☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?

וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16178

שווארצע אדיסי » מאנטאג מאי 15, 2023 11:48 pm

· #524738
וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?

ס'באדערט מיין ווייב און כ'גלייב ס'מאכט די קוואליטעט פון מיין שלאף שוואכער.

איך רייכען די לעצטע פאר יאר, בערך א יאר+ צוריק בין איך אריבער צו וועיפן. בערך צוויי-דריי וואכן צוריק האב איך אינגאנצען גע'קוויט צו וועיפן, און לויט ווי מיין ווייב זאגסטו איז עס געווארן סך ערגער.

ס'האט שייכות?

בכל אופן, איז דא עפעס וואס מען קען טוהן?

א דאנק.

שלמה המלך » דינסטאג מאי 16, 2023 12:32 am

· #524746
שנארכען האט נישט מיט רייכערען קיין סך
עס האט מיט וואג, אויסגעמיטשעטקייט
סליפ עפניע וכדו'
רייכער ווייטער רואיג - אויב עס שטערט נישט ערגעץ אנדערש
ושכבת וערבה שנתיך

הקורא » דינסטאג מאי 16, 2023 12:47 am

· #524748
איך האב געליטן פון דעם, איך האב פארלוירן וואג און עס איז פארשווינדען

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 12:50 am

· #524749
קען זיין ביסט אפשר פשוט אביסל פארקילט אין די לעצטע פאר וואכן?

שווארצע אדיסי » דינסטאג מאי 16, 2023 6:48 am

· #524778
שלמה המלך
שנארכען האט נישט מיט רייכערען קיין סך
עס האט מיט וואג, אויסגעמיטשעטקייט
סליפ עפניע וכדו'
רייכער ווייטער רואיג - אויב עס שטערט נישט ערגעץ אנדערש
ושכבת וערבה שנתיך
כ'האב נישט גע'קוויט וועגן שנארכען בכלל ס'איז פשוט געווען זייער מאדנע אז ס'געווארן ערגער לעצטענס. קא-אינדסידענטס.

שווארצע אדיסי » דינסטאג מאי 16, 2023 6:49 am

· #524779
הקורא
איך האב געליטן פון דעם, איך האב פארלוירן וואג און עס איז פארשווינדען
קען יא טעל מי מאאר?

וויסאך פונט? אוז עסנאינגאנצען אוועק?

שווארצע אדיסי » דינסטאג מאי 16, 2023 6:50 am

· #524780
מתבודד
קען זיין ביסט אפשר פשוט אביסל פארקילט אין די לעצטע פאר וואכן?
נאופ.

ביבער » דינסטאג מאי 16, 2023 10:20 am

· #524791
יעצט איז עללערדזשי סיזען, מיר מאכט עס יעדעס יאר שנארכען.

שווארצע אדיסי » דינסטאג מאי 16, 2023 12:55 pm

· #524802
ביבער
יעצט איז עללערדזשי סיזען, מיר מאכט עס יעדעס יאר שנארכען.
איך האב נישט קיין שום עלערזשי סימטעמס

ערענסטער פארשוין » דינסטאג מאי 16, 2023 1:15 pm

· #524807
מאך א Sleep Study

אוהב ספרים » דינסטאג מאי 16, 2023 1:25 pm

· #524809
א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט

לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט

הרב שיף » מיטוואך מאי 17, 2023 6:43 pm

· #525035
אזווי אלע זאגען פארלירן וואג, סליפ סטאדי, און כלערליי כלים וואס מען עדווערטייזט אז עס העלפט.

איך נוץ אויער שטאפיקעס.

ערענסטער פארשוין » מיטוואך מאי 17, 2023 7:44 pm

· #525044
אוהב ספרים
א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט

לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט
דו מיינסט מיט א CPAP מאשין, נישט oxygen

שושן פורים » מיטוואך מאי 17, 2023 8:18 pm

· #525048
נישט אייביג האט עס מיטן רייכערן אבער אסאך מאל יא.

ניקאטין שוואכט אפ די מוסקלען וואס קען פאראורזאכן אז בשעת'ן שלאפן זאל די אפגעווייעכטע טישו גענצליך אדער האלבוועגס פארמאכן די לופט רערן ביים האלז.

עס קען פונקט אזוי קומען פון איבערוואגיגקייט און פאר אסאך מענטשן איז עס גענעטיש.

אמאל איז די איינציגסטע זאך וואס האט עכט געארבעט געווען א סי פעפ מאשין. היינט צוטאגס איז שוין דא אסאך אנדערע עף די עי אפראווד מיטלען. איינע פון די מערסט פאפולערע איז א דענטאל דעווייס אזוי ווי ריטעינערס פון ברעיסעס וואס מען לייגט אריין אין מויל פארן גיין שלאפן און דאס האלט די ציינער אין פאזע ווי די לופט רערן בלייבן אפן. אויך איז דא א כלי וואס מאכט געוויסע עקסערסייזעס מיט די צונג וואס פארשטערקערט די מוסקלען. סוירדזשעריס איז אויך פארהאן מינים ומינים שונים.

די ערשטע סטעפ איז זיכער צו גיין צו א דאקטער און ווערן דיאגניזירט.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 17, 2023 9:41 pm

· #525057
ערענסטער פארשוין
אוהב ספרים
א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט

לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט
דו מיינסט מיט א CPAP מאשין, נישט oxygen
זיכער: ווייל אקסיג'ען האט חסרונות אויך. ס'טרוקנט אויס די האלז. און געבן די נישט ריכטיגע מאס אקסיג'ן קען ברענגען מער שאדן ווי נוצן.

צוקוועטשטע איילבירטן » דינסטאג אפריל 9, 2024 7:56 pm

· #558526
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
אמאל קען זיין אז שלאפן אויף די רוקן קען עס אויך מאכן, אזוי האב איך באמערקט אויף מיר

כספי » דינסטאג אפריל 9, 2024 8:51 pm

· #558537
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
פארוואס אבער שטייט אין דרויסן אז דער מנהל האט געפנט די אשכול, און ס'איז בלוי, און ווען איך דרוק אויף דעם קומט עס אן צו אדעסי'ס פראפייל?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2024 1:19 am

· #558564
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
שוין אפאר מאל באמערקט, אויב א נייע ניק (א בלויע, מיט אונטער 25 תגובות) עפנט א אשכול און א מנהל/אחראי טוישט עפעס דערינען, ווערט עס נקראת על שמו.

איינע פון די מערערע באגס אויפן סייט וואס מען דארף פאררעכטן, אי"ה.

צוריק צום שנארכען אישו...
מפי השמועה איז כנ"ל, אפפאלן וואג איז די בעסטע - כאטש שווערסטע - סאלושען.

עבד ה' » פרייטאג אפריל 12, 2024 2:23 pm

· #558992
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
געהאט די פראבלעים געגאנגען צו עפעס א דענטיסט און פלעטבוש געמאכט די סליפ עפניא טעסט און געגעבן עפעס וואס מ'דארף לייגן אויף די ציינער ביינאכט און עס איז ב''ה אוועק געגאנגן

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 6:49 pm

· #559035
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
איינער איז געגאנגען צום דאקטער אז ער שנארכעטסט און די גערודער לאזט אים נישט שלאפן, האט ער אים געזאגט פארדעם דארפסטו נאך נישט קיין דאקטער ס'איז דא א פושוטע עיצה, ,גיי שלאפט אין די דערנעבענדיגע רום

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג אפריל 14, 2024 9:36 pm

· #559179
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
דערמאנט מיר א מעשה, א אידענע איז געקומען צו בית דין מיט א טענה אז איר מאן שנארכעט צו הויעך און עס שטערט זייער איר מנוחה און איר שלאף און אויב ס’בעסערט זיך נישט וויל זי א גט פיטורין,
האט בעזדן איר געענפערט הערט אויס מיר קענען נישט פסק'ענען ווילאנג ס’איז נישטא עדות אדער עוועדענץ לפנינו, זיי מוחל דאס קומענדיגע מאל ווען דיין מאן לייגט זיך ברענג אריין אין חדר המטות א ריקארדער און דאס נעקסטע מאל קום צום בעזדן מיט די ריקארדינג,
אקעי די פרוי קומט צו גיין אין בית-דין שטיבל מיט די ריקארדינג בידי’, און מען צינדט עס אן און והנה אמת נכון הדבר מען הערט קולות פונעם מאן ווי ער שנארכעטץ,
און נאך עטליכע מינוט הערענדיג דעם מאנ’ס שלאף-חזנות, הייבט מען אן הערן נאך שטערקערע קולות און דינערן אזש אז דאס בית דין טישל האט זיך געשאקלט... די דיינים פרעגן ס’פרוי וואס און ווער איז דאס? זאגט זי: כ’ווייס נישט - ווייל ביי די דאזיגע קולות בין איך שוין געשלאפן....

מוסר השכל: דער פראבלעם הייבט זיך געווענליך אן ביי דער וואס קאמפלעינט...

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 1:58 pm

· #564423
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
שמחהלע קאפשטיק #

דאס איז א מוראדיגע מעשה. דער מענטש הערט נישט זיך אליינס. געוואלדיגע מוסר השכל.

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 2:03 pm

· #564424
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
האלטער #

למעשה לויט דעם איז דא א בעסערע עצה ווי גיין צו בית דין. זאל מען אויף איין נאכט מאן און ווייב גיין שלאפן אין באזונדערע צימערן, יעדער זאל לייגן לעבן בעט א ריקארדער, צופרי זאל יעדער הערן זיין אייגענע רעקארדינג, און אוי וועט זיך דער שלום בית שטעלין אויפן פלאץ.