ס'ארא פראגע, אוודאי ארויס קלאפן א עצבות פון א אידן,
ווייסטעך, צדיקים טייטשן, כי בשמחה תצאו, אז מיט שמחה ווערט מען געהאלפן בעזהשית"ב,
און נאך מער ווי דעם, אז ביז די ישועה קומט, איזער אויך בשמחה. ני, וואס איז דא בעסער'ס.
____
ועל של עתה באתי,
בינעך אריינגעפאלן אינעם מעלות אויסגאבע,
עס רעדט פון זיך אליין, (בד"וו, ווען מאכן זיי א בלאג, און מ'עמיר אויך קענען פאוסטן אפאר צענט אינעם טענה'ריי אשכול אפ\איינ-טיילונג דארט.) אלעס מלא חן וחסד עליון דארט, אלענפאלס לייען'טץ און האב'טס הנאה,
זעה איך א בלאג'ער, כ'מיין א פאוסט'ער, עה וואס רעד איך, א שרייבער, עכ"פ דער בריוו שרייבער זאגט דארט, און לאזט זיך הערן, צו מאל גאר שרייענדיג, דורך'ן געשריבענעם ווארט ארויס פונעם פאפיר פארשטייט זיך, נישט מער און נישט ווייניגער אז;
דינים פון דענים
צו די ליינערין וואס פרעגט וועגן דענים (תמוז): איך וויל נאר מיטטיילן א געדאנק וואס איך האב אמאל געהערט. אונזערע טייערע קינדערלעך זענען הייליגער ווי א ספר תורה. וואלט דען איינער אנגעטון א דענים מענטעלע פאר א ספר תורה? ס'פאסט פשוט נישט... הצלחה אין אייער ניסיון!
א ליינערין
ע"כ לש"ק, ושפתיים יישק, ודפח"ח.
עס איז באקאנט אז אמאל די טאטע פונעם הייליגן חתם סופר זיעועכי"א, ווען זיין טאטע האט עם די הייליגע חת"ס געהאלטן אין די האנט טאנצן'דיג שמח"ת על השמחה הגדולה פונעם נותן התורה, אל עם ישרא' מקבלי ומקיימי ולומדי התורה ובשמחה,
פארציילט זיך א מעשה א מעשה, אז אמאל אזוי טאנצן'דיג מיטן גרויסן זוהן אין די האנט, האט זיך די טאטע פונעם הייליגן חת"ס אויסגעדרוקט אז ער טאנצט מיט א ספר תורה אין זיין האנט, מיינענדיג דערביי זיין זוהן רבינו החת"ס זי"ע אלס קליין קינד,
מן הסתם איז דאס די מקור צו אט די הדרכה ותורה שלימה פונעם שרייבער.
דאס האביך אזוי געפונען פון צווישן די שווארצע שורות פונעם צוקער באדעקטע בלעטער אינעם מעלות, (א"ה, ריכטיגער העט געווען ווען אין דער זעלבער צייט לערן איך, אטא אווי דער הייליגער חת"ס האט געטאן זיינערצייט, אמער, פון א מעלות אויסגאבע איז זיכער נישט געווען א רעדע דעמאלטס, וויזוי דען קען מען אויסוואקסען אזא גאון ווי החת"ס מיט'ן מעלות..!?)
כ'ווייס נישט פ"וו, נאך'ן ליינען דארט די שורות, קיק איך זיך אן, אזוי האלב פארנעפלט, שפאקולירנדיג וואס ארויס צו נעמען פון די שורות,
אביסל שטאלץ, אז אין די נסיון ווינטשט מען זיך הצלחה, כהיום, שיין דערלעבט ב"ה, ויתחזקו המתחזקים בגדולות.
און פון די אנדערע זייט האב איך געקוקט אביסל, אויב איז אפשר נישט די חיזוק ווערטער געוואנדן אויף א אנדערע ריכטונג, נעמליך זיך אנצונעמען אז מען זאל זיך האלטן אויף'ן מאדע פונעם אמאל, (נוסח עימי"ש טאו"ן בלע"ז),
אפשר, אז אויף א מין שטארק'ערע סחורה ערפינדן געווארן ברבות הימים איז אויך דא א מסורה !?!?,
ווייסעך ניט.
יבואו הנבונים ויתעדנו בנבונות.