☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16117
בלאט: 1 2

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:13 am

· #522931
מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
דאס שידוכים קריזיס איז יעדן באקאנט, ס'איז ליידער דא אסאך היימישע בחורים און מיידלעך, און שידוכים גייט שווערער ווי ס'פלעגט אמאל גיין.
נו, איז דאך א פראבלעם, ווי דער קרית יואל'ער רב זאגט מיטן באוויסטע תנועה, ס'איז א גרויסער פראבלעם'...האבן זיך די עסקנים אפגעלאזט פון זיך באשעפטיגן מיטן ביליגער מאכן חתונות, און זיך אריינגעטוהן אין דער גרעסערער פראבלעם, אז דער עולם קען נישט טוהן קיין שידוך, מען האט געמאכט מערערע אסיפות פון רבנים שליט"א און גרויסע ערנסטע עסקנים, צי זעהן וואס האט גורם געווען די פראבלעם, וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגען און אנטוויקעלט אדער דערקייקעלט (איך וועל גיין מיט די לעצטע ווייל סאיז א געשמאקערע ווארט און מ'ניצט עס ווען עפעס גייט פון גוט צי שלעכט) צו דער מצב מיט וואס אונז האמיר זיך דערזעהן די לעצטע פאר יאר, און וויאזוי קען מען לינדערן און האפענטליך אפשטעלן דעם פראבלעם, איז מען געקימען צי דעם מסכנה, אז דער הויפט גורם זענען די עלטערן, ווייל זיי זענען זייער פיקי. אזוי ווי דער וואטסאפ גענעראל ר' יונתן שווארץ זאגט, היינט וויל מען נאר וואס מען קען נישט באקומען... און די סברה גייט אזוי: אויב איינער וויל מיך נעמען, וויל איך זיי נישט, ווייל איך וויל נאר איינער וואס וויל מיך נישט, ווייל איך וויל ארויפגיין א דרגה אונעם געזעלשאפט לייטער.

אה,
הייסט אזוי, דו, אין דיין פערציג יאר עסן קיגל, האסטו נישט מצליח געווען צי באקומען רעספעקט, צי ווייל די האסט דיך קיינמאל אהערגעשטעלט אלס א מענטש, צי די ביסט א שלימזל, האסטו דיך זיך יעצט אנגעלייגט אויף דיינע קינדער, אז זיי זאלן דיך העלפן ווערן א שטיקל אנגעזעהנע מענטש, דורך זיך משדך זיין מיט אזויגעריפענע שעהנע משפחות.

ר' איד.! דיינע קינדער זענען נישט דיינע בילעטן פאר א בעסערע פלאץ אין געזעלשאפט. דאס האסטו געדארפט טוהן אין ישיבה, ווען די האסט
גערויכערט אינדרויסען ציזאמען מיט די ליידיגייערס, ווען די האסט געפיפען דיינע עלטערן אין פנים אריין, און געטון וואס ס'האט דיך דעמאלטס געשמעקט.

יעצט, אז די זעהסט דיך מיט ערוואקסענע קינדער אין די יארן, און די מציאות פראסקעט דיך אין פנים אז די ביסט נישט דער וואס די האסט געמיינט אדער זיך איינגערעדט דו ביסט, נעם נישט דיינע קינדער אלס משכונות אין א קאמף צי ווערן א שיינער איד.

נאכהער איז דא א ערנסטע פראבלעם ביי די מיידלעך.

יא, די איידעלע ערליכע צניעות'דיגע בית רחל מיידלעך, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען קרעפ.
ליידער אזא מין פעמעניזעם מי טו מאוומענט,
זיי פארלאנגען עפעס פאר זיך אויך ר"ל, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען עביוז פון זייער בן זוגם ,זיי האבן אביסל זעלבס-ווערדע, וואס דאס איז טאקע די סיבה פון אסאך גיטין היינט ציטאגס קעגן אמאל. ניין ס'האט גארנישט מיט סמארטפאונס, ווי אלע אויסגעפאשעטע, אנגעשפארטע, קוויטל פאקעטירערס, קעדילעק-רייזענענדע, רבנים שליט"א בונטעווען. ניין ווי איינער דא פון די גאונים חברי הפארום האט ארויסגעברענגט זייער גוט, אז סקומען די אזויגעריפענע מחנכים עדזשוקעיטארס, מיט א מעסטערס דעגרי אין חאלופטשעס, פון יונייטיד טאלמודיקעל סאפארי, מיט די גאונישע אויסטרעף אז די סיבה פארוואס עס איז דא אזויפיל גיטין, איז ווייל מ'האט סמארטפאונס ממילא געבט מען זיך נישט אפ מיט די ווייב מבויט נישט קיין קשר וכו' וכו' זאגט ער אזוי דער מעמבער דא (כ'געדענק שוין נישט ווער מזאל מיך זאגן וועל עס צי'עדיטן) אמאל פערציג פיפציג יאר צוריק צי אפילו צוואנציג יאר צוריק, פלעגט מען אריינפרעגלען די חתנים און יונגעלייט, אז א ווייב איז נישט קיין חבר'טע ס'איז א גראדע שותפות אין די בעבי פעקטארי, וואס מען וועט עפענען פאר פראדאקשן, גלייך פונעם חתונה, און מזאל זיך נישט פארפרויערן וכו' וכו' און זיי פלעגן חוזק'ן אפשפעטן און אוועקמאכן פון די יונגעלייט וואס האבן געוואלט האבן עפעס מער מיט די ווייב ווי סתם דער בעבי מאכער. קומען זיי יעצט אז סמארטפאונס מאכן חרוב אידישע שטובער ווייל מאיז נישט ביזי און מקוקט נישט אן די ווייב...

אקעי ווי האלט איך דא? איך פלי דא ארום בענין לעניין באותו ענין, אה! מיט די מיידלעך, זיי ווילן האבן א שטיקל לייף פאר זיך אויך, ניין ניין, סאיז זיי נאכנישט בייגעפאלן אז זיי מיזן נישט חתונה האבן מיט די משפחה-ווענדעריי ערעינדזשט מערידזשעס, אבער זיי זענען נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער ביי די אכצן ניינצן, איך זאג ווייבער, ווייל די ווארט כלה איז א סקעם א אויגן פארבלענדעניש, כלה איז אזא געשמאקע איידעלע ראמאנטישע זאך, ווען מ'באקומט מתנות און מאיז פרייליך און מ'דמיונט אוועק ווי גוט די לעבן וועט זיין, אבער דאס האלט אן פאר אפאר חדשים, ביז מ'טרעפט זיך יענע נאכט מיט א פארשוויצטער פרעמדע זכר העכער זיך, און פאר וואס ווען, פאפט מען רעכטס און לינקס בעביס. אין דער ריעליטי פראסקעט אין פנים וואו א שניי זארוכווע. נאר וואס יא, די מיידלעך זענען מער נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער און מאמעס ביי די זיבעצן אכצן, זיי ווילן ענדערש ווארטען ביז די צוואנציג - איין און צוואנציג צו חתונה האבן, זיי ווילן אביסל אינדזשויען לייף, זיי האלטן גוט באצאלטע דזשאבס, מיט וואס זיי קויפן און רעטירנען קליידער און שיך, פון עמעזאן זערע טווענטי וואן סענטשורי, זיי האבן זיך חברט'עס מיט וועם זיי טשילן יעדע זינטאג אינוואדירן די דעפארטמענט סטארס אין מאנהעטן, און ביינאכט גייען זיי צי דאמינא פארק ווי זיי פלעפלען ארום מיט א געשמאק, הפנים די מוידן האבן זיך בארעכנט אז עס איז ליבערשט צי פארברענגען מיט די חברט'עס אלס מיידלעך אין פארק, ווי צי פלוישטערן אויפן טעלעפאון אנגעשוואנגערט,

און ממילא ווערט א פראבלעם מיט שידוכים, ווייל עס איז דא מאנגל אין עוועיליבל מיידלעך.

(יא, דער שערי יושר, וואס ספעמט ק"ש די לעצטע חודש מיט הינדערטער קורצע תגובה'ס, האט זיך דערשלאגן צו שרייבן עפעס לאנגס)

Nanach » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:26 am

· #522935
באמת וואלט לכאורה געווען די בעסטע סעלושען צו אראפלאזן די מחיצה און משדך זיין די עלטערע חסידישע בחורים מיט די עלטערע ליטווישע מיידלעך
ווי דער בעל הכרי ובעל החריץ

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:02 am

· #522936
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:13 am

· #522938
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:15 am

· #522939
שערי יושר
ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
נעם אראפ דעים מסך המבדיל, און די בחורים און מיידלעך וועלן זיך גאנץ שנעל פארשטיין, בייאלאגיע איז נישט קיין חסיד און נישט קיין ליטוואק.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:16 am

· #522940
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
וואס הייסט נעם אראפ? ס'איז דא א גרויסע חילוק אין קולטור צווישן דעי צוויי געמיינדעס. וויאזוי נעמט מען אראפ דעם מסח המבדיל?

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:19 am

· #522941
שערי יושר
און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
זיי וועלן זיין מענטשן וואס זענען באשאפן בצלם אלוהים און געהערן צום פאלק ישראל, אהא ס'קען זיין זיי וועלן נישט קימען צים רעבען'ס טיש? הייסט ס'איז א רעבא קריזיס נישט קיין שידוכים קריזיס.

(אבער דער אמת איז אז פאר די ליטווישע מיידל וועט עניוועי נישט פאסטן צי נעמען א חסידישע בחור

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:20 am

· #522942
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
נו שוין. קען מען דאך נישט גיין צים לחיים אנעם כלה

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:20 am

· #522943
שערי יושר
וואס הייסט נעם אראפ? ס'איז דא א גרויסע חילוק אין קולטור צווישן דעי צוויי געמיינדעס. וויאזוי נעמט מען אראפ דעם מסח המבדיל?
מסך המבדיל צווישן די ג'ענדערס, נישט די געמיינדעס

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:23 am

· #522944
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
מוועט עס קענען טוהן ווען סוועט זיין וגר זאב עם כבש

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:26 am

· #522945
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
קהל'ס נער
שערי יושר
און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
זיי וועלן זיין מענטשן וואס זענען באשאפן בצלם אלוהים און געהערן צום פאלק ישראל, אהא ס'קען זיין זיי וועלן נישט קימען צים רעבען'ס טיש? הייסט ס'איז א רעבא קריזיס נישט קיין שידוכים קריזיס.

(אבער דער אמת איז אז פאר די ליטווישע מיידל וועט עניוועי נישט פאסטן צי נעמען א חסידישע בחור)
ס'מער פון דעם, דער בחור וואס איז ציגעוואוינט צי איין מינע לעבן וועט זיך זייער שווער קענען אריינפאסן אין אנדערע מינע קולטור, און נאכמער דאס מיידל, מערידזש איז געניג שווער אזוי אויך
ווען מקומט פונעם זעלבן חסידות

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:37 am

· #522947

ווייסט פארוואס מערידזש איז אזוי שווער ווייל מען האט אפגעטיילט די ג'ענדערס.

#באשאף_נישט _קיין_פראבלעמע

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:39 am

· #522948
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
.

בת קול » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:41 am

· #522949
אויסער די עלטערן גייט זיי בכלל אן אז ס׳איז דא א ״שידוך קריסיס״?

ס׳זעהט מיר אויס אז די בחורים און מיידלעך געבן זיך פיין אן עצה אלץ סינגלס.

ביי די 24 זענען ממילא רוב חתונה געהאט.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:46 am

· #522951
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
די געמיינדע פירערס גייט עס אן ווייל אז די קינדער האבן חתונה יונג איז דא ווייניגער טשענסעס אז זיי וועלן רעבעלן

כוואליעס » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:21 am

· #522953
מיין זיידע און באבע האבן חתונה געהאט א ליטוואק מיט א חסידישע און אלס האט געשטימט, די קינדער זענען געווארן סאטמערע (נישט אהין און נישט אהער 😂 )
אבער פון דארט איז נישט קיין ראיה ווייל עס איז געווען נאך די מלחמה

שערי יושר יעצט קומט זיך דיר טאקע פעטש, אז דו קענסט יא שרייבן פארוואס שרייבסטו קיינמאל נישט??? 😠

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:33 am

· #522955
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
ווי בת קול האט שוין געדונערט, זענען די בחורים גאנץ אקעי און בכלל נישט אין קיין געיאג (בדרך כלל), די עולם טשילט פיין ארום.

******************************
שערי יושר: שיין און זיס געשריבן, מיט בליציגע מליצות, לאוו איט!

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:56 am

· #522972
אינטרעסאנט אין לאנדאן האט געזאלט פארקומען אן אסיפה נישט דוקא וועגן שידוכים אבער וועגן די פאקט אז פרויען זענען נישט אינטרעסירט אין זייערע מענער
די בייגעלייגטע פייל קומט פון די פרויען זייט פון קאווע שטיבל https://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=509243
📎 SH Asifa.PNG

החוקר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:50 am

· #522975
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
קהל'ס נער
ווייסט פארוואס מערידזש איז אזוי שווער ווייל מען האט אפגעטיילט די ג'ענדערס.

#באשאף_נישט _קיין_פראבלעמע
What?!?!?!?!?!??

דו ביסט חתונה געהאט?

ביי גוים איז נישט דא קיין סערעגאציע, פארוואס גט מען זיך דארט?

מערידזש איז א שווערע workout וואס מען דארף אסאך מוותר זיין כדי עס זאל ארבייטן. גארנישט מיט ג'ענדערס צו טון. צולייגן נאך stree points איז א בארעכטיגטע זארג וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:05 pm

· #522978
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
קהל'ס נער
שערי יושר
ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
נעם אראפ דעים מסך המבדיל, און די בחורים און מיידלעך וועלן זיך גאנץ שנעל פארשטיין, בייאלאגיע איז נישט קיין חסיד און נישט קיין ליטוואק.
אויך אמת, אבער דאס נעמט צייט

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:37 pm

· #522988
שערי יושר זאגט גאר גוט
די צייטן פון די מאן איז די קעניג איז געענדיגט
פרויען האלטן שוין ביי גארנישט, גערעכט זענען זיי
אבער די מענער זענען אויך נישט אזוי מאסקולין ווי אמאל
בחורים זענען אסאך מאל ריזיגע בעיביס, וואס קענען נישט קעיר נעמען פון זיך, די ווייב דארף איבערנעמען די מאמעס דזשאב
און זי האלט נישט דערביי
מדארף אויפהערן אפשרעקן די מיידלעך, סיי אז ממוז האבן אבאנטש קינדער און סיי אז די מאן איז קעניג

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:52 pm

· #522991
Nanach
באמת וואלט לכאורה געווען די בעסטע סעלושען צו אראפלאזן די מחיצה און משדך זיין די עלטערע חסידישע בחורים מיט די עלטערע ליטווישע מיידלעך
ווי דער בעל הכרי ובעל החריץ
די ליטווישע ווילן נישט חסידישע מיט שטריימלעך
סאיז טאקע מער מצוי מיידלעך וואס בייגן זיך יא אביסל טאקע וועגן דעם קריזיס
אבער אזויווי שערי יושר זאגט איז דא א פראבלעם מיט קולטור
און חסידישע וואס בייגן די רולס האלטן נישט ביים חתונה האבן מיט קיין גראדע ליטוואקס וואס האלטן דינא דמלכותא דינא בנוגע נישט צאלן די מיטער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:28 pm

· #523000
שערי יושר: ייש"כ. דו האסט שוין אלעס געזאגט. איך בין מסכים מיט א יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט דא. ווייל איך בין עס אדורעך געגאנגען ביי שידוכים מיט מיינע אייגענע קינדער. איך וויל נאר צוגעבן אז ביי די ליטווישע זענען אויך די מיידלעך (הויפטזעכליך) שולדיג. נאר צוליעב אנדערע סיבות.

די ליטווישע גייען (בדרך כלל) אויף דעיטס (לעומת שדכנים גערעדטע שידוכים). און די מיידלעך דארט ווייסן אליינס נישט וואס זיי ווילן. די רוב פון זיי מאכן סתם משוגע בחורים. אזוי אז ס'זענען שוין דא געוויסע (עלטערע) מיידלעך וואס די בחורים שטייען אוועק פון זיי. אויך איז עס ביי די ליטאים מיידלעך, אזוי ווי ביי די חסיד'ישע עלטערן, אן עניין פון קאנטראל. זיי פיהלן אז זיי האבן יענעם אין די הענט. און דאס איז זייער א געשמאקע פיהלינג. ס'בויעט אפשר אויף די געדמיונ'טע זעלבסט ווירדע (אז מ'קען יענעם טרעטן. (אזוי ווי דו האסט שוין געזאגט). ווייל איך זעה, אזוי ארומפארנדיג אויף די גאסן זייער א סאך (בליעה"ר מיידלעך וועלכע וואלטן געווען קאנדידאטן צו חתונה האבן. אבער דאס געשעהט נישט. ליידער.

די עיקר איז. ס'דארף אריינקומען אן ערנסטער טויש אין עטיטוד ביים עולם. סיי ביי די חסיד'ישע און סיי ביי די ליטוואקס...!

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:14 pm

· #523030
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
קען דאס געזעהן ווערן אלס א דורכפאל פון די היי סקולס נישט ציצוגרייטן די מיידלעך צי נעמען די פליכט פון א ווייב לויט ווי עס איז ערווארטעט פון זיי?

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:48 pm

· #523034
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
איך זעה נישט קיין שידוכים קריזיס, איבער ניינציג פראצענט זענען חתונה געהאט ביי די 25.

שלום בית קריזיס דאס אפשר יא.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:18 pm

· #523040
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
וואס מיינט בכלל א קריזיס? אפשר לגבי דעם בן שמונה עשרה לחופה? אפשר לגבי אז די סיסטעם איז אויסגעשטעלט עכ"פ ביי די בחורים אז נאך די 19 איז נישטא קיין געהעריגע ישיבות און מווערט אראפגעקלאפט? און בכלל וויפיל פראצענט בחורים און מיידלעך דארפן זיין העכער צוואנציג מען זאל עס קענען אנריפן א קריזיס?

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:24 pm

· #523042
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
צוזאמגעדרייט
איך זעה נישט קיין שידוכים קריזיס, איבער ניינציג פראצענט זענען חתונה געהאט ביי די 25.

שלום בית קריזיס דאס אפשר יא.
שלום בית איז אמאל געווען ערגער ס'נישט געווען קיין שלום בית שיעורים, קיין געהעריגע חתן כלה מדריכים, מפלעגט אויסלערנען די הלכות פאר נאך די חתונה און גארנישט מער, היינט גרייט מען אן די חתנים אסאך בעסער, און דאס אז עס איז דא מער גיטין מיינט נישט אז די שלום בית איז ערגער, ווייל אמאל פלעגט מען זיך רייסן ביי די קעפ און זיך נישט געגעט בשום אופן

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:25 pm

· #523043
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
אויב איינער שפירט אראפגעקלאפט ביי 20 יאר איז דאס נישט קיין שידוכים קריזיס. אפשר א מענטל העלטה קריזיס.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:29 pm

· #523045
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
@שערי יושר דו האסט א זעלטענע פעדער, בלייבזשע דא אויף לאנגע יארן.

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:30 pm

· #523046
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
צוזאמגעדרייט
אויב איינער שפירט אראפגעקלאפט ביי 20 יאר איז דאס נישט קיין שידוכים קריזיס. אפשר א מענטל העלטה קריזיס.
א צוואנציג יעריגע וואס כמעט אלע זיינע חברים האבן פארלאזט די ישיבה ווענט און ער זיצט מיט יונגערע בחורים איז זייער פארשטענדליך ער זאל זיין ארפגעקלאפט, עס האט נישט אזוי צי טוהן מיט די ווילן צי מערידזש ווי די גאנצע ארום און ארום...

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:38 pm

· #523054
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
שערי יושר
א צוואנציג יעריגע וואס כמעט אלע זיינע חברים האבן פארלאזט די ישיבה ווענט און ער זיצט מיט יונגערע בחורים איז זייער פארשטענדליך ער זאל זיין ארפגעקלאפט
עס איז דא געניג אויסוואלן. ארץ ישראל, עס זענען דא חבורות וכדו' אין אמעריקע פאר אזוי געריפענע אלטע בחורים.

עס געפעלט מיר, 21 ווערט געסטעמפלט אלטע בחור, מ'קען מיינען אז מען רעדט פון א 35 יעריגע סינגל. מ'ברויך זיך אביסל בארוהיגן. איך זאג נישט אז מען זאל נישט העלפן מיט שידוכים און אויסבעסערן וויאזוי עס גייט צו ביז היינט, אבער בסך הכול רעדט מען פון קליינע בעיביס וואס האבן קיין פליכט נאכנישט גענומען אויף זיך זינט געבורט. זיצט אין א דירה און שלאָפט איין אויף א זעקל פאַפיטעס אדער גייט ער אויף טריפס יעדע צוויי וואכן. (טריפס תרתי משמע).

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 6:43 pm

· #523059
שערי יושר
ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
שערי יושר: און בכלל. די ארויסגעפאלענע פון דעם שידוכים קרייז (עלטערע ) ליטווישע מיידלעך זענען נישט קיין סחורה פאר שידוכים. אדער האלטן זיי אינגאנצן נישט ביי חתונה האבן. אדער ווייסן זיי אליינס נישט וואס זיי ווילן.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:13 pm

· #523069
החוקר
קהל'ס נער
ווייסט פארוואס מערידזש איז אזוי שווער ווייל מען האט אפגעטיילט די ג'ענדערס.

#באשאף_נישט _קיין_פראבלעמע
What?!?!?!?!?!??

דו ביסט חתונה געהאט?

ביי גוים איז נישט דא קיין סערעגאציע, פארוואס גט מען זיך דארט?

מערידזש איז א שווערע workout וואס מען דארף אסאך מוותר זיין כדי עס זאל ארבייטן. גארנישט מיט ג'ענדערס צו טון. צולייגן נאך stree points איז א בארעכטיגטע זארג וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט.
100% גערעכט, ווען די ג'ענדערס זענען אפגעהאקט בכל מכל און מ'הייבט זיך נישט אן צו פארשטיין, קען א יעדע סטרעס פוינט אויפרייסן די צייט באמבע.
אבער ווען די ג'ענדערס פארשטייען זיך דארף מען סה"כ אביסל ארבעטען אויף די מידות, און די געמיינדע ווי מען געהערט צי איז נישט מער ווי א מיינונגס פארשידענהייט וואס מען דארף זיך קענען אויסקימען.

בת קול » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:51 pm

· #523076
שלום בית פלעגט נישט זיין בעסער.
מען פלעגט זיך פשוט נישט גט׳ן אזוי גרינג.

כוואליעס » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:21 pm

· #523089
צוזאמגעדרייט
שערי יושר
א צוואנציג יעריגע וואס כמעט אלע זיינע חברים האבן פארלאזט די ישיבה ווענט און ער זיצט מיט יונגערע בחורים איז זייער פארשטענדליך ער זאל זיין ארפגעקלאפט
עס איז דא געניג אויסוואלן. ארץ ישראל, עס זענען דא חבורות וכדו' אין אמעריקע פאר אזוי געריפענע וכו'.
ווי זענען דא חבורות אין אמעריקע פאר אלטע בחורים? וויפיל איך ווייס אין קאווע שטיב'ל לאזט מען נישט אריין אלטע בחורים אין מאחורי 😉

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:24 pm

· #523092
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
בת קול
שלום בית פלעגט נישט זיין בעסער.
מען פלעגט זיך פשוט נישט גט׳ן אזוי גרינג.
ס'פלעגט זיין ערגער, היינט לערנט מען אויס חתנים אביסל וויאזוי זיך אומציגיין מיט א ווייב, זיין סענסעטיוו צי איר, קאמפלימענטן, אויסהערן,

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:12 pm

· #523134
איך מיין אז אונז טיפע מענטשן מיינען אז ס'ליגט דא מורא'דיגע עניינים פון וועלן קאנטראלירן דער עולם אדער עניטינג עלס.

לדעתי איז נישטא קיין קריזיס, פראבלעמען, קרעמלעך, די סיסטעם פארט ווי א באן. סך הכל זענען דא מענטשן וואס דארפן ארויסגרעבצן יעדע שני וחמישי א נייע פירצה מיט סעלושענ'ס.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:54 am

· #523143
דערהויבענע איד: ווי ס'זעהט אויס האסטו נאכנישט אדורכגעמאכט דעם שידוכים קריזיס. צי ווייל דו ביסט נאך א בחור. אדער האסטו (נאך) קליינע קינדער. נישט אין די עידזש פו חתונה האבן.

ס'איז כולי עלמא מודי אז ס'עקזיסטירט א שידוכים קריזיס. מ'דינגט זיך נאר איבער די סיבות דערפאר. און ווי ווייט ס'גייט.

א יעדער איינער וואס האט דא געשריבן איז עס אדורך מער אדער ווייניגער. אדער האט ער באקאנטע און קרובים וועלכע גייען עס אדורך.

ס'איז פונקט אזוי ווי ווען איינער אין אלטן מצרים (אין די צייטן פון פאר'ן חומש) בשעת די זיבן הונגער יארן האבן געברענט זאל זאגן אז ס'עקזיסטירט נישט קיין הונגער. דער עולם האט צו עסן צו די זעט...!

צוזאמגעדרייט » פרייטאג אפריל 28, 2023 4:24 am

· #523148
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
ר'ב בערל זיי ביטע מסביר וואס די קריזיס איז?

מחונך » פרייטאג אפריל 28, 2023 6:48 am

· #523151
ערעב בערל: א קריזיס מיינט ווען עס איז דא א פראבלעם וועלכער אפעקטירט די באטראפענע גאר שטארק און לפום ריהטא איז נישט דא קיין לעזונג. דער "קריזיס" האט א פשוטער לעזונג, מיר זאלן נישט זיין קלוגער פון חז"ל און זאגן נשתנו העתים, חדש אסור מן התורה, וכו' מיר דארפן טון שידוכים ווי אמאל! חמשה עשר באב און יום כיפור!

אגב, שידוכים איז אויך עפעס וואס די טבע האט זיך געטוישט פון ימי חז"ל.

ערנסטגערעדט » פרייטאג אפריל 28, 2023 11:04 am

· #523166
עצה טובה פאר די בחורים דא (און אויב איז דא אפענמיינדעד טאטעס וואס ווילן העלפן זייערע בחורים) איך בין אויך דורכגעגאנגען די גאנצע חרוסת און חתונה געהאט שפעטער ווי מסתם רוב ק"ש
טרעפטס ענק א גוטע חברה אפילו יונגערע, דעטס אלל וואס מדארף. פארטס אוועק אויף שבתים, ימים טובים
גוטע חברים טראמפס עני קריזיס, בדוק ומנוסה, כרעד פון עקספעריענס

מדארף זען צו טון וואס מקען, סדא גענוג בחורים אויך אויף א לייטער, מווארט פאר עפעס א מאדעל אדער וואס און מאיז נישט רעאליסטיש
רופטס שדכנים, אדער האב איינער אויף די פרויען זייט וואס האט דיר אינזין, און גיי ארויס אויף דעיטס דריי נישט איבער די שטאט מיט אינפארמאציע, רוב מאל איז עס א שאד די צייט
און האב דריי זאכן פון וואס דו רירסט דיך נישט, צו סאיז וועליוס, LOOKS, צו פערסאנאליטי אדער סיי וואס סאיז דיר וויכטיג
בדרך אגב איז looks זייער וויכטיג היינט צוטאגס ווייל מזעט זיך אן מיט אלע גוטע זאכן, איז אויב סציט נישט, שיק עס ווייטער, דו דארפסט וועלן אהיימקומען צו דעי פרוי כאטש אין אנהייב אפילו מווייסט אז beauty fades צוליב עידזש אדער קינדער
און ממוז נישט האבן קינדער גלייך...

און די עיקר געבטס קיינמאל נישט אויף! די איינציגסטע וועג צו סורווייווען איז ווי געזאגט מיט א גוטע חברה און א שטארקע אמונה וואטעווער ס'ארבעט פאר דיר
איינמאל מהאט חתונה קען מען דא קומען ווערן אן אפיקורס 😂

צוזאמגעדרייט » פרייטאג אפריל 28, 2023 11:41 am

· #523169
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
איך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.

פונדאַמענטאַל » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:56 pm

· #523179
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
צוזאמגעדרייט
איך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.
די דעיטינג עפפס האבן שוין האלבוועגס אזעלכע מעטאדן. זיי ניצען בעיסיק אינפארמאציע פון דער באניצער, ווי אויך סווייפט דער באניצער רעכטס אדער לינקס אויף געגעבענע פארשלאגן און דער אלגאריטם רעכנט אויס דורכדעהם וואספארע פארשלאגן צו געבן וויטער. דאך נישט ממש AI.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:20 pm

· #523216
צוזאמגעדרייט
איך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.
לדעתי וועט עס נאר שווערער מאכן...

כוואליעס » זונטאג אפריל 30, 2023 12:07 am

· #523280
berlbalaguleh
דערהויבענע איד: ווי ס'זעהט אויס האסטו נאכנישט אדורכגעמאכט דעם שידוכים קריזיס. צי ווייל דו ביסט נאך א בחור. אדער האסטו (נאך) קליינע קינדער. נישט אין די עידזש פו חתונה האבן.

ס'איז כולי עלמא מודי אז ס'עקזיסטירט א שידוכים קריזיס. מ'דינגט זיך נאר איבער די סיבות דערפאר. און ווי ווייט ס'גייט.

א יעדער איינער וואס האט דא געשריבן איז עס אדורך מער אדער ווייניגער. אדער האט ער באקאנטע און קרובים וועלכע גייען עס אדורך.

ס'איז פונקט אזוי ווי ווען איינער אין אלטן מצרים (אין די צייטן פון פאר'ן חומש) בשעת די זיבן הונגער יארן האבן געברענט זאל זאגן אז ס'עקזיסטירט נישט קיין הונגער. דער עולם האט צו עסן צו די זעט...!
אין פאקט זענען רוב עולם דא אינעם שטיב'ל ערענסט אפעקטירט דערפון 😂 😂

כוואליעס » זונטאג אפריל 30, 2023 12:07 am

· #523281
.

כוואליעס » זונטאג אפריל 30, 2023 12:08 am

· #523282
.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 30, 2023 1:15 am

· #523284
צוזאמגעדרייט
ר'ב בערל זיי ביטע מסביר וואס די קריזיס איז?
צוזאמגעדרייט: ס'זענען דא א סאך "אלטע" בחורים. ביי די חסידי'ישע און א סאך "אלטע" מיידלעך ביי די ליטווישע.

און בחורים און מיידלעך ביי אלע קרייזן זענען דא געניג וועלכע וואלטן געווען קאנדידאטן פאר חתונה האבן. און ס'געשעהט נישט.

אונז דינג מיר זיך נאר איבער די סיבות פון דעם.

ס'איז פונקטליך ווי די גמ' זאגט (סוף מס' סוטה)..."היין ביוקר, והגפן תתן פריה"...! אז די פרייז פון וויין (א חשוב'ע משקה) וועט זיין זייער טייער. נישט ווייל ס'וואקסט נישט קיין טרויבן. ס'איז דא געניג טרויבן. נאר די אינפלאציע איז זייער הויך. דאס איז אן עקאנאמישער קריזיס.

די זעלבע איז ביים שידוכים קריזיס.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 30, 2023 1:25 am

· #523286
מחונך
ערעב בערל: א קריזיס מיינט ווען עס איז דא א פראבלעם וועלכער אפעקטירט די באטראפענע גאר שטארק און לפום ריהטא איז נישט דא קיין לעזונג. דער "קריזיס" האט א פשוטער לעזונג, מיר זאלן נישט זיין קלוגער פון חז"ל און זאגן נשתנו העתים, חדש אסור מן התורה, וכו' מיר דארפן טון שידוכים ווי אמאל! חמשה עשר באב און יום כיפור!

אגב, שידוכים איז אויך עפעס וואס די טבע האט זיך געטוישט פון ימי חז"ל.
מחונך: דאמאלס איז עס א קריזיס פון אונזער ווילן. און זיין קלוגער פון חז"ל. מיט די פאלשע פרומקייט. אזוי ווי געוויסע גרופס אין געוויסע געאגראפישע געגנטער.

Salford » זונטאג אפריל 30, 2023 3:41 am

· #523292
בת קול
שלום בית פלעגט נישט זיין בעסער.
מען פלעגט זיך פשוט נישט גט׳ן אזוי גרינג.
אמאל האט יערער געהאט א ווייב סיי אידן סיי גויים מה שאין כן היינט
בלאט: 1 2