☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?

דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16146

קטלא קניא » דאנערשטאג מאי 4, 2023 6:41 pm

· #523787
דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
דאס קעפל האב איך נישט אויסגעטראכט נאר עס איז א שאלה למעשה אין קובץ עץ חיים, פסח תשפ"ג. איך שטעל דער אשכול דא אין געזעלשאפט און נישט אין "תורה און מחשבה" אדער אין "ספרים און ביכער" ווייל איך וויל דא נישט דן זיין דער הלכה נאר דער שגעון פון אפירנעמען שאלות נישט נאר ווען זיי זענען אן קיין זינען נאר אפילו ווען זיי זענען מיאוס און פארעקלען יעדער נארמאלער מענטש.

די שאלה איז צי מ'מעג דאווענען אז א גוי איבער וועם מ'האט א לעבנס פארזיכערונגס (לייף אינשורענס) פאליסי זאל שטארבן. לאמיר לייגן אין א זייט דער גאנצער האנדל אין די פאליסיס וואס אחב"י לייגן זיך דערין אריין ווייל מ'ציט זיי נישט אויף צו קיין אומנות און מענטשליכע און בכבוד'דיגע פאכן. די שאלה איז אבער ווען מ'האט שוין אזא פאליסי צי מ'מעג דאווענען אז דער גוי וועמענס לעבן איז פארזיכערט זאל שטארבן.

איך פערזענליך ווייס די תשובה איידער אפילו איך זאג ברכת התורה און איך דארף עס נישט נאכקוקן. און אפילו ווען מ'זאל מיר ווייזן פארקערט ווי איך האלט וועל איך אויך נישט טוישן מיין מיינונג. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז מ'דאוונט נישט אז מענטשן זאלן שטארבן אויסער אין אויסטערלישע פעלער ווי א רשע אדער איינער וואס ליידט פון שרעקליכע יסורים און האט נישט קיין האפענונג. האב איך אבער א דעת בעל הבית און דעת תורה מוז דאך זיין פארקערט. און אזוי איז טאקע למעשה.

דער קרית יואל'ער הרב שפילמאן וואס איז דער שואל און דער חוקר פון דער שאלה טוט דורך דעם ענין בטוב טעם און פירט אויס להיתר מיט אן אייזענער ראיה פון ברכת ולמלשינים וואו מ'זאגט וכל המינים כרגע יאבדו. הייסט עס לדבריו אז דער גוי וועמענס לעבן איז פארזיכערט, וואס האט דיר קיינמאל נישט געטשעפעט, וואס זיינע שטייערן האלטן אויס דיין קרית יואל און שערי חמלה, וועמנס זיידעס האבן מעגליך באפרייט דיינע עלטערן פון דער לאגער, און וואס איז א חלק פון דיין מדינה וואס האט דיר אדער דיינע עלטערן אריינגעלאזט, און פון דער מדינה וואו דו ציסט אויף דיינע קינדער מער ווייניגער בשלום ובשלוה, אזא איינער האט גאר א דין פון א מין. און ממילא כדי אז דו זאלסט האבן אויף שבת צו מאכן און אויף חתונה צו מאכן מעגסטו דאווענען אז ער זאל שטארבן. פארוואס? ווייל דו האסט געזאגט נעשה ונשמע און דו זאגסט דאך חסד שבחסד נאכ'ן סדר איז דאך אוודאי אז חייך קודמין און ער מוז פאר דיינעטוועגן זיך לייגן און בייגן.

דאס אליין וואלט אויך נישט געווען אזוי געפערליך, און מ'האט שוין געהערט פון א ת"ח שאין בו דעת, כאטש ס'וואלט נאך אלץ געווען א קשיא אויפ'ן עורך פון קובץ עץ חיים, וואס אלגעמיין איז עס א לייטישער קונטרס, אז ער האט געהאלטן אז אזא מאמר איז חומר ראוי לעלות על שולחן מלכים. האט רב שפילמאן אבער אוועקגעשיקט זיין קאפשטיק צו דריי פראמינענטע רבנים מיט אפאר מליצות אז זיי זאלן צו אים מסכים זיין.

האב איך געקלערט אז אפשר ביי זיי ליגט יא אביסל חכמת התורה און זיי וועלן אים ענטעפרן, ר' איד, האקט א צווייטן אין טשייניק און טאמער פארשטייט איר נישט אליין די תשובה, זייט מוחל, מאכט צו דער גמרא ווייל די תורה איז נישט קיין קרדום לחפור און דאווענען איז לחיים ולא למות. בין איך אבער נישט קיין מבין. ווידעראמאל מיין דעת בעל הבית.

די שאלה איז געגאנגען צו ר' יוחנן וואזנער פון סקווירא, מאנטרעאל, ר' שמאי גראס פון בעלז, א"י, און ר' מיכל שטיינמעטץ פון סקווירא ב"פ. ביי די ערשטע צוויי איז עס געווען א דבר פשוט און ר' שמאי האט נאך צוגעלייגט אפאר קללות, און ר' מיכל ווייטער איז אויפגעקומען מיט עפעס אן עצה, כאילו מ'האנדלט צי מ'דארף זאגן "על הכלכלה" ביים סוף פון על המחיה און נישט איבער א מענטש מיט געפילן, פאמיליע, פריינט וואס זיין גאנצע עבירה איז אז דורך זיין אטעמען האט א היימישער איד נעבעך נישט גענוג אויף איינצוקויפן נאפה לאחר הפסח'דיגע קוקיז.

מה נאמר ומה נדבר ווען קיין איינער פון די פיר מר בר ר' אשי'ס דערמאנט נישט אפילו נישט איין מאל "איבה". עס פאלט זיי ניטאמאל איין אז עפעס קלאפט נישט ווען פרומע אידן רעדן צווישן זיך איבער דאווענען צו גאט אז אן אומשולדיגער מענטש זאל שטארבן און אויך נישט אז ער דארף שטארבן סך הכל ווייל א איד וויל פארדינען. אין ביהמ"ד טענה'ט מען זיך וועלכער פאנאטיק איז בעסער ווייל אונז גייט כלומר'שט שטארק אין לעבן דאס וואוילזיין פון אמעריקע בשעת ווען אונזערע רבנים זז"ג קענען באשטיין אז אמעריקאנער גויים זאלן אלע אויס'פגר'ן. פארוואס דען נישט? עמך ישראל צריכים פרנסה, ממילא פשטו ידיכם בלייף פאליסיס און לויף צו ר' שעיה'לע אז יענער זאל זיך לייגן. און פארדעם שטייט דאך על הצדיקים באלד נאך ולמלשינים.

כי ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם וחסידים יכשלו בם. (נישט מיין ווארט נאר דער נודע ביהודה'סׂ)
📎 להתפלל על גוי שימות, מקובץ עץ חיים.pdf

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג מאי 4, 2023 6:57 pm

· #523789
דא האבן מיר דורך געטון די פארקערטע הלכה פראבלעם וואס קומט פון די attitude

מי אני » דאנערשטאג מאי 4, 2023 6:58 pm

· #523790
😢

דאס געבט אפשר א פשט אין די באקאנטע מדרש בויק"ר (א טו) כל ת"ח שאין בו דעת נבילה טובה הימנו ע"ש. ווייל ביי דין בשר בהמה נבילה שטייט (דברים יד כא) לא תאכלו כל נבלה לגר אשר בשעריך תתננה ואכלה או מכר לנכרי. מ'זעהט ביי נבילה, וואס א איד טאר נישט עסן, אז ער דארף דעמאלטס טראכטן פונעם גר תושב וגוי אים דאס צו געבן צו עסן, וואס איז דאך להחיותו. און דא גאר קומען ת"ח זאגן גאר דאס פארקערטע. וידועים דברי המאירי והחזו"א. לאן הגענו. 😞

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג מאי 4, 2023 7:31 pm

· #523795
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
נישט נאר זעהן זיי די שאלה אלס לעגיטים, און די תשובה אז עס איז מותר. זיי נעמען אויך פאר גרענטעד אז עס איז בכלל דא צו וועם צו דאווענען מיט אזא בקשה, אז אויב קען מען עס נאר מתיר זיין דאן פארשטייט זיך אז די רחמיו על כל מעשיו וועט אויסהערן אזא תפילה. איך ווייס נישט צו וועהם זיי דאווענען, אבער קענענדיג דער וואס איך טוה צו איהם דאווענען וואלט מיר אזא סארט שאלה נישט נוגע געווען בכלל.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 4, 2023 7:42 pm

· #523799
הפלא ולעפלע. ווי אויך ווייסן מיר דאך אז אלע אידן היינט זענען ליידער פארכאפט אין ציונות וואס דאס איז דאך ארגער פון מינות, ווער קען דען זאגן אז ער איז אינגאנצן ריין פון די טומאת הציונות? יעדער האט דאך אמאל נהנה געוועהן כאטש בעקיפין פונעם מדינה הטמאה אדער בטעות געזאגט א ווארט אינעם שפה הטמאה, ווער רעדט נאך געטראכט א ווארט אויף העברעאיש ווי מיר ווייסן דאך אז די מחשבה איז אסאך מער פוגם ל"ע ול"ע, קען מען דאך דאווענען אז א איד זאל שטארבן אויך... נאכדערצו ווען נבילה טובה הימנו האט ער דאך א דין פון א טויטער, וגברא קטילא קטל... לחיים לחיים!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 4, 2023 7:56 pm

· #523800
קטלא קניא: ווען נישט אז ס'איז שמך הולך לפניך וואלט איך געזאגט 2 זאכן. איינס אז שנאה שפראצט ארויס פון צווישן די שורות פו דיינע ווערטער.

צווייטנס: דא איז פארהאן א טאטאלע מיסקאנסעפשן (וואס איז א סאך טיפער ווי א בלויזע מיסאנדערסטענדינג) איבער די גאנצע פענאמען פון צדיקים ווי ר' ישעיה'לע מ'קערעסטיר. ער האט קיינמאל אין קיין שום פאל נישט דעמאנסטרירט עפעס א פארם פון שנאה אדער לייכטזיניגקייט אין די חשיבות פון א מענטשנ'ס לעבן. איד אדער גוי. און ער וואלט אוודאי נישט מתפלל געווען אז עפעס שלעכט זאלל געשעהן צו אן אומשולדיגן מענטש. בין שהוא בן ברית ובין שאינו בן ברית. דער גאנצער מאמר וואס מ'זאגט נאך בשמו אז א גוי מוז זיך אדער בייגן אדער לייגן איז נאר געזאגט געווארן איבער רשעים וועלכע טוען אן צרות פאר אומשולדיגע מענטשן. אידן. אין דעם פאל.

דער פאקט אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע רופן זיך ת"ח אבער זיי זענען אין כלל פון די שאין בהם דעת, רעפלעקטירט בכלל נשט איבער די צדיקי אמת און די מופתים וואס די וועלט פארציילט איבער זיי. און די ישועות וואס זיי האבן אויסגעפועל'ט פאר אידן (און פאר אנשטענדיגע, גוטע גויים אויך.) וואס איז א פאקט וואס איז זיכער נישט באוואוסט צו דיר...!

נאך א מיינונג » דאנערשטאג מאי 4, 2023 8:07 pm

· #523802
מצוה לעורר, למען האמת, אז די שאלה דא איז נישט ממש די שאלה אין די קובץ.

דארט רעדט זיך פון מענטשן וואס זענען שוין כמעט טויט סייווי, און אסאך גוים וואלטן געוואלט שטארבן אין די אומשטענדן.

וז"ל השאלה:
הנני בשורתי ע"ד שאלה שנשאלתי מאברך בר אוריין ויר"ש, שקנה בשותפות ליי'ף אינשורענ'ס פאליס'י מאיזה חברת ביטוח הנעשה על קבוצת גוים זקנים שכבר עברו שנות תשעים לחייהם ומהם גבורות שמונים, ומשלם בכל חודש להחברה תקציב [פרימיו'ם] העולה לו להוצאות גדולות, ובכל יום ויום מצפה מתי ימותו זקנים הללו ויפטר הוא וסיעתו מלשלם התקציב מדי חודש בחדשו, וירוויחו הדמים שהשקיעו במקחם, ונפש'ו בשאלת'ו אי אריך להתפלל לפני אבינו שבשמים שגוים הללו ימותו [והם הגיעו ממילא לימים שאין בהם חפץ], או לא דלאו אורח ארעא לו פתרון נראיתי שיש צדדים לכאן ולכאן מגמ' ורו"א ויען שהן דברים העומדים , וכשהתבוננתי למצוא למיעבד הכי דהא כתיב (תהילים קמה ט) ורחמיו על מעשיו ברומו של עולם, אמרתי לשטחם בפני גדולי הוראה פותחי שער לדופקי תשובה, שיורנו כדת מה לענותו, כי שואל לדעת איך להתחנן בתפלתו, וזכיתי לקבל מענה מחדר הוראתם, ויובא להלן, וזה תוכן צדדי השאלה.

ביבער » דאנערשטאג מאי 4, 2023 8:41 pm

· #523806
איינעם'ס תפילות און א צווייטענס מעשים טובים. כהאב מורא אז אי מותר להתפלל איז א קאוד פאר אי מותר לרצוח. מענטשן וואס צאלן שווערע אלפים חודשליך פאר ענדלאזע יארן זענען עלול אויף אלעם. וכבר הי' לעולמים פאר ווער עס ווייסט, מיט היימישע אידן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 4, 2023 8:56 pm

· #523807
איינער האט געוואלט מאכן מיט (אויף) מיר אזא געשעפט. ער וועט קויפן א לייף אינשורענס פאליסי און ער וועט צאללן. אויך וועט ער זיין די בענעפישערי ווען איך שטארב. איך האב בשום אין אופן נישט געוואלט. ער פרעגט (בתמימות?) פארוואס? האביך איהם געזאגט אז מארגן וועסטו דינגען איינער זאלל מיך שיסן...!

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג מאי 4, 2023 9:00 pm

· #523808
berlbalaguleh
איינער האט געוואלט מאכן מיט (אויף) מיר אזא געשעפט. ער וועט קויפן א לייף אינשורענס פאליסי און ער וועט צאללן. אויך וועט ער זיין די בענעפישערי ווען איך שטארב. איך האב בשום אין אופן נישט געוואלט. ער פרעגט (בתמימות?) פארוואס? האביך איהם געזאגט אז מארגן וועסטו דינגען איינער זאלל מיך שיסן...!
ר' בערל: יישר כח פאר די עדווייס איך בין כמעט אריינגעפאלן מיט אזא מעשה, יעצט ווייס איך מיר צו היטן

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג מאי 4, 2023 9:31 pm

· #523810
נאך א מיינונג
מצוה לעורר, למען האמת, אז די שאלה דא איז נישט ממש די שאלה אין די קובץ.

דארט רעדט זיך פון מענטשן וואס זענען שוין כמעט טויט סייווי, און אסאך גוים וואלטן געוואלט שטארבן אין די אומשטענדן.
די דיסקוסיע איבער די מאראלישקייט פון צוברענגען דער טויט פון א מענטש וועלכער איז שוין 'כמעט סייווי טויט' איז אן אלטער, מיט פילע צדדים און נואנסן. אויב איז עס עפעס וואס איז ריכטיג, דאן איז דאס אויך כלפי אידן. אויב איז עס נישט ריכטיג ווייל די ערך פון חיים איז נישט געוואנדן אין די מצב פונעם מענטש, דאן איז דאס אויך אזוי ביי גוים. די נידון אין די שאלה איז אבער דן צו דאס אז ער איז א גוי גיבט רעכט אויף זיך צו וואונטשן אין זיין טויט, אפילו אויף א פאל וואס ביי א איד וואלטן מיר נישט געזאגט אזוי.

נאך א מיינונג » דאנערשטאג מאי 4, 2023 9:46 pm

· #523812
אידן האבן א רעליגיעזער סבה צו בלייבן לעבן, אפילו ווען זייער לעבן איז זייער אומגעשמאק. גוים האבן נישט אזא סבה. דעריבער איז עס וויכטיג.
איך זאג נישט אז די רבנים זענן בארעכטיגט, און די באבע מעשיות וואס זיי ברענגן אלס ראיה זענן זיכער נישט נוגע.
דער אמת איז פארט דער אמת.

יואליש » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:25 pm

· #523818
איימיצער וואס זאגט אז מ'מעג הרג'ן א גוי מיט א תפילה אבער נישט מיט א ביקס איז א כופר און גלייבט נישט אין כח התפלה, רחמנא לישזבן, וצריך בדיקה אחריו.

יואליש » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:30 pm

· #523819
א חידוש נפלא, תפילה אין אמעריקע איז באשיצט נישט בלויז דורך די פורסט נאר אויך די סעקאנד אמענדמעמט.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:42 pm

· #523820
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
@נאך א מיינונג די האסט אפשר א ריכטיגע נקודה אין די אלגעמיינע שאלה פון end of life החלטות. צום ביישפיל, א אידישער דאקטער קען אפשר האנלען אנדערש מיט אידן ווי גוים ווען עס קומט צו לייף סופארט. אבער דאס איז נישט צוליב זלזול אין די הארבקייט פון די טויט פון א גוי - צוליב דין רשע ומינות וכדו', נאר צוליב די חילוק אין אויסקוק אויף די משמעות און תפקיד פון לעבן וואס א גוי האט אנדערש ווי א איד, כלומר - די גוי אליינס איז זיך דן מיט די טערמינען ממילא וועלן מיר איהם דן זיין ווי א גוי. אבער די נידון דא איז געווען צו מען מעג זיך וואונטשן אין די טויט פון א גוי צוליב די חוסר חשיבות פונעם טויט פון א גוי. דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצען.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

שמן למאור » פרייטאג מאי 5, 2023 1:04 am

· #523834
יואליש
איימיצער וואס זאגט אז מ'מעג הרג'ן א גוי מיט א תפילה אבער נישט מיט א ביקס איז א כופר און גלייבט נישט אין כח התפלה, רחמנא לישזבן, וצריך בדיקה אחריו.
נעע, מאך עס נישט מער ווי ס'איז.. אפילו די גרעסטע מאמין ווייסט אז נאך 'תפילה' דארף מען נאך ציטון אביסל 'השתדלות' אז די געבעטן זאל האבן וויאזוי צו חל זיין...

וכמעשה הידוע פונעם רביצענס תפילות און די רביס 'מעשים טובים'

צוזאמגעדרייט » פרייטאג מאי 5, 2023 4:09 am

· #523841
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
[quote=] אפילו ווען מ'זאל מיר ווייזן פארקערט ווי איך האלט וועל איך אויך נישט טוישן מיין מיינונג. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז מ'דאוונט נישט אז מענטשן זאלן שטארבן אויסער אין אויסטערלישע פעלער [/quote]הער א חשבון

אויב "אונזערע" תפילות העלפן, איז דאך פשט אז תורה באשעפער וכו' וכו' איז אמת. נו אויב אזוי דארף מען פאלגן וואס די רבנים זאגן!

אויב אבער חלילה (א פאטש אויפן מויל) ס'איז נישט אמת, רעדט מען דאך בסך הכול פון פאַרע און ווערטער וואס מיינען גארנישט ספעציעל און וועם שטערט אז איימיצער בלאַבלט אין די וועלט אריין?

-----

בכלל בין איך צעמישט: אויב די תפילה העלפט איז פשט אז מען מעג מתפלל זיין דערויף, ווייל געב א קוק, דער אייבערשטער האט דאס אנגענימען. אויב העלפט עס נישט איז דאך זיכער גוט. "יו קענט גא ווראנג"

אבן הפינה » פרייטאג מאי 5, 2023 4:45 am

· #523843
שווער צו שרייבען מיינע דיעות בפרט ווען איך בין נייע און א גאסט, וואלט געפאסט צו זיין שטיל און האבן דרך ארץ פאר’ן זקנים און שיינע יוד’ן וואס זענען שוין דא יאר’ן, אבער פטור בלא כלום אי אפשר אין איך האף דער עולם וועט נישט זיין באטראפען.

לענייננו אן ערליכע יוד וואס פארשטייט חובת האדם בעולמו, ולא נברא העולם אלא בשביל ישראל והתורה, נישט נאר ס’איז סתם א מדרש נאר א רעכטע מציאות כפשוטו, זעהט נישט קיין שום נפק’’מ צווישען א בהמה און דער עם הדומה לחמור, ביידע זענען באשאפן געווארן נאר פאר’ן יוד דער לומד התורה כפשוטו, דער אייבישטער וואס ער האט באשאפען דער וועלט ’הי איז באס’ ענד זעטס היס דיסשיזען . (ס’איז נישט פאר סתם ווייל אזוי האביך דיסיידעד, עס האט א טיפערערע דערהער מיט’ן פארשטיין דעהם געדאנק פון בריאת העולם) צי הארגענן א גוי איז פשוט אסור נישט נאר אלס צער בעלי חיים און מעהרערע חששות נאר סתם איסור רחיצה אויף א בשר ודם מיט א צלם אלוקים (יא א גוי האט דעהס אויכעט, פארשטייט זעך נישט די זעלבע מדריגה ווי א יוד) איז נישט אזוי פשוט, אבער צו אוועקמאכען א פסק צו ’’דאווענען’’ א גוי זאל שטארבן איז ברור שלא יודע האדם מה חובתו ותכליתו בעולמו ועל מה נברא העולם .

ואם תאמר » פרייטאג מאי 5, 2023 6:36 am

· #523844
עס איז סתם אינטרעסנט אז זיי האבן דאס געדרוקט און א קובץ. עס קען אנקומען צו צייטונגען און ווער ווייסט וואו נאך. ווער דארף נאך איבה
בכלל פארשטיי איך נישט דו תשובה. די מקורות זיי ברענגען זענען בנוגע רוחניות. דער גוי באדערט אדער איז אן עובד עבודה זרה. נישט פאר מיינע גשמיות.
אויך אויב די גאנצע שאלה איז אויף פרנסה פארוואס קען די איד נישט בעטן סתם אזוי אויף פרנסה?
ער דארף געבן עצות?

והאיש משה » פרייטאג מאי 5, 2023 8:32 am

· #523846
צוזאמגעדרייט

בכלל בין איך צעמישט: אויב די תפילה העלפט איז פשט אז מען מעג מתפלל זיין דערויף, ווייל געב א קוק, דער אייבערשטער האט דאס אנגענימען. אויב העלפט עס נישט איז דאך זיכער גוט. "יו קענט גא ווראנג"
איך בין נאכמער צומישט פון וואס דו ביזט צומישט? ווי קומט אריין צו תפלה העלפט אדער נישט? תפלה איז עפעס געמאכט עס זאל העלפן...? יא, דאס איז גוט פאר נשים וקטנים...די פשט פון תפלה איז, זיך צו קאנעקטען צו דער אמת, ניין נישט דער אמת נאר דער אמת'ר אמת!!! תפילה איז א moment of truth דהיינו מ'ברענגט ארויס די רצונוית חשק ווייטאגען אהבה א.א.וו. די טיעפע טיעפע סטרונעס צועפענען זיך, און ס'קומט ארויס דער רצון האמיתי פון פנימיות הלב ועומק הנשמה, אפגעזעהן צו דאס העלפט אדער נישט!!

ווי שרייבט דער מלבי"ם אין ישעי' א' טז' תפלה הוא שפיטת כח הפנימי, ושפיכת הנפש, והדבקה בהעליון, הבלתי בעל תכלית: ומצד זה עיקר הוראתו על זוך הלב! טהרת הנפש! התנשאות הרוח! בדידת המחשבה! דבקות החלק בהכלל! וכו' ע"ש שוין כ'וויל נישט מאריך זיין אפשר דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול אויף תפלה, און די אויגן פון grown up.

ליתר ביאור דברי פתיחת האשכול:

די שאלה פון רבינו הגדול ר' קטלא ק. דא איז נישט א שאלה אין הל' רציחה צו ס'ארבעט, און צו מ'מעג הרגענען א גוי, (און ווי כמה האבן דא פארשטאנען ראה לעיל דברי @יואליש ) ניין נישט דאס איז די שאלה וואס באדערט!!!

די שאלה איז אסאך טיפער ווי מעג א יוד, הרגענען א גוי במחשבה? ווי קומט עס צו א יוד וואס האט געזאגט נעשה ונשמע און זאגט חסד שבחסד פסח ביינאכט, אז ווען ער שטייט און א ריעל מאמענט, און זעהט זיך מיט'ן אמת פנים אל פנים, זאל האבן אזעלכע געמיינע און פאסקודצע מחשבות? און נישט סתם! נאר בעומק ליבו איז ער גרייט צו וועלען געלט איבער לעבן?!?!? ווי קען א יוד וואס רעדט צו זיין גאט, דאס העכסטע וואס באשטייט ביי עם, זיין אזוי סעלפיש???!!
כנלע"ד

הרב שיף » פרייטאג מאי 5, 2023 8:44 am

· #523847
אינטערסאנט אז איך ווייס פערזענדליך איינער וואס האט אנגפרעגט עטליכע גדולי הדור וואס לעבן שוין נישט, און אלע האבען געזאגט אז מען טאר נישט מתפלל זיין, נאר אויב איינער האט שלעכט'ס געטון פאר א איד, אויב דער גוי האט גארנישט שלעכט'ס געטון טאר מען נישט דאווענן.

איי וכל המינים, דאס איז אויב דו ביסט מתפלל אלטס מינות, און אויכט איז נישט זיכער אז עס גייט אויף גוים אדער אויף מינים פון אידישען אפשטאם.

אלע צוזאמען » פרייטאג מאי 5, 2023 9:16 am

· #523849
איך האב דיר געלייקט פארן ארויפברענגען אן אינטערסאנטע נושא.
אבער וואס איז די פראבלעם פון ארויף ברענגן אזא שאלה, נאך פאר די תירוץ, און חז''ל טרעפט מען אלץ שאלות און קשיא'ס סתם לרווחא דמילתא.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 5, 2023 11:40 am

· #523856
נאך א מיינונג
מצוה לעורר, למען האמת, אז די שאלה דא איז נישט ממש די שאלה אין די קובץ.

דארט רעדט זיך פון מענטשן וואס זענען שוין כמעט טויט סייווי, און אסאך גוים וואלטן געוואלט שטארבן אין די אומשטענדן.

וז"ל השאלה:
הנני בשורתי ע"ד שאלה שנשאלתי מאברך בר אוריין ויר"ש, שקנה בשותפות ליי'ף אינשורענ'ס פאליס'י מאיזה חברת ביטוח הנעשה על קבוצת גוים זקנים שכבר עברו שנות תשעים לחייהם ומהם גבורות שמונים, ומשלם בכל חודש להחברה תקציב [פרימיו'ם] העולה לו להוצאות גדולות, ובכל יום ויום מצפה מתי ימותו זקנים הללו ויפטר הוא וסיעתו מלשלם התקציב מדי חודש בחדשו, וירוויחו הדמים שהשקיעו במקחם, ונפש'ו בשאלת'ו אי אריך להתפלל לפני אבינו שבשמים שגוים הללו ימותו [והם הגיעו ממילא לימים שאין בהם חפץ], או לא דלאו אורח ארעא לו פתרון נראיתי שיש צדדים לכאן ולכאן מגמ' ורו"א ויען שהן דברים העומדים , וכשהתבוננתי למצוא למיעבד הכי דהא כתיב (תהילים קמה ט) ורחמיו על מעשיו ברומו של עולם, אמרתי לשטחם בפני גדולי הוראה פותחי שער לדופקי תשובה, שיורנו כדת מה לענותו, כי שואל לדעת איך להתחנן בתפלתו, וזכיתי לקבל מענה מחדר הוראתם, ויובא להלן, וזה תוכן צדדי השאלה.
בא לעורר האמת ונמצא ערירי באמת.

נישט געוויסט אז גוים איבער די ניינציג ווילס שאין שטארבן. רח"ל.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 5, 2023 11:43 am

· #523857
נאך א מיינונג
מצוה לעורר, למען האמת, אז די שאלה דא איז נישט ממש די שאלה אין די קובץ.

דארט רעדט זיך פון מענטשן וואס זענען שוין כמעט טויט סייווי, און אסאך גוים וואלטן געוואלט שטארבן אין די אומשטענדן.

וז"ל השאלה:
הנני בשורתי ע"ד שאלה שנשאלתי מאברך בר אוריין ויר"ש, שקנה בשותפות ליי'ף אינשורענ'ס פאליס'י מאיזה חברת ביטוח הנעשה על קבוצת גוים זקנים שכבר עברו שנות תשעים לחייהם ומהם גבורות שמונים, ומשלם בכל חודש להחברה תקציב [פרימיו'ם] העולה לו להוצאות גדולות, ובכל יום ויום מצפה מתי ימותו זקנים הללו ויפטר הוא וסיעתו מלשלם התקציב מדי חודש בחדשו, וירוויחו הדמים שהשקיעו במקחם, ונפש'ו בשאלת'ו אי אריך להתפלל לפני אבינו שבשמים שגוים הללו ימותו [והם הגיעו ממילא לימים שאין בהם חפץ], או לא דלאו אורח ארעא לו פתרון נראיתי שיש צדדים לכאן ולכאן מגמ' ורו"א ויען שהן דברים העומדים , וכשהתבוננתי למצוא למיעבד הכי דהא כתיב (תהילים קמה ט) ורחמיו על מעשיו ברומו של עולם, אמרתי לשטחם בפני גדולי הוראה פותחי שער לדופקי תשובה, שיורנו כדת מה לענותו, כי שואל לדעת איך להתחנן בתפלתו, וזכיתי לקבל מענה מחדר הוראתם, ויובא להלן, וזה תוכן צדדי השאלה.
נישט געוויסט אז גוים איבער די ניינציג ווילן שוין שטארבן. ונחשב גויי עמי הארץ, ישישים וזקנים כנהרג כבר בעינך. רח"ל. אוי לאותה בישה.

בא לעורר האמת ונמצא ערירי באמתת האמת!

פונדאַמענטאַל » פרייטאג מאי 5, 2023 12:36 pm

· #523859
אבן הפינה
לענייננו אן ערליכע יוד וואס פארשטייט חובת האדם בעולמו, ולא נברא העולם אלא בשביל ישראל והתורה, נישט נאר ס’איז סתם א מדרש נאר א רעכטע מציאות כפשוטו, זעהט נישט קיין שום נפק’’מ צווישען א בהמה און דער עם הדומה לחמור, ביידע זענען באשאפן געווארן נאר פאר’ן יוד דער לומד התורה כפשוטו, דער אייבישטער וואס ער האט באשאפען דער וועלט ’הי איז באס’ ענד זעטס היס דיסשיזען . (ס’איז נישט פאר סתם ווייל אזוי האביך דיסיידעד, עס האט א טיפערערע דערהער מיט’ן פארשטיין דעהם געדאנק פון בריאת העולם) צי הארגענן א גוי איז פשוט אסור נישט נאר אלס צער בעלי חיים און מעהרערע חששות נאר סתם איסור רחיצה אויף א בשר ודם מיט א צלם אלוקים (יא א גוי האט דעהס אויכעט, פארשטייט זעך נישט די זעלבע מדריגה ווי א יוד) איז נישט אזוי פשוט, אבער צו אוועקמאכען א פסק צו ’’דאווענען’’ א גוי זאל שטארבן איז ברור שלא יודע האדם מה חובתו ותכליתו בעולמו ועל מה נברא העולם .
1. מה חובתו בעולמו און תכלית הבריאה זענען צוויי אנדערע עניינים. פארשטיין מה חובתו בעולמו איז נישט געניג אויף צו פארשטיין וואס איז די תכלית הבריאה און די תכלית פון די פארשידנארטיגע נבראים.
2. העולם נברא בשביל ישראל ובשביל התורה, נישט נאר פארן 'לומד' תורה.
3. דאס וואס די בריאה איז צוליב א געוויסע תכלית מיינט נישט אז די נבראים זענען ווערטלאז. הרג'ענען א צווייטע מענטש איז נישט ריכטיג ריגארדלעס פון וואס ער קען אויפטוען און פון זיין מעמד רוחני. א פשוט'ער בשר ודם צו בשר ודם געפיל.
4. די אליין שרייבסט בהמשך אז הרג'ענען א בשר ודם מיט א צלם אלוקים 'איז נישט אזוי פשוט', מיט דעם פירסטו אבער אויס אז 'אוועקמאכן א פסק פון "דאווענען" אז א גוי זאל שטארבן איז ברור שלא יודע האדם מה חובתו ותכליתו בעולמו ועל מה נברא העולם' (ב.ד.וו. שכויח פאר די קאמפלימענט...). קענסט מיר מסביר זיין וואס די שרייבסט דא, איז דאס אנדערש צוליב דעם וואס עס איז "דאווענען"? צו האלטסטו אז די באשעפער צו וועם די דאווענסט האט אנדערע עטישע כללים?

לייבל שטילער » פרייטאג מאי 5, 2023 12:44 pm

· #523861
עם הדומה לחמור שטייט כלפי אן עבד כנעני, נישט א גוי.
ועוד, א עבד כנעני האט א דין ישראל, און איינער וואס הרג'ט איהם איז חייב מיתה חוץ זיין אייגענע אדון אויב ס'גייט אדורך 24 שעה.
נמצא: א גרופי מענטשן וואס חז''ל רופן '''דומה לחמור'' ביסטו חייב מיתה אויב דו הרגס'ט איהם, ומכאן הקריאה יוצאה, ווארף נישט קיין מאמרי חז''ל אהן וויסען די קאנטעקסט דערפון. עם הדומה זאגט סה''כ אז ס'איז נישט תופס קידושין אין אן עבד. That's all about it.

לייבל שטילער » פרייטאג מאי 5, 2023 12:48 pm

· #523862
.

אבן הפינה » זונטאג מאי 7, 2023 6:45 am

· #523921
פונדאַמענטאַל

1. רמב’’ם אין הקדמה למשניות איז מסביר חובת האדם בעולמו ביחס צום גוי שנברא למשמש ’’לאחד ההוא’’ וזה תכלית הבריאה.
2. איך פארשטיי וואס די ווילס זאגן, אבער עס איז נישטא אזא טענה.
3. 4. ווער רעדט פין הארגענען ? די רעדע איז אז וויבאלד דער גוי איז דאך נאר דא לשמש את התורה וישראל איז דא א שאלה לגבי דאווענען אויף א גוי וואס האט נישט געשטערט די תכלית הבריאה וחובתו בעולם,אז ער זאל שטארבען פאר א טובה וואס גייט ארויסקומען פאר’ן תכלית הבריאה בשביל ישראל והתורה .

אבן הפינה » זונטאג מאי 7, 2023 6:50 am

· #523922
לייבל שטילער
עם הדומה לחמור שטייט כלפי אן עבד כנעני, נישט א גוי.
ועוד, א עבד כנעני האט א דין ישראל, און איינער וואס הרג'ט איהם איז חייב מיתה חוץ זיין אייגענע אדון אויב ס'גייט אדורך 24 שעה.
נמצא: א גרופי מענטשן וואס חז''ל רופן '''דומה לחמור'' ביסטו חייב מיתה אויב דו הרגס'ט איהם, ומכאן הקריאה יוצאה, ווארף נישט קיין מאמרי חז''ל אהן וויסען די קאנטעקסט דערפון. עם הדומה זאגט סה''כ אז ס'איז נישט תופס קידושין אין אן עבד. That's all about it.

ווער רעדט פין הארגענען? ביסט גערעכט עם הדומה לחמור שטייט אויף אן עבד כנעני, אין די גמרא שרייבט ווייטער אז קען זיין א גוי איז נאך ווייניגער חשוב שאין לו חיים און רש’’י איז מסביר שאין לו מצוות, וואס דאס מאכט עהם נאך ווייניגער חשוב פון א עבד,
קיינער הארגערט קיינעם נישט סך הכל האט איינער אנגעפרעגט ביי א דעת תורה אויב ע’פ תורה מעג מעין ’’דאווענען’’ אז א גוי זאל שטארבען ווען א יוד האט א שטארקע תועלת פין דעהם.

ודברת בם » זונטאג מאי 7, 2023 7:42 am

· #523924
סארא מאמין דער דאווענער קען שוין זיין? ער זאל דאווענען פאר געלט, דאווענט ער וויאזוי גאט זאל געבן די געלט דורך הארגענען א גוי פאר אים?

קטלא קניא » זונטאג מאי 7, 2023 6:10 pm

· #523963
א דאנק די הערות און ווי איך האב געזאגט לכתחילה בין איך נישט דא דן צו זיין די הלכה. די תורה איז דרכיה דרכי נועם און כי חיים הם למוצאיהם און מ'דאווענט נישט אויף קיינעם צו שטארבן נישט קיין חילוק צי א איד אדער א גוי, און איך לאז עס ביי דעם.

איך וויל נאר דאס מוסיף זיין. אין מיין פראקטיק זע איך אז די וואס זענען זיך מתיר מיט גזל עכו"ם און טעות עכו"ם וועלן פונקט אזוי בא'גנב'נען א איד מיט א "טעות" און א "היתר" ווי א גוי. ביי א איד וועלן זיי אפשר מער נזהר זיין ווייל אז מ'כאפט זיי זענען די געזעלשאפטיגע קאנסעקווענצן מער הארב, אבער דארט וואו די טשאנצן צו ווערן געכאפט זענען שמאל, און דער סכום איז גרעסער ווי דער באלוינונג פון מודה זיין און זיך ווייזן צו זיין ארנטליך, וועלן זיי פונקט אזוי אויסנארן א איד ווי א גוי און זיי וועלן שוין טרעפן א "היתר" אויף מטהר צו זיין זייערע שרץ. דאס איז בדוק ומנוסה. דער מנהל המוסדות וואס גנב'עט טאג און נאכט פון דער רעגירונג וועט פונקט אזוי גנב'נען פון כספי צדקה. און דער אייגנטימער וואס באהאנדלט שלעכט זיינע גוי'אישע ארבעטערס וועט פונקט אזוי שלעכט באהאנדלען זיינע אידישע פועלים. נאר וואס דען? ווען ער געט זיינע אידישע פועלים א באונוס פאר יו"ט אדער ווען זיי מאכן חתונה, איז ער א שיינער איד און א בעל חסד און ער באקומט א שיינער גוט שבת און די אידענעס פון די פועלים באגריסן שיין זיין דאמע. זאל אבער קומען דער אידישער ארבעטער און פארלאנגען רעכטן נישט נהמא דכיסופא וועסטו שוין זען ווי א פיינער מענטש דער בעל הבית איז.

וכן הדבר הזה. אין די זעלבער געזעלשאפטן וואו מ'איז דן צי מ'מעג דאווענען אז א גוי זאל שטארבן זענען צוריק מיט צוויי יאר ווייניגער איין טאג אויסגע'הרג'ט געווארן פינף און פערציג אומשולדיגע מענטשן און קיינער האט דערויף נישט אפגעגעבן דין וחשבון און די שולדיגע זענען פונקט אזוינע שיינע אידן היינט לאחר המעשה ווי זיי זענען געווען דעמאלט לפני המעשה. און פאר פסח איז גע'הרג'ט געווארן אן אומשולדיגער אינגערמאן דורך נאך א איד און נאכאמאל איז די תוצאה פתח שין שא. איך ווייס מ'קען מחלק זיין און גארנישט איז אינגאנצן גלייך. די פרינציפן זענען אבער דער זעלבער. דעם וואס לעבן איז באמת טייער איז טייער פאר אים יעדער לעבן. און פאר דעם וועם איינעמ'ס בלוט איז ווייניגער רויט איז פאר אים למעשה יעדנ'ס בלוט ביליג.

ואידך זיל גמור.

פונדאַמענטאַל » זונטאג מאי 7, 2023 8:21 pm

· #523989
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת
@קטלא קניא
ברוח זו יש להביא עוד דברי תנא דבי אליהו פרק כח וז''ל:
מכאן אמרו ירחיק אדם את עצמו מן הגזל בין מן הישראל בין מן העכו"ם ולא עוד אלא משום שכל הגונב מן העכו"ם לסוף הוא גונב מן הישראל ואם הוא נשבע לעכו"ם לסוף הוא נשבע לישראל ואם הוא מכחש לעכו"ם לסוף הוא מכחש לישראל ואם הוא שופך דמים לעכו"ם לסוף הוא שופך דמים לישראל כו'.
https://www.sefaria.org/Tanna_Debei_Eliyahu_Rabbah.28.1?lang=he

פונדאַמענטאַל » זונטאג מאי 7, 2023 9:00 pm

· #523993
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
אבן הפינה
פונדאַמענטאַל
אבן הפינה
לענייננו אן ערליכע יוד וואס פארשטייט חובת האדם בעולמו, ולא נברא העולם אלא בשביל ישראל והתורה, נישט נאר ס’איז סתם א מדרש נאר א רעכטע מציאות כפשוטו, זעהט נישט קיין שום נפק’’מ צווישען א בהמה און דער עם הדומה לחמור, ביידע זענען באשאפן געווארן נאר פאר’ן יוד דער לומד התורה כפשוטו, דער אייבישטער וואס ער האט באשאפען דער וועלט ’הי איז באס’ ענד זעטס היס דיסשיזען . (ס’איז נישט פאר סתם ווייל אזוי האביך דיסיידעד, עס האט א טיפערערע דערהער מיט’ן פארשטיין דעהם געדאנק פון בריאת העולם) צי הארגענן א גוי איז פשוט אסור נישט נאר אלס צער בעלי חיים און מעהרערע חששות נאר סתם איסור רחיצה אויף א בשר ודם מיט א צלם אלוקים (יא א גוי האט דעהס אויכעט, פארשטייט זעך נישט די זעלבע מדריגה ווי א יוד) איז נישט אזוי פשוט, אבער צו אוועקמאכען א פסק צו ’’דאווענען’’ א גוי זאל שטארבן איז ברור שלא יודע האדם מה חובתו ותכליתו בעולמו ועל מה נברא העולם .
1. מה חובתו בעולמו און תכלית הבריאה זענען צוויי אנדערע עניינים. פארשטיין מה חובתו בעולמו איז נישט געניג אויף צו פארשטיין וואס איז די תכלית הבריאה און די תכלית פון די פארשידנארטיגע נבראים.
2. העולם נברא בשביל ישראל ובשביל התורה, נישט נאר פארן 'לומד' תורה.
3. דאס וואס די בריאה איז צוליב א געוויסע תכלית מיינט נישט אז די נבראים זענען ווערטלאז. הרג'ענען א צווייטע מענטש איז נישט ריכטיג ריגארדלעס פון וואס ער קען אויפטוען און פון זיין מעמד רוחני. א פשוט'ער בשר ודם צו בשר ודם געפיל.
4. די אליין שרייבסט בהמשך אז הרג'ענען א בשר ודם מיט א צלם אלוקים 'איז נישט אזוי פשוט', מיט דעם פירסטו אבער אויס אז 'אוועקמאכן א פסק פון "דאווענען" אז א גוי זאל שטארבן איז ברור שלא יודע האדם מה חובתו ותכליתו בעולמו ועל מה נברא העולם' (ב.ד.וו. שכויח פאר די קאמפלימענט...). קענסט מיר מסביר זיין וואס די שרייבסט דא, איז דאס אנדערש צוליב דעם וואס עס איז "דאווענען"? צו האלטסטו אז די באשעפער צו וועם די דאווענסט האט אנדערע עטישע כללים?
1. רמב’’ם אין הקדמה למשניות איז מסביר חובת האדם בעולמו ביחס צום גוי שנברא למשמש ’’לאחד ההוא’’ וזה תכלית הבריאה.
2. איך פארשטיי וואס די ווילס זאגן, אבער עס איז נישטא אזא טענה.
3. 4. ווער רעדט פין הארגענען ? די רעדע איז אז וויבאלד דער גוי איז דאך נאר דא לשמש את התורה וישראל איז דא א שאלה לגבי דאווענען אויף א גוי וואס האט נישט געשטערט די תכלית הבריאה וחובתו בעולם,אז ער זאל שטארבען פאר א טובה וואס גייט ארויסקומען פאר’ן תכלית הבריאה בשביל ישראל והתורה .
1. קענסט ברענגען א פונקליכער מראה מקום?.
2. איך בין נישט אין די ליין פון חקר מציאות הטענות.
3. 4. אויב הרג'ענען איז אן אומרעכט דאן איז די ווילן אויף צו ווערן גע'הרג'עט אויך אן אומרעכט. אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, די האלטסט אז גאט האט אנדערע עטישע כללים ווי דער מענטש? איז מעגליך צו ניצען די נאמען פון גאט אויף צו ברענגען אן אויספיר צו וועלכע מיר אלס מענטשן וואלטן נישט געקענט צוקומען צוליב אונזערע מאראלישע פארפליכטונגען?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2023 9:25 pm

· #524000
קטלא קניא: ייש"כ. זייער גוט מסכם געווען...!

שעפטאל » מאנטאג מאי 8, 2023 6:41 pm

· #524060
צוזאמגעדרייט
הער א חשבון

אויב "אונזערע" תפילות העלפן, איז דאך פשט אז תורה באשעפער וכו' וכו' איז אמת. נו אויב אזוי דארף מען פאלגן וואס די רבנים זאגן!
אויב אונזערע תפילות העלפן - קען זיין ווייל גאט איז א גוטער און הערט אויס יעדעם (אפי' דער וואס מיינט אז ער האט געגעבן א תורה)
ס'קען זיין אז די תורה איז אמת און די תורה איז אויך מסכים אז מ'דארף נישט פאלגן וואס די רבנים זאגן [נאר חז"ל]

[עיין אין די אמונה אשכולות ווי דעי טענות ווערען קלאר ארויסגעברענגט]

צוזאמגעדרייט
בכלל בין איך צעמישט: אויב די תפילה העלפט איז פשט אז מען מעג מתפלל זיין דערויף, ווייל געב א קוק, דער אייבערשטער האט דאס אנגענימען.
תפילה קען העלפן אפי' אויף וואס מ'מעג נישט מתפלל זיין

צוזאמגעדרייט » מאנטאג מאי 8, 2023 9:25 pm

· #524074
Re: דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?
@שעפטאל אין דעם אשכול איז קיינער זיכער נישט אינטערעסירט וועגן אונזער ראבעריי. חזיר נישט אן דאס גאנצע שטיבל, מ'איז נישט אין חדר דא.

מעק עס אויס, עס גייט אריין אין די גדר פון "קאָרני".

איציקל » דינסטאג מאי 9, 2023 2:06 am

· #524092
מענין לענין איז כדאי צוצוברענגען דברי המפרש הגדול בעל תפארת ישראל בפירושו על אבות פרק ג על המשנה חביב אדם שנברא בצלם וכו', עיי"ש שמפרש דקאי אפי' על גוי, ומאריך לבאר שאין חילוק יסודי ביו ישראל לאוה"ע, ואדרבה בכמה ענינים הם חשובים יותר מישראל שהטובים שבהם בחרו מעצמם בטוב. (גם בתויו"ט שם מפרש דקאי גם על האומות).

איציקל » דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:54 pm

· #524366
.

איציקל » דאנערשטאג יוני 8, 2023 3:35 pm

· #527713
א דאנק @מי אני פארן לייקן.
עס איז מסתבר צו זאגן אז דאס און אזעלכע אנדערע ביאורים אין דעם ספר האבן ארויסגערופן בייז בלוט ביי טייל רבנים פונעם עקסטרעמען חדר, וואס ווי באקאנט פלעגן זיי נישט אריינקוקן אין דעם, און גאר צוגעדעקט מיט די הענט.

הקטן » דאנערשטאג יוני 8, 2023 5:55 pm

· #527722
צוזאמגעדרייט
@שעפטאל אין דעם אשכול איז קיינער זיכער נישט אינטערעסירט וועגן אונזער ראבעריי. חזיר נישט אן דאס גאנצע שטיבל, מ'איז נישט אין חדר דא.
מעק עס אויס, עס גייט אריין אין די גדר פון "קאָרני".
ער צו ווארפט גראדע גאנץ גוט אלע דיינע סברות איינס ביי איינס
און ברענגט ארויס גאנץ גוט פארוואס דיין צינישע לאגיק האלט נישט קיין וואסער א חוץ וועסט זאגן האסט דאס אויך נישט געמיינט ערענסט ואין משיבין על דשאק

איך האלט נישט מיט ענקער ראבעריי

שעפטאל » דאנערשטאג יוני 8, 2023 7:17 pm

· #527736
.