☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א טרער אויף רבי מיכאל

א טרער אויף רבי מיכאל

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16070

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:47 am

· #521456
א טרער אויף רבי מיכאל
איך שרייב די שורות ווען פון מיינע אויגן גיסן טייכן טרערן. בוכשטעבליך.

איך האב יעצט געוואטשט די לוויה פון מיכאל שניצלער און כ'קען מיך נישט בארואיגן.

מיין הארץ איז איבערגעפולט מיט הרגשים מיטהאלטנדיג א לויה פון א 'סעלעבריטי', אנגעבליך 'א פשוט'ער איד', א 'מגושם' זאגאר, וועלכער ווערט באוויינט מיט'ן כבוד הראוי דורך טויזנטער אידן צוליב זיינע 'בין אדם לחברו' דערגרייכונגען. אין מיינע אויגן האט זיך דאס געשפירט ווי א זיג פאר הומאניטי; א זיג פאר אונזערע גוטע חלקים וואס ווערן אונטערדרוקט און פארשלייערט דורך אונזערע צעפיפענע פריאריטעטן.

מיכאל האט נישט געראטעוועט אידישקייט - אבער געראטעוועט אידן; ער איז נישט געווען קיין גאון הגאונים - אבער א גאון אין בין אדם לחברו; ער איז נישט געווען קיין מדקדק בקלה כבחמורה - אבער א משווה קטן כגדול; ער האט אפשר נישט פארמאגט די עליטע הויכגעשפריצטע ''אהבת התורה'' - אבער געליבט גאט און זיין באשאף מיט'ן גאנצן הארץ; ער האט אפשר נישט געקענט נאכזאגן א ווארט אויף דער פרשה - אבער געגעבן א גוט ווארט וואס האט לייכטער געמאכט דיין פערזענליכע פרשה; ער האט נישט אונטערגעשריבן קיין הסכמות און קול קורא'ס - אבער געשיקט קליינע ליבליכע קליפס פאר אלע "ביוטיפול פיפל"; ער האט נישט אויפגעטריבן שווערע געלטער פאר די הייליגע מוסדות - אבער געווען די שטימע פאר אזויפיל ארויסגעווארפענע בחורים.

ס'איז מיר א כבוד און ערע אז מיר האבן דערגרייכט אזא מאמענט ווען אן אוהבן של ישראל וואס האט זיך געווייטאגט און געזארגט פאר אונזער גשמיות ווערט באגראבן מיט'ן כבוד וואס קומט זיך אים, גארנישט ווייניגער ווי פאר מענטשן וואס געבן זיך אנגעבליך אפ מיט אונזער רוחניות; ווען א איד וואס האט משמח געווען הונדערטער שוואכע הערצער באקומט זיין אנערקענונג נישט שוואכער ווי איינער וואס האט מיט זיי געלערנט א בלאט גמרא צי א פסוק חומש; ווען טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן א לויה נישט צוליב וואס זיי געהערן אין דער פארטיי, זיי שיקן צו יענע מוסדות, אדער זענען איינגעשטעלט ביי יענעמ'ס קינדער - נאר ווייל גוטסקייט האט געכאפט א קלאפ און אידן האבן דאס געשפירט און געשעצט; ווען א איד איז געווארן באוויינט דורך רבנים אין זינגער, אין אידיש און אין ענגליש, אין די שמונה בגדים אדער א קליין טשופיקע, ווען דער שטריך וואס פאראייניגט זיי אלע איז א חשיבות פאר בין אדם לחברו.

מיכאל, דו ביסט א מוסטער פון הומאנישקייט קעגן טיראניע; פאזיטיווקייט קעגן פארביטערטקייט; זיך זארגן פאר די שוואכע קעגן נאכמער באפעסטיגן די שטארקע. און דאס גרעסטע שיינקייט איז אז קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו רעדן פון דיין יא אדער נישט קביעות עתים לתורה, דיין יא אדער נישט זיך מישן פסח, אדער דיין יא אדער נישט סיי וואספארא בין אדם למקום. אזוי ס'זאל זיין קריסטאל קלאר: מיר ליבן דיך ר' מיכאל צוליב דיין גוטסקייט, דיין ווארעם הארץ, און די גוטע מינוטן וואס דו האסט אזוי גוטהארציג געשאנקען פאר טויזנטער אידן - און פאר גארנישט עפעס אנדערש. יא! אונזערע חברימ'ס פיזישע און מענטאלע וואוילזיין גייט אונז אן - נאך עניטיים ווי זייער רוחניות'דיגע און ספירטואלע וואוילזיין! ווען א איד וואס האט אזויפיל צוגעגעבן אין דעם הינזיכט, משים געווען לילות כימים ס'זאל אנדערע גוט גיין, גייט פון דער וועלט - זענען מיר אים מספיד עז די הירא הי וואָז! און איינוועגס פארגיסן מיר א טרער אויף די וואס זענען ליידער געווארן אריבערגעפארן/איגנארירט/נישט דערהערט ביי די 'סיסטעם' וואס ווייטאגן אזוי דיין פארלוסט.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אפריל 17, 2023 1:10 am

· #521476
שוין געוויינט ביים מיטהאלטן ליפא'ס הספד לייוו.

שוין געוויינט נאכאמאל ביים קוקן די קורצע קליפס וואס זענען ארומגעפארן.

שוין געוויינט א דריטן מאל ווען כ'האב מיר אריינגעזעצט אין מיין קאר (וואס אירע ווענט און זיצן זענען דורכגעווייקט מיט מיכאל'ס ניגונים) נאר איבערצוקוקן נאכאמאל ליפא'ס הספד אין די שטילקייט פון די נאכט.

כ'לייג מיר אריין אין בעט, כ'ריפרעש קאווע שטיבל, און תוהו מאכט מיר וויינען נאכאמאל.

מיכאל וואלט אונז נישט געלאזט וויינען, אבער...

שערי יושר » מאנטאג אפריל 17, 2023 1:17 am

· #521480
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
@תוהו ובוהו powerful

a new member here » מאנטאג אפריל 17, 2023 1:44 am

· #521485
Very true and well written

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 17, 2023 3:24 am

· #521498
הערליך געשריבן, ריכטיג יעדע ווארט!

על שלשה דברים העולם עומד. ענדליך באקומט שוין די דריטע זאך אויף וואס די וועלט שטייט איר פארדינטע אנערקענונג. פאר סאם ריעזאן פירט מען זיך ביי אונז צו געבן כבוד הראוי נאר פאר על התורה ועל העבודה, אבער כמעט נישט פאר גמילות חסדים וואס איז פונקט אזוי וויכטיג!

מיכאל מיר וועלן זיך בענקען! תוהו ובוהו א דאנק פאר דיין שטארקע ארטיקל.

בילדינג פליפער » מאנטאג אפריל 17, 2023 5:31 am

· #521500
מיטגעהאלטן פון די נאנט ווי מיכאל גייט ארויס פון זיין וועג צו העלפן מענטשן אויף עטליכע פראנטן, א הארץ פון פיטער און גין גאלד. איך האב קיינמאל געקענט אזא גוטע מענטש ווי ר' מיכאל!

מיכאל האט מיר פערזענליך אויך געהאלפן, דארט ווי קיינער איז נישט געווען צום געפינען, דארט ווי יעדער ווערט פלוצלונג ביזי, דווקא דארט איז מיכאל געווען פאר מיר, און פאר נאך אסאך מענטשן וואס איך קען פערזענליך.

איך ווייס נישט וואס דא וועט זיין...

ער פלעגט זיצן שעות שעות אויף וואטצעפפ און ריפלייען צו יעדער וואס האט געדארפט אויפמערקזאמקייט. וויפיל מענטשן קענען דאס זאגן אויף זיך? ס'איז שווערער ווי עס הערט זיך, געבן "אטענטשאן" פאר יעדעס רחמנות יארן אין א צי, ער האט זיי אבער אלץ אויסגעהערט און געקנייטשט מיט זיין פאר'דאגה'טע שטערן און געוויזן מיטגעפיל.
מען האט נעכטן באגראבן א מענטש וועלכע האט קיינעם נישט באגראבן.

ער האט אונז איבערגעלאזט אין די קעלט, אין אן אייז קאלטע וועלט ווי מ'איז פארנומען טאג איין טאג אויס צו איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט געלט כבוד און סטאטוס, איז אבער געזעסן איינס אין א זעלטענהייט, א מרדכי הצדיק און געגאסן ליבשאפט און פארשפרייט גוטס. ער האט נישט מורא געהאט פאר קיינעם!

אזויווי @תוהו ובוהו האט ארויסגעברענגט, דאס נעכטיגע טאג איז געווען א קלאפ צו דאס "מענטשהייט", א קלאפ צו אונזער סוסייעטי און א קלאפ צו זיינע נאנטע.

אזאנס ווי מיכאל איז נישט געווען און וועט נישט זיין, איין זאך יא, מיר אלע קענען זיך אביסל פארבעסערן בין אדם לחבירו און אזוי ארום עטוואס עטוואס אנפילן דאס לאך פון ליבשאפט וואס האט זיך דא פאר אונז געעפנט.

מ'וועט זיך בענקען צו דיר, ביסט אנטלאפן אינמיטן אזויפיל וויכטיגע פראיעקטן אין עסקנות. UNFINISHED BUSINESS, איך בין זיכער דו האסט געטראפן רוה און פרידן, אויב עס קומט זיך איימיצן גן עדן איז דאס פאר דיר, ענדזשוי איט!

תוהו ובוהו » מיטוואך מאי 1, 2024 8:54 pm

· #560351
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
ארויפגעברענגט לכבוד מיכאל'ס ערשטן יארצייט, זאל זיין נשמה האבן אן עליה.

א בני יואל » דאנערשטאג מאי 2, 2024 9:36 pm

· #560553
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?

מילך טראק » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:35 pm

· #560559
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
זיכט אפשר עבירות פון פאראיאר

חב''ד הויזן » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:47 pm

· #560561
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
א בני יואל #
געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?
כ'האב מיך טאקע אייביג געוואונדערט פארוואס נאר בני יואל האט נישט מספיד געווען דעם ברך משה כ"ו ניסן... רוב כלל ישראל האט נישט אנגענומען די מנהג

א בני יואל » פרייטאג מאי 3, 2024 8:28 am

· #560596
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
קודם, דער ברך משה איז געוועהן א תלמיד חכם,
און נאכדעם, זייט ווען האט רוב כלל ישראל נישט אנגענומען די הלכה אין שולחן ערוך?
דו רעדסט פון א אנדערע כלל ישראל ווי נארמאל.

חב''ד הויזן » פרייטאג מאי 3, 2024 9:54 am

· #560601
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
מעולם לא שמענו צו מקפיד זיין דערויף. מ'הייבט אן די הספד מיט די ווערטער 'באמת טאר מען דאך נישט מספיד זיין אום ניסן אבער אונז שטיי מיר דא...' און נאך א שעה רעדן פירט מען אויס 'עס איז דאך ניסן היינט ממילא העמיר מסיים זיין' והכל על מקומו יבוא בשלום.

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 4, 2024 10:16 pm

· #560652
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
א בחי' פון רעדן אלע סארט דברי חול אום שב"ק און צולייגן "נישט אום שבת גערעדט"...

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 4, 2024 10:48 pm

· #560656
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
חב''ד הויזן #
א בני יואל #
געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?
כ'האב מיך טאקע אייביג געוואונדערט פארוואס נאר בני יואל האט נישט מספיד געווען דעם ברך משה כ"ו ניסן... רוב כלל ישראל האט נישט אנגענומען די מנהג
בני יואל האבן געהאט זייערע אייגענע טעמים. און זיי וואלטן נישט מספיד געווען דעם ברך משה אין אנדער'ן טאג אויך.

דעם נמשל וויל איך נישט זאגן. נאר א יעדער פארשטיט.

whatever » מוצ"ש מאי 4, 2024 11:58 pm

· #560662
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
כ'האב געהערט אמאל פון א רב, "מספיד זיין" מיינט 'קלאגען', דאס איז נאר ווען מ'וויינט און שרייט ארויסברענגענדיג די צרה, ווי למשל, "אוי ווי גרויס איז די בראך" "ס'איז א שרעקליכע צרה" וכדומה, אבער סתם זאגן שיינע זאכן וועגן דער מענטש, הייסט נישט "הספד".

חב''ד הויזן » זונטאג מאי 5, 2024 12:53 am

· #560666
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו אבער יעדע צוויי מינוט האט ער דערמאנט אז ס'איז יום טוב היינט.... אבער די מאן (ר' חיים מערץ זצ"ל) און די קינדער האבן מספיד געווען מיט קורצע ווערטער.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 5, 2024 2:09 am

· #560672
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
חב''ד הויזן #
ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו

"כדרכו" איז דער תירוץ... כן בנות צלפחד דוברות, אזוי רעדט ער אייביג...

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2024 2:28 am

· #560674
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
חב''ד הויזן #
ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו אבער יעדע צוויי מינוט האט ער דערמאנט אז ס'איז יום טוב היינט.... אבער די מאן (ר' חיים מערץ זצ"ל) און די קינדער האבן מספיד געווען מיט קורצע ווערטער.
אויף ר' אייזיק פון ספינקא איז נישט קיין קשיא. ער איז א גוטער עקטאר. ער שטעלט זיך צו לויט'ן מצב און לויט'ן עולם.