אשכול אן א טיטל #16238
205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16238
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף Delacny בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן סוספענדעד
היטע מיר העלפן
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן סוספענדעד
היטע מיר העלפן
ס'נעמט מער צייט ביז ס'גייט ארויף אויפן סיסטעם. דיין לייסענס וועט נישט ווערן סוספנדעט האב נישט מורא.
אבער וואס נוגע בינך לבין קוניך, קענט איר שוין אנהייבן תשובה טון פאר'ן מורא'דיגן חטא פון מאכן א יו טוירן אויף דילענסי. דיין מודה ועוזב זיין איז א גוטער אנהייב אז ס'זאל נתקבל ווערן פאר'ן בוחן כליות ולב, און דער חטא זאל אינגאנצן פארווישט ווערן. ס'זאל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים

באקומען א alternative side טיקעט, אויף מיין שוואגערס קאר בשעת ער איז געווען ל"ג בעומר אין ארץ ישראל. איז שייך אז מיין שוואגער זאל טענהנען אז ס'איז נישט זיין שולד?
דריידלאיך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?
אויב דער פעסענזער איז אינטער אכצען יאר אלט גייט עס פארן דרייווער, אויב העכער אכצען גייט עס פארן פעסענזער אפילו ער האט נישט קיין לייסענס,
אונטער 16 גייט עס פאר'ן דרייווער
העכער 16 גייט דער טיקעט פאר'ן פאסאזשיר
העכער 16 גייט דער טיקעט פאר'ן פאסאזשיר
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף דילענסי בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט
די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די
סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די
טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן
סוספענדעד
ביטע מיר העלפן
די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די
סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די
טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן
סוספענדעד
ביטע מיר העלפן
סגייט נישט אזוי שנעל אריין אין סיסטעם.
איך האב שוין געהאט אז די טיקעט איז נישט געווען גוט געשריבן און סאיז קיינמאל נישט אריין אין סיסטעם.
איך האב שוין געהאט אז די טיקעט איז נישט געווען גוט געשריבן און סאיז קיינמאל נישט אריין אין סיסטעם.
וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
בן בג בגוויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40 וואס העט גייט אויפן חשבון פונעם ענדגילטיגן טיקעט, (אויב געווינסטו די טיקעט, געבן זיי דיר צוריק די $40)
ס'לוינט אלס צו ווארטן ביז ממש די לעצטע טאג צו אפשטיפן ווייל ס'מאכט זיך זייער אפט אז די פאליסמאן אליין שטיפט עס אפ מחמת סיבות, אזוי האסטו נאך דיין טשענס צו נאכמאל אליינס אפשטיפן,
מ'דארף נישט האבן די ארגינעלע טיקעט, חוץ אויב באמערקסטו אז די ארגינעלע טיקעט האט א גרויסע טעות, למשל א דאטום צו א אדרעס, צו א ווייעלעשן קאוד, דעמאלטס אוואדי דארפסטו עס האבן פאר עווידענס, אבער מצד די קאורט ברויכסטו עס נישט האבן,
שטייצעך כל הנ"ל רעד איך פון א ניו יארק סיטי טרעפיק טיקעט
ידעןPlea not guilty , און בעט די שנעלסטע קארט דעיט , אפשר וועסטע נאך קענען מאכן א דיעל אינמיטן זומער.
ווי לאנג בערך דארף נעמען פון ווען מ׳מעילט עס אריין ביז מ׳באקומט א דעיט?
איך האב אריין געשיקט פאר א חודש צוריק, און כ׳האב נאך גארנישט געהערט פון זיי.
גאלדבן בג בגוויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40
דארף מען אליינס אראפגיין, אדער מ'קען שיקן א שליח.
דעם עש"ק פ' לך א האלבע שעה פאר לעכט בענטשן אויפן וועג צי מיין אחסניא נאך זיך דרייען אין א געפערלעכן טרעפיק בין איך געפארען אויפן בייק לעין, האט מיך אפגעשטעלט א פאליס אין געבעטן די לייסענס אין רעגיסטרעשן אין פרעגט מיך אויב איך ווייס פארוואס ער האט מיך אפגעשטעלט? איך האב געאנטווארט אז "יא איך ווייס", ער גייט צי זיין קאר אין ווארט צוויי מיניט אין זיין שותף קימט צריק מיט מיינע פעפורין אין האט זיי מיר צריק געגעבען, אין נישט געגעבען קיין טיקעט, אין געלאסט פארען ווייטער, ווייסט איינער פשט? פאר וואס איך האב נישט באקימען קיין טיקעט?
דארפסט עפענען א נייע אשכול ''איך האב נישט באקומען א טיקעט 🙂''.
אויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?
רויטע וואנצעסאויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?
דיין לייסענס קען ווערן סוספענדעד. קענסט אבער אפשטופן דעם קארט דעיט.
איך האב באקומען א טיקעט פאר א אויסגעלאפענע מיטער צעטל. מה עשה הקב"ה, איך בין געגאנגען צו א קאר לעבן מיינס און געכאפט א בילד פון יענעמס צעטל, וואס יענע צעטל האט כולל געווען די צייט פון מיין טיקעט.
מיין שאלה איז צו וועט מיין טיקעט ווערן דיסמיסט דורך אריינשיקן דעם בילד? דער פאליציאנט שרייבט קלאר אויפן טיקעט אז עס איז געווען אן "עקספייערד מאני מיטער" צעטל, וועט מיך העלפן אז איך שיק אריין א בילד פון א צעטל וואס האט אויף זיך די צייט פון מיין טיקעט?

99% אז יא
גאלדעצה טובה,
ס'קען זיך מאכן - אוואדי נישט צו אפט - אז דער פאליס זאל דיר געבן אלע קאפיס פון די טיקעט ביי מיסטעיק, ס'קען זיך מאכן ביי רוקיס, אויב דאס פאסירט כאפ שנעל דעם פעקל באהאלט עס בשעת די פאליס רעדט און איז מסביר, און פיץ אפ מיט דיין קאר די רגע די פאליס וואקט אוועק פון דיין פענסטער, איך ווייס איינער האט געהאט אזא מעשה אין יענער איז ווי א בטלן געבליבן אויף זיין פלאץ און באטראכט די טיקעטס, און ווי נאר דער פאליס האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט זי זיך געכאפט און שנעל געקומען צו לויפן אפבעטן אירע קאפיס, אויב דער דרייווער וואלט אוועקגעפארן וואלט דער טיקעק קיינמאל נישט רעקארדירט געווארן
כ'מיין אז איר מאכט א טעות, די פאליס לייגט אריין די אינפארמאציע קודם אין זיין מאשינקע און הערשט נאכדעם ברענגט ער פארן דרייווער זיין קוויטל.
דאס וואס דו פארציילסט וועגן דיין חבר אז די פאליס איז אים געקומען צוריקבעטן זיין קאפיע איז פשוט פארן פאליס פראקטישער צו האבן א קאפיע פונעם געשריבענעם טיקעט וואס ער גיבט פארן דרייווער אין קעיס דער דרייווער טענהט אין קאורט סייוואס קעגן דעם טיקעט ווי למשל א נישט ריכטיגע דיטעיל.
אזוי מיין איך.
מיטער טיקעט
איך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....
יא קענסט עס פייטען
ביליגאיך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....
In the future don't waste your quter, do as somebody mentioned before והמבין יבין.
*EMERGENCY ACTION*
Due to the uncontrollable situation in N.Y. of traffic cops giving out unnecessary false tickets (Example a bus stop violation when you are not even close to a bus stop) we opened a Gmail account for you to send in you're violation with proof (picture or dash cam video) and we will fwd it to the media
Say STOP TO CROOKED COPS
Email your story to: <!-- e --><a href="mailto:Stop2crookedcops@Gmail.com">Stop2crookedcops@Gmail.com</a><!-- e -->
PLEASE FWD THIS MESSAGE TO "EVERYONE" c/p
Due to the uncontrollable situation in N.Y. of traffic cops giving out unnecessary false tickets (Example a bus stop violation when you are not even close to a bus stop) we opened a Gmail account for you to send in you're violation with proof (picture or dash cam video) and we will fwd it to the media
Say STOP TO CROOKED COPS
Email your story to: <!-- e --><a href="mailto:Stop2crookedcops@Gmail.com">Stop2crookedcops@Gmail.com</a><!-- e -->
PLEASE FWD THIS MESSAGE TO "EVERYONE" c/p
ביליגאיך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....
די געזעץ איז אז אין די פינף מינוט פונעם טיקעט איז גוט, סווערט אנגערופען THE 5 MINUTE GRACE PERIOD
קענסט פלידען נאט גילטי אויף זייער וועבסייט און סובמיטען א בילד פון דעם צעטעלע אלס פרוף און זיי וועלן מבטל זיין דעם טיקעט
וכדומה..ביליגאיך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....
די געזעץ איז אז אין די פינף מינוט פונעם טיקעט איז גוט, סווערט אנגערופען THE 5 MINUTE GRACE PERIOD
קענסט פלידען נאט גילטי אויף זייער וועבסייט און סובמיטען א בילד פון דעם צעטעלע אלס פרוף און זיי וועלן מבטל זיין דעם טיקעט
א דאנק!
קען איינער רעקאמענדן עמיצער וואס פייט ספידינג טיקעטס אין די קעטסקילס?
סאיז א שאד,
זייט וויסן אז רוב געגנטער אין די קעטסקילס איז זייער גרינג אליין צו סעטלען די טיקעט, זיי זוכן דיר נישט צו געבן קיין פוינטס זיי ווילן נאר געלט, דארפסט פלידען נאט גילטי און אליינס אראפגיין צו זייער קורטרום פארהאנדלען מיטן פאליציי און זיי מאכן דאס פאר א פארקינג טיקעט, סאיז סתם א שאד אויסצוגעבן דעי גרויס געלט פאר די טיקעט פייטערס, זיי טוען ס"ה דאס זעלביגע.

Anyone know if there's a way to dispute a Canadian speeding ticket. From a camera not from a cop. going 84km in a 60 km zone. Thanks.
Big BoyAnyone know if there's a way to dispute a Canadian speeding ticket. From a camera not from a cop. going 84km in a 60 km zone. Thanks.
No points being transferred.
גרויסע מענטשעלעBig BoyAnyone know if there's a way to dispute a Canadian speeding ticket. From a camera not from a cop. going 84km in a 60 km zone. Thanks.
No points being transferred.
It's a camera so even in NYS there would be no points
וכדומה..סאיז א שאד,
זייט וויסן אז רוב געגנטער אין די קעטסקילס איז זייער גרינג אליין צו סעטלען די טיקעט, זיי זוכן דיר נישט צו געבן קיין פוינטס זיי ווילן נאר געלט, דארפסט פלידען נאט גילטי און אליינס אראפגיין צו זייער קורטרום פארהאנדלען מיטן פאליציי און זיי מאכן דאס פאר א פארקינג טיקעט, סאיז סתם א שאד אויסצוגעבן דעי גרויס געלט פאר די טיקעט פייטערס, זיי טוען ס"ה דאס זעלביגע.
נישט יעדער קען זיך ערלויבן אראפנעמען א טאג ארבעט און ארויספארן קיין מאנטיסעלא אינמיטן ווינטער. אנדערע פארדינען גאר מער ביי די ארבעט און ס'איז ווערד צו צאלן די דריי-פיר הונדרעט דאללער פאר א לויער. ועל כולם, כל הדרכים בחזקת סכנה און ביים פארן צו פייטן די טיקעט ריזיקירט מען צו כאפן נאך איינס ח"ו.
סעניטעישען טיקעט
איך האב באקומען א סעניטעישען טיקעט פאר נישט ריינע סיידוואל"ק אינמיטן די זוממער ווען איך בין נישט גיוועהן אין שטאט איינער האט עקספיריענס מיט זיי?
פשוט באצאלן? אדער איז לייכט צו פייטן? עני טיפס?
תודה
פשוט באצאלן? אדער איז לייכט צו פייטן? עני טיפס?
תודה
פרוביר צו טרעפן א קרעדיט קארד charge אדער רעסיט פון אפסטעיט אין דעם טאג פון די טיקעט אין שטאט. איך האב עס געטוהן פאריאר און בייגעלייגט א בריוו ונושעתי.
איך האב באקימען א טיקעט אין מונסי צום ערשטן מאל ביים לעבן.
די סיבה איז: Failed to turn as required
איך האב געמאכט א רעכטס פון א Left turn lane only
קען איינער מציע זיין וואס איז די בעסטע איך זאל טון?
די סיבה איז: Failed to turn as required
איך האב געמאכט א רעכטס פון א Left turn lane only
קען איינער מציע זיין וואס איז די בעסטע איך זאל טון?
איך האב דריי באזונדערע מאווינג וויאלעישאנס אין די סיטי, כ'האב שוין אפגעשטופט איין מאל אנליין און איין מאל בין איך פערזענליך אראפ אין קארט אפשטופן. וואס טו איך נעקסט?
קען איך נאכאמאל אפשטופן באיזה אופן? אויב יא, וויאזוי? וואס זאג/טו איך?
ווייסט איינער פון עקספיריענס איבער א גוטע לויער וואס וועט מיר נישט אפקאסטן מיין גאנצע פארמעגן? ווער? וויפיל נעמט יענער?
ביטע ענטפערן ווי אמשנעלסטן.
תודה למפרע
.

-
קען מען פייטן א מאווינג טיקעט אין די סיטי אנליין?
ווי שטארק גייען זיי נאך די תירוצים וואס מען געט צו פליען נאט גילטי? די פאליסמאן וואס האט געגעבן די טיקעט האלט מיט?
קען די פרייז ארויפגיין אויב זיי נעמען נישט אהן די טענות?
איך בין ניי צו טיקעטס, און איך דארף א תשובה ווי שנעלער.
ייש"כ
ווי שטארק גייען זיי נאך די תירוצים וואס מען געט צו פליען נאט גילטי? די פאליסמאן וואס האט געגעבן די טיקעט האלט מיט?
קען די פרייז ארויפגיין אויב זיי נעמען נישט אהן די טענות?
איך בין ניי צו טיקעטס, און איך דארף א תשובה ווי שנעלער.
ייש"כ
גרויסע מענטשעלעBig BoyAnyone know if there's a way to dispute a Canadian speeding ticket. From a camera not from a cop. going 84km in a 60 km zone. Thanks.
No points being transferred.
גרויסע מענטשעלע:...Just for the record. Any tickets received in New York State. Including points' are transferred to the driving records of Quebec. And vice Versa. As per agreement between the 2 states/provinces.
berlbalagulehגרויסע מענטשעלעBig BoyAnyone know if there's a way to dispute a Canadian speeding ticket. From a camera not from a cop. going 84km in a 60 km zone. Thanks.
No points being transferred.
גרויסע מענטשעלע:...Just for the record. Any tickets received in New York State. Including points' are transferred to the driving records of Quebec. And vice Versa. As per agreement between the 2 states/provinces.
Right.
But a camera ticket there is no points.
הוגהאיך האב דריי באזונדערע מאווינג וויאלעישאנס אין די סיטי, כ'האב שוין אפגעשטופט איין מאל אנליין און איין מאל בין איך פערזענליך אראפ אין קארט אפשטופן. וואס טו איך נעקסט?
קען איך נאכאמאל אפשטופן באיזה אופן? אויב יא, וויאזוי? וואס זאג/טו איך?
ווייסט איינער פון עקספיריענס איבער א גוטע לויער וואס וועט מיר נישט אפקאסטן מיין גאנצע פארמעגן? ווער? וויפיל נעמט יענער?
ביטע ענטפערן ווי אמשנעלסטן.
תודה למפרע
.
הוגה: איך האב פערזענליך געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט א לויער. ער הייסט מייקל ביער. און זיינע פרייזן זענען ריזאנעבל. ער האט גרויס הצלחה בס"ד. ער האט מיך ארויסגעדרייט פון 2 ערנסטע טיקעטס. איך בין געווען זיכער אז איך וועל ארויסגיין גילטי. ס'נישט די געלט נאר די פוינטס. פון וואס ער האט מיך געראטעוועט...! זיין אפיס איז אין לאנג איילענד. דו קענסט איהם אויפזוכן אנליין...!
זיין עקספערטיז איז נאר אין די סיטי אדער אויך אין אפסטעיט?
לויט ווי איך הער, אין אפסטעיט אויכעט. ער האט ערלעדיגט ערנסטע טיקעטס אין די קעטסקילס....!
ער איז רעקאמענדירט דורך די העכסטע אויטאריטעטן ביים היימישן עולם. וד"ל...!
ער איז רעקאמענדירט דורך די העכסטע אויטאריטעטן ביים היימישן עולם. וד"ל...!
ווי אזוי קען מען פייטן א עקספייערעד אינספעקטשאן טיקעט ?
Steave Horowitz
718.473.7603
Fights tickets
718.473.7603
Fights tickets
באקומען א טיקעט
כ'וואלט גערן דערציילט ס'גאנצע מעשה מיט באקציינער. ווי מיין ריזיגע דערשראקענע אויגן, מיין הארץ צאפלדיגע גוף, מיין רחמנות'דיגע שטאמל'ען און גרויס הכנעה, מיין שטיקעדיגן שטילען קול, האבן אהים באוואויגן נישט צו טשארדשען אויף די ריזיגע עולה, [נאר אויף איין מאווינג ווייעלעישן.] אבער ס'באלאנגט נישט אין אחיעזר..
איינער ווייסט די נאמבער פון מיס שיין תליט"א וואס געבט הדרכה פאר טיקעט באקומער?
איינער ווייסט די נאמבער פון מיס שיין תליט"א וואס געבט הדרכה פאר טיקעט באקומער?
שעפטאלברויכסט נישט קיין הדרכה, סה״כ דארפסטו פלידן ״נאט גילטי״ גיי אראפ אין קאורט און מאך א פלי דיל צי אראפנעמען די פוינטס און באצאלן די טיקעטס, זהו, צאל נישט פאר קיין לויער ווייל זיי טוען די זעלבע זאך און ס׳קאסט נאך $750 פארן לויער אויכט.כ'וואלט גערן דערציילט ס'גאנצע מעשה מיט באקציינער. ווי מיין ריזיגע דערשראקענע אויגן, מיין הארץ צאפלדיגע גוף, מיין רחמנות'דיגע שטאמל'ען און גרויס הכנעה, מיין שטיקעדיגן שטילען קול, האבן אהים באוואויגן נישט צו טשארדשען אויף די ריזיגע עולה, [נאר אויף איין מאווינג ווייעלעישן.] אבער ס'באלאנגט נישט אין אחיעזר..
איינער ווייסט די נאמבער פון מיס שיין תליט"א וואס געבט הדרכה פאר טיקעט באקומער?
איך רעד ליידער/ב"ה פון פערזענליכע עקסיפיריענס אין ביידע פלעצער. נ.י. סיטי און מאנסי/ראמאפאו/ספרינג וועללי.
אין נ.י. (סיטי) וועט גארנישט העלפן אין מאכן א "דיעל". זיי זענען נישט אינטרעסירט. דארט איז מיין טאקטיק געווען אפשטופן. 3 אדער 4 מאל. ביז סוכ"ס וועט דער פאליס נישט קומען. ביסטו פטור. אין מערסטע פאללן.
משא"כ אין מאנסי/רעמעפאו/ספרינג וועללי זענען זיי אינטרעסירט צו נעמען געלט ביי דיר. זיי האבן די פוינטס אין ד'רערד. אדרבה. זיי אליין האבן א פאליס וואס געט דיר אן עצה "לטובתך" צו פליעדן גילטי פאר א פארקינג טיקעט . באצאלט און אראפ. די זעלבע איז אין אפסטעיט. זיי דארפן געלט.
דער כלל אז אויב איז דא א מיסטעיק אין די טיקעט איז עס דיסמיסס'ד איז נאר ביי א פארקינג טיקעט. ביי א מאווינג ווייאלעישן. אפילו דער פאליס האט געמאכט א מיסטעיק . אפילו אין די איי. די. פון דיין קאר, ביסטו נאכאלץ גילטי.
איך האב געהאט אן אינטרעסאנטן פאל ביי א פארקינג טיקעט. וואס די שחור'טע וואס האט געשריבן דעם טיקעט האט געמאכט א "קליינעם" מיסטעיק. זי האט געשריבן איסט. שטאטס וועסט. די דזשאדזש, אויך אן אפרא-אמעריקאנער פרוי, האט אבער געכאפט אז דער טיקעט איז פאלטש. זי האט עס דיסמיסס'ד.

Wow די ערשטע תגובה אין זעקס יאר