☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » חאנשי [TV SHOW]

חאנשי [TV SHOW]

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15734
בלאט: 1 2

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:31 am

· #514311
חאנשי [TV SHOW]
א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.

חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.

https://t.me/zml6070

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:32 pm

· #514334
מיין בעסטע טיווי שאw עווער.
די פראבלעים איז נאר אז עס האט זיך אנגעהויבען משיגע גיט און די עקספעקטעישענס זענען זייער הויעך, איך האב א שטיקל פילינג אז דער עולם גייט ווערן שווער פרוסטרירט אין די קימענדיגע פרקים לאמיר האפן אז איך בין wראנג.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:42 pm

· #514336
Re: חאנשי [TV SHOW]
יא, ס'איז לדעתי א היט!

עס לויפט א קליין-ביסל אויף די ספעקטרום פון unorthodox, אבער פארשטייט זיך ס'איז אינגאנצן אנדערש. קודם כל עס איז נישט חסידים ( אויף דערווייל) ס'איז מער ליטווישע (מאדערענע?), און צווייטנס, עס שפילט זיך מער ווייניגער אפ אין ישראל.

אויך דעקט די שאו אסאך אסאך מער ווי unorthodox: עס ווייזט אויך די מזרחישע און אנדערע ישראל'שע קולטורן. ועוד, עס ברענגט שטארק ארויס די בליק וואס אמעריקאנע אידן האבן אויף ארץ ישראל.
-------

עס לויפט יעדן דאנערשטאג. היינט איז ארויס פרק 4.

מרדכי מרדכי » מוצ"ש דעצעמבער 24, 2022 9:18 pm

· #514421
די קריעיטאר פון די שאו, עליזה חנוביטש האט געהאט א אינטערוויו אויף די פאדקעסט "חוויית הדור כאהן"ווי זי רעדט פון איר סעריע, עס איז געבעיסט אויף איר לעבן.

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 10:45 am

· #514457
קען איינער עס ברענגען דא? איך קען נישט יעצט עפענען א טעלעגראם לינק

nespresso » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 11:25 am

· #514459

רימון » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:31 pm

· #514586
צוזאמגעדרייט
א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.

חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.

https://t.me/zml6070
די לינק ארבעט נישט
וואו קען מען זען די נייע עפיזאדן?

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:37 pm

· #514587
רימון
צוזאמגעדרייט
א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.

חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.

https://t.me/zml6070
די לינק ארבעט נישט
וואו קען מען זען די נייע עפיזאדן?
יענע לינק איז שוין פארמאכט צוליב קאפירייט פארלעצונגען.
דא האסטו א נייע וואס ארבייט, (דערווייל)
https://t.me/mlz2035

אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:42 pm

· #514588
די נארישסטע שאו וואס כ'האב געזעהן אין מיין לעבן, אויפגעהערט קוקן נאך די צווייטע עפיסאוד.

רימון » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:42 pm

· #514589
איך בין מסכים, די שוי איז שוואכע מייסעס.

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 6:47 pm

· #514591
אז מען זיכט שוין יא עפעס פון די סארט, איז לעצטנס ארויסגעקומען א ריאלעטי שוי "בנות ברק" וואס גייט דורך די לעבן פון פינעף חרדישע פרויען אין ארץ ישראל וואס גייען אנטקעגן די שטרוים.

איך האב נאר געזען די ערשטע עפיזאד, ס'נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איך ווייס נישט צו עס ווערט ערגער אדער בעסער, אבער ס'איז כאטש א ריאלעטי שוי.

https://t.me/mlz3040
📎 Screenshot_20221227-184802_Google.jpg

מתבודד » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 7:36 pm

· #514594
שמן למאור
אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יאפ. די שוי האט מיר אנגעפאנגען אריינברענגען פייגלעך אז אפשר איז מיין לעבן אויך גענוג אינטרעסאנט פאר א שוי, כ'מיין עפטער אלל האט מיין פאטער אויך געסטאפט מיין קארטל ווען כ'האב אנגעהויבן קויפן ציגארעטליך, שפעטער אין אר''י האב איך אויך געהאט מיינע צייטן... טאקע נישט אויסגעשריגן אין די גאסן מיינע תאוות אבער מצד שני בינעך געווען ביי פילע מתנחלים אין די שטחים, פארברענגט מיט זיי, גערייכערט מיט זיי און זיך געלערנט שיסן...

בקיצור, נעם ארויס די געשלעכטליכע חלקים און די שוי האט א קארגע פאר הונדערט views ....

נ.ב. דא טראג איך אן פאר @רביה''ק צו מאכן א שוי פון זיין לעבן מיין איך עס זייער ערנסט, ער האלט דאך שוין נאך צוואה און תחיית המתים... ס'איז זיכער אינטרעסאנט!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:22 pm

· #514595
שמן למאור
אז מען זיכט שוין יא עפעס פון די סארט, איז לעצטנס ארויסגעקומען א ריאלעטי שוי "בנות ברק" וואס גייט דורך די לעבן פון פינעף חרדישע פרויען אין ארץ ישראל וואס גייען אנטקעגן די שטרוים.

איך האב נאר געזען די ערשטע עפיזאד, ס'נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איך ווייס נישט צו עס ווערט ערגער אדער בעסער, אבער ס'איז כאטש א ריאלעטי שוי.

https://t.me/mlz3040
דעי שאוו איז נאר אינטערעסאנט ווייל ס'היימשע חברה, חוץ דעים איז עס דאמירן בעלמא געקייט וואסער און געמאלן לופט, אגב דעי סימי הערשקאפ איז א אינטערעסאנטע כאראקטער אויף סאציאלע מידיע פאר ווער ס'אינטערעסירט.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:35 pm

· #514597
שמן למאור

אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יו מיסט די פוינט ברודער, מיט די מעשה קען מען זיך נאך פארמעסטן, די עיקר איז די עקט ס'ברעינגט זייער גיט ארויס די טינעידזשער לייף און ס'האט מיך ציריקגעברעינגט צי מיינע בחורישע יארן, וכמו שכתב ליברה:
אדם מוצא נחמה כשהוא רואה את עצמו בעייניו של אדם אחר.

סאיז די זעלבע ווייב פון די ניגון לא יכול.

דונג » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 9:24 pm

· #514601
די קריטיקס זאגן אז ס'סתם הייסע קאפיטלען אנע זאכליכע אויספיר.
מה דעתכם

צפת » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 3:18 am

· #514605
איינער האט די קומענדיגע פרקים אויף גוגל דרייוו?

(די ערשטע פיר עפיזאדן האט שוין איינער אראפגעברענגט.)

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 11:44 am

· #514620
קהל'ס נער
שמן למאור

אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יו מיסט די פוינט ברודער, מיט די מעשה קען מען זיך נאך פארמעסטן, די עיקר איז די עקט ס'ברעינגט זייער גיט ארויס די טינעידזשער לייף און ס'האט מיך ציריקגעברעינגט צי מיינע בחורישע יארן, וכמו שכתב ליברה:
אדם מוצא נחמה כשהוא רואה את עצמו בעייניו של אדם אחר.

סאיז די זעלבע ווייב פון די ניגון לא יכול.
איך ווייס נישט... איך טרעף מיך נישט דארטן...

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 11:52 am

· #514621
ווען קימט די נעקסטע פרק?

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 6:12 pm

· #514631
איין נקודה וואס דער חאנטשי שפילט מורא'דיג, איז זיין א פול פלעדזש פסיכאפאט (דערווייל). יעדעס ריר יעדעס ווארט. פארוואס זי האט זיך דערשראקן פין דער מיכאל איז שווער צו פארשטיין.

ביי אונז זענען פסיכאפאט'ן אנגענומענע מענטשן, כלומר מען כאפט נישט וואס דאס מיינט, און אויף ווי ווייט דאס גייט. ממילא איז צו פארשטיין אז אונזערע מענטשן זענען נישט דער גדולה ווען איינער שפילט פסיכאפאט אזוי גוט.

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 6:23 pm

· #514633
זי איז צודראדעלט נישט סייקאפעט

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 8:17 am

· #514656
קאצקע ציקער
זי איז צודראדעלט נישט סייקאפעט
אזוי?

דערמאנסט מיר פין דער אמאליגער איד וואס לאכט אפ דער גאנצע היינטיגע דאקטעריי, זיי זאגן יענער מחלה, הארץ קרענק, נירען, בלוט דרוק, צוקער, קאלעסטראל, אײן זאך איז דא, הנה אביך חולה, קראנק און פערטיג. ער דארף א ישועה, לאמיר מתפלל זיין.

פריער האב איך געשריבן
ביי אונז זענען פסיכאפאט'ן אנגענומענע מענטשן, כלומר מען כאפט נישט וואס דאס מיינט, און אויף ווי ווייט דאס גייט. ממילא איז צו פארשטיין אז אונזערע מענטשן זעהן נישט דער גדולה ווען איינער שפילט פסיכאפאט אזוי גוט.
יאפ, מען זאגט זיי זענען צודראדעלט משוגע. אבער עס איז דא א חילוק.

פערינא » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 10:02 am

· #514657
נישט יעדע צודראדעלטער איז סייקאפעט און פארקערט איז די זעלבע.

סי איז א צודראדעלטער און א סייקאפעט.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 10:30 am

· #514659
פערינא
נישט יעדע צודראדעלטער איז סייקאפעט און פארקערט איז די זעלבע.

סי איז א צודראדעלטער און א סייקאפעט.
אמת. אבער זי איז יא א סייקאפאט.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 11:20 am

· #514663
Re: חאנשי [TV SHOW]

צפת » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

· #514671
ס'זענען דא א היבשע פאר אידן דא וואס האבן נישט קיין טעלעגראם. קען מען דאס ברענגען אין גוגל דרייוו?

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:25 pm

· #514674
Re: חאנשי [TV SHOW]
איך זעה נאכנישט פרק 5.
דאס איז בלויז א לינק צו א טשענעל וואס איז אויף דערווייל נאכנישט פארשפארט.

היסטאריע » זונטאג יאנואר 1, 2023 8:34 am

· #514757
אני צריך, ואני לא יכול

קאויטש פאטעיטאוי » זונטאג יאנואר 1, 2023 11:09 am

· #514769
מענ קען עס זעהן אויך דא
https://sdarot.buzz/watch/8877

צפת » זונטאג יאנואר 1, 2023 6:02 pm

· #514825
די אלע זאכן ארבעטן נישט ביי מיר.

אפשר קען דאס איינער דראפבאקסן אדער דרייווען?

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 1, 2023 6:13 pm

· #514828
Re: חאנשי [TV SHOW]
מרדכי מרדכי
די קריעיטאר פון די שאו, עליזה חנוביטש האט געהאט א אינטערוויו אויף די פאדקעסט "חוויית הדור כאהן"ווי זי רעדט פון איר סעריע, עס איז געבעיסט אויף איר לעבן.
יעצט געזעהן די שאו. עס איז בכלל נישט גלייך צו unorthodox. פשוט א לעבן פון פארמעסטונגן מיט אן אומסטאבילע מיידל. וואס ווערט מער קאמפליצירט אין א חרדישע לעבנס שטייגער.

דו זאגסט דא אז עס איז באזירט אויף אן אמת׳ע לעבנס געשיכטע. אפשר שיקסטו אריין וויאזוי איך קען קוקן דעם פאדקעסט?

מרדכי מרדכי » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:04 pm

· #514850
אלבערט איינשטיין
מרדכי מרדכי
די קריעיטאר פון די שאו, עליזה חנוביטש האט געהאט א אינטערוויו אויף די פאדקעסט "חוויית הדור כאהן"ווי זי רעדט פון איר סעריע, עס איז געבעיסט אויף איר לעבן.
יעצט געזעהן די שאו. עס איז בכלל נישט גלייך צו unorthodox. פשוט א לעבן פון פארמעסטונגן מיט אן אומסטאבילע מיידל. וואס ווערט מער קאמפליצירט אין א חרדישע לעבנס שטייגער.

דו זאגסט דא אז עס איז באזירט אויף אן אמת׳ע לעבנס געשיכטע. אפשר שיקסטו אריין וויאזוי איך קען קוקן דעם פאדקעסט?
א פאדקעסט איז געמאכט צו הערן, זוך אויף אויף עני פאדקעסט עפפ אדער אויף גוגל "חוויית הדור כאהן" און הער צי די עפיזאוד מיט עליזה חנוביץ'
עס איז געבעיסט זייער לויז אויף איר לעבן נישט ממש א קאפי, למשל איר חבר'טע וואס זי איז געקומען צו איר חתונה איז גאר א מאנספערזאן אין ריל לייף, אויכעט איז דא א אינטערוויו מיט עליזה אויף די פאדקעסט "על הדרך"

דונג » מאנטאג יאנואר 2, 2023 12:14 am

· #514865
געענדיגט זען 5 פון עונה 1
לדעתי איז די תסריט מאדנע און מיאוס.
מ'קען זיך מתווכח זיין, אז ווען ס'איז מאדנע איז עס אינטערעסאנטער, אבער קלוג און באלערנד איז עס נישט.
חכמה איז נישט צווישן די רגליים, און ס'לדעתי אבי ארויסגעסקריבעלט...

קאויטש פאטעיטאוי » מאנטאג יאנואר 2, 2023 5:37 am

· #514879
יעצט גענדיגט פרק 5. זייער מואס. די עקטערס אגב זענען נישט שלעכט, אובער די מעשה? געפערליך! כ'מיין ס'איז זייער איבערגעטריבן
א חוץ טאמער חאנשי איז טאקע אזוי אום טאקטפול און צודראדלט (שיין גערעדט...)

היסטאריע » מאנטאג יאנואר 2, 2023 8:23 am

· #514883
חכמה איז נישט צווישן די רגליים, און ס'לדעתי אבי ארויסגעסקריבעלט
יאפ, א פרומע מיידל פירט זיך נישט אויף אזוי, עס מוז זיין סתם געסקריבעלט, געמאכט דורך א גוי'שע קאפ.

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יאנואר 2, 2023 3:10 pm

· #514909
גאנץ שיין. זיי זענען נאר צופיל פארנימען מיט ״מאחורי״ ווען זיי זענען ווען ווייניגער פארנימען דערמיט וואלט דאס געווען הערליך.

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 2, 2023 3:22 pm

· #514911
איינער האט ביטע פרק 5 אין דראפבאקס?

לאנגע הויזן » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 4:37 pm

· #516552
די וואכעדיגע עפעסאוד... פעך..

איך פארשטיי נישט וואס איז די כוונה פון לייגן א לייוו בית כסא אויף טי ווי..

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 5:38 pm

· #516553
Re: חאנשי [TV SHOW]
לאנגע הויזן
די וואכעדיגע עפעסאוד... פעך..

איך פארשטיי נישט וואס איז די כוונה פון לייגן א לייוו בית כסא אויף טי ווי..
איך געדענק נישט אין א לאנגע צייט אז איך זאל ווילן אוועק-מישן פון א סצענע (ליידער 🙂. ממש א גרויל.

אפשר ווערט דאס פארעכטן ווי אַרט אדער עראטיק אין 2023, מיר קומען פון א פרימעטיווע דור.

שפילער » פרייטאג פעברואר 3, 2023 10:15 am

· #516567
סאיז סעד ווייל סאיז א רעיפ מעשה און דאס מיידל גייט אריבער יסורי נפש

yn.NY » זונטאג פעברואר 5, 2023 6:03 pm

· #516615
לאנגע הויזן
איינער קען ביטע ארוילייגן פרק 5 אין דראפבאקס אדער גוגל דרייוו?

נעקסט לעוועל » מאנטאג פעברואר 6, 2023 12:25 pm

· #516646
שמן למאור
אז מען זיכט שוין יא עפעס פון די סארט, איז לעצטנס ארויסגעקומען א ריאלעטי שוי "בנות ברק" וואס גייט דורך די לעבן פון פינעף חרדישע פרויען אין ארץ ישראל וואס גייען אנטקעגן די שטרוים.

איך האב נאר געזען די ערשטע עפיזאד, ס'נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איך ווייס נישט צו עס ווערט ערגער אדער בעסער, אבער ס'איז כאטש א ריאלעטי שוי.

https://t.me/mlz3040
אנגעפאנגעו קוקן, געמיינט סקומט עפעס א גוטס
נעעע...
שוואכע מייסעס, פארקויפט נישט גארנישט, זילטש אינפארמאטיווע תוכן, נאריש

אמר אביי » דינסטאג פעברואר 7, 2023 7:49 pm

· #516688
צפת
די אלע זאכן ארבעטן נישט ביי מיר.

אפשר קען דאס איינער דראפבאקסן אדער דרייווען?

ליימדארפער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 1:52 am

· #516726
ס'קען איינער מסביר זיין, וואס איז די אונטערשייד פון א טיווי סירי צו א געהעריגע פילם.

אלבערט איינשטיין » מיטוואך פעברואר 8, 2023 3:44 am

· #516730
Re: חאנשי [TV SHOW]
א פילם איז איין לאנגע ווידיא על פי רוב נעמט עס צוויי שעה. עס איז געמאכט געווענטליך צו קוקן אין טיאטער ווען מען האט צוויי איבריגע שעה ביינאכט.
א טי ווי איז א זאך וואס ציעט זיך אזוי ווי א ערציילונג און פארזעצונג. עס קען נעמען פון 20 ביז 40 מינוט א פארזעצונג ביי געוויסע אפילו ביז א שעה.
געוויסטע טי ווי קומען ארויס איינמאל א וואך געוויסע אפאר מאל א וואך. און עס גייט א מספר פון לאמיר זאגן 10 אדער 20 פארזעצונגען. ביז די שוי ענדיגט זיך. און אפאר חדשים שפעטער קען עס נאכאמאל איבערלויפן א המשך אויף די זעלבע מעשה.
הגם מאוויס קען מען אויך ציען א משעה ווען עס איז דא שטארקע סוקסעס. איז עס נישט אזוי פאקסירט אז עס זאל האבן א שייכות צו שטארק מיט די פריעדיגע

ליימדארפער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 10:26 am

· #516737

מיר וואונדערט, צו קאסט דען נישט אפ א טיווי שאו בהמשכים, צען מאל אזוי סאך ווי מאכן א פילם?
ס'דאך עשרת מונים די געלט און צייט, טא פארוואס לוינט זיך עס אנשטאט איין לאנגע פילם.

אמר אביי » מיטוואך פעברואר 8, 2023 6:17 pm

· #516752
אמר אביי
צפת
די אלע זאכן ארבעטן נישט ביי מיר.

אפשר קען דאס איינער דראפבאקסן אדער דרייווען?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 8, 2023 6:27 pm

· #516753
Re: חאנשי [TV SHOW]
ליימדארפער
מיר וואונדערט, צו קאסט דען נישט אפ א טיווי שאו בהמשכים, צען מאל אזוי סאך ווי מאכן א פילם?
עס קאסט מער און עס ברענגט מער געלט. אגב, טיווי שאוס זענען געווענליך ביליגער פער מינוט, אין א מאווי איז אריינגעשטאפט מער באמבאסטישע סצענעס פער שעה. פארשטייט זיך ס'איז נישט אייביג אזוי.
ליימדארפער
ס'דאך עשרת מונים די געלט און צייט, טא פארוואס לוינט זיך עס אנשטאט איין לאנגע פילם.
עס זענען דא מענטשן וואס זענען פארנימען און האבן נישט קיין זעכציג שעה צו קוקן איין לאנגע פילם.

מיט די צייט אז דאס פאפולאציע וועט גרעסער ווערן, און עס וועלן זיין געניג מיר'ע בחורים, ווועט זיך אפשר לוינען פאר האליוואד צו פראדוצירן זעכציג שעה'עדיגע מאוויס.

ליימדארפער » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:39 am

· #516864
ס'קוקט אויס אז די וואך איז נישטא מער קיין נייע פרק.
קען זיין די עונה 1 איז פארטיג

אלבערט איינשטיין » זונטאג פעברואר 12, 2023 3:29 am

· #516866
Re: חאנשי [TV SHOW]
עס איז גענדיגט. מיט א סוף וואס מאכט א ביטערע נאכטעם אין מויל

זופ מיט מאנדלען » זונטאג פעברואר 12, 2023 6:37 am

· #516867
צוזאמגעדרייט
ליימדארפער
מיר וואונדערט, צו קאסט דען נישט אפ א טיווי שאו בהמשכים, צען מאל אזוי סאך ווי מאכן א פילם?
עס קאסט מער און עס ברענגט מער געלט. אגב, טיווי שאוס זענען געווענליך ביליגער פער מינוט, אין א מאווי איז אריינגעשטאפט מער באמבאסטישע סצענעס פער שעה. פארשטייט זיך ס'איז נישט אייביג אזוי.
ליימדארפער
ס'דאך עשרת מונים די געלט און צייט, טא פארוואס לוינט זיך עס אנשטאט איין לאנגע פילם.
עס זענען דא מענטשן וואס זענען פארנימען און האבן נישט קיין זעכציג שעה צו קוקן איין לאנגע פילם.

מיט די צייט אז דאס פאפולאציע וועט גרעסער ווערן, און עס וועלן זיין געניג מיר'ע בחורים, ווועט זיך אפשר לוינען פאר האליוואד צו פראדוצירן זעכציג שעה'עדיגע מאוויס.
דער שרייבער האט נישט געמיינט קיין זעכציג שעה'דיגער פילם, ער האט געמיינט צו זאגן אז וויבאלד אין זיין בליק לייגט מען אריין די זעלבע כוחות אין די סצענעס פון א טיווי שאו און פון א פילם זאלן די פראדוצירער נאר מאכן פילמ'ס.

דער אמת איז סיי וואס די זאגסט אז סאיז מער צייט און מער געלט אבער סאיז אויך שטארק דיין צווייטע נקודה, געווענטליך ביי א טיוויי שאו וועלן זיין עטליכע פלעצער ווי מוועט אויפשטעלן די פראדוקציע און דאס פילמירן וועט בסך הכל דויערן לענגער אבער די פראדוקציע וועט זיין די זעלבע טייער.
בלאט: 1 2