צוזאמגעדרייטאיך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.
עס איז דא די בקרוב וועב זייט
http://www.bekurov.org וואס איז משדך ווייסע זאקן מיט ווייסע זאקן, טיכל מיט טיכל, שווארצע שטרימפ מיט שווארצע שטרימפ, וכו' ממש א שידוך AI, לאל.
איין נקיוה וואס מען הערט און זעהט נישט קיין סאך רעדן דא בכלל פון דעם פראבלעם.
די פאקט ווי ערווענט ביי @שערי יושר אז די מיידלעך ווילן שוין נישט איבער נעמען דעם בחור'ס מאמע'ס ארבעט, און ווי אויך וויל זי נישט זיין א שלאק פאר אים (יהיה מי שיהיה).
אני הק' האלט נישט בעצם אז עס איז די בעביס וואס זיי גייען אי''ה האבן גיט זיי די בויך ווייטאג פון ווערן א כלה ביי די 18. די טבע הבריאה מער ווייניגער. ווי די חז''ל האבן שוין דאס אראפ געשטעלט אין מסכת נדרים דף כ. איז א פרוי איז קופצת ונשבעת זיי ווילן, עס איז א נדר אונס. און ווי אויך ווילן זיי האבן די אויפמערקזאם-קייט און געבן די אויפמערקזאם-קייט און ווי אויך ווילן זיי טוהן וואס די טבע האט זיי אנפארטרויעט צו טוהן. (אגב. א מאנ'ס פערזאן האט מען מיט דעם נישט געקענט אנפארטרויען). אלס 18 יעריגע קינדער איז נישט דאס אויף זייער פראנט מיינד.
נאר וואסזשע דען איז דער פראבלעם? ווי עס שטעלט זיך ארויס, זייענדיג באקאנט מיט א כלה טיטשער וואס איז דווקא ספעציאלאזירט מיט כלות וואס ווייסן שוין מער וואס די נושא און אחריות פון אהבה אחוה ריעות איז, זעהן נישט ביי זייערע עלטערן אזא מושג בכלל. כ''ש ביי זייערע ברידער אינגער אדער עלטער און זעהען נישט ווי אזוי א בן זוג זייערע וועט קענען פירן א לעבן מיט רעספעקט און אהבה וכו'.
א מיידל פון 18 יאר וואס ווייסט וואס עס גייט פאר זעהט א מציאות אנדערש פון איר דמיון.
אין שטוב זעהט זי ווי טאטע מאמע זענען איי איי איי איינער מיט אנדערן אויפן בעסטן אופן, אדער אויף מעסער שטעך אויף א שוואכערן אופן, און אויפן ערגסטן פאל הארגענען זיך דירעספעקטירן זיך איינע דעם צווייטן אויף א שרעקליכע אויפן. האט נישט קיין טעות, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווי מען הרג'עט זיך בין כותלי הבית אין שטוב ווי מען האלט מיט טראומא דעילי, איך רעד ווען עולם כמנהגו נוהג און מכלומר'שט איז די ש''ב על מי מנוחות. אבער בינו לבינה איז כסדר דא פריקשען אין סיי וואס עס מאכט זיך.
און ווי אויך זענען די מיידלעך וואס זענען געווענליך מער בעלת אחריות'ער אין די יארגאנג פון 18 יאר לויפן צו דער ארבעט אין אפיס 9 שארף. אָן דִי אָדֶער הֶענד, דער ברידער וואס דארף זיין אן ארויפגעקוקטער לערנער ישיבה בחור, פאפט ביז 11'ע, און דאן הייבט זיך אן קולות פון דעם מאמע וואס פלאצט אז זי קען נישט צוזאמנעמען דעם שטוב (וואס שטינקט מן הסתם פון ציגערעטליך אויכעט) ווייל דער גרויסער בחור שלאפט. 12 אזייגער מיטאג ענדליך שטייט ער אויף מיט א גלייכגילטיגקייט און קראטץ זיך ביז 2'ע און דאן וועט ער נעלם ביז די נעקסטע נאכט 3'ע וחוזר חלילה מדי יום יום. די אנגעשטרענגטקייט וואס דאס מאכט אין הויז איז אין לשער.
וואס די 18 יעריגע מיידל מאכט מיט פון איר 17 יעריגער ברידער, וואס זיין חבר וואס מן הסתם פירט זיך די זעלבע גייט זיין איר צוקונפטיגער מאן. און איך רעד שוין נישט ווען דער ברידער רודפ'ט סתם אזוי זיין עלטערע שוועסטער אים צו צושטעלן פרישטאג, לאנטש, און סאפער און אים אונטערווישן ווייל זיין מאמע איז שוין פעדאפ, ער קען קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט צולייגן ווייל ער דארף זיצן ביי די גמרא און די שוועסטער דארף דאס מחשיב זיין.
וואס דארף א מיידל טראכטן? מה לי לצרה הזאת. איך גיי חתונה האבן פארוואס, טאטע מאמע. איך זעה נישט די גליקן. א ברודער א פרא אדם וואס זיין חבר איז מן הסתם נישט אנדערש. וויי וויי זאל איך זיך אין דעם קראנקן בעט אריינלייגן.
בדרך אגב אז מען רעדט שוין, קען דאס זיין א חלק פון די דיבעיט צו אפשר מיט דעיטן א בחור - נישט נאר נאך א בעשאו פון 50 מינוט ווי די עלטערן זאלן עפענען די טיר און אריין פיקען אינעם שפאלט פונ'ם טיר און פרעגן נא וואס זאגסטו קינד מיינס - וועט דאס מיידל קענען שפירן און זעהן אז דער בחור וואס קען זיין איר צוקונפטיגער איז נישט אזא חיה רעה ווי איר ברידער אדער טאטע, און דעיטן 10 מאל, אולי ואולי האי קען מען זעהן שטריכן פון א מענטש. אבער דאס איז א דיסקוסיע פאר זיך. נישט מישן!
יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן. איך מיין די געשפרעך איז אן אשכול בפני עצמו. די עניני אישית בין איש לאשתו איז א סוגיא עמוקה, עמוק מאוד, און אזויפיל טינט און דמים תרתי משמע זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דעם ואכמ''ל. אויב עס איז דא אינטערעסע וועל איך די נושא פארשרייבן פון מיין קוק ווינקל און מיין עקספערטיז.
איי וועסטו פרעגן מי אנכי, ווער זאגט מיין קוק ווינקל איז בכלל אינטערסאנט און פונוואנעט ווייס איך אז מיין חוות דעת אין די נושא איז ריכטיג? קודם איר זענט גערעכט מיט די שאלה, עס מוז נישט זיין, אבער קבל את האמת ממי שאומרו, אויב איר פיהלט אז עס ליגט אין מיינע ווערטער עפעס דאן קענט איר נאשן וויפיל איר ווילט און די איבעריגע לאז איבער.
צווייטנס, קען טאקע זיין אז עס זאל קיינעם נישט אינטערסירן ווייל איך ווייס בעצם נישט וואס איך רעד. איך האב טאקע נישט קיין שום עקספיריענס אין די נושא. לאל.