☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעגן פרויען דרייווען ?

מעגן פרויען דרייווען ?

119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1570
בלאט: 1 2 3

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:44 pm

· #38218
אויס מענטש
אסור כמו"ש לעיל שלא לבייש את מי שאין לו 🙄

מיינסט את מי שאין לה.

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:47 pm

· #38221
את מי שאין "לו" ווייל עס איז מער די מענערס בושות!

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:13 am

· #38250
חאצקל
און לויט די וואס האלטן אז א פרוי איז נישט געמאכט פאר שיינקייט, נאר אן אתרוג דארף זיין שיין, מעגן לשטתם פרויען דרייוון?

גראדע געהערט אמאל אז א שיינע ווייב איז א הידור אין מצות פרי' ורבי', זה קלי ואנוהו.

תלמיד חכם » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:08 pm

· #38632
מעגן פרויען דרייוען?
מיין רעבעצין פירט איר אויטא זייער פיין , זי פירט לויט די געזעצען וכו, און אסאך בעסער ווי די מענער וואס געבען 'היטשעס' און שטעלען זיך אפ פלוצלינג וכו , וואס האט מיר שוין געברענגט צי אן א שיעור כמעט עקסידעטנטן , און צווישען זיי איז די גאנצע 'היטשען נישט דא ב"ה...

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:27 pm

· #38678
פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm

· #38683
שמעקעדיג
פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

ביסט ארויס בשלום פונעם עקסידענט 😉

תלמיד חכם » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:34 pm

· #38690
שמעקעדיג
פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

אין וואו ביסטו אנגעקומען?..........

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:38 pm

· #38695
מיין ווייב האט לייסענס. זי האט נישט קיין אייגענע קאר, איך געב זי מיינס ווען עס איז אן עמערדשזענסי און זי מוז עס האבן. אמאל נעמט זי איר טאטע'ס קאר. אבער אין א געווענליכע טאג דרייווט זי נישט ארום.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:42 pm

· #38697
תלמיד חכם
שמעקעדיג
פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

און וואו ביסטו אנגעקומען?..........


אין ביהמ"ד.
כ'האב אפילו נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי!

ס'האט אנגעהויבן פלוצים אינמיטן וואקן צו מבול'ען, און איך האב אויסגעשטרעקט דעם גראבן אגודל, לאמר "איך דארף א היטש", און די ערשטע קאר וואס האט זיך אפגעשטעלט האב איך אויפגעמאכט דעם טיר און אריינגעלאפן, קוים אויספיענדיג צו פארמאכן מיין שירעם.
פלוצים הער איך א בת קול: "וואו ווילט איר אנקומען"?.....
כ'האב געמיינט דאס קדחת האט מיר געכאפט, אבער שוין געווען צו שפעט, און ביפאר איי קנא איט, בין איך שוין געווען ביים דעסטינעישאן...

אויב לייענט זי דא, וויל איך זיך יעצט באדאנקען פאר איר......

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:01 pm

· #38717
יור וועלקאם!

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:49 am

· #38986
ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:15 pm

· #38991
נו, מ'זאגט דאך א ווערטל אז די די ליובאוויטשע רבי'צין איז געווען די איינציגסטע אינעם דור וועלכע האט זוכה געווען צו "שופר של משיח" (דרייווער - שאפער), און האט זוכה געווען צו "ביאת המשיח"... (אריין אין מאחורי...)

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:29 pm

· #39000
שמעקעדיג
(אריין אין מאחורי...)


אוי דער זאץ זעלבסט ברויך אויך אריין צוגיין אין מאחורי...

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:36 pm

· #39003
נישט מאחורי... עס איז שלא כדרכה...

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:43 pm

· #39052
דולה ומשקה
ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

לעצטענס געזען אין איינע פון די צייטונגען "די לעצטע ליובאוויטשער רבי דער מהריי"ץ" רעדט מען פון זיין רעבעצין??....

תלמיד חכם » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:38 pm

· #39114
אז מען רעדט שוין פין באקומען א היטש' דורך א פרוי...
וואס איז אייער מנהג פון געבן 'היטשעס' פאר פרויען? און בכלל פאר פרויען פון די משפחה, (אחוץ פון ביינאכט ,ווען ס'איז דא הלכות וכו'.)

יהושע חיים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:33 pm

· #46145
חאצקל
אז מ'רעדט שוין צו פרויען מעגן דרייוון און אנטון הויזן, קען מען שוין עפענען אן אשכול צו פרויען מעגן רייכערן. וואס איז, נאר מענער מעגן גיין כאפן א ציגרעטל און זיך שפירן פעסט און אינדעפענדנט?! אין די גוי'אישע וועלט אין אמעריקא רייכערן היינט מער פרויען ווי מענער, עס איז ווארשיינליך געווארן א סטייל צו פערפארמען מיט א סיגערעט. א סך פון אונזערע נשים צדקניות וואלטן זיך מחי' געווען צו ערשיינען אויף די גאס מיט א סיגערעט. עס קען זיין זייער "קיל" און "טרענדי" .

אלס געזונטהייט אויס וואלט איך פאר קיין מענער אויך נישט געראטן צו רייכערן דעם פאר'סם'טן ציגארעטל וואס האט שוין אזוי פיל מענטשן קראנק געמאכט ל"ע, און זיכער נישט פאר קיין פרויען פאר וועמען עס שאפט נאך מער פראבלעמען ווי ביי מענער, ספעציעל ווען זיי האלטן אין אנדערע אומשטענדן (וואס איז ביי אונז אן אפטע ערשיינונג [נאך אן אשכול...]) וואס צופיל דערפון קען שאטן פארן עיבור, ווי אויך טוט עס שאטן פאר די הויט במשך די יארן און פארעלטערט דעם פנים מיט א פינף צען יאר וכו', אבער מיין פראגע באציט זיך לגבי אידישקייט צו עס קען געמאלט זיין אז א חרד'ישע פרוי זאל ארויסגיין אליין אדער מיטן מאן אדער פרענד כאפן א ציגרעטל להנאתה?

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עס קען זיין אין שטארקע קאנטראסט מיט צניעות, כאטש ס'זענען פאראן וואס קענען עס טון נאטורליך און באשיידן איז עס אבער מטבע רוב הנשים דאס צו טון מיט א וועג וואס ציט אויפמערקזאמקייט.

עי' בשו"ת באר משה חלק ד' סימן ע"ה

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:58 pm

· #46706
דולה ומשקה
ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

כ'האב געוואלט עפעס זאגן איבער דעם ענין, אבער כ'זאג נישט. ס'איז דאך ערב ראש השנה. תהא שנת "וילמדו תועים/טועים בינה". בגימ' בני אהרן ובני יואל.

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:28 pm

· #47150
פאזיע
איז דען כדאי אויפצוטוישען דעם מודה אני לפניך , פאר דעם מאדע אני לפניך
די טריט פון משיח הערן מיר שוין
וואויל און לעכטיג וועט זייןפאר די וואס טראגען דעם צניעות קרוין
דיין כבוד איז צו טייער , אז דו זאלסט עס ווארפן אויפן מאדע פייער

דאס איז קלאר און וואר
אז פון די עלטערנס דרכים טאר מען זיך נישט אוועקריקן אפילו אויף א האר
סאיז נישט קיין וואונדער , ס'דערקענט זיך אויף די קינדער
צו דעם איז מודה אפילו א בלינדער , אז יעדע דור ווי יונגער

מוז מען זיך מער אקעגנשטעלן , מ'קען זיי כמעט נישט אפשטעלן
ווי פרומער עס וועט זיין די מאמע
אלץ ווייניגער וועט די טאכטער זיין א פאריזער דאמע

זאלסט נישט מורא האבן צו זיין פארפרומט
וועט דיין טאכטער נישט זיין אזוי פארקומט
אז דו וועסט פון פרומקייט לאכען
וועסטו שפעטער פון דיינע קינדער קראכען

אויב דו ווילסט פון די דורות געניסען
מוזטו אריינלייגען מער ווי מען דארף, עס זאל זיך איבערגיסען
עס איז א אנגענומענער כלל, ווינטער טו מען אן שאל
אז די בייזע ווינטן זאלען נישט קענען צוקומען
מוז מען זיך מיט א צוים ארומנעמען

דאס איז זיכער, אז די טריפה'נע ביכער
ברענגען צו אלע שלעכטס
ווארף דאס ארויס ביסט נישט יוצא מיט א קרעכץ
די גויאישע שפראך, ברענגט צרות אסאך

און ווער רעדט נאך א פרוי זאל דרייוון א קאר
סאיז אזויווי א פרוי זאל רייכערן א ציגאר
עס איז פינקט אזוי פויזען
אז פריוען זאלן גיין מיט הויזן

אזוי זאגן די ערליכע מורא הוראות, וואס מאכן נישט קיין טעות
וואס זיכן נישט צי זיין מוותר, א יעדע זאך צו זיין מתיר
וואס זייער שטוב פירט זיך נאר לויט די אלטע גייסט,
און זיי האלטען זיך ביי דעם פעסט און דרייסט

עס פארשטייען זייער ווייניג
אז מענער און פרויען טארען נישט זיין אייניג
און אז נאר אזוי בלייבט מען הייליג
אויף דורות אייביג

השי"ת זאל שוין האבן רחמנות
צוליב די נשים צדקניות
די ערליכע צנועות
זאלען מיר זוכה זיין צו די שנים קדמניות
אמן ואמן !!!!

(קרעדיט :א. ווייס)

boxcover » מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:33 pm

· #79899
שמעקעדיג
יידל, גראדע סטאטיסטיקס ווייזן אז פרויען מאכן מער עקסידענטן ווי מענער. די בינה יתירה קומט זיי אפנים נישט צוניץ בשעת'ן דרייוון און ביי די רויט לייט שמירן ליפסטיק...
כ'געדענק נישט יעצט וואו איך האב געזעהן דעם שטודיע, אבער איך גלייב אז מען קען עס גרינג מגגל זיין.

יגעתי ולא מצאתי
שמעקעדיג
http://wiki.answers.com/Q/Who_has_more_car_accidents_men_or_women

די ענטפער האט נישט קיין שום מקור. answers.com איז א רעפערענס זייטל, נישט קיין אויטאָריטעט.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:37 pm

· #79942
דולה ומשקה
ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

אז מ'האלט שוין ביי מה יאמרו הבריות קען מען אויך פרעגן מה יאמרו הבריות אז זי האט געצאפט דאס בלוט פון רבינ'ס משפחה?

דעתי הענייה » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:40 am

· #80055
אויס מענטש

דער ווישניצער רבי פון מאנסי האט אין איינצעלנע פעלער מתיר געווען פאר פרויען צו דרייוון.

אויב בין איך מיר נישט טועה איז דאס נאר אין מאנסי.
אין מאנסי בכלל איז פרויען דרייווערס א נארמאלע זאך, אפילו ביי אסאך חסידישע קרייזן, און טאקע וועגן דעם איז עס נישט קיין חסרון....

געוואלד געשריגן » דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:36 pm

· #80066
?מתיר געווען? וועלעכע איסור

בדחן » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:19 pm

· #80072
געוואלד געשריגן
?מתיר געווען? וועלעכע איסור


שיין פון דיר אז די פרעגסט, ווייל די אשכול האלט שוין ביי 73 תגובות, און קיינער האט נאך נישט אהער געברענגט - מחמת חוסר ידיעה - דעם איסור אזוי אז מען זאל קענענן האבן א נערמאלע דיסקאשן ווער עס זענענן די די רבנים האוסרים זייער טעמים נימוקים אא"וו,

אנשטאט פראבירען יעדער לויט זיין שטייגער ווי אזוי ער קען בעסער ארויסברענגן זיין {אומפארשטענדליכע} אומציפריענהייט איבער דעם איסור, וואלט דער אשכול געהאט א שענער פנים אויב איינער וואלט אהער געברענגט דעם קול קורא, און מען וואלט דן געווען דערויף ווי ערוואקסענע.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:37 pm

· #80080
קריינא דאיגרתא, אנשטאט אייביג האבן טענות אויפן גאנצע וועלט זייט מוחל און ברענגט א צד איסור, וועט מען קענען דן זיין, סאו פאר האט נאך קיינער נישט געברענגט עפעס זאכליך.

בדחן » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:41 pm

· #80082
געפילטע פיש
קריינא דאיגרתא, אנשטאט אייביג האבן טענות אויפן גאנצע וועלט זייט מוחל און ברענגט א צד איסור, וועט מען קענען דן זיין, סאו פאר האט נאך קיינער נישט געברענגט עפעס זאכליך.


איך האב נישט קיין טענות אויף די גאנצע וועלט, קענסט שרייבען נאך 80 תגובות אויפן זעלבן נוסח ווי די ערשטע 80, איי העוו נאו פראבלעם וואט איט,
איך האב בסך הכל געשריבען אז די אשכול ביז אהער גייט און ערגעץ נישט און עס איז נישט קיין פלאטץ עפעס אויסצושמיעסן אדער געוואר ווערן,

און יא, איך האב ערגעץ און א באקס די קול קורא, אבער עס זעט נישט אויס ווי איינער דארף עס,
אגב, פארוואס האסטו עס נישט געבעטן 60 תגובות צירוק? איז נישט דיר נישט אינטערסאנט צי וויסען ווער פארוואס און ווען עס איז בכלל געוואן א איסור?

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 15, 2013 4:26 pm

· #80120
סארי, כ'האב נישט געמיינט ממש די גאנצע וועלט, נאר די אשכולות ווי דו האסט טענות אויף די וועג ווי אזוי די אשכול פארט.
אלענפאלס, דא זעמער אין פארברענגען, ממילא קומט נישט איין דא די הלכה'דיגע שאלה, אין תורה ומחשבה אפטיילונג איז דא א אשכול "פרויען דרייוון", ווי דער עולם בעט זיך בדמעות שליש מ'זאל אפיר ברענגען דעם איסור כדי מ'זאל קענען דן זיין, ואין פוצה פה ומקשקש, קיין צופרידענשטעלענדע תירוץ האט מען נאך נישט געטראפן, נא, אז דו ווייסט יא, גיי אריבער אהין און פתח פיך ויאירו דבריך.

גנדי » מאנטאג יוני 17, 2013 12:04 pm

· #125455
הלוואי די משוגעת אז חסידישע פרויען טארן נישט דרייווען ווערט אויך דורך געבראכען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 3:19 pm

· #125503
גנדי
הלוואי די משוגעת אז חסידישע פרויען טארן נישט דרייווען ווערט אויך דורך געבראכען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

הער צו וואס זי זאגט.
?A friend once asked me, she said: So when do you think this women driving will happen
.I told her, only if women stop asking when, and take action to make it now
.So it's not only about the system, it's also about us women to drive our own life


אויב גענוג מענטשען וועלן אויפהערן פרעגן ווען די טאבו וועט ווערן מבוטל, ווארטענדיג שטילערהייט אין א זייט ס'זאל געשען, און הייבן אן טוהן למעשה, וועט זיך דאס אוטאמאטיש ענדיגן.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יוני 17, 2013 3:27 pm

· #125508
וואס טאבו?
אין מאנסי, אין לייקבוד איז דאס אפילו נישט קיין הוי אמינא פון א שאלה. אויך נישט אין קענזינגטון, קרוין-האיטס און פלאטבוש. בלייבט איבער צוויי שטעטלאך וואו מענטשן רעדן זיך איין אז עס איז פאראן א טאבו און מען רעדט דערפון.
וועקט אייך אויף צו ריעליטי!

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 3:50 pm

· #125518
נישט היימישע. די היימישע מוסדות נעמען נישט אן קיין קינדער וואס די מאמע דרייווט, אפילו אין מאנסי.
בכלל דרייווען נישט דארט קיין היימישע, די בושה איז גרויס, בפרט אויב גייט מען עניטינג פרומער ווי א שייטל, פאסט שוין גארנישט.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 6:29 pm

· #125586
היימישער ליטוואק
וואס טאבו?
אין מאנסי, אין לייקבוד איז דאס אפילו נישט קיין הוי אמינא פון א שאלה. אויך נישט אין קענזיגטון, קרוין-האיטס און פלאטבוש. בלייבט איבער צוויי שטעטלאך וואו מענטשן רעדן זיך איין אז עס איז פאראן א טאבו און מען רעדט דערפון.
וועקט אייך אויף צו ריעליטי!

וואס דען מיינט טאבו? א זאך וואס גענוג מענטשען רעדן זיך איין אז ס'איז א טאבו, איז ביי דעפענישען, טאבו.

גנדי » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:23 am

· #157909
יעצט איז דא א קאמפיין אין סודיע אראביע אז פרויען זאלן דרייווען.

<a class="postlink" href="http://www.oct26driving.com/?page_id=77">http://www.oct26driving.com/?page_id=77</a>

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:10 pm

· #385467
גנדי
יעצט איז דא א קאמפיין אין סודיע אראביע אז פרויען זאלן דרייווען.

<a class="postlink" href="http://www.oct26driving.com/?page_id=77">http://www.oct26driving.com/?page_id=77</a>

דער קאמפיין איז געלונגען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/385466">viewtopic.php?p=385466#p385466</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:06 am

· #385534
אין לעיקוואוד איז מסתבר אז די פרויען דרייוון. ווייל זיי מוזן דאך גיין ארבעטן כדי דער חשוב'ער מאן זאלל..."שטייגן"...!

ווען איך זעה אין בארא פארק בין הזמנים א קאר מיט דזשערזי פלעיטס וואס א ליטווישער בחור דרייווט, איז עס זיין מאמע'ס קאר. און מ'זעהט א סאך פון די קארס/מיני ווענס...!

chosen people » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 12:34 pm

· #389325
הרב מנשה רייזמאן שליט''א רעדט וועגן ריפארמען די מנהג אז די פרויען זאלן זיין מנהיגים. מען גייט עס אריין פארלייגן אין קאנגרעס און די קומענ'דיגע פאר טעג.
מען קען הערן אין די בעקגראונד ווי די פרויען זענען הייפער דזשאסט פון הערן אז עס גייט בכלל ווערן פארגעלייגט.
זייער חולומות וועט אפשר קענען מקוים ווערן. בעסער געזאגט אסאך פרויען וועלן קענען ארויסנעמען זייער דרייווער לייסענס אין פובליק.
📎 WhatsApp Audio 2017-11-16 at 12.17.51 PM (online-audio-converter.com).mp3

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 11:17 am

· #389378
Re: מעגן פרויען דרייווען ?
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1noqSdO1s9aHhUtO1MjMY0_LdT_GJHu2Y/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1noqSdO ... p=drivesdk</a>

תורה ומדע » פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 12:41 pm

· #389379
ווער רעדט?

קורקלענד » פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 12:50 pm

· #389380
וויי וויי יעקבסאן.

תורה ומדע » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 8:52 pm

· #389393
יעדעס ווארט איז גאלד.

טרויבן88 » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:00 pm

· #389465
תורה ומדע
ווער רעדט?

אינטערעסאנט אז אזא איינער ווי דו דערקענט נישט דעם קול

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:05 am

· #390985
שמעקעדיג
גנדי
יעצט איז דא א קאמפיין אין סודיע אראביע אז פרויען זאלן דרייווען.

<a class="postlink" href="http://www.oct26driving.com/?page_id=77">http://www.oct26driving.com/?page_id=77</a>

דער קאמפיין איז געלונגען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/385466">viewtopic.php?p=385466#p385466</a><!-- l -->

מעניו לענין, סאודי אראביע גייט אראפנעמען דעם 35 יעריגן פארבאט אקעגן טעאטערס.

#מדחי אל דחי.....

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:23 pm

· #391351
יידל
האקסט אין קאפ.


די אינשורענס קאמפאניעס קריגן מיט אייך.

chosen people » דינסטאג יאנואר 16, 2018 6:04 pm

· #393553
שוין די בעלזער האט זיך אויכט אויסגעלערנט צו ניצען די טעם הכמוס.
📎 IMG-20180116-WA0247.jpg

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 7:35 pm

· #393558
די אלע טעם הכמוס'ער זענען נאר באזונדער ווייל אין איסור כמוס חל על איסור כמוס?

אדער כמוס חל על כמוס. למשל, מעג מען עסען מאשין מצות אין א קאר וואס א פרוי דרייווט אין א געגענט וואס האט אן עירוב?

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 17, 2018 4:06 am

· #393624
Re: מעגן פרויען דרייווען ?
chosen people
שוין די בעלזער האט זיך אויכט אויסגעלערנט צו ניצען די טעם הכמוס.
שוין געהאפט אז עס וועט זיין א דורכברוך [emoji53]
#Sad

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 17, 2018 4:26 am

· #393625
וואס האסטו געמיינט? דער בעלזער רבי וועט צולאזן אז א בעלזער חסיד מיינט אפגעפארן? אלע זיין אויבער חכמות זענען גוט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אבער מקריב זיין די חיצוניות וועט ער קיינמאל נישט. ער איז נישט סואיסיידעל (איך האף).

אבי גערעדט » מיטוואך יאנואר 17, 2018 9:49 am

· #393633
איך קען זעהן אז ווען ער זאל ווען זיין מיט א צוואנציג דרייסיג יאר אינגער, מיט די דעמאלטסדיגע באליס און היינטיגע אומשטענדן וואלט ער עס ווען ערלויבט, אבער ער איז שוין אלט און טראכט שוין פון די וועלט וואס קומט

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:10 am

· #393638
לשיטת בעלז איז דער רבי גערכט. אבער לענ״ד איז דער רוזינער דרך מער צוגעפאסט צום היינטיגען דור און איהרע טשעללענדשעס. און דער בעלזער רבי ווייסט דאס גאנץ גוט. דער פראבלעם איז אז אין אנדערע ענינים האט ער יא אדאפטירט דער רוזינער דרך ווי צום ביישפיעל לערנען חומש מיט מיידלעך, לערנען מיט בחורים לימודי חול (מונטריאול), שייטלען, פטור ווערען פונעם טערקישן טלית, א שיינעם מאדערנעם שוהל וואס שפיערט זיך ווי אין א האטעל אדער לופט פעלד, עסען מיט עסצייג, והרבה כאלו. כמיין אז ער האט פשוט מורא פון נאך א אנלויפעניש מיט די קיצוניים אין ירושלים, ב״ב, און וויליאמסבורג. וואס זאל איך אייך זאגען: it’s sad.

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:20 am

· #393640
[ציטאט אראפגענומען]

אוי אוי 😛
בלאט: 1 2 3