישקייט זאל זיכער מאכן עס נישט נאכאמאל אויפפיקן דארט בנוסח חסידי רוסיא חב"ד.
איך זע איך האב טאקע געהאט א טעות, די עולם איז שוין לאנג נישט אזוי קעגן חב"ד ווי אמאל, דאס מיינט די אמת שווימט אייביג ארויף
אין א אינטערעסאנטן (נישט ממש אינטערעסאנט פאר יעדן...) נאטיץ: כ'האב אמאל געהערט פון א תמימות'דיגן וויזניץ ב"ב איד, ווי ער דערציילט אז ער האט געטראפן ביים ליובאוויטשער ז"ל, הגה"צ ר' יחזקלע מערץ ז"ל, ווי ער האט זיך פרובירט אויסצובאהאלטן אז מ'זאל אים נישט באמערקן (דוגמת הרבי מטאהש ז"ל והאדמו"ר מ'קאלוב ז"ל, בצל הרב מ'סאקמער זצ"ל בשנים קדמוניות, כידוע ליודעי חן...)
ווען מ'האט אים געפרעגט אין וועלכע יארן האט ער געזאגט ער געדענקט נישט פונקטליך, אבער אין די יארן ווען מ'האט נישט געטארט....
(כ'גיב אים דאס פולסטע נאמנות, ווייל ווי געזאגט ער האט נישט ליעב-פיינט נישט סאטמאר און נישט ליובאוויטש, און האט נישט קיין שום נגיעה ס'זאל האבן געווען אזוי.)
הייליגע קאקאש קעיק: איך געב דיר א 3/4 לייק. ווייל דו מאכסט א פאר טעותים. (ליתר פרטים עיין בתגובת רביה"ק זי"ע.). אזוי ווי רביה"ק זי"ע נישט דער עכטער ברענגט עס ארויס. אז ס'זענען געווען 2 תקופות אין סאטמאר. פאר סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט דעם סטראוק אין יארע תשכ"ח. און נאכדעים. אלץ וואס אונז האמיר פון סאטמאר היינט איז פון די צווייטע תקופה. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (למשל די שטיק פון די רביצין. און אלעס וואס זי און איהר גרופ האבן אנגעשטעלט.). אריינגערעכנט דעם טעראר אויף ר' מעכיל לעבאוויטש און אנדערע טאלאנטירטע יונגעלייט (באותה תקופה) וועלכע האבן צוגעצויגן אן עולם פון בחורים און בעלי בתים מבקשים וועלכע האבן געזוכט צו שטילן דעם דארשט פון זייער נשמה.
ווייל פאר דעם סטראוק איז די גאנצע הנהגה געווען פעסט אין די הענט פון רבי'ן זי"ע. און ער האט אלעס געפיהרט עפ"י שכל הישר און בדרך התורה ווי ער האט עס איינגעזעהן. אויף וואס ס'זענען פארהאן הונדערטער (אמת'דיגע) מעשיות.
ס'איז דא א ספר "איגרות מהרי"ט". דארט זענען דא אלערליי בריוון און קארעספאנדענץ וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געשריבן. אנגעהויבן פון די תקופה פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה. (און אפשר פון פריער אויך.) איז דארט דא בריוו וואס די רבי האט מכלומרש'ט געשריבן. אין די תקופה פון תיכף נאכ'ן סטראוק. די אלע בריוון זענען בלי שום ספק געפעלשט. ווייל ער האט דאמאלס נישט געקענט אויפהייבן א האנט. און כש"כ זיך קאנצענטרירן צו שרייבן א בריעף.
בני מר ומתוק
דער סקולענער פלעגט קומען דאוונען אין 770 אינדערוואכן און דער רבי פלעגט אים געבן זיין עלי'. ער איז אויך געקומען צו פארבריינגענס, ס'איז פאראן א פיקטשער ווי ער שטייט בשעת אמירת מאמר דא"ח כנהוג.
סקווירא נישט, זיי האבן פאראיבל און טענה'ן אז מ'האט פון זיי גע'גנב'ט סידור הבעש"ט. בכל זאת, ער (אדער זיין זון רא"מ) איז געקומען אויף ניחום אבלים.
קלויזענבורג נישט, איך ווייס טאקע פארוואס נישט. דער רבי האט שטארק געהאלטן פון אים.
בעלזא איז געווען צוויי מאל.
באבוב איך מיין איז געקומען אויף ניחום אבלים (אדער אפשר פארקערט).
קודם כל סקולענער רבי איז געווען אלץ רבי? אדער אלץ סקולענער רבי'ס זון? עס איז א גרויסע נפ"מ.
א חוץ אויב דו רעדסט פונעם נועם אליעזר וואס האט געוואוינט אין קרוין הייטס, און נישט געהאט אייגען מנין אינדערוואכן.
און גערעכט, בעלזא איז מעיקרא אריינגעפאלן אינעם ליסטע בטעות, ער איז נישט פון ניו יארק און ער איז נישט פון יענע דור בכלל.
קענסט אנשטאט בעלז אריינלייגן, פאפא, וויען, וכו' וכו' אלע אנדערע פון ניו יארק.
און יא, בנוגע רבני א"י האבן מיר בכלל נישט גערעדט, מיר האבן גערעדט פון זיינע שכינים דא אין ניו יארק.
אבער @הייליגע קאקאש קעיק לאמיר נישט פארגעסן.... א גוט שטיקל קאקאש איז נישטא אין חב"ד, וועסט מוזן צוריקומען קיין נעפאנעק.
אדער קענסטו טוישן דיין נאמען פאר חומוס מיט קרעקערס...ַ.
בני מר ומתוק: במחילה מכבודך. אל תדבר שטויות. דער ריבניצער איז קיינמאל נישט געווען אין חב"ד בחיים חיותו פונ'ם רבי'ן. ער איז נאך געווען אין רוסלאנד אדער אין ארץ ישראל...!
אז מ'רעדט שוין איז דא א זיס בילד ווי דער ליובאוויטשער גייט האנט אין האנט מיט'ן באיאנער ביים סקווירן'ס לוייה, אויב געדענק איך גוט האלט ער אונטער דעם באיאנער, עכ"פ אזוי קוקט עס אויס פונעם בילד.
איך רעד פון נועם אליעזר. בנוגע צו שכינים אין נ.י. האב איך געשריבן הידוע לי, אסאך פון די קלענערע רבנים קען איך נישט בכלל. מיין פוינט איז אז מ'דארף נישט ראיות אז אסאך פון גדולי ישראל זצ"ל און יבלחט"א האבן אים שטארק מכבד געווען, ס'איז א שטות טענה'ן אנדערש. נארוואדען ער איז נישט געווען א חלק פון חבורת האדמורים און אויך נישט בחבורת הליטווישער הגדולים, און דערפאר איז די שייכות מיט זיי נישט געווען בדומה צו די קשרים וואס עקסעסטינר צווישן אנדערע גדולים.
berlbalagulehבני מר ומתוק: במחילה מכבודך. אל תדבר שטויות. דער ריבניצער איז קיינמאל נישט געווען אין חב"ד בחיים חיותו פונ'ם רבי'ן. ער איז נאך געווען אין רוסלאנד אדער אין ארץ ישראל...!
https://chabad.info/magazine/645141/
https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7%97%D7%99%D7%99%D7%9D_%D7%96%D7%90%D7%A0%D7%95%D7%95%D7%99%D7%9C_%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%9E%D7%95%D7%91%D7%99%D7%A5#cite_ref-5
במחילה מכבוד תורתך, ער איז יא געווען.
שמעתי (איני זוכר ממי) אז נאך די יחידות האט ער געגעבן שלום צו די בחורים, און מ'האט שפעטער דערקענט אז ער האט געגעבן נאר צו די וואס זענען געווען אין מקוה
ברוך שפינוזהאז מ'רעדט שוין איז דא א זיס בילד ווי דער ליובאוויטשער גייט האנט אין האנט מיט'ן באיאנער ביים סקווירן'ס לוייה, אויב געדענק איך גוט האלט ער אונטער דעם באיאנער, עכ"פ אזוי קוקט עס אויס פונעם בילד.
http://www.rebbeclips.com/2011/02/amazing-new-picture.html
נישט אין סקווירא, בא אנאנדערע לוויה
זעמיל מילכיגער
אבער @הייליגע קאקאש קעיק לאמיר נישט פארגעסן.... א גוט שטיקל קאקאש איז נישטא אין חב"ד, וועסט מוזן צוריקומען קיין נעפאנעק.
אדער קענסטו טוישן דיין נאמען פאר חמוס מיט קרעקערס...ַ.
דאס ביזטו גערעכט 😂
דאס איז טאקע מיין נאמען: הייליג אלס חב"ד, קאקאש קעיק אלס סאטמער 😂
[ציטאט אראפגענומען]
ערבך, ערבא צריך...
איך קריג מיר מיט די גאנצע premise פון די דיסקוסיע. פארוואס דארף ליובאוויטשער רבי א הסכמה פון אנדערע רבי'ס בני דורו? פארוואס דארף ליובאוויטשער רבי צוקומען צו סקולענער רבי מער ווי סקולענער רבי דארף צוקומען צו ליובאוויטשער רבי? ווער האט אפגעמאכט אז ליובאוויטשער רבי איז ווייניגער לעגיטים ווי א צווייטע רבי און דארף צוקומען צו אנדערע רבי'ס הסכמות? פארוואס איז דא א שאלה אויב די so called היימישע רבי'ס האבן יא אדער נישט געהאלטן פון אים, who gives a damn?
בכלל, די נושא פון ביקורים איז אביסל קאמפליצירט, ווייל דער רבי האט נישט געפאלגט די קלאסישע עטיקעט פון רבנים באז
אויך האט דער רבי גערעדט תורה מיט באזוכער, און ער האט ליב געהאט זיי אויפצושלאגן. ער האט אויך געמאכט פארשלאגן און זיי דערמוטיקט צו טאן זאכן (ווי לערנען מער חסידות אין זייערע ישיבות).
בכלל איז דער רבי נישט געווען א טייל פון דער רבישע קולטור, און ס'איז נישט קיין חידוש אז מען האט זיך נישט געשפירט באקוועם צו קומען.
קוק אביסל בילדער פון אלגעמיינע רבי'שע ביקורים און ביקור גומלין'ס, און כאפ א בליק ווי עס האט אויסגעקוקט א באזוך ביי ליובאוויטשע רבי (לדוגמא בעלז, גור, תולדות אהרן), די רבי'ס האבן פשוט מורא געהאט זיך צו טרעפן מיט אים, ס'איז נישט געווען קיין Small talk פון די זיידעס מופתים וכדו', נאר געפאדערט תכלית וואס טוט מען בנוגע קירוב און לימוד החסידות וכו', רוב רבי'ס זענען נישט גרייט אויף אזא פארהער.
לויט מיינע ידיעות האט קיינער נישט קיין קרומע בליק אויף חב"ד נאר סאטמאר.
פארשטייט זיך אז זייער קולטור איז זייער פרעמד, אויכעט זייער לבוש איז געווארן מער מאדערן (אויך מיר מאדערן) קאלירפולע העמדער גייען אסאך.
רוב חסידישע פלעצער וואס איך קען שעצן מורא'דיג די חב"ד רבי.
אדרבה, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל אריינקומען קלאר.
לייביששרייבער הייליגע קאקאש קעיקנאכאמאל. איך מאך נישט אוועק סאטמער רבי און נישט זיין גאונות, אבער עס איז דא א חילוק צווישן אפאר תשובה ספרים און איינער וואס רעדט פאר יארן אין א צו יעדע וואך פאר שעות ארוכות טיפע גאונישע תורות איז אביסל מער
דעם רבי'נס גאונות אין תורה איז בכלל נישט געווען אין קוועשטען.
און ווען איינער רעדט אזוי פיל שעות אין תורה בעפאר דו מאכסט אפ אז די שעות פון רעדן מיינט ער איז געװען א גאון הגאונים, קודם מאך זיכער אז ער רעדט נישט פאר פייער און וואסער. געווענליך אין די טיפע ים פון חסידות איז עס שטארק מצוי.
איך זאג נישט אז דער ליובוויטשער רבי איז אזוי געווען, אבער קוק אריין דערינען בעפאר דו ווערסט אזוי נתפעל פון לאנגע שמועסן.
ס'איז נישט מעגליך צו מעסטן זייער קענטעניס אין לערנען, זייער מהלך פון ספרים איז אונגאנצן אנדערש.
מאנטריאללויט מיינע ידיעות האט קיינער נישט קיין קרומע בליק אויף חב"ד נאר אין סאטמאר.
פארשטייט זיך אז זייער קולטור איז זייער פרעמד אויכעט זייער לבוש איז געווארן מער מאדערן )אויך מיר מאדערן) קאלירפולע העמדער גייען אסאך.
רוב חסידישע פלעצער וואס איך קען שעצן מוראדיג די חבד רבי.
אדרבה אויב איינער וויסט אנדערש זאל אריינקומען קלאר.
Sent from my SM-G950W using Tapatalk
די ליטווישע עולם קוקט זיי אן נאך קרומער ווי סאטמאר. דוק וטישטוך.