☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #16238

אשכול אן א טיטל #16238

205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16238
בלאט: 1 2 3 4 5

גאלד » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 12:58 pm

· #140203
פארקינג טיקעטס לוינט געווענליך נישט צו פייטן, די פרייז שטייט געווענליך אויפן בעק פון די טיקעט,

גאלד » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:05 pm

· #140207
עצה טובה,

ס'קען זיך מאכן - אוואדי נישט צו אפט - אז דער פאליס זאל דיר געבן אלע קאפיס פון די טיקעט ביי מיסטעיק, ס'קען זיך מאכן ביי רוקיס, אויב דאס פאסירט כאפ שנעל דעם פעקל באהאלט עס בשעת די פאליס רעדט און איז מסביר, און פיץ אפ מיט דיין קאר די רגע די פאליס וואקט אוועק פון דיין פענסטער, איך ווייס איינער האט געהאט אזא מעשה אין יענער איז ווי א בטלן געבליבן אויף זיין פלאץ און באטראכט די טיקעטס, און ווי נאר דער פאליס האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט זי זיך געכאפט און שנעל געקומען צו לויפן אפבעטן אירע קאפיס, אויב דער דרייווער וואלט אוועקגעפארן וואלט דער טיקעק קיינמאל נישט רעקארדירט געווארן

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:15 am

· #140887
וואס איז דעי משוגעת?

NO PARKING OR STANDING

12 Midnight to 7 AM

from October 1st - April 30th

on any public street or highway in the Town of Fallsburg

VIOLATORS WILL BE TOWED at OWNERS EXPENSE

BY ORDER OF THE TOWN OF FALLSBURG POLICE DEPARTMENT

קען זיין מ'זאל קענען שארן די שניי...

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:29 am

· #140895
[ציטאט אראפגענומען]


היות די טייפ טיקעטס (לאפוקי מאווינג וויילעישינס) זענען געווענדליך ריעזעוורט אלס א הכנסה פארן לאקאל טאון, איז עס אין די הענט פונעם לאקאלן קאורט צו מאכן אן החלטה וויפל די געלט שטראף איז לפי המצב, הזמן, אייער רעקארד, וכדומה. די סטעיט דרוקט די אפענע בלענקס פאר יעדע טאון אן די שטראפן ווייל ס'איז ביד די לאקאל קאורט. נארמאל אויף דיין טייפ וויילעישון לויפט עס צווישן 100-150 דולר.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:00 am

· #160657
דוד גרינפעלד באקומט א טיקעט, און טוט די באקאנטע טריק א דאנק זיין אייגן געזעץ.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:33 am

· #160660
וועלכע טריק האט ער געטוען? איך מיין איר מאכט א טעות. ער זאגט נאר אז ער האט געכאפט א טיקעט א מינוט נאך זיין צעטעלע האט עק-פאיערטץ, ניין?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:19 pm

· #160678
[ציטאט אראפגענומען]

אין סאוט פאלסבורג דארפן זיי געלט. די גאנצע פאליס דעפארטמענט דארט באשטייט פון א פאר אידישע באויעס, זייער שוועסטער און די מאמע. דאס איז נישט קיין דשאוק. בעיני ראיתי ווי די מאמע רעדט מיט אירע יונגלעך אויף די אפיציעלע פאליס ראדיא. ערנסט גערעדט. אויב דער דזשאדזש גייט מיט יושר דארפסטו ארויסגיין "נאט גילטי". ווייל "נאו סטענדיג" --- אנדערש פון "נאו סטאפפינג" מעגסט דו זיך אפשטעלן פאר א מינוט. אפילו אויפפיקן אדער אראפלאזן א פאסאזשיר. 😈

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:49 pm

· #160683
ווי אתרוגים נאך סוכות, און ווי א שירעם נאכן רעגן, און י.מ. סופר נאך די מדינה, האט הער אנאנים באקומען זיין תשובה פון ר' בערלען לאחר המעשה...
אבער בעטער לעידער דען נעווער. לכה"פ אויף מכאן ולהבא וועט מען וויסן די מציאות הדברים דארט.
א דאנק אייך רבי בערל.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:07 pm

· #160795
שמעקעדיג
ווי אתרוגים נאך סוכות, און ווי א שירעם נאכן רעגן, און י.מ. סופר נאך די מדינה, האט הער אנאנים באקומען זיין תשובה פון ר' בערלען לאחר המעשה...
אבער בעטער לעידער דען נעווער. לכה"פ אויף מכאן ולהבא וועט מען וויסן די מציאות הדברים דארט.
א דאנק אייך רבי בערל.

ר' שמעקעדיג: איהר חלומ'ט פון אתרוגים און פון ישראל מ. סופר. חלמא (תרתי משמע) טבא חזיתא. ווען דו וועסט אפגיסן נעיגל וואסער און אנטון די גלעיזער זאלסטו מולך זיין איבערליינען מיין תגובה. 🙄 😈

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 3:09 pm

· #161242
📎 image parking.jpg

אליצפן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:41 pm

· #161744
איך האב יעצט באקומען א סיט בעלט טיקעט. די חוצפה איז אז איך האב עס באקומען ביי די קארנער פון מיין הויז נאך פאר איך האב אמת'דיג געהאט א טשענס עס אנצוטוען. איך האב מיך איינגעדרייט ביי די קארנער האלטנ'דיג די סיט בעלט אין מיין האנט אינמיטן אנטוען, און א פאליס וואס איז געשטאנען ביי די אינטערסעקשען האט מיך געסטאפט.
וועט עס קענען זיין א שטיקל תירוץ אין קארט אז ס'איז ממש לעבן מיין הויז און איך האב נישט אמת'דיג געהאט א טשאנס עס אנצוטון? וואס קען מען טון וועגן אזא טיקעט? עס רייסט ביים הארץ 138 דאלאר.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:45 pm

· #161747
דאס וועט זיכער נישט זיין א תירוץ ! ווייל דער געזעץ איז אז מדארף אנטון דעם סיט בעלט אזוי ווי מזעצט זיך אריין און קאר. אויב וועסטע זאגן דיין טענה וועט ער דיר זעכער טרעפן שולדיג.
איך וואלט נישט אזוי געוויינט אויף דע געלט שטראף ווי אויף דע פוינטס , וויפיל פוינטס איז עס ?

אליצפן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:48 pm

· #161748
There is no points on a seatbelt ticket

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:51 pm

· #161749
[ציטאט אראפגענומען]

נו, זיי נישט מקטרג. א איד זוכט א תירוץ און דו צושטערסט עס. געב נישט קיין תירוץ פאר,ן דזשאדזש אין מויל אריין. 🙄

אליצפן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:52 pm

· #161750
וואס טוט די מערסטע וויי איז די פאקט אז איך טראג אלעמאל סיעטבעלטס פשוט דא האב איך עס פארגעסן אנצוטון גלייך און הערשט ביים קארנער האב איך עס גענומען אין די האנט אנצוטון.
און בכלל וואס איז דער חוצפה צו געבן א טיקעט פאר א זאך וואס איז נוגע מיין פערזענליכע לעבן, און שטעלט נישט קיינעם אין א סכנה? און נאכדערצו אזויפיל געלט?? חוצפה ועזות!!!
מ'דארף אוועקמופן פון ניו יארק...

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 9:58 pm

· #161752
השם ימלא חסרונך. אבי סהאט נישט פוינטס

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 10:16 pm

· #161755
אליצפן
וואס טוט די מערסטע וויי איז די פאקט אז איך טראג אלעמאל סיעטבעלטס פשוט דא האב איך עס פארגעסן אנצוטון גלייך און הערשט ביים קארנער האב איך עס גענומען אין די האנט אנצוטון.
און בכלל וואס איז דער חוצפה צו געבן א טיקעט פאר א זאך וואס איז נוגע מיין פערזענליכע לעבן, און שטעלט נישט קיינעם אין א סכנה? און נאכדערצו אזויפיל געלט?? חוצפה ועזות!!!
מ'דארף אוועקמופן פון ניו יארק...

רבי איד בארוגט אייך א נישטגע 138 טולר, איך פארשטיי סע טוט ווי אבער ב"ה ס'נישט קיין פוינטס, דאנק גאט ס'נישט קיין פוינטס, וויש דיך אף די נאז אין גיי ווייטער. אין וועגן אוועק מופן פון דא איז דער פראבלעם נומבער 100 פון מין ליסט

אליצפן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 10:24 pm

· #161756
שטילע אינגערמאן
אליצפן
וואס טוט די מערסטע וויי איז די פאקט אז איך טראג אלעמאל סיעטבעלטס פשוט דא האב איך עס פארגעסן אנצוטון גלייך און הערשט ביים קארנער האב איך עס גענומען אין די האנט אנצוטון.
און בכלל וואס איז דער חוצפה צו געבן א טיקעט פאר א זאך וואס איז נוגע מיין פערזענליכע לעבן, און שטעלט נישט קיינעם אין א סכנה? און נאכדערצו אזויפיל געלט?? חוצפה ועזות!!!
מ'דארף אוועקמופן פון ניו יארק...

רבי איד בארוגט אייך א נישטגע 138 טולר, איך פארשטיי סע טוט ווי אבער ב"ה ס'נישט קיין פוינטס, דאנק גאט ס'נישט קיין פוינטס, וויש דיך אף די נאז אין גיי ווייטער. אין וועגן אוועק מופן פון דא איז דער פראבלעם נומבער 100 פון מין ליסט

I dont know about you, but for me 138 dollars is a small fortune. Plus it's not only the money, but also the hutspah, and the feeling that I really didn't deserve it

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 10:27 pm

· #161757
גערעכט מיט דע געלט נקודה. אבער גלייב מיר וועגן דע חוצפה חלק קיינער האלט נישט אז מהאט דעזערווט א טיקעט

שטילע אינגערמאן » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 10:06 am

· #161811
דער (פינטעל) איד
גערעכט מיט דע געלט נקודה. אבער גלייב מיר וועגן דע חוצפה חלק קיינער האלט נישט אז מהאט דעזערווט א טיקעט

קיינער ווייסט נישט צו וועמען די רעדסט. דארפט אראף ברענגען יענעם'ז רייד אין אויף דעים זאגען דיין סברה

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:03 pm

· #164255
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין זיכער אז טאמער וואלט געווען א אפטציע פון שרייבען בריוו אין אידיש אין די וואלטס געשריבען א בריוו מיט דיין רייכע פעדער וואלט עס דיך נישט געקאסט קיין פרוטה.
נ.ב. פארוואס לאסטו נישט זעהן ווער סע חתמעט אונטער? סאיז אויך א סוד ווער דיין ווייב איז? לאל

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:20 pm

· #167317
חוצפה גדולה, היינט אינדערפרי!
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/148888/2013/12/10/brooklyn-ny-ticket-happy-nypd-traffic-agents-take-advantage-as-city-belatedly-lifts-alternate-side-parking-restrictions-video/">http://www.vosizneias.com/148888/2013/1 ... ons-video/</a>

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:21 pm

· #167318
און ענק נער'ן בלייבטס וואוינען דארט אין סדום ני סיטי

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:23 pm

· #167319
איך האב חושד געווען ביסט א מאנרויער (:

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:24 pm

· #167320
ווייט נישט !

חנניה זרח שטיגליץ » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 8:53 pm

· #167425
קען דאס איינער קלארשטעלן. די לעגענדע איז אז נאך 18 חדשים ריינע גייען אראפ אלע פוינטס. זאגט מיר איינער אז די 18 חדשים הויבן זיך אן פונעם טאג וואס האסט באקומען דעם טיקעט נישט פון ווען האסט זיך דערקלערט שולדיג. לפי זה אויב איינער שטיפט אליינס אפ זיין קאורט טאג ביז 18 חדשים און דאן דערקלערט ער זיך שולדיג איז נישט דא קיין פוינטס! קען דאס איינער באשטעטיגן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:49 pm

· #176874
האט איר ערהאלטן א פארקינג טיקעט?
א נייער עפפ וועט אייך העלפן פייטן דעם טיקעט!

<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1089737_need-to-fight-a-parking-ticket-a-new-app-can-go-to-court-for-you">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... rt-for-you</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:14 pm

· #176884
חנניה זרח שטיגליץ
קען דאס איינער קלארשטעלן. די לעגענדע איז אז נאך 18 חדשים ריינע גייען אראפ אלע פוינטס. זאגט מיר איינער אז די 18 חדשים הויבן זיך אן פונעם טאג וואס האסט באקומען דעם טיקעט נישט פון ווען האסט זיך דערקלערט שולדיג. לפי זה אויב איינער שטיפט אליינס אפ זיין קאורט טאג ביז 18 חדשים און דאן דערקלערט ער זיך שולדיג איז נישט דא קיין פוינטס! קען דאס איינער באשטעטיגן?

יא. אבער די אינשורענס קאמפעניס רעכענען 36 חדשים און אמאל 48 חדשים וואס זיי האלטן דיך אויף א "סורטשארדזש" אזוי אז במציאות פארדינט מען גארנישט פון די אכצן חדשים וואס די סטעיט האלט די פאוינטס אויפ'ן רעקארד. 🙄 😎 😠 😳 😮

אליצפן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:57 pm

· #177018
I heard that it's possible to push off a moving violation for up to two years
Does anyone know how to do it? Can I do it myself online? Thanks

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:53 pm

· #177043
ווען די פליעדס נאט גילטי אנליין באקומסט א הערינג דעט פאר כמעט א יאר שפעטער.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:59 pm

· #177046
אפאר חדשים פאר די דעיט גיי נאכאמאל אנליין, געווענדליך קען מען עס נאכאמאל אפשטיפן.

<a class="postlink" href="https://harmonia.dmv.state.ny.us/pleadnpay/">https://harmonia.dmv.state.ny.us/pleadnpay/</a>

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:54 pm

· #177060
אז כהאב געפליעד נאט גילטע און באקומען א הערינג דעט, קען איך נאך ריקוועסטען א אנליין הערינג? איז בכלל שייך צי אנליין צי סאבמיטען פרוף אז כבין נישט שילדיג אנליין, אן אראפגיין צי קארט? אזוי ווי מקען טון מיט נאן מאווינג ווייעלעשען.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:58 pm

· #177062
ניין. יעדע נאן גילטי פלי אויף א מאווינג וויילעישן (אין ניו יארק) מוז גיין פאר א טראפיק קארט.

אליצפן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm

· #179596
איך האב באקומען א טיקעט פאר אן אויסגעלאפענע מיטער. למעשה האב איך געהאט א צעטל אין טאש, כ'בין פשוט געווען פויל צו וואקן צוויי גאסן (איינס פונעם מאשין צום קאר, און איינס צוריק צום געשעפט לעבן די מאשין וואו איך האב געוואלט גיין) און עס לייגן אין קאר.

מיין שאלה איז וויאזוי פייט איך דאס? איך שיק אריין דעם צעטל צוזאמען מיטן טיקעט אינעם שיינעם רויטען ענוועלאפ וזהו? דארף איך עפעס צושרייבן? צו איז גענוג צו שיקן א קאפי און האלטן דעם אריגינעלע צעטל? איך טראסט נישט די סיטי קיין כי הוא זה.

אליצפן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:35 pm

· #179623
נו קיינער ווייסט נישט?

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:47 pm

· #179627
האסט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך ''אינטערנעט''? טו עס אנליין. nycserv.nyc.gov/NYCServWeb/NYCSERVMain
זיי געבען דיר א געלענגהייט צי עטעטשען עוווידינס. סקען עס אריין און עטעטש עס.

אליצפן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:06 pm

· #179642
א דאנק. כ'האב נישט געוואוסט אז מ'קען דאס טון אנליין.
איך האב נישט קיין סקענער, דו מיינסט אז א פיקטשער פון דער צעטל וועט אויך ארבעטן?

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:49 pm

· #179654
יא.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:39 pm

· #179665
אויסדרייען פון כאפן א טיקעט
איך האלט צופעליג אז איינער וואס איז דאבל פארקט אויף דרייצין האט זיך ערליך פארדינט א טיקיט, אין די מיטערס פארשטיי איך אויך בעצם, ווייל אנדריש קומען די ארבייטער פון געשעפט אין פארקן דארט פארן טאג אין דערנאך קען מען ווייב נישט ספענדען מיין לעצטע פרוטה.

נאר מיין רוגזה איז אז אין נוא יארק איז פארהאן 35,000 פאליציי אין 34,000 זענען אויף די דרייצינטע עוו. אין ווארטען ארויף צו טאנצן אויף א קרבן.
דער גראבע שווארצע אנגעריסענע שיקצה ממש שמייכלט זיך אונטער ווען זי שרייבט א טיקעט כאילו איינער האט יעצט פרעפויזט צו זי.

ווען זיי שטעלען צו שיינע גאסן איז איין זאך אבער די גאסן אין בארא פארק איז ערגער ווי א סדום נאכן ווערן איבערגעדרייט. די בעסטע ראלערקאוסטער קען זיך שעמען פאר אונזער גאסען.

על כן וויל איך דא מגלה זיין אפאר די וועגען אויסצונארען די סיסטעם.

1. אינדרויסען פון מיין הויז האב איך א פאמף, טאמער טרעף איך נישט קיין פארקינג (פארשטייט זיך נאך סירקלען צען מינוט) איז די פאמף מיין ספאט. איי מקען כאפן א טיקעט?
איך נעם א אלטע מיטער טיקיט מיטן שרייעדיגן ארענד'ז ענוועלאף איך לייג עס ארויף אויף די פענצעטער כאילו כיהאב הערשט געכאפט א טיקיט, די פאלציי גייט זיך נישט אפשטעלען ארויס קומען פונעם קאר קוקן טאמער די טיקעט איז א אלטע (ארבייט ביי מיר)

2. איך קויף נישט קיין מאני מיטער טיקיעט קיינמאל. איך זעה כ'האב געכאפט א טיקעט גיי איך צום נעקסטע קאר אין כאף א בילד פון זיין טיקעט אין דער בילד געב איך אריין אנליין. ארבייט א מחיה
(איך פיהל אייזן נאך אזא מעשה, נישט אז כ'האב מיך געשפארט א קוואדער, נאר אז כ'האב צו געפאכעט ביל דיבלאזיע)

3. טאמער ווייס איך אז איך דארף זיין אויף דרייצין א גאנצע טאג קויף איך א מאני-מיטער לאמער זאגן צען אינדערפרי, דער מאני-מיטער טיקעט לייג איך אריין אין טאש. ס'איז א וודאי איך גיי כאפן א טיקעט ביז עלעף אזייגער, אויף דעים איז נישט קיין פראבלעים כ'האב א מאני-מיטער טיקעט, אין די איבריגע 5 שעה וואס איך בין דארט געפארקט גייט מיך דער פאלציי נישט געבן א טיקעט ווייל כהאב שוין געכאפט איינס.

sefish » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:25 pm

· #179677
שטילע אינגערמאן


1. אינדרויסען פון מיין הויז האב איך א פאמף, טאמער טרעף איך נישט קיין פארקינג (פארשטייט זיך נאך סירקלען צען מינוט) איז די פאמף מיין ספאט. איי מקען כאפן א טיקעט?
איך נעם א אלטע מיטער טיקיט מיטן שרייעדיגן ארענד'ז ענוועלאף איך לייג עס ארויף אויף די פענצעטער כאילו כיהאב הערשט געכאפט א טיקיט, די פאלציי גייט זיך נישט אפשטעלען ארויס קומען פונעם קאר קוקן טאמער די טיקעט איז א אלטע (ארבייט ביי מיר)

די וואס גייען ארום צופיס קוקן יא איבער ווען דיין טיקעט איז געגעבן געווארן און זיי שרייבן נייע טיקעטס!
מיין עקספיריענס

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:29 pm

· #179679
געווענדליך די וואס גיין ארום, גיין נאר אויפן עוו, נישט אויפן סטריט. גראדע אפאר וואכן צירוק געטוען אזוי איבער שבת אין ב"ה אלס אדורך בשלום

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:12 pm

· #179694
1. איז ריסקי אזויווי sefish שרייבט.
2. איז א געוואלדיגע אויסטרעף.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 6, 2014 12:49 pm

· #194875
סיעט בעלט טיקעט איז points?

sefish » זונטאג אפריל 6, 2014 12:52 pm

· #194876
פאר אן עדאלט ניין

דריידל » זונטאג אפריל 6, 2014 12:57 pm

· #194878
איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

sefish » זונטאג אפריל 6, 2014 1:04 pm

· #194883
ער מוז נישט האבן קיין לייסענס צו באקומען א טיקעט

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 6, 2014 1:30 pm

· #194888
דריידל
איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

בדידי הוה עובדא און דער פעסענשער האט באקומען די טיקעט.

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 6:37 pm

· #194940
דריידל
איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

איך וואלט עם נישט געגעבן א היטש.
אז איך נעם דיר אין מיין קאר זיי מוחל אין לכל הפחות פאלג מיך בנוגע א סיט בעלט

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 18, 2014 2:05 pm

· #196371
א סיעט בעלט טיקעט לוינט זיך צי פליעדן גילטי וויבאלד סאיז נאר געלט נישט קיין פוינטס?
כהאב גערעט צי א לויער זאגט ער אז אפי' סאיז נישט קיין פוינטס גייט עס זיין אויף מיין רעקארד.
האט דאס עפעס אן עפעקט אויף מיין אינשארנס?

hotel » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:52 pm

· #197811
I got a ticket for making a turn without signaling does anyone have experiance on that
בלאט: 1 2 3 4 5