☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15895
בלאט: 1 2

מהיכי תיתי » דינסטאג פעברואר 14, 2023 7:19 pm

· #517021
כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
עס טוט זיך טישן און קלאזעטס אין די דזשורנאליסטישע וועלט אין מדינת ישראל.

די באקאנטער חרד”ל’יסטישע דשורנאליסט פון ערוץ 12, יאיר שרקי איז ארויסגעקומען פון קלאזעט און זיך עפענטליך דערקלערט די דריטער פון רובאשקין’ס טרעידמארק.

שרקי, איז אן אקטיווער דזשורנאליסט פאר ערוץ 12, מקור ראשון און בשבע. פאר ערוץ 12 איז ער די אפיציעלע כתב לענייני דתות און איז באקאנט פאר עטליכע ברעיקינגס אין די חרדי’שע וועלט. די באקאנטע רעקארדינג וואס ער האט פובליצירט פון הג”ר עובדיה יוסף זצ”ל, מייסד תנועת ש”ס קעגן אריה דרעי, די יו”ר פון ש”ס איז פון די מערסט באקאנטע.

וויאזוי אויך קען ער אינסייד אוט די חרד’ישע/חסידי’שע קולטור און ער האט פובליצירט די באקאנטע ברוקלין של קודש וויאזוי אויך חוקי המשחק החרדי.

מיט עטליכע חדשים צוריק, האט ער אראפגענומען זיין אייקאנישע קראזעלדיגע פיאות, א שריט וואס האט עטוואס געהויבן ברעמען.

היינט האט ער אין א פאוסט זיך אפיציעל דערקלערט גע’גימל’ט און פאראורזאכט א רוזן שטורעם.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג פעברואר 14, 2023 7:26 pm

· #517022
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
דאס מיינט א ריכטיגע חסיד...

כרם זית » דינסטאג פעברואר 14, 2023 9:06 pm

· #517027
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
איש וביתו - א מאן וואס איז האמ''י.

באו - איז ארויסגעקומען.

צקון לחש » דינסטאג פעברואר 14, 2023 9:12 pm

· #517028
מהיכי תיתי
היינט האט ער אין א פאוסט זיך אפיציעל דערקלערט גע’גימל’ט און פאראורזאכט א רוזן שטורעם.
ברשותך, מהיכי תיתי.
📎 Fo8z1EEWYAIBXkg.jpg 📎 Fo8z1CQWcAAKBiu.jpg

איך אויך » דינסטאג פעברואר 14, 2023 11:25 pm

· #517031
.

אמת וצדק » מיטוואך פעברואר 15, 2023 7:04 am

· #517041
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
זיין פאטער איז א גרויסער רב, הרב אורי שרקי.

בר גיורא » מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:14 am

· #517043
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
אן אינטרעסאנטע ווידאו פון הרב שרקי
https://youtu.be/JpARW2gZ7hg

Sent from my Pixel using Tapatalk

שאלתיאל » מיטוואך פעברואר 15, 2023 2:39 pm

· #517056
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.

חנן בן ארי שרייבט
📎 330209635_706575431251575_3082382621159649607_n.jpg

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 15, 2023 3:16 pm

· #517057
שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.

חנן בן ארי שרייבט
איך מיין אז ס'איז טאקע די אנהויב פון א נייע עפאכע. קודם הייבט זיך עס אן ביי די דתי לייט, און עווענטועל וועט זיך עס אריבערכאפן צו אונז חרדים. עס וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי חסידישע סעלעבריטיס וועלן ארויסקומען פונעם קלאזעט...

מהיכי תיתי » מיטוואך פעברואר 15, 2023 5:39 pm

· #517060
שמן למאור
איך מיין אז ס'איז טאקע די אנהויב פון א נייע עפאכע. קודם הייבט זיך עס אן ביי די דתי לייט, און עווענטועל וועט זיך עס אריבערכאפן צו אונז חרדים. עס וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי חסידישע סעלעבריטיס וועלן ארויסקומען פונעם קלאזעט...
אין די חרדי'שע וועלט, בפרט אין די ליטווישע עולם הישיבות, איז שרקי א גרויסע סעלעבריטי.

מר. קלונימוס » מיטוואך פעברואר 15, 2023 6:33 pm

· #517064
ווען איז די חתונה

הקטן » מיטוואך פעברואר 15, 2023 7:24 pm

· #517066
שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דא די סתירה?
אוהב לדבר לשה"ר ואוהב את הקב"ה!!

מיט וואס איז דאס אנדערש ווען איינער איז געבוירן מיט א מחלה אדער ווערט קראנק און ער איז דאך מצדיק את הדין?
לך ואמור לאומן שעשאני "כמה מכוער כלי זה שעשית"

אדער אן אלטע בחור וואס האט א שטארקע תאות נשים
וואו איז די "סתירה"???

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:23 pm

· #517073
מיט בערך אכט יאר צוריק איז דער זשורנאליסט יאיר שרקי, זון פון הרב שרקי, ארומגעפארן אין א סאך חרד'ישע שטעט איבער די וועלט ווי לאנדאן, וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל אלס פרילענס'ער. ער האט געארבעט אויף א טעאריע אויפצווייזן אז כאטש די חרדים אין ארץ ישראל ארבעטן נישט ביי קיין דזשאבס, ארבעטן די חרדי'שע באפעלקערונג יא ביי פארשידענע ארבעט און ביזנעס אין אלע לענדער פון די וועלט.

מ'האט איהם זייער שיין אויפגענומען, אפילו אין מאנרא און וויליאמסבורג. מענטשן האבן גערעדט צו אים און איהם געגעבן אינטערוויוס. ווי ס'זעהט אויס האבן זיי געהאט רעספעקט פאר זיינע געקרייזלטע פיאות.

בכל אופן, ס'איז א גרויסער שאק פאר א יעדן אין די חרד'ישע וועלט אז ער (יאיר) איז יעצט ארויסגעקומען פון קלאזעט, אזוי צו זאגן...!

איך מעג דא צולייגן א נופך משלי: די זאגערס וועלן שוין זאגן (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען) אז דאס איז אלעס פון די סטרא אחרא, און אזא פנים האבן די ציונים מיט זייערע דתים לאומיים...! ווי גלייך די זעלבע קען (ח"ו) נישט פאסירן ביים היימישן עולם...!.

מהיכי תיתי » מיטוואך פעברואר 15, 2023 11:30 pm

· #517082
הקטן
שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דא די סתירה?
אוהב לדבר לשה"ר ואוהב את הקב"ה!!

מיט וואס איז דאס אנדערש ווען איינער איז געבוירן מיט א מחלה אדער ווערט קראנק און ער איז דאך מצדיק את הדין?
לך ואמור לאומן שעשאני "כמה מכוער כלי זה שעשית"

אדער אן אלטע בחור וואס האט א שטארקע תאות נשים
וואו איז די "סתירה"???
הקטן, איר זענט הייליג גערעכט און וואויל איז פאר איינער וועלכע איז געבוירן געווארן מיט די סארט נייגונגען און איז גרייט צו לעבן זיין גאנצע לעבן בצער, נישט האבן קיין פאמיליע אדער לעבנס באגלייטער.

ביני ובינך, בין איך נישט זיכער צו איך אדער דו וואלטן געצויגען צופיל יאר אין אזא מצב.

די אנדערע אפציע וואס אזעלכע אידן האבן איז: זיך דערקלערן אויס איד.

ליימדארפער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:50 am

· #517097
איך פרעג פארקערט.
אויב איך זאג הויעך אז איך האב ליב פרויען, קוקט מען מיר אויך אן מאדנע 'ביי חרדים'. פארוואס? ווייל כ'זאג עס הויעך...

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 10:46 am

· #517103
זיין טאטע הרב אורי שרקי וואס איז אקטיוו אז גוים זאלן היטן די שבע מצוות בני נח, האט א פאדקעסט מיטן נאמען "כאן ועכשיו" ווי ער ווערט געפרעגט שאלות אויף פארשידענע נושאים, האב איך געהערט 1 עפיזאוד ווי ער רעדט וועגן די להט'ב נושא.

https://on.soundcloud.com/Ti9Zd

נחום הסופר » פרייטאג פעברואר 17, 2023 7:02 am

· #517166

ליימדארפער » פרייטאג פעברואר 17, 2023 4:44 pm

· #517192
נחום הסופר
געוואלדיג!
מיט אנדערע ווערטער, ער קען נישט זאגן אז ער איז א פרומער און ער איז נישט קעגן די תורה, ווייל דאס אויספויקען ברבים, איז שוין א סימבאל פון פריקת עול מלכות שמים ר''ל.

און אויך שאולזון האט צו זינגען דערויף לויט זיין דעת תורא

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 8:11 pm

· #517199
שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.

חנן בן ארי שרייבט
חנן בן ארי פארגעסט אבער אז פון אט די סארט אהבה קענמען נישט זיין קיין אבא מהמם. די זאכן ארבעטן נישט אזוי...!

הקטן » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 9:56 pm

· #517205
berlbalaguleh

די טעות האט שוין שרקי אליין געמאכט זעה וואו ער שרייבט
ועבור בני שטרם בא לעולם 🙄 🙄 ❓

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:27 pm

· #517209

ס'איז דא מהלכים...

הקטן » זונטאג פעברואר 19, 2023 8:19 am

· #517227

יאפ! דאס האט ער מן הסתם געמיינט...

yesiknow » זונטאג פעברואר 19, 2023 10:48 am

· #517242
[ציטאט אראפגענומען]
פרעגסט דאך זייער גיט טייערע עמינדב, די תירוץ לעניות דעתי איז א גרויס חלק פון טוישען זשענאדרס אדער ווערען נאנ בונערי פלואיד וכדומה קומט אין א סאך מאל ווייל מען זיכט אנערקענונג זיי לעקען צופרידענקייט בטבע אדער בירושה אין דאס באקומען זיי בשפע נאך אזא מודעה.

פארוואס האט ער געמוזט אראפברענגען זיין זיסע פיאות צו זיין א אוהב ואהוב ונחמד צו בנים איז די האראלעך זייער גיט ודוק

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 19, 2023 11:18 am

· #517245
איך האלט אז ער האט זיך נאר געלאזט וואקסן לאנגע פיאות ווייל ער האט זיך געגרייט ארומצופארן איבער די וועלט באזוכן חרד'ישע/חסיד'ישע קאמיוניטיס איבער זיין ארטיקל וואס ער האט געשריבן פאר'ן ידיעות אחרונות.

אין פאקט מ'האט איהם זייער שיין אויפגענימען אין אלע חרדי'שע/חסיד'ישע צענטערס. אפילו אזעלכע פלעצער ווי וויליאמסבורג און קר"י. מ'האט איהם אריינגענימען אין זייערע הייזער און געגעבן ברייטע, און אפענע אינטערוויוס, שלא כדרכם.

דער חינוך וואס ער האט באקומען ביי זיין טאטן און די מזרחי ישיבות איז גאר ווייט פון לאנגע, געקרייזלטע פיאות.

yesiknow » זונטאג פעברואר 19, 2023 11:36 am

· #517247

This is just proving my point it's all about attention which they are lacking.

That is why it's so important to give so much love for our children build up their confidence tell them how much you love them hug them kiss them all the time

דערהויבענע איד » זונטאג פעברואר 19, 2023 3:57 pm

· #517274
berlbalaguleh
איך האלט אז ער האט זיך נאר געלאזט וואקסן לאנגע פיאות ווייל ער האט זיך געגרייט ארומצופארן איבער די וועלט באזוכן חרד'ישע/חסיד'ישע קאמיוניטיס איבער זיין ארטיקל וואס ער האט געשריבן פאר'ן ידיעות אחרונות.

אין פאקט מ'האט איהם זייער שיין אויפגענימען אין אלע חרדי'שע/חסיד'ישע צענטערס. אפילו אזעלכע פלעצער ווי וויליאמסבורג און קר"י. מ'האט איהם אריינגענימען אין זייערע הייזער און געגעבן ברייטע, און אפענע אינטערוויוס, שלא כדרכם.

דער חינוך וואס ער האט באקומען ביי זיין טאטן און די מזרחי ישיבות איז גאר ווייט פון לאנגע, געקרייזלטע פיאות.
נארישקייטן. ער גייט פאות פון די דריי יאר, קענסט עס זעהן אויף זיין פאויסט. זיין טאטע האט א לאנגער צופלאטשקעטע בארד, אויב עפעס איז ער געגאנגען לינקס פאר'ן נעמען א זשארנעליסט זשאב ביי א לינקע אויטלעט.

אלע זיינע פלעצער ווי ער איז געווען דא ביים פילמען ''ברוקלין של קודש'' איז געווען אפגעשמוסטע עפפוינטמענטס וואס א אינסיידער - מ'שומעויסט אז ס'איז א מאנרא אינגערמאן - האט צאמגעשטעלט. און קענסט זיין זיכער אז ער האט געכאפט אפאר שטויסעס אויך. למשל ביי הערשל פרידמאן האט ער ארויסגענומען שטיקלעך, אויף אייוועלט האט מען גערעדט אז ער האט אים געוויזן א ויאול משה און זיך געטענ'ט מיט אים.

מרדכי מרדכי » זונטאג פעברואר 19, 2023 7:24 pm

· #517291
berlbalaguleh
איך האלט אז ער האט זיך נאר געלאזט וואקסן לאנגע פיאות ווייל ער האט זיך געגרייט ארומצופארן איבער די וועלט באזוכן חרד'ישע/חסיד'ישע קאמיוניטיס איבער זיין ארטיקל וואס ער האט געשריבן פאר'ן ידיעות אחרונות.

אין פאקט מ'האט איהם זייער שיין אויפגענימען אין אלע חרדי'שע/חסיד'ישע צענטערס. אפילו אזעלכע פלעצער ווי וויליאמסבורג און קר"י. מ'האט איהם אריינגענימען אין זייערע הייזער און געגעבן ברייטע, און אפענע אינטערוויוס, שלא כדרכם.

דער חינוך וואס ער האט באקומען ביי זיין טאטן און די מזרחי ישיבות איז גאר ווייט פון לאנגע, געקרייזלטע פיאות.
אין די ישיבה ווי ער האט געלערנט האט מען ענקוראזשט צו גיין מיט פאות

הקטן » זונטאג פעברואר 19, 2023 8:24 pm

· #517297
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט

yesiknow » זונטאג פעברואר 19, 2023 8:58 pm

· #517306
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
אדער אפשר איז ער טאקע א אוהב בנים מי יודע

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 19, 2023 9:19 pm

· #517308
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
אין עברית מדוברת (גאסן שפראך בלע"ז), איז מקובל צו זאגן בנים פאר זכרים און בנות פאר נקיבות כידוע ליודעי חן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:26 pm

· #517361
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
הקטן: אויף (געשליפענעם) עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) שרייבט מען "בנים" פאר "זכרים". פאר נקבות שרייבט מען"בנות". פארגעס נישט ער איז נישט קיין "היימישער".

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:29 pm

· #517362
ברוך שכיוונתי: נאכדעם וואס איך האב אוועקגעשיקט מיין תגובה האביך באמערקט אז מיין ידיד נפשי קהל'ס נער שליט"א האט געשריבן די זעלבע זאך. שני צדיקים כיוונו לדבר אחד...!

yesiknow » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:42 pm

· #517367
berlbalaguleh
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
הקטן: אויף (געשליפענעם) עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) שרייבט מען "בנים" פאר "זכרים". פאר נקבות שרייבט מען"בנות". פארגעס נישט ער איז נישט קיין "היימישער".
ווען איינער האט ליב קינדער וויאזוי זאגען עס די ( געשליפענע) ציונים ימח שמם?

אפשר טראכטען זיי עס נאר ווער ווייסט 😃

מתבודד » דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:38 am

· #517379
אוהב ילדים?

סיסטעם » דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:52 am

· #517387
עס איז זייער אנגענומען די אויסדריק ביי ג' ארויס פון קלאזעט
קען איינער ביטע מסביר זיין די שייכת

הקטן » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:07 am

· #517388
מתבודד
אוהב ילדים?
non binary?

yesiknow » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:40 am

· #517392
הקטן
מתבודד
אוהב ילדים?
non binary?
דאס מיינט ער האט ליב אלעס כל מה שחי ונושם, כך נראה לי

yesiknow » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:53 am

· #517393
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
לדעתי דארף מען אהים אוסשליסען פון אלע מקוואות אין לאנד 😃

ליימדארפער » דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:49 pm

· #517404
נחום הסופר
איך האלט אינאיין איבערטראכטן ווי גוט ער ברענגט עס ארויס.
מיט אנדערע ווערטער קען מען פארשטיין אפאר נקודות.
און איינס פון דעם איז; אז אויב למשל האב ליב פרויען, וועל איך עס דען אויספויקען? אויב יא, צייגט עס אז איך בין א קל, און כ'שעם זיך נישט אז איך קען נישט גובר זיין מיין מחשבות דערפון, אויף א זאך וואס מ'דארף רעדן בצניעות.
יעצט אז איינער האט ליב זכרים, און פויקט עס אויס, איז אין בעסטען פאל - קראנק [כ'וויל נישט זאגן ער איז להכעיס, נאר לאמיר עס לאזן ביי קראנק]

yesiknow » דינסטאג פעברואר 21, 2023 6:55 pm

· #517415
ליימדארפער
נחום הסופר
איך האלט אינאיין איבערטראכטן ווי גוט ער ברענגט עס ארויס.
מיט אנדערע ווערטער קען מען פארשטיין אפאר נקודות.
און איינס פון דעם איז; אז אויב למשל האב ליב פרויען, וועל איך עס דען אויספויקען? אויב יא, צייגט עס אז איך בין א קל, און כ'שעם זיך נישט אז איך קען נישט גובר זיין מיין מחשבות דערפון, אויף א זאך וואס מ'דארף רעדן בצניעות.
יעצט אז איינער האט ליב זכרים, און פויקט עס אויס, איז אין בעסטען פאל - קראנק [כ'וויל נישט זאגן ער איז להכעיס, נאר לאמיר עס לאזן ביי קראנק]
מען ווערט א קל אויב מען האט ליב פרויען?

הקטן » דינסטאג פעברואר 21, 2023 6:55 pm

· #517416
ליימדארפער
יעצט אז איינער האט ליב זכרים, און פויקט עס אויס, איז אין בעסטען פאל - קראנק [כ'וויל נישט זאגן ער איז להכעיס, נאר לאמיר עס לאזן ביי קראנק]
אויס פויקן מיז נישט זיין קראנק - איך קען זען מערערע נארמאלע סיבות, גערעכט צו נישט גערעכט, פארוואס איינער זאל דאס טון.

זיין ג' (אויב ס'איז דא אזאנס) דאס איז קראנק ונגד נארמאלע טבע!
פינקט וואו איינער ווערט ח"ו געבוירן אדער באקימט אן אנדערע פעלער

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 21, 2023 7:09 pm

· #517417
yesiknow
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
לדעתי דארף מען אהים אוסשליסען פון אלע מקוואות אין לאנד 😃
האב נישט קיין מורא. ער גייט נישט אין מקווה. נאך דאס פעהלט אונז אויס. ס'געניג געווען איינער...!

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 21, 2023 7:27 pm

· #517418
yesiknow
berlbalaguleh
הקטן
איך מיין אז מען שרייבט אוהב גברים נישט אוהב בנים
אפשר האט דאס א שייכת מיט דעם "מיום עומדי על דעתי" וואס ער שרייבט
הקטן: אויף (געשליפענעם) עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) שרייבט מען "בנים" פאר "זכרים". פאר נקבות שרייבט מען"בנות". פארגעס נישט ער איז נישט קיין "היימישער".
ווען איינער האט ליב קינדער וויאזוי זאגען עס די ( געשליפענע) ציונים ימח שמם?

אפשר טראכטען זיי עס נאר ווער ווייסט 😃
פדופיל...כמו באנגלית...pedophile...!

אלע צוזאמען » מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:01 am

· #517453
yesiknow
ליימדארפער
נחום הסופר
איך האלט אינאיין איבערטראכטן ווי גוט ער ברענגט עס ארויס.
מיט אנדערע ווערטער קען מען פארשטיין אפאר נקודות.
און איינס פון דעם איז; אז אויב למשל האב ליב פרויען, וועל איך עס דען אויספויקען? אויב יא, צייגט עס אז איך בין א קל, און כ'שעם זיך נישט אז איך קען נישט גובר זיין מיין מחשבות דערפון, אויף א זאך וואס מ'דארף רעדן בצניעות.
יעצט אז איינער האט ליב זכרים, און פויקט עס אויס, איז אין בעסטען פאל - קראנק [כ'וויל נישט זאגן ער איז להכעיס, נאר לאמיר עס לאזן ביי קראנק]
מען ווערט א קל אויב מען האט ליב פרויען?
@ליימדארפער האט דאס נישט געמיינט, אויספויקן דאס ווייזט אויף קלות.

מרדכי מרדכי » מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:23 am

· #517454
הקטן
מתבודד
אוהב ילדים?
non binary?
יש ילדים ויש ילדות

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 9:57 pm

· #517562
מרדכי מרדכי
הקטן
מתבודד
אוהב ילדים?
non binary?
יש ילדים ויש ילדות
אוי לו למי שבניו נקבות והמבין יבין

נעקסט לעוועל » זונטאג פעברואר 26, 2023 1:49 pm

· #517628
כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי.

אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.

אלוקים בתגובה ליאיר שרקי:
״זה מחמיא מאוד, אבל אני סטרייט…״

נחום הסופר » מיטוואך מערץ 1, 2023 9:58 pm

· #517795
/
📎 9988.jpg

צקון לחש » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:39 pm

· #517802
נחום הסופר
/
כל הכבוד, עס זענען ליידער דא ביי אונז צענדליגע טויזנטע אזעלכע אין די קלאזעט...

yesiknow » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 12:31 am

· #517805
צקון לחש
נחום הסופר
/
כל הכבוד, עס זענען ליידער דא ביי אונז צענדליגע טויזנטע אזעלכע אין די קלאזעט...
יעדע געזונטע יומען ביאינג איז אזוי, איך מיין נישט ליב האבען די אייבישטער, איך מיין די ערשטע חלק.. אזוי האט אינז גאט באשאפען, גיי זא זיי מסביר.
בלאט: 1 2