טובי' מאיר ניימאן ווערט גערופען צו דין תורה
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16172
טובי' מאיר ניימאן ווערט גערופען צו דין תורה
טובי' מאיר ניימאן איז פאר יעדעם וואויל באקאנט מיט זיינע ראבא קאללס פאר געלט פאר זיינע פארשידענע צוועקן, און אראפצוגיין פין זיין קאלל ליסטע שטעלט זיך ארויס צו זיין שווערער ווי מען מיינט.
זעט אויס אז ער איבערגעצויגן דעם שטריקל, און יעצט ווערט ער גערופן צו דין תורה ביי אברהם רובין אין מרדכי פירטה, אין א קלעסס עקשאן. על כל פנים אזוי שרייבן זיי.
האט איינער מער פרטים?
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230515/45d2da08c5e22af648173b83e755d6ce.jpgשמעקט פאלש.
וואס מאכט דיך טראכטן אזוי?
נאך וואספארא פרטים דארפסטו, שטייט אלעס קלאר ארויסגעשריבען אויף דעם צעטל.
*
אבער דער כותב דער איז אייזן, שרייבט נויעח מיט 18 גרייזן, דאס דארף זיין א עמטליכער בריוו פון א סד"ד, ביי הרה"ג ר' איצא ז"ל וואלט אזאנס נישט פארגעקומען.
הציבור החרוב.... [אפשר איז דאס נישט קיין טייפא]
ועוד
פארוואס זאל דאס נישט זיין א געהעריגע דין תורה ?
א פערפעקט חושן משפט שערוריה.
האפענטליך איז דאס יא א דין תורה, וואס וועט אפשר זיגן, וועט דאס אפשר אראפשטעלן א פרעסעדנז אז גבאי צדקה מזיקים דארפן געבן דין וחשבון.
קען זיין מ'וועט נישט צוגעבן געלט פאר די תובעים על העבר ווייל ס'שווער צו קנס'נען, אבער ס'וועט קלאר שטעלן אז ער איז א מזיק על להבא.
[ציטאט אראפגענומען]
די צוויי נעמען זענען אין די עסקנים טוענים ביזנעס?
וואלווי
די צוויי נעמען זענען אין די עסקנים טוענים ביזנעס?
יאא!! ביג טיים
אינגערמאנטשיקלשמעקט פאלש.
כ'ווייס נישט פאלש. אומלאגיש, זיכער...!
ועוד כמה ראיות אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א קאנספיראציע.
ערשטנס איז נישט דא אזא מושג אין הלכה ווי "קלעס עקשאן". צווייטנס. אויב שוין יא ברענגען אן הלכה'דיגע קלאגע. האבן דען די דיינים פן בי"ד נישט געטראפן דעם ריכטיגן נאמען פאר די ד"ת אין הלכה אליינס? זיי דארפן (דען) אנקומען צו ענגלישע ווערטער צו דעפינירן א דין תורה?!
דריטנס: די ספעללינג פאסט פאר אן עם הארץ און בור. נישט פאר דיינים. אדער א ספרא דדייני.
עכ"פ. ס'איז א גוט שפיצל. דורך אמאטארישע עקטארס...!
ר' בערל, איך קען נישט גלייבן אז דו האסט פארגעסן ארייצושליידערן א ווארט איבער איצא שייגעץ...
שמעקעדיג: דיו ביסט זייער קיוט. פאר די וועלכע האבן ליעב דיינע שטיקלעך. נאר אפשר לאזסטו דאך שוין א ביסל מנוחה. דו ביסט נאר דא להרע ולא להיטיב. אמאל איז פארהאן א מענטש וואס ער איז אויף ביידע. מהיכי תיתי. אבער דיינע שטיק זענען שוין לאנג איבער די מאס (אפילו פאר דיר).ס'פשוט שאין הדעת סובלתן. אזא "בכבודד'דיגער איד", א בדחן און תלמיד חכם.
איך מיין אז ס'איז שוין די העכסטע צייט אז דו זאלסט (א ביסל) אויפהערן מיט דיינע שטיק. וכבודך במקומו מונח (דארט וואו ס'איז אייביג געווען).
I really know where you're coming from. But still. It's way over the top.
נ.ב.: אויב די ענגליש איז צו שווער פאר דיר קען איך עס דיר איבערטייטשן אויף
אונגאריש...!
און ביטע שיק מיר נישט קיין פריוואטע אדער פאבליק הודעות. וואספארא גוטער פריינט דו ביסט מיר. ייש"כ למפריע. (ניין. מיט א חירי"ק)
טובי מאיר ניימאן ווערט גערופען צי דין תורה,
.
קינות גירושין.
דו קומסט דא אריין נאך 8 יאר, און דו לאזט אונז איבער מיט א פינטל?!?!
אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר. מצד אחד א מחאה נמרצה אויפן בזיון (המת..) פון כבוד מורינו שמעקעדיג שליט"א. און מצד שני כיבוד זקנים, און זיידי גייט שעלטן קללות נמרצות... ממילא בלייב איך שטיל.
יין שרף: וואו האסטו געזעהן (אדער געהערט) זיידי שעלטן קללות נמרצות? אפשר נאך א פאר גלעזעלעך יין שרף דאכטציך דיר פארשידענע זאכן שלא היו ולא נבראו...!
ס'האט אמאל געדאוונט ביי אונז אין ביהמ"ד (געווען מיין שכן אין ביהמ"ד) אן אלטער איד קרוב צו א בן מאה לאורך ימים ונשים. זאגט ער מיר אמאל אז ער האט זייער גוטע אויערן... האביך איהם געענטפערט אז ער האט אזעלכע גוטע אויערן און ער הערט אפילו זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט...!
טמ"נ גנב'ט צייט און רואיגקייט, עס איז א די"ת ושאלה אין או"ח, נישט אין חו"מ.
גאלדמאן: ס'איז אפשר א שאלה אין יו"ד. (כ'ווייס נישט וואו). אבער נישט אין חושן משפט.
ועוד: איך פערזענליך בין אינגאנצן נישט געשטערט פון זיינע ראבא-קאללס. אפשר ווייל מיין לעבן איז אזוי שטארק באורינג אז איך פריי מיך צו א יעדן פאון קאלל. אפילו פון טובי' מאיר ...לאל..
מיין איינציגע שאלה איז נאר אויב אלעס וואס ער זאגט איז אמת. ווייל אויב יא. איז ער דער צדיק הדור. אפשר טאקע... ער איז פערזענליך א שטארק געליטענער מענטש. נישט געהאט קיין קינדער א סאך יארן. און אנדערע פגעי הזמן. די פעדעראלע רעגירונג האטציך אויך פארלייגט אויף איהם און גערודפ'ט.
קוקט טאקע אויס פאלש, אבער די איידיע געפעלט מיר.
אולי יחוס וועט איינער אדער עטליכע זיך נעמען צו זיינע ביינער און אים טאקע ריפן צו דין תורה.
נאך א פראבלעם, די ענגליש מיט די אידיש שטימט נישט, מ'רעדט פון די ערשטע הזמנה אדער פון די צווייטע?
די צעטיל איז לעדזישט כפי ידיעתי, קיין פרטים קען איך נישט.
מכסה לשפניםנאך א פראבלעם, די ענגליש מיט די אידיש שטימט נישט, מ'רעדט פון די ערשטע הזמנה אדער פון די צווייטע?
דאס איז אפשר די איינציגסטע עכטע דיסקרעפענסי. אבער דאס קען אויך זיין א קאט/פעיסט טעות פון די ערשטע הזמנה וכדו'
די לשונות האבן צו טוהן מיט ספרא דדיינא, ס'איז לאו דוקא אן אינדיקעישאן אויף אמיתת הדין ודברים, און פרעגט גארנישט אפ.
יעך האב שוין געזיצען ביי דין תורות [נישט אלס תובע ונתבע... וואס מיינע אויגן האבן שוין מיטגעהאלטן וועל איך אפשר דערציילען ביי מילתא דבדיחותא...]
זיי לייגן געווענטליך א גרויסע דגוש אויף די פערפעשינלוזים
דער ספרא דדיינא קען אמאל בעסער שרייבן ווי דער ראש בית דין אליין
כ'ווינדער זיך ווי אזוי א בי"ד קען ארויסגעבען אזא פארפאטשקעטע צעפליקטע צעטל
?טוען or a דיין are you a
?room before and after we are there בי"ד what's going on in a
אפשר בין איך גאר ספרא דדיינא? 😃
עכ"פ אויב דו גייסט אין דין תורה
גיי צו א בי"ד וואס דו ביסט האָקט אָפּ מיט זיי
און בעיקר נעם א טוען וואס איז אויכעט האָקט אָפּ מיט זיי
ותצליח 😃
ביי איין דין תורה האט די טוען געזאגט צום ראש בי"ד: איך קען דאך קלאר זאגן אז איר זענט מורי ורבי!!! וכו'
שטייצעך די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען
אויב ס'איז נוגע קען מען זיך פארבינדען אין אישי
אנטשולדיגט פארן פארפארען..
איך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז די צוויי אידן הנ"ל (פירטה און רובין) האבן פרובירט צו גיין צו עטליכע בתי דינים, אבער מען האט דארט נישט אנגענומען זייער בקשה.
שעפטאל
ביי איין דין תורה האט די טוען געזאגט צום ראש בי"ד: איך קען דאך קלאר זאגן אז איר זענט מורי ורבי!!! וכו'
שטייצעך די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען..
איז דאס נישט קאנסידערט שוחד דברים?
berlbalagulehשמעקעדיג: דיו ביסט זייער קיוט. פאר די וועלכע האבן ליעב דיינע שטיקלעך. נאר אפשר לאזסטו דאך שוין א ביסל מנוחה. דו ביסט נאר דא להרע ולא להיטיב. אמאל איז פארהאן א מענטש וואס ער איז אויף ביידע. מהיכי תיתי. אבער דיינע שטיק זענען שוין לאנג איבער די מאס (אפילו פאר דיר).ס'פשוט שאין הדעת סובלתן. אזא "בכבודד'דיגער איד", א בדחן און תלמיד חכם.
איך מיין אז ס'איז שוין די העכסטע צייט אז דו זאלסט (א ביסל) אויפהערן מיט דיינע שטיק. וכבודך במקומו מונח (דארט וואו ס'איז אייביג געווען).
I really know where you're coming from. But still. It's way over the top.
נ.ב.: אויב די ענגליש איז צו שווער פאר דיר קען איך עס דיר איבערטייטשן אויף
אונגאריש...!
און ביטע שיק מיר נישט קיין פריוואטע אדער פאבליק הודעות. וואספארא גוטער פריינט דו ביסט מיר. ייש"כ למפריע. (ניין. מיט א חירי"ק)
ר' בערל, איך האב פרובירט מאכן א וויץ, געמיינט האב איך אז איר וועט זיך קוילערן פאר געלעכטער און שיעור אראפפאלן פון בענקל אז אייער שכן וועט כמעט קומען צו לויפן, אזוי ווי ער קומט אסאך מאל שיעור צו לויפן. איי געסס מיין וויץ איז געווען אומגעלונגען, אדער גאר האט איר פונקט געהאט א אומגעלונגענע סאפפער?
אלענפאלס טוב לשמוע גערת חכם, איך בין מקבל נזיפה פון אייך, איך האף צו ווערן בעסער כאטש איך קען נישט צוזאגן... אזא אכלתי ואוכל עוד מענטאליטעט. מ'העמיר זיך איבערבעטן ערב יוכ"פ.
שמעקעדיג שעפטאל
ביי איין דין תורה האט די טוען געזאגט צום ראש בי"ד: איך קען דאך קלאר זאגן אז איר זענט מורי ורבי!!! וכו'
שטייצעך די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען..
איז דאס נישט קאנסידערט שוחד דברים?
ממש דעס מיין איך
אבער רבותי! ח"ו נישט מהרר זיין נאך אונזערע רבנים
שעפטאלממש דעס מיין איך
אבער רבותי! ח"ו נישט מהרר זיין נאך אונזערע רבנים
נעה, ח"ו
דער קירש בית דין איז איין גרויסע דזשאק, עס האט מיט בעלסקי בערך ווי די זאלונים האבן מיט די אהרונים, אדער בערך ווי יאשקע האט מיט די קריסטען ַ
שמעקעדיגאיך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז די צוויי אידן הנ"ל (פירטה און רובין) האבן פרובירט צו גיין צו עטליכע בתי דינים, אבער מען האט דארט נישט אנגענומען זייער בקשה.
מיט אזא ליגנער קען מען נישט גיין און דין תורה אין די עולם השקר, איינער דארף אים רופן צו דין תורה אין עולם האמת.
עולם האמת
נא?!?!?!?!!? וואס איז די פראבלעם?? לאמיר אים אריינברענגען אהער אין קאווע שטיבל. דא איז דאך עולם האמת ממש!! אן קיין נגיעות און פאליטישע אנשויונגען. יעדער האט אן אפען הארץ און אפען פעדער (מקלדת) לאמיר צאמזעצן א מושב בית דין דאהי. פארשטייטסעך מוועט סערווירן ווארמע קאווע און לאמיר עס דן זיין.
בנוגע דיינים.
געהערט נאך א וויכטיגע נקודה:
די דיינים חנפנ'ן זיך צו די טוענים זיי צו ברענגן ביזנעס.
אלזא מאכט זיכער מ'גייט צו בי"ד וואס דיין טוען וויל
ווער עס וויל נאך פרטים איבער היינטיגע דין תורה'ס זאל אויפזיכן די אשכול פון קינדליין vs הונדערט.
Re: טובי' מאיר ניימאן ווערט גערופען צו דין תורה
שעפטאלגעהערט נאך א וויכטיגע נקודה:
די דיינים חנפנ'ן זיך צו די טוענים זיי צו ברענגן ביזנעס.
אלזא מאכט זיכער מ'גייט צו בי"ד וואס דיין טוען וויל
נאך בעסער איז אז מען טרעט בכלל נישט אין די בלאטע, איינמאל מען שרייבט אונטער אויף זייערע צעטלען קענסטו זיך רייסן די האר פון קאפ און עס וועט דיר נישט העלפן.
פרנס החודש שעפטאלגעהערט נאך א וויכטיגע נקודה:
די דיינים חנפנ'ן זיך צו די טוענים זיי צו ברענגן ביזנעס.
אלזא מאכט זיכער מ'גייט צו בי"ד וואס דיין טוען וויל
נאך בעסער איז אז מען טרעט בכלל נישט אין די בלאטע, איינמאל מען שרייבט אונטער אויף זייערע צעטלען קענסטו זיך רייסן די האר פון קאפ און עס וועט דיר נישט העלפן.
נאר קארט איז בעסער?
אבטח ולא אפחד פרנס החודש שעפטאלגעהערט נאך א וויכטיגע נקודה:
די דיינים חנפנ'ן זיך צו די טוענים זיי צו ברענגן ביזנעס.
אלזא מאכט זיכער מ'גייט צו בי"ד וואס דיין טוען וויל
נאך בעסער איז אז מען טרעט בכלל נישט אין די בלאטע, איינמאל מען שרייבט אונטער אויף זייערע צעטלען קענסטו זיך רייסן די האר פון קאפ און עס וועט דיר נישט העלפן.
נאר קארט איז בעסער?
קארט איז בעסער? אסאך אסאך אסאך בעסער!
קיין פארגלייך!
בית דין איז money making machine in the name of god
דער גוטער בעל עגלה מאכט זיכער נישט אריינצוגיין אין די בלאטע .
מאך זיכער צו נעמען א לויער בעפאר די שותפות, דיעל, וכדו' אלע פרטים ופרטי פרטים שאי אפשר לפרטם דארפן ווערן דורך געטראכט און אויסגעשריבן קלאר [אהן א גוטע לויער העסטו ניט חלומען וואס מ'דארף אלס נעמען אין באטראכט]
אויב נישט איז עס א זיכערע דין תורה-קארט (קרעדיט. גאטליב. ריעל עסטעיט קורס)
האב א לויער וואס גייט דורך אלעס וואס די פארקויפסט, סערוויסט, כדי קיינער זאל דיך נישט קענען סָאין, אדער טוה נאר ביזנעס מיט די היימישע וואס סָאין קומט זיי נישט אין באטראכט
האב א קעמרא אין דיין אפיס, ארבעט וכו'. [אבער שטייצעך. נישט אין ביה"כ.. פרעגט @צוזאמגעדרייט פארוואס..]
און האב נאר חתונה מיט איינעם וואס איז גענוג נארמאל זיך צו קענען גט'ן אהן קיין דין תורות-קארט. אויב ס'איז חלילה נוגע, זיץ מיט איר איידעלערהייט און מאך זיכער זי זעהט ווי שטארק דו פיהלסט פאר איר, נאר אז גט'ן איז יא אמאל די עצה.. זיי מודיע קלאר אז דו גייסט נישט בארעדן און באשמיצן אויב זיי וועלען נישט. און אז דו וועסט געבען א גט ווען זי איז גרייט.]
איך הער א רומער אז עס איז דא א עיקול אקעגן זיינע ראבא קאללס?
פרנס החודש שעפטאלגעהערט נאך א וויכטיגע נקודה:
די דיינים חנפנ'ן זיך צו די טוענים זיי צו ברענגן ביזנעס.
אלזא מאכט זיכער מ'גייט צו בי"ד וואס דיין טוען וויל
נאך בעסער איז אז מען טרעט בכלל נישט אין די בלאטע, איינמאל מען שרייבט אונטער אויף זייערע צעטלען קענסטו זיך רייסן די האר פון קאפ און עס וועט דיר נישט העלפן.
שרייב נישט אינטיר קיין שטרי בירורין, און 1. בית דין האט נישט קיין וועג צי אינפארסן זייער פסק 2. בית דין קען דיך נישט צווינגען צי באצאלן די בית דין קאסטן און זיי גייען נישט מאכן קיין געלט אויף דיך.
ווי נאר דעיס געשעהט זעהן זיי אז ס׳איז א שאד די צייט און זאגן פארן תובע אז ער האט נישט קיין טשענס.
איך האב גערעדט צו טובי' מאיר, ס'איז אמת די בריוו פון בית דין.. און ער האט גענומן א טוען ווי איך פארשטיי.
איך פארשטיי נישט די גאנצע תביעה, טויבי' מאיר קען זאגן אז ער נעמט אראפ זייער נומבערס פון די ליסט, און זייער טענה איז אויס. חוץ אויב זיי בעטן פארגיטוגונגס געלטער....
אינטערסאנטעראיך פארשטיי נישט די גאנצע תביעה, טויבי' מאיר קען זאגן אז ער נעמט אראפ זייער נומבערס פון די ליסט, און זייער טענה איז אויס. חוץ אויב זיי בעטן פארגיטוגונגס געלטער....
ער נעמט אבער נישט אראפ, רופט יעדען טאג מיט א פרישע נומבער.
למעשה איז דא עפעס ממשות אין די גאנצע ד"ת נייעס, אדער עס איז נאר א פאלשע שמועה?
ווער איז טובים מאיר'ס טוען איך קען נישט פטור ווערן פון זיינע ראבא קאללס
מעכטיגאוןטיכטיגאיך האב גערעדט צו טובי' מאיר, ס'איז אמת די בריוו פון בית דין.. און ער האט גענומן א טוען ווי איך פארשטיי.
נא איז דא עפעס נייעס?
ס'מיר וויכטיג צו וויסן...