☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו

צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15845

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:19 pm

· #515562
צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
https://youtu.be/hdf6-qnr11s
איך האב זיך לעצטענס גענומען נאכזוכן דאקומענטאריס פון פוילן פאר די קריג צו זען אויב מען פלעגט זיך באדעקן די האר. דאס איז א ווידעא פון די צענטער פון קאזימיערש,פוילן; דאס וויגעלע פון חסידישע אידנטום פאר׳ן קריג, מען זען נישט קיין פרויען מיט צוגעדעקטע האר חוץ די באבעס (וואס זייער האר פאלט שוין ארויס).
(נעמט אין באטראכט דאס ווען איינער מאכט א דאקומענטאר פרובירט ער צו כאפן די מערסט איקאנישע פענאמענאנס)

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:36 pm

· #515563
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
https://youtu.be/CQVQQQDKyoo
ווי זענען אונזערע שפיצל לעדי׳ס?
מען זעט איין שייטל אין די גאנצע ווידעא.

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:38 pm

· #515564
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:41 pm

· #515566
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו

נעקסט לעוועל » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:19 pm

· #515572
צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
פרנס החודש
https://youtu.be/hdf6-qnr11s
איך האב זיך לעצטענס גענומען נאכזוכן דאקומענטאריס פון פוילן פאר די קריג צו זען אויב מען פלעגט זיך באדעקן די האר. דאס איז א ווידעא פון די צענטער פון קאזימיערש,פוילן; דאס וויגעלע פון חסידישע אידנטום פאר׳ן קריג, מען זען נישט קיין פרויען מיט צוגעדעקטע האר חוץ די באבעס (וואס זייער האר פאלט שוין ארויס).
(נעמט אין באטראכט דאס ווען איינער מאכט א דאקומענטאר פרובירט ער צו כאפן די מערסט איקאנישע פענאמענאנס)
די שרייענדע קעפלעך
״מיר רורן זיך נישט פון די מסורה פון אונזערע זיידעס און באבעס…״
האט אן אנדערע באדייט נאכן וואטשן די דאקומענטריעס…[emoji85]

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:48 pm

· #515576
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו

Tachlis » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:58 pm

· #515580
די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט

65th » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:10 pm

· #515582

קהל'ס נער » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:14 pm

· #515583
65th
יא, דער היימישער עולם איז געגאנגען מיט בלויזע האר זאגט ער, און נאר די פאר חאניאקע'טע'ס זענען געגאנגען שייטלען.

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:28 pm

· #515593
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
Tachlis
די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט
די פראבלעם איז נאר אז איך זיך נאך די באווייז אז פריער איז מען יא געגאנגען צוגעדעקט. ווי ווייט מען קוקט נאך אלטע מאלערייען זעט מען אז מען פלעגט גייט פונקט ווי די גוים (האלב צוגעדעקט מיט א הוט). 📎 IMG_0522.jpg דאס איז א מאלעריי פון 1170 אין דייטשלאנד. אויבן רעכטן זעהט מען א פרוי מיט א יודן-הוט און לאנגע האר.

מיין מיינונג איז אז נאר די אידן פון רוסלאנד און אראבישע לענדער זענען געגאנגען איגאנצן צוגעדעקט, פשוט ווייל די באבושקאס פון יענע לענדער זענער אויך געגאנגען אזוי.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:35 pm

· #515594
לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:40 pm

· #515595
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
רביה''ק זי''ע
לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
וואס וואלט מען געטון מיט אזא מיידל וואס קומט אזוי אנגעטון אין בית רחל?

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:42 pm

· #515596
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
📎 IMG_0523.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:43 pm

· #515597
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230115/16de3abd26f5ccdfb677f57611c3b519.jpg
דא זעט מען אז אפילו די מענער זענען געגאנגען אנגעטון ווי די באבושקא׳ס…

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:01 am

· #515599
פרנס החודש
רביה''ק זי''ע
לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
וואס וואלט מען געטון מיט אזא מיידל וואס קומט אזוי אנגעטון אין בית רחל?
מ'וואלט איר משדך געוועהן מיט איינער פון די מבקרי המקרא (אפיקורסים?) מבית מדרשו של רבי יהודה החסיד... אדער מיט יענער עראטישער משורר ממשפחת קלונימוס... (כ'געדענק נישט זיין נאמען אויפ'ן מינוט)

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:06 am

· #515600

דער כוזרי וואלט איר גענומען פאר זיין זון.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:10 am

· #515601

לשם יחוד » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:53 am

· #515605
סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 15, 2023 3:59 am

· #515611
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
לשם יחוד
סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.
אדער קען זיין אז מען האט געמאכט א צניעות אסיפה פאר די פרויען יענע טאג, זענען זיי אלע געווען אין אויטריאם.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 15, 2023 8:40 am

· #515620
איבער די אלע פילמ'ס ווייס איך נישט קיין סאך, איבער ווארשע האב איך יא געהערט פון א מלחמה איבערלעבער אז דאס אידישקייט איז געווען שוואך בימים ההם, מער ביי די פרויען ווי ביי די מענער.

יענער לדוגמא האט מיר געוויזן א בילד פון זיין מוטער וועלכע איז געגאנגען מיט אויפגעדעקטע האר, זיין פאטער ווידעראום איז געווען שטרעאנג ארדטאדאקסיש און פלעגט פארן קיין גור, זיין מוטערס מוטער איז יא געגאנגען פולקאם צוגעדעקט. אויף מיין אנפראגע וויאזוי עס קען זיין האט ער געזאגט אז זיין מוטער איז געווען מער א מאדערנע און אז אזוי זענען אסאך מאדערניזירטע ווארשעווער פרויען געגאנגען. אלזא מוז נישט זיין אז ווידעאו פון ווארשע געטא זאל עפעס זאגן אויף די סטאנדארט פון אידישקייט לאורך הדורות.

@אנאנים האקט, וואס איז זיכער איז אז מקעניש ברעכן היסטאריע פון עטליכע יוטיוב וידעאוס. היסטארישע ריסוירטש קאסט מער פון בלויז לאזן לויפן יוטיוב'ס שאפל סיסטעם.

פארשטאנד » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:30 am

· #515623
פרנס החודש
Tachlis
די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט
די פראבלעם איז נאר אז איך זיך נאך די באווייז אז פריער איז מען יא געגאנגען צוגעדעקט. ווי ווייט מען קוקט נאך אלטע מאלערייען זעט מען אז מען פלעגט גייט פונקט ווי די גוים (האלב צוגעדעקט מיט א הוט). 📎 IMG_0522.jpgIMG_0522.jpg דאס איז א מאלעריי פון 1170 אין דייטשלאנד. אויבן רעכטן זעהט מען א פרוי מיט א יודן-הוט און לאנגע האר.

מיין מיינונג איז אז נאר די אידן פון רוסלאנד און אראבישע לענדער זענען געגאנגען איגאנצן צוגעדעקט, פשוט ווייל די באבושקאס פון יענע לענדער זענער אויך געגאנגען אזוי.
דאס איז א מאן נישט א פרוי.
פרויען פלעגן נישט טראגן די אידן-הוט.

פארשטאנד » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:32 am

· #515624
פרנס החודש
📎 IMG_0523.jpgIMG_0523.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk
דאס איז אויך א מאספערזאן. (עפן א אשכול איבער האר-סטייל פאר מענער...).
(די דריי פערזאנען אויף די לינקע זייט זענען קריסטן).

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 15, 2023 11:38 am

· #515640
לשם יחוד
סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.
און איך האב א מיליאן דאלער, נאר קיינער ווייסט נישט פון דעם ווייל איך וויל נישט ס'זאל זיין א עין הרע, און אויך האט מיין טאטע א בליטעדיגע פאסיק נאר ער ווייזט עס נישט פאר קיינעם ווייל ער איז א עניו, און אויך בין איך טראמפ נאר איך וויל נישט אז די אנטי טראמפיסטן זאל מיך אויסשפארן פון ק"ש.

קאויטש פאטעיטאוי » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:16 pm

· #515644
וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה

מי ימצא » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:36 pm

· #515649
קאויטש פאטעיטאוי
וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
אמאל ווען איך האב נאך געמיינט, אז שערן איז א חלק פון די זיין א כשר'ע פרוי. און אויב וויל מען א היתר דארף מען גיין צום רב. איז דעיס געווען מיין טענה.
צו וויפיל רבנים איך בין געגאנגען, אז איך וויל צוריק מיין האר, האט יעדער אן אויסנאם, זיך גענומען מעקענען, ווען איך האב דעיס געזאגט.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 15, 2023 2:27 pm

· #515666
מי ימצא

לויטן רא"ש איז אסור פאר א פרוי זיך צי שערן די האר אלץ לא תלבש, פאר א פרוי צי גיין מיט פרויערישע הויזן איז נישט קיין איסור בכלל, מילא זאג פארן דיין אז די ביסט גרייט צי שערן די האר בתנאי אז ער לאזט דיך גיין מיט הויזן, לאמער דעמאלט זעהן צו דער דיין וועט נאך זיין אזא מקיל און לא תלבש.

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 15, 2023 3:14 pm

· #515672
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
[ציטאט אראפגענומען]
האסט לכאורה צוגעוויזן די נישט ריכטיגע לינק, ווייל מען זעט מיט קיין איין אינגע פרוי צוגעדעקט אויף די ווידעא.

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 15, 2023 5:30 pm

· #515680
א הינקעדיגע אלטע פרוי.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 15, 2023 6:02 pm

· #515684
איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.

איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 15, 2023 6:17 pm

· #515687
פשוט היסטאריע לשם היסטאריע, עס רעגט מיר אויף ווען מען פארקויפט ליגנס פאר אונזערע קינדער ווי כאילו "אין דער אלטער היים" איז געווען ווייסעך וואס. דער אשכול איז אין היסטאריע, נישט געזעלשאפט.

צוזאמגעדרייט » זונטאג יאנואר 15, 2023 6:18 pm

· #515688
ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???

יעצט איז נ''י די נייע היים. איין טאג אי"ה וועט עס זיין פאר אונזערע איר אייניקלעך דער אלטע היים נ"י. זיי וועלן שוין מן הסתם זיין אביסל קלוגער און נישט זיין פארנומען צו נאך-טאנצן אלט מאדישע מנהגים. זיי וועלן זיך מאכן נייע באקוועמע מנהגים. צום האפן, אפשר נישט.

נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?

וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???

עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?

כ'האב עס נישט ארויס.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 15, 2023 7:19 pm

· #515697
צוזאמגעדרייט
ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???
תירגע אחי!
פאר אינז ק"שיסטן איז טאקע נישט קיין נפ"מ וויאזוי מען איז געגאנגען אין דער אלטנר היים, אבער אלץ דע מה שתשוב ווען מען האלט דיר פאר אז אינדערהיים איז מען געגאנגען שפיצלעך מיט סימס מיט כל מיני בולתא דשיטא, זאלסט אים ענטפערן אהא, דו ווילסט צוריקגיין צו דער אלטער היים? נאדיר דער אלטער היים, בלויזע האר און קורצע קליידער.

מי ימצא » זונטאג יאנואר 15, 2023 7:24 pm

· #515698
קהל'ס נער
פאר אינז ק"שיסטן
א פערטיגע קהילה. מיר האבן דיינים. מעמבערס. בעליבעתים. און אויך א נאמען. סאיז נעקסט לעוואל.

Tachlis » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:17 pm

· #515706
צוזאמגעדרייט
ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???

יעצט איז נ''י די נייע היים. איין טאג אי"ה וועט עס זיין פאר אונזערע איר אייניקלעך דער אלטע היים נ"י. זיי וועלן שוין מן הסתם זיין אביסל קלוגער און נישט זיין פארנומען צו נאך-טאנצן אלט מאדישע מנהגים. זיי וועלן זיך מאכן נייע באקוועמע מנהגים. צום האפן, אפשר נישט.

נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?

וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???

עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?

כ'האב עס נישט ארויס.
עני וועי, דריי פערטל פון די געשרייבעכצער דא זענען סייווי נאר טענה'רייען לשם טענה'רייען (אדער ענדערש אפצופרעגן די וואס האלטן זיך צו די נישט אמת'ע מיינונגען)

וועם גייט באמת אן צו מ'דארף גיין צוגעדעקט אדער מ'דארף גיין מיט א בארד, אלעס איז נאר לאפוקי מהני צדוקים וציונים וואס פארדרייען די קעפ מיט זייערע ליגנטס

וואלווי » זונטאג יאנואר 15, 2023 10:57 pm

· #515719
מי ימצא
קהל'ס נער
פאר אינז ק"שיסטן
א פערטיגע קהילה. מיר האבן דיינים. מעמבערס. בעליבעתים. און אויך א נאמען. סאיז נעקסט לעוואל.
וואס וועט זיין מיט א לעידיס עקזילירי?

נעקסט לעוועל » מאנטאג יאנואר 16, 2023 6:37 am

· #515729
וואלווי
וואס וועט זיין מיט א לעידיס עקזילירי?
אשת @רביה"ק
באלאנגט דאך צום רעבעצן… נישט אזוי ?

אונטער חכם » מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:37 pm

· #516148
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.

איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:50 pm

· #516151
אונטער חכם
מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.

איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.

פרנס החודש » מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:55 pm

· #516152

אדרבה זאל ער ברענגען ווידעא צו ווייזן ווי ״יונגע״ פרויען זענען געגאנגען צוגעדעקט פאר די קריג.

בן נון » פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:10 pm

· #516351
עס איז ווי צו זאגן אז דער אלגעמיינער חסידישע איד איז געטאנצן מיט א פידל אויפן דאך און ברענגען ראיה’ס פון פידלר אהן די ראוף

זרח הלוי » זונטאג יאנואר 29, 2023 4:31 pm

· #516407
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
קהל'ס נער
אונטער חכם
מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.

איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.
שמן למאור
איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.

איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?

Sent from my SM-G981U using Tapatalk

יאסל ראקאווער » זונטאג יאנואר 29, 2023 5:46 pm

· #516408
כיסוי ראש (אן קיין שום צודעק בכלל, מיט א עפעס א צודעק איז אסאך גרינגער) לויט די רמב"םַ איז א דרבנן וקרא אסמכתאַ בעלמא. מילא במקומות ווי די גוישע גאס גייט אן א צודעק יש מקום לדון בזה. די פאקט איז ס'איז געווען מקומות ווי מ'האט מקיל געווען און אסאך תשובה ספרים זענען פול מיט מוסר דערויף. אבער קיין חזיר איז עס נישט.

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:54 pm

· #536061
לכבוד ר"ה..
לאמיר זיך אומקערן אידאלאך, צוריק צו די אמאליגע טעג!
לאמיר זיך אומקערן ברידאלאך, צום מסורה דעם אמת'ן וועג!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:59 pm

· #536075
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
[ציטאט אראפגענומען]
ר"ה הייסט עס נישט לעיק, ס'הייסט תשליך. לייק, גיימער צו תשליך??

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:25 pm

· #536078
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
דערמאנסט מיר פון ישיבה אין לעיקוואוד ווי דער עולם גייט צום לעיק נאכן דאווענען. זכרונות איינער?

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:35 pm

· #536079
כ'האב עס אמאל מיטגעהאלטן. פון די אנדערע זייט (סענטרול).
יוש איז דעס שיין פארן אשכול בילדער פון א גאנצע געמיינדע..

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=16093

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:50 pm

· #536080
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
דיעזער אשכול האב איך געעפנט מיט די ערווארטן פונג אז איינער וועט זיך דערבארעמען און ארויפלייגן בילדער און ווידעאויס פון אונזערע הייליגע באבעס אין שנה ראשונה אין מארמאראש ווי זיי גייען צו תשליך מיט די שפיצלעך, איך ווארט נאך אז איינער זאל זיך מרחם זיין…

יעקב מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:11 pm

· #536165
פרנס החודש
דיעזער אשכול האב איך געעפנט מיט די ערווארטן פונג אז איינער וועט זיך דערבארעמען און ארויפלייגן בילדער און ווידעאויס פון אונזערע הייליגע באבעס אין שנה ראשונה אין מארמאראש ווי זיי גייען צו תשליך מיט די שפיצלעך, איך ווארט נאך אז איינער זאל זיך מרחם זיין…
פון די געציילטע בילדער וואס איך האב געזעהן פון געוויסע באבעס פאר די קריג זענען זיי אלע געגאנגען אדער שייטלעך אדער אזעלכע טורבאנען.

אבער די זאכן ווענדט זיך באמת ווי מ'האט געוואוינט און וואספארא סארט איד מ'איז געווען.

אין אונגארן זענען קיין ארטדאקסן - לכאורה - נישט געגאנגען מיט די הארע אויפגעדעקט (מאקסימום ביי האר, אבער נישט אינגאנצן אנטבלויזט), אין קראלע איז דאס געווען איינע פון די טריגערס אויף די מחלוקה צווישן רבי אביש ז"ל און ר' שמואל גראס ז"ל.
ר' שאול בראך ז"ל האט איינגעפיהרט א תקנה אז דער וואס די ווייב גייט נישט כדין האט נישט קיין זכות אין די בחירות הקהלה און נאכדעם וואס סאטמער רב ז"ל איז געגאנגען קיין סאטמער האבן די שוואכע פראבירט צו שטימען און האבן געשטיצט רבי אביש ז"ל.

מילך טראק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:18 pm

· #536195
אויך דאהי אין אמעריקע קוק די אלטע קליפס וועסטו זעהן אז מען איז נישט געגאנגען אנגעטוהן צניעותדיג אזויווי זיי ווילן מ'זאל גיין היינט, אין דענמאלטס זענען די גוים געגאנגען מער צניעותדיג