דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #15728
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15728
איך האב זייער ליב די איידיע פון דעם אשכול
די אישּׁאָ איז נאר, אז איך גלייב מענטשן ווערן כסדר נשפע פון וואס זיי ליינען, נישט אלעמאל זענען זיי אויפמערקזאם (aware) דערויף און צומאל קען גאר זיין אז זיי טוישן א מיינונג אבער זיי שעמען זיך מודה צו זיין.
איך געדענק א נאנטע פריינט האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו מיר: איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג יעדן טאג. און איך האב נישט פארשטאנען די מעלה פון אזא געדאנקען גאנג. ס'געווען א ווילד פרעמדע זאך פאר מיר, ווייל אין די חינוך וואס מ'האט מיר געגעבן האט מען אסאך געהאקט וועגן חדש אסור מן התורה, און נישט צו פארענדערן קיין האָר פון די מסורה; מ'האט אויך אסאך חוזק געמאכט פון די וואס טוישן סיי וואס און עס אנגערופן אומסטאַבּיל. ממילא קען איך פארשטיין אויב זענען דא מענטשן דא וואס פילן אז טוישן א מיינונג איז נישט א גוטע זאך.
יעצט לגבי דיין שאלה, איך מיין אז איך האב געטוישט, נישט ממש מיין מיינונג, אבער די וועג וויאזוי איך טראכט וועגן די מצב פון חינוך הבנים, דורך פארשידענע קאַמענטס וואס מענטשן האבן געמאכט וואס האט מיר געהאלפן איינזעהן אז פאר אסך מענטשן איז עס פיל מער קאמפליצירט ווי ס'שיינט ווען כ'קוק עס אן אויבערפלעכליך. אין אנדערע ווערטער, ליינענדיג די תגובות פון מענטשן בארייכערט עס מיין בליק אויף דעם.

איך קים נישט דא צי משפיע זיין אדער נשפע ווערן, אבער איין זאך האב איך מיך אויסגעלערנט דא זייער שטארק, אז איך מיז האבן דעקונג אויף יעדע זאך וואס איך זאג ווייל דא טאלערירט מען נישט קיין ב"ש.
למעשה האב איך עס גענימען צי מיין טעגליכע לעבן אויך, איך האב מיך אנגעהויבן האלטן אקאונטעבל אויף מיינע אייגענע שיטות, איך האב אנגעהויבען דורך טראכטן האט עס דעקונג אדער איז עס נאר באזירט אויף טראומה, נאיוועטעט, נישט טראכטן, פחדים וכו' מילא אלץ א פועל יוצא האב איך געטוישט א שיינע ביסל פון מיינע שיטות.

ששששש זאג נישט אויס קיינעם....
ק''ש ברענגט מיר אסאך מאל צו טראכטן נעגעטיוו וועגן די וועלט.......נישט אז כ'בין פארדעם געווען גאר פאזעטיוו, אבער ווייסטוואסכמיין....

ארגינעל האב איך געהאלטן אז עס קען ממש נישט זיין אז הרב קרישבסקי האט טאקע געטון דאס וואס מען האט אים באשילדיגט אין טון...
אבער נאכן ליינען די אשכול פון @me smart האב איך זיך געטוישט מיין מיינונג, אז מעגליך איז ער יא שילדיג...
לול!!! 😂 😂 😂

דער אידיש-רוסישע פסיכאלאג לעוו וויגוצקי האט אריינגעברענגט דער באגריף ''Zone of Proximal Development''- דאס איז א באגריף אין דעוועלאפמענט פסיכאלאגיע וואס באציט זיך צו די רעינדזש פון קוואליפיקאציעס און יכולות'ן וואס דער קינד קען נאך נישט דעגרייכן בכוחות עצמו נאר מיט די הילף פון מער ערוואקסענע און ערפארענער פון אים. לויט ויגוצקי'ן, דורך געזעלשאפט'ליכע אינטעראקציעס צווישן דער קינד און אַן ערוואקסענער טוט דער ערוואקסענער כביכול 'ארויפשלעפן' דער קינד צו זיין לעוועל און אזוי אנטוויקלט זיך דער קינד.
פאר מיר איז קאווע שטיבל דער Zone of Proximal Development, א פלאץ ווי עס דרייען זיך מער ערפארענע, מער קלוגערע און געלערנטע ווי מיך און ווי @קהל'ס האט ערווענט: דא קען מען נישט רעדן בולשיט און מען מוז טראכטן צוויי מאל פאר מען שרייבט. אט די הויעכע לעוועל 'שלעפט' מיך ארויף אביסל און יא, איך האב אסאך געלערנט, אנטוויקלט מיינונגען און קלוגער געווארן אין א געוואלד פון נושאים בזכות דעם.
ספעציעל דורך אונזער וואן און אנלי @מי אני און וועלכע האט מיך אויסגעקלארט אסאך נושאים אין אידישע השקפה און פילאזאפיע ווי אויך בארייכערט מיין וויסנשאפט מיט אלגעמיינע ידיעות. איך בין דאנקבאר פאר אים און פאר אלע חברים בהווה ובעתיד וואס באשטייערן פון זייערע קענטעניסן להרבות חכמה ומדע בקרב מחנינו. קיפ איט אפ!

איך האלט אין איין טוישן מיינונג געבויעט אויף זאכן וואס איך לייען, און איך לייען דא גאר אסאך.
@קהלס נער, פון ווי נעמסטו אז מ'טאלערירט נישט דא קיין ב"ש, איך קען דיר ציווייזן אסאך....

תרמבפרוביר רעדן ב"ש מען וועט דיר בראטן לעבעדיגערהייט, די קענסט האלטן וואס די ווילסט, אבער די דארפסט מסביר זיין וואס און פארוואס די האלטסט באזירט אויף וואס אז נישט מאכט מען מיט דיר געפעפערטע חרוסת.איך האלט אין איין טוישן מיינונג געבויעט אויף זאכן וואס איך לייען, און איך לייען דא גאר אסאך.
@קהלס נער, פון ווי נעמסטו אז מ'טאלערירט נישט דא קיין ב"ש, איך קען דיר ציווייזן אסאך....
ענוה!
עס האט מיר געבויעט און אריינגעברענגט אין א העכערע לעבן, וואס קומט צוזאמען מיט ענוה. מען זעט ווי סאך עס איז דא זיך צו לערנען.
חכמה!
א אפענע טעלעפאון בוך, א קאלעקטיוו אוצר פון ידיעות.
בינה!
די צוגאנג וויאזוי די לייבן פון קאווע שטיבל צונעמען און אנאליזירן א נושא. עס איז מער די צוגאנג צו די נושא ווי די נושא אליינס. ובפרט פון די חכמים וואס איך האב די זכיה צו שמועסן פריוואט.
דעת!
לדעת את המעשה אשר יעשון, פראקטישע עצות און הדרכה בכל תחומי יהדות, סיי פון די אשכולות און סיי פון די קשרים וואס איך האב געמאכט.