☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16162

הרב שיף » מיטוואך מאי 10, 2023 11:15 am

· #524243
משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
משה מארגערעטען אין א אינטערוויא מיט קול מבשר, פארציילט איבער א נייע פלאץ פון עסקנות, צו לאביאירן פאר א ביל צו קלאסעפיצירן אינפערטילעטי אלס א מחלה, און ממילא וועלען אינשורענס קאמפעניס זיין מחויב דאס צו באצאלען.

ער קומט יעצט ארויס מיט א קאמפיין צו שאפען געלט פאר לויערס לאביאיסטן וכדומה.

די שריט איז באגריסט געווארען דורך בוני עולם, ביי זייער מסע הבונים גיי צו 2:14 גיי צו 2:14

אויב די ביל וועט דורך גיין וועט דאס שפארען פאר אידען וואס ווארטען אויף קינדער, אוצרות פון געלט, און ווי אויך וועט בוני עולם קענען העלפען מער אידען.

איי וועלט האט געמאכט א מצב די לעצטע וואך צייט אנציענדיג דעם עולם איבער א מהפכה, וואס די מטרה דערפון איז געווען צו שאפען געלט פאר דעם.

די קאמפיין גייט לייו ר"ח סיון.

קורקלענד » מיטוואך מאי 10, 2023 2:26 pm

· #524249
בוני עולם וועט קענען אויפהערן מיט די גרויסע דינערס. טא, זיי וועל שוין נישט דארפן שאפן אזעלכע געלטער....

הרב שיף » מיטוואך מאי 10, 2023 2:31 pm

· #524250
קורקלענד
בוני עולם וועט קענען אויפהערן מיט די גרויסע דינערס. טא, זיי וועל שוין נישט דארפן שאפן אזעלכע געלטער....
איך מיין אז גייט נישט כאפען קיין חילוק פאר בוני עולם, נאר פאר די קאפעלס, דאס הייסט עס איז דא גענוג קאפעלס וואס בוני עולם העלפט זיי נישט היינט צוטאגס, און אויב זיי וועלען האבען דאס געלט וועלען זיי יא קענן און ווילן העלפן.

אינטערוויא

גאלדמאן » מיטוואך מאי 10, 2023 2:39 pm

· #524252
קורקלענד
בוני עולם וועט קענען אויפהערן מיט די גרויסע דינערס. טא, זיי וועל שוין נישט דארפן שאפן אזעלכע געלטער....
יא, רב טוב האט שוין אויך אפגעשפארט זייער ארגענעזאציע.

נאר א ווערטל, נישט קיין דימיון צווישן די צווי ארג.

שפילער » פרייטאג מאי 12, 2023 12:38 am

· #524374
אנבעליוועבעל אויב אזא ביל גייט אדורך נישט ממש פארשפארן ווייל rccs צאלט אינשורענס און דאך דארפן זיי שווערע געלטער

nespresso » מאנטאג מאי 15, 2023 8:39 pm

· #524683
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
📎 1ca90d2b-c3f4-479d-b6e8-7be2d738c57e.jpg בוני עולם מיט א בריוו פארן קאמפיין

Hashemschild » מיטוואך מאי 17, 2023 11:05 pm

· #525069
הרב שיף
קורקלענד
בוני עולם וועט קענען אויפהערן מיט די גרויסע דינערס. טא, זיי וועל שוין נישט דארפן שאפן אזעלכע געלטער....
איך מיין אז גייט נישט כאפען קיין חילוק פאר בוני עולם, נאר פאר די קאפעלס, דאס הייסט עס איז דא גענוג קאפעלס וואס בוני עולם העלפט זיי נישט היינט צוטאגס, און אויב זיי וועלען האבען דאס געלט וועלען זיי יא קענן און ווילן העלפן.

אינטערוויא
זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?

בת קול » מיטוואך מאי 17, 2023 11:51 pm

· #525076
Hashemschild
זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
בוני עולם געבט אסאך הלוואות. על פי רוב דארף מען זיי צוריקצאלן.

ווי אויך טיילן זיי איין פאר מענטשן וועלכע פראצעדור צו מאכן, אפילו אויב א פארפאלק האט געוואלט געלט פאר עפעס אנדערש.
זיי לאזן נאר ניצן זייערע אייגענע רבנים. זיי נעמען נישט אן קיין היתרים פון אנדערע.

למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:23 am

· #525085
Hashemschild
זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט בוני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
דאכט זיך אז זיי געבן נאר אויף א ערשטע קינד, אבער נישט מער. עפעס אזוי.
בת קול
ס'זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.
אויף יעדע ארגאניזאציע וואס סערווירט א גרויסע עולם וועלן זיין אנגעווייטאגטע. עס איז נישט מעגליך יעדן צו פליעזן גענוי ווי אזוי זיי ווילן.
די ארגאניזאציע איז קיינעם גארנישט שולדיג (הגם נישט ממש אויב זיי מאכן קאמפיינס ביים עולם און נוצן ציבור'ישע געלטער).
אזוי ארבעט עס ביי אונז, ווילאנג עס איז נישט פאראן קיין ארגאניזאציע וועט מען קלאגן, איינמאל עס איז שוין יא דא, וועט מען... ווייטער קלאגן.

בת קול » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:40 am

· #525107
ס'איז מער אז זיי זענען נישט אפען מיטן עולם.
זיי פארריפן זיך אלץ די רעטער פאר מענטשן וואס קענען נישט האבן קיין קינדער, און זענען נישט אפען מיטן ציבור אז זיי זענען פשוט א גמ"ח, און אז זיי זאגן אפ אסאך אסאך קאפלס.

עי טיים איז אסאך מער ארענטליך און סענסיטיוו צו זייערע קליענטן.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:45 am

· #525114
קומט א גרויסע איווענט דעם זונטאג אין סטעמפארט קאנעטיקעט פאר אלע רעיזערס און עסקני צדק מיט די באטייליגונג פון העסקן הנמרץ למען הכלל והפראסק רבי טעדי קרוז, און נאך הויכראנגיגע פאליטיקאנטן.

גייט זיין צו פרעסן, אזוי אויך נגינה דורך ליפא און שירה באגלייט מיט א קינדער קווייער.

ווייסט מען שוין ווי די ערשטע מיליאן גייט

גאלדמאן » דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:21 pm

· #525122
היכי דמי
קומט א גרויסע איווענט דעם זונטאג אין סטעמפארט קאנעטיקעט פאר אלע רעיזערס און עסקני צדק מיט די באטייליגונג פון העסקן הנמרץ למען הכלל והפראסק רבי טעדי קרוז, און נאך הויכראנגיגע פאליטיקאנטן.

גייט זיין צו פרעסן, אזוי אויך נגינה דורך ליפא און שירה באגלייט מיט א קינדער קווייער.

ווייסט מען שוין ווי די ערשטע מיליאן גייט
איך סופארט דיין תגובה, מען דארף פרעגן און פארלאנגן ענטפערס, כספי צדקה אינו הפקר און די ארג זאל בארעכטיגן די איווענט.

גאלדמאן » דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:33 pm

· #525123
[ציטאט אראפגענומען]
בוני עולם צאלט עס יא, שוין געווען צוויי אדער דריי קינדער מיט די יוטערעס טרענספלענט מהלך, און מיט די שטיצע פון די חשוב'סטע רבנים,
בערך א יאר צירוק ביי די סקיט מיט הערטיזש סילווער האט בוני עולם אליינס גערעדט דערפון ברמז אז עס איז דא א נייע מהלך וואס קאסט בערך 200K א טריטמענט.

הרב שיף » דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:24 pm

· #525129
איך וויל נישט אריין גיין און בוני עולם ווס עי טיים, וויבאלד זיי ביידע העלפן, ב"ה איך בין געווען אינוואלווד און ביידע ארגענזאציעס, מיט משפחה וואס ארבטן ביי ביידע, איך בין די וואס הערט די לשון הרע איינע אויף די צווייטע, בוני עולם קען אויך בארגן (נישט בוני עולם אבער שלמה באכנער פריוואט קען בארגען), אבער וואס די ארגענזאציע טוט איז זי "גיבט" געלט, און גרויס געלד. און עי טיים איז אפען? אבער וואס זיי טוען איז גיבען בהמה פלייש ביי א שבתון, און גיבן השגחה, אבער די מיסאינפארמאציע דא איז א לעסען פאר לייף.

כשרות איז נישט די נושא בכלל, זיי האבען נאכנישט געגיבען א דיים פאר די טרענספלענט ווייל זיי האבען נישט קיין איבריגע דיים.

נעמן קרעדיט קאסט נישט קיין געלד.

די רבנים פון בוני עולם לאזן כמעט אלעס די דארפסט ברענגען א צעטל פון דיין לאקאלע דיין, דאס וואס זיי צאלען נישט לוינט טאקע נישט צו מאכן.

הרב שיף » דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:26 pm

· #525131
📎 IMG-20230516-WA0083.jpg

בת קול » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:12 pm

· #525148
[ציטאט אראפגענומען]
די ערשטע טראנספלאנט ביי א בעלזא ווייבל.

בת קול » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:14 pm

· #525149
גאלדמאן
[ציטאט אראפגענומען]
בוני עולם צאלט עס יא, שוין געווען צוויי אדער דריי קינדער מיט די יוטערעס טרענספלענט מהלך, און מיט די שטיצע פון די חשוב'סטע רבנים,
בערך א יאר צירוק ביי די סקיט מיט הערטיזש סילווער האט בוני עולם אליינס גערעדט דערפון ברמז אז עס איז דא א נייע מהלך וואס קאסט בערך 200K א טריטמענט.

די ערשטע האבן זיי נישט באצאלט און געמאכט א טראסק ווי כאילו זיי האבן עפעס געהאלפן.
עס איז געווען גלייך איידער די קאמפיין, און דערנאך האבן זיי מחליט געווען יא צו העלפן 8 קאפלס מיט דעם מהלך, אויב עס קומט אריין עקסטער געלט.

תרמב » פרייטאג מאי 19, 2023 11:03 am

· #525292
בת קול
Hashemschild
זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
בוני עולם געבט אסאך הלוואות. על פי רוב דארף מען זיי צוריקצאלן.

ווי אויך טיילן זיי איין פאר מענטשן וועלכע פראצעדור צו מאכן, אפילו אויב א פארפאלק האט געוואלט געלט פאר עפעס אנדערש.
זיי לאזן נאר ניצן זייערע אייגענע רבנים. זיי נעמען נישט אן קיין היתרים פון אנדערע.

למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.
ס'איז נישט מעגליך אז אן ארגענעזאציע זאל העלפן יעדע אינפערטיליטי פראבלעם וואס ס'מאכט זיך ביי יעדע מענטש אינעם חרדישע קאמיוניטי, במילא מוזן זיי פריאריטיזירן וועם צו געבן און וועם נישט, ס'איז זייער פארשטענדליך וועם זיי פריאריטיזירן, איינער וואס מוטשעט זיך צו האבן זיין ערשטע איז פאר איינער וואס מוטשעט זיך צו האבן זיין צווייטע, און איינער וואס מאכט אונטער אכציג טויזנט דאלער א יאר איז פאר איינער וואס מאכט צוויי הונדערט טויזנט א יאר.

בוני עולם האט געמאכט א פראגראם צו בארגן געלט פאר מענטשן וואס ווילן האבן זייער צווייטע קינד, פאר די ערשטע קינד בארגן זיי נישט, זיי געבן! זיי שרייבן אויס טשעקס פאר דאקטורים, זיי בעטן אנפאנג טעקס ריטורן צו וויסן וויפיל געלט די קאפל מאכט, אבער שפעטער קוקט מען נישט אזוי אויף דעם.

יעצט בנוגע די יוטערעס טרענספלענט האב איך געהערט אז זיי האבן מורא געהאט צו געבן געלט ווילאנג זיי האבן געוויסט אז די זאך קען סוקסידן, מיטן חשבון אז ס'איז צופיל געלט צו ריסקן פאר א איינצעלנע טריעטמענט וואס מ'האט נאך נישט קיין געהעריגע רעקארד, יעצט האסטו א מוראדיגע קשיא פארוואס האבן זיי גענומען קרעדיט ווען זיי האבן נישט געגעבן קיין געלט, ס'איז א געוואלדיגע קשיא, קענסט אויך פרעגן די איד פארוואס זיי נעמען קרעדיט אויף די סוקסעס אין מירון לג בעומר...

דיין פארגלייך מיט עיטיים פארשטיי איך נישט פונקטלעך ווייל זיי זענען אין א אנדערע ליין אינגאנצן, זיי טוען אנדערע זאכן, זיי געבן נישט קיין געלט בכלל, זיי טוען זייער חשובע זאכן אבער נישט דאס, אפשר אין לאנדאן יא, און אגב עיטיים האט אויך גענומען קרעדיט אויף די טרענספלענט...

דיין טענה בנוגע היתרים פון רבנים, בוני עולם האט באקומען זייער אסאך היץ פון ר' חיים לייב כץ, זינט דאן בעטן זיי אפיציעל א צעטל פון א רב, און זיי שטעלן זיך נישט צו שטארק דערויף, און זיי געבן נישט קיין געלט פאר זאכן וואס זענען נישט אנגענומען ביי די חרדישע וועלט, לכאו' ווייל ער וואלט נישט געקענט פאנדרעיזן קיין פעני ביים פרומען עולם ווען ער צאלט ווען דאנאר ספערם וואס איז גע'אסרט דורך סאטמאר'ע רבי זצל.

ביי דע וועי, אז מ'רעדט שוין, איך האב א פעיזש ביי די צדק קאמפיין, איך וויל עס נישט ארויסלייגן ווייל ס'שטייט דארט מיין נאמען, אבער אז איינער וויל געבן געלט זאל מיר זאגן און איך וועל שיקן די לינק.

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:10 am

· #551395
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:12 am

· #551396
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62369&start=250

אלע צוזאמען » מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:40 am

· #551403
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62369&start=250
Which is the truth.

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:42 am

· #551404
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
אלע צוזאמען #
היכי דמי #
אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62369&start=250
Which is the truth.
מאכט נישט קיין סענס עפעס.
ווייסט ווי סאך ישי בעט?

אלע צוזאמען » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:05 am

· #551407
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
אלע צוזאמען #
היכי דמי #
אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62369&start=250
Which is the truth.
מאכט נישט קיין סענס עפעס.
ווייסט ווי סאך ישי בעט?
סא ס’נישט אמת ווייל ס’מאכט נישט קיין סענס.....

נאך א מיינונג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:08 am

· #551409
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
מיר דארפן מוחה זיין בכל התוקף אויף די לשון הרע וואס איינער שרייבט דא קעגן בוני עולם.

זיי געבן יא געלט! איך, און אסאך אנדערע, האבן באקומן געלט פון זיי, ביז די ערשטע קינד איז געבוירן געווארן. קיין התירים האב איך נישט געדארפט האבן, ממילא ווייס איך נישט וועגן דעם, אבער פארוואס וואלטן זיי געווען ראנג טאמער זיי פאלגן זייער רבנים?

אה אה! איינער האט געטראפן א פראבלעם! אז זיי האבן מפרסם געווען עפעס וועגן א טריעטמענט, און זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט! פשיאאאא! פאר דעם ווערט אן ארגאניזאציע פסול?

און לעומת זה לויבט זי אויס עי-טיים, ווי קיינער ווייסט נישט ווי די געלט גייט, קיינער ווייסט נישט פארוואס דארפן זיי א גרינם דיים, און מאכן פורים פון גאנץ ש"ס איין מאל א יאר.

היום » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:49 am

· #551411
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
With all the respect.
אחדשה"ט באה"ר
איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס דארף מען איינס אוועקמאכן אויב סופפארט מען אדער מען באקומט סופפארט אדער סערוויסעס פונעם צווייטן?

היום » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:58 am

· #551413
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
איך ווייס אז עס נישט (נאר) דו.
די פראבלעם איז ליידער ביים מקור, פון די הויכע פענסטערס פון דיע אורג.
איך קען ליידער אפאר וואס מיטשענען זיך, ווארטן שוין א שיינע פאר יאר.
זיי ניצן טאקע הילף פון ביידע, אבער די סענסיטיוויקייט וואס זיי דארף האבן נישט צו פארציילן וואס זיי באקומען ביים צווייטן, כדי צו נישט אויפרעגן דיע חברה אויף זיך, איז א שיין שטיקל קאפ וויי.
Sad

נייעסריפארטער » מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:01 am

· #551414
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
מאיר מרדכי בערקאוויטש האט זיך אבער געוויצלט מיט אברעמעל ער זאל ח"ו נישט זינגען עלה קטן... 😛

מילך טראק » מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:15 am

· #551424
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
איך גלייב נישט די לשון הרע

מילך טראק » מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:25 am

· #551429
Re:
גאלדמאן #
[ציטאט אראפגענומען]
בוני עולם צאלט עס יא, שוין געווען צוויי אדער דריי קינדער מיט די יוטערעס טרענספלענט מהלך, און מיט די שטיצע פון די חשוב'סטע רבנים,
בערך א יאר צירוק ביי די סקיט מיט הערטיזש סילווער האט בוני עולם אליינס גערעדט דערפון ברמז אז עס איז דא א נייע מהלך וואס קאסט בערך 200K א טריטמענט.
ס'איז דא סברות לכאן ולכאן
ב"ע פארוואס זאלן זיי צאלן פאר איין קאפעל 200k ווען מיט די געלט קענען זיי צאלן פאר 10 אנדערע קאפעלס

די קאפעל: אונז ווארט מיר שוין לענגער ווי יעדן דאס איז די איינציגסטע האפענונג נאך א פאר יאר פארפאסן מיר די געלעגנהייט פאר אייביג פארוואס זאלן מיר נישט האבן קיין טשאנסן , פארוואס זאל די געלט ענדערשט גיין פאר 22 יעריגע קאפעלס,

איך מיין אז קיינער לייקענט נישט אז זיי העלפן קאפעלס, נאר די טענות איז אויף די וועג וויאזוי זיי טיילן די געלט,

אגב זיי צאלן טאקע נאר פאר די ערשטע קינד אבער געווענליך קען מען מיט 1 טריטימנט האבן אפאר קינדער

א נייגעריגע קאטשקע » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:52 pm

· #551531
Re:
בת קול #
Hashemschild
זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
בוני עולם געבט אסאך הלוואות. על פי רוב דארף מען זיי צוריקצאלן.

ווי אויך טיילן זיי איין פאר מענטשן וועלכע פראצעדור צו מאכן, אפילו אויב א פארפאלק האט געוואלט געלט פאר עפעס אנדערש.
זיי לאזן נאר ניצן זייערע אייגענע רבנים. זיי נעמען נישט אן קיין היתרים פון אנדערע.

למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

איך קען די ערשטע קאפל וואס האט געהאט דעי טרענספלענט די מען האט געלט ער האט עס אליין געצאלט

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:11 pm

· #551541
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז הרב חיים אהרן אונגער דיין ביי מהר"א אין וומ"ס האט נעכטן גערעדט ביים שבע ברכות און ער איז די הויפט דיין ביי עי טיים.

היום » דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:49 am

· #551562
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
[ציטאט אראפגענומען]

לפי ידיעתי, איז דער חילוק פון דעי צוויי אביסל בעקדעיטעד.

דהיינו, אז (צוליב געוויסע סיבות…) היינטיגע צייטן - לעצטע יאר צוויי בערך, האט זיך עי.טיים אריינגעריקט און העלפן אויך מיט געלט, הגם אז נישט אזוי דייריקט ווי ב"ע, אבער יא מיט עצה, הלוואות, פיינענסינג.
אזוי אויך בוני עולם, איז שוין טיף אין די סופפארט ליין, מיט אווענטס, גרופס, get always, וכדו'.

וואס איז געוואלדיג אז די קאפלס האבן מער אפציעס וואו צי גיין און פון וואו זיך אנצופילן,
די פראבלעם איז נאר ווי פריער דערמאנט, די בייזע רוח וואס לויפן צווישן די צוויי.
איז ווען מען רייסט זיך ארום אויף דאוינערס און נדבנים אויפן גאס, אדער אויף קרעדיט פאר געוויסע סוקסעס, נו, נישט געפערליך, די ווייטאג איז אבער אז די מקבלים זענען די וואס דארפן טרעטן אויף רויע אייער צווישן די צוויי, אויפן גוטן פאל, ודי בזה.

אתרוגים » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:43 am

· #551594
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
יוש, שרעקליכע עבירה דעיס...
ירידת הדורות אויף א שרעקליכן פארנעם.

האלאו, עטס ווייסטס אז א ריזן חלק פון כלל רעדט די שפראך??
געפעלט יא געפעלט נישט מען ווישט זיך ס'נאניע און מען גייט ווייטער

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:59 am

· #551601
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
אין סאטמאר איז דא אידן וואס דאס טוט זיי באמת באנג.

nespresso » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:29 pm

· #551697
Re:
בת קול #
למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:36 pm

· #551699
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
ביטע נישט רעדן פון די פרטים דא...
מען וועט נאך אריבערפירן די אשכול צו מאחורי...

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:11 pm

· #552004
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
היכי דמי #
אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62369&start=250
אלעס אויסגעמעקט איי וועלט בתפארתו

בת קול » זונטאג מערץ 3, 2024 10:45 pm

· #552592
Re: Re:
nespresso #
בת קול #
למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען
קען זיין היינט איז אנדערש.
ביי די ערשטע טרענספלענט האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו.

מילך טראק » זונטאג מערץ 3, 2024 10:49 pm

· #552593
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
עפעס גערעדט היינט דערוועגן ביי די שאסאטון?

חיי עולם » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:27 am

· #554530
Re: Re:
בת קול #
nespresso #
בת קול #
למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען
קען זיין היינט איז אנדערש.
ביי די ערשטע טרענספלענט האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו.

אוודאי אנהייב האבן זיי נישט געוואלט אריין לייגן קיין געלט מיט אסאך תירוצים, אבער נאכן זעהן סוקסעס האבן זיי פארשטייט זיך גענומען קרעדיט... און אנגעהויבן באצאלן א חלק פון די קאסטן פאר אנדערע

אברהם שנית מן השמים » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:07 am

· #554866
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
אויף דעם אינגל וואס אעז געבוירן און ארץ ישראל ביי די 87 אעז אויך בוני עולם אחראי?

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:14 pm

· #562210
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
איך האב לעצטענס באמערקט אז עס איז דא צענדעליגער אנדערע אידישע ארגאניזאציעס וואס לאביערן פאר די אינפערטיליטי ביל שוין לאנג בעפאר צדק איז אריין דערין. אזוי אויך אסאך נישט אידישע ארגאניזאציעס.

הדסה וואס איז א פרייע אידישע פרויען געזונטהייט ארגאניזאציע קאמפיינט שוין דערפאר כאטש פון 2019 און זיי האבן אריינגעמישט צענדעליגער אנדערע ארגאניזאציעס.

https://my.hadassah.org/news-stories/advocacy-update-820.html

https://www.hadassah.org/press-release/hadassah-and-nineteen-other-jewish-organizations-call-on-congress-to-address-disparities-in-infertility-awareness-research-and-services

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מאי 14, 2024 5:17 pm

· #562212
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
ממש די זעלבע זאך? (כ'פרעג ווייל איך ווייס נישט)

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:31 pm

· #562219
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
קוקט אויס אזוי פון די ביסל וואס איך האב געליינט.

געדאנקן » דינסטאג מאי 14, 2024 7:19 pm

· #562238
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
וואס איז די ביל פאר? פאר IVF? אדער פאר נאך זאכן?

יקנהז » דינסטאג מאי 14, 2024 7:49 pm

· #562241
Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל
געדאנקן #
וואס איז די ביל פאר? פאר IDF? אדער פאר נאך זאכן?
וואו קומט גאר די צה"ל אריין אין בילד דא??...
(איר מיינט לכאו' איי.ווי.עף, ווי איך פארשטיי איז עס בעיקר אויף דעם זינט דאס איז די מערסט קאממען טריעטמענט וואס פארפעלקער דארפן צוקומען דערצו)