☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » פרישע פאליטיק אין סאדיגורא

פרישע פאליטיק אין סאדיגורא

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15855

דאס איז נישט מיך » זונטאג יאנואר 15, 2023 2:09 pm

· #515661
פרישע פאליטיק אין סאדיגורא
לעצטע וואך איז אוועק הרב יוסף ליבערמן ז''ל די רב בקהילת סאדיגורא אין ירושלים
ביי די לוויה האט האדמו''ר מ'סאדיגורא פון ירושלים מעתיר געווען די זוהן פון הרב ליבערמאן איבערצונעמען די רבנות

די חסידים פון האדמו''ר מ'סאדיגורא פון בני ברק, וואס האלטן אז ע''פ צוואת האדמו''ר מ'סאדיגורא ז''ל קומט די בית מדרש אין ירושלים אויכעט פאר זייער רבי, האלטן אז זייער רבי האט די זכות אויפצונעמען די רב דארט (און זעהט אויס אז די נייע רב איז נישט קיין גרויסע חסיד פון די רבי פון ב''ב) האבן זיי אריינגעגעבן צום בי''ד אז דערווייל זאל ער נאך נישט ווערן
פאלגענד איז די כתב בי''ד
📎 IMG_20230115_205830_638.jpg

דאס איז נישט מיך » זונטאג יאנואר 15, 2023 2:11 pm

· #515662
פאלגענד איז א בריוו פון הרב ליבערמאן ז''ל ווי ער שרייבט אז זיין זוהן זאל אים איבערנעמען
📎 IMG_20230115_205848_244.jpg

דאס איז נישט מיך » זונטאג יאנואר 15, 2023 2:15 pm

· #515663
פאלגענד איז די צד פון חסידי הרבי מירושלים, ווי איינער לייגט עס אראףּ אויף טעלעגראם
*בעקבות כתבה שפורסמה עקב מעשיהם של מחרחרי ריב, רודפי כבוד ומעוררי מדנים, הרינו להציג דברי אמת בפני הציבור*

אנשי צד בני ברק דרשו כי הגאון הגדול רבי יקותיאל ליברמן שליט"א, יבוא לבני ברק לקבל את מרותו של האדמו"ר שם, ולחייבו להיות עבד נרצע ולקבל את כל הוראותיו של הינוקא, אך כמובן שסירבו לכך, בהבינם כי המטרה היא רק להשפילו, ובפרט אחרי שראו את התנהגותם המחפירה באלימות בלוויה, ועוד בנוכחות ובהסכמה שבשתיקה של רבם הינוקא שנכח בשעת מעשה.

אנשי סדיגורה בני ברק כדרכם כסל למו, מנפנפים רק בחלקי צוואות הנוחים להם, כך גם בעניין זה ישנה צוואה ברורה ובכתב ידו של הרב הקודם של בית המדרש הרב יוסף ליברמן זצוק"ל, כי בנו הגאון רבי יקותיאל ליברמן ימלא את מקומו,
הצוואה מופנית לבעל ה'עקבי אבירים', לבנו ה'עטרת ישראל' זצוק"ל ולנכדו כבו"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א.

אנשי ב"ב כשהבינו כי מזימתם לא תצלח פנו לבית הדין הביתי שלהם, מבלי לספר את העובדות לאשורן והוציאו עוד צו מניעה מגוחך, אשר העמיד את כותביו באור הזוי.

כמובן שצו המניעה, אין לו כל תוקף, *הגאון הגדול רבי יקותיאל ליברמן שליט"א* מונה לרב בית המדרש ע"י *כבו"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א* כבר במהלך הלווית אביו!

*מדובר במעשה עשוי, ואין כל משמעות לצו מניעה שניתן לאחר מעשה.*

מצער מאוד שבעניין זה, כמו בצווים קודמים, לא טרח בית הדין לשמוע צד שני בטרם מיהר לנפק באופן חד צדדי, את הצו, לפי דרישת צד בני ברק, וכפי שנהג במקרים קודמים, ועל כך אין אלא להצטער...

בעל דרשן » זונטאג יאנואר 15, 2023 3:39 pm

· #515676
ס'איז א בושה פון צד בני ברק ווי מ'קען פרובירען זיי אנצודרייען מחלוקות ווי כאילו ס'איז נאר דא איין מצוה אין תורה "צוואה" און אויף דעם ארויף עובר זיין אויף כיבוד אם און אלע אנדערע עבירות.

האט די בני ברק'ע רבי איינמאל באזוכט ביי הרב ליבערמאן ז"ל? האט ער אים בכלל אנגעקוקט אמאל?

צד בני ברק וועט צאפן די בלוט פון יענעם און גאר הייליג ער מיינט עס לשם שמים... צוואה..

און בכלל פאלגט נישט די גוטמאכר רבי אויך געוויסע זאכן אינעם הייליגן צוואה

תפארת » מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:50 pm

· #515742
אינטרעסאנט, בעל דרשן, דו קענסט שוין איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס אדמו"ר מסאדיגורא (ב"ב) האט אייך ווייגעטאן אז דו הערסט נישט אויף מיט נארישע נעגעטיווע רייד אקעגן איהם שטענדיג?

יעדער אשכול וואס טראגט דער נאמען סאדיגורא איז אריינגעוואפן אפאר פון דיינע קאמענטארן אקעגן איהם
איז דאס סתם א שנאת חנם אדער וואס?

פיקוב » זונטאג יאנואר 22, 2023 6:00 am

· #516004
איך האלט איין זאך עס איז שוין העכט צייט אז עס זאל זיין סדר דייקא אין בחצר סאדיגורה [ב''ב] איך ווייס אז זיי זוכען נאר צו אינטער צוברענגן די ברודער אדמו''ר סאדיגורה [ירושלים] וואס האט געשוויצט פאר בחצר הקודש דחסידי סאדיגורה

פערינא » זונטאג יאנואר 22, 2023 6:43 am

· #516005
צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.

מתבודד » זונטאג יאנואר 22, 2023 10:25 am

· #516010
מיר פערזענליך ברויזט אויך אויף אזאנע אויפפירונג, אבער קיין טענות קען מען אויף זיי נישט האבן ווארום אין אייוועלט וואלט אזא אשכול געטראפן איר פלאץ אין בית הקברות נאך איידער איר פאקטישע לידה.
און די נאמען פונעם אשכול ''פרישע פאליטיק אין סאדיגורא'' איז א ווארענונג שילד פאר מענטשן וואס אזאנע שתותים רעגט זיי אויף אז זיי זאלן אהער נישט אריינטרעטן...

אמאהלגעקעננט » מוצ"ש מערץ 18, 2023 8:31 pm

· #518885
אינטערסאנט
װאס דער זײדע רמש״י זצ״ל נאך װעמען ער הײסט ־ האט זיך מתאונן געװען נאכ׳ן קריג אין רועה בלא צאן. װיל איך פארשטײן לאמיר זאגן אז די צװאה איז מזויף אבער דא לױפט ער ארום די גאנצע װעלט און ס׳בלײבט נעבעך בגפו יבוא בגפו יצא...אסך װײניגער װי דער זײדע, װאס האט ער פון דעם

תרמב » זונטאג מערץ 19, 2023 2:40 pm

· #518967
זעהט אויס אז ער האט געמאכט דעם חשבון אז זיין זיידע האט זיך מתאונן געווען און ס'האט זיך געמאכט עפעס מיט די צייט, אפשר וועט זיך אים אויך עפעס מאכן...

פיקוב » מיטוואך יוני 21, 2023 9:02 pm

· #529326
פערינא
צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין

פון אונזערע » פרייטאג יוני 23, 2023 1:44 am

· #529465
פיקוב
פערינא
צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אין יענעמס בנין והבן...

פיקוב » פרייטאג יוני 23, 2023 4:53 am

· #529469
פון אונזערע

ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב

מכסה לשפנים » פרייטאג יוני 23, 2023 7:51 am

· #529473
פיקוב
ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,

מכסה לשפנים » פרייטאג יוני 23, 2023 8:09 am

· #529477
פון אונזערע
פיקוב
פערינא
צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אין יענעמס בנין והבן...
בנוסף לזה שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אפהאלטן די משפחה אין די מאמע בתוכם פון צו גיין צום ברודער ממשיך פונעם טאטן, און קום מיר נישט זאגן אז אלעס איז שילדיג די חסידות סדיגורא ווייל זיי זענען נישט מכבד דעם מאמען וכו', די מעשיות האבן זיך אנגעהויבן פארקערט, ווען מש"י האט בר מצוה געמאכט צוויי-דריי וואכן נאכן שבעה האט מען נישט מכבד געווען דעם רבי'ן כראוי, די צווייטע שבת איז די משפחה נישט געווען אין בני ברק, בשעת ווען די ערשטע איז יעדער געווען אין ירושלים, וואס דאס אליינס אז סדיגורא האט געווארט א וואך לכבודו פון ירושלים איז אויך לפנים משורת הדין, יעצט ווען מ'טוט די אלע פעולות איז נישט קיוט נאכדעם צו קומען צו די וועלט אין שרייען שלום, פרעגן סקולענע רבי: 'פארוואס קען נישט אין סאדיגורא זיין שלום?',

שבת מאכן פאר זיך וואלט געמיינט גיין דינגן א זאל און זיך רופן א צווייט נאמען, [וואס דאן אויב איינער גלייב אין א רבי איז די צוואה דאס אויך שולל, אבער על כל פנים א חושן משפט שאלה איז עס נישט].

פיקוב » זונטאג יוני 25, 2023 8:41 am

· #529594
מכסה לשפנים
פיקוב
ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,
די ביסט ממש צו געקלעבט צום דמיון

פיקוב » זונטאג יוני 25, 2023 8:43 am

· #529596
פון אונזערע
פיקוב
פערינא
צוואה איז נישט א מיסטישע ווארט. צוואה מיינט ס'איז זיינס.
איך וויל דיר פרעגן איין שטארקע שאלה איך וויל זעהן אויב די קענסט מיר ענטפערן די ביסט גערעכט אז עס איז דא א צוואה ווי איז דא רעכט ווייל עס איז דא א צוואה מעג ער נישט מאכן שבת פאר זיך?! הא! אלעס שרייט מען צוואה פיין דאס מיינט ער טאר נישט זיין רבי?! דרך רו'זין זענען דאך אלע געווען רבי'ס עס מאכט קיינעם נישט ווייניגער איך קען זייער גוט סאדיגורה מ'האט אסאך זיך ארום גערוסען אבי זיך צופליקן מיט די גזע לבית רו'זין ודע למבין
שבת מאכן פאר זיך מיינט נישט אין יענעמס בנין והבן...
עס קוקט אויס אז די ביסט נישט קיין רוז'ין'ע חסיד והמבין יבין

מכסה לשפנים » זונטאג יוני 25, 2023 10:09 am

· #529598
פיקוב
מכסה לשפנים
פיקוב
ווער זאגט די בנין געהערט צום ב''ב
די צוואה.
נאכאמאל, אויב ווילסטו אפפרעגן די צוואה גאו-אהעד איך בין נישט משוכנע אז מ'קען נישט זאגן אז די צוואה איז געפעלטשעט, אבער ווילאנג מ'זאגט שלום, אדער יעדע סארט אנדערע טענה ווערט נישט די צוואה אויס, אין צוואה שטייט אז בני יצחק יהושע העשיל איז רבי און אלע בנינים אין מוסדות געהערן פאר אים, בני מרדכי שלום יוסף איז רב אין ירושלים אין זאל זיין כפוף תחת בני יצחק יהושע העשיל כמו בחיים חיותי, יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אין קען טוען אין אלע מוסודות אין בנוגע אלע רבני'שע פאסטענס ככל העולה על דעתו, דאס מיינט און אנדערע ווערטער ר' יצחק יהושע העשיל איז בעל הבית אויף אלע בנינים אין מוסדות דחסידי סדיגורא, און ער האט די רעכט מסלק צו מש"י פון די רבנות פון ירושלים אויך, אויב מש"י טוט מעשי אדמורות גייט נגד הצוואה נאך ארגער ווי ווען יי"ה איז אים מסלק פון ביהמ"ד,
די ביסט ממש צו געקלעבט צום דמיון
מיינע שאלות אין די אנדערע אשכול ווילסטו נישט ענפערן? דא זאגסטו דמיון?

איך פרעג דיר איין שאלה ס'איז דא א צוואה, קענסט עס אדער אפפרעגן, אדער לעבן דערמיט, וועלכע פון די צוויי נעמסטו?

אויב ווילסטו עס אפרעגן דאן גאו-אהעד זיי מסביר מיט וואס, אויב ווילסטו לעבן דערמיט דאן מאך שלום מיט די מצב אין קענסט משכנע זיין מש"י צו מאכן שבת פאר זיך אויף די טערמס פון די צוואה.

אויב וועסטו ענפערן צום זאך וועל איך ממשיך זיין.

פון אונזערע » זונטאג יוני 25, 2023 2:32 pm

· #529619
פון דיין נייע אויפגעטראפענע צוואה איז יא דא א כתב יד?? אדרבה ברענג אהער, נאך דעם וועל איך ליינען דיינע פורים תורות...