☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)

קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15713
בלאט: 1 2

בת קול » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 6:47 pm

· #513706
קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
נעקסט קענען זיי שרייבן איבער child marriage.
נישט נערמאל וואס גייט פאר ביי ר' יואלי ראטה.

און אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט צופיל בעסער.

פרנס החודש » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 7:36 pm

· #513710
פארקערט גאר, ר' יואלי ראטה האט שוין א בעסערע סיסטעם, ער מאכט זיי כאטש חתונה… ווען ביי אונז קען מען זיך ארומדרייען פאר נאך א פאר יאר זאגן תיקון הכללי…

ערנסט גערעדט, ווען איך זעה מענטשן זענען פארנומען מיט child marriage אן בכלל קומען מיט אן אלטערנאטיוו, וואונדער איך זיך צו עס איז נישט סתם געהאקט פשוט ווייל עס איז נישט אנגענומען אין די אמעריקאנע גאס.
מיין פראפעסארקע האט מיר געפרעגט אינמיטן קלאס מיין בליק אויף יונג חתונה האבן, האב איך גענטפערט אז איך האלט דערפון ווייל מענטשן זענען למעשה מער צופרידן אזוי און עס איז מער נאטירליך.
אויב לאזט מען נישט צו קיין extra marital relations איז יונג חתונה מאכן די איינציגסטע אויסוואל, ממילא האט יואלי ראטה כאטש א מהלך, משא"כ די חסידישע און ישיבה'שע מהלכים.
אדרבה @בת קול, קום אריין זאגן דיין מיינונג איבער עקסטרע-מעריטאל רילעשנאס און ווי אזוי א געזונטע סיסטעם דארף צו ארבייטן.
כנראה איז דאס חתונה האבן שפעט (אויב בכלל) די גרעסטע פראבלעם כהיום אין די מערב וועלט (יא, די גויים האבן אויך שיינע פראבלעמען).

בת קול » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 7:49 pm

· #513711
אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.

פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.

האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)

איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.

ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 10:14 pm

· #513724
ווען איך האב פון די ערשטע מינוט געשריבן [מ'קען נישט דא שרייבן קיין מיאוס'ע טיטלען קעגן א צווייטן, ווי כ'האב דיר שוין כמה וכמה פעמים געזאגט. מנהל] האט מען מיך גערודפט און צענזורירט. קען זיין איך דארף מיך פשוט מאכן א פרויענישע ניק און איך בין גוד טו גאו.

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:56 am

· #513730
בת קול
נעקסט קענען זיי שרייבן איבער child marriage.
נישט נערמאל וואס גייט פאר ביי ר' יואלי ראטה.

און אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט צופיל בעסער.
עס קומערט גאנץ ווייניג פאר די ניו יארק טיימס איבער אומרעכטן וואס קומען פאר ביי חסידישע אידן. וואס שטערט זיי איז אז די חסידישע געמיינדע as a whole האט צו שטארקע מאכט, און איז נישט איינשטימיג מיט די געדאנקן גאנג פון די ליבעראלע אגענדע. דערפאר זיכן זיי מעשיות מיט שמוץ מיט וואס צו פארשמירן אלע חסידישע אידן. מעשיות וועגן עפעס א קליינע קולט ווי מען טוט אומרעכן מיט חתונה מאכן יונג קינדער- ווען רוב חסידישע עולם האלט טאקע דערקעגן, גייט זיי גאנץ ווייניג אהן. איך גלייב נישט אז זיי וועלן רעדן וועגן אזא זאך.
בת קול
אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.

פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.

האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)

איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.

ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.
איך מיין אז די ביסט אביסעלע עקסטרעם. נישט אז איך האלט אז ער האט עס ארויס און זיין מהלך איז גוט, אבער קיין געפערליכע טשיילד אביוז איז עס נישט. ובפרט אז ער טוט אלעס לעגאל דאכצעך (קארעקט מי איף אם ראנג). ער האט געניג שונאים, אז ער וואלט עפעס געטון אומליגאל וואלט ער שוין לאנג געזעצן. איך מיין אז די חתונה אליין ווארט ער אז ביידע זאלן זיין 16 יאר, און לויט די ניו יארק געזעץ קען מען חתונה האבן מיט די צושטימונג פון די עלטערן ביי די 16. (דאכצעך)

יעדע פיפצן יעריגע בחור ווייסט היינט וואס חתונה האבן איז, אפשר אמאל האט מען נישט געוויסט, אבער העי, get up and smell the coffee, זיי ווייסן זייער גוט וואס חתונה האבן איז, און בפרט די בחורים וואס לערנען ביי יואלי ראטה. זיי ווארטן און קוקן שוין ארויס דערויף. געוועליך זענען די מיידלעך יא זיבעצן, א צייט וואס איז שוין אנגענומען ביי מערערע חסידישע פלעצער צו ווערן כלות, איך האב נאכנישט געהערט פון א 15 יעריגע מיידל וואס האט געהאט א קינד ביי זייער קהילה (נאכאמאל, קארעקט מי איף אם ראנג)

פרנס החודש » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:58 am

· #513731
בת קול
אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.

פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.

האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)

איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.

ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.
בת קול, דו שרייבסט איבער אומשולדיגע קינדער און איבער דעם עתיד, דו לייגסט אבער נישט אראפ ווי אזוי דו ווילסט זייער עתיד זאל אויסקוקן. דו ברעגסט ארויס פראבלעמען, אבער דו ברענגסט נישט קיין אלטערנאטיווע. ווי ערווענט אין מיין פריערדיגע תגובה וויל איך טוישן די צוגאנג ביי אונזער עולם אן אריינפאלן אין די פראבלעמען פון די "אמעריקאנע" גאס , עס קוקט מיר אבער אויס פון דיין איגנארירן מיין פראגע אין מיין פריערדיגע תגובה, אז דיין אלטערנאטיווע איז פשוט נאכטון די אמעריקאנע גאס. אויב אזוי פרעג איך דיר, אויב שוין טוישן א סיסטעם פארוואס עס טוישן צו א צווייטע צובראכענע סיסטעם? פאר וואס נישט זיך אראפזעצן טראכטן איבער ווי אזוי וואלט געווען די מערסט פראקטישע צוגאנג? פארוואס נישט אויפקומען מיט עפעס בעסערס?

איך וואלט דיר געוואלט פרעגן, וואס ברויך א 17 יעריג בחור טון מיט זיינע urges אין אן עולם התיקון?

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 1:21 am

· #513733
שמן למאור
יעדע פופצן יעריגע בחור ווייסט היינט וואס חתונה האבן איז, אפשר אמאל האט מען נישט געוויסט, אבער העי, get up and smell the coffee, זיי ווייסן זייער גוט וואס חתונה האבן איז, און בפרט די בחורים וואס לערנען ביי יואלי ראטה. זיי ווארטן און קוקן שוין ארויס דערויף. געוועליך זענען די מיידלעך יא זיבעצן, א צייט וואס איז שוין אנגענומען ביי מערערע חסידישע פלעצער צו ווערן כלות, איך האב נאכנישט געהערט פון א 15 יעריגע מיידל וואס האט געהאט א קינד ביי זייער קהילה (נאכאמאל, קארעקט מי איף אם ראנג)
די כלה פון די שידוך וואס איז היינט געווארן איז 14 יאר אלט.
קען זיין זי האט נאך אפילו קיינמאל געהאט א פיריעד.
זי קומט פון א פרומע שטוב און ווייסט נישט פון גארנישט.

די לעגאלע עלטער פון חתונה האבן איז לעצטנס געווארן ארויף געריקט צו 18.
ב.ק. Fails מאכט זיך יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
אפגערעדט אז אפאר פון זיינע קאפלס האבן געהאט בעיביס 9 חדשים נאכן חתונה.

איינער וואס נעמט זיך נאך אן פאר אים איז אדער נישט באהאוונט, אדער סתם פארריקט.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 1:22 am

· #513735
פרנס החודש
איך וואלט דיר געוואלט פרעגן, וואס ברויך א 17 יעריג בחור טון מיט זיינע urges אין אן עולם התיקון?
נישט אויסניצן א מיידל פאר זיין garbage can.

די ענטפער פון די וועלטס צרות איז נישט אלעמאל די פרויען.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 7:44 am

· #513742
לויט טעלעגראם איז דער חתן 14 און די כלה 15. עכ"פ בעיביס זענען זיי ביידע.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:08 am

· #513751
איך וואלט מיר פארגעשטעלט אז ער טוט עס אויף א לעגאלע וועג. ער גייט צו א סטעיט וואס דארט איז עס לעגאל און טוט עס דארט.

פרנס החודש » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:35 am

· #513753
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
און דאס קען ער פארשטייט זיך נאר טון מיט די צושטימונג פון די עלטערן, אז נישט איז עס טרעפיקינג.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:40 am

· #513754
די ארגומענט אז מיידלעך זאלן חתונה האבן צוליב וואס בחורים האבן דעזייער'ס איז א שאנדפולע. ס'האט נישט קיין הענט און פיס.

מצד שני איז @בת קול'ס מהלך היפש איגנאראנט, דאס אז יונגע מיידלעך זענען נישט קיין סעלושאן פאר בחורים איז אמת, אבער קענסט נישט לאכן מענטשן אין פנים ווען די זאגסט אז די פארשטייסט בכלל נישט זייערע אישו'ס.

מצד שני איז דער מהלך אז מיידלעך זענען נישט אנטוויקלט כלל נישט אמת, ס'איז געשמאק זיך איינצורעדן אז ווען מ'וואלט געווען עלטער וואלט מען געהאט א בעסערע צוזאמענלעבן, דער פאקט איז אז מיט דעם בליק אויף געשלעכטליכקייט און מיט די נעגאטיווע געפילן אנבאלאנגט די אייגענע קערפער מיט וועלכע רוב היימשיע מיידלעך האבן חתונה וואלט זיי נישט געהאלפן צו ווארטן אפילו ביז די הונדערט און צוואנציג, סוואלט אלס געווען צו פריה.

דער פאקט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט הייבן מיידלעך אן צו האבן פיזישע רילעישאנשיפ'ס ביי די פופצן יאר און דורכשניט [יעדער איז מכובד אליינס צו גוגלען] און גארנישט פעלט זיי נישט. ביי אונז וואלט מען ווארשיינליך נישט געהאט קיין גרויסע אישו חתונה צו האבן ביי די זעכצן ווען מ'יז ווען ריכטיג אנטוויקלט.

אומאנטוויקלטע טינעידזשער פון ביידע דזשענדער'ס גייען דורך שבעה מדורי גיהינום ווען זיי האבן חתונה, @בת קול האט שוין באטיטלט דעם חתן בליל החתונה אלס פשוטער הענקער און מאנס און דער צייט וואס ער איז נישט קיין קלענערער רחמנות פון זיין כלה פאר ווער ס'האט שוין אמאל פרובירט.

אין תכלית זאג איך דריי נקודות, איינס אז דער ארגומענט אז מיידלעך דארפן דינען די בחורים איז א שאנדפולע, צוויי אז מזאל נישט ווענדן דעם שולד פינגער אנטקעגן די מענער ווען אין תכלית זענען זיי די זעלבע שולדיג פון די מיידלעך. דריטנ'ס, אונזער אישו איז בכלל נישט פריה חתונה האבן. דער אישו איז וויאזוי מ'האט חתונה.

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 11:05 am

· #513755
לאמיר עס אביסל צונעמען.

קודם כל איז די געדאנק פון חתונה מאכן יונג אין היכל הקודש נישט זיין אייגענע געדאנק, עס קומט נאר פון זיין רבי די מהרא"ש. נישט אז דאס פארמינערט די עוולה, נאר עס קומט נישט ממש פון א פלאץ פון א קולט פירער וואס טרעפט אויס נייע וועגן זיך משתלט צו זיין אויפן ציבור. עס איז מער זיין בלינדע אמונה וואס ער האט אין זיין רבי, אז אלעס וואס ער האט געזאגט איז קודש קדשים מפי ר' נחמן אליינס.

יעצט, עס איז דא בעיקר צוויי חלקים אין וואס חתונה האבן יונג הערט זיך אומדערהערט פאר רוב באזעצענע מענטשן.
איינס איז די חלק פון אינטימישע באציאונגען וואס מען האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו האבן אזוי פרי.
די צווייטע איז די חלק פון די אחריות צו פירן א שטוב, און אין דעם איז נכלל האבן קינדער, וואס רוב מענטשן קוקן אהן אז מען דארף זיין גענוג אלט צו קענען האבן אזא אחריות.

אין די אלגעמיינע וועלט איז אינטימישע באציאונגען מיט חתונה האבן בכלל נישט געבינדן, רוב טינעידזשערס האבן סקס פאר זיי ווערן 18, א שנעלע גוגל זיך ווייזט אז די אלגעמיינע צייט צו פארלירן די ווירג'יניטי אין אמעריקע שטייט ביי 16.9 יאר. דאס איז די עוורידזש און עס רעכנט אריין די גאר רעליגיעזע וואס זענען אבסינענט ביז מערידזש. אין די אלגעמיינע וועלט איז האבן סקט מיטן חבר'טע ביי די 15 בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע. יא, בת קול, אודאי רעגן זיך די מאמעס, אבער דאס איז א פאקט און עס געשעט ממילא, און אייגנטליך זע איך נישט די גרויסע עוולה אין דעם אז א אינגל מיט א מיידל וואס ליבן זיך זאלן האבן געשלעכט ביי די 15-16.
פארשטייט זיך אז מען דארף נעמען קאונטערסעפטיווס, און אויף דעם האט מען טאקע סקס-עד.

יעצט די עיקר סיבה פארוואס אין די אלגעמיינע וועלט איז חתונה האבן פרי אזוי אומדערהערט איז ווייל מען קוקט אויף די צווייטע חלק. ביז די דרייסיג דארף מען זיין ביזי צו טשילן און זיך בויען א קאריערע, צו נעמען אויף זיך די עול פון חתונה געהאטע לעבן איז צופיל פאר א אינגע מענטש.

יעצט לענינינו, די חלק פון אינטימישע באציאונגען איז דאך ביי זיי בכלל נישט קיין גרויסע פראבלעם, און איך קוק עס אויך נישט אהן אלס די גרויסע עוולה דא. יא, דאס אז מען קוקט עס אהן אלס א וועג צוצושטעלן א טוילעט פאר דעם בחור, די געדאנקן-גאנג איז טאקע פאלש. אבער דאס אז א מויד מיט א מוידקע וואס ליבן זיך האבן געשלעכט ביי די 15-16 איז בכלל נישט אזא עוולה. וועסטו שרייען הא! זיי קענען זיך דאך אבער נישט! וויאזוי קענען זיי זיך ליבן?! מיי פרענד, די זעלבע פראבלעם וועסטו האבן ביי די 18-19 אויך, דאס איז א צווייטע פראבלעם וואס אונזער סעגראגירטע סאסייעטי האט. נישט דא שטעקט די פראבלעם.

ווידעראום די צווייטע טענה אז אזעלכע אינגע קינדער קענען נישט טראגן קיין אחריות פון פירן א שטוב. איז קודם בנוגע די חלק פון האבן קינדער האף איך טאקע אז מען נעמט בורט קאנטראל ביז די מיידל איז עלטער. אודאי העלפט עס נישט אייביג, אבער דאס איז א חלק פון לעבן און די פראבלעם איז דאך דא ביי די אלגעמיינע וועלט אויך. מען דארף עס פשוט נעמען מער ערנסט און נעמען די ריכטיגע באווארענונגען.

און בנוגע די עיקר פראבלעם אז עס איז צו א גרויסע אחריות פאר אזעלכע קליינע קינדער. קודם כל אונזערע 18 יעריגע שנוקעס שטייען נישט צופיל בעסער... גיי פארצייל פאר א גוי אז מען מאכט חתונה ביי די 18 אנשטאט ביי די 30, ער וועט דיר אנקוקן די זעלבע פאררוקט. אבער די גרויסע חילוק דא איז אז חתונה האבן מיינט ביי אונז גאר עפעס אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אין די גרויסע וועלט מיינט חתונה האבן אינדעפענדענס, מען מופט זיך קיין ווייסעכווי, מען שטעלט זיך אוועק אויף די אייגענע פיס, סיי פאקטיש, סיי פינאנציעל, און מען דארף טאקע זיין גענוג אלט פאר דעם. אבער ביי אונז לעבט מען דאך ממילא ביז די 25 יאר אונטערן מאמעס פארטוך. מען שטעלט זיך עניוועי נישט אוועק אויף די אייגענע פיס ביז די 30, נו וואס איז די גרויסע חילוק 15 אדער 18, וועט מען עסן נאך דריי יאר מער די מאמעס געפילטע פיש.

זופ האקט גאר ענליך.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 11:37 am

· #513757

די חילוק איז אז עס איז געהעריג רעיפ.
א 14 יעריגע האט נישט גענוג אן אנטוויקלטע מח צו געבן קאנסענט און וויסן אז זי קען בכלל זאגן ניין.

וויאזוי גלייכסטו אפילו צו א situation וואס די עלטערן זענען דערקעגן, צו א מצב ווי די עלטערן שטיפן פאר רעיפ?

אמת עס איז שלעכט אויך ביי די 18, אבער א 18 יעריגע איז מער בכח צו זאגן ניין ווי א 14 יעריגע.

ס׳איז אמת אז מיר האבן א פראבלעם מיט די גאנצע בעשוי סיסטעם, אבער דאס איז נישט די סעלושאן. דאס מאכט עס נאר ערגער.

אויב א 18-20 יעריגע האט אפשר אביסל זיך געקענט קעגנשטעלן צו א שידוך, איז דאס שוין אויך נישט קיין אפציע.

האבן א בעיבי ביי די 20 איז שווער. האבן א בעיבי ביי די 15 איז נאר שווערער.

עס העלפט נישט דעם פראבלעם. עס מאכט נאר ערגער.

Not everything in life is about s3x.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 11:40 am

· #513758
זופ מיט מאנדלען
די ארגומענט אז מיידלעך זאלן חתונה האבן צוליב וואס בחורים האבן דעזייער'ס איז א שאנדפולע. ס'האט נישט קיין הענט און פיס.

מצד שני איז @בת קול'ס מהלך היפש איגנאראנט, דאס אז יונגע מיידלעך זענען נישט קיין סעלושאן פאר בחורים איז אמת, אבער קענסט נישט לאכן מענטשן אין פנים ווען די זאגסט אז די פארשטייסט בכלל נישט זייערע אישו'ס.

מצד שני איז דער מהלך אז מיידלעך זענען נישט אנטוויקלט כלל נישט אמת, ס'איז געשמאק זיך איינצורעדן אז ווען מ'וואלט געווען עלטער וואלט מען געהאט א בעסערע צוזאמענלעבן, דער פאקט איז אז מיט דעם בליק אויף געשלעכטליכקייט און מיט די נעגאטיווע געפילן אנבאלאנגט די אייגענע קערפער מיט וועלכע רוב היימשיע מיידלעך האבן חתונה וואלט זיי נישט געהאלפן צו ווארטן אפילו ביז די הונדערט און צוואנציג, סוואלט אלס געווען צו פריה.

דער פאקט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט הייבן מיידלעך אן צו האבן פיזישע רילעישאנשיפ'ס ביי די פופצן יאר און דורכשניט [יעדער איז מכובד אליינס צו גוגלען] און גארנישט פעלט זיי נישט. ביי אונז וואלט מען ווארשיינליך נישט געהאט קיין גרויסע אישו חתונה צו האבן ביי די זעכצן ווען מ'יז ווען ריכטיג אנטוויקלט.

אומאנטוויקלטע טינעידזשער פון ביידע דזשענדער'ס גייען דורך שבעה מדורי גיהינום ווען זיי האבן חתונה, @בת קול האט שוין באטיטלט דעם חתן בליל החתונה אלס פשוטער הענקער און מאנס און דער צייט וואס ער איז נישט קיין קלענערער רחמנות פון זיין כלה פאר ווער ס'האט שוין אמאל פרובירט.

אין תכלית זאג איך דריי נקודות, איינס אז דער ארגומענט אז מיידלעך דארפן דינען די בחורים איז א שאנדפולע, צוויי אז מזאל נישט ווענדן דעם שולד פינגער אנטקעגן די מענער ווען אין תכלית זענען זיי די זעלבע שולדיג פון די מיידלעך. דריטנ'ס, אונזער אישו איז בכלל נישט פריה חתונה האבן. דער אישו איז וויאזוי מ'האט חתונה.
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:28 pm

· #513760
בת קול

עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?
כהאלט אז די וועג וויאזוי מען באציהט זיך דא איינער צום צווייטן איז אומגערעכט, ווען יענער שרייבט קלאר און דייטליך זיין מיינונג איז אומגערעכט צו אריינטראסקען א האלבער פלאקן אן פונקטליך מסביר זיין וואס מען וויל און וואס עס מיינט.

לגופו של ענין האב איך געמאכט צוויי פונקטן.

אין אנהויב ווען אינטימעסי איז גאר אומבאקוועם איז עס נישט באקוועם פאר קיינעם, צו באשולדיגן איינעם אין סיי וואס איז אומגערעכט. סאיז א געמיינזאמע אקט פון חורבן.

די צווייטע נקודה איז אז די סיבה פארוואס די מענער לערנען זיך עווענטועל שנעלער צו ווי די פרויען האט נישט מיט עידזש, ס'האט מיט קולטור.

אין צוויי ווערטער, נניח אז חתונה מאכן יונג איז א חורבן דאן באשולדיג די כלה פונקט ווי דעם חתן, הער אויף צו האקן אויף די מענער וועלכע ליידן פונקט אזוי אין די ערשטע תקופה ווי די פרויען.

צווייטנ'ס, די חורבן וואס ס'איז שוין יא דא קומט בעיקר פון די פרעספעקטיוו אויף געשלעכטליכקייט, נישט פון די עידזש. והא ראיה איז די אלגעמיינע וועלט איז שוין דא געשלעכט אין די עידזשעס אין גרויסן. אלזא קוק נישט אויף עידזש. קוק אויף פרעספעקטיוו.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 1:56 pm

· #513765
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
יעדער זאל זיך חתונה האבן (אויב בכלל) צו וועם מען וויל און צו וועם מען ליבט. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף בכלל האבן א פרעמדע מענטש אינעם בילד. ווער דארף א רבי, רב וכו'וכו' צו חתונה האבן? חתונה האבן איז א זאך פון הומען נאטור.

איי געס מענטשן זענען אויפגעוואקסן אזוי מין קראנק, אז מען קען נישט נעמען קיין איינציגע אייגענע טריט אין לעבן. דער עולם ווארפט זיך ארויף אויף קולט פירער ווי פיצי בעיביס, צו זאל עס זיין רי יאול ראטה, די לאקאלע רב אדער משפיע און אפילו עלטערן, וואט די העק?

אפילו די קולט פירער זענען נישט געניג זיכער מיט זיך אליינס, זיי וועלן אלעס ארויסווארפן (ספינען) אויף פריערדיגע צדיקים.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:59 pm

· #513790
[ציטאט אראפגענומען]
מען שפארט טאקע געלט ווען מען מאכט דעם בחור'ל בר מצוה און חתונה די זעלבע נאכט.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:01 pm

· #513791
זופ מיט מאנדלען
בת קול

עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?
כהאלט אז די וועג וויאזוי מען באציהט זיך דא איינער צום צווייטן איז אומגערעכט, ווען יענער שרייבט קלאר און דייטליך זיין מיינונג איז אומגערעכט צו אריינטראסקען א האלבער פלאקן אן פונקטליך מסביר זיין וואס מען וויל און וואס עס מיינט.

לגופו של ענין האב איך געמאכט צוויי פונקטן.

אין אנהויב ווען אינטימעסי איז גאר אומבאקוועם איז עס נישט באקוועם פאר קיינעם, צו באשולדיגן איינעם אין סיי וואס איז אומגערעכט. סאיז א געמיינזאמע אקט פון חורבן.

די צווייטע נקודה איז אז די סיבה פארוואס די מענער לערנען זיך עווענטועל שנעלער צו ווי די פרויען האט נישט מיט עידזש, ס'האט מיט קולטור.

אין צוויי ווערטער, נניח אז חתונה מאכן יונג איז א חורבן דאן באשולדיג די כלה פונקט ווי דעם חתן, הער אויף צו האקן אויף די מענער וועלכע ליידן פונקט אזוי אין די ערשטע תקופה ווי די פרויען.

צווייטנ'ס, די חורבן וואס ס'איז שוין יא דא קומט בעיקר פון די פרעספעקטיוו אויף געשלעכטליכקייט, נישט פון די עידזש. והא ראיה איז די אלגעמיינע וועלט איז שוין דא געשלעכט אין די עידזשעס אין גרויסן. אלזא קוק נישט אויף עידזש. קוק אויף פרעספעקטיוו.

I don’t think you get my point.
איז דער בחור desperate חתונה צו האבן, אדער איז עס א טראומא?
אויב דער בחור וויל נישט האבן דעם טראומא, וואס איז די איילעניש?

פאליטיקאנט » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 9:31 pm

· #513805
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
[ציטאט אראפגענומען]
געוואלדיגע דברי חכמה.
מאך חתונה די קינדער ביי די זיבן וועסטו זיך שפארן פינאנציעל פון כיתה ה' און ווייטער. בנוסף לזה וועט שוין די קינד אויך קענען ארומגיין פורים פאר זיך אליין, אנשטאט צוזאמנעמען התחייבות פאר'ן ישיבה.

nothing » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 1:21 am

· #513820
שמן למאור
לאמיר עס אביסל צונעמען.

קודם כל איז די געדאנק פון חתונה מאכן יונג אין היכל הקודש נישט זיין אייגענע געדאנק, עס קומט נאר פון זיין רבי די מהרא"ש. נישט אז דאס פארמינערט די עוולה, נאר עס קומט נישט ממש פון א פלאץ פון א קולט פירער וואס טרעפט אויס נייע וועגן זיך משתלט צו זיין אויפן ציבור. עס איז מער זיין בלינדע אמונה וואס ער האט אין זיין רבי, אז אלעס וואס ער האט געזאגט איז קודש קדשים מפי ר' נחמן אליינס.

יעצט, עס איז דא בעיקר צוויי חלקים אין וואס חתונה האבן יונג הערט זיך אומדערהערט פאר רוב באזעצענע מענטשן.
איינס איז די חלק פון אינטימישע באציאונגען וואס מען האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו האבן אזוי פרי.
די צווייטע איז די חלק פון די אחריות צו פירן א שטוב, און אין דעם איז נכלל האבן קינדער, וואס רוב מענטשן קוקן אהן אז מען דארף זיין גענוג אלט צו קענען האבן אזא אחריות.

אין די אלגעמיינע וועלט איז אינטימישע באציאונגען מיט חתונה האבן בכלל נישט געבינדן, רוב טינעידזשערס האבן *** פאר זיי ווערן 18, א שנעלע גוגל זיך ווייזט אז די אלגעמיינע צייט צו פארלירן די ווירג'יניטי אין אמעריקע שטייט ביי 16.9 יאר. דאס איז די עוורידזש און עס רעכנט אריין די גאר רעליגיעזע וואס זענען אבסינענט ביז מערידזש. אין די אלגעמיינע וועלט איז האבן סקט מיטן חבר'טע ביי די 15 בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע. יא, בת קול, אודאי רעגן זיך די מאמעס, אבער דאס איז א פאקט און עס געשעט ממילא, און אייגנטליך זע איך נישט די גרויסע עוולה אין דעם אז א אינגל מיט א מיידל וואס ליבן זיך זאלן האבן געשלעכט ביי די 15-16.
פארשטייט זיך אז מען דארף נעמען קאונטערסעפטיווס, און אויף דעם האט מען טאקע ***-**.

יעצט די עיקר סיבה פארוואס אין די אלגעמיינע וועלט איז חתונה האבן פרי אזוי אומדערהערט איז ווייל מען קוקט אויף די צווייטע חלק. ביז די דרייסיג דארף מען זיין ביזי צו טשילן און זיך בויען א קאריערע, צו נעמען אויף זיך די עול פון חתונה געהאטע לעבן איז צופיל פאר א אינגע מענטש.

יעצט לענינינו, די חלק פון אינטימישע באציאונגען איז דאך ביי זיי בכלל נישט קיין גרויסע פראבלעם, און איך קוק עס אויך נישט אהן אלס די גרויסע עוולה דא. יא, דאס אז מען קוקט עס אהן אלס א וועג צוצושטעלן א טוילעט פאר דעם בחור, די געדאנקן-גאנג איז טאקע פאלש. אבער דאס אז א מויד מיט א מוידקע וואס ליבן זיך האבן געשלעכט ביי די 15-16 איז בכלל נישט אזא עוולה. וועסטו שרייען הא! זיי קענען זיך דאך אבער נישט! וויאזוי קענען זיי זיך ליבן?! מיי פרענד, די זעלבע פראבלעם וועסטו האבן ביי די 18-19 אויך, דאס איז א צווייטע פראבלעם וואס אונזער סעגראגירטע סאסייעטי האט. נישט דא שטעקט די פראבלעם.

ווידעראום די צווייטע טענה אז אזעלכע אינגע קינדער קענען נישט טראגן קיין אחריות פון פירן א שטוב. איז קודם בנוגע די חלק פון האבן קינדער האף איך טאקע אז מען נעמט בורט קאנטראל ביז די מיידל איז עלטער. אודאי העלפט עס נישט אייביג, אבער דאס איז א חלק פון לעבן און די פראבלעם איז דאך דא ביי די אלגעמיינע וועלט אויך. מען דארף עס פשוט נעמען מער ערנסט און נעמען די ריכטיגע באווארענונגען.

און בנוגע די עיקר פראבלעם אז עס איז צו א גרויסע אחריות פאר אזעלכע קליינע קינדער. קודם כל אונזערע 18 יעריגע שנוקעס שטייען נישט צופיל בעסער... גיי פארצייל פאר א גוי אז מען מאכט חתונה ביי די 18 אנשטאט ביי די 30, ער וועט דיר אנקוקן די זעלבע פאררוקט. אבער די גרויסע חילוק דא איז אז חתונה האבן מיינט ביי אונז גאר עפעס אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אין די גרויסע וועלט מיינט חתונה האבן אינדעפענדענס, מען מופט זיך קיין ווייסעכווי, מען שטעלט זיך אוועק אויף די אייגענע פיס, סיי פאקטיש, סיי פינאנציעל, און מען דארף טאקע זיין גענוג אלט פאר דעם. אבער ביי אונז לעבט מען דאך ממילא ביז די 25 יאר אונטערן מאמעס פארטוך. מען שטעלט זיך עניוועי נישט אוועק אויף די אייגענע פיס ביז די 30, נו וואס איז די גרויסע חילוק 15 אדער 18, וועט מען עסן נאך דריי יאר מער די מאמעס געפילטע פיש.
:לייק :לייק

signout » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:04 pm

· #513844
בת קול
שמן למאור
יעדע פופצן יעריגע בחור ווייסט היינט וואס חתונה האבן איז, אפשר אמאל האט מען נישט געוויסט, אבער העי, get up and smell the coffee, זיי ווייסן זייער גוט וואס חתונה האבן איז, און בפרט די בחורים וואס לערנען ביי יואלי ראטה. זיי ווארטן און קוקן שוין ארויס דערויף. געוועליך זענען די מיידלעך יא זיבעצן, א צייט וואס איז שוין אנגענומען ביי מערערע חסידישע פלעצער צו ווערן כלות, איך האב נאכנישט געהערט פון א 15 יעריגע מיידל וואס האט געהאט א קינד ביי זייער קהילה (נאכאמאל, קארעקט מי איף אם ראנג)
די כלה פון די שידוך וואס איז היינט געווארן איז 14 יאר אלט.
קען זיין זי האט נאך אפילו קיינמאל געהאט א פיריעד.
זי קומט פון א פרומע שטוב און ווייסט נישט פון גארנישט.

די לעגאלע עלטער פון חתונה האבן איז לעצטנס געווארן ארויף געריקט צו 18.
ב.ק. Fails מאכט זיך יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
אפגערעדט אז אפאר פון זיינע קאפלס האבן געהאט בעיביס 9 חדשים נאכן חתונה.

איינער וואס נעמט זיך נאך אן פאר אים איז אדער נישט באהאוונט, אדער סתם פארריקט.
ס'דא וואס האבען געהאט קינדער בעפאר די 18?

signout » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:06 pm

· #513845
מ'רעדט דא פין די פיינענשעל בענעפיט, ס'נישט אזוי פשוט, ווייל קען מען נישט אויפנעמען א ארבייטער וואס איז נאכנישט גענוג אלט לויטן געזעץ דארף אים די טאטע ווייטער אויסהאלטן ביז ער קען נעמען א זשאב, ומאי הועילו.

מי ימצא » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:37 pm

· #513849
signout
ס'דא וואס האבען געהאט קינדער בעפאר די 18?
אין ארץ ישראל איז עס א נארמאלע זאך, ביי די תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.
טיפיקעל מעשה דארטן צו זעהן, א פרוי וואקט ארויף אויף א אגד באס מיט צוויי פיצלעך אין די הענט, און צאלט מיט א קינדער קארטל.
(דארטן טוישט זיך די פרייז ביי די אכצן יאר.)

צוזאמגעדרייט » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:51 pm

· #513852
מי ימצא
אין ארץ ישראל איז עס א נארמאלע זאך, ביי די תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.
טיפיקעל מעשה דארטן צו זעהן, א פרוי וואקט ארויף אויף א אגד באס מיט צוויי פיצלעך און די הענט, און צאלט מיט א קינדער קארטל.
(דארטן טוישט זיך די פרייז ביי די אכצן יאר.)
א גרעסערע חידוש איז, אז זי צאָלט בכלל.

מתבודד » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:26 pm

· #513876
מי ימצא
signout
ס'דא וואס האבען געהאט קינדער בעפאר די 18?
טיפיקעל מעשה דארטן צו זעהן, א פרוי וואקט ארויף אויף א אגד באס מיט צוויי פיצלעך אין די הענט, און צאלט מיט א קינדער קארטל.
די זעלבע טיפיקל איז צו זען עלטערע מענטשן צאלן מיט א קינדער רב-קו. אדרבה פרעג די מיר'ער בחורים וואס האבן קרובים אין ארץ. די זעלבע טיפיקל איז צו זען מענטשן ארויפגיין אן באצאלן. (נישט נאר חרדים...)
וואס איז נישט טיפיקל איז אז מענטשן האבן 2 קינדער אינטער די אכצן.

מתבודד » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:09 pm

· #513884
סתם אזוי, צוגלייכנדיג די לעבנסשטייגער פון ר' יואלי ראטה'ס מהלך מיט די אלגעמיינע חסידישע מהלך החיים שטעלט זיך ארויס אזוי:

-ביי חסידים פאמפט מען צו דינען דעם רבי'ן און די חסידות ווס. ראטה ווי ער פרעדיגט מ'זאל רעדן צום אויבערשטן
-ביי חסידים גייט די גאנצע פרנסה אויף איבעריגע אומוויכטיגע נארישקייטן צו ערפילן די ''איך בין אינעם סיסטעם'' געפיל, ווס. ראטה וואס לערנט אויס וויאזוי צו לעבן שפארזאם און בוזשעטן נארמאל אנשטאט אויסגעבן געהארעוועטע געלט אויף שתותים
-ביי חסידים גיט מען לאנגע שיעורים פאר חתן-כלה לערנענדיג הרחקות והמסתעף באריכות עם כל החומרות, אבער פארפעלן צו געבן יסודות'דיגע פראקטישע הדרכה פאר א געזונטע רלעישענשיפ, ווס. ראטה וואס רעדט נאכאמאל און נאכאמאל איבער זיך לעבן גוט מיט די ווייב מיט פשוטע עצות און טיפס כידוע
-ביי חסידים האט מען גארנישט מיטן רבי'ן צוטון חוץ ווען ער איז דא פאר זיין געלט.. ווס ראטה וואס לייגט זיך אריין צו העלפן זיינע מענטשן באיזה אופן ששייך.

לעט'ס בי האנעסט, ביים בעש''ט זענען ס'רוב מענטשן געווען פשוטע אידן וואס ער האט זיי אויפגעלאכטן די אויגן אז זייערס א משנה צו קאפיטל תהלים איז אויך חשוב ביים רבוש''ע וכו', די מיעוט זענען געווען בני עליה וואס האבן געשוועבט אין די עולמות. כהיום הזה זענען די רוב פון חסידישע ציבור פשוטע פלעינע מענטשן וואס ארבעטן שווער צו לייגן ברויט אויפן טיש און האבן קוים צייט צו עפענען א אידיש ספר. אבל דא עקא די חסידישע סיסטעם פירט זיך אויף און פארלאנגט פון פשוטי בני עם צו זיין כאילו די גרעסטע בני עליה אזש בחורים פארלאנגט מען זאלן גיין מיט א גארטל... וכו' וכו' יעדער פארשטייט די נקודה.
יעצט ר' יואל ראטה פרובירט אביסל צוריקצוברענגן די ארגינעלע בעש''ט מהלך. לערן א משנה א טאג. רעד צום אויבערשטן. דאוון דריי תפילות א טאג... זיין מהלך ענדלט סאך מער אין חסידות ווי די אלע אפציעלע גרויסע 'חסידות'.
----
שוין. כ'וואלט גערן אויך ארויסגעברענגט זיינע חסרונות און פראבלעמען (מינינג, כ'בין נישט זיינס א חסיד) אבער די עולם טוט דאך שוין דאס אין גרויסן. ס'פעלט שוין נישט אויס.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:18 am

· #513896
ר' יואל ראטה איז א מוסטערהאפטיגע מנהיג וואס לערנט אויס מער ווי אלע רבי'ס, אמת.
ער רעדט וויכטיגע זאכן וואס אנדערע רעדן נישט. אמת.

אבער מיט אלעמען, שטרעבט ער צו משוגעתן וואס קיינער וויל נישט. ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם מיט נארמעס. ער איז שטיקעל משוגע ל"ע.

לאמיר נעמען א משוגעת וואס איז א נארמע, טראגן דער זעלבער הוט. איינער וואס טראגט א הויכע היט, טוישט נישט אויף א קראך הוט צו אראפ געבויגענע הוט. טאמער זאל איך אנהייבן טראגן יעדעס טאג א אנדערע הוט, ווער איך א משוגענער, און וועל מן הסתם נישט קענען וואוינען צווישן אונזערע סארט מענטשן.

פארוואס אבער? מען קען נישט האבן אנדערע סארט הוטען און טראגן וואס עס שמעקט מיר? ניין קענסט נישט.

דאס איז א דבר פשוט וואס יעדער פארשטייט.

פאקט איז, עס איז נישט נארמאל צו חתונה האבן בזמן הזה אונטער אכצען. דריי אהין דריי אהער, פרעג קשיות מאך קל וחומר'ס און גזירה שוה'ס, אבער משוגע בלייבט עס.

דאס איז דער יסוד פין יואל ראטה, נישט מכבד זיין נארמעס, חתונה מאכן אין בית המדרש, און נאך צענדליגע דוגמאות. דאס מאכט אים א - משוגענער, לא פחות ולא יותר.

די אלע זאכן וואס ער טוט אנדערש וואס זעהט אויס ווי גוטע זאכען, איז אלץ אזעלכע ענינים וואס זענען אנדערש ווי דער נארמע.

איך ווארט נאר ער זאל מאכן אז דער יונגער פארפאלק זאל האבן א בעדרום ביים שווער און דארט עסן קעסט, אזויווי אמאהל. פארוואס נישט? שפארען דירה געלט!!

אוודאי איז דא ענינים הצריכים תיקון ביי אונז, אבער זבל פרדותיו פין אונז, ולא כספו וזהבו של יואל ראטה.

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:00 am

· #513899
היסטאריע
דאס איז דער יסוד פין יואל ראטה, נישט מכבד זיין נארמעס.
ווייל ער צוברעכט געוויסע נארמעס!!!
וואו, איך האב נישט געוויסט וואספארא חסיד פונעם סיסטעם מיר האבן דא.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:22 am

· #513903
היסטאריע
ר' יואל ראטה איז א מוסטערהאפטיגע מנהיג וואס לערנט אויס מער ווי אלע רבי'ס, אמת.
ער רעדט וויכטיגע זאכן וואס אנדערע רעדן נישט. אמת.

אבער מיט אלעמען, שטרעבט ער צו משוגעתן וואס קיינער וויל נישט. ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם מיט נארמעס. ער איז שטיקעל משוגע ל"ע.

אוודאי איז דא ענינים הצריכים תיקון ביי אונז, אבער זבל פרדותיו פין אונז, ולא כספו וזהבו של יואל ראטה.
איך "דיסעגרי" מיט יעדעס איינציגע ווארט באזונדער!

מתבודד » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:42 am

· #513910
איך הער. ענדערש האבן א צודרייטן אומגעשמאקער אומצופרידנער און אומפראקטישער לעבן - אבער הייסן ''נארמאל'', ווי לעבן א געשמאקע געזונטע לעבן - און הייסן ''נישט נארמאל''.
ר' איד, צופיל קרבנות זענען שוין אויסגעגאנגן אויף די מזבח ה'נארמאלקייט. סאאאאך מער ווי אויף די מזבח המשוגע.

(דוגמא קטנה, דארף איך צאלן 300 דאלער פאר א סארט הוט וואס מיין זיידע איז (גראדע נישט) געגאנגען, און 5 טויזענט פאר א שטריימל ווייל מארקערטערס האבן מצליח געווען יעדעם צו משכנע זיין? אויב טו איך מארגן אן א דאשיק טו איך עפעס ראנג? ווילאנג איך, מיין ווייב, און קינדער שטערט עס נישט, פארוואס דע העלל זאלעכעס נישט טון?? ווייל ס'גייט הייסן משוגע?! איז עס נישט טויזענט מאל מער משוגע צו אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א נארישקייט פון א ביבער היט??? הה''ד לענין נישואין בביהמ''ד ועוד)

לאן הגענו??

בת קול » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 8:10 am

· #513911
signout
ס'דא וואס האבען געהאט קינדער בעפאר די 18?
יא- כאטש 2 וואס איך קען.
איינס האט שוין אפילו געהאט די 2'טע ביי די 17.

מי ימצא » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 11:17 am

· #513920
אין יעדע פלאץ איז דא זאכן וואס איז מאדנע אין אנדערע אויגן, און דעי מענטשען קענען זיין זייער צופרידן.
אין א'י איז שוין אנגענומען פאר יארן ביי תולדות א. און תולדות א. י. אז מען כאפט זיך א שידוך ביי די 15 ווייל די מחותנים האבן זייער מורא אז סאיז נישטא גענוג פאסיגע קאנדידאטן. סאיז דא וואס האלטן די שידוך פאר א סוד, ( פאר גאנץ בראד) און אנגענומען איז אז פון די 16 קען עס ווערן אפציעל, און ערגעץ דארטן האבן זיי חתונה. דעי מענטשן זענען העפיער ווי אסאך אנדערע ביי די 25, אזוי פארט עס מיט 16 קינדער, איינע פון די גרעסטע קאמפיטישענס איז ווער סהאט די מערסטע קינדער דארטן. און איך קען אסאך פון זיי וואס פלאנען עס צו איבערטוען מיט זייערע קינדער, "וואו איז עס געווען א כיף." חתונה האבן יונג האט מיט קולטור, אין מיין אפיניען, ווען אלע דיינע ארומיגע מיט דיינע עלטערן טוען עס איז עס אינגאנצן אנדערש. חוץ המעשה וואס אין א'י איז מען סתם אזוי מער גרייט צו חתונה האבן.

דעיס וואס י.ר. טוט איז סך הכול אינטערסאנט ווייל די אמעריקאנער עולם איז נישט צוגעוואוינט. פאקט ווי @ מתבודד האט שוין ארויסגעברענגט גרייט ער זיי זייער גוט צו. איך קען פערזענליך אפאר קאפעלס וואס ער האט חתונה געמאכט, ווי האבן די באבעס געזאגט " זיי לעבן ווי טויבעלעך".

יא ס'איז זייער מאדנע און אפשר אומפארשטענדליך וואס ער טוט, אבער נאר אין די אויגן פון איינער וואס זעהט איין זייט.

דיסקלעימער, איך פלאן נישט צו חתונה מאכן יונג.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 1:25 am

· #513958
פאר די אלע וואס טענה'ן אז מען דארף זיין נישט מקריב זיין צו זיין נארמאל.

ענק פארשטיין לכאורה נישט מיין נקודה.

יעדער טוט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, נאר מיט דער חשבון צו זיין נארמאל. (דער וואס האט געשריבן בדרך כלל אז ער דינגט זיך מיט יעדעס ווארט באזונדער, זאל אזוי גוט זיין, און איינרעדען זיין שקר, אז ער טוט נישט זאכן נאר צו זיין נארמאל, א צווייטער).

וכך הוא המדה, דאס איז עולם הזה.

איינער ווי ר' יואל ראטה, וואס איז נישט מכבד נארמעס בכלל, און בפרט דער נאָרמע פין דער גיל אויף חתונה האבן, וועט נאך פארפארן מער און מער, ביז ער וועט זיין משוגע לכולא עלמא. עס איז א מעטער פין טיים.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 1:28 am

· #513959
דוגמא קטנה, דארף איך צאלן 300 דאלער פאר א סארט הוט וואס מיין זיידע איז (גראדע נישט) געגאנגען, און 5 טויזענט פאר א שטריימל ווייל מארקערטערס האבן מצליח געווען יעדעם צו משכנע זיין? אויב טו איך מארגן אן א דאשיק טו איך עפעס ראנג
טוה אהן א דאשיק און ביסט שטאטס משוגענער.

והראי', דו טוסט עס נישט.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 2:06 am

· #513962
קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 2:08 am

· #513963
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
היסטאריע
(דער וואס האט געשריבן בדרך כלל אז ער דינגט זיך מיט יעדעס ווארט באזונדער, זאל אזוי גוט זיין, און איינרעדען זיין שקר, אז ער טוט נישט זאכן נאר צו זיין נארמאל, א צווייטער).
איך טוה אין מיין לעבן דאס וואס איך האלט אז איך ברויך טון!

יא, עס נעמט אסאך ארבייט, עס קאסט טיילמאל אסאך שווייץ און שטארקייט. פארשטייט זיך עס זענען דא אין געוויסע עספעקטן וואו איך ראנגעל מיך נאך מיט די peer pressure. אבער ווי געזאגט, איך ראנגעל זיך, איך גיי טרעפ ביי טרעפ, שוין פאר עטליכע יאר.

דו וועסט קיינמאל נישט פארשטיין די גליקליכקייט פון אויפשטיין אינדערפרי און האבן די וועלט פאר זיך. ס'איז א פילינג וואס אמאל האב איך נישט געוואוסט עקזיסטירט. איך enjoy און איך עפרישיעט יעדעס מינוט פון טאג. מיין קאפ איז לויז און אפען "און לעבן איז מיין שווים באסיין."

ווי מער איך געב נישט קיין פ. פאר קיינעם, און ווי מער איך ארבייט אויף זיך, אלץ בעסער און בעסער ווערט לעבן. עס עפענען זיך אויף נייע וועלטן, דאס גאנצע קאפ טוישט זיך. ס'איז א געוויסע רוהיגקייט און אנגעפילטקייט וואס איז ווערד ביי מיר צו אויפגעבן פאר דעם אלעס!

----

כ'וויל נאר איין זאך אויסשמועסן: יעדער לעבט פאר אנדערע מענטשן, דאס איז די וועלט. אפילו איינער וואס האט עכט געארבייט אויף זיך יארן, ער וועט נישט ארויסגיין אין גאס נאקעט.

וואס יא? מען געט א פ. בלויז ווען ס'איז וויכטיג צו געבן א פ.

איך גיי כסדר דורך אין קאפ חשבונות, און איך קוק, וואס וועט מיר ברענגען קוואליטעט, ארדענונג, פרייליכקייט וכו' אין לעבן, און איך ארבייט אויף דעם. כאטש אפילו מען דארף טון זאכן וואס זענען אומבאקוועם סאשעלי, (דאס רעכענט אריין פעמעלי קאמיונעטי וכו') און נאך מער פון דעם, מען דארף טיילמאל איינעמען דאס פיל פון בישות (טו סאם עקסטענד). דאך ווייס איך אז וואס איך טו איז ריכטיג, און ב"ה איך בין אנגעקומען טויזנט מאל ווייטער ווי איך האב געקלערט אז איך קען דערגרייכן אין קוואַליטעט.

היינט איז דאס שוין ביי מיר א טשעלענדזש. יעדעס מאל איך ברעך דורעך מיינס א ציל, איז דאס ווי א געווינס אויף א שווערע שלאכט פעלד. ס'איז עדרעלאנין.

זאגן אז יעדער לעבט פאר מענטשן און דאס איז עס. דאס איז סתם א פוילע און אחריות'לאזע וועג פון טראכטן, ס'איז א תירוץ פון נישט קעיר נעמען פון פראבלעמען. פראבלעמען וועלכע זענען אזוי גרויס און אזוי ביטער אז די וועסט דאס בלויז וויסן אי"ה ווען דו וועסט שוין זיין אינדרויסן.

א גרויס טייל פון די ארבייט, איז טאקע זיך ארום נעמען מיט מענטשן וואס גייען כאטש אביסל אויף דעם שטראז. פון זיך ווייטער ווייקן אין די לאקאלע זומפ וועט גארנישט ווערן.

פילעזאפיש קען מען דרייען אהער און אהין, און חקר'נען אויב ס'איז באמת דא א חילוק. נאך אלעם יעדער וויל סערווייוון "די בעסט פאסיבעל". סא איינער סערווייווט דורעך אפציע נומער איינס און איינער דורעך אפציע נומער צוויי, אדער נאך וועגן וכו'.

BUT YOU ARE MISSING OUT IN LIFE!

מרדכי מרדכי » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 3:01 am

· #513969
מתבודד
סתם אזוי, צוגלייכנדיג די לעבנסשטייגער פון ר' יואלי ראטה'ס מהלך מיט די אלגעמיינע חסידישע מהלך החיים שטעלט זיך ארויס אזוי:

-ביי חסידים פאמפט מען צו דינען דעם רבי'ן און די חסידות ווס. ראטה ווי ער פרעדיגט מ'זאל רעדן צום אויבערשטן
-ביי חסידים גייט די גאנצע פרנסה אויף איבעריגע אומוויכטיגע נארישקייטן צו ערפילן די ''איך בין אינעם סיסטעם'' געפיל, ווס. ראטה וואס לערנט אויס וויאזוי צו לעבן שפארזאם און בוזשעטן נארמאל אנשטאט אויסגעבן געהארעוועטע געלט אויף שתותים
-ביי חסידים גיט מען לאנגע שיעורים פאר חתן-כלה לערנענדיג הרחקות והמסתעף באריכות עם כל החומרות, אבער פארפעלן צו געבן יסודות'דיגע פראקטישע הדרכה פאר א געזונטע רלעישענשיפ, ווס. ראטה וואס רעדט נאכאמאל און נאכאמאל איבער זיך לעבן גוט מיט די ווייב מיט פשוטע עצות און טיפס כידוע
-ביי חסידים האט מען גארנישט מיטן רבי'ן צוטון חוץ ווען ער איז דא פאר זיין געלט.. ווס ראטה וואס לייגט זיך אריין צו העלפן זיינע מענטשן באיזה אופן ששייך.

לעט'ס בי האנעסט, ביים בעש''ט זענען ס'רוב מענטשן געווען פשוטע אידן וואס ער האט זיי אויפגעלאכטן די אויגן אז זייערס א משנה צו קאפיטל תהלים איז אויך חשוב ביים רבוש''ע וכו', די מיעוט זענען געווען בני עליה וואס האבן געשוועבט אין די עולמות. כהיום הזה זענען די רוב פון חסידישע ציבור פשוטע פלעינע מענטשן וואס ארבעטן שווער צו לייגן ברויט אויפן טיש און האבן קוים צייט צו עפענען א אידיש ספר. אבל דא עקא די חסידישע סיסטעם פירט זיך אויף און פארלאנגט פון פשוטי בני עם צו זיין כאילו די גרעסטע בני עליה אזש בחורים פארלאנגט מען זאלן גיין מיט א גארטל... וכו' וכו' יעדער פארשטייט די נקודה.
יעצט ר' יואל ראטה פרובירט אביסל צוריקצוברענגן די ארגינעלע בעש''ט מהלך. לערן א משנה א טאג. רעד צום אויבערשטן. דאוון דריי תפילות א טאג... זיין מהלך ענדלט סאך מער אין חסידות ווי די אלע אפציעלע גרויסע 'חסידות'.
----
שוין. כ'וואלט גערן אויך ארויסגעברענגט זיינע חסרונות און פראבלעמען (מינינג, כ'בין נישט זיינס א חסיד) אבער די עולם טוט דאך שוין דאס אין גרויסן. ס'פעלט שוין נישט אויס.
דו גלייכסט צו עפלעך צו מאראנצן.
קענסט נישט צוגלייכן ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות" אקעגן די "חסרונות" פון די גרויסע קהילות,
ענדערש גלייך צו קליינע קהילות מיט די זעלבע "פראבלעמען" פון אלע חסידישע, ווס. ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות"

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 6:18 am

· #513973
היסטאריע
פאר די אלע וואס טענה'ן אז מען דארף זיין נישט מקריב זיין צו זיין נארמאל.

ענק פארשטיין לכאורה נישט מיין נקודה.
יעדער טוט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, נאר מיט דער חשבון צו זיין נארמאל. (דער וואס האט געשריבן בדרך כלל אז ער דינגט זיך מיט יעדעס ווארט באזונדער, זאל אזוי גוט זיין, און איינרעדען זיין שקר, אז ער טוט נישט זאכן נאר צו זיין נארמאל, א צווייטער).
וכך הוא המדה, דאס איז עולם הזה.
איינער ווי ר' יואל ראטה, וואס איז נישט מכבד נארמעס בכלל, און בפרט דער נאָרמע פין דער גיל אויף חתונה האבן, וועט נאך פארפארן מער און מער, ביז ער וועט זיין משוגע לכולא עלמא. עס איז א מעטער פין טיים.
כצוזאמגעדרייט ועוד לקרא, ס'איז פשוט אז מדארף מקריב זיין פון זיך פאר די נארמע, אבער ס'דארף האבן א גבול. דהיינו, מ'דארף נעמען אין חשבון 1. ווי שטארק אויסגעהאלטן שכל'דיג די נארמע איז, 2. וואס פארדינסטו פון האלטן די נארמע און וואס פארלירסטו פון עס האלטן, ווייל די וואלסט אויך ארויס נאקעט אין גאס נאקעט צו ראטעווען א מענטשנ'ס לעבן.
רוב פון די היינטיגע ''נארמעס'' ביים חסידישן ציבור זענען 1. קנאפ אויסגעהאלטן שכל'דיג, 2. קאסטן צו א גרויסן פרייז פארן מענטש.
איך וואלט גערן געטראגן א דאשיק אויב איך וואלט בכלל געגאנגן א היט, און ס'וואלט נישט געמאכט מ'ק זיך נישט וועלן משדך זיין מיט אונז. בעיקרון האב איך און מיין ווייב קיין פראבלעם מיט דעם.

ר' יואל ראטה איז זייער מכבד נארמעס - 1. ווילאנג ס'מאכט א ברעקל סענס און 2. ס'קאסט נישט דאס לעבן פונעם מענטש.
קוק אפי' לגבי חתונות, די עיקר נקודות וואס ער טוישט איז די גיל און די הוצאות. ער איז נישט משדך א 16 יעריגער מיידל מיט א 30 יעריגער גרוש אזויווי העלבראנס און גיט נישט קיין לאאנגע דרשות ביי חתונות אזויווי העלבראנס פלעגט טון. (לאפוקי מאחד הניקים וואאס האט אויבן געטענה'עט אז ''יואלי ראטה איז שוין ווי העלבראנס!''... ביי ראטה איז כפי ידיעתי אויך נישט דא דער מנהג פון נבעל לטפסר תחילה...)

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 6:25 am

· #513974
מרדכי מרדכי
מתבודד
.
דו גלייכסט צו עפלעך צו מאראנצן.
קענסט נישט צוגלייכן ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות" אקעגן די "חסרונות" פון די גרויסע קהילות,
ענדערש גלייך צו קליינע קהילות מיט די זעלבע "פראבלעמען" פון אלע חסידישע, ווס. ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות"
חוץ מיט מיין לעצטע נקודה (אביסל) זע איך נישט אז קליינע חסידות זאלן זיין אנדערש פון גרויסע.

אויב די מיינסט משפיעים - דאס איז שוין אינגאנצן א צווייטע נושא.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 7:43 am

· #513976
ר' יואל ראטה איז זייער מכבד נארמעס - 1. ווילאנג ס'מאכט א ברעקל סענס און 2. ס'קאסט נישט דאס לעבן פונעם
ער איז נישט מכבד, פעריאד. ווען עפעס מאכט סענס, איז עס נישט קיין נארמע.

ער קען האקן אויף נארמעס, דאס איז אקעי. אונז אלע האקען אויף נארמעס. (דא ליגט דער תירוץ אויף דער טענה פין פרנס החודש, אז אין בין א חסיד פין דער סיסטעם - בכלל נישט. מען קען האקען, אבער סוף סוף טוט מען וואס יעדער טוט פשוט צו זיין נארמאל). ווען אין רוים טוט מען וואס טוט אין רוים. און דער מדרש זאגט עס לגבי דעם וואס די מלאכים האבן געגעסן ביי אברהם. מנהג המקום.

חתונה האבען ביי אכצען האט א פשט און מאכט סענס. נאר וואס דען, ר' ראטה קומט אויס בעסער פארקערט. קומט אויס, אז פין האקען קודם אויף דער משוגעת פין ספענדען אויף א חתונה נאכט (גראדע אויך נישט קיין הונדערט פראצענט משוגעת), משוגעתן וואס זענען שטיקעל בארעכטיגט, האט ער עס געריקט אויף מער נארמאלער זאכען. און ער מעג, ווייל ער איז דאך שוין דא מיט זיין אלטע שיטה פין טוהן פארקערט פין יעדעם.

אזוי דרייט ער אריין זיין עולם צו הייסען משוגעים ביים כלל. דערנאך ווערען זיי שוין זיינע עבדים לגבי אלעס, ווייל אוועק גיין פין אים קענען זיי שוין נישט, ווייל זיי הייסן דאך משוגע, בלייבען זיי מיט אים חתונה געהאט. און דא ליגט זיין קולט פירערשאפט פין האלטען זיין עולם האסטעדזש מען זאל נישט קענען אוועקגיין.

צקון לחש » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 9:43 am

· #513978
היסטאריע
מנהג המקום.
מי יגלה עפר מעיני רבינו יעקב איש תם -
[quote="תוספות ב"ב ב."]ונראה לר"ת דדוקא בהוצא ודפנא, אבל פחות מכאן - אפילו נהגו, מנהג הדיוט הוא; ומוכיח מכאן דיש מנהגים שאין לסמוך עליהם אפילו היכא דתנן הכל כמנהג המדינה.[/quote]

בת קול » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 9:45 am

· #513979
מי ימצא
אין יעדע פלאץ איז דא זאכן וואס איז מאדנע אין אנדערע אויגן, און דעי מענטשען קענען זיין זייער צופרידן.
אין א"י איז שוין אנגענומען פאר יארן ביי תולדות א. און תולדות א. י. אז מען כאפט זיך א שידוך ביי די 15 ווייל די מחותנים האבן זייער מורא אז ס'איז נישטא גענוג פאסיגע קאנדידאטן. ס'איז דא וואס האלטן די שידוך פאר א סוד, (פאר גאנץ בראד) און אנגענומען איז אז פון די 16 קען עס ווערן אפיציעל, און ערגעץ דארטן האבן זיי חתונה. דעי מענטשן זענען העפיער ווי אסאך אנדערע ביי די 25, אזוי פארט עס מיט 16 קינדער, איינע פון די גרעסטע קאמפיטישענס איז ווער סהאט די מערסטע קינדער דארטן. און איך קען אסאך פון זיי וואס פלאנען עס צו איבערטוען מיט זייערע קינדער, "וואו איז עס געווען א כיף." חתונה האבן יונג האט מיט קולטור, אין מיין אפיניען, ווען אלע דיינע ארומיגע מיט דיינע עלטערן טוען עס איז עס אינגאנצן אנדערש. חוץ המעשה וואס אין א'י איז מען סתם אזוי מער גרייט צו חתונה האבן.

דעיס וואס י.ר. טוט איז סך הכול אינטערסאנט ווייל די אמעריקאנער עולם איז נישט צוגעוואוינט. פאקט ווי @מתבודד האט שוין ארויסגעברענגט גרייט ער זיי זייער גוט צו. איך קען פערזענליך אפאר קאפעלס וואס ער האט חתונה געמאכט, ווי האבן די באבעס געזאגט " זיי לעבן ווי טויבעלעך".

יא ס'איז זייער מאדנע און אפשר אומפארשטענדליך וואס ער טוט, אבער נאר אין די אויגן פון איינער וואס זעהט איין זייט.

דיסקלעימער, איך פלאן נישט צו חתונה מאכן יונג.
די וועלט פארט אויף פאראויס. נישט אויף צוריק.
די סיבה פארוואס די עלטער פון חתונה האבן האט זיך געהויבן אין אלע קרייזן איז ווייל מען האט אנערקענט אז יונג חתונה האבן איז זייער נישט ideal.
מען קען אויסזעהן צופרידן ביי די 15, און זיין resentful ביי די 30.

אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.

צקון לחש » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 11:38 am

· #513982
בת קול
אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.
ליטערעלי :דמיונות:

yesiknow » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:20 pm

· #514035
צקון לחש
בת קול
אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.
ליטערעלי :דמיונות:
אריינלייגען א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבען מוזען תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס ) באצווינגען עהם,-נעמסטו אוועק זיין לייוליהאד .

האב נישט קינדר פאר די ערשטע פינעף יאר אין יא "שפיל" הויז אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף, מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים זיי לאכען פון אונז אין פנים ....

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 7:33 pm

· #514064
איך טריי צו כאפן אויב דיינע 3 שורות האבען עפעס א שייכות איינע צום צווייטע? אדער סתם רענדאם מחשבות.

דורש אמת » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 8:23 pm

· #514065
פרנס החודש
פארקערט גאר, ר' יואלי ראטה האט שוין א בעסערע סיסטעם, ער מאכט זיי כאטש חתונה… ווען ביי אונז קען מען זיך ארומדרייען פאר נאך א פאר יאר זאגן תיקון הכללי…

ערנסט גערעדט, ווען איך זעה מענטשן זענען פארנומען מיט child marriage אן בכלל קומען מיט אן אלטערנאטיוו, וואונדער איך זיך צו עס איז נישט סתם געהאקט פשוט ווייל עס איז נישט אנגענומען אין די אמעריקאנע גאס.
מיין פראפעסארקע האט מיר געפרעגט אינמיטן קלאס מיין בליק אויף יונג חתונה האבן, האב איך גענטפערט אז איך האלט דערפון ווייל מענטשן זענען למעשה מער צופרידן אזוי און עס איז מער נאטירליך.
אויב לאזט מען נישט צו קיין extra marital relations איז יונג חתונה מאכן די איינציגסטע אויסוואל, ממילא האט יואלי ראטה כאטש א מהלך, משא"כ די חסידישע און ישיבה'שע מהלכים.
אדרבה @בת קול, קום אריין זאגן דיין מיינונג איבער עקסטרע-מעריטאל רילעשנאס און ווי אזוי א געזונטע סיסטעם דארף צו ארבייטן.
כנראה איז דאס חתונה האבן שפעט (אויב בכלל) די גרעסטע פראבלעם כהיום אין די מערב וועלט (יא, די גויים האבן אויך שיינע פראבלעמען).
ביטע זאג מיר וויפיל קינדער דו האסט

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 9:48 pm

· #514066
yesiknow
אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס) באצווינגען עהם,נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.

האב נישט קינדער פאר די ערשטע פינעף יאר און יא, "שפיל" הויז, אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף. מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים, זיי לאכן פון אונז אין פנים....
און אונז לאכן פון דיר און פון זיי, ווייל אונז ווייסן און אונז זענען מאמין באמונה שלימה אז די שובבי"ם פאנטאזיעס וואס מ'האט אין אונז אריינגעבאקן איז סתם הוילע לופט און פוסטע דמיונות!

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:07 am

· #514101
yesiknow
אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים - וואס מיר (די סיסטעם +הורמנס) באצווינגען עהם, נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.
100% גערעכט, אבער די עצה איז נישט אז מען זאל זיי חתונה מאכן, ווייל יעצט ביסטו א מחליף פרה בחמור.
וואס מען דארף יא טוען איז אויפהערן טעראריזירן די קינדער, און ס'גארנישט געשעהן אויב האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן די תאוות, די אייבערשטער האט אים נישט פיינט און ער גייט נישט אין גיהנם, גארנישט געשעט נישט, ס'פארט אוו נעיטשער אז מען טוט די זאכן, די אייבערשטער ווייסט עס אויכעט.

צקון לחש » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:25 am

· #514104
דער גאלדענער אדלער
yesiknow
אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס) באצווינגען עהם,נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.

האב נישט קינדער פאר די ערשטע פינעף יאר און יא, "שפיל" הויז, אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף. מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים, זיי לאכן פון אונז אין פנים....
און אונז לאכן פון דיר און פון זיי, ווייל אונז ווייסן און אונז זענען מאמין באמונה שלימה אז די שובבי"ם פאנטאזיעס וואס מ'האט אין אונז אריינגעבאקן איז סתם הוילע לופט און פוסטע דמיונות!
איך קען מיך נישט איינהאלטן וקבל האמת ממי שאמרה...
📎 872ecede3772d977bf7a9ec22fbed9f9.jpg
בלאט: 1 2