☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל

נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16121
בלאט: 1 2

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:35 pm

· #522987
נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
ווי יעדער בר ביה רב ווייסט אז זייער פיל זאכן און מציאות’ער וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל איז אנדערש געווארן במשך די אלע דורות, און אסאך מאל כאפט עס אויך א חילוק להלכה,
דערפאר עלה על לבי צו עפענען א אשכול וואס מען וועט צאםנעמען די אלע מקומות וואס ס’איז קלאר אז היינט איז אנדערש.
און אדרבה די תלמידי חכמים און ידענים פונעם שטיבל זאלן צולייגען זייערע ידיעות, און האפענטליך מתוך דיבוק חברים וועט ארויס קומען א דבר השלם.

וזה החלי:
א. די גמרא זאגט אין מסכת סוטה דף יא: אז פרעה האט געגעבן א סימן פאר מרים און יוכבד אז א זכר ווערט געבוירן כדרך תשמישו פניו למטה, און א נקבה פני’ למעלה כדרך תשמישה,
היינט איז קלאר אז עס איז נישט אזוי נאר א זכר קען אויך געבוירן ווערן מיט די קאפ אויף ארויף און די נקבה מיט די קאפ אראפ.

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:21 pm

· #522997
אמאל איז געווען א מציאות פון אסכרה יעדע מיטוואך

אמאל האט יעדע פרוי געהאט א סייקל פון פונטליך דרייסיג טעג.

אמאל איז יעדע ראיה געקומען מיט א הרגשה

אמאל האט מען געהאט קינדער פונטליך נאך ניין חדשים צום טאג

אמאל האט יעדער מענטש געקענט אינטערעקטן מיט שדים מלאכים רוחות וכדומה פינג @רביה"ק

אמאל איז געווען א מציאות פון בעלי נכפין און בעלי ראתן

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:28 pm

· #522999
שמחהלע קאפשטיק
ווי יעדער בר ביה רב ווייסט אז זייער פיל זאכן און מציאות’ער וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל איז אנדערש געווארן במשך די אלע דורות, און אסאך מאל כאפט עס אויך א חילוק להלכה,
דערפאר עלה על לבי צו עפענען א אשכול וואס מען וועט צאםנעמען די אלע מקומות וואס ס’איז קלאר אז היינט איז אנדערש.
און אדרבה די תלמידי חכמים און ידענים פונעם שטיבל זאלן צולייגען זייערע ידיעות, און האפענטליך מתוך דיבוק חברים וועט ארויס קומען א דבר השלם.

וזה החלי:
א. די גמרא זאגט אין מסכת סוטה דף יא: אז פרעה האט געגעבן א סימן פאר מרים און יוכבד אז א זכר ווערט געבוירן כדרך תשמישו פניו למטה, און א נקבה פני’ למעלה כדרך תשמישה,
היינט איז קלאר אז עס איז נישט אזוי נאר א זכר קען אויך געבוירן ווערן מיט די קאפ אויף ארויף און די נקבה מיט די קאפ אראפ.
האסט א ראי' אז אמאל איז אזוי געווען חוץ די מימרא פון חז"ל? אפשר איז עס געווען א טעות אין מציאות? האלב פון די נשתנו הטבעים האט צוטוהן מיט פרויען און געבוירן קינדער, קוקט אויס אז חז"ל האבן געהאט א שוואכע הבנה אין דעם

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:41 pm

· #523001
סקעפטיקער

בדרך כלל שטימט חזל מיט מציאות, און פארדעם דארפסטו אריין נעמען אלע מציאות'ער, אינקלודינג דארט ווי מ'רעדט פון זרעים און קדשים וכו' וכו', דוק ותשכח אז זיי ווייסען שוין איינמאל, ווען נישט וואלט דא געווען שערוריא'ס עד סוף כל הדורות.

מיט די הנחה, זענען חזל גאנץ רילייעבל, אבער מ'טרעפט אויך זאכן וואס שטימען נישט לפי אונזער מידע, פון דא און ווייטער איז שייך דן זיין, צו א טעות אין זייער פארשטאנד אדער נשתנה הטבע. אבער צו זאגן אז א הלכה פון מציאות וואס שטימט נישט איז מיסודו א חסרון ידיעה פון חזל, איז חסרון הבנה און ידיעה און חזל זעלבסט װער און ווען זיי זענען געווען, אפילו אז ביסט גערעכט און דיין פאל.

קען זיין אז anatomy האט געהאט מער שוואך קייטן און חסרון ידיעה? מוז אבער נישט זיין. נעם תעניתים, נעם די הלכה פון שטיין בשעת לימוד התורה, דאס איז אויך anatomy אדער אנדערע סייענס פון "מענטש", ווייטער זעסטו אז נשתנו הטבעים, מענטשען זענען שוואכער "בגוף", און דוקא וועגען האט מען דאס אדסשאסטעד, נישט אלס חסרון ידיעה, און חז"ל אליינס זענען מודה צו דעם.

זיי דעזערווען זייער סאליד פארדינטע רעפיוטעישאן, עכ"פ פיפטי-פיפטי. מ'זאל נישט אנהייבן מיט די טעאריע אז זיי ווייסען נישט מציאות. ס'האט גארנישט מיט אמונה אין תושבע"פ אדער אפי' סתם פעליסאפישע חקירות. ס'איז סימפל היסטארישע רעקארד, ווער אן וואס, ווען און ווי, זיי זענען געווען. יעצט אז ס'שטימט נישט ביי דיר, קלער אריין אין די ברייטקייט דיינע ידיעות פון מציאות, אפשר איז הלכות פרויען און קינדער "אביסל" ווייניגער ווי האלב פון די נשתנה הטבע הלכות? אדער אסאך ווייניגער... די נשתנה הטבע הלכות פארנעמט די ברייט פון טבע פון דומם צומח חי ומדבר.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:53 pm

· #523002
אמאל פלעגט חזיר מטמא זיין די נשמה

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:59 pm

· #523003
שמחהלע קאפשטיק
א. די גמרא זאגט אין מסכת סוטה דף יא: אז פרעה האט געגעבן א סימן פאר מרים און יוכבד אז א זכר ווערט געבוירן כדרך תשמישו פניו למטה, און א נקבה פני’ למעלה כדרך תשמישה,
היינט איז קלאר אז עס איז נישט אזוי נאר א זכר קען אויך געבוירן ווערן מיט די קאפ אויף ארויף און די נקבה מיט די קאפ אראפ.
קען זיין אז דער "טבע" איז - צו געבוירן ווערן 'כדרך תשמישו', און דער עולם איז נאר מער נפרץ אין היא למעלה והוא למטה...

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:06 pm

· #523004
רביה''ק זי''ע
אמאל פלעגט חזיר מטמא זיין די נשמה
וואס האט זיך יעצט געטוישט? דאקטוירים זאגן נאך אלס אז חזיר פלייש איז נישט גוט פאר די הארץ...

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:10 pm

· #523005
וואלווי
רביה''ק זי''ע
אמאל פלעגט חזיר מטמא זיין די נשמה
וואס האט זיך יעצט געטוישט? דאקטוירים זאגן נאך אלס אז חזיר פלייש איז נישט גוט פאר די הארץ...
"כמעט" אזוי נישט גוט ווי בהמה פלייש, פארשטייט זיך נאר אויב מ'האלט נישט פון עטקינס

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:19 pm

· #523006
סקעפטיקער
וואלווי
רביה''ק זי''ע
אמאל פלעגט חזיר מטמא זיין די נשמה
וואס האט זיך יעצט געטוישט? דאקטוירים זאגן נאך אלס אז חזיר פלייש איז נישט גוט פאר די הארץ...
"כמעט" אזוי נישט גוט ווי בהמה פלייש, פארשטייט זיך נאר אויב מ'האלט נישט פון עטקינס
וואס האט עס מיט עטקינס?

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:32 pm

· #523008
רביה"ק. איז די גמרא'ס פחד פון שדים בארעכטיקט בימינו אלה?

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:44 pm

· #523011
אמאל פלעגט מען באקומען א נגע, אויב האט מען גערעדט לשון הרע, און א נגע אויפן וואנט אויב האט מען געליטן פון צרות עין.. אדער אנדערע עבירות..

אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל...

אמאל פלעגט די מילך פון א מאמע קומען פון איר דם נידה...

אמאל פלעגן געוויסע אינזעקטן באשאפן ווערט פון שטויב און שווייס...

אמאל פלעגט זיין געזינט צו עסן פארפוילטע פיש...

והאיש משה » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:52 pm

· #523013
וואלווי
מענטשען זענען שוואכער "בגוף", און דוקא וועגען האט מען דאס אדסשאסטעד, נישט אלס חסרון ידיעה, און חז"ל אליינס זענען מודה צו דעם.
ווער זאגט אז מענטשען זיינען שוואכער "בגוף"??

(נישט פארגעסן דער נודע ביהודה האט אויך געמיינט אז נקטנו הביצים, וואס איז אויפגעוויזען א מיסטעיק... סא זיי מברר צו די וועלט האלט אז מענטשן זיינען שוואכער בגוף, כ'מיין נישט אז די רעקארדס ווייזען אזוי...)

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:53 pm

· #523014
שמן למאור
אמאל פלעגט מען באקומען א נגע, אויב האט מען גערעדט לשון הרע, און א נגע אויפן וואנט אויב האט מען געליטן פון צרות עין.. אדער אנדערע עבירות..

.
עונש נגע איז טבע?

א יעדער וואס רעדט לשון הרע איז געווארן א מצורע?

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:59 pm

· #523015
שמן למאור
אמאל פלעגט מען באקומען א אמאל פלעגט די מילך פון א מאמע קומען פון איר דם נידה...
אין שו"ע פסקענט מען נישט אזוי נאר איבריה מתפרקין און דערפאר זעט מען נישט כ"ד חודש נישט וועגן מילך.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 4:05 pm

· #523016
והאיש משה
וואלווי
מענטשען זענען שוואכער "בגוף", און דוקא וועגען האט מען דאס אדסשאסטעד, נישט אלס חסרון ידיעה, און חז"ל אליינס זענען מודה צו דעם.

ווער זאגט אז מענטשען זיינען שוואכער "בגוף"??

(נישט פארגעסן דער נודע ביהודה האט אויך געמיינט אז נקטנו הביצים, וואס איז אויפגעוויזען א מיסטעיק... סא זיי מברר צו די וועלט האלט אז מענטשן זיינען שוואכער בגוף, כ'מיין נישט אז די רעקארדס ווייזען אזוי...)

די ווארט איז נישט שוואכער. ס'קען זיין שטערקער אויך, די עיקר איז אז ס'דא א מושג פון טוישונגען אין גוף, און דאס הייסט נשתנה הטבע.
אבער אז דו ווילסט שוואכער האסטו דא אין מגילה כ"א ע"א: ת"ר מימות משה ועד רבן גמליאל לא היו למדין תורה אלא מעומד משמת רבן גמליאל ירד חולי לעולם והיו למדין תורה מיושב.

איי וועסטו פרעגען אז ס'איז א הימילשע זאך? דאס איז שוין נישט קיין נפק"מ, ווייל מ'נעמט ארויס דערפון אז חכמים וויסענדיגערהייט האבן פארשטאנען אז ס'קען זיך טוישען זאכען בגוף און אדזשאסטעד עקארדינגלי. אדער קען גאר זיין אז פלעגט כסדר זיין טשעינדזש אין גוף, יענע מאל האט מען עס תולה געווען אין ר'ג, עפעס ווי די הימלען וויינען ווען ס'רעגנט ביי א לויה כאילו א צווייטע טאג רעגנט נישט...

לפורקנך סברית » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 4:36 pm

· #523019
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:00 pm

· #523025
מחונך
אמאל איז געווען א מציאות פון אסכרה יעדע מיטוואך

אמאל האט יעדע פרוי געהאט א סייקל פון פונטליך דרייסיג טעג.

אמאל איז יעדע ראיה געקומען מיט א הרגשה

אמאל האט מען געהאט קינדער פונטליך נאך ניין חדשים צום טאג

אמאל האט יעדער מענטש געקענט אינטערעקטן מיט שדים מלאכים רוחות וכדומה פינג @רביה"ק

אמאל איז געווען א מציאות פון בעלי נכפין און בעלי ראתן
איך זע אז דר'עולם איז פריש ב"ה. די אלע פענאמענען וואס איך ברענג זענען זאכן וואס מען זעט אז עס איז געווען א דבר מוסכם וואס יעדער האט געזען מיט די פליישיקע אויגן. שדים וכדו' בעלי ראתן נכפין און אזוי ווייטער. מען זעהט encounters מיט דעם אינעם טאג טעגלעכן, נישט נאר ווען חז"ל לערנען אונז עפעס. ודו"ק

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:10 pm

· #523028
Re: נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
זייער אינטערעסאנטע נושא. כהאב הנאה פון אזעלכע שמועסן.

רימון » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:29 pm

· #523031
טב למיתב תן דו מלמיתב ארמלי האט זיך קלאר געטוישט, די גרושות זענען בכלל נישט גרייט צו נעמען אבי איינעם און געבן זיך זייער גוט אן עצה אליין, אויב עפעס איז עס פארקערט.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:30 pm

· #523032
Re: נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
דאס מיינט נישט די טבע האט זיך געטוישט. וואס מענטשן האלטן פאר וויכטיג האט זיך געטוישט און דאס וועט זיך כסדר טוישן

מי אני » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:31 pm

· #523033
אלע אינטרעסאנטע רפואות הנזכרות בריש פרק מי שאחזו בגיטין (דף סח:-ע:), ובעוד הרבה מקומות בש"ס. דער מהרש"א זאגט דארט אז מ'האט דאס געשריבן כדי מ'זאל זעהן אז חז"ל האבן געקענט חכמת הרפואה אויך (שבזמניהם) ע"ש. דער רש"ל זאגט בים של שלמה בחולין:
שיש חרם הקדמונים שאין לסמוך על רפואות התלמוד כדי שלא להוציא לעז על חכמים הקדמונים, ולא ידעו שיש שינוי במקומות, וכ"ש בזמנים שהדורות פוחתים והולכים, ואם הראשונים כענקים אנו כיתושין, גם מה שהזהירו משום רוחות כולן לא שכיחי האידנא.
און ענליך זאגט תוס' במו"ק יא. ד"ה כוורא, ובחוות יאיר סימן רלד, וברעק"א ביו"ד ריש סימן שלו.

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:01 pm

· #523036
רימון
טב למיתב תן דו מלמיתב ארמלי האט זיך קלאר געטוישט, די גרושות זענען בכלל נישט גרייט צו נעמען אבי איינעם און געבן זיך זייער גוט אן עצה אליין, אויב עפעס איז עס פארקערט.
מיינסט די מאמר חז"ל "יותר ממה שהאיש רוצה לישא אשה, האשה רוצה לינשא"

זיצער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:05 pm

· #523037
רבי אברהם בן הרמב"ם, שרייבט אז מאיז נישט מחיוב גלייבן דאס וואס חזל האבן געשריבן וועגן רפואה טבע אדער אסטראנאמיע. דאס זענען זאכן זיי האבן געזאגט לויט וואס עס איז געווען אנגענומען אין זייער צייט, אבער איז נישט וואס זיי האבן מקבל געווען אלס תורה מסיני, און נאר זאכן וואס גייען אריין און תורה מסיני דארט דארף מען זיי אננעמען.

ולפי הקדמה זו לא נתחייב מפני גודל מעלת חכמי התלמוד ותכונתם לשלמות תכונתם בפירוש התורה ובדקדוקיה ויושר אמריהם בביאור כלליה ופרטיה, שנטען להם ונעמיד דעתם בכל אמריהם ברפואות ובחכמת הטבע והתכונה, [ולהאמין] אותן כאשר נאמין אותן בפירוש התורה,

https://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/agadot/hagada1-2.htm

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:06 pm

· #523038
תוספות מו"ק דף יא. זאגט אויף דעם וואס די גמרא זאגט אז כמעט פארדארבענע פיש זענען גוט,בזה הלשון הלשון.
ושמא נשתנו, כמו הרפואות שבש"ס שאינן טובות מזמן הזה או שמא, נהרות בבל מעלי לו טפי. עיין שם אז אפשר מיינט עס נאר איין געוויסע מין פיש (סושי?) וואס האט דעם ספעציעלן אייגנשאפט.
דער רבינו חננאל אויפן פלאץ זאגט לגבי אן אנדערע נושא, "כי באותו המקום ובאותו העת היו אומרים להם הרופאים וכו'.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:07 pm

· #523039
Re: נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
שמן למאור
רימון
טב למיתב תן דו מלמיתב ארמלי האט זיך קלאר געטוישט, די גרושות זענען בכלל נישט גרייט צו נעמען אבי איינעם און געבן זיך זייער גוט אן עצה אליין, אויב עפעס איז עס פארקערט.
מיינסט די מאמר חז"ל "יותר ממה שהאיש רוצה לישא אשה, האשה רוצה לינשא"
דאס איז אמת היינט ציטאגס אויך למשל ביי די גוים, דער מאן דארף מער דארף מער די מצווה ווי דער חתונה האבן פרויען מיטשענען אייביג די בויפרענדס זיי זאלן פראפאוסען.

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:19 pm

· #523041
לפורקנך סברית
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?
יא.. איין לאנגווייליגע נאכמיטאג האבן מיר עס אויסגעטרייט ביי מיר אינדערהיים. מען האט גענומען א שיסל וויין, מיין ווייב האט זיך אוועקגעזעצט אויף דעם און ס'נישט געקומען קיין שום ריח פון איר מויל...

קענסט עס אויך טרייען.. אדרבה, לאז מיר וויסן צו די שמעקסט יא..

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:28 pm

· #523044
מחונך
שמן למאור
אמאל פלעגט מען באקומען א אמאל פלעגט די מילך פון א מאמע קומען פון איר דם נידה...
אין שו"ע פסקענט מען נישט אזוי נאר איבריה מתפרקין און דערפאר זעט מען נישט כ"ד חודש נישט וועגן מילך.
דאס האט זיך טאקע אויך געטוישט. היינט זעט מען יא בלוט פריער ווי כ"ד חודש.. נישטא קיין אבריה מתפרקין, אכ"פ נישט פאר אזוי לאנג ווי 24 חדשים.

און בכלל, ר' מאיר האלט דאך יא אז דם נעכר ונעשה חלב, און אויב חז"ל זאגן אזוי איז עס דאך זיכער אמת. אכ"פ די תלמידים פון ר' מאיר וואס האבן אנגענומען ווי זייער רבי האט זיך די מציאות זיכער געפירט אזוי ביי זייער גופים, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
היינט אבער ווי קיינער פסק'נט שוין נישט ווי ר' מאיר, האט זיך די מציאות געטוישט און עס ווערט שוין נישט ביי קיינעם קיין מילך פון דם נידות...

לפורקנך סברית » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:32 pm

· #523047
שמן למאור
לפורקנך סברית
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?
יא.. איין לאנגווייליגע נאכמיטאג האבן מיר עס אויסגעטרייט ביי מיר אינדערהיים. מען האט גענומען א שיסל וויין, מיין ווייב האט זיך אוועקגעזעצט אויף דעם און ס'נישט געקומען קיין שום ריח פון איר מויל...

קענסט עס אויך טרייען.. אדרבה, לאז מיר וויסן צו די שמעקסט יא..
דאס איז א פראבלעם מיט די היינטיגע וויין..... אמאליגע וויין איז געווען אסאך שטערקער (לענ''ד של המגי''ש שליט''א)

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:35 pm

· #523051

אדער מיט די אנדערע שטערקערע ריחות וועלכע זענען געווען בנמצא אינעם מויל פון דיין פראבע פערזאן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:38 pm

· #523053
נאך א טבע וואס האט זיך ממש לעצטנס געטוישט, ביז פאר געציילטע יאר צוריק פלעגן קינדער געבוירן ווערן אין א ספעציעלע פאבריק, מיין מאמע האט מיך אליינס פארציילט וויאזוי זי איז געגאנגען מיט טאטי קויפן א בעיבי און זיי האבן אויסגעוועלט די זיסטע בעיבי אין די גאנצע סטאר.

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:40 pm

· #523055
שמן למאור
מחונך
שמן למאור
אמאל פלעגט מען באקומען א אמאל פלעגט די מילך פון א מאמע קומען פון איר דם נידה...
אין שו"ע פסקענט מען נישט אזוי נאר איבריה מתפרקין און דערפאר זעט מען נישט כ"ד חודש נישט וועגן מילך.
דאס האט זיך טאקע אויך געטוישט. היינט זעט מען יא בלוט פריער ווי כ"ד חודש.. נישטא קיין אבריה מתפרקין, אכ"פ נישט פאר אזוי לאנג ווי 24 חדשים.

און בכלל, ר' מאיר האלט דאך יא אז דם נעכר ונעשה חלב, און אויב חז"ל זאגן אזוי איז עס דאך זיכער אמת. אכ"פ די תלמידים פון ר' מאיר וואס האבן אנגענומען ווי זייער רבי האט זיך די מציאות זיכער געפירט אזוי ביי זייער גופים, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
היינט אבער ווי קיינער פסק'נט שוין נישט ווי ר' מאיר, האט זיך די מציאות געטוישט און עס ווערט שוין נישט ביי קיינעם קיין מילך פון דם נידות...
איך האב א משפחה קרובה וועלכע גלייבט שטארק אין Natural medicine, Homeopathy, anti vaxxing, energy healing, וכדומה כל שם וחנוכא דאית להו. זי האט לעצטנס געזאגט פאר מיין ווייב אז זייט זי האט אנגעהויבן א געוויסע באבסקע רפואה רוטין, זעט זי נישט פאר גאנצע כ"ד חודש.

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:40 pm

· #523056
לפורקנך סברית
שמן למאור
לפורקנך סברית
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?
יא.. איין לאנגווייליגע נאכמיטאג האבן מיר עס אויסגעטרייט ביי מיר אינדערהיים. מען האט גענומען א שיסל וויין, מיין ווייב האט זיך אוועקגעזעצט אויף דעם און ס'נישט געקומען קיין שום ריח פון איר מויל...

קענסט עס אויך טרייען.. אדרבה, לאז מיר וויסן צו די שמעקסט יא..
דאס איז א פראבלעם מיט די היינטיגע וויין..... אמאליגע וויין איז געווען אסאך שטערקער (לענ''ד של המגי''ש שליט''א)
מען האט נישט נאר געטרייט מיט וויין.. מען האט געטרייט מיט כלערליי שמעקעדיגע שארפע זאכן... און גארנישט...

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:42 pm

· #523057
מחונך
לפורקנך סברית
שמן למאור
לפורקנך סברית
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?
יא.. איין לאנגווייליגע נאכמיטאג האבן מיר עס אויסגעטרייט ביי מיר אינדערהיים. מען האט גענומען א שיסל וויין, מיין ווייב האט זיך אוועקגעזעצט אויף דעם און ס'נישט געקומען קיין שום ריח פון איר מויל...

קענסט עס אויך טרייען.. אדרבה, לאז מיר וויסן צו די שמעקסט יא..
דאס איז א פראבלעם מיט די היינטיגע וויין..... אמאליגע וויין איז געווען אסאך שטערקער (לענ''ד של המגי''ש שליט''א)
אדער מיט די אנדערע שטערקערע ריחות וועלכע זענען געווען בנמצא אינעם מויל פון דיין פראבע פערזאן.
וואס מיינסטע?? מען האט געמאכט א געהעריגע גוטע פראבע!!!

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:42 pm

· #523058
רביה''ק זי''ע
נאך א טבע וואס האט זיך ממש לעצטנס געטוישט, ביז פאר געציילטע יאר צוריק פלעגן קינדער געבוירן ווערן אין א ספעציעלע פאבריק, מיין מאמע האט מיך אליינס פארציילט וויאזוי זי איז געגאנגען מיט טאטי קויפן א בעיבי און זיי האבן אויסגעוועלט די זיסטע בעיבי אין די גאנצע סטאר.
וואס האט זיך געטוישט? ביסט מער נישט זיס?

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:44 pm

· #523060
Re: נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
רביה''ק זי''ע
נאך א טבע וואס האט זיך ממש לעצטנס געטוישט, ביז פאר געציילטע יאר צוריק פלעגן קינדער געבוירן ווערן אין א ספעציעלע פאבריק, מיין מאמע האט מיך אליינס פארציילט וויאזוי זי איז געגאנגען מיט טאטי קויפן א בעיבי און זיי האבן אויסגעוועלט די זיסטע בעיבי אין די גאנצע סטאר.
https://youtu.be/rxkB20Tpvx0

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:44 pm

· #523061
שמן למאור
לפורקנך סברית
שמן למאור
לפורקנך סברית
"אמאל פלעגט מען קענען טשעקן אויב א מיידל איז א בתולה אדער א בעולה דורכן איר אוועקזעצן אויף א פאס וויין און שמעקן איר מויל..."

און היינטיגע צייטן נישט? האסט אויספרובירט?
יא.. איין לאנגווייליגע נאכמיטאג האבן מיר עס אויסגעטרייט ביי מיר אינדערהיים. מען האט גענומען א שיסל וויין, מיין ווייב האט זיך אוועקגעזעצט אויף דעם און ס'נישט געקומען קיין שום ריח פון איר מויל...

קענסט עס אויך טרייען.. אדרבה, לאז מיר וויסן צו די שמעקסט יא..
דאס איז א פראבלעם מיט די היינטיגע וויין..... אמאליגע וויין איז געווען אסאך שטערקער (לענ''ד של המגי''ש שליט''א)
מען האט נישט נאר געטרייט מיט וויין.. מען האט געטרייט מיט כלערליי שמעקעדיגע שארפע זאכן... און גארנישט...
אביוז אלערט! :געוואלד:

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:47 pm

· #523062
רביה''ק זי''ע
נאך א טבע וואס האט זיך ממש לעצטנס געטוישט, ביז פאר געציילטע יאר צוריק פלעגן קינדער געבוירן ווערן אין א ספעציעלע פאבריק, מיין מאמע האט מיך אליינס פארציילט וויאזוי זי איז געגאנגען מיט טאטי קויפן א בעיבי און זיי האבן אויסגעוועלט די זיסטע בעיבי אין די גאנצע סטאר.
אזוי אויך פלעגן די קינדער אמאל לייגן די ציין אינטערן קישן און עס פלעגט קומען א מלאך און עס אויפטוישן אויף א קוואדער. היינט ארבעט עס שוין נישט... כ'האב געזאגט פאר מיין יונגל מיט גרויסע עקסטאז די ערשטע מאל זיין ציין איז ארויסגעפאלן, אז ער זאל עס טון, ער האט עס טאקע מיט גרויס שמחה געלייגט אינטערן קישן.. אבער די מלאך איז עפעס נישט אנגעקומען...

ווייסעך נישט וואס איז פשט..

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:49 pm

· #523063
מחונך
אביוז אלערט! :געוואלד:
וואו קומט דא אריין עביוז?? מיין ווייב איז געווען דער וואס האט געוואלט מאכן די פראבע.. זי האט געוואלט וויסן צו עס ארבעט טאקע.. איך האב איר נאר ארויסגעהאלפן...

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:50 pm

· #523064
Re: נשתנו העיתים - שינוי הטבע מימי חז"ל
שמן למאור
מחונך
אביוז אלערט! :געוואלד:
וואו קומט דא אריין עביוז?? מיין ווייב איז געווען דער וואס האט געוואלט מאכן די פראבע.. זי האט געוואלט וויסן צו עס ארבעט טאקע.. איך האב איר נאר ארויסגעהאלפן...
שמן. איך האב געוויסט די האסט א אינטערעסאנטע חבר, יעצט ווייס איך די האסט א אינטערעסאנטע ווייב אויך...

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:53 pm

· #523065
שמן למאור
מחונך
אביוז אלערט! :געוואלד:
וואו קומט דא אריין עביוז?? מיין ווייב איז געווען דער וואס האט געוואלט מאכן די פראבע.. זי האט געוואלט וויסן צו עס ארבעט טאקע.. איך האב איר נאר ארויסגעהאלפן...
איך פארכט מיך צו ענפערן ווייל אויב וועט דער מנהל'ס גרימצארן זיך דערהיצן און ער וועט גענענען
דעם אשכול און עס דעמפען אין מאחורי. וואו איך בין א זר.

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:59 pm

· #523066
אמאליגע צייטן אויב איז א ביין פון א פיש סטאק געווארן אין די האלז רח"ל, האט מען געקענט נעמען א ביין פון יענע סארט פיש, עס ארויפשטעלן אויף קאפ, און זאגן "חד חד נחית בלע בלע נחית חד חד" און דאס האט געהאלפן..
היינט באניצן זיך די חברה הצלה מיט אנדערע סארט מהלכים..

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:04 pm

· #523067
זאג מיר נישט אז די האסט פרובירט ביידע מהלכים אויף דיין ווייב. עהעם זי האט געוואלט און די האסט געהאלפן!

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:09 pm

· #523068
מחונך
זאג מיר נישט אז די האסט פרובירט ביידע מהלכים אויף דיין ווייב. עהעם זי האט געוואלט און די האסט געהאלפן!
דאס האט זי שוין אויספראבירט אויף מיר...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:31 pm

· #523070
שמחהלע קאפשטיק
ווי יעדער בר ביה רב ווייסט אז זייער פיל זאכן און מציאות’ער וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל איז אנדערש געווארן במשך די אלע דורות, און אסאך מאל כאפט עס אויך א חילוק להלכה,
דערפאר עלה על לבי צו עפענען א אשכול וואס מען וועט צאםנעמען די אלע מקומות וואס ס’איז קלאר אז היינט איז אנדערש.
און אדרבה די תלמידי חכמים און ידענים פונעם שטיבל זאלן צולייגען זייערע ידיעות, און האפענטליך מתוך דיבוק חברים וועט ארויס קומען א דבר השלם.

וזה החלי:
א. די גמרא זאגט אין מסכת סוטה דף יא: אז פרעה האט געגעבן א סימן פאר מרים און יוכבד אז א זכר ווערט געבוירן כדרך תשמישו פניו למטה, און א נקבה פני’ למעלה כדרך תשמישה,
היינט איז קלאר אז עס איז נישט אזוי נאר א זכר קען אויך געבוירן ווערן מיט די קאפ אויף ארויף און די נקבה מיט די קאפ אראפ.
דאס וואס די גמ' (מס' סוטה דף י"א) זאגט אז פרעה האט געגעבן דעם סימן פאר די מילדות, מיינט נישט אז ס'קען זיך נישט טרעפן אמאל פארקערט. חז"ל האבן נישט געזאגט אז דאס איז אויסשליסליך דער סימן. נאר אז ס'איז בדרך הממוצע (עוורידזש) אדער אפילו רוב. נאר ס'איז פארהאן א מיעוט אויך. וואלווי איז גערעכט אז די רייד פון חז"ל זענען קראנט. און מ'דארף גארנישט מסופק זיין אין זייערע ווערטער.

די מענטשן וועלכע ביי די ערשטע געלעגנהייט אדער ספק זאגן זיי אז דברי חז"ל זענען נישט פארלעסליך. און זיי האבן נישט געהאט געוויסע ידיעות אין די נאטור פון מענטשן אדער אנדערע דצח"מ, ליידן (מסתמא) פון אן אינפערייאריטי (מינדערוויכטיגקייט) קמפלעקס.

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:45 pm

· #523072
וואלווי
סקעפטיקער
וואלווי
רביה''ק זי''ע
אמאל פלעגט חזיר מטמא זיין די נשמה
וואס האט זיך יעצט געטוישט? דאקטוירים זאגן נאך אלס אז חזיר פלייש איז נישט גוט פאר די הארץ...
"כמעט" אזוי נישט גוט ווי בהמה פלייש, פארשטייט זיך נאר אויב מ'האלט נישט פון עטקינס
וואס האט עס מיט עטקינס?
די פראבלעם איז Saturated Fat וואס עטקינס האלט איז געזונט

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:46 pm

· #523073
מחונך
שמן למאור
מחונך
שמן למאור
אמאל פלעגט מען באקומען א אמאל פלעגט די מילך פון א מאמע קומען פון איר דם נידה...
אין שו"ע פסקענט מען נישט אזוי נאר איבריה מתפרקין און דערפאר זעט מען נישט כ"ד חודש נישט וועגן מילך.
דאס האט זיך טאקע אויך געטוישט. היינט זעט מען יא בלוט פריער ווי כ"ד חודש.. נישטא קיין אבריה מתפרקין, אכ"פ נישט פאר אזוי לאנג ווי 24 חדשים.

און בכלל, ר' מאיר האלט דאך יא אז דם נעכר ונעשה חלב, און אויב חז"ל זאגן אזוי איז עס דאך זיכער אמת. אכ"פ די תלמידים פון ר' מאיר וואס האבן אנגענומען ווי זייער רבי האט זיך די מציאות זיכער געפירט אזוי ביי זייער גופים, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
היינט אבער ווי קיינער פסק'נט שוין נישט ווי ר' מאיר, האט זיך די מציאות געטוישט און עס ווערט שוין נישט ביי קיינעם קיין מילך פון דם נידות...
איך האב א משפחה קרובה וועלכע גלייבט שטארק אין Natural medicine, Homeopathy, anti vaxxing, energy healing, וכדומה כל שם וחנוכא דאית להו. זי האט לעצטנס געזאגט פאר מיין ווייב אז זייט זי האט אנגעהויבן א געוויסע באבסקע רפואה רוטין, זעט זי נישט פאר גאנצע כ"ד חודש.
אבער דאס איז אויך נאר מיטן זייגן, אן זייגן קען מען זיך איבערדרייען

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:49 pm

· #523074
איך האב א משפחה קרובה וועלכע גלייבט שטארק אין Natural medicine, Homeopathy, anti vaxxing, energy healing, וכדומה כל שם וחנוכא דאית להו. זי האט לעצטנס געזאגט פאר מיין ווייב אז זייט זי האט אנגעהויבן א געוויסע באבסקע רפואה רוטין, זעט זי נישט פאר גאנצע כ"ד חודש.
אבער דאס איז אויך נאר מיטן זייגן, אן זייגן קען מען זיך איבערדרייען
איך מיין אז זי זייגט אויך נאך כ"ד חודש.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:49 pm

· #523075
שמן למאור
, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
מקור?
(אין ספרי שמעתתא והלכה. נישט פון ספרי חסידות, מוסר, מחשבה וכדומה..)

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:59 pm

· #523080
וואלווי
שמן למאור
, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
מקור?
(אין ספרי שמעתתא והלכה. נישט פון ספרי חסידות, מוסר, מחשבה וכדומה..)
ש"ך סי' קפ"ט סקי"ג

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:03 pm

· #523081
מחונך
סקעפטיקער
מחונך
שמן למאור
דאס האט זיך טאקע אויך געטוישט. היינט זעט מען יא בלוט פריער ווי כ"ד חודש.. נישטא קיין אבריה מתפרקין, אכ"פ נישט פאר אזוי לאנג ווי 24 חדשים.

און בכלל, ר' מאיר האלט דאך יא אז דם נעכר ונעשה חלב, און אויב חז"ל זאגן אזוי איז עס דאך זיכער אמת. אכ"פ די תלמידים פון ר' מאיר וואס האבן אנגענומען ווי זייער רבי האט זיך די מציאות זיכער געפירט אזוי ביי זייער גופים, ווייל אונז ווייסן דאך אז די תורה און חז"ל שטעלן אוועק וואס די מציאות איז..
היינט אבער ווי קיינער פסק'נט שוין נישט ווי ר' מאיר, האט זיך די מציאות געטוישט און עס ווערט שוין נישט ביי קיינעם קיין מילך פון דם נידות...
איך האב א משפחה קרובה וועלכע גלייבט שטארק אין Natural medicine, Homeopathy, anti vaxxing, energy healing, וכדומה כל שם וחנוכא דאית להו. זי האט לעצטנס געזאגט פאר מיין ווייב אז זייט זי האט אנגעהויבן א געוויסע באבסקע רפואה רוטין, זעט זי נישט פאר גאנצע כ"ד חודש.
אבער דאס איז אויך נאר מיטן זייגן, אן זייגן קען מען זיך איבערדרייען
איך מיין אז זי זייגט אויך נאך כ"ד חודש.
וואס איז די פראבלעם? אין שו"ע שטייט עד ד' וה'
בלאט: 1 2