☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » חנן בן ארי!

חנן בן ארי!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15761

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 10:17 pm

· #515117
חנן בן ארי!
חנן בן ארי!

חנן בן ארי איז איינער פון די טאלאנטפולסטע רעליגיעזע ארטיסטן אין ארץ ישראל וואס זיינע ניגונים זענען גאר שטארק אריין אין דער מעינסטריעם ישראל'ישער גאס, און גאנץ לעצטנס - אויך אין דער היימישער, חרדי'שער גאס. ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך, איז קודם א שטיקל ביאגראפיע.

חנן בן-ארי איז געבוירן אין 1988 צו א מער פרומע דתי-לאומי משפחה, אין דער התנחלות 'קרני שומרון'. (בן-ארי איז זיין פאמיליע נאמען. זיין פעטער איז דער בארימטער כהנא אקטיוויסט און געוועזענער חבר כנסת מטעם 'האיחוד הלאומי', דר. מיכאל בן-ארי. אויך איז ער פון די מייסדים פון דער 'עוצמה יהודית' פארטיי פון איתמר בן-גביר און האט אפילו געדארפט זיין א ח"כ מטעם דער פארטיי ביז מ'האט אים גע'פסל'ט אלס 'ראסיסט' מיט עטליכע יאר צוריק. פאר ווער ס'לערנט אין מיר: אויב ווילט איר זיך אנזאפן מיט אביסל אהבת ישראל און שנאת ישמעאלים - ער געבט א שיעור יעדן ליל שישי אין הרב כהנא'ס ישיבה נעבן דושינסקיא.)

אין ישיבה איז ער געגאנגען אין א חרד"ל'ישער ישיבת הסדר אין מצפה רימון, און פון דארט איז ער אריין אין מיליטער אין 'נצח יהודה' (א.ק.א. נחל חרדי). ביי די צוואנציג האט ער חתונה געהאט, און זיך אריינגעזעצט אין כולל - ווי אסאך חרד"לים.

געטון אין מוזיק האט ער אייביג, אבער ארויסגעגעבן זיין אפיציעלן ערשטן סינגל איז געווען אין ענדע 2014. 'ממך עד אליי' האט זייער מצליח געווען, און ער האט געעפנט א קאמפיין צו פאנדן זיין בעפארשטייענדן אלבום. ארום א יאר דערויף האט ער ארויסגעגעבן נאך א סינגל פונעם אלבום; דאס טשיקאוו לידל 'החיים שלנו תותים', וואס האט איינגענומען די מדינה אין א שטורעם און איז אנגעקומען צום ערשטן פלאץ ביי 'גלגלצ'. (ס'האט אפילו באקומען א פּאראדיע אויף דער בארימטער 'ארץ נהדרת' סאטירא שאו - וואס איז אזא סארט מעסטער פאר הצלחה אין ישראל...) באלד דערויף האט ער טאקע ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבום 'איזון', וואס פארמאגט צווישן אנדערע דעם טראגישן ניגון 'אמא אם הייתי'.

זינט דאן האט ער ארויסגעבן פילע ניגונים וואס כמעט אלע פון זיי זענען געווארן נאציאנאלע היטס; אין 2017 האט ער ארויסגעגעבן דעם געוואלדיגן ניגון 'וויקיפדיה' - א ניגון וואס שפיגלט אפ דעם צעשפליטערטן מצב אינעם שבטים-פולן ישראל, וואו יעדער דרייט זיך ארום מיט סטיגמעס איינער אויפ'ן צווייטן. דער ניגון וואס האט באקומען געוואלדיגע קריטיק, און איז אויך געווארן געשערט אויף פעיסבוק דורך יאיר לפיד.

א יאר דערויף איז ארויסגעקומען זיין סינגל 'מה אתה רוצה ממני' - א ניגון פול מיט בענקשאפט, יאוש און אנטריסטונג אויף גאט אוין אויף וואס ער וויל. דער ניגון האט באקומען צענדליגער קאווערס און איז פון זיינע פאפולערע לידער. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן זיין צווייטן און לעצטן אלבום - 'לא לבד'.

אין 2019 האט ער ארויסגעגעבן זיין פענאמענאלן ניגון 'אלוף העולם' - א הערליך קינסטליך לידל געשריבן מיט 'נתן גושן' וואס האט איבער 30 מיליון וויאוס אויף יוטיוב.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א הערליכן ניגון 'שבורי לב', וואס אויף זיין הצעה האט אברהם פריד ארויסגעגעבן א קאווער דערויף. מוטי אילאוויטש האט אויך רעקארדירט א קאווער דערויף אין אידיש.

במשך די לעצטע פאר יאר האט ער ארויסגעגעבן נאך אפאר סינגלס, צווישן זיי: 'דור' - א פראוואקאטיווער ניגון איבער'ן פלאץ פון מסורה און פרימיטיווקייט אין אידישקייט, 'שמש' - א הערליכער געגועים-ניגון, און 'אמן על הילדים' - איבער די פחדים און דורכגאנגען פון 'פאטערשאפט'. דער ניגון, בעיקר, האט אים אריינגעברענגט אין די היימישע קרייזן - דא און אין ישראל.

אין 2021 האט ער ארויסגעגעבן דעם מורא'דיגן ניגון 'חולם כמו יוסף' - א געוואלדיגער ניגון וואס גייט דורך די פאסירונגען פון תנ"ך ווי מצבים און סיטואציעס אין וואס יעדער געפינט זיך צומאל.

זיין סטיל איז זייער פשוט און אויפריכטיג, און מערסטנס פון זיינע לידער זענען לאו דווקא רעליגיעזע. ער שרייבט גאונות'דיג און קלאר צו דער זעלבער צייט. נישט קיין התחכמות'דיגע טעקסטן, אבער וואס ברענגען ארויס קריסטאל-קלאר די נשמה פונעם ניגון.

אלס פולער רעליגיעזער ארטיסט איז ער לכאורה דער גרעסטער אין ישראל. ער פילט אן ריזיגע זאלן: קיסריה, היכל התרבות, זאפה ועוד, פארקויפט טויזנטער קאפיס און איז גאר שטארק געהערט אויף דער ראדיאו.

אין די לעצטע פאר יאר - בעיקר זינט זיין אויסערגעווענליכער הצלחה - איז ער געווארן מער און מער דאס וואס מ'רופט אן "דתי לייט". נעמליך, ער איז מער מיקל אין כל מיני עניינים, זינגט צומאל רעליגיעז פראוואקאטיווע טעקסטן (א שטייגער ווי "לא נציג של אלוקים" אין 'וויקיפדיה' און זיין 'מה אתה רוצה ממני') און כאטש וואס ער זינגט נישט - דערווייל - מיט קיין פרויען אויפ'ן סטעידזש, מאכט ער כסדר לייווס וואו זיין אויפוואקסנדע טאכטער זינגט און דערקלערט אז זי גייט אין די וועגן פון איר טאטן. אויך איז ער לעצטנס ערשינען אין א ספעציעלן עפיזאד פון דער פאפולער ריאליטי טיווי שאו 'הכוכב הבא', וואו יונגן און מוידן האבן געזונגען זיינע ניגונים.

זיין לעצטיגער ניגון 'אלא בי' האט אנגעמאכט א מיני-שטורעם אינערהאלב די פרומערע מזרח'יסטישע רינגען, ווען אויפ'ן ווידיאו זעט מען פרויען טאנצן רח"ל, און אפאר רבנים/דעה-זאגער האבן דערקלערט אז "חנן התבלבל" - נישט מער און נישט ווייניגער.

לסיום, אט האט איר א שיינער ווידיאו פון שלום לעמער, בעני פרידמאן און איציק דדיה - א מעדלי פון חנן בן ארי'ס ניגונים.

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 10:55 pm

· #515118
זייער שיין אראפגעלייגט!

נאך דיינע שיינע באשרייבונגען אויף שולי רנד און ישי ריבו, האב איך שוין ארויסגעקוקט מיט שפאנונג פאר א שיינע באשרייבונג פון דיר אויף חנן בן ארי.

און ווי ערווארטעט האסטו אונז נישט אנטוישט...

שאלתיאל » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 3:43 pm

· #515158
שכ'ח תוהו ובוהו פאר די מעכטיגע ארטיקל!

אויב כ'מעג צולייגן, לדעתי האט זיך חנן נישט געטוישט אין זיין רעליגעזע שטאנדפונקט נאר ער איז אזוי געווען פון אנפאנג אָן. ער געהערט פשוט צו די מער ליבעראלע ''פיינשמעקערישע'' מזרחי לאגער. אגב, ער איז שטארק דערקעגן מען זאל אים דעפיניצירן אלץ ''רעליגיעזע זינגער'' און אין אלגעמיין איז ער זייער קעגן סטיגמעס און קעגן קאטעגאריזירן מענטשן, ווי ער זינגט דאך אין זיין מעכטיגן ''וויקיפעדיע'' ניגון. ס'קוקט אויס אז ער האט שטארק הנאה צו צוברעכן יעדער סארט סטיגמע אדער באגרעניצונג וואס איז כאילו דא אויף אים מכח זיין קאפל אויפן קאפ.

פון פערזענליכן שטאנדפונקט איז בן ארי זייער א צוגעלאזענע מענטש מיט א הארץ פון פוטער, אָן די אלע גינוני שחצנות וואס איז איינגעפירט ביי גרויסע זינגערס אויף זיין לעוועל. צומאל אפילו 'צו' שטארק צוגעלאזן וואס מאכט אביסל א שמאלציגן איינדרוק.

@אנאנים, די סארט רעליגיעזע מוזיק איבער וואס דו רעדסט איז ממש געווארן א טרענד אין די לעצטע יארן אין איזראעיל און זיי רופן עס ''פופ אמוני''. עס האט זיך אנגעהויבן נאך מיט שולי רנד און אריאל זילבר וואס זענען געווען באקאנט מלכתחילה אויך פאר די פרייע גאס צוליב זייערע פריערדיגע קאריערעס אלץ חילונים. דאס זעלבע מיט אביתר און אהוד בנאי, עמיר בניון און נתן גושן זיי אלע זענען שוין געווען באקאנטע ארטיסטן ווען זיי האבן געוואנדן זייערע טריט אין ריכטונג פון מוזיק מיט רעליגיעזע מאטיוון. ישי ריבו איז לכאורה געווען דער רעוואלוציאנער וואס האט מצליח געווען דורכצוברעכן די מעינסטרים גלגלצ פלעיליסטס אלץ חרדי למהדרין וואס איז געווען אנאנים פאר די ברייטע גאס און שפעטער איז געקומען חנן בן ארי, עקיבא וכדומיהן. די פופ אמוני האט אויך א מכובד'יגע פרויען פארטרעטונג דורך נרקיס און אודיה וואס זענען ביידע סופער-סטארס און שטארק מצליח, בעיקר אודיה וואס האט לעצטנס אויפגעפאפט אין גרויסן.

דא איז א שטארק שטיקל איבער די פופ אמוני פון ''ארץ נהדרת''
https://www.mako.co.il/tv-erez-nehederet/770e3d99ade16110?subChannelId=b813b985e458f610VgnVCM100000700a10acRCRD&vcmid=85bc9d62b178f610VgnVCM100000700a10acRCRD

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 9:37 pm

· #515175
שיינע באשרייבונג, איך גיי נישט פאר זיין נגינה, ער האט צו א באסיווע שטימע. איך וואלט אים מגדיר געווען אלץ איינער וואס שרייט (און פאדערט) זייער שיין. ניגונים מאכט ער אבער זייער צו דער זאך, אמן על הילדים שלי איז מיין פעיוואריט, חולם כמו יוסף איז געוואלדיגע ליריקס.

Tachlis » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 9:58 pm

· #515177
"שבורי לב" איז אייזענע ניגון פון אים, סיי די ליריקס און סיי די טאן, אבער איך טרעף אויך זיין שטארקייט צו זיין אין ליריקס ענדערש ווי אין קאמפאזן די טאן אדער אין זינגען

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:23 am

· #522557
באמת שיין אראפגעלייגט. חנן האט אזוי פיל טאלאנט

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 6:48 pm

· #522845
[ציטאט אראפגענומען]
עס זעהט מיר אויס אז די מישט אביסל אויס פרומקייט און עקסטרעמקייט
א סמארטפאון אין זייער קהילות איז נישט קיין פראבלעם

חובב ציון » דינסטאג יוני 13, 2023 11:23 pm

· #528224
Re: חנן בן ארי!
וואס זאגט די עולם צו חנן׳ס נייע אלבום?


Sent from my iPhone using Tapatalk

האי פרושא » זונטאג יוני 18, 2023 10:31 am

· #528746
וויפיל מאל דארף איך אויסהערן זיין אלבום צו קאנעקטן?, איך האב עס שוין אויסגעהערט דריי מאל אבער עפעס נישט...

זיינע פאריגע ניגונים האב איך ליב געהאט

עומר אדם'ס אלבום האט מיר געכאפט ביי די ערשטע מאל.

פונדאַמענטאַל » זונטאג יוני 18, 2023 2:17 pm

· #528768
Re: חנן בן ארי!
[ציטאט אראפגענומען]
הינדיק איז שוין געווען אויף א א פריעדיגע אלבום 'איזון'. איך גלייך די אלטע ווערסיע מער.
https://youtu.be/E8TzC7S8v_8

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

חובב ציון » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:24 pm

· #541080
Re: חנן בן ארי!
איך קען איבערהערן איינמאל און נאכאמאל זיין לעצטע אלבום א שטיק נשמה און געפיל
די אני ישנה שניידט שטיקער יש כאן יותר מזה קומט אריין קלאר און א א קאלטען רעגענדיגע נאכט, און אזוי ווייטער חנן איז א ריעל ארטיסט.