☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15105

תוהו ובוהו » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:00 pm

· #492436
שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
שולי רנד!

שולי רנד איז לכאורה דער גרעסטער היימישער ארטיסט זייענדיג א זינגער, קאמפאזיטער, אקטיאר און פילם דירעקטער, און פערזענליך איז ער פון מיינע באליבסטע רעליגיעזע זינגער, און ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך.

איז קודם לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל ביאגראפיע

שלום יוסף רנד איז געבוירן אין 1962 ביי א מזרחיסטישע פאמיליע אין בני ברק, זיין פאטער איז געווען א פראפעסער אין די בר-אילן אוניווערזיטעט (זיין פאטער קומט ארגינעל פון א חסידישע משפחה אין ראמעניע) ער האט געלערנט אין ישיבת אור עציון בראשות דעם באקאנטן דתי לאומי מנהיג הרב חיים דרוקמן, אין 1980 ביי די אכטצן איז ער געווארן גענצליך פריי און נאכן דינען אין מיליטער איז ער געגאנגען לערנען משחק, אין 1987 האט ער גראדואירט זיינע לימודים און אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער און אין פילמס ער האט געשפילט און גאר אסאך פילמס צווישן זיי אין R רעיטעד פילמס, און געווען אן אויפגייענדע שטערן אין טעאטער האבענדיג גאר אסאך הויפט כאראקטארן אין גאר אויפגעכאפטע שפילן.

אין 1996 האט ער אנגעהויבן זיין חזרה בתשובה פראצעדור און איז צוביסלעך געווארן א ברסלב'ר און אנגעהויבן צו זיין שומר נגיעה און גיין אנגעטון מיטן חרדישן לבוש דאן איז ער נתקרב געווארן צו הרב שלום ארוש.

אין יענע תקופה האט ער חתונה געהאט מיטן אקטיארשע 'מיכל רנד' וועלכע האט חוזר בתשובה געווען אינאיינעם מיט אים.

אין קאנטראסט צו אנדערע פולקאמע חוזרים בתשובה א שטייגער ווי אורי זוהר, האט שולי נישט אויפגעגעבן זיין קאריערע נאר נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען אין ארויסגעגעבן זיין אייגענע פילם דאס בארימטע פילם 'אושפיזין' ווי ער עקט אינאיינעם מיט זיין ווייב די ראלע פון א בעל תשובה קאפל, אויף זיין עקט אין די פילם האט ער געוואונען "פרס אופיר" (די ישראלישע פאראלעל צום אוסקר), אויך איז ער דער הויפט כאראקטער אינעם פילם 'הבלתי רשמיים' איבער דעם גרינדונג פונעם שס פארטיי, ווי אויך שפילט ער אין גאר אסאך איזראעלי טי ווי שאויס בפרט די איבער חרדים א שטייגער ווי 'אוטונומיות' 'שטיסל' און 'שבאבניקים'.

אחוץ פון זיין פילם קריערע האט ער אין 2004 ארויסגעגעבן זיין ערשטע מוזיק אלבום "נקודה טובה" וואס האט גאר שטארק מצליח געווען אפילו אינעם סעקולארן ישראלישן גאס און באקומען דעם סטאטוס פון א "אלבום פלטינה", און די אלבום זענען פארהאן גאר אויפגעכאפטע ניגונים ווי "אייכה" און "ערפל".

נאכן הצלחה פונעם ערשטן אלבום האט ער אנגעהויבן צו מאכן כסדר קאנסערטס ווי ער זינגט זיינע ניגונים באגלייט מיט לאנגע מאנאלאגן פול מיט שווארצע הומאר אז מ'קען זיך ווארפן פאר געלעכטער און לאנגע געשיכטעס וואס וואלטן געקענט פאסירן.

אנדערש ווי אנדערע חוזרים בתשובה איז שולי בכלל נישט עוסק אינעם איבערצייגן חלק און אינעם לאגישן חלק פון דת נאר ליבערשט פארנומען מיטן געפיהלישן ספירטואלן חלק פון אידישקייט א זאך וואס ער ברענגט גאר שטארק ארויס אין זיין לעצטיגן סינגל "עוקר הרים", (גיבטס נאר א קוק דעם זיסן רעפ דיאלאג וואס ער האט מיט אן אטעאיסט.)

ווי אויך האט ער נישט מורא צו זיך באציען צו די שוועריגקייטן און שאלות און ספיקות און אינעם אויבערדערמאנטן ניגון 'אייכה' באציעט ער זיך צו אלע ירידות און עליות און שאלות און אנטריסטונג כלפי גאט, (אזש אין איינע פון די ישראלישע שאויס איבער 'חוזרים בשאלה' האט מען גענוצט די ניגון אינעם פראמא פון וואס שולי איז נישט געווען צופרידן און געבעטן מ'זאל עס אראפנעמען)

זייענדיג א שטארק געפיהלישן מענטש ציענדיג צום ספרדיש/ברסלב'ן אויפריכטיגן שניט אידישקייט האט ער אדאפטירט דעם ספרדישע אל"ף און עיי"ן, און כאטש ער איז א ריינער אשכנזי פון אלע זיבן זייטן קען זיך צומאל דאכטן אז ער איז א רעכטן אייניקל פון ר' רחמים פון טוניזיע..

אין סוף 2018 איז ארויסגעקומען זיין צווייטע אלבום "רצוא ושוב" וואס האט אין זיך די ניגונים "דע בני אהובי" און "צדיק" וואס איז א ניגון איבער היפאקריטיע פון אזעלכע א.ג. צדיקים וואס פאר זיך זעלבסט גייט נישט אן אלעם וואס זיי פארקויפן פאר יענעם, די ניגון האט אנגעמאכט א שטיקל שטורעם ווען קול חי האט עס נישט געוואלט שפילן וויבאלד "עס מאכט חוזק פון צדיקים"...

ווי אויך האט ער ארויסגעגעבן אסאך סינגעלס ווי דער פאפולערער "בין קודש לחול" מיט אמיר דדון, און "שער הדמעות" מיט ארקדי דוכין.

די לעצטע פאר יאר איז ער פארוויקלט אין א שמוציגע פרשה מיט זיין ווייב מיכל רנד פון וועם ער האט זיך אפגעטיילט אין 2016 ווען זי באשמוצט אים כסדר און באשולדיגט אים אין איר האבן געשלאגן און גע'רודף'ט און זי פארלאנגט 5 מיליאן שקלים כדי צונעמען א גט, שולי פון זיין זייט איז לעצטענס ארויסגעקומען זיך פארטיידיגן און ער באשולדיגט איר און צאפן זיין בלוט און פארטאכלעווען זיינע פארדינסטען במשך יארן, למעשה זעהנדיג אז זי האלט נישט ביים נעמען א גט האט ער געשאפט א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט אפאר וואכן צוריק מיט 'צופית גרנט' א באקאנטע פרייע טי ווי האוסט אין ישראל.

מיד ווי א בוים » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:22 am

· #492464
זייער שיין באשריבן.

מיד ווי א בוים » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:23 am

· #492465
פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 4:48 am

· #492468
ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער, שולי רנד און (לכה"פ) 4 פון זיינע מיטזינגערס, אין דעם ניגון..."מחכים למשיח"... וואו ער מאכט א שטיקל קומזיץ, זענען איטרי יד. געלינקטע. ..."לעפטיעס"...! אט דער פענאמענאן פארדינט אן עקסטער (סייענטיפיק) אויספארשונג. ווייל ס'איז דאך באוואוסט וואס די סייענטיסטן האלטן היינט צו טאג. אז די מענטשן וועלכע זענען לעפט הענדעד האבן א שטערקערע נטיה צו זיין ...,קריעיטיוו"...!

אפילו ביי פאליטישנס קענמען עס באמערקן. בנימן נתניהו איז אויך א ..."לעפטי"...כאטש אידעאלאגיש איז ער רעכט געשטימט...!

אויך ביי די אמעריקאנער (געוועזענע) פרעזידענטן זעהט מען עס. למשל. ביידע פרעזידענט בושעס (אב ובנו) זענען געלינקטע. אויך בילל קלינטאן און באראק אבאמא. די לעצטע 2 זענען אויך אינטעלעקטואלן. כאטש זייער אידעאלאגיע איז א ביסל ליבעראל/לינק געשטימט. זיי האבן קיינמאל נישט צוקאליטשעט א ווארט אין א ספיעטש. אזוי ווי דזשארדזש דאבליו. ער האט (בשום אופן) נישט געקענט ארויסזאגן דאס ווארט ..."נוקלעאר". ער האט אייביג געזאגט נו-קיללער...!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 5:15 am

· #492469
די חילונים (פרייע) אין מדינת ישראל, אין די מידיא האבן זייער שטארק געשטורעמט אויף שולי רנד מיט דעם וואס ער האט גענימען א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט מיט די שפילערין צופית גרנט. זיי האבן זיך מכלומרש'ט אנגענומען פאר די קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. וועלכע האט דערקלערט אז זי וועט בשום אופן נישט נעמען א גט פון איהם. זיי האבן געשטורעמט (כדרכם) אויף די אידישע רעליגיע וועלכע ערלויבט א ..."היתר מאה רבנים"... פאר א מאן. און נישט פאר א פרוי...לאל

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 8:36 am

· #492479
berlbalaguleh
די חילונים (פרייע) אין מדינת ישראל, אין די מידיא האבן זייער שטארק געשטורעמט אויף שולי רנד מיט דעם וואס ער האט גענימען א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט מיט די שפילערין צופית גרנט. זיי האבן זיך מכלומרש'ט אנגענומען פאר די קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. וועלכע האט דערקלערט אז זי וועט בשום אופן נישט נעמען א גט פון איהם. זיי האבן געשטורעמט (כדרכם) אויף די אידישע רעליגיע וועלכע ערלויבט א ..."היתר מאה רבנים"... פאר א מאן. און נישט פאר א פרוי...לאל

שטייפע היפאקריסי.
ווען א מאן וויל נישט געיבן א גט שרייט מען שגץ אויף די מאן, אבער ווען א פרוי וויל נישט נעמען א גט, אנשטאט בא'שגץ'ן די פרוי פארן מ'עגן (מלשון עגונה) זיין די מאן, איז די מאן די רשע פארן נעמען א היתר מאה רבנים.

ליבערעל פעמעניזם בהידורו, אויב איינער האט אמאל געמיינט אז זיי זיכן צי מחזק זיין פרויען, זעיט מען קלאר אז זיי זיכן סתם צי העיטן אויפ מענער.
און די מעדיע זיכט סתם צי ווירטו סיגנעלען (virtue signaling), אז זיי נעמען זיך אן פאר די נעבעכדיגע פרוי , אזוי ווי זיי וועלן זיין גרייט צי לייגן מענטשן לעיבעדיג אין קבר, אויף שמועות אז יענער איז באגאנגען אומווערדיגע מעשים, כאטשיג קיין איין קורבן איז נישט געגאנגען קלאגן צי די פאליציי.

גוצא » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:49 pm

· #492509
איך האלט פון שולי עולמות אבער וואס פונקטליך מאכט אים א ״חסידישע״ ארטיסט?

נ.ב. דער רבי ז״ל, אזויווי הרצל און בן גוריון בשעתם לגבי ״מיהו יהודי״, האט שוין ערווענט די סוגיא פון ״מהו חסיד״, און איך בין נישט זיכער אויב די הגדרה דא איז לשבח או לגנאי.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 3:08 pm

· #492514
גוצא: דו ביסט גערעכט. ער (ש.ר.) איז א זינגער וועלכער איז במהותו חסיד'יש. אבער זיינע שירים און ניגונים גייען איבער'ן גאנצן ספעקטרום. נישט דווקא חסיד'יש. נאר ס'אפעלירט אויך צו חסידים. ווייל ס'איז געזינגען זייער שטארק ווארעם און מיט הארץ...!

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 3:18 pm

· #492516
ייש''כ @תוהו פאר די שיינע אשכול, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים ביז היינט, איך האב אים טאקע געזען אין די 'שטיסל' סעריע, אלץ די ראש ישיבה, אבער איך האב נישט געוויסט ווער דאס איז,
קוקנדיג אביסל די לינקס וואס די ווייזט אהן, שטעלט זיך ארויס אז די מענטש האט טאקע א משונה'דיגן טאלנט,
בעיקר בין איך ספעציעל נתפעל געווארן פון די 'באטל ראפ', ס'ממש א נחת, ער קאמפאזירט א ניגון אויפן פלאץ, און ער פליקט אים גוט צוריק,
ער איז מעכטיג,

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:07 pm

· #492570
גוצא
איך האלט פון שולי עולמות אבער וואס פונקטליך מאכט אים א ״חסידישע״ ארטיסט?

נ.ב. דער רבי ז״ל, אזויווי הרצל און בן גוריון בשעתם לגבי ״מיהו יהודי״, האט שוין ערווענט די סוגיא פון ״מהו חסיד״, און איך בין נישט זיכער אויב די הגדרה דא איז לשבח או לגנאי.

די רעביזכיסע האט דאך געהאלטן אז נשתכחה תורת הבעל שם, מילא קימט אויס אז ש"ר איז נישט ווייניגער חסיד ווי עני סאטמערע חסיד.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:09 pm

· #492571
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:52 pm

· #492586
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

נחות דרגא ונסיב איתתא.

די סיבה פארוואס מען האט נישט חתונה מיט פרייע האט גארנישט מיט הלכה, ס'איז פשוט א טעכניש גייט עס מאכן אסאך קאפוויי איז פארוואס סתם זיכן פראבלעימען, און פארשטייט זיך די עיקר סיבה "וואס וועט מיין שכן זאגן אויף מיך?"

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:57 pm

· #492588
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יאנואר 24, 2022 6:53 pm

· #492671
עצי שטים
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוח דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פאר מידל-עידזש מענטשן איז עס בלויז נאר איינמאל וד"ל. ואמכ"ל

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 24, 2022 6:58 pm

· #492673
שמחהלע קאפשטיק
עצי שטים
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוח דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פאר מידל-עידזש מענטשן איז עס בלויז נאר איינמאל וד"ל. ואמכ"ל

אז מען רעדט שוין.....
ווען הערט זיך אויף די אורח כנשים?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:00 pm

· #492682
קהל'ס נער: ביי א יעדן (א יעדע פרוי) אנדערש. נאר בערך אין אנהייב פופציג'ער יארן. דאס ווערט אנגערופן ..."מענאו-פאוז"...די פרוי. (איך רעד פון מיין ווייב) פיהלט א סאך מאל היץ. איך געדענק אז איך האב געווארט ווען דער ..."שפיעל"...וועט זיך ענדיגן...ווייל אין דערמיט ווייסטו קיינמאל נישט ווען ס'האטציך אפיציעל געענדיגט. איך האב א יעדן חודש געקוקט פאר ..."סימנים"...! ווען ס'איז געווען די ..."סימנים"...פאר 3 חדשים און מער, האביך געוואוסט אז דאס איז עס...!

הערה: איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז. (אין די פריער'דיגע תגובה) אבער ..."מח דחוק".. איז א פאן. מיט א פ"א דגושה. דאס ריכטיגע ווארט (דעפינישן) איז ..."מוך דחוק"...!

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:15 pm

· #492684
berlbalaguleh

הערה: איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז. (אין די פריער'דיגע תגובה) אבער ..."מח דחוק".. איז א פאן. מיט א פ"א דגושה. דאס ריכטיגע ווארט (דעפינישן) איז ..."מוך דחוק"...!

הא הא, בערל, ס'געווען א טעות הדפיס, יא מען רעדט געוויס נישט פון קיין צוקוועטשטע שכל....

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:23 pm

· #492686
עצי שיטים: ס'איז א גוטע מליצה. א גוט ווערטל. אויף איינער וואס איז טאקע באמת א ..."מח דחוק"...! לאל. ייש"כ פאר האבן א סענס אוו היומאר. ס'איז גוט ווען מ'קען לאכן אויף די אייגענע טעותים...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:28 pm

· #492690
קהל'ס נער: דו האסט א הוה אמינא אז שולי רנד גייט עפעס טון שלא כהלכה. א זאך וואס ער ווייסט נישט (איך ווייס נישט וואספארא גרויסער תלמיד חכם ער איז) האט ער וועם צו פרעגן אין זיין קהילה/חסידות...! ער איז דאך אן ערליכער איד...!

ס'איז די פרייע חברה וואס פארגינען איהם נישט. זיי נעמען זיך אן די מכלומר'שטע קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. זיי (די בהמות) שטורעמען אויף די ..."אכזריות"... פון די רבנים און די תורה. היתכן. פארוואס קען די פרוי אויך נישט באקומען א היתר מאה רבנים?!. (בהמות און עמי הארץ)...!

תרמב » דינסטאג יאנואר 25, 2022 8:44 pm

· #492877
אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....

מיד ווי א בוים » מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:34 am

· #492903
Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
תרמב
אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....
שולי עקט אויף אישפוזין? נישט באמערקט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:55 am

· #492904
מיד ווי א בוים
תרמב
אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....
שולי עקט אויף אישפוזין? נישט באמערקט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נישט באמערקט?
ער איז די מעין עקטער, מיט זיין ווייב.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:55 am

· #492918
/

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:49 pm

· #493034
מאך זיכער: ער (שולי רנד) האט באקומען מער היץ פון די פרייע חברה און די מידיע ווי פון די חרדים. ביי די חרדים האבן זיך א אפר נארישע פארמאכטע אומוויסנדע בהמות געלזט הערן. מיט א קול דממה דקה. אבערא ביי די ח ילונים און אין די מידיע איז געווען א גאנצע חגיגה. זיי זענען געטאנצן אויף זיין בלוט (סימבאליש גערעדט)...!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:18 pm

· #493493
אנאנים: ייש"כ. אבער זי (מיכל רנד) האט גארנישט ממשות'דיג ארויסגעברענגט אקעגן איהר (געוועזענעם) מאן. זי האט נאר געשריגן. און אויך גערעדט הוילע שטותים. וואס איבער דעם גט מען זיך נישט. די ערגסטע וואס זי קען באשולדיגן איהר מאן איז אז ער איז א ..."שלאב"...וויפיהל אידישע פרויען וואלטן זיך געווינטשן אז נאר דאס זאלל זיין זייער מאן'ס פעילער. איינס פון די הויפט באשולדיגונגען אויף שולי איז אז ער האט גענימען א פרישן האנטוך צו לייגן אויפ'ן פלאהר. אדער אויפצו ווישן די פלאהר. אויך. אז זי האט נישט געהאט קיין מילעך אין פרידזשערעיטאר. האט זי נישט געקענט אליינס גיין אין סטאר קויפן א באטל מילעך?! ממש בעיבישע זאכן.

אויך וואס זי זאגט עפ"י הלכה איז זי ראנג. קוק וואס רש"י זאגט אויף דעם ענין..."אין ניאוף אלא באשת איש"...אויף א מאן שטייט גארנישט. ער מעג חתונה האבן אפילו מיט טויזנט ווייבער. נאר דער חדר"ג האלט צוריק. וואס דאס איז אויך נישט זיכער אז ס'גייט נאך אן היינט. אבער אפילו אויב מ'האלט זיך צום חדר"ג האט ער אויך געטון כהלכה. ער האט גענימען א היתר מאה רבנים. און משליש געווען א גט...! זי פאדערט ביי איהם 13 מיליאן דאללער. פיין . זי קען ווארטן...!

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:27 pm

· #493496

יעצט קען זי טאקע ווארטען.
ווילאנג זי וועט עים בארעדן גייט זי נישט באקימען קיין גט, ער האט נישט וואס צי פארלירן ער איז חתונה געהאט.

קאמארנער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 10:25 pm

· #494000
מיד ווי א בוים
פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

אוטונומיה איז לאוו דווקא קעגן חרדים, גראדע איז יונתן אינדורסקי אויך א חרדי.

קאמארנער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 10:29 pm

· #494001
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

אין אן אינטערוויו פאר ערוץ 12 טענה'ט גרנט אז זי האט אייביג געהיטן שבת אין אז זי האט שטענדיג געהאט א 'בית תורני' נאך פאר זי האט זיך באקענט מיט שולי.
אגב, ביים אינטערוויו זעט מען אז שולי איז געווארן ממש ווי א נייע מענטש, ער רעדט פון ליבע און פון שמחה און אין אלגעמיין לייגט ער אראפ א גינסטיגע מצב, ער קוקט אויס צו זיין העפי, פיינעלי, ס'קומט זיך אים.

nespresso » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:24 pm

· #494003
עצי שטים
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פונקליך איר אידשקייט ווייס איך נישט אבער זי גייט מיט כיסוי ראש

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:31 pm

· #494005
קאמארנער
מיד ווי א בוים
פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

אוטונומיה איז לאוו דווקא קעגן חרדים, גראדע איז יונתן אינדורסקי אויך א חרדי.

קאמראנער: איך ווייס נישט אויב יונתן אינדורסקי איז (נאך היינט) א חרדי. אבער שולי רנד איז זיכער אן ערליכער איד. 100%...!

קאמארנער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:51 am

· #494032
nespresso
עצי שטים
רביה''ק זי''ע
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פונקליך איר אידשקייט ווייס איך נישט אבער זי גייט מיט כיסוי ראש

בדרך כלל גייט זי נישט מיט כיסוי ראש, נאר לעצנס נאכן חתונה מיט שולי איז זי געזען געווארן ביי עפעס אן עווענט מיט א כיסוי ראש

שאלתיאל » מוצ"ש אפריל 2, 2022 3:08 pm

· #497382
שולי רנד איז ארויסגעקומען מיט א נייע אלבום 'שולי שר בניון' ווי ער זינגט די קאמפאזיציעס פון באקאנטן מייסטער עמיר בניון.

שאלתיאל » זונטאג אפריל 3, 2022 12:49 pm

· #497413
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט ווי קומען די צוויי צוזאמען אויפן סטעידזש. שולי און ליפא זענען צוויי וועלטן, סיי אין שפראך און סיי אין תוכן.

שאלתיאל » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:01 am

· #498427
ליפא- שולי רנד קאנצערט נעכטן אין בניני האומה.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ZSTFhOQMVfA">https://youtu.be/ZSTFhOQMVfA</a>

שאלתיאל » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:04 am

· #498428
מען דערקענט אז שולי איז אויפן אנדערע פלאץ, ער איז פרייליך און צעלאזט, ס'נישט מער דער דעפרעסטע שולי פון 'אייכה'.

שאלתיאל » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:13 pm

· #498443
ארויסגעקומען א קליפ פון דער חתונה פון שולי מיט צופית גרנט וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע חודשים צוריק.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=MJlcBB0zACQ">https://www.youtube.com/watch?v=MJlcBB0zACQ</a>

חובב ציון » זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:03 am

· #533371
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?

פונדאַמענטאַל » זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:26 am

· #533374
Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
חובב ציון
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?
שולי איז נשט קיין חרדי. ער איז א דתי.
די שאלה: ער האט נישט געקענט טרעפן וכו' ווייזט אויף א טיפע אומפארשטאנד אין די נאטור פון זוגיות. וד"ל.
בנוגע הלכה. וועלכע הלכה?
און דין וחשבון איז ער מחיוב בלויז פאר גאט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

חובב ציון » זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:35 am

· #533389
פונדאַמענטאַל
חובב ציון
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?
שולי איז נשט קיין חרדי. ער איז א דתי.
די שאלה: ער האט נישט געקענט טרעפן וכו' ווייזט אויף א טיפע אומפארשטאנד אין די נאטור פון זוגיות. וד"ל.
בנוגע הלכה. וועלכע הלכה?
און דין וחשבון איז ער מחיוב בלויז פאר גאט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
לגבי זיין רחניות גייט מיר גאנץ קנאפ אן אלץ מיר אויס קען ער הייראטן א כושי,
איך וויל בלויז וויסן וואס זיין הסבר איז און פארוואס ער האט אויסגעוועלט א שותף מיט א אנדערע מיינונג אין אידילאגיע ווי אים,
און לגבי הלכה, טהרה כשרות,שבת,
זה הכל.

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:10 pm

· #533394
Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
לכבוד ט"ו באב האט שולי געפאוסט א ראמאנטישע בילד אויף פעיסבוק פון אים מיט צופית און די ליבשאפט און שמחה שפראצט ארויס דארט פון יעדן פיקסל. איך האב געקוקט לאנג אויף דער בילד און עס שפעטער געסעווד. ס'האט מיך געמאכט גוט אויפן הארצן.

איך געדענק נאך דער שטענדיג-דעפרעסטע שולי מיט די מעלכאנלישע לידער. דער מענטש איז אריבער שבעה מדורי גיהנום, נישט געהאט קיין גוטע מינוט אין לעבן, און געווען "מכור לסבל" כהגדרתו. ער האט זיך אפילו געוואלט נעמען דאס לעבן עט סאם פאונט. און פלוצלינג אויפן עלטער אזא טוויסט. ער האט זוכה געווען צו אן אמת'דיגע ליבשאפט און מ'זעט אז ער איז פרייליך און פול מיט לעבן ליסט (און מיט א צוזאגענומענע בארד). זייער אן איבעראשענדע העפי ענד.

כ'ווייס נישט צו ס'איז ערלויבט צו לייגן די בילד לייג איך די לינק:
https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=pfbid0ju1Rn41vuUKXXR1Mhigc1nnCKTFvxvQhpSqUtdnZmw22cxiZ3RdFVwTgpJvRz8eYl&id=100044521415812&sfnsn=mo

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

· #533441
שאלתיאל: ייש"כ. די אייבישטער זאל העלפן אז די אהבה זאל אנהאלטן פאר א לאנגע , לאנגע צייט.

זיין געוועזענע ווייב, די אומפארגינערין האט זיך שוין א ביסל בארואיגט. זי פלעגט ארומלויפן אויף אלע מידיא שאוס און בארעדן איהר געוועזענעם מאן און זיין נייע ווייב. מ'האט איהר איבעראל אויסגעלאכט.

(אפשר באלאנגט דאס אין דעם רכילות אשכול.)

כספי » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:02 am

· #533461
מ'לאזט עם ארויף אין די חרדי'שע ממסדי'שע סטאנציעס, ווי ראדיא און צייטונגען?

אמאל פלעגט ער זיין, כ'בין נייגעריג צו נאך די חתונה לאזט מען נאכאלץ אדער נישט?

כספי » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:35 am

· #533466
תוהו ובוהו

אין קאנטראסט צו אנדערע פולקאמע חוזרים בתשובה א שטייגער ווי אורי זוהר, האט שולי נישט אויפגעגעבן זיין קאריערע נאר נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען אין ארויסגעגעבן זיין אייגענע פילם
מדי דברי בהם, האב איך אמאל געזען א שיינע שמועס פון הרב אורי זהר ז"ל מיט להבחל"ח ר' שולי רנד

Lesser » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:40 pm

· #533477
פלאס עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זיין נייע רעבעצין האט זיך ארויפגעכאפט אויפן באן, און איז געווארן א בעלת תשובה, זי גייט שוין נישט מיט אייגענע האר וכדומה..

לך לך » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:13 pm

· #533503
האט אקארשט ארויסגעגעבן א שיינע ניגון'דל 'אחד כמוך'

סקעפטיקער » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:12 pm

· #533514
Lesser
פלאס עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זיין נייע רעבעצין האט זיך ארויפגעכאפט אויפן באן, און איז געווארן א בעלת תשובה, זי גייט שוין נישט מיט אייגענע האר וכדומה..
מיינסט אויפגעדעקטע האר

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:04 pm

· #533677
ס'א חילוק? צוגעדעקט כהלכה איז פונקט אזוי גוט.

סקעפטיקער » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:51 pm

· #533679
berlbalaguleh
ס'א חילוק? צוגעדעקט כהלכה איז פונקט אזוי גוט.
דאס זאג איך. פון זיין אזוי צוגעוואוינט צו אונזער פארקרומטע מהלך זאגט זיך אטאמאטיש אייגענע האר אנטשטאט אויפגעדעקטע האר