☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » לקיים בנו חכמי ישראל

לקיים בנו חכמי ישראל

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15865

דאס איז נישט מיך » זונטאג יאנואר 22, 2023 7:55 pm

· #516067
לקיים בנו חכמי ישראל
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

איך אויך » מאנטאג יאנואר 23, 2023 7:24 pm

· #516129
דאן פארוואס ביסטו נישט מכבד זיין בקשה?

איך אויך » מאנטאג יאנואר 23, 2023 7:24 pm

· #516130
.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 23, 2023 10:56 pm

· #516144
איך אויך
דאן פארוואס ביסטו נישט מכבד זיין בקשה?
ער רעדט נישט, ער שרייבט 😎

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 8:52 pm

· #522002
ביי שחרית

נאך אשרי ובא לציון זאגט מען קדיש שלם... ווייל דער גאנצער עולם זענען נאך דא.

נאך קוה, אין כאלוקינו זאגט מען קדיש דרבנן... ווייל נאר די רבנים זענען געבליבן.

נאך עלינו זאגט מען קדיש יתום... ווייל נאר די יתומים זענען געבליבען

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 8:55 pm

· #522004
זיצט זיך א רב און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.

פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן פאר דיין דרשה?

זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער אליין זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.

פרעגט איהן זיין זוהן, אויב אזוי פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען

yn.NY » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 8:59 pm

· #522005
פאלאצ'ינטא
ביי שחרית

נאך אשרי ובא לציון זאגט מען קדיש שלם... ווייל דער גאנצער עולם זענען נאך דא.

נאך קוה, אין כאלוקינו זאגט מען קדיש דרבנן... ווייל נאר די רבנים זענען געבליבן.

נאך עלינו זאגט מען קדיש יתום... ווייל נאר די יתומים זענען געבליבען
פאלאצ'ינטא
זיצט זיך א רב און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.

פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן פאר דיין דרשה?

זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער אליין זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.

פרעגט איהן זיין זוהן, אויב אזוי פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען

😂 😂 😂

אבער ווי קומט עס אריין אין די אשכול דא ❓

פאלאצ'ינטא » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 7:42 am

· #540225
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
דאס איז נישט מיך #
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
ער זאהל טאקע האבען א רפואה. אבער מען טאר נישט מתפלל פאר א חולה און זאגען זיןן נאמען מיט טיטלען... (הר הצ' הג וכו) מען מעג נאר זאגען די נאמען. אפי ר' טאר מען נישט זאגען

קליינע צדיק » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 11:09 am

· #540243
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
ס'דא פלעצער כגון סקווירא (איך מיין אין בעלזא אויך אבער בין נישט זיכער) ווי ווען מען האט געדארפט הענגן אזא מודעה האט מען בכלל נישט געשריבן די נאמען אפי' מיט טיטלען

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2023 7:41 pm

· #540288
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אבער מ'מעג יא זאגן זיין (משפחה) נאמען און אנדערע טיטלען כדי מ'זאל וויסן פאר וועמען מתפלל צו זיין. נאר דער נאמען פאר תפילה זאל זיין אן קיין שום טיטלען און תוארים של כבוד.

זאל ער (דער קאסוב'ער רבי) האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:49 pm

· #565258
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:50 pm

· #565260
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:50 pm

· #565261
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:51 pm

· #565262
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:51 pm

· #565263
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:52 pm

· #565264
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

אבימלך » מאנטאג יוני 17, 2024 11:52 pm

· #565265
Re: לקיים בנו חכמי ישראל

צקון לחש » דינסטאג יוני 18, 2024 12:18 am

· #565269
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אינטערסאנטע איידיע וויאזוי צוצוגרייטן דעם עולם פון פאראויס צום שלעכטע בשורה (איך רעד באופן כללי)

אחידוש » דינסטאג יוני 18, 2024 1:08 am

· #565277
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
קליינע צדיק #
ס'דא פלעצער כגון סקווירא (איך מיין אין בעלזא אויך אבער בין נישט זיכער) ווי ווען מען האט געדארפט הענגן אזא מודעה האט מען בכלל נישט געשריבן די נאמען אפי' מיט טיטלען
וען די סקעווערער רבי האט געהאט א אפערעשי"ן אפאר יאר צוריק איז געשטאנען נא להתפלל עבור מרן רבינו שליט"א אן קיין נאמען

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2024 1:24 am

· #565288
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אחידוש #
קליינע צדיק #
ס'דא פלעצער כגון סקווירא (איך מיין אין בעלזא אויך אבער בין נישט זיכער) ווי ווען מען האט געדארפט הענגן אזא מודעה האט מען בכלל נישט געשריבן די נאמען אפי' מיט טיטלען
וען די סקעווערער רבי האט געהאט א אפערעשי"ן אפאר יאר צוריק איז געשטאנען נא להתפלל עבור מרן רבינו שליט"א אן קיין נאמען
פון סקווער איז נישט קיין ראיה. דארט איז דאך דא איין גאט און איין רבי. און דאס איז דער זעלבער מענטש.

איין גאט ביניך נישט זיכער נאר איין רבי יא.

כספי » דינסטאג יוני 18, 2024 2:12 am

· #565294
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אחידוש #
קליינע צדיק #
ס'דא פלעצער כגון סקווירא (איך מיין אין בעלזא אויך אבער בין נישט זיכער) ווי ווען מען האט געדארפט הענגן אזא מודעה האט מען בכלל נישט געשריבן די נאמען אפי' מיט טיטלען
וען די סקעווערער רבי האט געהאט א אפערעשי"ן אפאר יאר צוריק איז געשטאנען נא להתפלל עבור מרן רבינו שליט"א אן קיין נאמען
איך געדענק זיי האבן געזאגט אז מ'זאל דאווענען פאר 'שמו בן טראני'... 😂 😂

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2024 2:16 am

· #565296
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
נו, מ'טאר דאך נישט ארויסזאגן דעם (אפ)-גאט'ס נאמען.

אבימלך » דינסטאג יוני 18, 2024 12:38 pm

· #565347
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
ביי סקווירא איז געשטאנען, כ''ק מרן אד''ש בן טראני

לעפטאפ » דינסטאג יוני 18, 2024 5:25 pm

· #565423
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
דאס איז נישט מיך #
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
נאך א שווערע נאכט וואס איז אריבער אין די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, ווען דער רבי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערע געזונט צושטאנד, איז דער רבי יעצט נאכמיטאג ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין בארא פארק.

דער רבי שליט"א וועלכער איז ערנסט אפגעשוואכט צוליב א רייע אינפעקציעס און פארשידענע קאמפליקאציעס, וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים אונטער באהאנדלונגען פון א געטרייע שטאב דאקטוירים, און כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען ווייטער און מתפלל זיין לרפואת כ"ק מרן הרה"צ רבי שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה.

היינט נאכט אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפלה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים, וואו דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות. מארגן מיטוואך וועט פארקומען א גרויסע עצרת תפלה והתעוררות אין שטאט מאנסי אין די זאל פון בנות ישראל וויזניץ אויף מעיפל עוועניו, וואו הגה"צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות, און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וועט פארזאגן פרקי תהלים.

אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן פונעם רבינ'ס שטוב, אז מיטן אויבערשטנס הילף האפט מען צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים און תושבי העיר אריינצוקומען צום רבי'ן אויף קבלת קהל, ווי פארשטענדליך אויף א באגרעניצע פארנעם, א שטייגער ווי בעלי שמחות בעת חדוותא, אין צוזאמענהאנג מיט די מקורבים ביים רבינ'ס שטוב.

JDN

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2024 5:43 pm

· #565430
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אבימלך #
ביי סקווירא איז געשטאנען, כ''ק מרן אד''ש בן טראני
ס'וואלט געדארפט שטיין..בן אם המלכות הרבנית הצדיקת ב"ק זצוקללה"ה...!

מענדל » דינסטאג יוני 18, 2024 7:37 pm

· #565451
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
ווען סקווירא רבי האט גהאט זיין אפען הארץ אפרצעיע האט מען געשמיסט אז פאר גרוס געלט קען מען אריין לייגן א קוויטעל

חמול על מעשיך » דינסטאג יוני 18, 2024 7:57 pm

· #565455
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
לעפטאפ #
דאס איז נישט מיך #
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
נאך א שווערע נאכט וואס איז אריבער אין די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, ווען דער רבי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערע געזונט צושטאנד, איז דער רבי יעצט נאכמיטאג ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין בארא פארק.

דער רבי שליט"א וועלכער איז ערנסט אפגעשוואכט צוליב א רייע אינפעקציעס און פארשידענע קאמפליקאציעס, וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים אונטער באהאנדלונגען פון א געטרייע שטאב דאקטוירים, און כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען ווייטער און מתפלל זיין לרפואת כ"ק מרן הרה"צ רבי שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה.

היינט נאכט אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפלה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים, וואו דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות. מארגן מיטוואך וועט פארקומען א גרויסע עצרת תפלה והתעוררות אין שטאט מאנסי אין די זאל פון בנות ישראל וויזניץ אויף מעיפל עוועניו, וואו הגה"צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות, און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וועט פארזאגן פרקי תהלים.

אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן פונעם רבינ'ס שטוב, אז מיטן אויבערשטנס הילף האפט מען צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים און תושבי העיר אריינצוקומען צום רבי'ן אויף קבלת קהל, ווי פארשטענדליך אויף א באגרעניצע פארנעם, א שטייגער ווי בעלי שמחות בעת חדוותא, אין צוזאמענהאנג מיט די מקורבים ביים רבינ'ס שטוב.

JDN
סתם געהאקט אין קאפ נישט קיין שום באפרייט פון שפטאל, ליידער האט ער שוין נישט וואס צו זוכן אין שפיטאל...

אחידוש » דינסטאג יוני 18, 2024 8:04 pm

· #565459
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
מענדל #
ווען סקווירא רבי האט גהאט זיין אפען הארץ אפרצעיע האט מען געשמיסט אז פאר גרוס געלט קען מען אריין לייגן א קוויטעל
😃

עמרם » דינסטאג יוני 18, 2024 8:22 pm

· #565462
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
חמול על מעשיך #

סתם געהאקט אין קאפ נישט קיין שום באפרייט פון שפטאל, ליידער האט ער שוין נישט וואס צו זוכן אין שפיטאל...
וואס הייסט ?

אמאהלגעקעננט » דינסטאג יוני 18, 2024 9:15 pm

· #565480
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
חמול על מעשיך #
סתם געהאקט אין קאפ נישט קיין שום באפרייט פון שפטאל, ליידער האט ער שוין נישט וואס צו זוכן אין שפיטאל...

השי"ר!

והשב ישראל לנויהם » מיטוואך יוני 19, 2024 3:28 am

· #565513
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
לעפטאפ #
אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן פונעם רבינ'ס שטוב, אז מיטן אויבערשטנס הילף האפט מען צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים און תושבי העיר אריינצוקומען צום רבי'ן אויף קבלת קהל, ווי פארשטענדליך אויף א באגרעניצע פארנעם, א שטייגער ווי בעלי שמחות בעת חדוותא, אין צוזאמענהאנג מיט די מקורבים ביים רבינ'ס שטוב.

JDN

די לעצטע פאר שורות דערשרעקן מיר זייער שטארק..
דהיינו אז עס איז שוין נישט דא וואס צו טוהן און מ'געט כלומפערשט א צייט זיך צו קומען געזעגענען ה’’י
טייטש איך עס אויס ריכטיג אדער קוק איך עס סתם אן מיט א פעסעמיסטשע קוק?

חמול על מעשיך » מיטוואך יוני 19, 2024 9:17 am

· #565535
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
האסט ס”ה איבער געזאגט מיינע ווערטער מיט מער פרטים

ארגענטינע » מיטוואך יוני 19, 2024 10:44 am

· #565549
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
ק/פ פון וואס עס פארט ארום

איך האב איבערגעשמועסט די נושא און די צעמישעניש מיט איינע פון די קינדער פון רבי'ן, ער האט מיר געגעבן רשות דאס איבערצוגעבן – כאטש די משפחה וואלט זייער נישט געוואלט אז זאכן זאלן גיין פאבליק, אבער צויליב אלע שמועות וואס דרייען זיך ארום געט ער ארויס די פרטים.

רבינו שליט"א ליידט יעצט פון עטליכע זאכן, דאס הייסט דריי אינפעקציעס בנוסף צו א זעלטענע שוואכקייט וואס די גאנצע גוף איז שרעקליך אפגעשוואכט צוליב נישט קענען שלאפן און עסן געהעריג.

רבינו שליט"א איז ב"ה געהעריג ביי זיך און קאנפארירט מיט ארומיגע אויף א נארמאלע שטייגער – כאטש היפש אפגעשוואכט.

די מצב איז ב"ה נישט "קריטיש", אבער יא זייער ערענסט.דאס הייסט אז מ'זעט ב"ה א קלארע מהלך בדרך הטבע ארויס פון דעם פלאנטער נאר דער אייבערשטער ווארט אויף נאך תפילות ישראל אז די השתדלות זאלן העלפן.

אלע סענזאציאס און דראמא שטאמען פון האטליינס וואס זוכן דראמא, און לייגן צו אייגענע השערות געבויט אויף געוויסע אמת'ע זאכן.

מ'האט נישט איבערגעבויט קיין שום שפיטאל צימער פאר רבינו שליט"א – ס'איז א נייע ספרים שטוב וואס מ'נוצט יעצט פאר א שלאף צימער.

מ'האט געברענגט א שפיטאל בעט און נאך איין מאשין צו קענען נעמען די ווייטאלס, און דאס אלעס – נישט קיין סאפיסטאקירטע מאשינען.

א בלוט טראנספיושען איז דבר רגיל, דאס איז מעשים בכל יום. דער וואס זאגט אז מ'טוישט ארום בלוט פון די גאנצע קערפער ווייסט פשוט נישט וואס א בלוט טראנזפיוזשען איז.

דאס אריינגיין אין שפיטאל מאנטאג איז געווען צוליב די פולע אינפעקציעס, אבער וויבאלד די לאגיסטיקס אין שפיטאל האבן זיך נישט אויסגעארבעט האט רבינו שליט"א געבעטן ברחמים מ'זאל אלעס פראבין צו ערלעדיגן פונדערהיים, ווען דעם איז ער אהיימגעקומען.

קיצור הדברים: מ'דארף אסאך תפילות אז זאכן זאלן פארן שנעל און רבינו שליט"א זאל צוריקקומען לאיתנו הראשון במהרה

ארגענטינע » מיטוואך יוני 19, 2024 10:44 am

· #565550
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
חמול על מעשיך #
[ציטאט אראפגענומען]
האסט ס”ה איבער געזאגט מיינע ווערטער מיט מער פרטים
פון ווי נעמסטו דעם

חמול על מעשיך » מיטוואך יוני 19, 2024 11:50 am

· #565560
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
איך וויל נישט אריינקריכען אין די קישקעס ספעציעל וואס סאיז דא משפחה מיט חסידים וואס נעמען עס צום הארצן, וואס יא מדארף קענען ליינען צעווישען די שורות

[NAMELESS] » מיטוואך יוני 19, 2024 6:00 pm

· #565574
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט ליידער צוריק אין שפיטאל אין אן ערענסטע צושטאנד משפחה וויל נישט רעדן אבער מען מאכט א טומל אז מען זאל תפילה טון לקיים בנו חכמי ישראל

איך אויך » מיטוואך יוני 19, 2024 9:45 pm

· #565592
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
האפענטליך איז אונזער שבת אחים זיך שוין דורכגעקומען...

חמול על מעשיך » דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:28 pm

· #565715
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
[ציטאט אראפגענומען]
הער צו ער האט יענע מחלה פארשפרייט אין די גאנצע גוף לכו' נעמט ער שוין נישט קיין טריטמענס, מדארף מתפלל זיין אין האפן אויפן בעסטען

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:28 pm

· #565794
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער קאסוב'ער רבי שליט"א ולרפו"ש האט אייביג געהאט א סענס אדער א פיעלינג אז ער לעבט אויף "געבארגטע צייט". אז ער דארף אריינכאפן. א סאך אויפטון אין א קורצע צייט. איך קען איהם פערזענליך. ער האט געהאלפן א סאך מענטשן און מחזק געווען לבבות נשברות. און מענטשן וועלכע האבן געהאט פראבלעמען מיט שלום בית אדער חינוך הבנים. אויסער זיין גאונות. וואס דער וויזשניץ/מאנסי'ער רבי זצ"ל האט איהם ממנה געווען אלס מורה הוראה נאך בחייו פון ר' פיניעלע זצ"ל.

ער האט געוואלט בויען א קהילה וואס זאל זיין ערליך, חסיד'יש און אויסעהאלטן. נישט פארפרומט. ער האט נישט געברענט פאר קנאות. זיין קנאות איז געווען אין מקיים זיין שו"ע און זיך פיהרן חסיד'יש.

אויסער געזונטהייט פראבלעמען (ביי א טאכטער) און אנדערע פראבלעמען מיט א זון וועלכער האט גורם געוען א סאך עגמת נפש און געלט שאדן, האט ער אייביג אויפגענימען די מענטשן מיט א סבר פנים יפות און א שמייכל.

נ.ב.: איך גיי נישט (ח"ו) אין די דרכים פון חיים שאולזאן. נאר מכח כמה טעמים ווייס איך א ביסל וואס טוט זיך אין עטליכע רעבישע הויפן. איך נוץ נישט אויס מיינע ידיעות פאר לשון הרע און רכילות און בייזוויליגקייט אזוי ווי יענער בעל מימרא. והוא רחום יכפר עון.

סתם אזוי » מיטוואך יוני 26, 2024 10:20 am

· #566331
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
איך האב געהערט זינטיג נאכט אז די מצב האט זיך פארבעסערט, יענער האט עס אנגעלייגט אז ר משה מיעט זיך פאר אים

לאז געמאכט » מיטוואך יוני 26, 2024 2:44 pm

· #566390
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אויב מעג איך פרעגן
וואס איז זייער פלאן מיטן בויען אזא מעכטיגע שוהל יעצט ?
אוודאי האפט מען און מען איז מתפלל אויפן בעסטן

צפת » מיטוואך יוני 26, 2024 3:16 pm

· #566396
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
זיין זוהן דארף נישט קיין שוהל? - די מתפללים דארפן נישט קיין שוהל?

די שוהל איז עפעס פארן רבי'ן?

איינער וואס בויט א שוהל נאר לכבודו פון א רבי, איז ער עובר אויף אן איסור ע"ז.

עיי' ברמב"ם הלכות ע"ז, ווי אזוי מען האט געבויט היכלות לכוכבים, בשעת מען האט געוואוסט אז די כוכבים זענען בלויז שמשים לבוכ"ע, אבער וויבאלד מען קען זיך טועה זיין דערמיט, כמו שהיה אצל אנשי דור אנוש, איז דאס אן איסור ע"ז. דאס זעלבע איז ביי רבי'ס. איינער וואס בויט א בית-המדרש און ער האט אינזינען בלויז דעם רבי'ן, אפילו ער ווייסט אז דער רבי איז אן עבד לבוכ"ע, איז ער עובר אן איסור ע"ז.

בכל-אופן, צו ענטפערן דיין פראגע. דער שוהל ווערט נישט געבויט בלויז פארן רבי'ן, עס איז פארהאן א קהילה וואס איז אויסגעוואקסן דעם שוהל. עס איז דערווייל דא דארט א רבי, און שפעטער וועט די הנהגה איבערגיין ווייטער. איז, וואס איז די קושיא?

סקרו דרייוער » מיטוואך יוני 26, 2024 3:26 pm

· #566399
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
כ'האב הנאה פון די תמימות
למשל ראכמיסטריווקא רבי זז"ג פילט היינט אהן זיין שוהל אלס ממלא מקום פון זיין טאטען אבער פאר צוואנציג יאר צוריק אויב וואלט ראכמיסטריווקא געבויט א שוהל פאר ר' דוד משה וואלט עס נישט געמאכט קיין סענס
והיינו הך....
האפענטליך בויעט מען די שוהל פאר דעם רבין זאל מאריך ימים זיין, אבער פאר זיין ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל היינט צוטאגס גענוג גרויס ב"ה, העכסטענס וועט מען צובויען א שטיקעל עקסטענטשאן.
אבער באמת כלל ישראל קוקט ארויס אז די רבי זאל פירען די קהילה אין די נייע שוהל לאורך ימים טובים

וואלווי » מיטוואך יוני 26, 2024 4:06 pm

· #566408
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
סקרו דרייוער #
אבער פאר זיין ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל היינט צוטאגס גענוג גרויס ב"ה, העכסטענס וועט מען צובויען א שטיקעל עקסטענטשאן.
פארוואס עפעס פאר ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל גענוג?
עס איז יעצט שוין אן עקזיסטירנדן קהילה וואס דארף די פלאץ פון די נייע בית המדרש, ווילסט זיי סתם אזוי צו קוועטשן און א קליינע שוהל?

מהיכי תיתי אז דער ממשיך וועט נישט דארפן נאך א גרעסע פלאץ, אז א קהילה וואקסט כסדר, אזוי ווי די טבע זאגט פאר, הייבט שוין אן די נייע שוהל קליין ווערען.

ווער זאגט אז סיי ער אדער סיי זיין ממשיך דארפן בכלל ארויסקוועטשן אדער צווינגען דער עולם צו געבן געלט, וואס ס'זאל זיין כאילו א טעקס אויפ'ן ציבור. דער עולם וויל געבן, איז וואס איז שייך בכלל א דעבעיט אין דעם, ווען מ'איז קיינעם נישט מחייב, אנדערש ווי די גרויסע מעגא קהילות און מעגא בתי מדרשים וואס מ'פארלאנגט א פרייז פון ציבור.

שבת אחים » מיטוואך יוני 26, 2024 9:08 pm

· #566441
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
איך אויך #
האפענטליך איז אונזער שבת אחים זיך שוין דורכגעקומען...

וואס האט עס מיט מיר? איך האב שוין יאהרן גארנישט מיט אים און מיט זיין חסידות קיין נאנטע שייכות…
איך האלט שוין לאנג נישט מיט די נייעס…
איך וואונטש אים א רפואה שלימה מיט די גאנצע הארץ, און איך האף באמת אז ער זאל גענצליך אויסגעהיילט ווערן.

איך וואונטש אים נאר גוטס.

[NAMELESS] » פרייטאג יוני 28, 2024 7:32 pm

· #566737
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
די מצב ביי קאסוב'ער רבי האט זיך גאר שטארק פארערגערט עס צירקולירט שמועות אז עס איז דא מנין

רייסט איין מרן שרגא פייבוש בן מלכה לרפו''ש בקרוב ובניקל

דאס איז נישט מיך » מוצ"ש יוני 29, 2024 10:14 pm

· #566748
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
דאס איז נישט מיך #
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
ברוך דיין האמת

ליידער האט כלל ישראל נישט זוכה געווען, ונסתלקה לשמי מרום, בליל שבת קודש
אין עלטער פון 66 יאר

עמרם » מוצ"ש יוני 29, 2024 10:29 pm

· #566751
Re: לקיים בנו חכמי ישראל
אוי וויי
בד''ה