☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער היימלאזע תגובות, אשכול.‎‎

דער היימלאזע תגובות, אשכול.‎‎

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15727

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 7:43 pm

· #514176
דער היימלאזע תגובות, אשכול.‎‎
פון צייט צי צייט וויל איך עפעס שרייבן א קלייניקייט אבער סנישטא קיין אשכול פארדעים, אבער סנישט געניג א גרויסע זאך צי עפענען א באזונדערע אשכול, דעריבער גרינד איך יעצט א אשכול פאר די היימלאזע תגובות.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 7:45 pm

· #514177
באקומען אין וואטסעפ: Q. Tattie, how did we defeat the Yevanim?

A. With Hashem’s help!

Q. So why did we need the Maccabim?

A. They were just soldiers, Hashem helped them and Baruch Hashem we won.

Q. The Maccabim were soldiers?!

A. Yes, they were soldiers in the army of Hashem.

Q. So they were Chabdniks?

A. No, no! Chas v'shalom! They were yeshivish.

Q. Did Yehuda Hamaccabi fight? With a weapon?

A. Yes.

Q. So Yehuda Hamacabi was a goy or not religious?

A. Chas v'shalom, why would you think he was a goy or not religious?

Q. Because only goyim or non-religious Jews go to the army.

A. No, no, in the past religious people also went to the army.

Q. So why did the Maccabim go to the army and we don't?

A. Because today our Torah protects us.

Q. And then their Torah didn't protect them?

A. I think it’s time for you to go learn with Moishie.

Q. Did the Maccabim learn Torah?

A. Of course! They learned Torah all the time!

Q. They didn't work for a living?

A. Chas v'shalom!

Q. So how did they have money?

A. Well they worked a very little teeny bit.

Q. Off the books in secret like Uncle Yanky?

A. No!

Q. So what did Mattisyahu do?

A. He was a farmer.

Q. So how did he work in the fields with his white shirt?

A. How do you know he wore a white shirt?

Q. Moishie told me that a real Jew only wears white shirts.

A. You spend too much time with Moishie, but he is right.

Q. What did the Maccabim want?

A. They wanted an independent Jewish state that they would run.

Q. Is this what we want?

A. That is something that Zionists want.

Q. Tattie, I want to be a soldier, a farmer and a Zionist!

A. Gevalt!!! What happened to you?!

חב''ד הויזן » דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 8:54 pm

· #514180
[ציטאט אראפגענומען]
You just have to give them better answers then this

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:15 am

· #514191
חב''ד הויזן
[ציטאט אראפגענומען]
You just have to give them better answers then this
אזוי...? דו האסט בעסערע תירוצים? אדרבה ענטפער די שאלות דא...
פארוואס האט מען אמאל יא געמעגט האבן א ערליכע מיליטער? וואס איז מיט התגרות באומות? האט די תורה נישט געהיטן דעמאלטס אזוי ווי עס היט היינט? פארוואס האבן זיי זיך יא געמעגט שלאגן מיט די גוים צו האבן אן אייגענע לאנד?

אודאי דארף מען ענטפערן פאר די קינדער בעסערע תירוצים.. אבער אויב ווילסטו אז זיי זאלן בלייבן חרדיש דאן האסטו א פראבלעם...

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 10:33 am

· #514197
שוין אסאך מאל באקומען דעם וויץ.

עס איז א חילוק הימל און ערד אויב מען קעמפט צוליב תורה ומצוות אדער מען קעמפט בלויז צוליב א אייגענע לאנד. פאר תורה ומצוות איז נישטא קיין התגרות באומות, כי הם חיינו ואורך ימינו.

בכלל איז די גאנצע "התגרות באומות" נאר שייך אין גלות, נישט בזמן שבית המקדש הי' קיים, ווי בשעת נס חנוכה. ערשט ווען דער באשעפער האט אונז פארטריבן אין גלות האט ער אונז באשוואוירן מיט 3 שבועות, צווישן זיי אז מיר זאלן זיך נישט רייצן מיט די אומות העולם.

yesiknow » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:18 am

· #514202
שמן למאור
חב''ד הויזן
[ציטאט אראפגענומען]
You just have to give them better answers then this
אזוי...? דו האסט בעסערע תירוצים? אדרבה ענטפער די שאלות דא...
פארוואס האט מען אמאל יא געמעגט האבן א ערליכע מיליטער? וואס איז מיט התגרות באומות? האט די תורה נישט געהיטן דעמאלטס אזוי ווי עס היט היינט? פארוואס האבן זיי זיך יא געמעגט שלאגן מיט די גוים צו האבן אן אייגענע לאנד?

אודאי דארף מען ענטפערן פאר די קינדער בעסערע תירוצים.. אבער אויב ווילסטו אז זיי זאלן בלייבן חרדיש דאן האסטו א פראבלעם...
באמערק אז דער Q&A איז געפרעגט געווארן אין ענגליש, ווארשיינליך נישט דורך אן "אידיש רעדנדע" קינד...

א געוויסע אפטיילונג פון חרדישע טאטע'ס דארפן נישט מורא אז די קינדער וועלען זיי פרעגן די דאזיגע שאלות, ווייל דער סיסטעם האט שוין ליידער געטוהן די ארבעט, מ'זאל נישט האבן אן אינטערעס אין דעם נושא.

זה היה קודם חורבן בית שני שזה היה רצון השם שיהיה לנו הארץ אחר כך כתוב ומפני חטאינו גלינו מארצנו זה היה אחר חורבן הבית הבורא עולם רצה שאנחנו נלך לגלות,

אתה מסוגל להבין את זאת?

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:35 am

· #514205
שמן למאור
חב''ד הויזן
[ציטאט אראפגענומען]
You just have to give them better answers then this
אזוי...? דו האסט בעסערע תירוצים? אדרבה ענטפער די שאלות דא...
פארוואס האט מען אמאל יא געמעגט האבן א ערליכע מיליטער? וואס איז מיט התגרות באומות? האט די תורה נישט געהיטן דעמאלטס אזוי ווי עס היט היינט? פארוואס האבן זיי זיך יא געמעגט שלאגן מיט די גוים צו האבן אן אייגענע לאנד?

אודאי דארף מען ענטפערן פאר די קינדער בעסערע תירוצים.. אבער אויב ווילסטו אז זיי זאלן בלייבן חרדיש דאן האסטו א פראבלעם...
כ'קען נישט מער ווי איבערזאגן וואס יעדער דא מיט א מח בקדקדו פארשטייט אז די פראבלעם פון סאלדאטן און א אייגענע לאנד איז נאר אין גלות.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:38 am

· #514206
yesiknow
זה היה קודם חורבן בית שני שזה היה רצון השם שיהיה לנו הארץ אחר כך כתוב ומפני חטאינו גלינו מארצנו זה היה אחר חורבן הבית הבורא עולם רצה שאנחנו נלך לגלות,

אתה מסוגל להבין את זאת?
לכאורה זענען דיינע ווערטער געוואנדן צו מיר, איז לאמיך זיך אויסקלארן. פון וואו האט מען דעמאלטס געוויסט אז די רצון השם איז זיך צו שלאגן מיט די יוונים און צוריקנעמען דאס לאנד? אפשר איז געווען רצון השם אז מען זאל אנטלויפן פון מלכות יון צו א פרידליכע לאנד?

פון וואו ווייסטו אז די רצון פון השי"ת איז געווען נאך בית שני אז מיר זאלן גיין אין גלות, אבער פאר די חורבן אז מיר זאלן האבן דאס לאנד? האט עס בלויז ציטון מיט וואס עס האט פאקטיש פאסירט און דאס ריפסטו אהן רצון הבורא? אויב אזוי איז לפי זה אויך די רצון הבורא אז יעצט זאלן מיר יא האבן ארץ ישראל, נישט אזוי?

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:50 am

· #514207
שמעקעדיג
שוין אסאך מאל באקומען דעם וויץ.

עס איז א חילוק הימל און ערד אויב מען קעמפט צוליב תורה ומצוות אדער מען קעמפט בלויז צוליב א אייגענע לאנד. פאר תורה ומצוות איז נישטא קיין התגרות באומות, כי הם חיינו ואורך ימינו.

בכלל איז די גאנצע "התגרות באומות" נאר שייך אין גלות, נישט בזמן שבית המקדש הי' קיים, ווי בשעת נס חנוכה. ערשט ווען דער באשעפער האט אונז פארטריבן אין גלות האט ער אונז באשוואוירן מיט 3 שבועות, צווישן זיי אז מיר זאלן זיך נישט רייצן מיט די אומות העולם.
די איסור פון התגרות באומות (אויב ס'איז בכלל דא אזא איסור) האט נישט ציטון איבער וואס מען רייצט זיך. אויב איז עס אן איסור דאן ווייאזוי ווערט עס מותר אויב מען שלאגט זיך איבער תורה? אפשר צוליב דעם אז אידן זאלן קענען מקיים זיין מצות פון ישוב ארץ ישראל, תרומות ומעשרות, שמיטה, וכ' וכ' זאל מען אויך מעגן עובר זיין אויף התגרות באומות?

איך וויל אויך פארשטיין אזוי, ווען איז די איסור פון התגרות באומות נתחדש געווארן? גלייך נאכן חורבן האבן זיך די תנאים צוזאמגעזעצט און מחדש געווען א פרישע איסור פון התגרות באומות- א זאך וואס איז ביז דאן געווען מותר? ווען האט עס די באשעפער אונז באשוואוירן? וואו איז פארגעקומען די מעמד השבעות השבועות? די ג' שבועות דרש'נט מען ארויס פון פסוקים אין שיר השירים, ווער האט מחליט געווען ווען עס הייבט זיך אן?

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:52 am

· #514209
חב''ד הויזן
שמן למאור
חב''ד הויזן
[ציטאט אראפגענומען]
You just have to give them better answers then this
אזוי...? דו האסט בעסערע תירוצים? אדרבה ענטפער די שאלות דא...
פארוואס האט מען אמאל יא געמעגט האבן א ערליכע מיליטער? וואס איז מיט התגרות באומות? האט די תורה נישט געהיטן דעמאלטס אזוי ווי עס היט היינט? פארוואס האבן זיי זיך יא געמעגט שלאגן מיט די גוים צו האבן אן אייגענע לאנד?

אודאי דארף מען ענטפערן פאר די קינדער בעסערע תירוצים.. אבער אויב ווילסטו אז זיי זאלן בלייבן חרדיש דאן האסטו א פראבלעם...
כ'קען נישט מער ווי איבערזאגן וואס יעדער דא מיט א מח בקדקדו פארשטייט אז די פראבלעם פון סאלדאטן און א אייגענע לאנד איז נאר אין גלות.
איך פארשטיי, אבער וואס איז די מחלק צווישן גלות יון מיט גלות אדום?

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:00 pm

· #514210
שמן למאור
איך פארשטיי די חילוק, אבער וואס איז די מחלק צווישן גלות יון מיט גלות אדום?
דער איסור פון התגרות באומות איז געבוירן געווארן נאך די גרויסע דריי דורכפעלער מיט די רוימער חורבן ביהמ"ק, מרד אלכסנדריה, ומרד בר כוכבא, ווען יעדער איינער האט געזוכט אראפצווארפן פון זיך די שולד פון די שרעקליכע דורכפעלער.
גיב עס אפאר יאר און די סאטמארע וועלן נאך שרייען אז זיי האבן געגרינדעט די מדינה…

סבא דבהתא » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:16 pm

· #514211
די ענין פון מיליטעריזם איז טאקע נאריש מדמה צו זיין.

אבער ס’דאך דא דארטן נאך פראגעס, פארמער, ווייסע העמד, דאכט זיך אז מיט דעם האט ער יא א גוטן פוינט.

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:57 pm

· #514217
[ציטאט אראפגענומען]
זיי מסביר וואס וואונדערט דיך אזוי.

אין צייטן פון בית המקדש האט מען געמעגט אנהייבן מלחמות און ווען מ'איז געגאנגען אין גלות האט די אויבערשטער גע'אסר'ט זיך צו רייצן מיט די פעלקער.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 2:37 pm

· #514223
חב''ד הויזן
[ציטאט אראפגענומען]
זיי מסביר וואס וואונדערט דיך אזוי.

אין צייטן פון בית המקדש האט מען געמעגט אנהייבן מלחמות און ווען מ'איז געגאנגען אין גלות האט די אויבערשטער גע'אסר'ט זיך צו רייצן מיט די פעלקער.
אין וועלכע סעיף אין שו"ע שטייט עס? פארוואס האט מען אמאל געמעגט און היינט טאר מען נישט?
דו שיסט סתם א סטעיטמענט, אפשר ברענגסטו א מקור לדבריך? ווען און וויאזוי פונקטליך איז נולד געווארן דעם פרישן איסור?

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 3:14 pm

· #514224
נישט קיין הלכה אין שו"ע.
פשוט א שטיקל "אגדתא" גמרא אין כתובות.

פארשטייט זיך מען רעדט לויט די שיטה וואס רעכנט זיך מיט די שלש שבועות.

די שלש שבועות זענען נולד געווארן ביים גיין אין גלות צווישן די אומות העולם.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 3:55 pm

· #514226
שמעקעדיג
שוין אסאך מאל באקומען דעם וויץ.

עס איז א חילוק הימל און ערד אויב מען קעמפט צוליב תורה ומצוות אדער מען קעמפט בלויז צוליב א אייגענע לאנד. פאר תורה ומצוות איז נישטא קיין התגרות באומות, כי הם חיינו ואורך ימינו.

בכלל איז די גאנצע "התגרות באומות" נאר שייך אין גלות, נישט בזמן שבית המקדש הי' קיים, ווי בשעת נס חנוכה. ערשט ווען דער באשעפער האט אונז פארטריבן אין גלות האט ער אונז באשוואוירן מיט 3 שבועות, צווישן זיי אז מיר זאלן זיך נישט רייצן מיט די אומות העולם.
דאס עצם קעמפן פאר אן אייגן לאנד (ארץ ישראל דייקא) איז פאר תורה ומצוות. אפגערעדט אז די מצוה פון ירושה (מלחמה) וישיבה וואס לויט רוב ראשונים גייט עס געהעריג אן סיי ווען כלשון הרמב"ן אין ספר המצוות אויפן פסוק ”וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ”. וז"ל: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם יצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה, וזהו שנאמר: והורשתם את הארץ וישבתם בה, כי לכם נתתי את הארץ לרשת אותה. והתנחלתם את הארץ, אשר נשבעתי לאבותיכם", עכ"ל.
דאס אליין מאכט עס אויס התגרות באומות.

און א חוץ מזה האבן די אידן נישט באקומען ארץ ישראל היינט צו טאגס בדרך מלחמה נאר דורך דיפלאמאטיע. ואחרי ככלות הכל זענען די ג' שבועות אן אגדתא, און אונז ווייסן דעם כלל פון אין סומכין ואין מביאין ראיה מכל דברי אגדה, כדברי רב סעדיה גאון.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:00 pm

· #514227
חב''ד הויזן
אין צייטן פון בית המקדש האט מען געמעגט אנהייבן מלחמות און ווען מ'איז געגאנגען אין גלות האט די אויבערשטער גע'אסר'ט זיך צו רייצן מיט די פעלקער.
עס איז לכאורה מער סנהדרין אורים ותומים או נביא וואס גיט די רעכט פאר מלחמות וכדומה. עס איז לכאורה נישט דא קיין נארמאלע מקור פאר א חילוק אם המקדש קיים. אפשר די רמב"ם אין אגרת תימן?

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:01 pm

· #514229
פרנס החודש
עס איז לכאורה מער סנהדרין אורים ותומים או נביא וואס גיט די רעכט פאר מלחמות וכדומה. עס איז לכאורה נישט דא קיין נארמאלע מקור פאר א חילוק אם המקדש קיים. אפשר די רמב"ם אין אגרת תימן?
למפרע נודע אז מען איז נישט אין גלות מער, כדוגמת שיטת הרמב״ם לגבי משיח.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:03 pm

· #514230
אויב אזוי קען מען בויען א בית המקדש, על כרחך קומט מען צוריק צום פראבלעם פון סנהדרין ונביאים, הגם דאס קען מען ווען אויך אהערשטעלן אויב וויל מען עכט..

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:10 pm

· #514233
שמן למאור
אין וועלכע סעיף אין שו"ע שטייט עס? פארוואס האט מען אמאל געמעגט און היינט טאר מען נישט?
דו שיסט סתם א סטעיטמענט, אפשר ברענגסטו א מקור לדבריך? ווען און וויאזוי פונקטליך איז נולד געווארן דעם פרישן איסור?
איך בין יעצט נישט אינטערסירט אריינצוגיין אין די טענה'ריי איבער שלש שבועות. סך הכל דער פותח האט אראפגעברענגט א ווערטל צו ליצנות מאכן פון די של''ש לשיטת האוסרים צו ווייזן ווי לעכערליך ס'איז, אויף דעם זאג איך אז די אוסרים לשיטתם האבן א קלארע פארשטענדליכע הסבר אויף זיין קשי'. אז דו ווילסט קריגן מיט די גאנצע יסוד איז כל הכבוד.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:35 pm

· #514236
חב''ד הויזן
איך בין יעצט נישט אינטערסירט אריינצוגיין אין די טענה'ריי איבער שלש שבועות, סך הכל די פותח האט אראפגעברענגט א ווערטל צו ליצנות מאכן פון די של''ש לשיטת האוסרים צו ווייזן ווי לעכערליך ס'איז, אויף דעם זאג איך אז די אוסרים לשיטתם האבן א קלארע פארשטענדליכע הסבר אויף זיין קשי'. אז דו ווילסט קריגן מיט די גאנצע יסוד איז כל הכבוד.
The problem is that contrary to the claims (mostly expressed by Chabad but prevalent everywhere), there are no answers on many theological problems, and there’s no coherent philosophy behind most religious claims.
Tough luck!!!

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:47 pm

· #514237
דער גאלדענער אדלער
.
און א חוץ מזה האבן די אידן נישט באקומען ארץ ישראל היינט צו טאגס בדרך מלחמה נאר דורך דיפלאמאטיע.
לאל, פארשטיי איך נישט דעמאלס וואס פעלט אויס די גאנצע מיליטער. פארוואס קענען זיי נישט בלייבן מיט דיפלאמאטיע...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 5:47 pm

· #514238
פרנס החודש
חב''ד הויזן
אין צייטן פון בית המקדש האט מען געמעגט אנהייבן מלחמות און ווען מ'איז געגאנגען אין גלות האט די אויבערשטער גע'אסר'ט זיך צו רייצן מיט די פעלקער.
עס איז לכאורה מער סנהדרין אורים ותומים או נביא וואס גיט די רעכט פאר מלחמות וכדומה. עס איז לכאורה נישט דא קיין נארמאלע מקור פאר א חילוק אם המקדש קיים. אפשר די רמב"ם אין אגרת תימן?
פאר א מלחמת מצוה ווי למשל מלחמת ששת הימים אדער מלחמת יום הכיפורים יום השיחרור וכדומה אדער ווען סיי ווער ס'סטראשעט אדער טעראריזירט אונז גייט אריין בגדר מלחמת מצוה. און אויף אזאנע פעלער ברויך מען נישט קיין אורים ותומים, סנהדרין, אדער א נביא, פארדעם איז גענוג א מלך אדער א שופט.

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 6:08 pm

· #514240
און וואס גייט אריין בגדר מלחמת רשות? אטאקירן א צווייטע לאנד על לא דבר איז לכאורה א מלחמת עבירה, ניין?

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:06 pm

· #514241
חב''ד הויזן
און וואס גייט אריין בגדר מלחמת רשות? אטאקירן א צווייטע לאנד על לא דבר איז לכאורה א מלחמת עבירה, ניין?
ניין, על פי תורה איז עס מלחמת רשות, חוץ פון די פעלקער וואס די תורה זאגט קלאר אל תתגר בם מלחמה.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:07 pm

· #514242
די ז' עמים אין די תורה מיינט אייננעמען זייערע טעריטאריעס אויך.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:10 pm

· #514243
ווי ערווארטעט, איז די היימלאזע תגובות אשכול פארוואנדלט געווארן אין א סאטמארע וויכוחים אשכול.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:16 pm

· #514244
חב''ד הויזן
און וואס גייט אריין בגדר מלחמת רשות? אטאקירן א צווייטע לאנד על לא דבר איז לכאורה א מלחמת עבירה, ניין?
די מלחמה צווישן די בני יואל און ברך משה.

ערנסט גערעדט, מלחמת רשות איז ווי ס'ווערט דערמאנט אנפאנג מס' ברכות: "כיון שעלה עמוד השחר נכנסו חכמי ישראל אצלו. אמרו לו 'אדונינו המלך, עמך ישראל צריכין פרנסה! אמר להם 'לכו והתפרנסו זה מזה! אמרו לו 'אין הקומץ משביע את הארי ואין הבור מתמלא מחוליתו! אמר להם 'לכו ופשטו ידיכם בגדוד!' מיד יועצים באחיתופל ונמלכין בסנהדרין ושואלין באורים ותומים..."

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:22 pm

· #514245
שמעקעדיג
דער גאלדענער אדלער
און א חוץ מזה האבן די אידן נישט באקומען ארץ ישראל היינט צו טאגס בדרך מלחמה נאר דורך דיפלאמאטיע.
לאל, פארשטיי איך נישט דעמאלס וואס פעלט אויס די גאנצע מיליטער. פארוואס קענען זיי נישט בלייבן מיט דיפלאמאטיע...
ווייל אז מ'וויל אז דיפלאמאטיע זאל ארבייטן מוז מען טיילן מכות פאר דעם! דיפלאמטיע אן ווייזן שטארקייט איז כגוף בלא נשמה. ווי פוטער אנע ברויט, ווי זאלץ אהן פאפיטעס, ווי א קרעפל אהנע פלייש, ווי א פאלאפל אהנע טחינה, ווי אייער צוויבל אהנע אויל און ווי געבראטענע לעיבער אן מאגן ברענען.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:41 pm

· #514246
פרנס החודש
חב''ד הויזן
און וואס גייט אריין בגדר מלחמת רשות? אטאקירן א צווייטע לאנד על לא דבר איז לכאורה א מלחמת עבירה, ניין?
ניין, על פי תורה איז עס מלחמת רשות, חוץ פון די פעלקער וואס די תורה זאגט קלאר אל תתגר בם מלחמה.
וכמבואר להדיא בגמרא.. אמר להם לכו פשטו ידיכם בגדוד...

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:45 pm

· #514248
שמעקעדיג
נישט קיין הלכה אין שו"ע.
פשוט א שטיקל "אגדתא" גמרא אין כתובות.

פארשטייט זיך מען רעדט לויט די שיטה וואס רעכנט זיך מיט די שלש שבועות.

די שלש שבועות זענען נולד געווארן ביים גיין אין גלות צווישן די אומות העולם.
ווען האט זיך די דרש פון די אגדתא אנגעהויבן? אויב נעמט מען אהן די דרש פון די אגדתא אלס א הלכה, דאן פארוואס דוקה נאכן חורבן? פארוואס איז נישט געווען גילטיג די דרש בימי החשמונאים? מען זעט פון דא לכאורה אז די חשמונאים האבן טאקע געהאלטן אז די שיינע דרש איז טאקע נישט מער ווי א שיינע שלש סעודות/שבועות תורה... אבער נישט הלכה למעשה..
פאר א סיבה ווערט די הלכה נישט גע'פסק'נט אין שו"ע, נישט אזוי?

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:48 pm

· #514249
חב''ד הויזן
איך בין יעצט נישט אינטערסירט אריינצוגיין אין די טענה'ריי איבער שלש שבועות, סך הכל די פותח האט אראפגעברענגט א ווערטל צו ליצנות מאכן פון די של''ש לשיטת האוסרים צו ווייזן ווי לעכערליך ס'איז, אויף דעם זאג איך אז די אוסרים לשיטתם האבן א קלארע פארשטענדליכע הסבר אויף זיין קשי'. אז דו ווילסט קריגן מיט די גאנצע יסוד איז כל הכבוד.
איך זע נאכנישט די מחלק צווישן די ימי החשמונאים און די ימי הציונים...
אז מען זעט אז די חשמונאים האבן זיך נישט גערעכנט מיט די שלש שבועות, דאן פארוואס זאלן אונז זיך יא רעכענען דערמיט? אז דו ווילסט מחדש זיין אז עס האט זיך אנגעהויבן ביים חורבן, דאן ברויכסטו ברענגען א מקור.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 7:51 pm

· #514250
שמעקעדיג
דער גאלדענער אדלער
.
און א חוץ מזה האבן די אידן נישט באקומען ארץ ישראל היינט צו טאגס בדרך מלחמה נאר דורך דיפלאמאטיע.
לאל, פארשטיי איך נישט דעמאלס וואס פעלט אויס די גאנצע מיליטער. פארוואס קענען זיי נישט בלייבן מיט דיפלאמאטיע...
מען האט עס אריגינעל איינגעהאנדלט ע"י דיפלאמאטיע, ד.ה. דורך א וואוט אין די יו.ען. אבער כדי עס אנצוהאלטן פון אנגייענדיגע טעגליכע דראאונגען, ברויך מען האבן א מיליטער.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:07 pm

· #514251
שמן למאור
שמעקעדיג
נישט קיין הלכה אין שו"ע.
פשוט א שטיקל "אגדתא" גמרא אין כתובות.

פארשטייט זיך מען רעדט לויט די שיטה וואס רעכנט זיך מיט די שלש שבועות.

די שלש שבועות זענען נולד געווארן ביים גיין אין גלות צווישן די אומות העולם.
ווען האט זיך די דרש פון די אגדתא אנגעהויבן? אויב נעמט מען אהן די דרש פון די אגדתא אלס א הלכה, דאן פארוואס דוקה נאכן חורבן? פארוואס איז נישט געווען גילטיג די דרש בימי החשמונאים? מען זעט פון דא לכאורה אז די חשמונאים האבן טאקע געהאלטן אז די שיינע דרש איז טאקע נישט מער ווי א שיינע שלש סעודות/שבועות תורה... אבער נישט הלכה למעשה..
פאר א סיבה ווערט די הלכה נישט גע'פסק'נט אין שו"ע, נישט אזוי?
אין ויואל משה שטייט קלאר ארויס געשריבן לגבי פארוואס עס ווערט נישט געברענגט אין רמב"ם און לגבי די פראבלעם אז עס קומט נישט נאך הלכות שבועות און נאך פראבלעמען אז די שלש שבועות זענען נישט קיין הלכה אדער שבועות ממש נאר א "ענין חמור" (אזוי ווי גיין ד' אמות אן נעגל וואסער...). (ער שרייבט אויך לגבי דעם רמב"ם אז די סיבה פארוואס ער ברענגט עס נישט איז וויבאלד עס עס איז נכלל אין אנדערע איסורים - די פראבלעם דערמיט איז פארשטענדליך; איינמאל עס איז נישט קיין איסור מחמת עצמו, קען מען דרייען דערמיט און זאגן צב"ש איך גלייב אין השגחה פרטית, איך גלייב אין משיח, און איך גלייב אויך אז איך ברויך טון מיין טייל צו ברענגען די גאולה בפועל). הכלל, אויב לערנט מען גוט דורך דעם ויואל משה זעט מען אז ער האט קלאר געהאלטן אז עס איז קיין פראבלעם להלכה, נאר עס איז אן השקפה פראבלעם ווייל עס גייט מחריב זיין כלל ישראל.

אויפ'ן שער בלאט און אין הקדמה ווערט נישט דערמאנט קיין וואט איבער א ביאור הלכה, נאר "לבאר חומר הדבר"... און כדי שלא להשאיר הנייר חלק האט ער צוגעלייגט א שיינע פשעטל וואס ער האט געגעבן אין ישיבה ווען מען האט געלערנט מסכת כתובות. די חורבן איז אז די אלע סאטמארע קנאים האבן קיינמאל נישט גרונטליך דורכגעלערט דעם ויואל משה (כ'מיין, וואס דען איז געווען זיין ציל מיט שרייבן אזא דיקע צעווארפענע אומארגאניזירטע ספר?).

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:15 pm

· #514253
שמן למאור
חב''ד הויזן
איך בין יעצט נישט אינטערסירט אריינצוגיין אין די טענה'ריי איבער שלש שבועות, סך הכל די פותח האט אראפגעברענגט א ווערטל צו ליצנות מאכן פון די של''ש לשיטת האוסרים צו ווייזן ווי לעכערליך ס'איז, אויף דעם זאג איך אז די אוסרים לשיטתם האבן א קלארע פארשטענדליכע הסבר אויף זיין קשי'. אז דו ווילסט קריגן מיט די גאנצע יסוד איז כל הכבוד.
איך זע נאכנישט די מחלק צווישן די ימי החשמונאים און די ימי הציונים...
אז מען זעט אז די חשמונאים האבן זיך נישט גערעכנט מיט די שלש שבועות, דאן פארוואס זאלן אונז זיך יא רעכענען דערמיט? אז דו ווילסט מחדש זיין אז עס האט זיך אנגעהויבן ביים חורבן, דאן ברויכסטו ברענגען א מקור.
יש מי שאומר אז טאקע דערפאר האבן זיי באקומען דעם הרי אני מתיר את בשרכם און זיי זענען אלע אויסגעהארגעט געווארן און די חורבן בית המקדש איז אויך געווען אן עונש פארן התגרות באומות דורך די חשמונאים און שפעטער די בריונים.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:17 pm

· #514255
פרנס החודש: און דער מאמר לשון הקדש רעדט ווייניגער ווי 2 בלעטער איבער דעם איסור צו רעדן עברית. די איבריגע פלאץ אין דעם מאמר איז געווידמעט אויפצווייזן אז מ'טאר נישט לערנען קיין תורה (נביאים וכתובים. און כש"כ גמרא, תוס'.) מיט פרויען און מיידלעך.

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:24 pm

· #514257
אביסל צו אויסקלארן דער שיטה הקדושה.

די שלש שבועות זענען געוועהן נאך בית ראשון.

זיי האבן נאר געמעגט צוריקגיין און אויפבויען בית שני, ווייל זרובבל האט געהאט א דין מלך, און ער איז געווארען א מלך דורך א נביא (?), ממילא איז עס אנדערש ווי היינט, וואס מען גייט אליין, און עס הייסט א דוחק את הקץ.

איין זאך וואס די שיטה איז נישט עפעס מורא'דיג (אפילו לשיטתו) איז דער פאקט אז דער יו-ען האט עס געגעבן צו די אידן, ממילא האט מען עס געמעגט האלטן. מען איז עפעס מחוייב צו זאגן ניין? מאן יימר?

די מלחמות וואס מען האלט שפעטער, איינמאל מען האט עס באקומען, איז אויך שוין שווער צו זאגן אז מען ברויך זיי לאזן צוריק אייננעמען איינמאל מען האט עס באקומען.

פון ווי דער סאטמארער רבי נעמט פאר א פשטות אז מען מוז האבן א דין מלך כדי נישט עובר זיין די שלש שבועות, ווייס איך נישט. אבער דאס איז וואס ער זאגט, כך שמעתי מזקני חסידי סאטמאר.

סבא דבהתא » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:26 pm

· #514259
שמן למאור
ווען האט זיך די דרש פון די אגדתא אנגעהויבן? אויב נעמט מען אהן די דרש פון די אגדתא אלס א הלכה, דאן פארוואס דוקה נאכן חורבן? פארוואס איז נישט געווען גילטיג די דרש בימי החשמונאים? מען זעט פון דא לכאורה אז די חשמונאים האבן טאקע געהאלטן אז די שיינע דרש איז טאקע נישט מער ווי א שיינע שלש סעודות/שבועות תורה... אבער נישט הלכה למעשה..
פאר א סיבה ווערט די הלכה נישט גע'פסק'נט אין שו"ע, נישט אזוי?
ס’איז דאך הערשט געווארן אן אגדתא אין די 15'טע יאר הונדערט ווען מען האט די ערשטע מאל געדרוקט דעם תלמוד און דער מימרא איז אריינגעלייגט געווארן אין ברייטע שורות. בעפאר דעם איז עס נאך יא געווען א הלכה.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:30 pm

· #514260
פרנס החודש
שמן למאור
איך זע נאכנישט די מחלק צווישן די ימי החשמונאים און די ימי הציונים...
אז מען זעט אז די חשמונאים האבן זיך נישט גערעכנט מיט די שלש שבועות, דאן פארוואס זאלן אונז זיך יא רעכענען דערמיט? אז דו ווילסט מחדש זיין אז עס האט זיך אנגעהויבן ביים חורבן, דאן ברויכסטו ברענגען א מקור.
יש מי שאומר אז טאקע דערפאר האבן זיי באקומען דעם הרי אני מתיר את בשרכם און זיי זענען אלע אויסגעהארגעט געווארן און די חורבן בית המקדש איז אויך געווען אן עונש פארן התגרות באומות דורך די חשמונאים און שפעטער די בריונים.
נישט ממש וועגן דעם, נאר ווייל זיי האבן אויפגעשטעלט אן אייגענע מלכות בית חשמונאי, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט געשטאמט פון מלכות בית דוד. מיט התגרות באומות האבן זיי קלאר נישט געהאט קיין פראבלעם, און אזוי ווי מען האט פריער געברענגט פון דוד המלך אליין אז ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט.

אויב וואלטן די חשמונאים געווען גילטי אין אזא הארבע פארברעכן ווי התגרות באומות, וואלטן מיר זיכער זיי געדארפט מגנה זיין, נישט זינגען אזא שיינע על הניסים לזכרונם.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:57 pm

· #514280
ווי למשל מ'זעהט אין שמואל א' קאפיטל י"ד פון פסוק כ"ד און ווייטער ביי יונתן, דער זוהן פון שאול המלך, ווען ער האט עובר געווען אויף די שבועה פון זיין טאטן אז די פאלק טאר נישט עסן יענעם טאג גארנישט ביז מ'וועט ענדיגן די נקמה אין די פלישתים, און יונתן האט נישט געוויסט פון די שבועה פון זיין טאטן און ער האט טועם געווען אביסל האניג, ווייל ער איז בכלל נישט דארט געווען ווען זיין טאטע האט געמאכט די שבועה. נאכ'ן אנפרעגן ביים אורים ותומים און מ'איז נישט גענטפערט געווארן האט שאול המלך פארשטאנען אז איינער האט עפעס געטוהן א שלעכטע זאך און מ'ברויך געוואר ווערן וואס און ווער, האט מען געווארפן גורל און ס'איז געפאלן אויף יהונתן, בקיצור די אינטערשטע שורה איז געווען אז שאול המלך איז אים גרייט געווען צו הרג'נן נאר די אידן האבן גע'טענה'ט: ויאמר העם אל שאול, היונתן ימות, אשר עשה הישועה הגדולה הזאת בישראל, חלילה, חי ה' אם יפול משערת ראשו ארצה, כי עם אלקים עשה היום הזה, ויפדו העם את יונתן ולא מת.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:45 am

· #514289
אז מ'רעדט שוין פון סאטמער, טראכט איך ס'קען זיין אז סאטמער רב האט אויך נישט געהאלטן פון וואס ער שרייבט אין דברי יואל, נאר פאר סאם ריזען האט ער געהאלטן אז ס'איז וויכטיג צו זאגן אז מ'האלט אזוי.

ס'קען פשוט נישט זיין אז ''פונקט'' וועגן ציונות איז די נסיון הדור, זאל זיין א פראבלעם פון התגרות, שלש שבועות, רעדן לשון הקודש, פרויען זאלן לערנען, כוח הפועל בנפעל, מינות ואפיקורסות, ניסים סטרא אחרא ששת הימים, וכולי' וכולי'.

נאך איינער מיט מיר?

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:56 am

· #514300
דערהויבענע איד
אז מ'רעדט שוין פון סאטמער, טראכט איך ס'קען זיין אז סאטמער רב האט אויך נישט געהאלטן פון וואס ער שרייבט אין דברי יואל, נאר פאר סאם ריזען האט ער געהאלטן אז ס'איז וויכטיג צו זאגן אז מ'האלט אזוי.

ס'קען פשוט נישט זיין אז ''פונקט'' וועגן ציונות איז די נסיון הדור, זאל זיין א פראבלעם פון התגרות, שלש שבועות, רעדן לשון הקודש, פרויען זאלן לערנען, כוח הפועל בנפעל, מינות ואפיקורסות, ניסים סטרא אחרא ששת הימים, וכולי' וכולי'.

נאך איינער מיט מיר?
@יידל האט דאך שוין געברענגט דעם געדאנק בשם @לעיקוואד, סוף פון זיין אשכול איבער אמונות הכרחיות.
יידל
ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח.
ברוך שכוונת...

מתבודד » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 7:57 am

· #514301
מ'זאגט טאקע נאך בשם דער בית ישראל אז נאך איין מזל סאטמאר רב איז אזוי מרעיש עולמות קעגן די מדינה און ציונות, ווייל ווען נישט וואלט ער (דער ב''י) עס געדארפט טון...

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 7:52 pm

· #514361
שמן למאור
דערהויבענע איד
אז מ'רעדט שוין פון סאטמער, טראכט איך ס'קען זיין אז סאטמער רב האט אויך נישט געהאלטן פון וואס ער שרייבט אין דברי יואל, נאר פאר סאם ריזען האט ער געהאלטן אז ס'איז וויכטיג צו זאגן אז מ'האלט אזוי.

ס'קען פשוט נישט זיין אז ''פונקט'' וועגן ציונות איז די נסיון הדור, זאל זיין א פראבלעם פון התגרות, שלש שבועות, רעדן לשון הקודש, פרויען זאלן לערנען, כוח הפועל בנפעל, מינות ואפיקורסות, ניסים סטרא אחרא ששת הימים, וכולי' וכולי'.

נאך איינער מיט מיר?
@יידל האט דאך שוין געברענגט דעם געדאנק בשם @לעיקוואד, סוף פון זיין אשכול איבער אמונות הכרחיות.
יידל
ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח.
ברוך שכוונת...
גם אני בחלומי. איך האב די זעלבע ..."גאט" ...פיעלינג. סאטמאר'ע רב איז געווען זייער שטארק אויסגערעכנט אין זיינע סטעיטמענטס און שיטות. ס'איז דא כמה וכמה ראיות אז ער האט געהאלטן אין די פארקערטע דיירעקשן. נאר ער האט געמוזט אזוי רעדן א סאך מאל כדי זיינע חסידים זאללן (ח"ו) נישט נתקרב ווערן צו די ציונים...!

משא"כ די היינטיגע פערד און בעלי תשובות, וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. זיי זענען סתם בהמות. אזוי ווי הרב ישראל דויד ווייס, שליט"א

דו ווילסט דווקא 'על איך עס זאגן... שוטה לעמעך יאקל טיפש אקס...!(לפי פירוש האחר...)

yesiknow » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 8:58 pm

· #514363
הסטמורים פה בשטיבל יכולים ליקח אשכול innocent ולהפכו לדבר על השיטה וציונים כנראה שהקוה שטיבל פה זה חדר הכווה ברדני ודל

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:41 pm

· #514367
דערהויבענע איד
אז מ'רעדט שוין פון סאטמער, טראכט איך ס'קען זיין אז סאטמער רב האט אויך נישט געהאלטן פון וואס ער שרייבט אין דברי יואל, נאר פאר סאם ריזען האט ער געהאלטן אז ס'איז וויכטיג צו זאגן אז מ'האלט אזוי.

ס'קען פשוט נישט זיין אז ''פונקט'' וועגן ציונות איז די נסיון הדור, זאל זיין א פראבלעם פון התגרות, שלש שבועות, רעדן לשון הקודש, פרויען זאלן לערנען, כוח הפועל בנפעל, מינות ואפיקורסות, ניסים סטרא אחרא ששת הימים, וכולי' וכולי'.

נאך איינער מיט מיר?
לאמיר זאגן ער האט געהאלטען אז מען מוז אזוי זאגן אפילו מען האלט נישט אזוי, פארוואס זענען אונז אנדרעש?

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:45 am

· #514384
ויש לומר, אז מיר האלטן נישט כשיטת הרמב"ם לגבי אמונות הכרחיות, אי נמי יש לומר דגם הר"מ לא סבירא ליה אלא לע"ה, אבל עכשיו יש לנו דין ת"ח ודו"ק.