☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15767

כוואליעס » זונטאג יאנואר 8, 2023 4:21 pm

· #515209
ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
איינס פון די בעסטע טאקטיקן וואס קאמפעניס ניצן צו מאכן אסאך געלט איז, מאכן אז די זאך וואס זיי פארקויפן זאל זיך שנעל אויסניצן, ווי למשל א קאמפני וואס פאברצירט שעמפאו וועט מאכן א גרויסע לאך ביי די עפענונג כדי ווען מ'גיסט שעמפאו זאל זיך גיסן א שפע, במילא וועט זיך עס שנעל אויסניצן וועט מען שנעל קויפן א נייע, און אזוי פרובירט א יעדע קאמפעני אנדערע עיצות
אבער די גרעסטע הצלחה וואס א קאמפעני האט נאר געהאט אין אלע דורות, זענען אונזערע היט סוחרים. זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב. איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!

שטעלט'ס ענק פאר עס קומט ארויס א נייע קאמפעני ביי די גויים, און הייבט אן פארקויפן היטן געמאכט פון סטראבערי שארט קעיק דעקארירט מיט הערליכע דיזיינס פון וויפ פאר א נויט וועט עס נאך האבן קאנפעקשן שאגער אויך, דאס זעט אויס גאר געשמאק, מ'קען מאכן דערפון אסאך געלט וויבאלט מענטשן וועלן דארפן קויפן יעדע פאר טעג א נייע היט
ממש דאס זענען אונזערע היטן, דאס איז ממש איינס פון די גרעסטע פירצות פונעם דור, פאלגנט איז א קורצע ליסטע פון די פראבלעמען וואס דאס שאפט:

מען קען נישט גיין מיט א נארמאלע קאוט אדער סוועטער,
מען קען נישט פארן מיט געהעריגע בייקס, לעקטעריק סקוטערס וכדו',
ווען עס רעגנט גייט מען אנגעטון מיט אלע מיני מאדנע בעגס אויפן קאפ,
דאס אליינס אז רעגן איז איינס פון די גרעסטע דאגות פונעם אידישן פאלק,

די עצה איז זייער פשוט: אנהייבן גיין מיט דאטשיק'ס אזוי ווי אלע חסידישע אידן פלעגן גיין אמאל.
נאר וואס דען? אונז גיימיר נאך די היטן סוחרים ווי געטרייע שאף

פאלגענד גיב איך אייך דא די רעסעפי פון סטראבערי שארט קעיק, אויב ווילט איר אריינגיין אין ביזנעס:

https://youtu.be/MoNUQn8HfFU

צקון לחש » זונטאג יאנואר 8, 2023 4:56 pm

· #515211
אויבן אויף זעהט טאקע אויס אז דאשיקעס איז די וועי טו גאו, און ווי כוואליעס האט שיין ערווענט, אבער, און דאס איז א שטארקע אבער!
וואס וועלן מיר ווייזן מיט דעם פאר אונזערע קינדער? אז מיר זיכן זיך פשוט גרינגער צו מאכן? אז מיר זענען בועט אין גלות?? וויאזוי ווילן מיר אז אונזערע קומענדיגע דורות זאלן זיך ספראווען מיט זייערע נסיונות אויב מיר וועלן אדאפטירן פראקטישע סארט ארגומענטן, געבויעט אויף פראסטע מענטשליכע (ליין: גויאישע בהמהישע!) שכל הישר???

:אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :אומגלויבליך:

#סארקאזם אלערט

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 8, 2023 5:13 pm

· #515215
וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?

גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 8, 2023 5:34 pm

· #515217
רביה''ק זי''ע
וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?
330 dollars

טראכטכמוני » זונטאג יאנואר 8, 2023 5:37 pm

· #515218
Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
קודם כל. זייט ווען ווערט א הוט חרוב אזש מ' דארף שוין קויפן א ניייע נאך א רעגן, סך הכל דארף מען עס איבער בלאז/פרעסן.

צווייטנס, הוט סוחרים האבן נישט אריינגעברענגט די היטן אין אונזער געמיינדע, סך הכל שטעלן זיי צו וואס דער'עולם זוכט.

דריטנס, האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון? ס'איז מאדנע? וואס מאכט דעס ווייניגער מאדנע פון דעם אינטערסאנטן שמאטע העכער א שטעקן וואס מענטשן שלעפן ארום מיט זיך אין די רעגן ווי א פארטעבל דאך, א שירעם ריפן זיי עס.

פערטנס, איך שפאר זיך שווערע געלטער אויף א טייערע שיינע רעגן-הוט ביים אריינלייגן מיין הוט אין א גענוצטע סופער-13 בעג. ס'איז אויך בעסער פאר די ענוויראמענט אזוי ווארף איך נישט די בעגס אין גארביטש נאר איך נוץ עס איבער. דערנאך לאז איך עס איבער אין שול אין קאוט רום ווי עס ווערט ווארשיינליך באגראבן צוזאמען מיט די שמות ערב ראש חודש.

ותן לחכם ויחכם עוד

צוזאמגעדרייט » זונטאג יאנואר 8, 2023 6:18 pm

· #515222
כוואליעס
איינס פון די בעסטע אונזערע היט סוחרים,זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב, איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!
גיטע פוינט, קיינמאל אריינגעטראכט אין דעם ספעציפיש.

צוזאמגעדרייט » זונטאג יאנואר 8, 2023 6:20 pm

· #515223
טראכטכמוני
האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון?
ENJOY IT

מתבודד » זונטאג יאנואר 8, 2023 10:13 pm

· #515237
שכ'ח @כוואליעס.

כ'האב גראדע דערמאנט דעם איידיע לעצטנס, דא.

כוואליעס » זונטאג יאנואר 8, 2023 10:25 pm

· #515239
גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
אינטערעסאנט. אויף די בילד זע איך דיר מיט א גרויסע הוט.

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 8, 2023 10:51 pm

· #515241
ער רעדט פון בעל הארבאר ודו"ק.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 9, 2023 5:38 pm

· #515266
איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך איהם געזאגט אז המתחיל במצווה אומרים לו גמור... לאמיר האפן אז מיין הוט איז נאך יא געבליבן גאנץ, אז נישט וועל איך דארפן צאלן 330 טאללער פאר א נייעם... 😂

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 9, 2023 6:03 pm

· #515268
יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:55 pm

· #515325
רביה''ק זי''ע
איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, 😂
איך האף ביסט נישט דארט געווען געצווינגענערהייט

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:56 pm

· #547407
Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
פון אייוועלט...

קישקעטלעך
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4665599

זאלן סאטמאר בחורים גיין מיט באולער היטן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3368072

אומגלויבליך - ביבער הוט פרייז גייט שטענדיג ארויף - אין שיעור למעלה
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3632223

וואלט איר אדער אייער בחור געקויפט א ביליגע הוט ?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61623

אנקעטע-הוטן רעוואלציע
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4311481

בחורים מיט קאשקעטלעך
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=38110