☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף

כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16181

צקון לחש » דינסטאג מאי 16, 2023 6:08 pm

· #524844
כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=16172&view=unread#p524653

טובי' מאיר ניימאנן מיינט גוט,
ווען דו רעדסט צו אים קענסטו נישט בלייבן גלייכגילטיג,
און ער איז טאקע גרייט צו ליידן דאס האס פונעם היימישע אידנטום (וואס אפילו אייוועלט לאזט דורך!),
ממש מסירות נפש,
פאר צובראכענע נשמות, אלמנות און יתומים,
דאס הארץ צוגייט... אבער!
די ציבור שרייט עד כאן, און מיט רעכט.

נישט יעדע פראבלעם האט א סעלושען,
נישט יעדע אלמנה קען מען העלפן,
ליידער!
און עס איז נישט קיין סתירה,
איך מעג רחמנות האבן אויף די אלמנה, און בו בעת קלאגן טובי' מאיר אין געריכט, פארוואס? ווייל ס'איז דא א וועג וויאזוי זאכן ארבעטן,
און מען קען נישט, און מען טאר נישט זיך קריגן מיט די נארמאלע מציאות!

איך מיין אז דאס איז דברים פשוטים, כאטש נישט גרינג צו פארדייען; וואס קען מען טוהן, ס'איז אן אכזריות'דיגע וועלט.

און אין אמת'ן איז דער טמ"נ קרייסיס א דוגמא צו די דעספרעט צוגאנג וואס אונז זענען ליידער צו שטארק געוואוינט דערצו, למשל, דאס הארץ גייט אויס פאר דעם טאטע וואס זיין לעצט ביסל חיות איז פון זיין תורה'דיגע מעמד בתוככי הקהילה, און דעריבער וועלן מיר, אלץ רחמנות אויס, שטיצן די שידוך וואס ער טוט ארויפצווינגען אויף זיין קינד; מיר וועלן איינשפארן בחורים אין ישיבות אלץ רחמנות אויף זייערע עלטערן, און די ליסט איז לאנג און גרויס, כללו של דבר, אומבאלאנסירטע רחמנות האט נישט קיין מקום אין א ציוויליזירטע מציאות, ס'איז זייער פיינפול, אבער מען דארף זיך לערנען צו לעבן געזונט, מיט באלאנסירטע געפיהלן, אינקלודינג פיינע ריינע רחמנות.

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 16, 2023 7:40 pm

· #524864
על ענוותנותו של ר' צדוק(?) חרבה עירינו וחרב בית מקדשינו.
צי א גיטער טאר מען נישט זיין זיכער נישט אויפן חשבון פון אנעדערע.

איך האף נאר א דעי צעטיל איז טאקע אמת און געט נישט קיין פאלשע האפענונג פארן עולם.

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 8:54 pm

· #524877
איך ווייס נישט פארוואס די רעכנסט נישט אריין אלס א חלק פון די 'נארמאלע וועלט' - איין צודרייטע טמ"נ, ווי @קהל'ס נער זאגט, א ציבור אן קיין עקסרעמיסטן איז ווי טשאלנט אן זאלץ, הוא הדין כאן איז לכאו' דאס א חלק פון די קהילה.

און אה"נ באמת וואלט איך אפשר נישט געמעגט דא אריינרעדן ווייל ב"ה מיין נומער איז נישט אויף זיין ליסטע, כן יעזור השי"ת הלאה, ובמילא פיל איך נישט ווי די געשטערטע פילן, אבער מצד שני פילן ענק נישט (hopefully!) וואס די אלמנות יתומים ועגונות וואס ווערן געהאלפן פיהלן.

כשלעצמי וואלט איך קיינמאל נישט געשטיצט וואס ער טוט אלס'ן עצם איידיע, אבער כ'וואלט פונקט אזוי מורא געהאט צו צושטערן אזא חסד אפאראט. (לאו דוקא אז די ד"ת וועט עס צושטערן, די געדאנק שבו).

קל וחומר » דינסטאג מאי 16, 2023 9:07 pm

· #524882
Re: כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
דערמאנט זיך מיר א מעשה פון יארן צוריק ווען אלס בחור'ל איז מיר אויסגעקומען צו גיין אויף די וויליאמסבורג באס, איז דארט געזעסן אויף דעם דרייער זיץ וואס לויפט פאראלעל צום באס א בחור'ל און אויף די אנדערע צוויי זיצן א ריזיג גרויס באשעפעניש וואס איז ווארשיינליך געפארן צו המספיק אפיס זיך זעטיגן אביסל דאס הונגעריג מאגן זיינעם וואס האט שוין מסתמא נישט געזען קיין עסן פאר א גוטע צען פופצן מינוט, עכ"פ, איז ארויפגעקומען נאך איינער אויפן באס און דאס גרויס באשעפעניש האט מרוב טובו געוואלט אים מאכן פלאץ... האט ער נישט מער און נישט ווייניגער כמעט געמאכט א הרוג מירון סיטואציע מיט דעם בחור'ל.
והמשתין יכין.

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:09 pm

· #524883
ווען דער פריש ארויפגעקומענער איז אן אלטער איד 5 מינוט פארן כאפן א הארץ אטאקע וואלט די משל נאך אלס געשטימט?
והמשתין יברך אשר יצר.

קל וחומר » דינסטאג מאי 16, 2023 9:12 pm

· #524888
Re: כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
ווען הצלה לויפט אויף א קאל צו ראטעווען איינעם זאלן זיי איבערטרעטן אפאר מענטשן אויפן וועג אויב קומט מען אן שנעלער אזוי.
ויברך בכוונה גדולה

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:25 pm

· #524895
די ביסט איבערגעטרעטן געווארן???
ומפליא לעשות...

קל וחומר » דינסטאג מאי 16, 2023 9:28 pm

· #524897
Re: כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
ניין, און די אלמנה האט נישט געכאפט קיין הארץ אטאקע.

ויבדוק נקביו שנית.

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:39 pm

· #524901
מן הסתם נישט, אבער א נערוון בראך מסתם יא.

עניוועי אונז האלט מיר שוין ביים צווייטן הקפה כ'מיין אבער די נקודה איז קלאר.

בת קול » דינסטאג מאי 16, 2023 10:08 pm

· #524902
זאל ער נאר נישט געוואונען, ווייל דערנאך וועלן זיך די קאלס דאפלן און טריפלן.

כניאק » דינסטאג מאי 16, 2023 11:45 pm

· #524914
Re: כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
איינער קען קאנפירמיען אז ער העלפט איינעם?

אין מיין עקספיריענס מיט א נאנטע קרוב א עכטע רחמנותדיגע יתום וואס מהאט געדארפט חתונה מאכן, און מהאט נישט געקענט באקומען קיין פעני פון אים.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 16, 2023 11:54 pm

· #524917
מתבודד
כ'וואלט פונקט אזוי מורא געהאט צו צושטערן אזא חסד אפאראט.
איך ווייס נישט אויב איינער וויל צושטערן זיין חסד אפאראט. מען וויל נאר האבן די מעגליכקייט זיך אראפצוסיינען פון זיין ליסטע. מען רעדט פון מענטשן וואס שטיצן אים עניוועי נישט.

איך אויך » מיטוואך מאי 17, 2023 3:15 am

· #524930
בראקען טעלעפאן אשכול?

איך הער.. » מיטוואך מאי 17, 2023 12:10 pm

· #524968
Re: כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף
זיי מיר מוחל הרב איך אויך, איך פארשטיי די ביסט דא פון די זקני ה'שטיבל און וויל ח"ו נישט מזלזל זיין און דיין כבוד, אבער קיינער צווינגט דיר נישט צי ליינען דעם אשכל, דא איז דא אידן וואס ווילן אביסל ליפטערן זייער מחשבת, כ'זע באמת נישט דיין פראבלעם