☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?

וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16071

בית יוסף » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:19 pm

· #521527
וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.

איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן

מר. קלונימוס » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:22 pm

· #521528
Brachsoni slim

בית יוסף » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm

· #521529
מר. קלונימוס
Brachsoni slim
זייער סלים איז זייער ברייט פאר א דינער מענטש ווי מיר, איך קום פון דארט.

פרנס החודש » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:42 pm

· #521530
Re: קויפן א נארמאלע ווייסע העמד
עס איז נישט דא, פינטל. איך פלעג קויפן Charles Thyrwhit, עס האט אבער נישט געשטימט די קראגן מיט מיין חסידישע רעקל.

אדרבה, אויב איינער אין די ליין איז אינטערעסירט אין מאכן א פאר דאלאר, אפאר גוטע געדאנקען
1) פשוטע נארמאלע חסידישע העמעדער
2) בעסערע העמעדער פאר שבת וכדומה.
3) ארינברענגען נייע סטיילס חסידישע רעקלעך(שוין העכסט צייט)

קורקלענד » מאנטאג אפריל 17, 2023 1:51 pm

· #521545
מ'קען מאכן קאסטום.

הערשער » מאנטאג אפריל 17, 2023 3:28 pm

· #521553
בית יוסף
איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.

איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן
Ilmoio וועט לכאורה זיין א גוטע אפשען פאר דיר
https://theshirtsleeve.com/

משה זעקעל » מאנטאג אפריל 17, 2023 3:55 pm

· #521554
וואס איז מיט הויזן איך וועג איבער 270 פוינט איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן אין נישט זיין ריזיג אינטען

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 17, 2023 9:45 pm

· #521582
דו וועסט מוזן זוכן אין די רוסישע אנצוג סטארס, אין מאסקווע אדער לענינגראד.

איך געדענק די רוסישע אימיגראנטן זענען געקומען מיט די גאר ברייטע הויזן און זיי האבן געמיינט אז זיי זענען קיהל...!

פאליטיקאנט » מאנטאג אפריל 17, 2023 10:32 pm

· #521586
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
berlbalaguleh
דו וועסט מוזן זוכן אין די רוסישע אנצוג סטארס, אין מאסקווע אדער לענינגראד.

איך געדענק די רוסישע אימיגראנטן זענען געקומען מיט די גאר ברייטע הויזן און זיי האבן געמיינט אז זיי זענען קיהל...!
הייסט אז G&G איז made in russia?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 3:05 am

· #521608
פאליטיקאנט: כאטש דיין קאמענט האט געמיינט ארויסצוברענגען אן אנדערע נקודה. נאר פאר די רעקארד. דזשי. ענד דזשי. האט א פאבריק אין אונגארן.

הרבי האמיתי » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:15 am

· #521621
משה זעקעל
וואס איז מיט הויזן? איך וועג איבער 270 פונט, איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן און נישט זיין ריזיג אונטען
אויב דו ביסט גרייט צו צאלן קענסטו פרובירן fino זיי האבן לאקאציעס אין בארא פארק און מאנסי, אויב איך געדענק גוט איז עס בערך 200-250 פאר א פאר הויזן און 75-150 פאר א העמד, די פרייז גייט לויט די מאטריאל סא אויב דו דארפסט סך הכל א גוטע fit איז עס נישט אזוי טייער.

די Charles Tyrwhitt איז בעצם זייער גוט אבער נאר אויב דו דארפסט נישט קיין alterations און עס גייט נישט מיט א היימיש רעקל, איך האב א לאנגע רעקל פון fino וואס גייט זייער גוט מיט די העמדער.

בילדינג פליפער » דינסטאג אפריל 18, 2023 9:37 am

· #521635
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
הרבי האמיתי
משה זעקעל
וואס איז מיט הויזן? איך וועג איבער 270 פונט, איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן און נישט זיין ריזיג אונטען
אויב דו ביסט גרייט צו צאלן קענסטו פרובירן fino זיי האבן לאקאציעס אין בארא פארק און מאנסי, אויב איך געדענק גוט איז עס בערך 200-250 פאר א פאר הויזן און 75-150 פאר א העמד, די פרייז גייט לויט די מאטריאל סא אויב דו דארפסט סך הכל א גוטע fit איז עס נישט אזוי טייער.

די Charles Tyrwhitt איז בעצם זייער גוט אבער נאר אויב דו דארפסט נישט קיין alterations און עס גייט נישט מיט א היימיש רעקל, איך האב א לאנגע רעקל פון fino וואס גייט זייער גוט מיט די העמדער.
געהאט גוטע עקספיריענס מיט fino, אנהייב פלעגן זיי נישט זיין אזויווי היינט, זיי האבן זיך אבער פעסט צוגעפאכעט.

אז דו ווילסט סתם א שיינע העמעד וואלט איך געזאגט elmio. זייערע סלים העמעדער זענען גאנץ אקעי און בכלל איז עס פון א עלעגאנטע קוואליטעט.

נעקסט לעוועל » דינסטאג אפריל 18, 2023 10:32 am

· #521639
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
משה זעקעל
וואס איז מיט הויזן איך וועג איבער 270 פוינט איך זוך א הויזן וואס וועט מיר גוט פיטן אין נישט זיין ריזיג אינטען
Why shouldn’t you try slim sweatpants?

Cuff&co in Monsey is selling them, looks nice and elegant.

פרנס החודש » דינסטאג אפריל 18, 2023 10:56 am

· #521642
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: כאטש דיין קאמענט האט געמיינט ארויסצוברענגען אן אנדערע נקודה. נאר פאר די רעקארד. דזשי. ענד דזשי. האט א פאבריק אין אונגארן.
די אונגארישע זענען גארנישט אונטערשטעליג ווען עס קומט צו ברייטע הויזן.

קידוש » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:59 pm

· #521697
E'nod פון בארא פארק האט אויכעט שיינע סחורה

צפוני » מיטוואך אפריל 19, 2023 3:11 am

· #521753
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
אגב "בראכסאוני" האט האט אן אפציע פון סעמי קאסטאם העמדער, ד"ה אז ס'איז צוזאם געשטעלט פון אפאר סייזעס, למשל די האלדז איז די סייז פון א 20, דער באדי איז די סייז פון א 12.. און די לענג און ברייט פון די הענט איז אן אנדערע סייז, אויך קען מען זיי זאגן ווי לאנג דער באדי פונעם העמעד זאל זיין.. און אזוי ווייטער.., און מ'דארף באשטעלן און ווארטן פאר דעם א בערך 2 חדשים, מ'דארף באשטעלן 12 שטיק מינימום, און קאסט נישט קיין סאך מער ווי זייער נארמאלע העמדער.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

דיכטער » מיטוואך אפריל 19, 2023 5:52 pm

· #521808
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
בית יוסף
איך קום אינערגעץ נישט אן מיט די היימישע ווייסע העמדער, עס מאכט מיר אויסקוקן איבערוואגיג.

איך זיך א recommendation פאר א שיינער נארמאלע ווייסע העמד, לכתחילה וואס מען קען
נארמאל אויסוואשן
כ'מיין דער בעסטער אפציע וואלט געווען ווען מ'קען ווען גיין מיט א קאטען טי-שירט, פון next...

הרב שיף » מיטוואך אפריל 19, 2023 6:19 pm

· #521813
אויב מען לאזט זיך אויף נייען, פילט מען זייער גוט און דעם.

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 1:09 am

· #522579
פינא קאסטעם. זיי האבן א סטאר אין פלעטבאש און אין פסעיק. הערליך
Fino Custom

פאלאצ'ינטא » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:10 am

· #539879
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
אויב אלע העמעדער מאכען דיר אויסזעהן איבערוואגדיג. איז עס נישט די העמעד

שפילער » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:09 am

· #539885
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
אז מען רעדט שוין פארוואס פאר א שווארץ יאר איז White and White נישט חסידיש?

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:15 am

· #539886
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
ס׳איז יא

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:02 pm

· #539915
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
שפילער #
אז מען רעדט שוין פארוואס פאר א שווארץ יאר איז White and White נישט חסידיש?
זיי מאכן שוין היינט יא חסידיש....

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:40 pm

· #540193
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
כ'האב אמאל געזעהן איינעם מיט א jersey knit button down shirt, איינער דא ווייסט וואו איך קען אזאנס קויפן? מוז נישט דווקא זיין ווייס.

כ'האב באשטעלט דאס פון Land's End אבער געווענליך איז זייער סחורה צו דיק פאר מיר, איך ווארט אז ס'זאל אנקומען צו קענען אנפראבירן אבער ביזדערווייל זוך איך נאך געדאנקען.

קליגער » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:15 am

· #547857
Re: וואו קען מען קויפן א נארמאלע ווייסע העמד?
וואו און פלעטבאש איז פינאו קאסטעם?