☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!

היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16040
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 16, 2023 10:27 pm

· #521387
די הנחה אז באגנבנ'ען און באשווינדלען מיליאנערן איז יא, אויף עפעס א פארם אין ארדענונג, איז פאלש. פארשטייצעך, אז ווען איינער בארויבט די ביטער אפעשפארטע געלט פון אן ארימאן איז די עוולה א סאך גרעסער.

מיט בערך דרייסיג יאר צוריק איז געווען א פאל וואס א ..."היימישער"...האט פשוט באגנב'עט עשירים און ארימעלייט צוגלייך. ער האט אנגעזעצט אויף מיליאנען דאללער. וואלט מען דאך געקענט מיינען אז ער איז (כאטש) נישט קיין "ציבעלע גנב". האביך אליין צוגעזעהן ווי ער שלעפט ארויס (בגניבה) עטליכע צייטונגען אן באצאלן. מ'רעדט דא פון אן אזוי גערופענעם חסיד'ישן איד מיט א לאנגע בארד. און דעם גאנצן קלאפערגעצייג.

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 10:28 pm

· #521389
Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!
נישט געזאגט אז עס איז אין ארדענונג. אבער די עולם דארף נישט ווערן אזוי איבערגענומען

מקץ שנתים » זונטאג אפריל 16, 2023 10:51 pm

· #521410
Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!
שערי יושר
נישט געזאגט אז עס איז אין ארדענונג. אבער די עולם דארף נישט ווערן אזוי איבערגענומען
ווייסעך פונדערנאנט פון עטליכע אידן מיט באשיידענע אפגעשפארטע פאר טאלער וואס זענען נעבעך אפגעווישט געווארן בשמחה רבה.

געווען אגענטן/בראקערס וואס האבן צאמגעשטעלט עטליכע קלענערע סכומים פון נישט-נגידים אין עס אזוי דעליוורט צום שיסל הידיעה.

monseyrental » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:05 am

· #521442
מקץ שנתים
שערי יושר
נישט געזאגט אז עס איז אין ארדענונג. אבער די עולם דארף נישט ווערן אזוי איבערגענומען
ווייסעך פונדערנאנט פון עטליכע אידן מיט באשיידענע אפגעשפארטע פאר טאלער וואס זענען נעבעך אפגעווישט געווארן בשמחה רבה.

געווען אגענטן/בראקערס וואס האבן צאמגעשטעלט עטליכע קלענערע סכומים פון נישט-נגידים אין עס אזוי דעליוורט צום שיסל הידיעה.
יאפ אסאך מענטשען מיט אפאר אפגעשפארטע דאללאר האבן אלעס פארלוירן איך ווייס ערשטהאנטוג פין איינעם וואס האט גענימען א לאון צי אריינלייגען געלט אין איז יעצט א בעל חוב
סאיז אבער די מערסטע אינטערסאנט אז נישט עפעס אפאר כולל יונגערלייט זענען געווארן באגאנוועט נאר גרויסע עשירום אין ביזנעסלייט וואס דארפן צי פארשטיין א עסק

monseyrental » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:06 am

· #521443
סזעט אויס אז אפילו די גרויסע עשירים אליינס וויסען נישט וואס עס איז געשעהן דא

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 3:24 am

· #521610
אנאנים: הוא אשר דיברתי. אז דאס האט צו טון מיט קארופשן פון די גאווערמענט אפישלס. ווייל די געזעץ איז אז מיט פאבליק פאנדס דארף מען גיין צו א ביד. אמת. ס'זענען פארהאן (ליבעראלע) אויסנאמען. ווי קארפארעישנס אנגעפיהרט דורך פרויען און מינאריטיס. זיי באקומען אפשר א העכערן נאמבער פון פריאריטי. אבער מ'מוז נאכאלץ גיין צו א ביד.

הרבי האמיתי » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:07 am

· #521620
די געזעץ איז אז א פראצענט פון אלע גאווערנמענט קאנטראקטן דארף זיין minority owned דאס מיינט אז אלעס גייט פאר א ביד אבער מען קוקט נישט נאר אויף די פרייזן.

אלע צוזאמען » דינסטאג אפריל 18, 2023 4:57 pm

· #521660
מ'רעדט יא שווינדל נישט פאנזי, כ'האב געהאט א שמועס מיט איינע פון די עשירים וואס ווערט דערמאנט אין די ליסטע'ס אז ער האט דערלייגט מער ווי א מיליאן, ער האט שטארק אוועקגעמאכט די מעשה, ''ס'שרעקליך אויפגעבלאזן'' זאגט ער, ער האט נאר אינוועסטירט אין די נידריגע 6 נומער'ס, און ''כ'האב שוין צירוק געמאכט מיין געלט'' נאר די רווח האט ער צירוק אריינגעשטעקט און דאס האט ער פארלוירן.

נחבא » דינסטאג אפריל 18, 2023 6:26 pm

· #521663
איך בין נישט באקאנט אין די פרטים פון די מעשה, אבער דאס וואס ער מאכט עס אוועק קען קומען פון בושה אז ער איז אריינגעפאלן.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 7:24 pm

· #521668
monseyrental
סזעט אויס אז אפילו די גרויסע עשירים אליינס וויסען נישט וואס עס איז געשעהן דא
דאס איז א שוואכער לימוד זכות. אדער ווי מ'זאגט אין ענגליש א "מיטיגעטינג פאקטאר"...!

איך וואלט געוואלט הערן פונ'ם בעל דבר אליין. אוואו איז ער, און וואס האט ער צו זאגן. זאל דער עולם הערן א תירוץ, לטעמי' און לשיטתו...!

אויב ער איז לעגיטים אדורכגעפאללן מיט זיין פלאן זאל ער קומען און פארציילן פאר'ן עולם פונקטליך זיין אריגינאלן פלאן, און די פאקטן וועלכע האבן געברענגט צו זיין דורכפאל.

ווילאנג ער טוט דאס נישט איז ער בחזקת רמאי, נוכל, גנב, ועוד כמה שמות נרדפים...!

שערי יושר » דינסטאג אפריל 18, 2023 7:31 pm

· #521669
Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!
בערל: ער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון נאר פאר זיינע אינוועסטארס

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 7:54 pm

· #521671
נו, מ'רעדט דאך פון דעים...!

נאר איך, אלס נייגעריגער מענטש וויל אויך הערן זיינע תירוצים. כדי זיך צו לערנען נישט אריינצופאללן אין א פאסטקע די קומענדיגע מאל...!

מקץ שנתים » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:21 pm

· #521680
Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!
berlbalaguleh
נו, מ'רעדט דאך פון דעים...!

נאר איך, אלס נייגעריגער מענטש וויל אויך הערן זיינע תירוצים. כדי זיך צו לערנען נישט אריינצופאללן אין א פאסטקע די קומענדיגע מאל...!
ברויכסט נישט איבערלייגן דעם בעל דבר אויסצומיידן א פאסטקע אריינפאל.

מאך גוטע דוא דילידשענס, און מייד אויס עני אפפערס אויף ריטארן אן איוועסטעד קעפיטעל העכער 15% יערליך, און די פארמיידסט אטאמאטיק 95% פון פאסטקעס.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 9:30 pm

· #521702
מקץ שנתיים: און ווען איך אינוועסט בכלל נישט אין יענעם'ס (איידיע) פון ביזנעס, מייד איך אויס 100% פון אריינפאלן אין א פאסטקע...!

ס'איז איין תקופה געווען ווען ס'זענען געווען גוטע פראפערטיס צו קויפן און דעוועלאפן אין די גאסן ארום דעם בעטערי טונעל אין ברוקלין. איך האב דאמאלס געטון אין ריעל עסטעיט, האב איך אנגערופן א איד פון מיין ביהמ"ד וואס האט געהאט א פאר (הונדערט טויזנטערס) גרייט צו אינוועסטן. איך האב איהם געזאגט וועגן די פראפערטיס, האט ער מיר געגעבן עטליכע הונדערט דאללער אלס דעפאזיט. ווען איך בין געקומען צו מנחה מעריב האט ער אנגעהויבן צו פרעגן צו פיהל (פון די נישט ריכטיגע) קשיות. ווען איך האב איהם פארענטפערט איין קשיא איז נולד געווארן א נייע קשיא אדער ספעקולאציע. צום סוף האביך איהם צוריקגעגעבן דעם גאנצן קרן פון זיין אינוועסטמענט און געזאגט אויס שותפות און א גוטן טאג. איך האב איהם געזאגט איך וויל נישט אז ווען איך קום אין ביהמ"ד אדער איך גיי אין גאס זאלט איהר מיר נאכשרייען "גנב"...

חב''ד הויזן » מיטוואך אפריל 19, 2023 2:07 pm

· #521782
berlbalaguleh
מקץ שנתיים: און ווען איך אינוועסט בכלל נישט אין יענעם'ס (איידיע) פון ביזנעס, מייד איך אויס 100% פון אריינפאלן אין א פאסטקע...!
אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.

איך מיין נישט צו טשעפענען, אבער די איינציגסטע וועג היינטיגע טעג צו לעבן מיט הרחבת הדעת איז צו נעמען ריסקס. פארשטייט זיך אזעלכע וואס מאכן סענס.

ס'איז נישט ווי אמאל ווי מ'האט געקענט חתונה מאכן קינדער פון דרייוון א באס.

צקון לחש » מיטוואך אפריל 19, 2023 2:09 pm

· #521783
חב''ד הויזן
אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.
און?
ווייניג אזעלכע פרייליכע אידן ווי ר' בערל זענען דא!
ארבעטן מאכט פרייליך, נישט פארקערט.

חב''ד הויזן » מיטוואך אפריל 19, 2023 2:10 pm

· #521784
צקון לחש
חב''ד הויזן
אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.
און?
ווייניג אזעלכע פרייליכע אידן ווי ר' בערל זענען דא!
ארבעטן מאכט פרייליך, נישט פארקערט.
איך האב צוגעלייגט ווערטער. ס'איז היינט אנדערש ווי פיפציג יאר צוריק ווען ר' בערל האט אנגעהויבן זיין קאריערע

monseyrental » מיטוואך אפריל 19, 2023 3:57 pm

· #521790
berlbalaguleh
monseyrental
סזעט אויס אז אפילו די גרויסע עשירים אליינס וויסען נישט וואס עס איז געשעהן דא
דאס איז א שוואכער לימוד זכות. אדער ווי מ'זאגט אין ענגליש א "מיטיגעטינג פאקטאר"...!

איך וואלט געוואלט הערן פונ'ם בעל דבר אליין. אוואו איז ער, און וואס האט ער צו זאגן. זאל דער עולם הערן א תירוץ, לטעמי' און לשיטתו...!

אויב ער איז לעגיטים אדורכגעפאללן מיט זיין פלאן זאל ער קומען און פארציילן פאר'ן עולם פונקטליך זיין אריגינאלן פלאן, און די פאקטן וועלכע האבן געברענגט צו זיין דורכפאל.

ווילאנג ער טוט דאס נישט איז ער בחזקת רמאי, נוכל, גנב, ועוד כמה שמות נרדפים...!
איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם
סאיז אבער זיכער אז פין אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO אין נאך
ערגעץ אין די מיטען האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדעל
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך ציריק צי כאפען דורכען נעמען געלט פין איין מענטש אין באמאלט פאר א צווייטען אין עס איז געווארן א שווינדעל אין עס איז עם נישט געלאנגען

monseyrental » מיטוואך אפריל 19, 2023 4:00 pm

· #521791
איך נעם זיך בכלל נישט און פאר עם
איך קען פרעזענדלך אין איך האלט מיט מיט מענטשן וואס האבן פארלוירן געלט ביי עם

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 19, 2023 9:17 pm

· #521839
monseyrental
איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם,
ס'איז אבער זיכער אז פון אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO און נאך
ערגעץ אינדערמיטן האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדל,
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך צוריקצוכאפן דורכן נעמען געלט פון איין מענטש און באצאלט פאר א צווייטען און עס איז געווארן א שווינדעל און עס איז עם נישט געלונגען
מאנסי רענטל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך טענה אז דער גרויסער, בארימטער שווינדלער... נו, וויאזוי הייסט ער שוין? אזוי שנעל פארגעסן... האט אויך אנגעהויבן אלס א לעגיטימער אינוועסטירער. נאר ביי א געוויסן פונקט ווען ער האט איינגעזעהן אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן, אנשטאט ער זאל קומען צו זיינע אינוועסטארס און רעדן אפענע דיבורים, און אפשר אריינכאפן אביסל בזיונות, האט ער אנגעהויבן צו דרייען און נעמען געלט פון איינעם כדי צו באצאלן פאר א צווייטן... ווייל ס'איז נישט מסתבר אז ער האט לכתחילה אנגעהויבן מיט א שווינדל אויף אזא גרויסן פארנעם.

שוין דערמאנט... בערני מעידאף, עליו השאלאכץ...!

monseyrental » מיטוואך אפריל 19, 2023 11:34 pm

· #521859
Exactly this is what it looks like

כלבאשבוע » דינסטאג יוני 6, 2023 5:50 pm

· #527397
עטליכע פרישע היימישע סקעמס ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג, א 40 מיליאן דאלאר קעש עדווענס שווינדל, און נאך

https://lakewoodalerts.com/mailbag-ponzi-scam-alert/

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 2:53 pm

· #529261
וואס איז למעשה די בעסטע וועג אויב איך וויל אינוועסטן ביי א מענטש וואס איך זעה אז ער פארדינט געלט?
קען מען שוין טאקע קיינעם געטרויען?

כגיימעך » זונטאג יוני 25, 2023 12:59 pm

· #529614
berlbalaguleh
monseyrental
איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם,
ס'איז אבער זיכער אז פון אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO און נאך
ערגעץ אינדערמיטן האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדל,
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך צוריקצוכאפן דורכן נעמען געלט פון איין מענטש און באצאלט פאר א צווייטען און עס איז געווארן א שווינדעל און עס איז עם נישט געלונגען
מאנסי רענטל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך טענה אז דער גרויסער, בארימטער שווינדלער... נו, וויאזוי הייסט ער שוין? אזוי שנעל פארגעסן... האט אויך אנגעהויבן אלס א לעגיטימער אינוועסטירער. נאר ביי א געוויסן פונקט ווען ער האט איינגעזעהן אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן, אנשטאט ער זאל קומען צו זיינע אינוועסטארס און רעדן אפענע דיבורים, און אפשר אריינכאפן אביסל בזיונות, האט ער אנגעהויבן צו דרייען און נעמען געלט פון איינעם כדי צו באצאלן פאר א צווייטן... ווייל ס'איז נישט מסתבר אז ער האט לכתחילה אנגעהויבן מיט א שווינדל אויף אזא גרויסן פארנעם.

שוין דערמאנט... , עליו השאלאכץ...!
איך קום דא אן ווי א שירעם נאך א רויך אבער איך וועל אריינווארפן מיינע דריי סענט...
איך ווייס נישט צו עס איז געווען לעגיטים אדער נישט אבער דער יעניגער האט זיך קיינמאל נישט געוואלט זעצן מיט א פראפעסינאל (לויער, אקאוינטענט וכדו') צו פארענטפערן אלע רויטע פענדלעך וואס זיי האבן אויפגעדעקטץ

ב. ד. וו. מעידאףף האט אויך קיינמאל די געלט אינוועסטירט (זע דא)
In his guilty plea, Madoff admitted that he had not actually traded since the early 1990s, and all of his returns since then had been fabricated.[45] However, David Sheehan, principal investigator for trustee Irving Picard, believes the wealth management arm of Madoff's business had been a fraud from the start.[46]

קייןנאמען » זונטאג יוני 25, 2023 3:22 pm

· #529625
היימישע פאנזי סקעם'ס
ב"ה כ'האב כמעט געוועהן אין ביידע וואש מאשין'ס [סיי פארמעסיארעקיל'ס סיי גאלד סטאק]. די חודש וואס כ'האב געוואלט אריינלייגן האט די ערשטע געקראכט. האט מען שוין צוגעווארט ביז די צווייטע אויכעט.

כ'האב באקומען א אפפער צו ארבטען אפאר שעה א טאג פאר זייער שיין באצאהלט, אבער כ'ווייס אז ס'איז עפעס פויגל'דיג [אקאונט'ס, סטאק'ס, גראפעס פון גבירים, מיליאנען. בקיצור א פאמפ ענד דאמפ קאמפעני] סאו כ'גיי עס נישט טוהן. ווער גייט פארלירען די געלט די 15 גבירים וואס פאמפען? ניין. דו מיט דיינע פריינט וואס שוויצען פאר א דאלער!

בקשה גדולה צו אלע אינגערלייט, מ'באקומט נישט קיין 10 פראצענט א חודש, נאר קוים אין א גוטע יאהר. פארלירט נישט אייער געלט אין עפעס וואס איר פארשטייט נישט ווי אזוי ס'ארבעט!!

וואלווי » זונטאג יוני 25, 2023 4:05 pm

· #529632
קורץ שארף צום פוינט!
וואס איז למעשה די בעסטע וועג אויב איך וויל אינוועסטן ביי א מענטש וואס איך זעה אז ער פארדינט געלט?
קען מען שוין טאקע קיינעם געטרויען?
ניין. אין ביזנעס געטרויעט מען קיינעם נישט. אלעס דארף האבן בעק אָפ און א טרעיל. אויב ס'פעלט איין רינגעל אין די קייט פון אינפארמעישן, אפי' איין ספק, שטיי ווייט, ווייל דארט קען די גאנצע לופט ווערן באהאלטן, והמפורסם אין צריך ראי'. אין ביזנעס איז גענוג איין איבעריגע זערא, אדער אויסלאזן איין שורה נומבערס, צו פעלשען פאקטן און פיגורס. און דאס איז אפילו ווען דו באקומסט יא עפעס "קראנטע" אינפא.

דאס מיינט נישט אז אין ביזנעס איז נישטא די ענין פון טראסט. ס'דא ביזנעסער וואס לויפן נאר אויף טראסט, און ס'דא אופנים ווי מ'טראסט ביז א סערטען פלאץ, אבער בדרך כלל איז נישטא בלינדע טראסט אויף גארנישט. די אויסדרוק "too good to be true" איז די בעסטע נוגע פאר ביזנעס. ספעציעל אז יענער קומט נעמען דיין געלט דורך א סעילס פיטש, און נישט אז דו זוכסט עם אויף. און אפילו דעמאלטס אויך נישט.

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:48 am

· #531849

בת קול » דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:23 am

· #531850
כלבאשבוע
בישות.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:02 pm

· #531856
בת קול
כלבאשבוע
בישות.
בושות פאר כלל ישראל, בושות פאר משה מארגארעטן. מיט וואספארא פנים וועט מען קענען שתדלען צו באפרייען אנדערע אידישע ארעסטאנטן אויב מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי זענען ככלב שב על קיאו?
בלאט: 1 2