מחונךאיך גיי אנהייבן מיט א הקדמה:
א סדר עולם איז צום ווייניגסטנס אזוי באגלייבט ווי אנדערער היסטאריקער פון זיין צייט, ווען עס שטימט נישט מיט Claudious Ptolemy איז עס א סתירה צווישן די צוויי. עס איז נישט אן אפפרעגן אויף סדר עולם.
ב עס איז נישט דא קיין שום געשריבענע היסטארישע דאקומענטן פון דער צייט פון אלכסנדר מוקדון.
ג ווען ארכעאלאגן וועלן טרעפן אלטע דער איד און דער בלאט אין טויזנטער יאר ארום וועלן זיי זיין שאקירט וווי א פשוטע שבע ברכות פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק האט געצויגן צענדליקער טויזנטער חסידים. ( עס וועט זיי נישט זיין קלאר וואר די ווערטער מיינען. מיין טעזע איז אז מען דארף עס ליינען קאק מיר אן אדמור האגעהאק. די אדמורים פון אמאל פלעגן מחמת עונתונתם מקפיד זיין צו שרייבן לשונות של בוז אויף זיך ווען מען האט גערעדט פון זייער כבוד...שוין.. מי יתן והיה אויף די היינטיגע..) מען וועט זען רעפארטאזש אז א געוויסע מיסטעריעזע יום־טוב חג הצלה האט געצויגן צענדליקער טויזנטער אלופי אלפי ישראל יאר יערלעך.
דער מיסטעריע וועט גרעסער ווערן ווען עס וועט זיין קלאר פון די שריפטן טז די יידן האבן זיך געהאלטן אלס די איינציקסטע אמתע יידן בו בזמן וואס זיי פלעגן עובר זיין אויף די ערגסטע עבירות ווי למשל רציחה, לשון הרע, הלבנת פנים, בזיון ת"ח גיין אין גויישע געריכטן וואס אפילו די קאק מיראנס פלעגן טון.
די צייטונגען זענען געשריבן אין א מאדנע פארגעסענע שפראך. מען האט דאס דעשיפרירט ווען מען האט געטראפן א בלעטל וועגן חינוך געשריבן אין יידיש און אין פארצייטישע ענגליש. פון דעם בלעטל קוקט אויס ווי די קעניגרייך פון יענע צייט האט פרובירט צו העלפן די יידן מיט זייער חינוך. עס איז נישט קלאר וואס איז געווארן למעשה.
איך פרוביר ארויסצוברענגען אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף פראפאגאנדע.I just got carried away.
עס איז וויכטיק צו באטאנען אז פריוואטע בריוו זענען צוליב דעם א סך מער פארלעסליך ופשוט.
דער וועלט נעמט אן אלכסנדר מוקדון האט איינגענומען פרס 330 B.C.E. מיט דעם ניצחון אויף דריוש דעם דריטן האט זיך געענדיקט די פרס'ישע מלוכה. עס זענען דא פולע בייווייזן דערויף. דער עיקר איז אבער פון Cliadiuos Ptolemy.וועלכער האט געלעבט ארום דער זעלבער צייט פון רבי יוסף בן חלפתא, דער בעל סדר עולם וועלכער שרייבט אז עס איז געווען אינעם 36טן יאר פון דריוש ד"ה 317 B.C.E. אזוי ווי דניאל האט נביאות געזאגט.
האבן מיר אלזא צוויי contemporaries מיט אנדערע דיעות איבער וואס עס איז געשען עטלעכע הונדערט יאר בעפאר. לויט דעם אנגענומענער מיינונג, האט זיך דער פרסישער מלוכה אנגעהויבן באלד צוויי הונדערט יאר פריער און דער ביהמ"ק איז געשטאנען 600 יאר.
קומט הרב הול, און אנאליזירט די באווייזן און זאגט אזוי דאס אז עס איז דא נאך איבער 150 יאר פון פרסישע מלכים איז אמת נאר עס איז געוועזן נאך אלכסנדר מוקדון נישט פאר דעם און די באווייזן וועלכע אלע ברענגען צו באשטעטיקן נאר דעם ליסטע פון קעניגן און נישט דעם זמן המלוכה
ער ברענגט פולע סיינטיפישע באוויזן צום סדר עולם, צווישן זיי די Uruk King List, און קומט צו די מסקנא אז דריי יאר נאך דריוש דעם ערשטנס טויט איז נתחדש געווארן ווייטער די פרסישע מלוכה, אבער אויף א קליינער, לאקאלער,פארנעם
ער גייט דערנאך היבש ווילד און זאגט אז די יוונים האבן דאס געפעלשט בכוונה צו דיסקרעדיטן דניאל הנביא. איך דינג מיך שטארק מיט אים אויף דעם פרט עס קען זיין אז Claudious Ptolemy האט נישט געוויסט די פרטים פינקטלעך וויבאלד די פרישע מלוכה איז געווען אזוי אפגעשוואכט און ער האט געלעבט עטלעכע הונדערט יאר דערנאך. אדער, און דאס איז מער מסתבר, וויבאלד אז די תלמיים האבן זיך געהאלטן אלס די איינציקע אמתע נאכפאלגער פון אלכסנדר מוקדון, האבן זיי געשריבן וויאזוי עס האט זיי געשמעקט וכענין אז אין דער בלאט האט מען אייביק געוואונען אדער אז אין המחנה החרדי זעהט מען אז דער היינטיקער בעלזער רב איז דער איינציקער אלוועלטליך-אנערקענטער געבליבענער פון די תלמידי הבעש"ט וכו'
איבער דעם זענען די פאפיראסן פון יבשה אינדזל אזוי וויכטיק ,איי די דאטומען שטימען נישט? ער האט א ביאגראפיע אויף דעם באריכות אין זיין ביכל אויף מצרים אבער איך האב נישט קיין נערווען מער צו שרייבער דערוועגן יעצט.
א. סדר עולם האט געשריבן היסטאריע נישט לויט א מסורה, נאר לויט פשטים וואס ער האט אריינגעלערנט אין די פסוקים, אזוי איז גאנץ סדר עולם אוועקגעשטעלט און דא איז גארנישט אנדערש, זעה
דא די מאמר פון חיים מיליקובסקי אין זיין פירוש אויף סדר עולם
ב. עס איז נאכאלס דא גענוג און נאך באווייזן צו די אלגעמיינע כראנאלאגיע
ג. אוודאי איז יתכן אזוי, אבער אלעס מיט א מאס, און דאס איז חוץ פון דעם אז די פריוואטע און לעגאלע שטרות באשטעטיגן נאר די אלגעמיינע כראנאלאגיע
ד. דו שרייבסט "פולע סיינטיפישע באוויזן צום סדר עולם, צווישן זיי די Uruk King List", די פראבלעם איז אבער אז די
Uruk King List איז די "איינציגסטע" כמו סייענטיפישע באווייז, און דאס צופאלט אויך ווען מ'קוקט אריין אין דעם. די גאנצע ראי' איז אז פאר
דריוש וואס איז געווארן מנוצח דורך אלכסנדר מוקדון ווערט דערמאנט א קעניג "whose second name is Nidin-Bêl", הול טענה'ט אז דאס מיינט נבוכדנצר השלישי וואס האט אויך געהאט דעם נאמען
Nidintu-Bêl וואס ער האט זיך געשלאגן אויף די מלוכה פאר
דריוש הראשון, און דאס איז א באווייז אז
דריוש הראשון איז געווארן מנוצח דורך אלכסנדר מוקדון און נישט דריוש השלישי. די פראבלעם איז אבער אז די באווייז איז מופרך מתוכו, ווייל
דריוש הראשון ווערט שוין דערמאנט פריער אין די ליסטע אויפן ערשטן זייט פון די דאקומענט, רעדט מען דא זיכער פון א צווייטן (די דאקומענט פעלט אינמיטן און מען ווייסט נישט וואס איז געשטאנען פארדעם)
איי ווער איז דער
Nidin-Bêl? אדער איז דאס געווען איינער וואס האט זיך געשלאגן אויף די מלוכה פאר דריוש השלישי וואס איז נישט באקאנט פון ערגעץ אנדערש, אדער איז דאס טאקע נבוכדנצר השלישי וואס דער שרייבער האט בטעות פלאצירט אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, אבער צו ציען זיין מסקנא פון דעם ראי' איז נישט ריכטיג
ה. דאס וואס דו זאגסט אז תלמי האט זיך טועה געווען, אבער די לוח סארוס (וואס מיליקובסקי דערמאנט) איז עלטער פון תלמי און שרייבט די זעלבע כראנאלאגיע מיט די ליקוי לבנה'ס, און די זעלבע איז מיט "אלע" אסטראנאמישע טאבלעטן וואס זענען דא, און וועגן דעם מוז הול צוקומען אז די גריכן האבן דירעקט אלעס פארדרייט כדי צו פארווישן היסטאריע. און וואס דו זאגסט וועגן די תלמיים איז פשוט א טעות,
Claudius Ptolemy האט גארנישט געהאט מיט די
Ptolemaic dynasty, חוץ אז ער האט אויך געוואוינט אין מצרים, ער איז געווען אן אסטראנאמיקער און געאגראפער
ו. וואס ער שרייבט וועגן די פערצן טעג אין זיין בוך אויף עגיפטישע היסטאריע ווייס איך נישט ווייל איך האב עס נאכנישט געליינט, (אויב איינער וויל מיר עס מנדב זיין וועל איך עס ליינען, איך בין שוין מער נישט גרייט צו צאלן פון מיין טאש פאר זיינע ביכער) אבער פון וויפיל ער שרייבט אין זיין בוך איבער די שנים החסרות איז עס נאר א ראי' לסתור
נאך א מאמר איבער די נושא
https://drive.google.com/file/d/0B3H1dyyLbr05NF9RdmZlV1RkTmM/view