☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?

אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15975

צפור בודד » זונטאג מערץ 19, 2023 4:46 pm

· #518976
אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
דער בארימטער קאמיקער יעקב יוסף לאנגזאם מיט זיינע צענדליגע יוטיוב קליפס און צענדליגע טויזנטע קוקס בארימט זיך "ווי ער האלט אן פאפולעריטעט אן קיין שום צוטריט צו סאשעל מידיע אדער כלים מכלים שונים". און דאס אז זיינע ווערטלעך זענען וועגן אראפווארפן פרויען די שטיגן, אפשפעטן זייערע קאכן און באקן און אנדערע מיסאגיניסטישע חכמות דאס איז א חלק פון "עבדו את ה' בשמחה".

אויף זיין "נישטיגע" סאשעל מידיע איז "ר' יעקב יוסף לא יכרע ולא ישתחווה", און די רביצין איז אוודאי אן אשה כשרה וואס עושה רצון בעלה און כרעה שכבה נפלה.
📎 Langsam.jpeg

דיכטער » זונטאג מערץ 19, 2023 5:02 pm

· #518977
אלע יוטוב קליפס וואס קורסירן ארום פון איהם ווערן דאך נישט פארשפרייט דורך איהם אליינס, ניין? ער למעשה האט דאך נישט קיין אקטיווע אנוועזענהייט אויף סוישאל מידיע.

צפור בודד » זונטאג מערץ 19, 2023 5:25 pm

· #518979
ער איז עובר נאר בשב ואל תעשה און נישט קום ועשה. א פיינער תירוץ ובזה יתישב כל הקושיות שהקשו והכל על מקומו יבא בשלום.

פאליטיקאנט » זונטאג מערץ 19, 2023 6:14 pm

· #518986
גראדע נישט, ער וויל דייקא מ'זאל נישט אפכאפן און זיכער נישט פארשפרייטן. עס איז קעגן זיין ביזנעס מאדעל.

נאר וואס יא, פאר זיין ביזנעס דארף ער טאקע נישט קיין סאשעל מידיא, דאס מיינט נישט גארנישט פאר אלע צענדליגע אנדערע אינדוסטריעס.

צוזאמגעדרייט » זונטאג מערץ 19, 2023 6:38 pm

· #518987
אזויווי א לייב אין טיר גארטן זאל זיך בארומען אז ער ברויך נישט זיין שטארק צו ווערן זאט.

יעקב מעקסוועל » זונטאג מערץ 19, 2023 6:45 pm

· #518988
איך האלט לאנגזאם ספעציפיש געבט יא אוועק פון זיך נישט צו האבן קיין סאושעל מידיע. אין די אינטערטעינמענט אינדוסטרי קען מען האבן אסאך מער ביזנעס דורך נוצן טעכנאלאגיע, איך בין גאנץ זיכער ער וואלט געהאט אסאך מער דזשאבס ווען ער האט א מער אפדעיטעט מארקעטינג.

אויב דאס איז די לעבן וואס ער וויל, גוט פאר אים, זאל אים די גליק בא'טראסק'ענען. אנדערע האבן יא סאושעל מידיע ווייל עס ברענגט זיי מער געלט. פערסאנעלי, האב איך סאושעל מידיע, אפילו איך דארף עס נישט פאר פרנסה.

יעקב מעקסוועל » זונטאג מערץ 19, 2023 6:46 pm

· #518989
.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 19, 2023 6:50 pm

· #518991
איך האב עס גראדע אדורכגעליינט די חודש, פשוט ווייל דער נאמען לאנגזאם האט מיר געצויגן. במשך די גאנצע ארטיקל איז מיר אויסגעקומען אז עס איז א "מעשה לסתור", דער לאנגזאם הערט נישט אויף צו רעדן ווי געשמאק און נוצליך עס וואלט אים געווען צו האבן וואטסעפפ (מען רעדט נישט פון געהעריגע סאשעל מידיא, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז וואטסעפפ איז נישט ריכטיג סאושעל מידיא), ער איז פארנומען ארויסצוהייבן איינמאל און נאכאמאל אז ער וואלט זיך מחי' געווען דערמיט, נאר משום סיבות שונות - מסתמא זיין חסידות - האלט ער זיך צוריק דערפון.

איך מיין אז יעדער וואס לייענט עס באקומט א מעסעדזש אז וואטסעפפ איז א געוואלדיגע געשמאקע טול (עס איז טאקע) וואס קען יעדן צוניצקומען, און די גאנצע אינטערוויאו ברענגט נאר ארויס ווי די וואס האבן נישט קיין וואטסעפפ טוען פארפאסן א נוצבארע זאך, און ליידער קען מען עס נישט האבן צוליב "אידישקייט" (אדער חסידות).

ענליך האב איך געשפירט ווען איך האב געליינט פון ר' מיילעך שמן, דער גוט שבת שיקער, ווי ער האט יא א סמארטפאון און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט א פליפ פאון, און זיי זאגן אים נאר א עצה אז ער קען נוצן א פליפ פאון ווען ער איז ברבים, למשל ביי א שמחה וכדו'.

עס איז געמאכט פורימ'דיג און עס גיט טאקע א "ונהפוך הוא'דיגע" מעסעדזש, איך זעה נישט אז דער גליון זאל ברענגען א התעוררות צו דראפן וואטסעפפ.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 19, 2023 11:39 pm

· #519046
ער האט א שותף; וועלוול פעלדמאן.

פרנס החודש » מאנטאג מערץ 20, 2023 12:04 am

· #519053
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
וואס ברויך מען האבן וואטסעפפ, מען קען זיך דאך אדווערטייזן אין הבדלה? (מיט די בריסקע ניגון..)

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 20, 2023 12:16 am

· #519056
צפור בודד
דער בארימטער קאמיקער יעקב יוסף לאנגזאם מיט זיינע צענדליגע יוטיוב קליפס און צענדליגע טויזנטע קוקס בארימט זיך "ווי ער האלט אן פאפולעריטעט אן קיין שום צוטריט צו סאשעל מידיע אדער כלים מכלים שונים". און דאס אז זיינע ווערטלעך זענען וועגן אראפווארפן פרויען די שטיגן, אפשפעטן זייערע קאכן און באקן און אנדערע מיסאגיניסטישע חכמות דאס איז א חלק פון "עבדו את ה' בשמחה".

אויף זיין "נישטיגע" סאשעל מידיע איז "ר' יעקב יוסף לא יכרע ולא ישתחווה", און די רביצין איז אוודאי אן אשה כשרה וואס עושה רצון בעלה און כרעה שכבה נפלה.
די גאנצע פובליקאציע/מעגעזין בליצן דארף באהאנדלט ווערן אין א באזונדערע אשכול אין דעם פארום פון מידיע. דאס איז אן עכט קראנקער מעגעזין. וואס האקט אויף טעכנאלאגיע, בכלל. (אויף א שיינעם וועג. בדרכי נועם) אבער איז פראדוצירט געווארן מיט די מערסטע מאדערנע און פארגעשריטענע כלים און מעטאדן...!

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 20, 2023 12:47 am

· #519061
דאס איז דאך די הארץ פונעם אבסורד, אז יענע וואס בראקען און פרעידיגן קעגן טעכנעלאגיע, נוצן עס פיין אויס, לצורך פרנסתם...

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 20, 2023 2:14 am

· #519066
שמעקעדיג
ענליך האב איך געשפירט ווען איך האב געליינט פון ר' מיילעך שמן, דער גוט שבת שיקער, ווי ער האט יא א סמארטפאון און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט א פליפ פאון, און זיי זאגן אים נאר א עצה אז ער קען נוצן א פליפ פאון ווען ער איז ברבים, למשל ביי א שמחה וכדו'.

עס איז געמאכט פורימ'דיג און עס גיט טאקע א "ונהפוך הוא'דיגע" מעסעדזש, איך זעה נישט אז דער גליון זאל ברענגען א התעוררות צו דראפן וואטסעפפ.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4175033#p4175033

פאליטיקאנט » מאנטאג מערץ 20, 2023 2:31 am

· #519068
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
יעקב מעקסוועל
איך האלט לאנגזאם ספעציפיש געבט יא אוועק פון זיך נישט צו האבן קיין סאושעל מידיע. אין די אינטערטעינמענט אינדוסטרי קען מען האבן אסאך מער ביזנעס דורך נוצן טעכנאלאגיע, איך בין גאנץ זיכער ער וואלט געהאט אסאך מער דזשאבס ווען ער האט א מער אפדעיטעט מארקעטינג.

אויב דאס איז די לעבן וואס ער וויל, גוט פאר אים, זאל אים די גליק בא'טראסק'ענען. אנדערע האבן יא סאושעל מידיע ווייל עס ברענגט זיי מער געלט. פערסאנעלי, האב איך סאושעל מידיע, אפילו איך דארף עס נישט פאר פרנסה.
ער האט נישט עכט קיין קאמפעטישן, און ער האט נישט ווי צו הייבן זיין דימענד.
איינער וואס זוכט הומאריסטישע אונטערטעינמענט פאר אן עווענט האט נישט צופיל ברירות עניוועי. איינער וואס זוכט וואס ער שטעלט צו וועט קומען צו עם, ער דארף נישט קיין ספעציעלע מארקעטינג.

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 20, 2023 8:30 am

· #519073
וואס פונקטליך איז ער מקריב מער ווי א צווייטן?
ס'דא א לאנגע רייע פון משמחים, און קיינער מאכט נישט קיין ביזנעס דורך א צווייטע וועג, בלויז פון אימעיל, צו רופען אויפ'ן טעלעפאן.
ס'איז פונקט ווי סיי וועלכע הויף וועט זיך אויפטון אז זייער רבי האט נישט קיין סאשל מידיע.... אבער דער גבאי און דער שוואנץ און דער יחצן האט דריי אקאוינטס...

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 20, 2023 8:41 am

· #519074
האסט געליינט זיין אינטערוויו?

ער שרייבט אז 90% פון די פידבעק איז אויף וואטסעפפ, און פידבעק איז א שטארקע פאקטאר אין געבן דעם שטופ און חיזוק.

אויכעט זאגט ער אז עס זענען דא גרופס פאר זיינע קאלעגעס ליצים ווי מען שמועסט אפ איידיעס און ווען מען זעצט זיך צוזאם ווייסט יעדער אסאך זאכן וואס ער האט נישט קיין מושג דערוועגן.

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 20, 2023 8:51 am

· #519076
שמעקעדיג
האסט געליינט זיין אינטערוויו?

ער שרייבט אז 90% פון די פידבעק איז אויף וואטסעפפ, און פידבעק איז א שטארקע פאקטאר אין געבן דעם שטופ און חיזוק.

אויכעט זאגט ער אז עס זענען דא גרופס פאר זיינע קאלעגעס ליצים ווי מען שמועסט אפ איידיעס און ווען מען זעצט זיך צוזאם ווייסט יעדער אסאך זאכן וואס ער האט נישט קיין מושג דערוועגן.
ווי קען מען זען די אינטערוויו?

חב''ד הויזן » מאנטאג מערץ 20, 2023 9:23 am

· #519077
ליימדארפער
📎 Langsam.jpegLangsam.jpeg
שמעקעדיג
האסט געליינט זיין אינטערוויו?

ער שרייבט אז 90% פון די פידבעק איז אויף וואטסעפפ, און פידבעק איז א שטארקע פאקטאר אין געבן דעם שטופ און חיזוק.

אויכעט זאגט ער אז עס זענען דא גרופס פאר זיינע קאלעגעס ליצים ווי מען שמועסט אפ איידיעס און ווען מען זעצט זיך צוזאם ווייסט יעדער אסאך זאכן וואס ער האט נישט קיין מושג דערוועגן.
ווי קען מען זען די אינטערוויו?
הגם פון לייענען בלויז די דעקל, לאך איך שוין גענוג, ווי זיי פראבירן עהם צו מאכן פאר'ן טאטע פון בדחנים; ער איז די ''מערסט'' קאמישער עקטער אין די היימישע וועלט? און זיין טאלאנט איז ''אומפארגלייכבאר''?...
אההה... ''בלויז'' ווייל ער האט נישט קיין סאשל מידיע.
אבער ער זיצט מיט אלע ליצים און פאסט נעבעך.
זעצט דיך אריין אין א באר, און וויין אז דו קענסט נישט טרונקען...
דו האסט א צווייטן אין די היימישע וועלט וועם די קענסט קרוינען מיט די אלע טיטלען?

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 20, 2023 9:34 am

· #519078
ווער נישט?
הילי היל, כאצאצקער רבי, יואלי לעבאוויטש, יאנקל מילער

דערהויבענע איד » מאנטאג מערץ 20, 2023 9:39 am

· #519079
שמעקעדיג
(מען רעדט נישט פון געהעריגע סאשעל מידיא, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז וואטסעפפ איז נישט ריכטיג סאושעל מידיא),
.
רוב מענטשן וואס האבן נישט קיין וואטסעפפ וואס איך רעדט, האלטן יא וואטסעפפ פאר סאוישעל מידיע, כתוצאה פון די פראפוגאנדע

חב''ד הויזן » מאנטאג מערץ 20, 2023 10:05 am

· #519082
ליימדארפער
ווער נישט?
הילי היל, כאצאצקער רבי, מנשה לוסטיג, יואלי לעבאוויטש, יאנקל מילער - דאס איז אין ניו יארק אליינס

ווייל לאנגסאם טרעט אויף אסאך אין די סאטמארע קרייזן, מיינסטו אז דארט ווערט מען קעניג?
אה... אין סקווער איז ער אויך קעניג... חחחח
כ'האב נישט געפרעגט אויב ס'איז דא נאך בדחנים, כ'האב געפרעגט וועם דו וואלסט געקרוינט אלס טאטע פון בדחנים און אלס מערסט קאמישע עקטער. יענקל מיללער? אקעי.

צפור בודד » מאנטאג מערץ 20, 2023 12:28 pm

· #519097
ליימדארפער
ווער נישט?
הילי היל, כאצאצקער רבי, מנשה לוסטיג, יואלי לעבאוויטש, יאנקל מילער - דאס איז אין ניו יארק אליינס

ווייל לאנגסאם טרעט אויף אסאך אין די סאטמארע קרייזן, מיינסטו אז דארט ווערט מען קעניג?
אה... אין סקווער איז ער אויך קעניג... חחחח
לאנגזאם האט מעלות וואס אנדערע האבן נישט אבער אויך חסרונות. פון די אויבדערמאנטע זענען אלע חוץ יואלי ל. און מנשה מער קאמידיענס, בשעת ווען לאנגזאם איז מער א קאמישער אקטאר. חצאצאקער קען אויך, אבער בדרך כלל איז ער מער בעל מספר. לאנגזאמ'ס קונץ איז נישט אזוי ווייט אין 'געגס' ווי אין זיין קאמישער ראלע שפיל. ער איז מער טאלאנטירט ווי יואלי ל. וואס וועפט שוין לאנג מיט זיינע אונגארישע שטיקעס וואס זענען בערך 30 יאר אוט אוו דעיט. ל. קריכט אויך גוט אונטער דער הויט מיט זיינע סקיצן פון אונזערע היינטיגע לעבן וואס מנשה קען אויך כאטש מנשה שפעט מער פון אן עלטערער דור.

מצד אחר, איז לאנגזאם אויך א קורבן פון זיין אויפציען און ווי אסאך חסידישער שטיקעס פארן זיי נישט ווייט און מען קען זיי אין ערגעץ נישט נעמען. דזאוקס וועגן אראפווארפן דער ווייב די שטיגן זענען נישט פאני אויסער אין סקווער און אין ווילי. חוץ מזה, דארף ער וויכטיג א פראדיוסער ווייל אסאך פון זיינע שטיקעס זענען ווי א מקשה לילד, וואס פלאגן זיך ביז מ'שעפט אביסל נחת.

די אמת'ער לצנות איז נאר דער פראפאגאנדא. ווייל ער האט נישט סאשעל מידיע (מן הסתם, ווייל זיינע קינדער דארפן גייען אין חדר און אין שולע) זענען זיינע שפילן גאר 'עבדו את ה' בשמחה'. אויף אזא עבודת השם שטייט 'יושב בשמים ישחק'.

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 20, 2023 6:29 pm

· #519121
לאמיר צענעמען דעם לאנגסאם אויף פרוטות.
איר ווייסט אז אויב איר וועט מאכן די פאקסן וואס ער מאכט, אנע אינטערנעט, וואטסעפפ... וועט איר אויך ווערן די 'טאטע פון בדחנים'?

וויאזוי ווערט מען לאנגסאם?
מ'מאכט א פאני שטימע, און מ'טוט אן קורצע הויזן און א געילע ציצית. די ווערטלעך שרייבט פיני גליק, און די סקריפט מאכט וועלווי פעלדמאן, און פאר טויזענט דאלער און מער, איז ער ''גרייט'' צו זיין שטאטס בדחן... טאקע טאלאנטפול!

יאנקל מילער איז 'אפשר' גוט... וואס?
יאנקל מילער איז א כלי מלא מיט אייגענע און אויך זעלטענע סחורה. [היינט איז ער שוין עלטער, אבער רוב יארן], און האט זיך נישט געבארגט ביי קיינעם, און איז געווען א היבשע חידוש.
אבער! ניין, לאנגסאם איז דער רבי פון די בדחנים. ווייל ער קען מאכן א קול ווי א צעקוועטשטע נשמה. בלי בושה - פון צענדליגע צענערלעך וואס ווייסן נישט בעסערס ווי זיך קיצלען אויף די זעלבע 'פאני' ווערטער.
האסט אזא כאצאצקער און אזא שלמה הדרשן, וואס האבן די 'אייגענע' כח צו אראפלייגן עמיטעשען, פון די פרעזידענט צו סיי וועלכע הייליגע רב, און קיינער האט זיי עס נישט איינגע'חזר'ט, אבער ניין, זיי זענען סכך שניידערס...

מתבודד » מאנטאג מערץ 20, 2023 6:52 pm

· #519122
זאגסט אביסל דברים של טעם ר' ליימדארפער, אבער עפעס באדערט דיר?

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מערץ 20, 2023 7:08 pm

· #519124
מתבודד
זאגסט אביסל דברים של טעם ר' ליימדארפער, אבער עפעס באדערט דיר?
יא, וד"ל. (ודי לגלויים)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 20, 2023 7:42 pm

· #519126
ס'נייעס, כ'האב נישט געוואוסט אז דער לאנגזאם איז אן אפיציעלע בדחן, פון דאס ביסל וואס איך האלט מיט פונדרויסן האב איך אלץ פארשטאנען אז זיין ביזנעס איז מער אין מאכן קארני סקיטס פאר קינדער, א שטייגער ווי זושא שמעלצער בשעתו נאר אביסל מער קארני.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג מערץ 20, 2023 9:20 pm

· #519136
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
ליימדארפער
לאמיר צענעמען דעם לאנגסאם אויף פרוטות.
גארנישט צענימען אויף פרוטות, סתם געשאסן ווערטער אין די וועלט אריין.

ניין דו קענסט נישט וואס לאנגזאם קען, ער איז פון די בעסטע קאמידיענס אדער "די בעסטע" קאמידיען אויפן אידישן שפראך. דער מאכט א ריזן זאַל זיך רייסן פאר געלעכטער איין מאל און נאכאמאל.

@ליימדארפער טראכט פאר דו שרייבסט

דיכטער » מאנטאג מערץ 20, 2023 9:29 pm

· #519146
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
צוזאמגעדרייט
ליימדארפער
לאמיר צענעמען דעם לאנגסאם אויף פרוטות.
גארנישט צענימען אויף פרוטות, סתם געשאסן ווערטער אין די וועלט אריין.

ניין דו קענסט נישט וואס לאנגזאם קען, ער איז פון די בעסטע קאמידיענס אדער "די בעסטע" קאמידיען אויפן אידישן שפראך. דער מאכט א ריזן זאַל זיך רייסן פאר געלעכטער איין מאל און נאכאמאל.

@ליימדארפער טראכט פאר דו שרייבסט
איין מינוט, איין מינוט... ס'דא צוויי סארטן קאמעדיס, אייגענטליך, פיל מער ווי צוויי. מאנכע גלייכן איינער וואס טוט זיך אויס די בושה און טוט זיך אנשטאטס דעם אן האלבע זאקן, געשטרייפט מיט רייסערישע קאלירן און א היטל מיט מאדנע קנייטשן און אזוי לייגט אראפ קאמעדי מיט דער גאנצע גוף און אנדערע גלייכן א צוזאמגענומענע מענטש וואס עפענט דאס מויל און עס פליסט ארויס פערל ווערטער צום לאכן און צו וויינען..
דאס געבט נאכנישט קיין סיבה חושד צו זיין אז איינער טראכט נישט פאר ער רעדט...

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 20, 2023 10:08 pm

· #519154
צוזאמגעדרייט
ליימדארפער
לאמיר צענעמען דעם לאנגסאם אויף פרוטות.
גארנישט צענימען אויף פרוטות, סתם געשאסן ווערטער אין די וועלט אריין.

ניין דו קענסט נישט וואס לאנגזאם קען, ער איז פון די בעסטע קאמידיענס אדער "די בעסטע" קאמידיען אויפן אידישן שפראך. דער מאכט א ריזן זאַל זיך רייסן פאר געלעכטער איין מאל און נאכאמאל.

@ליימדארפער טראכט פאר דו שרייבסט
העי ס'ארבעט נישט אזוי סתם עים אפענטפערן אז ער טראכט נישט איז נישט אינטערסאנט אז דו האסט עפעס עים אפצוענטפערן ענטפער עים, ער האט למעשה א גיטע פאוינט אז ער איז נאר א "עקטאר"

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 21, 2023 12:08 am

· #519175
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
איך ווייס נישט וואס מען טענה'ט זיך דא, למעשה זענען די צוויי שותפים די מלכי הקאמעדיע ביים היימישן ציבור אויפן מאמענט, אזוי ווי יאנקל מילער איז געווען בשעתו, און אזוי ווי יואלי לעבאוויטש איז געווען בשעתו, קען זיין אז עכט קען ער גארנישט און איז נאר פאפולער ווייל אונדז זעמיר טפשים, אבער עס טוישט נישט די פאקט אז ער איז דער פאפולערסטער קאמעדיאנט ביי אונדז.

טמיר » דינסטאג מערץ 21, 2023 1:07 am

· #519178
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
איז ער פאפולאר ביי אדאלטס אדער נאר ביי קינדער און בחורים?
איך קען נישט זעהן וויאזוי עדאלטס קענען זיך זעצען און אויסהערן

צפור בודד » דינסטאג מערץ 21, 2023 4:33 am

· #519182
ער איז פאפולאר ביי מענער-קינדער ווי ביי אונז איז א שיינער חלק עולם. כאטש אונטערצוהאלטן קינדער דארף מען אויך א טאלאנט און ערוואקסענע קענען אויך אמאל מיטלאכן.

ליימדארפער » דינסטאג מערץ 21, 2023 8:07 am

· #519189
איך וואלט געראטן, מ'זאל מאכן א אנקעטע; ווער קען אים פון ווידיאוס און ווער קען אים פערזענליך, ביי א 'סענדער' פארשטעלונג - לייוו - דווקא.

דעמאלטס וועט איר ווארשיינליך קלאר זען די אמת.

[אדער איז נישט קיין ראיה, ווייל יענע ניקים וואס האבן דא פינעף, וועלן אוודאי קלאפן וואס זיי ווילן...]

מרדכי מרדכי » דינסטאג מערץ 21, 2023 8:09 am

· #519191
לאנגזאם איז מסתמא זייער טאלאנטפול אבער דאס מאכט עם נישט פאר דער טאטע פון די בדחנים, א טאטע דארף האבן קינדער.

הרב שיף » דינסטאג מערץ 21, 2023 9:32 am

· #519195
שמעקעדיג
איך האב עס גראדע אדורכגעליינט די חודש, פשוט ווייל דער נאמען לאנגזאם האט מיר געצויגן. במשך די גאנצע ארטיקל איז מיר אויסגעקומען אז עס איז א "מעשה לסתור", דער לאנגזאם הערט נישט אויף צו רעדן ווי געשמאק און נוצליך עס וואלט אים געווען צו האבן וואטסעפפ (מען רעדט נישט פון געהעריגע סאשעל מידיא, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז וואטסעפפ איז נישט ריכטיג סאושעל מידיא), ער איז פארנומען ארויסצוהייבן איינמאל און נאכאמאל אז ער וואלט זיך מחי' געווען דערמיט, נאר משום סיבות שונות - מסתמא זיין חסידות - האלט ער זיך צוריק דערפון.

איך מיין אז יעדער וואס לייענט עס באקומט א מעסעדזש אז וואטסעפפ איז א געוואלדיגע געשמאקע טול (עס איז טאקע) וואס קען יעדן צוניצקומען, און די גאנצע אינטערוויאו ברענגט נאר ארויס ווי די וואס האבן נישט קיין וואטסעפפ טוען פארפאסן א נוצבארע זאך, און ליידער קען מען עס נישט האבן צוליב "אידישקייט" (אדער חסידות).

עס איז געמאכט פורימ'דיג און עס גיט טאקע א "ונהפוך הוא'דיגע" מעסעדזש, איך זעה נישט אז דער גליון זאל ברענגען א התעוררות צו דראפן וואטסעפפ.
די גאצנע מערכה אז סאשעל מידיע העלפט נישט פאר ביזנעס, אדער מען דארף עס נישט, איז א שקר, און א ליצנות אויף די אידן וואס זען אין ריעל לייף דאס פארקערטע.

קומט א איד ארויס זאגען דעם אמת, איך דארף עס, עס העלפט יא!, אעפ"כ וויל איך טוען רצון השם, און איך מיין (לויט מיינע דיינים וואטעווער) אז נישט האבען סאשעל מידיע איז רצון השם האב איך נישט, דאס איז חיזוק פאר אנדערע אידן וואס זייערע דיינים וואטעווער האלטען די זעלבע וועג, זאלן זיך קענען מתגבר זיין.

איך פארשטיי באמת נישט די טענה אז ער וואלט געדארפט זאגען ליגנט כדי צו מחזק זיין אידן צו לעבן אין א שקר.
ן

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 24, 2023 1:41 pm

· #519592
איך האב יעצט געלייענט דעם ארטיקל, און מער ווייניגער איז ער גערעכט מיט איין טייל.
אז ס'איז אים פערזענליך שווער מיט זיין גדר, נישט צו האבן אינטערנעט.
אבער די פאקט, אז ער גייט אן אנדעם, איז נישט קיין נס, און קיין אויפטו, אבער ראוי לשבח.

אבער אנשטאט צו וויינען, אז ס'איז אים שווער, זאל ער עס אננעמען באהבה, אויב ער האלט אז ער טוהט א גוטע זאך.
אויסגעשלאסן אויב ער טוהט עס, צו צייגן פאר די גאס, אז ''ער האט נישט''... דעמאלטס זאל ער טאקע וויינען...

שעפטאל » זונטאג אפריל 30, 2023 8:20 pm

· #523349
ליימדארפער
לאמיר צענעמען דעם לאנגסאם אויף פרוטות.
איר ווייסט אז אויב איר וועט מאכן די פאקסן וואס ער מאכט, אנע אינטערנעט, וואטסעפפ... וועט איר אויך ווערן די 'טאטע פון בדחנים'?

וויאזוי ווערט מען לאנגסאם?
מ'מאכט א פאני שטימע, און מ'טוט אן קורצע הויזן און א געילע ציצית. די ווערטלעך שרייבט פיני גליק, און די סקריפט מאכט וועלווי פעלדמאן, און פאר טויזענט דאלער און מער, איז ער ''גרייט'' צו זיין שטאטס בדחן... טאקע טאלאנטפול!

יאנקל מילער איז 'אפשר' גוט... וואס?
יאנקל מילער איז א כלי מלא מיט אייגענע און אויך זעלטענע סחורה. [היינט איז ער שוין עלטער, אבער רוב יארן], און האט זיך נישט געבארגט ביי קיינעם, און איז געווען א היבשע חידוש.
אבער! ניין, לאנגסאם איז דער רבי פון די בדחנים. ווייל ער קען מאכן א קול ווי א צעקוועטשטע נשמה. בלי בושה - פון צענדליגע צענערלעך וואס ווייסן נישט בעסערס ווי זיך קיצלען אויף די זעלבע 'פאני' ווערטער.
האסט אזא כאצאצקער און אזא שלמה הדרשן, וואס האבן די 'אייגענע' כח צו אראפלייגן עמיטעשען, פון די פרעזידענט צו סיי וועלכע הייליגע רב, און קיינער האט זיי עס נישט איינגע'חזר'ט, אבער ניין, זיי זענען סכך שניידערס...
לאנגזאם פעלדמאן מהלך איז ווי יעדע ווערטל, די סופרייז.
זיי האבן 2 סניפים אין דעם:
1. לאנגזאם שטעלט זיך אהער ווי למעשה קען ער יא, ער איז נישט אזא לא יוצלח. [ער קען דיך אויסרעכנען די 5 פון די קעט פאמיליע אין איין רגע, ער האט געווינען די לאטערי, וכדו'] דערנאך שטעלט זיך ארויס די בראך,
2. די בושות וואס מ'ליידט פאר זיין גוט מיטן נער. לאנגזאם פארשעמט פעלדמאן אומ'כאפענ'דיג [טוהט אהים אויס אויף זיין קול חמירא וואָרצעל, שלעפט איהם אויף א שלעפער טראק, ביים דינר ווייזט ער פעלדמאן סלייד'ס, וכדו']

נ.ב. די האלבע קעקיצען פון לאנגזאם איז נישט א חלק פון די ווערטל, אזוי רעדט ער אלעמאל. (נאר אהן די פאני קול איז עס נישט פאני)

מילך טראק » מאנטאג מערץ 25, 2024 4:50 pm

· #555885
Re:
שמעקעדיג #
האסט געליינט זיין אינטערוויו?

ער שרייבט אז 90% פון די פידבעק איז אויף וואטסעפפ, און פידבעק איז א שטארקע פאקטאר אין געבן דעם שטופ און חיזוק.

אויכעט זאגט ער אז עס זענען דא גרופס פאר זיינע קאלעגעס ליצים ווי מען שמועסט אפ איידיעס און ווען מען זעצט זיך צוזאם ווייסט יעדער אסאך זאכן וואס ער האט נישט קיין מושג דערוועגן.

וואס איז פשט אז די וואטסעפפ מענטשן גיבן מער פידבעק, אזוי ווייט אז פאר יעדע 9 וואטסעפפ איינוואוינער איז דא בלויז 1 טעקסט איינוואוינער וואס גיבט פידבעק?
מאכט וואטסעפפ מענטשן וואויל, אדער וואוילע מענטשן האבן וואטסעפפ?

גארטל » מאנטאג מערץ 25, 2024 5:28 pm

· #555897
Re: Re:
די סאטיסטיק לדעתי הייבט זיך נישט אן. זיי האבן עס געשריבן ווייל פראוו מיך Wראנג.

אבער אין אלגעמיין, מענטשן מיט טעכנאלאגיע זענען צוגעוואוינט צו לאזן ריוויאס, שרייבן און רעיטן.
(אויך ווייל מענטשן מיט וואטצעפפ זיכען מער ליצנות...)

מילך טראק » מאנטאג מערץ 25, 2024 5:49 pm

· #555899
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
איך רעד לשיטתם.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מערץ 25, 2024 6:13 pm

· #555900
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
זייערע קליפס סורקילעיט בעיקר צווישן וואטסאפפ באנוצער, ממילא איז דא מער פידבעק.

קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 25, 2024 8:56 pm

· #555915
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
מילך טראק #
וואס איז פשט אז די וואטסעפפ מענטשן גיבן מער פידבעק, אזוי ווייט אז פאר יעדע 9 וואטסעפפ איינוואוינער איז דא בלויז 1 טעקסט איינוואוינער וואס גיבט פידבעק?
מאכט וואטסעפפ מענטשן וואויל, אדער וואוילע מענטשן האבן וואטסעפפ?

ס'ווייזט אז ניינציג פראצענט כלל ישראל האט וואטסעפפ.

מילך טראק » מאנטאג מערץ 25, 2024 10:56 pm

· #555932
Re: Re:
איך וואלט געזאגט האלב פון די חסידים

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 26, 2024 2:04 am

· #555948
Re:
שמעקעדיג #
האסט געליינט זיין אינטערוויו?

ער שרייבט אז 90% פון די פידבעק איז אויף וואטסעפפ, און פידבעק איז א שטארקע פאקטאר אין געבן דעם שטופ און חיזוק.

אויכעט זאגט ער אז עס זענען דא גרופס פאר זיינע קאלעגעס ליצים ווי מען שמועסט אפ איידיעס און ווען מען זעצט זיך צוזאם ווייסט יעדער אסאך זאכן וואס ער האט נישט קיין מושג דערוועגן.
פינף און ניינציג פערצענט פידבעק וואס זיי באקומען איז פון די געשוואלענע פרייזן וואס זיי בעטן און די איבריגע פינף פערצענט פידבעק באקומען זיי פון וועלווי'ס סאשעל מידיע.

כספי » מאנטאג אפריל 1, 2024 4:08 pm

· #557137
Re:
מרדכי מרדכי #
לאנגזאם איז מסתמא זייער טאלאנטפול אבער דאס מאכט עם נישט פאר דער טאטע פון די בדחנים, א טאטע דארף האבן קינדער.
מ'קען טאקע נישט זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנים', אבער מ'קען זיכער זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנות', גאר אסאך בדחנות'ן די לעצטערע יארן גייען אויף זיין (אדער זייער) שניט, זיי האבן אריינגעברענגט ביים היימישן ציבור די מאדעל
צו איז עס ביי אפיציעלע מעמדים, כ'האב אמאל געזען א ווידיא פון ארי אבאמאוויטש ביי עפעס א רבי'ס טיש פורים (אדער שושן פורים) מאכט נאך די לאנגזאם פעלדמאן סקיט, אזוי אויך האב איך געזען – דאכט זיך – לשדך האט איינער נאכגעמאכט זייער מאדעל סקיט (פארשטייט זיך אז ס'איז געווען קארנ'יער פון קארני...)
אזוי אויך ביי פריוואטע שבע ברכות'ן מאכט זיך נישט איינמאל ווי צוויי שוואגערס אדער צוויי חברים שטעלן זיך אויף און שפילן אפ א לאנגזאם פעלדמאן מאדעל סקיט.
דאס מאכט זיי פאר די טאטעס פון בדחנות

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג אפריל 1, 2024 5:25 pm

· #557151
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
למעשה איז אכשר דרא,
אמאל פלעגן רוב בדחנים זאגן מאחורי דזשאוקס, היינט שוין נישט!
אזוי אויך, רוב אמאליגע דזשאוקס איז געווען קעגן פרויען, קעגן די שוויגער, קעגן פיזישע חסרונות פון מענטשן (שטאמלערס, קראס-אויגן, הערינג-עיד וכו') היינט שוין נישט!

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 7:16 pm

· #557160
Re: אי לאו הני כלים טמאים כמה לאנגזאמ'ס איכא בשוקא?
סוף טוב הכל טוב #
למעשה איז אכשר דרא,
אמאל פלעגן רוב בדחנים זאגן מאחורי דזשאוקס, היינט שוין נישט!
אזוי אויך, רוב אמאליגע דזשאוקס איז געווען קעגן פרויען, קעגן די שוויגער, קעגן פיזישע חסרונות פון מענטשן (שטאמלערס, קראס-אויגן, הערינג-עיד וכו') היינט שוין נישט!
משא״כ לאנגזאם איז אקעגן מענטעלי ריטארדעד מענטשן.

לאכעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:13 pm

· #557209
Re: Re:
כספי #
מ'קען טאקע נישט זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנים', אבער מ'קען זיכער זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנות'.
מיינסט צו זאגן אז פיני גליק וואס ברענגט די ווערטלעך און שרייבט די סקריפט ער איז א טאטע פון בדחנות...

כספי » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:42 pm

· #557216
Re: Re:
לאכעדיג #
כספי #
מ'קען טאקע נישט זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנים', אבער מ'קען זיכער זאגן אז ער איז א טאטע פון 'בדחנות'.
מיינסט צו זאגן אז פיני גליק וואס ברענגט די ווערטלעך און שרייבט די סקריפט ער איז א טאטע פון בדחנות...
ס'נישט קיין חילוק ווער