☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #16055

אשכול אן א טיטל #16055

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16055
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 16, 2023 4:14 am

· #521258
שערי יושר: ונהפוך הוא. פונקט פארקערט. ווען מ'טאנצט זיך אויס אין ספארטס איז מען רואיג וואו מ'דארף צו זיין רואיג. משא"כ. ווען מ'זיצט א גאנצן טאג אין חדר אן קיין טראפ פיזיקל אקטיוויטי ווערט מען אנגעצויגן. אויך האט מען אן איבערפלוס פון ענערגיע וואס מ'מוז ערגעץ ארויסגעבן.

איך רעד פון עקספיריענס. ווען די קינדער זענעןג געפארן אויף אן אויספלוג וואו זיי האבן זיך פיין אויסגעטאנצן זענען זיי געווען רואיג די איבריגע צייט...!

הרב שיף » זונטאג אפריל 16, 2023 7:11 am

· #521267
פלוניש'ל
מ'קען נישט וויסן פון אנדערע, עם האב איך געקענט פערזענליך.
ער פלעגט ליינען אשכולות אויף ק"ש מיט דארשט.

איז עטיש ארויסצוגעבן די ניק יעצט? @אנאנים
ניין חס ושלום. נאר א ניק אליינס דארף זיין בארעכטיגט צו ארויסגיבן.

אוי עס טוט מיר וויי, אויף א אינגערמאן יעצט חתונה געהאט, פארשניטען אזא אינג לעבען, נאך נישט געהאט א יום טוב מיט די ווייב, מיין הארץ טוט זייער וויי.

נ"ב וואס איז די געשמאק צו זען א ווידיא וויאזוי איינער שטארבט?.

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 16, 2023 9:14 am

· #521279
פארמעקט
מנהל

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 9:50 am

· #521285
טאמל סאס: איך מיין דעיס איז זייער נישט סענסעטיוו צי די נפטר און די משפחה. איך וואלט גיעצה'ט צי פארמעקן

Sent using Taptalk

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 16, 2023 9:58 am

· #521288
איך מיין אז ס'איז קלאר פאר יעדעם אז דאס איז סארקאסטיש געשריבן אבער ס'איז נישט שווער צו גלייבן אז עס וועלן זיין משפיעים וואס וועלן דאס נוצן פאר א משל אויף דעם אופן. דערפאר, כדי ארויסצוברענגען די מיאוסקייט דערפון און די וויכטיגקייט פארוואס די פארמישטע אין די עקסידענט זאלן גוט אויסגעפארשט ווערן און זייער שולד אדער אומשולד אויפגעוויזן ווערן, דערפאר שרייב איך דאס. דאס אלעס.

ווייל פונקט אז דאס איז געווען א גרויסער עושר'ס זוהן, און פונקט אריין אין איינע פון מונקאטשע רעבע'ס גבאים'ס קאר און פונקט עמיצער וואס איז ווי באריכטעט דא, געווען א שטארק-אקטיווע קאווע שטיבל שרייבער, מאכט דאס עפעס צו א סוספישעס סטארי, גענוג אז איךא שטארקע חסיד פון קאווע שטיבל -- און בדרך כלל מתנגד פון ווילדע דרייווערס און ווילדע רעבעס -- און לוחם בעד יושר און צדק זאל ליארמען דערוועגן.

נ.ב. איך קען נישט מונקאטשע רעבע סאוי איך ווייס נישט אויב ער איז א ווילדער.

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 10:03 am

· #521290
נאך א מערדעריי וואס מען וועט פארווישן אינטערן טעפיך צאלן אפאר טאלער פאר די משפחה צי זיצן שטיל. און מ'וועט ווייטער דרייווען ווילד ברעכן די געזעצן ביזן נעקסטן קרבן היל"ת

Hashemschild » דינסטאג אפריל 18, 2023 12:48 pm

· #521652
אויב איינער קען מיר שיקען די ווידיאו און אישי וואלט איך געוועהן דאנקבאר

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 7:47 pm

· #521670
טאמבל סאס: איך האב נישט געליינט דיין אריגינאלע תגובה ווייל ס'איז פארמעקט געווארן. אבער איין זאך איז זיכער. אפילו ס'איז געשריבן געווארן אין א סארקאסטישן טאן. איז נישט דא קיין איין מענטש וועלכער איז שפוי בדעתו און ער זאגט אז דאס איז געווען עפעס מער פון א טראגישן עקסידענט. זיכער דארפן די פאקטן און סיבות ארום דעם עקסידענט גרונטליך אויסגעפארשט ווערן.כדי צו פארמיידן צוקונפטיגע טראגעדיעס, ח"ו.

דרך אגב. (כאטש דו וואוינסט נישט אין אמעריקע). דער מונקאטשער רב זז"ג איז א איד א צדיק. ער טוט זייער א סאך גמילות חסד און טובות. סיי פאר יחידים און סיי פאר'ן רבים. אויסער וואס ער פיהרט זיין קהילה און ת"ת אויפ'ן שענסטן פארנעם. ער אדער זיינע גבאים זענען דאך זיכער נישט געווען א פאקטאר אין דעם עקסידענט...שנשמע ונתבשר בשורות טובות...!

שמן למאור » פרייטאג אפריל 21, 2023 10:25 am

· #522043
ביי די דרעדזנער-שמעלצער ליל שישי שמועס די וואך אויף קול מבשר האבן זיי זייער שיין ארומגערעדט פונעם נפטר. זיי האבן פארציילט בתוך הדברים אז ווען זיין אלמנה האט ארויסגענומען זיין טלית פונעם בייטל פאר די קבורה, האט זי געטראפן א הגדה וואס ער האט אנגעגרייט איר צו געבן פאר א מתנה לכבוד פסח.

יאסל ראקאווער » פרייטאג אפריל 21, 2023 10:59 am

· #522046
דאס איז א דעליקאטע נושא און איך פארשטיי יעדעם, די עסקנים און די @אנאנים'ס פון די וועלט און ברוך השם ס'איז דא קאווע שטיבל ווי מ'קען רעדן די דבר השם צו ברענגען א באלאנס צו די עסקנים. און אונז וועל מיר פארשטיין אז וואס די משפחה טוט איז אויסגעהאלטן. נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס.

ויהי רצון שתהיה להם נחמה שלימה ויושוב הדעת לעשות כפי הנראה ישר וטוב בעיניהם לאחר ששמעו שני הצדדים.

קליינע צדיק » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 10:03 pm

· #542952
הער איך אז די אלמנה איז א כלה געווארן מיט א בחור
איינער מיט פרטים?

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:58 am

· #542994
[ציטאט אראפגענומען]
פרטים?

אינגערמאנטשיקל » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:29 pm

· #543023
קליינע צדיק #
הער איך אז די אלמנה איז א כלה געווארן מיט א בחור
איינער מיט פרטים?
צוליב וואס איז דאס א נושא אויף א פובליק פארום?

(הגם דאס איז מגלה למפרע דלא הניח זש"ק)

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:05 pm

· #543035
אינגערמאנטשיקל #
קליינע צדיק #
הער איך אז די אלמנה איז א כלה געווארן מיט א בחור
איינער מיט פרטים?
צוליב וואס איז דאס א נושא אויף א פובליק פארום?

(הגם דאס איז מגלה למפרע דלא הניח זש"ק)
וואס איז דער פראבלעם מודיע צו זיין א שידוך?

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 1, 2024 8:46 pm

· #543214
📎 18.JPG

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 1, 2024 8:47 pm

· #543216
אינטערסאנט אז די שדכן'ס נאמען יבלחט"א איז אזוי ווי די מאן ע"ה.

אגריפס המלך » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 9:40 pm

· #543809
קליינע צדיק #
אינטערסאנט אז די שדכן'ס נאמען יבלחט"א איז אזוי ווי די מאן ע"ה

ס'האט מיך געגעבן א געזינטן קיצל...

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:45 pm

· #544392
קליינע צדיק #
אינטערסאנט אז די שדכן'ס נאמען יבלחט"א איז אזוי ווי די מאן ע"ה.
אן ערשטע קאזין מיט די מאן ע"ה
בלאט: 1 2