☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "קוגל" טעלעוויזיע סעריע

"קוגל" טעלעוויזיע סעריע

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15982

כלבאשבוע » דינסטאג מערץ 21, 2023 3:37 pm

· #519214
"קוגל" טעלעוויזיע סעריע
yes האט אנאנסירט א נייע טעלעוויזיע סעריע ״קוגל״, א ספינאף פון שטיסל וואס גייט פאקוסן אויף נוחעם און ליבי אין אנטווערפן פאר זיי זענען אנגעקומען קיין מאה שערים
📎 IMG_4749.jpg

כלבאשבוע » דינסטאג מערץ 21, 2023 3:42 pm

· #519215
אביסל דיטעילס און א זיסע קליפ פון ששון גבאי (נוחעם): ״לכל קוגל יש את הסיפור שלו״
https://e.walla.co.il/item/3567062

צוזאמגעדרייט » דינסטאג מערץ 21, 2023 3:56 pm

· #519217
Re: "קוגל" טעלעוויזיע סעריע
רשועים ארורים!

ליימדארפער » דינסטאג מערץ 21, 2023 6:06 pm

· #519236
ס'דא א שיגעון, אז ווען עפעס געלונגט, מאכט מען איבער דעם זעלבן\ענליכער שפיל פעמיים...

לאמיר האפען אז דאס איז נישט אבי איבערגעזאגט די זעלבע שורות - ווייל ס'געלונגען אין שטיסל.

הרב שיף » מיטוואך מערץ 22, 2023 3:41 am

· #519301
איך האב נישט ליב צו וויסן אז עס גייט קומען, אפשר יא, איך האב ליב צו וויסן אז עס איז שוין דא.

קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 22, 2023 11:12 am

· #519314
הרב שיף
איך האב נישט ליב צו וויסן אז עס גייט קומען, אפשר יא, איך האב ליב צו וויסן אז עס איז שוין דא.
און נאכדעם ווארט מען ווי לאנג אלע פרקים זענען שוין ארויסגעקימען און הערשט דעמאלטס וואטשט מען עס אזוי קען מען איינשלונגען די גאנצע אויף איין מאל ...

מחצה''ק » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:45 pm

· #541922
Re: "קוגל" טעלעוויזיע סעריע
ועדיין לא נושענו....
עס איז שוין באלד אויס 2023...

הגאון הצדיק » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:59 pm

· #544880
Re: "קוגל" טעלעוויזיע סעריע
מחצה''ק #
ועדיין לא נושענו....
עס איז שוין באלד אויס 2023...
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אבער אין איזרעאל איז דא א מלחמה
און זייער אסאך זאכן האבן זיך אפגעשטיפט אויף ווער ווייסט ווען
און מן הסתם איז דאס געשען מיט דעם אויך
-----
-----
אחר כתבי זאת האב איך געזען אין ויקיפדיה אז עס שטייט דארט אז עס גייט זיין גרייט אין 2023-2024 דאס מיינט אז האסט נאך א גאנצע יאהר צו ווארטן ביז וועסט קענען פרעגן ועדיין לא נושענו....