kikarעפעס א נייע רעקארדינג ווי די משפיע זאגט אז עס א חילול השם פאר רבנים עוסק צו זיין און פדיון שבוים עס איז "פדיון רשעים".. קוקט אויס ווי אנדערע צוגאנג וואס מען ווייסט ביז יעצט.
קען איינער ארויפקומען מיט די רעקארדינג??
איך האב געהערט די ריקארדינג. די נעמסט ארויס צוויי ווערטער און די טוישסט זיינע ווערטער.
זיין עיקר כוונה איז קלאר פון די גאנצע שמועס אז ער זאגט מוסר אויף די פיוטשער אז מען זאל וויסן נישט אריינצופאלן דערין, מען זאל זיך אב אכט געבן צוליב חילול השם. דאס איז די עיקר פוינט וואס ער וויל ארויסברענגען, פארקערט ער זאגט אינמיטן אז ער האט גע'ארבעט איבער עפעס א פרשה פון א דבר חמור, און ער זאגט אליינס אז די עסקנים דארפן טאקע ווייטער ארבעטן אים צו העלפן, נאר ער האט מוסר געזאגט פאר יענע מענטש אז היתכן א איד זאל מאכן אזא חילול השם.
ער רעדט בכלל נישט פון הלכה למעשה אז מען זאל חלילה נישט העלפן איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א פלאנטער, ער רעדט נאר אז מען זאל זיך אפהיטן פון צו מאכן א חילול השם, און מען זאל נישט גנב'נען.