☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Shots וואס העלפט פארלירן וואג

Shots וואס העלפט פארלירן וואג

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16109

ערנסטגערעדט » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:21 am

· #522757
Shots וואס העלפט פארלירן וואג
אלס אן איבערוואגיגע חסידישער יונגערמאן וואס וויל שוין נישט גיין אויף קיין דייעטס
נישט לא״ו קאלער״י
נישט עטקינס אדער קיט״א
נישט באליס אדער דזשוס
נישט קיין ״איך שטיי אוועק פון סטארטש״
די סליוו איז ווייטער נישט קיין גוטע הצעה

יעדע פון די אויבערדערמאנטע איז גאר שווער
די שאטס איז אבער גאר אינטרעסאנט, עס נעמט אוועק די אפעטיט
עס איז שוין דא א שטיק צייט די שאטס פון אזעמפיק, אבער עס איז שווער צו באקומען
יעצט האב איך געזען אין די צייטונג אן עד פאר א נייע מינע שאט וואס ארבעט בעסער אן די אלע סייד עפעקטס

קודם וויל איך וויסן וואס דער עולם ווייסט צו זאגן איבערדעם
צווייטנס אויב איז דא אן אנדערע אשכול וואס רעדט ארום פון די ענינים, ביטע צוצייכענען

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:34 am

· #522759
Shots וואס העלפט פארלירן וואג
ערענסט גערעדט. איך וויל מאכן געלט. מיט די פאלגנדע תנאים.
איך וויל נישט אויפשטיין אינדערפרי ביז חצות
איך וויל נישט אינוועסטן אין ריזיקירן געלטער.
איך וויל נישט גיין קרום איך זוך נישט קיין צרות.
איך וויל נישט ארבעטן מער ווי פינעף שעה א טאג.
איך וויל קענען נעמען וואקאציעס ווען איך וויל
איך וויל קענען אליינס דעסיידען וואס איך וויל ארבעטן.
אינטער א מילאן א יאר נישטא וואס צו רעדן.

איינער מיט אן ערנסטע פלאן פליז אסיסט

ערנסטגערעדט » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:44 am

· #522762
אלבערט איינשטיין
ערענסט גערעדט. איך וויל מאכן געלט. מיט די פאלגנדע תנאים.
איך וויל נישט אויפשטיין אינדערפרי ביז חצות
איך וויל נישט אינוועסטן אין ריזיקירן געלטער.
איך וויל נישט גיין קרום איך זוך נישט קיין צרות.
איך וויל נישט ארבעטן מער ווי פינעף שעה א טאג.
איך וויל קענען נעמען וואקאציעס ווען איך וויל
איך וויל קענען אליינס דעסיידען וואס איך וויל ארבעטן.
אינטער א מילאן א יאר נישטא וואס צו רעדן.

איינער מיט אן ערנסטע פלאן פליז אסיסט
גאר א שיינע פיוט, אבער סתם חוזק מאכן איז נישט קיין קונץ

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:51 am

· #522764
אנטשולדיגט. נישט געמיינט צו אפשפעטן.

שוין מיטגעהאלטן פון איינער וואס האט גערעדט צו עקסייטעד פון עפעס א געוויסע מין פילן וואס מען קען ווייטער עסן און האקן און מען פארלירט פונט, מיט גוטע רעוויאס, און אנע סייד אפעקטס. די חבר מיינע איז פונקט אזוי פעש ווי בעפאר. גארנישט טוישט זיך. געשפענדט אפאר הונדערט דאלער פאר פילן וואס איז לצור על פי צלוחית.

א גוטע טיפ וואס מען קען יא נוצן (נישט אזוי ווייט צו פארלירן וואג נאר מער צו האלטן קאנטראל) איז ווען צו עסן. ווי איינגעפירט אין ארץ ישראל צו עסן די עיקר מאלצייט אינמיטן טאג, און ביינאכט נאר אזא לאנטש. דאס העלפט זייער שטארק פאר איבערוואג.

ודברת בם » מיטוואך אפריל 26, 2023 5:36 am

· #522767
פארוואס איז די sleeve נישט גוט? איך קען דיר זאגן פארוואס די שאטס איז נישט גוט. ס'מאכט זייער nauseous און ס'העלפט נישט קיינעם פאר א לאגער צייט נאכדעם.

קורקלענד » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:37 am

· #522775
דערוילעם שטייט אוועק פון קאוויד שאַטסַ ווי פון סם המוות ווייל ווער ווייסט וואס ס'קען נאר זיין דערין. און אט די זעלבע לויפן קויפן די שׁאַטס וואס מאכן פארלירן וואג (אנע סייד עפעקטס) אויף די שווארצע מאַרק.

געווארענע » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:26 pm

· #522822
קורקלענד
דערוילעם שטייט אוועק פון קאוויד שאַטסַ ווי פון סם המוות ווייל ווער ווייסט וואס ס'קען נאר זיין דערין. און אט די זעלבע לויפן קויפן די שׁאַטס וואס מאכן פארלירן וואג (אנע סייד עפעקטס) אויף די שווארצע מאַרק.
ברוך שכיוונתי

געווארענע » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:39 pm

· #522826
ודברת בם
פארוואס איז די sleeve נישט גוט? איך קען דיר זאגן פארוואס די שאטס איז נישט גוט. ס'מאכט זייער nauseous און ס'העלפט נישט קיינעם פאר א לאגער צייט נאכדעם.
די אמת איז אז גארנישט העלפט אראפצוהאלטן פארלוירענע וואג ווילאנג מען טוישט נישט דעם העביט. איך קען אסאך מענטשן וואס האבן נאכן סליוו טאקע פארלוירן אבער זענען יעצט אויפן וועג ארויף.
די סליוו איז סך הכל נאך א טשאנס אנצוהייבן פונדאסניי, און עס קען נעמען אפאר יאר ווילאנג מען קען בכלל פרעסן ווי אמאל.
מדארף עסן "קלין" וואס בעצם איז עס לכאורה נאר געמאכט פאר גויים.
אונז דארפן ווייטער דיעלן מיט די עליות און ירידות, נישטא קיין ענדגילטיגע לעזונג

הרב שיף » מיטוואך אפריל 26, 2023 5:00 pm

· #522839
די סליוו איז נישט פשוט און איז א סכנה בשעת מעשה. עס קען אויך אנמאכען שפעטערדיגע פראבלעמן, מעל נארישמנט, הויכע צוקר, ליין אביסל, אדער רוף אריין ריפערל ארגענזאציעס הער אביסל וואס מענטשן גייען דורך.

די שאטס ארבעט, אבער טו א מצוה קויף נישט קיין היימיש געמאכטע. ארבייט צו ווערען עפראווד פאר אזעמפיק.

ערנסטגערעדט » מיטוואך אפריל 26, 2023 5:44 pm

· #522843
געווארענע
ודברת בם
פארוואס איז די sleeve נישט גוט? איך קען דיר זאגן פארוואס די שאטס איז נישט גוט. ס'מאכט זייער nauseous און ס'העלפט נישט קיינעם פאר א לאגער צייט נאכדעם.
די אמת איז אז גארנישט העלפט אראפצוהאלטן פארלוירענע וואג ווילאנג מען טוישט נישט דעם העביט. איך קען אסאך מענטשן וואס האבן נאכן סליוו טאקע פארלוירן אבער זענען יעצט אויפן וועג ארויף.
די סליוו איז סך הכל נאך א טשאנס אנצוהייבן פונדאסניי, און עס קען נעמען אפאר יאר ווילאנג מען קען בכלל פרעסן ווי אמאל.
מדארף עסן "קלין" וואס בעצם איז עס לכאורה נאר געמאכט פאר גויים.
אונז דארפן ווייטער דיעלן מיט די עליות און ירידות, נישטא קיין ענדגילטיגע לעזונג
אמת ויציב
דאס איז פארוואס איך האב געשריבן אז די סליוו איז טאקע נישט די בעסטע הצעה פאר מיר
מרעדט די גרינגסטע וועג צו פארלירן, נישט וועגן אנהאלטן.

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:32 pm

· #522861
אלבערט איינשטיין
ערענסט גערעדט. איך וויל מאכן געלט. מיט די פאלגנדע תנאים.
איך וויל נישט אויפשטיין אינדערפרי ביז חצות
איך וויל נישט אינוועסטן אין ריזיקירן געלטער.
איך וויל נישט גיין קרום איך זוך נישט קיין צרות.
איך וויל נישט ארבעטן מער ווי פינעף שעה א טאג.
איך וויל קענען נעמען וואקאציעס ווען איך וויל
איך וויל קענען אליינס דעסיידען וואס איך וויל ארבעטן.
אינטער א מילאן א יאר נישטא וואס צו רעדן.

איינער מיט אן ערנסטע פלאן פליז אסיסט
מיט סייד עפעקטס אדער אן?

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:37 pm

· #522863
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
ס'האט אסאך צי טוהן מיט די לייפסטייל און די נארמע וואס עסן איז.

אויב יעדע עסן איז אויליג אין פעט איז נישטא קיין סאך צי טון אין די לאנג ראן

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:24 pm

· #523007

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 23, 2023 11:02 am

· #525775
אפדעיט
כהאלט נאך די 4'טע שאט, אראפ מיט 12 פונט כן ירבו

יואב » דינסטאג מאי 23, 2023 12:45 pm

· #525791
אלבערט איינשטיין
אנטשולדיגט. נישט געמיינט צו אפשפעטן.

שוין מיטגעהאלטן פון איינער וואס האט גערעדט צו עקסייטעד פון עפעס א געוויסע מין פילן וואס מען קען ווייטער עסן און האקן און מען פארלירט פונט, מיט גוטע רעוויאס, און אנע סייד אפעקטס. די חבר מיינע איז פונקט אזוי פעש ווי בעפאר. גארנישט טוישט זיך. געשפענדט אפאר הונדערט דאלער פאר פילן וואס איז לצור על פי צלוחית.

א גוטע טיפ וואס מען קען יא נוצן (נישט אזוי ווייט צו פארלירן וואג נאר מער צו האלטן קאנטראל) איז ווען צו עסן. ווי איינגעפירט אין ארץ ישראל צו עסן די עיקר מאלצייט אינמיטן טאג, און ביינאכט נאר אזא לאנטש. דאס העלפט זייער שטארק פאר איבערוואג.
דיסקלעמער: מיין תגובה איז אין קיין שום פאַל נישט סיי וועלכע מעדיקעל־עדווייס.

דיין תגובה וואָלט טאַקע געמאַכט סענס בימים ההם. דו ווייסט אָבער בכלל וואָס אָזעמפּיק טוט אַז דו באַוואַשט אים באַלד מיט מאַמע־לאָגיק? פּוק חזי ווי אָזעמפּיק (סעמאַגלוטייד) קנאַקט ביים עוֹלם פונטן. ס'איז אָריגינעל אויטאָריזירט געוואָרן פאַר טייפּ־טו דיאַביטיס. אויסער די געווענליכע סייד־עפעקטס פון ברעכן, שילשל, וכו', ווייסט מען אַז אין ראָדענטס איז דאָ דערצו א קאָרעלעשאָן מיט טייראוֹד־קאַנסער. ס'איז זייער מעגליך אַז ערנסטע סייד־עפעקטס וועלן זיך אַרויסשיילן אין צוקונפט (ודלא כּקאָוויד־וואַקסין). אָבער עמיצער וואָס ליידט פון דיאַביטיס אָדער אָבעסיטי פאַרמאָגט דאָך אָן א שיעור געזונטהייט־ריזיקעס סתם אַזוי. יעדער זאָל רעדן מיט זייער דאָקטאָר. כ'גלייב נישט ס'איז עפּעס וואָס דאָקטוירים פּרעסקרייבן פאַר יעדן שמויגער וואָס איז אַביסל העכער פונעם BMI אָדער פאַרמאָגט אַן A1C אונטער זעקס.

גאלדמאן » דינסטאג מאי 23, 2023 1:01 pm

· #525793
סטאדיס זאגט אז "שטארבן" איז די בעסטע עצה צו פארלירן וואג, און האלגט די לענגסטע, אלעס אנדערש איז דשאסט גימיגס.

מען ארבייט יעצט אין אמעריקע צו מאכן שטארבן לעגאל, שוין אפראווד אויף בעביס מיט דורוך נוצען אבארשען וואס איז די ווייניגסטע פעינפול, אויף אדאלטס פראבירט מען יעצט צו מאכן לעגאל ווי מער דראגס אזוי אז שטארבן זאל ווערן לעגאל, גרינג און שנעל.

הערסטע » דינסטאג מאי 23, 2023 5:03 pm

· #525819
איך האב געמאכט די סליוו אפאר יאר צוריק, שיין פארלוירן גלייך אנפאנג, מאָסטלי זיך געהאלטן סטעבל ( נישט געטוישט צופיל מיין דייעט, נאר געווען קעירפול נישט זיך אנצועסן מער וויפיל ס'פיט), נאך אפאר יאר האב איך אנגעהויבן צונעמען אביסל, האב איך געפרעגט מיין דאקטאר אויב איך זאל מאכן נאך א סליוו - לכתחילה האבן מיר די דאקטוירים געזאגט אז איך בין גענוג גרויס אז קען זיין נאך אפאר יאר וועל איך דארפן מאכן נאך א סליוו - אדער זאל איך אנדערש פרובירן אזעמפיק, מיין דאקטאר האט מיר צוגערעדט אז איך זאל קודם פרובירן אזעמפיק ווי איידער נאכאמאל שניידן.

איך בין געווארן אפראווד פאר אזעמפיק - איך האב נישט קיין דייביטיס ברוך השם, השם זאל העלפן ווייטער - געווען אויף אזעמפיק פאר אפאר חדשים, טאקע שיין פארלוירן אבער ס'האט פיין אויפגעמעיסט מיין סיסטעם, אנפאנג געווען אביסל דיזי, נאכדעם געווארן קאנסטיפעדעט מיט דייאריע אויף איינמאל, למעשה זענען אסאך לאקעל פארמאסיס געווען אוט אויף סטאק, נישט געווען נארמאל צו באקומען האב איך עס אויפגעהערט און דא שטייט מען.

א מענטש וואס ליידט אויף איבערוואג, וועט פרובירן אסאך זאכן אין זיין לעבן צו פארלירן אביסל פונט, ער וועט מצליח זיין דא און דורכפאלן אן אנדערע מאל, מענטשן וואס ליידן נישט דערפון וועלן אייביג זאגן וואס איז די ביג דיעל, מאך צו דיין מויל וועסטו פארלירן, זיי וועלן עס קיינמאל נישט פארשטיין.

אז דו טראכסט אז עפעס קען דיר העלפן סליוו, בענד, אזעמפיק וכו' גיי פאר עס, פרוביר עס אויס קען זיין ס'וועט דיר יא געלונגן דאס מאל, איך קען מענטשן וואס האבן פארלוירן איבער הונדערט פונט פון אזעמפיק און זיי האבן נישט קיין סייט עפעקטס, און איך קען מענטשן וואס זענען געווארן צופאָרן און כמעט נישט פארלוירן. די זעלבע איז מיט די סליוו און די זעלבע מיט עני אנדערע דייעט.

אז איינער האט ספעציפישע פראגעס קען מיך אישי'ן איך וועל זיין זייער צופרידן מיטצוטיילן מיין פערזענליכע דורכגאנג פון זיין ריזיג צו ווערן פלעין א סטענדערט חסידי'שע גראבער וואס וועגט 260.

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 9, 2023 11:55 am

· #527821
ערנסטגערעדט
אפדעיט
כהאלט נאך די 4'טע שאט, אראפ מיט 12 פונט כן ירבו
מיר האלטן שוין ביי 18 פונט אראפ

בן ישי » פרייטאג יוני 9, 2023 12:14 pm

· #527823
ערנסטגערעדט
ערנסטגערעדט
אפדעיט
כהאלט נאך די 4'טע שאט, אראפ מיט 12 פונט כן ירבו
מיר האלטן שוין ביי 18 פונט אראפ
פון אזעמפיק?

הערסטע » פרייטאג יוני 9, 2023 12:47 pm

· #527825
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
כה לחי! עני סייד עפעקטס?

ביסט געקארווערט פון אינשורענס? וועלעכע פארמאסי האט עס אין סטאק?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 9, 2023 1:52 pm

· #527832
הערסטע
כה לחי! עני סייד עפעקטס?

ביסט געקארווערט פון אינשורענס? וועלעכע פארמאסי האט עס אין סטאק?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
איך נעם Mounjaro
נישט אפראווד ביי קיין אינשורענס, ווייל מדארף האבן הויכע צוקער - סקאסט מיר 500 א חודש, איך באקום עס פון א היימישע סוחר
מיינע סייד עפעקטס זענען אביסל heart burn און אביסל מער מידיקייט
איך הייב אן די טאג 9-10 מיט א קאווע, איך האב נישט קיין אפעטיט ביז בערך 12 מ'עסט א קליינע סענדוויטש און מפילט זאט, מקען אריינשטופן נאך דאס הייסט די מאגן איז פול אבער די צונג וויל נאך טועם זיין ,דאס האלט אן ביז נאכטמאל
נאכטמאל קען מען עסן אביסל מער, אבער אויך מיט א קליינע גבול
שבת וואס איז די קאלפריט פון יעדע דייעט ארבעט עס גאר גוט, עס ווערט שווער צו עסן אסאך
בלויז פון אנהאלטן שבת איז מען גוט.
מדארף זיך איינהאלטן אויך, ווייל ווי געזאגט וויל די מויל עסן מער, אפילו מדארף נישט עכט.
עס איז געמאכט פאר איינער וואס וויל טאקע פארלירן, און האט די רצון

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 9, 2023 2:26 pm

· #527837
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
לעצטנס הער איך פון א פיל Phentermine וואס איז שוין דא פון די שנות השישים, א חבר מיינע זאגט מיר עס ארבעט פיין פאר עם.

איינער מיט מער דיטעילס?
פארוואס ווערט עס נישט גענוצט מער אפט?

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יוני 11, 2023 9:23 pm

· #527955
געהערט פון אסאך חברה אז אזעמפיק ארבעט נאר אויף א שטיק צייט. ביי יעדעם אנדערש. דערנאך ווען מ׳הערט אויף שטעכן ווייל ס׳טיט גארנישט אויף, באקומט מען אלעס צוריק….

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 23, 2023 5:48 pm

· #529511
אפדעיט
25 פונט

ערנסטגערעדט » דינסטאג יולי 25, 2023 8:57 am

· #532167
33 פונט

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 25, 2023 9:57 am

· #532176
ערנסטגערעדט
33 פונט
Wow! פון וויפיל צייט??
ברויכסט אויך שרייבן וויפיל פראצענט דאס איז פון דיין טאטאלע וואג
[emoji1787]

ערנסטגערעדט » דינסטאג יולי 25, 2023 11:05 am

· #532185
אביסל מער ווי 3 חדשים.
בערך 11% פון טאטאל וואג.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 25, 2023 11:12 am

· #532186
Nice!

וואלווי » דינסטאג יולי 25, 2023 1:30 pm

· #532201
ערנסטגערעדט

אביסל מער ווי 3 חדשים
בערך 11% פון טאטאל וואג
זאל נישט זיין עשר בשביל שתתעשר...

שלג זהב » זונטאג יולי 30, 2023 4:43 pm

· #532577
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
A new study shows that Ozempic for weight loss can cause stomach paralysis." The drug's side effects leave people with paralyzed stomachs. Concerns rise over its safety and potential risks.
@YidInfo

שלג זהב » זונטאג יולי 30, 2023 4:59 pm

· #532578
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
דיסקלעימער: איך זעה יעצט אז די ווארט "Ozempic" ברענגט ארויף 9 מאל וואס זיי האבן געפאוסט דערוועגען אין די לעצטע פאר חדשים, און אלעמאל נאר מיט קריטיק און נעגאטיווע סטאדיס.

ממילא ס'איז נאר גוט פאר אינטערעסאנטקייט, נישט אלץ א רעקאמענדאציע דערקעגן.

סטאדיס אויף די שעדליכקייט פון אביסיטי איז זיכער דא אסאך מער, און די בעסטע איז ווען מ'רעדט עס דורך מיט א העלט פראפעשענאל.

פינקע בלומען » זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm

· #532600
צווישען פרויען ווערט יעצט זייער popular א פיל ענדליך צו ozampic נאר מער סעיף פאר פרויען
מיין שוועסטער האט שוין פארלוירן איבער 20 פונט.
פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטעקטען פרייוועט.

מיסטעריע » מאנטאג יולי 31, 2023 12:05 pm

· #532619
פינקע בלומען
פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטעקטען פרייוועט.
וואס באדערט אייך דאס צו שרייבן אין פאבליק, זאלן אנדערע קענען געניסן דערפון.

פינקע בלומען » מאנטאג יולי 31, 2023 11:47 pm

· #532675
אקעי, פרעג און איך וועל פרובירן צו ענטפערן.

מיסטעריע » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 1:44 am

· #532688
פינקע בלומען
אקעי, פרעג און איך וועל פרובירן צו ענטפערן
וואסי די נאמען פון די פיל?

ערנסטגערעדט » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 6:49 pm

· #532733
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
Contrave?

פינקע בלומען » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 12:16 am

· #532864
מיסטעריע
וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex

פינקע בלומען » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 12:17 am

· #532865
די פילס איז אסאך ביליגער ווי ozampic

ערנסטגערעדט » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:48 am

· #532985
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
פינקע בלומען
די פילס איז אסאך ביליגער ווי ozampic
וואו באקומט מען דאס?
אויך צו האט איר דאס אליינס פראבירט? וואס זענען אייער סייד עפעקטס?

שעפטאל » זונטאג אוגוסט 6, 2023 9:54 am

· #533001
.

מיסטעריע » זונטאג אוגוסט 6, 2023 6:28 pm

· #533024
פינקע בלומען
מיסטעריע
וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex
א שנעלע סערטש האט געוויזן שרעקליכע סייד עפעקטס, און ווארענונגען דאס צו נעמען מאקסימום נישט מער ווי 12 וואכן, וויפל קען מען שוין פארלירן אין אזא קורצע צייט, אדרבה @פינקע-בלומען קומט אריין קלאר, און בארויאיגט אונז מיט די אייגענע עקספיריענס

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 2:13 am

· #533120
Ozempic ממש א מופת, כהאב א זאך נישט געקענט אין מויל אריין נעמען.
כהאב אראפ געקנאקט 10 פונט אין וויניגער ווי צוויי וואכן אין גארנישט געהאט קיין שלעכטע עפעקט.
ודאי באקומט מען צירוק אלץ שנעל איינמאל מ׳סטאפט נעמען די שאט, ופשוט הוא
אבער אסאך לייכטער אבאכט געבן נישט צו פארדינען ווי צו פארלירען

ערנסטגערעדט » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:01 pm

· #533325
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
אפדעיט 36 פונט
איך בען אויף מיין נידריגסטע פאוינט אין 7 יאר
ב״ה כן ירבו

פאר אלע וואס האבן מורא פון צוריקבאקומען די וואג
ווילאנג סגייט אראפ איז גוט… זייט נישט קיין פארטי פּוּפּער..

פינקע בלומען » מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:18 pm

· #533362
מיסטעריע
פינקע בלומען
מיסטעריע
וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex
א שנעלע סערטש האט געוויזן שרעקליכע סייד עפעקטס, און ווארענונגען דאס צו נעמען מאקסימום נישט מער ווי 12 וואכן, וויפל קען מען שוין פארלירן אין אזא קורצע צייט, אדרבה @פינקע-בלומען קומט אריין קלאר, און בארויאיגט אונז מיט די אייגענע עקספיריענס
איך האב דאס נישט גענומען, אבער מיין צוויי שוועסטערס נעמען דאס אן קיין שום side affects ברוך השם

החוקר » זונטאג יולי 28, 2024 6:28 pm

· #568918
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
@פינקע בלומען מען האלט באלד א יאר שפעטער. קום אריין מיט אן אפדעיט.

נעמען זיי עס נאך? וויפיל האט עס געהאלפן פארלירן? האט עס למעשה טאקע נישט געהאט קיין זייט ווירקונגען (סייד עפעקס)? ווייסטו פון נאך וואס האבן עס גענומען? האסטו אליין עס אויך גענומען?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2024 11:54 pm

· #568935
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
יונתן שווארץ האקט געפערליך אויף דעם, טענה'נדיג בשם דאקטוירים אז אזעמפיק איז א שרעקליכע סכנה, און נישט אלץ זעהט מען די נאכווייען תיכף, אבער למעשה איז עס ווי א אנרדלמוסיא וואס הורגת טובים ורעים, עס פארברענט טאקע פעטנס אבער אויך גוטע וויכטיגע מאסלס (מוסקלען) און קען אפילו גורם זיין צו בלינדקייט רח"ל.

פתחו לי » מאנטאג יולי 29, 2024 1:30 am

· #568939
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
שמעקעדיג #
יונתן שווארץ האקט געפערליך אויף דעם, טענה'נדיג בשם דאקטוירים אז אזעמפיק איז א שרעקליכע סכנה, און נישט אלץ זעהט מען די נאכווייען תיכף, אבער למעשה איז עס ווי א אנרדלמוסיא וואס הורגת טובים ורעים, עס פארברענט טאקע פעטנס אבער אויך גוטע וויכטיגע מאסלס (מוסקלען) און קען אפילו גורם זיין צו בלינדקייט רח"ל.
יושש...

ווער האט זיך דא ארויף געזעצט אויף איהם.

און ער זאגט עס נאך איבער. 😉

פינקע בלומען » מאנטאג יולי 29, 2024 3:24 pm

· #568960
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
החוקר #
@פינקע בלומען מען האלט באלד א יאר שפעטער. קום אריין מיט אן אפדעיט.

נעמען זיי עס נאך? וויפיל האט עס געהאלפן פארלירן? האט עס למעשה טאקע נישט געהאט קיין זייט ווירקונגען (סייד עפעקס)? ווייסטו פון נאך וואס האבן עס גענומען? האסטו אליין עס אויך גענומען?
איך דארף עס ב"ה נישט נעמען,

מיין צוויי שוועסטערס האבן עס גענומען פאר א חתונה, No side effects,
זיי האבן פארלוירן 20+

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 1:50 am

· #569162
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
איך קען איינער וואס נעמט עס וועגן געזונטהייט פראבלעמען (טייפ 2 דייעביטיס) .ער האט פארלוירן 20 פונט אין 2 חדשים2.