☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!

האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16217

צקון לחש » דינסטאג מאי 23, 2023 1:36 pm

· #525800
האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!
אידן האפן און ווארטן און גלייבן און לעכצן,
נאך גוטס, הייליגקייט, לויטערקייט, נאנטקייט און לעכטיגקייט

עולם הבא, משיח, גן עדן, עולם התיקון,
ס'וועט זיין קלאר, ס'וועט זיין גוט, ס'וועט זיין הייליג

בעצם דאס גאנצע רעליגיעזע געפירעכץ איז צו צושטאנד ברענגן אן אידיאליסטישע מציאות,
מיר לייגן ארויף נאך א שטיין און נאך א שטיין, ווי די קינדער פון חדר און סקול ווייסן שוין

וועט א ציניקער זאגן, נו, דאס אדער יענץ זענען נישט במציאות
אפשר וועט דאס אדער יענץ קיינמאל נישט צושטאנד קומען

וויל איך זאגן, נו, איז וואס האט דאס מיט מיין [קינד'ס] האפן און גלויבן
דאס עצם האפן און אימעזשענען איז דאך א מציאות פון גוטס!!

קיינער קען נישט זאגן אז גן עדן עקזיסטירט אפשר נישט, בו בעת וואס מענטשן אימעזשענען עס טאג איין טאג אויס,
ואשרי חלקם בזה ובבא

ס'דא א געוואליגע בוך מיט'ן נאמען Anne Of Green Gables ווי די גיבורה, אן ארעמע יתומה, איז פארנומען צו אימעזשענען אלע גוטע זאכן וואס זי חלומ'ט זיך נאר,
און דאס האט מיר אויסגעלערנט אט דאס: די כח פון דמיון און האפענונג!

זה ה' קיווינו לו,
איך קען מיך נישט זעהן באסטן דעם באבל פאר מיינע קינדער, מיט מיין צינישע פילאזאפיע,

און איך אליין, ווי געשמאק איז מיר צו פארברענגן מיט מיינע חברים און זיך מתחבר זיין צו זייערע האפענונג,
א בחינה ווי דער סאציעליסט ברויך וויכטיג דאס געלט פון דעם קעפיטאליסט, והא בלא הא אי אפשר

***
זייענדיג א פאלויער פון א געוויסע חשוב'ע אידענע (Sara Silverman) האט מיין יוטיוב פיד מיר פריער געפיטערט א שיינע ווידיאו ווי זי רופט אויף א חשוב'ע ראש הקהל (Bernie Sanders) ביי איינע פון זיינע ראליס מיט יארן צוריק,
זי רופט אים "פרעזידענט בערני" און די עולם דמיון'ט פון אן עולם שכולו טוב, מען אפעלעדירט און קלאטשט, און איך, אום מאי פון 2023 אנשטאט צו טראכטן נעבעך אויף זיי, ס'איז געווען א בלויזע דמיון, טראכט איך פארקערט, ווי א וואונדערליכע מאמענט פון גוטע פרייליכע דמיון!!
און איך בין לכבוד דעם נתעורר געווארן צו מיטטיילן די פאר שורות מיט מיינע קאלעגע אידעלעך, והנה הם לפניכם... א דאנק

***
איך דערמאן זיך פון אן אשכול דא אין שטיבל וואס איז דן צו אריסטו, למשל, איז געווען א חכם, לויט ווי מיר ווייסן היינט אז ער האט זיך שטארק טועה געווען אין אסאך זאכן, וויל איך זאגן כהמשך להנ"ל, אוודאי איז ער געווען א חכם, זיין תענוג החכמה איז דאך געווען אויף א געוואלדיגע אופן, און דאס קען מען נישט צונעמען פון אים!...

שמן למאור » דינסטאג מאי 23, 2023 2:10 pm

· #525803
דערמאנסט מיר פון די אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=8754

צקון לחש » דינסטאג מאי 23, 2023 2:38 pm

· #525807
שמן למאור
דערמאנסט מיר פון די אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=8754
אבער האפענונג איז סאך שטערקער ווי א פיזישע קא-עקזיסטינג וועלט!

צקון לחש » דינסטאג מאי 23, 2023 10:46 pm

· #525866
.
📎 FB_IMG_1684895999424.jpg

שערי יושר » דינסטאג מאי 23, 2023 11:11 pm

· #525870
Re: האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!
צקון לחש

קיינער קען נישט זאגן אז גן עדן עקזיסטירט אפשר נישט, בו בעת וואס מענטשן אימעזשענען עס טאג איין טאג אויס,
עס עקזיסטירט אבער נאר אין זייער דמיון (לויט דעי טעאריע)

צקון לחש » דינסטאג מאי 23, 2023 11:55 pm

· #525880
שערי יושר
צקון לחש

קיינער קען נישט זאגן אז גן עדן עקזיסטירט אפשר נישט, בו בעת וואס מענטשן אימעזשענען עס טאג איין טאג אויס,
עס עקזיסטירט אבער נאר אין זייער דמיון (לויט דעי טעאריע)
זהו אז דו אנדער-עסטימעיטס דמיון

שערי יושר » מיטוואך מאי 24, 2023 12:18 am

· #525892
Re: האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!
דעמאלטס פארשטיי איך נישט, וואס קען זיין דמיון מער ווי דמיונות?

חתן בחור » מיטוואך מאי 24, 2023 12:23 am

· #525894
Re: האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 24, 2023 1:44 am

· #525924
א מענטש אן קיין האפענונג אז סגייט ווערן בעסער קען כמעט נישט אנגיין
טויש די וועג וויאזוי דו טראכסט, טראכט פאזיטיוו מיינט האב האפענונג
האפענונג געבט כח, חיזוק, אויף אנצוגיין
נאך קיינמאל געהערט אז איינער וואס דארף ענערדזשי אנצוגיין ווייטער גייט אויף א פילאזאפישע ויכוח מיט @מי אני
האפענונג איז טאקע געוואלדיג און כח הדמיון וויאזוי זאכן גייען ווערן בעסער אויך

אבער לדעתי דאס וואס דו שרייבסט גן עדן מיט לעכצן פאר רוחניות איז א חלק פון דעם, אויף דעם בין איך מחולק, סהאט נישט קיין שייכות צו האפענונג אדער צו כח הדמיון, אויב איינער זעט עפעס נאך אייאוואסקא איז עס אויך א דמיון? חוץ אויב דו טענה׳סט סנישטא אזא זאך ווי שפירן עפעס העכערס בכלל
און אויב איז עס טאקע א דמיון דאן קען מען אויך נישט לעבן אן דמיונות…

צקון לחש » מיטוואך מאי 24, 2023 10:10 am

· #525967
שערי יושר
דעמאלטס פארשטיי איך נישט, וואס קען זיין דמיון מער ווי דמיונות?
ברשותך, וברשות @ערנסטגערעדט;
"גן עדן" ביי מיר אין קאפ איז א קאוד צו א עולם שכולו טוב, העכער ווי מרחב און זמן, און איך וואלט דאס געדארפט מדגיש זיין פריער.
ווי אויך, איך קום נישט דא דן זיין אין די "פאקטישע מציאות" (וואטעווער דאס קען מיינען) פון סיי וואספארא זאך.
נאר באופן כללי (ווי דערמאנט אין ערנסטגערעדט'ס הודעה) איז רעליגיע / אידישקייט / פילאזאפיע א-ניהליסטי (וכל שום וחניכא דאית ליה) אן ענין פון האפענונג אויף אידיאליזם, ווי למשל א מצב פון איש תחת גפנו ונצבה שגל לימינו / א מצב פון לויטער מאראל און קדושה און שמחה / א מצב פון לויטער קלארקייט און חכמה / א מצב פון לויטער צוגעבינדעקייט און השגה אין מחיה החיים וכו' וכו'
דא עקא, אז אידן וואס זענען פארכאפט אין די נעץ פון רעשאנאליזם, אדער בלויז אביסל באקאנט מיט היסטאריע, קענען האבן א פראבלעם, און אוועקמאכן כל מיני ציפיות און תקוות וואס שמעקן שטארק צו זיין טאקע בלויזע האפענונג...
צו דעם קום איך זאגן אז בלויזע האפענונג איז גארנישט אזוי בלויז... די בריאה פון האפענונג איז מגלם אין זיך אלע גוטע זאכן אינאיינעם, און דאס איז וואס מיר טוען אלץ אידן, מיר האפן און האפן און האפן, און ס'איז פונקט גוט אזוי.

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 24, 2023 11:08 am

· #525975