☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » דערקענט איר דעם שריפט?

דערקענט איר דעם שריפט?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15968

אנאנים » זונטאג מערץ 19, 2023 12:14 am

· #518898
דערקענט איר דעם שריפט?
ניין, קיין גראפאלאגיע. אפשר אביסל פסיכאלאגיע.

היינט, אז פארגרעבטע בעלי בתים, פראסטע בור-זיצער (מיט א לויפענדן שאוער), האבן געלייגט א יד אויפן אנאנים אפציע, איז נישט מער ווי רעכט אז דער עולם זאל זיך צום פראבע שטעלן.

זאל א יעניגער עטליכע שורות אפשרייבן, און די אנדערע פרובירן צוטרעפן וועמענ'ס דאס איז. מסכים?

כ'וואלט זיך געקענט ארויסלאזן אויף א רענט איבער די דרייווער וועלכע צינדען נישט אן קיינע בלינקערס ווען זיי האלטן ביים זיך איינדרייען. ס'איז בידי זיך צו רעגן אויף דרייווערס וועלכע צינדען יא אן בלינקערס ווען זיי פארן ארויס פון א פארקינג-ספאט. אבער כ'וועל מיט אייך ענדערש אן ערב פסח דזשאוק מיטטיילן.

ווייסן דאך אלע דעם ירושלמי, אז ווער עס עסט מצה (אום) ערב פסח, איז גלייך ווי ער איז בועל ארוסתו בבית חמיו.

האט ביאליק ז"ל זיך אויסגעדרוקט: נעה, גלייבט מיר, עס איז ווייט קיין פארגלייך...

און אז מ'רעדט שוין, שוין לאנגע יארן וואס כ'וואונדער זיך אויפן אומענדליכען אידישן צמאון פון מי יתן לי אבר כיונה. די וואס ווייסן, ווייסן אז ס'איז גארנישט אימפרעסיוו. נאטינג טו רייט האום אבאוט.

און אז מ'רעדט שוין #2, מ'האט לעצטענס צוריק געפענט פאר'ן פובליק איינע פון די חשוב'סטע הייזער אין פאמפעי, נאך א צוואנציג יאריגע רעסטאראציע פון אירע אומצאליגע וואנט-מאלערייען.

אויף א פראמינענטן ארט, באלד ביים אריינגאנג, איז דא א הערליכער פרעסקאו ווי דער גאט פון פערטיליטי וועגט זיך די כלי ההשפעה זיינער אויף א וואגשאל, קעגן א זאק מיט געלט.

און אז מ'רעדט שוין #3, כ'האמיך ערשט דערוואוסט פון א ביבליש-ארכעאלאגישער מאגאזין, וועלכער ווערט דעליווערט צו אייך אהיים גענצליך אומזינסט!

עכ"פ צום תכלית, רופט אייך אן ווארעם, ווער קלערט איר האט די דאזיגע ציילן געשריבן?

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 19, 2023 12:23 am

· #518902
געב א מאלטעפעל טשויס

מתבודד » זונטאג מערץ 19, 2023 1:51 am

· #518918
@תוהו ובוהו? אפשר @טאמבל סאס??

@אנאנים, ווען גייסטו אונז אויסזאגן?

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 19, 2023 2:52 am

· #518925
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
איך שמעק @ונבנתה העיר

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אנאנים » זונטאג מערץ 19, 2023 12:51 pm

· #518952
קאצקע ציקער
געב א מאלטעפעל טשויס
@ונבנתה העיר

@תוהו ובוהו

@טאמבל סאס

@מתבודד

@הבל וריק

@אנאנים

@כוכב

@שמעקעדיג

@דער גאלדענער אדלער

@שמן למאור

וואלווי » זונטאג מערץ 19, 2023 1:31 pm

· #518957
שמן למאור

כרם זית » זונטאג מערץ 19, 2023 1:35 pm

· #518958
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
@ונבנתה העיר.

איך האף סאיז נישט 'על תילה' און ער עט זיך באווייזן, בבחינת מ'דארף צוריק אראפברענגן דעם רבי'ן.

טמיר » זונטאג מערץ 19, 2023 1:41 pm

· #518960
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
כ'וואלט נישט געזאגט אז עס האט מיט פסיכולוגיע אסאך איינגעלייגט נאר ענדערש מיט די גרעממער און וואקעביולערי וואס דער שרייבער נוצט. סא מען דארף פשוט האבן אסאך צייט צי שטודירן די אלע שרייבער אבער האבן גאר א שארפע זיכרון

מתבודד » זונטאג מערץ 19, 2023 1:46 pm

· #518961
@ונבנתה גיב איך אויך א שטארקע טשאנס, אבער א גרעסערע טשאנס גיב איך פאר @תוהו ובוהו

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מערץ 19, 2023 1:57 pm

· #518963
נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
ענדערש וואלט איך געזאגט,
1) @הבל וריק
2) @תוהו ובוהו
3) @שמן למאור

אינגערמאנטשיקל » זונטאג מערץ 19, 2023 2:21 pm

· #518964
אנאנים
קאצקע ציקער
געב א מאלטעפעל טשויס
@ונבנתה העיר

@תוהו ובוהו

@טאמבל סאס

@מתבודד

@הבל וריק

@אנאנים

@כוכב

@שמעקעדיג

@דער גאלדענער אדלער

@שמן למאור
דזשאסט פאר די רעקארד, ווען דו טעגסט איינעם אלץ אנאנים באקומט יענער א געהעריגע נאטיפיקאציע מיט דיין ניק.

(אזוי ארבייט עס לפחות אין מאחורי)

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מערץ 19, 2023 2:40 pm

· #518966
אינגערמאנטשיקל
דזשאסט פאר די רעקארד, ווען דו טעגסט איינעם אלץ אנאנים באקומט יענער א געהעריגע נאטיפיקאציע מיט דיין ניק.

(אזוי ארבייט עס לפחות אין מאחורי)
דא קוקט נישט אויס אזוי.

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 19, 2023 2:58 pm

· #518968
[ציטאט אראפגענומען]
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט. כ'בין טאקע מכריז דריי מאל א טאג אז כ'בוק זיך נישט צו הבל וריק, אבער א שטארקע תאוה דערצו האביך. (איינמאל האביך מיר שוין אפי' אויפגעהויבן די בעקיטשע צו קענען שנעלער לויפן.)
טאמבל סאס
איך שמעק @ונבנתה העיר
יאפ יאפ. דאס בין טאקע איך אליין. אני אני הוא, דיברתי ועשיתי.
דער גאלדענער אדלער
נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
דאס איז אלס געווען פאר'ן קריג. דער רשע האט מיר פארדרייט די זמנים.

מתבודד » זונטאג מערץ 19, 2023 3:12 pm

· #518971
נו, יעצט גיימיר איבערלערנען דעם ערשטן תגובה...

שאלתיאל » זונטאג מערץ 19, 2023 3:29 pm

· #518972
.

פאליטיקאנט » זונטאג מערץ 19, 2023 4:34 pm

· #518974
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
איך האלט אז ס'איז ונבנתה!

שמן למאור » זונטאג מערץ 19, 2023 5:58 pm

· #518980
דער גאלדענער אדלער
נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
ענדערש וואלט איך געזאגט,
1) @הבל וריק
2) @תוהו ובוהו
3) @שמן למאור
אנאנים
קאצקע ציקער
געב א מאלטעפעל טשויס
@ונבנתה העיר

@תוהו ובוהו

@טאמבל סאס

@מתבודד

@הבל וריק

@אנאנים

@כוכב

@שמעקעדיג

@דער גאלדענער אדלער

@שמן למאור
איך קאנפעס, איך בין עס נישט.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מערץ 19, 2023 6:52 pm

· #518992
פאליטיקאנט
איך האלט אז ס'איז ונבנתה!
יעצט נאכדעם וואס @ונבנתה האט ארויסגעגעבן דעם סוד קען איך אויך זאגן
[emoji1787]

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 20, 2023 11:17 pm

· #519171
נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?

אנאנים » מאנטאג מערץ 20, 2023 11:50 pm

· #519173
קאצקע ציקער
נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?
איך שטיי דא אונטערן Shower שטרום און א מחשבה'לע לויפט מיר ביי, פארוואס מאכן זיי די היץ/קעלט קאנטראל ליווער, גלייך אינטערן שאווער שפריצער, אמער איך מאך דאך קעלטער די וואסער ווייל ס'צו הייס, דארף איך יעצט כאפן א ברי פונעם אלץ א קנס פארן עים וועלן קאלט מאכן?
וואס איז די נער'ישסטע טעכנעלאגיע וואס מען איז אויפגעקומען און די לעצטע יאר הונדרעט? סי.די.'ס, יא דעם שפיגעלדיגן מצה'לע מיטן נקבה אידערמיט, טעיפ'ס האט זיך טאקע געהאט זיינע פראבלעמען, אבער ווי נישט ווי, מיט א פענסיל און די האנט פון א טויגליכע כיתה ח' יונגל האט מען עס אלעמאל געקענט צוריקשטעלן, זענען געקימען די אודיאופילן און "מחדש" געוועהן סידי'ס שר"י וכיון ש"הקריץ" אינו חוזר ומגיד, איינמאל דער כאפט א קריץ פארלירט ער דאס ווארט און קעקעצט ווי א מרוח אשך געשלאגענע.
ווען די וואלסט געקענט האבן נאך א איבר סיי וועלכע די ווילסט נאר וועלכע וואלסטו גענימען? פליגלעך צו פליען? אדער נאך א האנט צו קענען טוען מער ארבעט אויף אמאל? נאך א מוח צי קענען מולטי-טעסקען? נאך א פיס צו........ עם..... האבן נאך אינגראון-טאו-נעילס? אדער נאך א ראש הגויה גאר........?

ווער האט געשריבען די דאזיגע שורות?

אנאנים » דינסטאג מערץ 21, 2023 12:04 am

· #519174

פארשטייט זיך אז איך האב געשריבען אביסלע אנדערש ווי געווענדליך.... איך וויל בל"נ ארויסלייגן א multiple choice מארגן נאכט.

ביז מארגן כחצות הלילה וועל איך נישט רעספאנדען צו קיין שום guess

אנאנים » דינסטאג מערץ 21, 2023 10:59 am

· #519197
קהל'ס נער

בת קול » דינסטאג מערץ 21, 2023 12:13 pm

· #519199
די ערשטע האב איך אויך געטראכט ונבנתה אדער מי אני.

אנאנים » דינסטאג מערץ 21, 2023 12:46 pm

· #519201
אנאנים
קהל'ס נער
פארוואס שרייבסטו אנאנים? איך בייס נישט ווי מען מאכט א טעות

דערהויבענע איד » דינסטאג מערץ 21, 2023 1:05 pm

· #519203
בערענשטיין!!!!!!

מתבודד » דינסטאג מערץ 21, 2023 2:12 pm

· #519206

צוזאמגעדרייט » דינסטאג מערץ 21, 2023 3:43 pm

· #519216
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
אנאנים
קאצקע ציקער
נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?
איך שטיי דא אונטערן Shower שטרום און א מחשבה'לע לויפט מיר ביי, פארוואס מאכן זיי די היץ/קעלט קאנטראל ליווער, גלייך אינטערן שאווער שפריצער, אמער איך מאך דאך קעלטער די וואסער ווייל ס'צו הייס, דארף איך יעצט כאפן א ברי פונעם אלץ א קנס פארן עים וועלן קאלט מאכן?
וואס איז די נער'ישסטע טעכנעלאגיע וואס מען איז אויפגעקומען און די לעצטע יאר הונדרעט? סי.די.'ס, יא דעם שפיגעלדיגן מצה'לע מיטן נקבה אידערמיט, טעיפ'ס האט זיך טאקע געהאט זיינע פראבלעמען, אבער ווי נישט ווי, מיט א פענסיל און די האנט פון א טויגליכע כיתה ח' יונגל האט מען עס אלעמאל געקענט צוריקשטעלן, זענען געקימען די אודיאופילן און "מחדש" געוועהן סידי'ס שר"י וכיון ש"הקריץ" אינו חוזר ומגיד, איינמאל דער כאפט א קריץ פארלירט ער דאס ווארט און קעקעצט ווי א מרוח אשך געשלאגענע.
ווען די וואלסט געקענט האבן נאך א איבר סיי וועלכע די ווילסט נאר וועלכע וואלסטו גענימען? פליגלעך צו פליען? אדער נאך א האנט צו קענען טוען מער ארבעט אויף אמאל? נאך א מוח צי קענען מולטי-טעסקען? נאך א פיס צו........ עם..... האבן נאך אינגראון-טאו-נעילס? אדער נאך א ראש הגויה גאר........?

ווער האט געשריבען די דאזיגע שורות?
@ליימענדארפער

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 21, 2023 9:46 pm

· #519281

אני אנאנים אחיכם אשר לא היכרתים אותי.

דערהויבענע יוד האלט אז איך בין דעם אומפארגעסליכןן ברוינשטיין ז"ל וואס איז פריצייטיג אוועקגענימען געווארען פון אינז, מתבודד האט געטענה'טאז איך בין דער @צאמגעדרייט וואס קומט אריין גאנץ שארף פון איין זייט און (געמאכטע?) תמימות פון דער צווייטע זייט, אבער @צאמגעדרייט טענה'ט אז איך בין דעם נייעם אבער געשמאקן ליימדארפער, נאר איין אנאנימער (טראולל???) וואס האט געשריבען טראולעריי בשמי האט טאקע פרעדיקטעד אז ס'איז מיך, עניוועי ס'געוועהן אינטערעסאנט צי וויסן צי וועלכע ניקים איך ענדל.

נו, ווער גייט נעקסט?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 21, 2023 10:19 pm

· #519286
קהל'ס נער: איך וועיס נישט (כלשון הרעבע שליט"ע) צו וועלכע ניקים דו ענדלסט. נאר איך וועל (פרובירן) אויס צו משל'ן דיין פיזישע פראפייל. והנה...דו ביסט א דזשינדזשי. (זיי/אונז זענען חכמים). א ביסל א פעשליכער. די לאנגע רעקל זעהט אויס ווי ס'גייט אט אט פלאצן ביי די ברעגעס. דער הויכער הוט (אדער אפשר א פלאטשיג'ס) א ביסל שמאלציג.. פשוט נישט געכאפט. די מנחה מעריב גארטל ליגט אין די לינקע קעשענע. די לינקע ארבל האלב ארויפגעשארט. פון ר"ת. (נישט די גאטשעס. די תפילין.) דו לויפסט שנעל צום ארבעט. באקן/פארקויפן בייגלעך. אדער ביסטו גאר אן אינסטאלאטאר. וואס מ'רופט אין אמעריקע א פלאמבער. אויפשטאפן ביהכ"ס. און פארריכטן שאוערס. (מקלחות).

ווען איך זאל זיין א גוטער ארטיסט וואלט איך אפגעמאלן א בילד פון דיר...!

תרמב » מיטוואך מערץ 22, 2023 9:14 pm

· #519398
berlbalaguleh

יאפ... דאס וועיס איך אז ס'איז א תגובה פון בערל בעל עגלה... קיין שום ספק נישט... מ'קען זיך נישט טועה זיין פאר קיין איין רגע... פון שלאף ארויס דערקען איך עס... איף דארף נישט קוקן אויף די פראופייל...