☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!

די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14124
בלאט: 1 2

מיינונגזאגער » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:03 pm

· #457207
לא חמור אחד מהם נשאתי. די רבי'ס האבן געגעבן פארן עולם, נישט פארקערט.
לכאורה מיינט דאס משפיע געווען. אבער די געדאנק איז אבער אז רבי'ס נעמען פון חסידים איז א דעפינעט נאו נאו.

בוטן » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:27 pm

· #457232
כ'וויל נישט ענטפערן פאר די פלאכע קעפ, וואס האבן העכערע באגריפען זילטש!
נאר ווער ס'האט יא א מקום אינעם קעסטעלע העכערן האלדז פאר עפעס טיפערס, איז די אלע פסוקים און מאמרי חז''ל נישט אזוי איינפאך, ולא ככל הגוים בית ישראל.
חסידות בפרט און חרדישע יודנטום בכלל איז נישט באזירט אויף דעמאקראטיע, ממילא רוב אשכולות דא זענען אקעגן דעם געדאנק פון עול מלכות שמים, ווייל ס'איז קוים א פראגע צו איינער וואס האט נישט קיין טראסט אין זיין לערער, זאל האבן טראסט אין וואס זיין לערערס לערע.
דער וואס לערנט דיך אויס יודישקייט, האט א אחריות, און דו דארפסט טראסטן זיין אחריות, און אויב נישט, איז די גאנצע יסוד וואס דו לערנסט ביי עהם פעיק פאוני.
אלא מאי? דו ווילסט דאך נישט טראסטן א מנהיג, צוליב די פראסטער טאבו פון רבי'ס פוי, רבנים שקצים... ממילא מאכט מען זיי אויס ערליך - ביי זיך אין מיינד און שלום על ישראל, כ'בין איינס מיט מיינע שוואויל גלוסטן.

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:18 pm

· #458829
.

נחמן אינדארסקי » מאנטאג אפריל 10, 2023 8:23 am

· #521015
לך לך
איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100? 200?
א טויזענט.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 10, 2023 8:55 am

· #521016
Re: די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !
בוטן
כ'וויל נישט ענטפערן פאר די פלאכע קעפ, וואס האבן העכערע באגריפען זילטש!
נאר ווער ס'האט יא א מקום אינעם קעסטעלע העכערן האלדז פאר עפעס טיפערס, איז די אלע פסוקים און מאמרי חז''ל נישט אזוי איינפאך, ולא ככל הגוים בית ישראל.
חסידות בפרט און חרדישע יודנטום בכלל איז נישט באזירט אויף דעמאקראטיע, ממילא רוב אשכולות דא זענען אקעגן דעם געדאנק פון עול מלכות שמים, ווייל ס'איז קוים א פראגע צו איינער וואס האט נישט קיין טראסט אין זיין לערער, זאל האבן טראסט אין וואס זיין לערערס לערע.
דער וואס לערנט דיך אויס יודישקייט, האט א אחריות, און דו דארפסט טראסטן זיין אחריות, און אויב נישט, איז די גאנצע יסוד וואס דו לערנסט ביי עהם פעיק פאוני.
אלא מאי? דו ווילסט דאך נישט טראסטן א מנהיג, צוליב די פראסטער טאבו פון רבי'ס פוי, רבנים שקצים... ממילא מאכט מען זיי אויס ערליך - ביי זיך אין מיינד און שלום על ישראל, כ'בין איינס מיט מיינע שוואויל גלוסטן.
די אלף בית פון לערנען פון אנדערע און איבערגעבן אויף ווייטער איז לערנען די שפראך גוט. דערפאר געפין איך עס אלעמאל גאר קוריאז ווען די א.ג. "ערליכע מטיפי מוסר" שרייבן ווי קליינע קינדער. נישט אין ווערטער אויסוואהל, נישט אין אויסלייג און נישט אין קאנוועיאינג אינטענדעד מינינג.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מחונך » מאנטאג אפריל 10, 2023 9:12 am

· #521017
סתם א שאלה צום סקווערן שוואנץ:
דאס איז זיכער אז דער סקווירא רבי איז צדיק הדור ווייל ער איז איז א בן אחר בן פונעם מאור עינים. אבער אפשר מיינט מען סקווער בארא פארק?

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 11, 2023 12:30 am

· #521092
נחמן אינדארסקי
לך לך
איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100? 200?
א טויזענט.
נעה...
נענטער צו צען טויזענט

אמאהלגעקעננט » דינסטאג אפריל 11, 2023 1:06 am

· #521097
אײן נקודה
דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..
איז נישט מובן מאליו װאס דער מנוח ז״ל האט געװאלט מצד תועלת החסידים . די ביסל װאס איך האב עם געהערט רעדן זע איך ער איז א natural. און אױב װיל מען זײן ביזי מיט כבוד חשבונות איז נישט דער כבוד בית אבותיו און כבוד החסידות פאר דער װעלט א רבי א מתמיד בתורה , פה מפיק וכו׳ ?

פיקוב » מיטוואך יוני 21, 2023 8:42 pm

· #529322
אמאהלגעקעננט
דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..
איז נישט מובן מאליו װאס דער מנוח ז״ל האט געװאלט מצד תועלת החסידים . די ביסל װאס איך האב עם געהערט רעדן זע איך ער איז א natural. און אױב װיל מען זײן ביזי מיט כבוד חשבונות איז נישט דער כבוד בית אבותיו און כבוד החסידות פאר דער װעלט א רבי א מתמיד בתורה , פה מפיק וכו׳ ?
ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט

מכסה לשפנים » דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:23 pm

· #529393
פיקוב
אמאהלגעקעננט
דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..
איז נישט מובן מאליו װאס דער מנוח ז״ל האט געװאלט מצד תועלת החסידים . די ביסל װאס איך האב עם געהערט רעדן זע איך ער איז א natural. און אױב װיל מען זײן ביזי מיט כבוד חשבונות איז נישט דער כבוד בית אבותיו און כבוד החסידות פאר דער װעלט א רבי א מתמיד בתורה , פה מפיק וכו׳ ?
ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט
עפעס שטערט אייך, ביסט אויך אריינגעקומען אינעם אדערן אשכול עפעס צו זאגן וועגן צוואה מיט א קשיא,

לאמיר דיר זאגן איין זאך, איך בין נישט קיין סדיגורער, איך האב קיין איינע פון די רבי' ניטאמאל געזען,

די צוואה האב איך יא געזען, דארט שטייט אז זיין עלסטע זין ר' מרדכי שלום יוסף דארף זיין רב אין ירושלים אין אונטערגעווארפן אונטער זיין ברודער ר' יצחק יהושע העשיל 'כמו בחיים חיותי' [קען זיין נישט דאס איז די לשון, אבער דאס איז די מכוון], אין מיינע אויגן הייסט דאס אז מש"י האט נישט וואס צו זיכן אין סאדיגורא ממנפ"ש, אויב איז די טאטע געווען א רבי דארף מען פאלגן זיינס א ווארט אין אויב נישט נו וואס איז דיין חשיבות,

על כל פנים, איך וואלט גע'עצה'ט מש"י זאל זיך געבן א צווייט נאמען, 'פראביטש' לדוגמה, אין שלום על ישראל, יעצט וויל ער דוקא הייסן סאדיגורא האב איך אויך נישט קיין פראבלעם, אבער די קענסט נישט פארלאנגען אז כלל ישראל זאל דיר נישט אנקוקן דערפאר ווי א גנב,

אין מיין הבנה איז אז יא ער האט מער מחשיב געווען זיין יונגערן זוהן, פאר א סיבה האט ער אים געשטעלט אלס ממשיך, חוץ אויב מ'וויל זאגן די צוואה איז געפעלטשט וכו',

לדעתי האט די טאטע בא'עולה'ט מש"י, קען זיין מיט רעכט און קען זיין אן קיין רעכט, אבער טענות קען ער נאר האבן אויף איינעם אויף זיין טאטן, למעשה פירט ער טיש און טרינקט לחיים, אין זאגט תורה בשם זיין טאטע, אין טריצט בכל הכוחות אויף זיין ברודער די שטעקן,

נקודה למחשבה איך האב א ביסנעס מיט א גרויסע ווערט, ווי אזוי מאך איך זיכער אז מיין אונטערגעגראבענער זוהן הייבט נישט אן שרייען כקאזאק הנגזל אז מ'דארף אים געבן מער ווי ס'קומט אים [לויט די מיינונג פון זיין טאטן] כדי ס'זאל זיין שלום אין די משפחה, אין אויב נישט וועט נישט די מאמע קענען האבן שייכות מיט איבריגע קינדער ווייל מבא'עולה'ט אים,

פיקוב » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:31 pm

· #529421
מיר האבן פיין געקענט דעם סאדיגורה רבי זצ''ל זאל רוען אינעם לעכטיגן גן עדן, גלייב מיר ביים ווארט על שם צוואה מאכט מען א פראפעגאנדע, מ'מאכט א מצב דערפון, גלייב מיר ביים ווארט ווען עס ליגט אין זיינע הענט פונעם רבי שליט''א פון בני ברק וואלט שוין לאנג געווען שלום.

מכסה לשפנים » דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:32 pm

· #529440
איך גלייב דיר נישט ביים ווארט, אדרבה זיי עס מסביר, וואס זאל ער טוען אז ס'זאל זיין שלום?

יעצט לדעתי דארף ער נישט אוועקגעבן גארנישט פון זיינע בנינים - אפילו די פון ירושלים - פארן ברודער, אלעס איז זיינס - אזוי שטייט אין צוואה אפילו ווען מ'האט עס נישט ליב, און ער מעג פארלאנגען אז די ברודער טאר זיך נישט רופן סאדיגורא, אפילו נישט סאדיגורא ירושלים. יא, ווייל אזוי שטייט אין צוואה.

אויב וויל מען אפפרעגן א צוואה דארף מען האבן א טענה. אלעס וואס איך הער צוריק איז "פיין צוואה, אבער שלום", אויף דעם פרעג איך: ווען איך ירש'ן פון מיין טאטע א מיליאן, בשעת מיין ברודער באקומט א פערטל, נישט קיין נפק"מ די סיבה, כל עוד ער קען נישט באשטעטיגן אז מיין טאטע איז נישט געווען שפוי בדעת, איז די מיליאן מיינס, אפילו ווען ער וועט שרייען 'נא לאמיר מאכן שלום, געב מיר האלב-אויף-האלב, דו ווילסט נישט? וועט מאמי נישט קומען ווען דו מאכסט א שמחה', וועל איך אים עס נאכאלץ נישט געבן, חוץ אויב איך האלט אז דאס איז מער ווערד. ס'איז א ביזנעס דעסיזשען.

איך האלט אז יעדע חסידות איז א ביזנעס, און אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען דו האסט א קאמפעני קאקא קאלע, און דיין ברודער אדער קאמפעטישן עפענט קאלע קאקא האסטו א טענה, די זעלבע דא, זיין ברודערס זיך רופן סאדיגורא נעמט פון אים אוועק פלעצער צו שאפן געלט, עיין ערך בעלזא/בעלזא מאכנובקא, באבוב/באבוב 45,

יעצט איך זעה נישט אז דאס זאל זיין די נושא, ווי איך פארשטיי האט ער נישט געהאט קיין טענות אויף דעם וואס דער ברודער רופט זיך ירושלים און ער זיצט אין זיין ביהמ"ד און פאלגט נישט די צוואה, דער ברודער רודפ'ט אים, דאס איז וואס איך האלט מיט פון אמעריקא אן צו האבן קיינעם דארט, בשעת ווען אלע ברודער זענען געווען אין ירושלים ביים ערשטן שבת, איז קיינער געווען אין בני ברק ביים צווייטן שבת, חוץ פישל און די בחור, במשך די קומענדיגע צוויי חדשים האט מען ערלעדיגט אז זיי זאלן אויך נישט זיין, אלע רדיפות אויף צוריק קומען נאכדעם.

יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.

פון אונזערע » פרייטאג יוני 23, 2023 1:28 am

· #529462
אז די זעהסט א מחלוקה ווי אלע חסידים זענען שטארק אויף איין זייט זעה איך אפילו נישט די אנדערע צד...

פיקוב » פרייטאג יוני 23, 2023 4:55 am

· #529470
איך בין גארנישט צומישט איך האב פשוט הנאה צו זעהן ענקערע דמיונות

פיקוב » פרייטאג יוני 23, 2023 4:59 am

· #529471
מכסה לשפנים
איך גלייב דיר נישט ביים ווארט, אדרבה זיי עס מסביר, וואס זאל ער טוען אז ס'זאל זיין שלום?

יעצט לדעתי דארף ער נישט אוועקגעבן גארנישט פון זיינע בנינים - אפילו די פון ירושלים - פארן ברודער, אלעס איז זיינס - אזוי שטייט אין צוואה אפילו ווען מ'האט עס נישט ליב, און ער מעג פארלאנגען אז די ברודער טאר זיך נישט רופן סאדיגורא, אפילו נישט סאדיגורא ירושלים. יא, ווייל אזוי שטייט אין צוואה.

אויב וויל מען אפפרעגן א צוואה דארף מען האבן א טענה. אלעס וואס איך הער צוריק איז "פיין צוואה, אבער שלום", אויף דעם פרעג איך: ווען איך ירש'ן פון מיין טאטע א מיליאן, בשעת מיין ברודער באקומט א פערטל, נישט קיין נפק"מ די סיבה, כל עוד ער קען נישט באשטעטיגן אז מיין טאטע איז נישט געווען שפוי בדעת, איז די מיליאן מיינס, אפילו ווען ער וועט שרייען 'נא לאמיר מאכן שלום, געב מיר האלב-אויף-האלב, דו ווילסט נישט? וועט מאמי נישט קומען ווען דו מאכסט א שמחה', וועל איך אים עס נאכאלץ נישט געבן, חוץ אויב איך האלט אז דאס איז מער ווערד. ס'איז א ביזנעס דעסיזשען.

איך האלט אז יעדע חסידות איז א ביזנעס, און אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען דו האסט א קאמפעני קאקא קאלע, און דיין ברודער אדער קאמפעטישן עפענט קאלע קאקא האסטו א טענה, די זעלבע דא, זיין ברודערס זיך רופן סאדיגורא נעמט פון אים אוועק פלעצער צו שאפן געלט, עיין ערך בעלזא/בעלזא מאכנובקא, באבוב/באבוב 45,

יעצט איך זעה נישט אז דאס זאל זיין די נושא, ווי איך פארשטיי האט ער נישט געהאט קיין טענות אויף דעם וואס דער ברודער רופט זיך ירושלים און ער זיצט אין זיין ביהמ"ד און פאלגט נישט די צוואה, דער ברודער רודפ'ט אים, דאס איז וואס איך האלט מיט פון אמעריקא אן צו האבן קיינעם דארט, בשעת ווען אלע ברודער זענען געווען אין ירושלים ביים ערשטן שבת, איז קיינער געווען אין בני ברק ביים צווייטן שבת, חוץ פישל און די בחור, במשך די קומענדיגע צוויי חדשים האט מען ערלעדיגט אז זיי זאלן אויך נישט זיין, אלע רדיפות אויף צוריק קומען נאכדעם.

יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.
סוף פון דיינע ווערטער בין איך מיט דיר.

מכסה לשפנים » פרייטאג יוני 23, 2023 8:02 am

· #529475
די האסט געשריבן:
פיקוב
ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט
איך האב דיר מסביר געווען אז ער יא ווייניגער געמאכט אלע קינדער חוץ די רבי אין בני ברק, האסט עפעס מוסיף צו זיין אויף דעם?

די האסט געשריבן:
פיקוב
מיר האבן פיין געקענט דעם סאדיגורה רבי זצ''ל זאל רוען אינעם לעכטיגן גן עדן, גלייב מיר ביים ווארט על שם צוואה מאכט מען א פראפעגאנדע, מ'מאכט א מצב דערפון, גלייב מיר ביים ווארט ווען עס ליגט אין זיינע הענט פונעם רבי שליט''א פון בני ברק וואלט שוין לאנג געווען שלום.
אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז צוואה האט א באדייט, ס'מיינט אז אזוי ווערן די נכסים צוטיילט, די זאגסט אנדערש?

מיט די חלק פון דעם אז די שלום ליגט נישט אין ב"ב בין איך מודה, ווייל א ברודער קען נישט מאכן שלום מיט א ברודער וואס איז אנגעווייטאגט אויף זיין טאטע, במילא ליגט עס בצד ירושלים, און ס'קוקט נישט אויס ווי ער האט עס אין פלאן צו טוען

לאמיר מאכן א דוגמא אז בני ברק געבט אויף אויף די גאנצע קהילה אין ירושלים, וועט מש"י זיין צופרידן? איך בין ברור אז ער וועט ווייטער שרייען עפעס א טענה, ווייל ער וועט אלץ האבן אויף זיין רוקן דאס וואס זיין טאטע האט אים מסדר געווען, ער האט גערעכנט צו זיין די גרויסע אדמו"ר אין אולי דארפן טרינקן לחיים מיט אליהו, למעשה האט די טאטע ארויסגערוקט די גאנצע אדמו"רת פון זיין הענט, ס'איז א זאך וואס מ'קען נישט צורוקדרייען, און דא גייט ער זיין נרדף, און ער גייט פראבירן צו מאכן דערפון די מערסטע וואס ער קען דערפון.

אויף וואס איך האב געשריבן:
פיקוב
מכסה לשפנים
יעצט איך פארשטיי די ווייטאג פון די עלטערע ברודער, אבער ס'גייט אים נישט העלפן. חסידים קען מען נישט קויפן מיט קיין טרערן אז די טאטע האט מיר בא'עולה'ט, און כל עוד אז ער גייט זיין קלענער ווי די קלענערע ברודער גייט ער זיין אנגעווייטאגט אויף די טאטע און בלעמען די יונגערע ברודער,

באמת זיין איינציגסטע עצה אויף למעשה איז נישט אהין צוקוקן נאר סערווירן די עולם וואס ער האט יא, און דאס וועט אים בויען. ס'קוקט מיר אויס ווי די יונגערע ברודער האט גענומען די מהלך, דאס איז די וועג וואס מ'דארף טוהן. אזוי האט באבוב 45 מצליח געווען און נאך פילע.
סוף פין דיינע ווערטער בין איך מיט דיר
ס'קוקט נישט אויס אזוי, מיט דעם וואס די קומסט אהער חוש'ן מיט די צוואה.

פיקוב » מאנטאג יולי 3, 2023 8:29 pm

· #530323
😂 😂 😂 😂 😂 מ'קען לאכען פון ביידע צדדים, און אז דו ווילסט קענסטו אויך וויינען!!!

איין איז זיכער, אלעס וואס דו קומסט מיר דא חוש'ן דא איז איין שטיק דמיון, איך האב גראדע זייער שטארק הנאה צו ליינען די דמיונות וואס די צו צווייטע דמיונות, און איך ליין שוין דא אויף קאווע שטיבל א לאנגע צייט, איך פראביר זיך איינצוהאלטן פון שרייבן דא אויף קאווע שטיבל ווען עס פעלט שטארק אויס ווען עס איז נוגע פאר מיר פערזענלעך, איך זאג דיר איך קען זייער גוט סאדיגורה, מ'קען זיך גוט אפבריען, הער שוין אויף מיט דיינע דמיונות לגבי צוואה, און אויסטראכטן וואס קען זיין די גאנצע מחלוקת, איך האב נישט ליב צו זעהן ווי מענטשן טראכטן אויס דמיונות, איך וויל דיר זאגן איין זאך, מ'שלאגט זיך ווער עס גייט זיין די געווינער, איך האב נישט קיין צד אויף די מחלוקת, איי וועסטו זאגן עס קוקט נישט אויס אזוי, וועל איך דיר אין סאדיגורה איז שוין א היסטאריע אין מחלוקת, איך רעד לגבי נאך די קריג, דו דארפסט פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט, מ'מיז זיין איינער פין אינעווייניג צו פארשטיין די גאנצע מחלוקת, א דרויסענדיגע וועט עס קיינמאהל נישט פארשטיין, אפילו ער וועט פרעגן א סאדיגורה חסיד, ווייל ער גייט עס נישט פארשטיין, איך האף עס איז קלאר, ודי למבין יבין.

פיקוב » מאנטאג יולי 3, 2023 8:32 pm

· #530324
.

אברהם ברוך » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:08 pm

· #534923
וואס גייט יעצט פאר?
וואס איז פשט פון די נייע קול קורא?

עמרם » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:43 pm

· #534941
אברהם ברוך
וואס גייט יעצט פאר?
וואס איז פשט פון די נייע קול קורא?
גארנישט געזעהן
וואס איז דארט געשטאנען?
בלאט: 1 2