☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אונזערע באס דרייווערס

אונזערע באס דרייווערס

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15692
בלאט: 1 2

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 6:34 pm

· #513181
אונזערע באס דרייווערס
לאור המצב היינט אין מאנסי מיטען באס וואס האט געקראכט אין א הויז אין ליידער פארוואונדעט אפאר קינדער האלט איך אז מען מעג אויסשמיעסן די מצב פון די באס דרייווערס אין מאנסי און אויך אין אלע היימישע געגענטער,
איך האלט אז די דרייווערס זענען חיות מטורפים וואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל זיך נעמען טיילען טיקעטס פאר אלע פין זיי, און אזוי אפקלינען די פארריקטע דרייווערס וואס פליען אדורך רויט לייטס און דרייווען ראנג וועי און אסאך מער.

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 6:49 pm

· #513183
Re: אינזערע באס דרייווערס
@בערל בעל העגלה

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 6:50 pm

· #513184
Re: אינזערע באס דרייווערס
אונז גיימער דא האבן אפאר שעה פון קורת רוח מיטהאלטנדיג די דעבאטע פון הרב בני יואל מיט אונזער בעל העגלה.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 7:07 pm

· #513185
אין וואס וועסטי טין אויב האלט ער די זעלבע ווי איך
למעשה איך האב אפאר קליפס וואס איך ווייס נישט צי איך זאל יא לייגען אדער נישט לייגען
שטעלט זיך ארויס אז די דרייווערס אין מאנסי יא סקול באסעס אויך (ווייל קארס דרייווען אויך ווי חית דארט)דרייווען ווי געהעריגע מערדער דארט
זיי פליען אדורך סטאפּ סיינס דרייען זיך איין מיט מענטשען אויף די קראסוואלקס פליען אין די ראנג לעין אנקאמינג טרעפיק אין יא איך א שיינע פאר קליפס פין דעים
אין דער היינטיגער דרייווער האט געהאט א אינטערוויא מיט קול מבשר אין ער ריפט אים דארט דער בעל הנס דער העלדישער דרייווער ב״ה ער האט דאס אראפ גענימען נאך אפאר מינוט אבער איך וואלט דעים דרייווער איינגעזעצט נאכען הערן ווי אזוי ער זאגט ׳בסך הכל סעווד מען מיט די שארטקאט דרייסיג סעקונדעס
אין אויך ווי ער איז מסביר אז ׳ער האט געפילט ער האט עס נישט האט ער געטרייט אריין ציפליען אין בוים אבער ער האט נישט געקענט גיט צילען האט ער געוואלט אריינפליען אין די געפארקטע קאר אין ער געדענקט שוין נישט׳
ריבונו של עולם וואס איז ראנג מיט דעם בהימה איינס פארוואס רעדסטי ווי א פערד אין צווייטענס לויט דיין הסבר ביסטי געפלויגען מינימום אויף פיפציג מפּ״ש איז ער טאקע א מערדער
שטעל דיך פאר די געז ליין שיסט ווען אויף אין די באס גייט ארויף אין פלאמען וואלטען מיר געהאט זיבעצין הכנסת ספר תורה קימענדיגע יאר ווייל אזוי דרייווט מען אין מאנסי אין דער דרייווער איז נאך א העלד אויך ?

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 7:09 pm

· #513186
א בני יואל
לאור המצב היינט אין מאנסי מיטען באס וואס האט געקראכט אין א הויז אין ליידער פארווינדעט אפאר קינדער האלט איך אז מען מעיג אויסשמיעסן די מצב פען די באס דרייווערס אין מאנסי אין אויך אין אלע היימישע געגענטער
איך האלט אז די דרייווערס זענען חיות מטורפים וואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל זיך נעמען טיילען טיקעטס פאר אלע פין זיי אין אזוי אפקלינען די פאריקטע דרייווערס וואס פליען אדורעך רויט לייטס אין דרייווען ראנג וועי אין אסאך מער
סארא אויסברוך!
סזענען דא ווילדע באס דרייווערס פינקט ווי סדא ווילדע קאר דרייווערס, ווילדע מענטשן גייערס און ווילדע טראק דרייווערס.
פארוואס האסט דיך ארויפגעזעצט אויף די באס דרייווערס?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א רויט לייט?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א סטאפ סיין?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער טיען "אסאך מער" (ווהטעווער טהעט מינס)?

סטאפ מיט די העיט, איך פארשטיי ס'טיט וויי די היינטיגע עקסידענט, אבער ערשטנס בלעימען העלפט נישט, צווייטנס אויפמאכן בלבולים און באשמיצן די באס דרייווערס גייט נישט פארמיידן עקסידענטן.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 7:21 pm

· #513188
קהל'ס נער
אויפמאכן בלבולים און באשמיצן די באס דרייווערס גייט נישט פארמיידן עקסידענטן.
נעכטן איך האבּ עס אויף מיין דעש קעם וואס איך גיי נישט ארויפלייגן ווייל עס קען נאך אנקומען ווי עס דארף נישט

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 7:44 pm

· #513189
פרנס החודש
אונז גיימער דא האבן אפאר שעה פון קורת רוח מיטהאלטנדיג די דעבאטע פון הרב בני יואל מיט אונזער בעל העגלה.
Sweet Dreams.....איך גיי אפילו נישט זאגן פארוואס איך האלט נישט ביי פיהרן ויכוחים מיט דעם ..."הרב" בני יואל...!

און ווער ס'איז נישט קיין טייל פון די אינועסטיגעיטינג טיעם, זענען זיינע/איהרע ווערטער נישט ווערט קיין קליפת השום. ס'איז דאמירן בעלמא. גערעדט אין די וועלט אריין...השערות, ספעקולאציעס, קאנספיראציעס און בויך סברות...!

דאס מיינט נישט אז סיי ווער קען נישט אויסדרוקן א מיינונג און צוגעבן א נופח משלו או משלה. נאר מ'וועט דארפן אויפמאכן א פענסטער כדי אויסצולופטערן דעם ריח ניחוח פון א יעדנ'ס נופח...!

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:25 pm

· #513192
די שמועס איז אראפ! סאיז שוין נישט אויף קול מוואסער

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:25 pm

· #513193
וואס אינוועסטיגעישן רעדסטי דא
די היינטיגע מעשה איז נאר א הוספה צי וואס עס גייט פאר מיט אנזערע באס דרייווערס
אדרבה זעץ דיך אראפ וועלכע יודישע געגענט די ווילסט אין קיק אליינס ווי אזוי זיי דרייווען אינזערע קינדער
קיק ווי אזוי אין ווילימסבורג פליעט מען אדורך רויטע לעקטערס קיק ווי אזוי אין מאנסי שניידט מען ראנג וועי ווייל איינער פארט נישט גענוג שנעל פארענט פין אים
קיק ווי אזוי אין בארא פארק פליט א יונגערמאן מיט א באס אין טעקסט בשעת ער דרייווט
אדרבה ביים ענד פינעם טאג וועסטי נישט אויפהערן פארפירען אז מען דארף מאכען א עק דערצי

ארטיסטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:43 pm

· #513197
קהל'ס נער
א בני יואל
לאור המצב היינט אין מאנסי מיטען באס וואס האט געקראכט אין א הויז אין ליידער פארווינדעט אפאר קינדער האלט איך אז מען מעיג אויסשמיעסן די מצב פען די באס דרייווערס אין מאנסי אין אויך אין אלע היימישע געגענטער
איך האלט אז די דרייווערס זענען חיות מטורפים וואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל זיך נעמען טיילען טיקעטס פאר אלע פין זיי אין אזוי אפקלינען די פאריקטע דרייווערס וואס פליען אדורעך רויט לייטס אין דרייווען ראנג וועי אין אסאך מער
סארא אויסברוך!
סזענען דא ווילדע באס דרייווערס פינקט ווי סדא ווילדע קאר דרייווערס, ווילדע מענטשן גייערס און ווילדע טראק דרייווערס.
פארוואס האסט דיך ארויפגעזעצט אויף די באס דרייווערס?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א רויט לייט?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א סטאפ סיין?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער טיען "אסאך מער" (ווהטעווער טהעט מינס)?

סטאפ מיט די העיט, איך פארשטיי ס'טיט וויי די היינטיגע עקסידענט, אבער ערשטנס בלעימען העלפט נישט, צווייטנס אויפמאכן בלבולים און באשמיצן די באס דרייווערס גייט נישט פארמיידן עקסידענטן.
און ווען איז די לעצטע מאל וואס סאיז געשעהן אזא עקסעדענט?

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:59 pm

· #513200
א בני יואל
נעכטן איך האבּ עס אויף מיין דעש קעם וואס איך גיי נישט ארויפלייגן ווייל עס קען נאך אנקומען ווי עס דארף נישט
קענסט עס רוהיגערהייט לייגן. מיט אזא מויל און שפראך, איז עס סיי ווי אין א פלאץ וואס ס'וואלט נישט געדארפט אנקומען.

אבער, אז די לייגסט די דעש קעם, לייג די גאנצע טאג, אלע באס דרייווערס, אלע דרייווערס, די הערא'ס וואס דארפן מיט געדולד און א שמייכל ארומפארן אין די גרעסטע טרעפיק דזשעם פון טאג. ס'דא הונדערטע באסעס וואס קורסירן ארויף און אראפ געדעכטע פארנומענע געגנטער אין מאנסי, זיי טראגן און ברענגן לעכטיגע קינדער געטרייערהייט, און זיי ברענגען אהיים אונזערע פקדונות געזונט און שטארק מיט גרויס אחריות.

זעץ דיך אראפ, קוק איבער דיין דעשקעם. איך גלייב אז דו וועסט זעהן צענדליגע מענטשליכע אחריות'דיגע באס דרייווערס וואס זענען אזוי איבערגעבן. ס'איז צום האפן אז די טיפ וואס דו גייסט זיי צוטיילן לכבוד חנוכה וועט זיין במידה גדושה.

כאטש דאס.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:45 pm

· #513206
[ציטאט אראפגענומען]
קיק נישט זיך צישלאגען מיט דיר זאג איך דיר דאס איך וויל דיך נאר אויפקלערן אביסעלע
ערשטענס
אויב א באס פארט ארויס פין א מוסד אן א באס מאניטער דאס אליינס איז א פארברעך לויטן געזעץ
צווייטענס
בלאקען צוויי לעינס איז אויך אקעגין די געזעץ אין מען קען דערפאר א סאמאנס באקימען יא פיר פוינטס אויך די לייסענס
דריטענס
אראפגיין פין א באס אלס א דרייווער איז אויך אקעגין דעים געזעץ. אויב גייט ער אראפ מיז ער פארלעשן דעם באס אין מיטנעמען דעם שליסעל מיט זיך -פארפאלען דאס איז דער געזעץ פרעיג דיך נאך ביי די וואס האבען סי די על
יעצט לכבוד רבי וואלווי
גלייב מיר די האר פין קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלין ווען די וועסט זעהן וואס די חיות טוען אלץ
אין יא סאיז דא רואיגע דרייווערס יא אפשר איך קען נישט אלע אבער רב רובם זענען חיות מטורפים
זונטאג דעי וואך זיץ איך אין טרעפיק אויף 306 ביי פיליס טערעס אין עס קימט ציפליען א באס פין וויזניץ ראנג וועי קראסט אויס יעדעם ווייל ער וויל ארויף פארן סידער לעין ארייבלאקענדיג א טראק אין פייפענדיג ווייל אזוי וויל ער
ער וויל יעצט ארויפארען אין יעדער זאל זיך הענגען
יא די זעלבער באס דרייווער פין די היינטיגע מעשה איז דא א ווידיא וואס ער שניידט אריין אין א טרעילער פארגאנגענע וואך אין זיין פנים אריין אין ניין ווי שטארק איך וויל ארויפלייגען דעים קליפ מיז איך מיך איינהאלטען ווייל איך ווייס יא אז עס דען אנקימען צי די די אוה טי אין זיינע לייסענס זענען א פארגאנגענהייט אין ער גייט ווערן געקלאגט דערנאך
עטץ כאפטץ ניטאמאל ווי גרויס דער אינוועסטיגעישען גייט זיין אין אז דאס איז געהעריג א פעדראלע קריים אינטער FMCSA
הלוואי ענק זאלען וויסען וואס איז אלס אינוואלוואד אין דרייווען א סתם א קאטש באס אין ווער רעדט נאך א סקול באס מיט קינדער לעגאלערהייט
(איין קלייניקייט צי דרייווען קינדער דארף מען א עקסטרע S אינדארסמענט )
די באסעס אין אינזערע היימישע געגענטער זענען א צרה גדולה וצריך תיקון גדול מאוד

מתבודד » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:55 pm

· #513209
ער איז ביזי מיט וואס ס'איז לעגאל...
זאג ביסט א בריסקער אדער א בני יואל?

און ניין. מ'דארף נישט קיין s צו דרייוון קינדער.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:15 pm

· #513218
מתבודד
ער איז ביזי מיט וואס ס'איז לעגאל...
זאג ביסט א בריסקער אדער א בני יואל?

און ניין. מ'דארף נישט קיין s צו דרייוון קינדער.
אזוי גאר
מען דארף נישט קיין S צי דרייווען קינדער
גערעכט
מען דארף עס נישט ווען מען איז נישט קיין בריסקער אין מען דרייווט זיי מיט א פיפצען פעסענשזער אדער ווען מען שטיפט אריין צעין אין א מיניווען
גיי קיק נאך וואס מען דארף אין וואס נישט
קיק אויב דיין מידיקעיט קארטעל קען אויך ארבעטן אנשטאט דיין לייסענס

מתבודד » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:29 pm

· #513222
ביסט גערעכט. מ'דארף יא א s endorsement פאר א סקול באס, און קענסט זיין זיכער אז יעדע באס דרייווער ביי אונז האט איינס.
און לאמיר מסביר זיין וואס איך זאג וועגן בריסק ווייל כנראה כאפסטו נישט.

אויב די באס שטעלט זעך אפ די אנדערע זייט פון די הויז זאגסטו ער זאל זיך נישט שטעלן שיף ווייל ס'איז אומלעגאל. די האלסט טאקע אז אלע ארומיגע דרייווער זענען אזעלכע בריסקער ווי די (שטעלסט זיך ארויס צו זיין)?? גייען זיי זיך טאקע אפשטעלן פאר די סטאפ סיין? אדרבה זאג מארגן דיין קינדס דרייווער זאל זיך נישט שטעלן שיף ביי דיין קינדס סטאפ און זע אליינס ווי א בהמה קומט צו פליען און די נשמה פליט כמעט ארויס.
איי מין, זיי מיר נישט יעצט אזא בריסקע...

האסט אמאל געטראכט פארוואס א באס דרייווער באקומט טאקע נישט קיין טיקעט ווען ער טוט עס?
די זעלבע איז מיט אנדערע זאכן פון וואס די רעדסט.

לויט דיינע חשבונות וואלט איעדע וואך געדארפט זיין עט ליעסט איין טויטע ביי אונז פון א באס ח''ו ה''י, נעמענדיג אין באטראכט וויפיל טויזענטער קינדער גייען יעדן טאג אויף באסעס ביי אונז, צוויי וועגן א טאג.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:53 pm

· #513232
מתבודד
ביסט גערעכט. מ'דארף יא א s endorsement פאר א סקול באס, און קענסט זיין זיכער אז יעדע באס דרייווער ביי אונז האט איינס.
און לאמיר מסביר זיין וואס איך זאג וועגן בריסק ווייל כנראה כאפסטו נישט.

אויב די באס שטעלט זעך אפ די אנדערע זייט פון די הויז זאגסטו ער זאל זיך נישט שטעלן שיף ווייל ס'איז אומלעגאל. די האלסט טאקע אז אלע ארומיגע דרייווער זענען אזעלכע בריסקער ווי די (שטעלסט זיך ארויס צו זיין)?? גייען זיי זיך טאקע אפשטעלן פאר די סטאפ סיין? אדרבה זאג מארגן דיין קינדס דרייווער זאל זיך נישט שטעלן שיף ביי דיין קינדס סטאפ און זע אליינס ווי א בהמה קומט צו פליען און די נשמה פליט כמעט ארויס.
איי מין, זיי מיר נישט יעצט אזא בריסקע...
איך האב גרויס נייעס פאר דיר
אויסער אין די היימישע געגנטער איז נישט דא אזא מציאות א באס זאל זיך שטעלן שיעף
גיי ארויס א פיצקעלע וועסטי זעהן אז סאיז נישטא קיין מציאות אז איינער זאל דארעך פארען א סקול באס רויט לייט אויב איינער סאל זיך דערוואגען וועלין אלע נעמען די טעלעפאנען אין נעמען פיקטשערס אין שיקען די פאליס נאך יענעם
אין יא ביי אינז היימישע דרייווט מען טאקע שרעקליך
אבער איינער וואס דרייווט א סקול באס דארף זיך נאך אלס קענען איינהאלטען
אין דער שמועס איז נישט דא וואס איז לעגאל אדער נישט דער שמועס איז סימפעל
פליען אויך זעכציג אויף א געדרייטע גאס מיט א באס איז רציחה
פליען ראנג וועי מיט א באס איז נאכאמאל רציחה
אריינשניידען מיט א סקול באס אין א טרעילער וואס איז זיבען פיס אוועק אין ער האט די רייט אוף וועי איז נאכאמאל רציחה
טעקסטען מיט א פילע באס מיט קינדער איז רציחה
אדורעך פליען מיט א סקול באס א רויטע לייט איז רציחה
אין יא הינדערט מאל געלונגען אלע טריקס אין איינמאל נישט
אין יעצט איז ער א רוצח אין א מערדער
לויט די היינטיגע מעשה איז דער דרייווער געפארען זייער שנעל אין יא ער איז געווען עלול אויף שפיכת דמים איך הער אויס דעים אינטערוויא אין ער זאגט אליינס (איך האב עס געסעווט) מו יודע אויב ער גייט ווערן געקלאגט אויף עפעס
אין אפשר דאס וועט זיין די ריכטיגע נערוון פילען פאר די דאזיגע חיות וואס דרייווען אינזערע קינדער
גלייב מיר איך קען צילייגין די יודישע דרייווערס אסאך מער אבער איך ווייס עטץ וועטס ארויפגיין פין די כלים ווען איך זאל עס צילייגען ברחל בתך הקטנה

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:57 pm

· #513233
געהערט בשם די דרייווער.
אויף די גאס פון די עקסידענט איז דא א גאר הויכע ספיד באמפ המכונה "יוסי געשטעטנער'ס ספיד באמפ" דעיס איז גאר א הויכע ספיד באמפ וואס יעדער וואס איז שוין געפארען אויף North South Gate (יא אזוי הייסט די גאס פרעיג מיך נישט פארוואס, בבחינת Old New Utrect) ווייסט אז דארט הייבט זיך די קאר אויף די קאר און מען פליעט און די ליפט נישט קיין ווערטל, דערציילט די דרייווער אז ער איז ארויף געפארען אויפן ספיד באמפ און די באס האט געגעבען אזא טאנץ אז ער איז אראפגעפאלן פון בענקל און די באס האט זיך גענימען אראפ פליען די בארג.

צי מען וויל גלייבן אז אזוי איז געוועהן די מעשה דארף יעדער מחליט זיין פאר זיך, אבער ס'מאכט זייער אסאך סענס פאר ווער סקען די גאס, און ספעציעל יעצט אז יוסי געשטעטנער קימט ארויס און דעפענד זיין ספיד באמפ.
(וואס אפילו אויב איז זיין ספיד באמפ נישט שילדיג אין די ספעציפישע עקסידענט, איז עס נאך אלץ א מסוכנדיגע ספיד באמפ וואס מיז גיין)

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:09 pm

· #513234
אנטשולדיגט מיר,
יא ווען מען פליט הייבט זיך די קאר אויף. ווען מען פארט אויף א ספיד פין פיפצען מייל א שעה הייבט זיך גארנישט אויף
א באס דרייווער וואס פאלט ארויס פין זיין זיץ מיינט אז ער האט קיין סיט בעלט נישט געהאט אנגעטיהן אין אז דער באס פליט מיינט אז ער איז געפארען זייער שנעל

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:15 pm

· #513236
דו קענסט די גאס אדער דו זיכסט סתם צי מקטרג זיין? איך קען די גאס, מען דארף נישט פארן מער פון 15 מפ"ש זיך צי הייבן.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:19 pm

· #513237
א בני יואל
יעצט לכבוד רבי וואלווי
גלייב מיר די האר פין קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלין ווען די וועסט זעהן וואס די חיות טוען אלץ
אין יא סאיז דא רואיגע דרייווערס יא אפשר איך קען נישט אלע אבער רב רובם זענען חיות מטורפים
זונטאג דעי וואך זיץ איך אין טרעפיק אויף 306 ביי פיליס טערעס אין עס קימט ציפליען א באס פין וויזניץ ראנג וועי קראסט אויס יעדעם ווייל ער וויל ארויף פארן סידער לעין ארייבלאקענדיג א טראק אין פייפענדיג ווייל אזוי וויל ער
ער וויל יעצט ארויפארען אין יעדער זאל זיך הענגען
ייש"כ פאר מיט טיילן די כבוד.

קיינער זאגט נישט אז ווילד דרייוון איז נישט פיקוח נפש. דיין ווערטער ווערען זייער ערענסט אנגענומען, ס'איז די "סקאופ" פון דיין דעספערעישאן וואס זעהט אויס אביסל צו ברייט.

יעצט, איך פאר אריבער דעם אינטערסעקשאן צען מאל א טאג, פארשידענע צייטן פון טאג, פאר יארן שוין. ס'איז דא אנגעצויגענע זמנים פון ראש האוער, און אויף יעדען דרייווער ליגט א פליכט זיך האלטן אין די ראמען. לייג צו אז די גאסן אין מאנסי זענען נישט א גריד ווי אין שטאט, דאס מיינט אז איין עיכוב אין מיטן וועג און א האלבע שטאט איז סטאק, ווייל ס'נישט דא די עצה פון גיי א גאס ארויף אדער אראפ.

אבער דוקא דא שיינט ארויס די מענטשליכקייט פון די איינוואוינער. אז דו ווילסט זעהן גוטס, וועסטו זעהן א געוואלדיגע אמאונט פון courtesy דוקא ביי די אנגעפאקטע אינטערסעקשאנס. דרייווערס רעספעקטירן דא זייער שטארק די געדאנק אז מ'בלאקט נישט קיין אינטערסעקשאנס, אדער אפי' דרייוו וועיס, מ'איז בדרך כלל גרייט צו אריינלאזן א צווייטען, אדער לאזן מאכן א טורן פון די קעגענאיבערדיגע לעין. פארוואס? ווייל א יעדער פארשטייט אז אויב נישט איז דא העווי גרידלאק און קיינער קומט ערגעץ נישט אן.

נאך שענער איז, אז מ'געט courtesy פאר סקול באסעס ספעציעל. ווייטער, ווייל א יעדער פארשטייט אז אויב א באס דארף מאכן א דריי וועט א יעדער פארדינען אז מ'געבט פלאץ.

כ'האב נישט געמאכט diagram פון דיין זונטאג באס דרייווער מעשה, אבער אז איינער פארט ארויס פון ליין ביי דעם אינטערסעקשאן, אדער די אנדערע אויף דעם סטרעטש פון די 306, אדער ער דרייעט זיך אריין א קעגן די קומענדיגע טרעפיק, איז דאס געווענטליך א טובה פאר א יעדען, חוץ פון דעם וואס ס'איז אנגענומען דא צו טוהן אזוי. מער נישט ווי יא, וועט דיך די קאר פון א קעגן איבער פלעשן די העדלייטס צו ווייזען courtesy נאך פאר דו האסט געבעטן. דאס קען א יעדע דרייווער פון די געגנט מעיד זיין.

דו טענה'סט אז ס'איז געווען זונטאג טרעפיק, כ'וועל מיך מוזען פארשטעלן אז דע עריע איז געפארן זייער שטייט, און ס'איז מעגלעך אז קיין צווילדעוועטער האט ער בכלל נישט געקענט זיין. כ'וועל מוזען ארויס ווארפן א לולי דמיסתפינא'דיע געדאנק, אז אדער האסטו געשפילט מיט'ן פאון מילא ביסטו נישט געווען אלערט, אדער ביסטו פון די דרייווערס וואס ווען זיי זעהן איינעם פרובירן אריין גיין פאר זיי אדער א קעגן זיי, ריקן זיי זיך נאך נענטער צום נעקסטע קאר, למען השם אז מ'זאל נישט ווייזען קיין Courtesy.

כ'זאג נישט אז כך היה במעשה, דיין מעשה קען זיין אמת, אבער ווי מ'זאגט I'll take it with a grain of salt. כ'האף דאס וועט דיר גיבן אביסל חומר צו פארשטיין א צווייטענס פערספעקטיוו אויך. נישט א יעדע באס דרייווער דארף מען פאווארפן, און נישט א יעדע סיענע דרייווער איז א בעל אחריות.

ס'איז א וויכטיגע נושא, מאך עס נישט קאליע מיט א געוואלד. ביטע טוה מיר די טובה, ווייל כ'וויל שוין צירוק אראפלייגן די האר פון קאפ אין פלאץ.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:24 pm

· #513239
וליוסי געשטעטנער אמר:
אינז ווייסן אז די האסט געזיכט אויפציטין פאר כלל ישראל מיט דיין ספיד באמפ (עכ"פ אזוי האף איך) למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ספיד באמפ מאכט נאר ערגער, זיי'זשע מוחל לייג אוועק דיין איגאו און יעצט גיי עסק'ן אז מען זאל עס אוועקנעמען.

און קים נישט מיט דיינע טענה אז מענטשן זאלן נישט פארן אויף די גאס, קודם כל זייט ווען זאגט מען פאר מענטשן אז זיי טארן נישט פארן אויף א געוויסע גאס ווייל סקימט איינעם נישט אויס גיט, והשנית והוא העיקר אינז ווייס מיר אז די צאלסט נישט קיין פראפערטי טעקס אויף דיין הויז איז ווי האסטו די חוצפה צי זאגן פאר איינער וואס צאלט יא פראפערטי טעקס נישט צי פארן אויף דיין גאס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:39 pm

· #513240
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. איך האב (ב"ה) געדרייווט/דרייוו א באס אין ביידע פלעצער. בארא פארק און מאנסי. ווען די געמיטער וועללן זיך א ביסל בארואיגן און די היץ וועט אראפגיין וועל איך (בלי"נ) געבן אן אפשאצונג איבער באס דרייווינג און באסדרייווערס בכלל.

שלא כידידנו הנעלה הרב ..."פרנס החודש"...וועלכער האט פאראויסגעזאגט שעות של קורת רוח פון היציגע דעבאטעס צווישן בערל בעל עגלה און א בני יואל (מענטש). ווייל שרייען אויף די העכסטע טענער און ארויסווארפן באשולדיגונגען און רופן נעמען האט נישט קיין פשט און קיין תכלית.

ביזדערווייל. די מערסטע קרעדיט אין די גאנצע פרשה קומט זיך פאר קהל'ס נער און עמקות המחשבה. וועלכע האבן (שני נביאים נתנבאו בסיגנון אחד) ביידע, אזוי אויך ווי אנדערע ניקס מיט ישוב הדעת גערופן זיך א ביסל צו בארואיגן און נישט ארויסווארפן אלגעמיינע סטעיטמענטס אזוי ווי..."אלע באסדרייווערס זענען חיות און מטורפים"...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:52 pm

· #513243
ארטיסטיק
קהל'ס נער
א בני יואל
לאור המצב היינט אין מאנסי מיטען באס וואס האט געקראכט אין א הויז אין ליידער פארווינדעט אפאר קינדער האלט איך אז מען מעיג אויסשמיעסן די מצב פען די באס דרייווערס אין מאנסי אין אויך אין אלע היימישע געגענטער
איך האלט אז די דרייווערס זענען חיות מטורפים וואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל זיך נעמען טיילען טיקעטס פאר אלע פין זיי אין אזוי אפקלינען די פאריקטע דרייווערס וואס פליען אדורעך רויט לייטס אין דרייווען ראנג וועי אין אסאך מער
סארא אויסברוך!
סזענען דא ווילדע באס דרייווערס פינקט ווי סדא ווילדע קאר דרייווערס, ווילדע מענטשן גייערס און ווילדע טראק דרייווערס.
פארוואס האסט דיך ארויפגעזעצט אויף די באס דרייווערס?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א רויט לייט?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער אריבער פארן א סטאפ סיין?
ווען האסטו לעצטע מאל געזען א באס דרייווער טיען "אסאך מער" (ווהטעווער טהעט מינס)?

סטאפ מיט די העיט, איך פארשטיי ס'טיט וויי די היינטיגע עקסידענט, אבער ערשטנס בלעימען העלפט נישט, צווייטנס אויפמאכן בלבולים און באשמיצן די באס דרייווערס גייט נישט פארמיידן עקסידענטן.
און ווען איז די לעצטע מאל וואס סאיז געשעהן אזא עקסעדענט?
ארטיסטיק: דאס איז אפשר? א גוטע מליצה. אבער ס'מאכט נישט קיין סענס. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט בכונה תחילה. עקסידענטס זענען אייביג געשעהן. אונז (מיייניך די באסדרייווערס און די פאבליק) דארפן נאר טון די ריכטיגע השתדלות צו פיהרן די באסעס אויף א זיכערן פארנעם (סעיף מענער).

ס'זענען דא (ביי דעם ספעציפישן עקסידענט) א סאך חלקים וועלכע זענען נישט באוואוסט פאר'ן אלגעמיינעם עולם. ממילא קענמען נישט ארויסגעבן א פסק נאר נאכדעם וואס מ'האט געהערט אלע פאקטן און פארשטאנען אלע מצבים אין וועלכע דער געוויסער באסדרייווער איז געווען. מיט פארשפרייטן שנאה און אויסגיסן דעם פערזענליכן כעס און פרוסטראציע אדער אויספיהרן אן אגענדא וועט מען נישט אנקומען אין ערגעץ...!

וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:01 am

· #513244
berlbalaguleh
ארטיסטיק: דאס איז אפשר? א גוטע מליצה. אבער ס'מאכט נישט קיין סענס. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט בכונה תחילה. עקסידענטס זענען אייביג געשעהן. אונז (מיייניך די באסדרייווערס און די פאבליק) דארפן נאר טון די ריכטיגע השתדלות צו פיהרן די באסעס אויף א זיכערן פארנעם (סעיף מענער).
איך פרוביר צו דערגיין וואס איז דאס "סעיף מענער"....

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:06 am

· #513245
וואלווי: ייש"כ. ס'קומט דיר (לכה"פ) 10 לייקס. איך וויל נישט ציטירן (קוואוטן) דיין תגובה וועלכע איז ס"ה 2 תגובות ארויפציר ווי מיינס. אבער אויף דיר קענמען זאגן דעם פסוק..."שפתיים ישק משיב דברים נכונים"...! דו האסט ריכטיג אפגעשאצט דעם מצב. ס'איז ממש אזוי ווי דו האסט עס אראפגעלייגט. איך רעד בכלליות. מענטשן זענען העפליך (קוירטיעס) און לאזן אריין א צווייטן דרייווער וועלכער ווארט געדולדיג ביי אן אינטערסעקשן כדי צו מאכן א טוירן. זיכער זענען דא אויסנאמען. סיי אין קאר דרייוערס. און סיי אין באס דרייווערס.

אויך. דו האסט ריכטיג אפגעשאצט דעם פערזאן וועלכער האט ארויסגעווארפן אלגעמיינע, ווילדע באשולדיגונגען אז "אלע" באסדרייווערס זענען חיות און מטורפים. דאס ברענגט מיר שטארק אויף דעם מאמר חז"ל..."כל הפוסל במומו פוסל"...! מ'קען עס אויך פארשטיין פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:14 am

· #513247
וואלווי
berlbalaguleh
ארטיסטיק: דאס איז אפשר? א גוטע מליצה. אבער ס'מאכט נישט קיין סענס. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט בכונה תחילה. עקסידענטס זענען אייביג געשעהן. אונז (מיייניך די באסדרייווערס און די פאבליק) דארפן נאר טון די ריכטיגע השתדלות צו פיהרן די באסעס אויף א זיכערן פארנעם (סעיף מענער).
איך פרוביר צו דערגיין וואס איז דאס "סעיף מענער"....
וואלווי: א סעיף מענער. איז א כלל. מיט א סאך פרטים. למשל. איך קען א באסדרייווער וועלכער דרייווט לעצטנס א באס אין מאנסי.. ער האט א מנהג (וואס איז מענטשליך און שכל'דיג) אז ווען ער קומט אן צו א שמאלע סעקשן פון א גאס. און ער זעהט א צווייטן קאר אדער באס אקעגנאיבער, וועט ער זיך נישט אריינשטופן. אדער יאגן צו זיין דער ערשטער... זיך אדורכצוכאפן... נאר ער שטעלט זיך אין א זייט און ווארט ביז די צווייטע קאר וועט אריבערפארן. אזוי קענען ביידע אנקומען צו זייער דעסטינאציע. משא"כ ווען ביידע שטופן זיך אריין אין א שמאלן ווינקל ווערן ביידע סטאק...!

קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:16 am

· #513248
זיך שטעלן שיף איז טאקע נישט לעגאל. אבער אזויווי ס'זענען דא באס דרייווער חיות זענען דא פי כמה קאר דרייווער חיות. וואס מאכן זיך טאג טעגליך נישט צוטון פון קיין רויטע לייטס אויף באסעס און שטעלן אין סכנה קינדער, עלטערן, און באס רבי'ס. דעריבער האבן די באס דרייווער נישט קיין ברירה און מוזן ברעכן די געזעץ.

איך געדענק א עקסידענט אויף מארסי עוו. מיט יארן צוריק וואס האט פאסירט וויבאלד די דרייווער האט זיך נישט געשטעלט שיף. נאך וואס א פאליציאנט האט איהם אנגעווארענט עס נישט צוטון מיט אפאר טאג פריער. און ס'האט געקאסט די נשמה פון א קליין קינד. האלטן די געזעצן איז זייער וויכטיג און קאמען סענס איז נאך וויכטיגער.

שטיי אויף סיי וועלכע גאס וואס האט מער ווי איין ליניע און קוק דיר און וויפיל קארס שמייסן דורך באסעס מיט רויטע לייטס. אפגעהיטן זאל מען ווערן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:31 am

· #513249
קהל'ס נער
וליוסי געשטעטנער אמר:
אינז ווייסן אז די האסט געזיכט אויפציטין פאר כלל ישראל מיט דיין ספיד באמפ (עכ"פ אזוי האף איך) למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ספיד באמפ מאכט נאר ערגער, זיי'זשע מוחל לייג אוועק דיין איגאו און יעצט גיי עסק'ן אז מען זאל עס אוועקנעמען.

און קים נישט מיט דיינע טענה אז מענטשן זאלן נישט פארן אויף די גאס, קודם כל זייט ווען זאגט מען פאר מענטשן אז זיי טארן נישט פארן אויף א געוויסע גאס ווייל סקימט איינעם נישט אויס גיט, והשנית והוא העיקר אינז ווייס מיר אז די צאלסט נישט קיין פראפערטי טעקס אויף דיין הויז איז ווי האסטו די חוצפה צי זאגן פאר איינער וואס צאלט יא פראפערטי טעקס נישט צי פארן אויף דיין גאס.
קהל'ס נער: איך ווייס נישט איבער וועלכן ספעציפישן פאל דו רעדסט, און וואס די אישו איז דארט. איך האב נישט קיין פאליטישע אינטערעסן. נאר איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט, אז די אזוי-גערופענע ספיד באמפס וועלכע מ'לייגט ארויס אין געוויסע גאסן דא אין מאנסי (איך רעד נישט פון די אריינגעבויטע וועלכע זענען דארט א גאץ יאר) וואס מ'נעמט אוועק פאר'ן ווינטער און מ'לייגט זיי צוריק אין ספרינג. אט די באמפס צוברעכן די טשעסי/אנדערקערידזש פון די סקול באסעס, אפילו מ'פארט אריבער שטייט, ווייל די באסעס (און אויך טראקס) האבן אזא מין אייזן וועלכע האלט די עקסל מחובר צו די טשעססי. דער אייזן הייסט א "יו-באלט" (ווייל ס'איז אין פארם פון א "יו"). און א יעדעס מאל דער באס פארט אריבער אויף דעם (היימיש געמאכטן) ספיעד באמפ כאפט דער גאנצער באס זייער א שטארקן שאק אז דער גאנצער באס טרייסלט זיך.

איך בין געווען אויף באס אינספעקשאנס, און איינס פון די ערשטע זאכן וואס אינספעקטארס קוקן איז דער מצב פון די יו-באלטס. אין זייער א סאך פאלן זענען די באלטס לויז, און דאס איז א סכנה אז דער באס קען פארלירן די רעדלעך אינמיטן פארן מיט די קינדער.

ס'זענען פארהאן ספיעד באמפס וועלכע זענען געבויט פראפעשאנאל דורך אינדזשענירן. יענע זענען נישט קיין פראבלעם...!

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:16 am

· #513252
@בני יואל, ווען איינער קומט באַשולדיגן דעם היימישן ציבור מיט שוואַכע חינוך, עביוז.. שידוכים סיסטעם, הויכע פרייזן פון אידישע געשעפטן וכו' וכו', איז איין זאַך.

אבער באס דרייווערס? וואָס די העק! אַחוץ דעם וואָס עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דווקא היימישע באָס דרייווערס זאָלען זיין רעקלעס, זענען די מאָנסי גאַסן קניינעהאָרע געבענטשט געוואָרן מיט מאַסן פאליציי קרעפטן.

רעמעפאו פאָליס, סטעיט פאָליס (דאָ דאָרט), אַ גיזמע פון שעריף'ס, און רבי לעבן זיי שוינען נישט אָפ קיינעם. כאַפ אַ דרייוו ביינונז אין מאָנסי און דו וועסט זעהן בערך יעדעס צוויי דריי מינוט אַן "אָנדער-קאָווערד" פאָליציי קאַר מיט זיין קרבן אין פאָרנט פון אים. ספעציעל די לעצטע פאָר חדשים.

הער אויף דרייען אַ קאָפ.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:41 am

· #513254
קורקלענד
זיך שטעלן שיף איז טאקע נישט לעגאל. אבער אזויווי ס'זענען דא באס דרייווער חיות זענען דא פי כמה קאר דרייווער חיות. וואס מאכן זיך טאג טעגליך נישט צוטון פון קיין רויטע לייטס אויף באסעס און שטעלן אין סכנה קינדער, עלטערן, און באס רבי'ס. דעריבער האבן די באס דרייווער נישט קיין ברירה און מוזן ברעכן די געזעץ.

איך געדענק א עקסידענט אויף מארסי עוו. מיט יארן צוריק וואס האט פאסירט וויבאלד די דרייווער האט זיך נישט געשטעלט שיף. נאך וואס א פאליציאנט האט איהם אנגעווארענט עס נישט צוטון מיט אפאר טאג פריער. און ס'האט געקאסט די נשמה פון א קליין קינד. האלטן די געזעצן איז זייער וויכטיג און קאמען סענס איז נאך וויכטיגער.

שטיי אויף סיי וועלכע גאס וואס האט מער ווי איין ליניע און קוק דיר און וויפיל קארס שמייסן דורך באסעס מיט רויטע לייטס. אפגעהיטן זאל מען ווערן.
קאצקע ציקער: די ביסט גערעכט מיט דיין אפשאצונג. נאר מ'דארף מאכן א חילוק אין וועלכע שטאט מ'רעדט. איך האב געדרייווט א באס סיי אין בארא פארק/ניו יארק סיטי און סיי אין מאנסי. אין בארא פארק, ליידער, אזוי ווי אין גאנץ נ.י. סיטי רעספעקטירט מען נישט רויטע לייטס און סטאפ סיינס פון די סקול באסעס. (כמעט) א יעדער פארט אריבער די באסעס ווען זיי האבן אנגעצינדן די רויטע לייטס און ארויסגעשטרעקט די סטאפסיין. אידן און גויים. אפילו היימישע אידן מיט לאנגע, ווייסע בערד. מהאי טעמא האבן טאקע אלע היימישע מוסדות אין נ.י. סיטי באסעס מיט 2 טירן. כדי די קינדער זאללן נישט דארפן אריבערגיין די גאס צום באס. אויך די פאליסלייט וועלכע ארבעטן אין די אידישע געגנטער שטערן נישט די אידישע דרייווערס אפ צו בלאקן די גאס. אויסער די פאליסן וועלכע קומען פון אנדערע נישט אידישע געגנטער, זיי טשעפען זיך אמאל אן אויף די אידישע דרייווערס וועלכע בלאקן אפ א גאס. אזא פאליסמאן האט מיך אמאל געסטראשעט אז ער קען מיר געבן א טיקעט פאר אפבלאקן די גאס. האביך איהם געזאגט. גוט. געב א טיקעט. איכ'ל דיך זעהן אין קאורט. האט ער אפגעפיצט...!

משא"כ אין מאנסי רעספעקטירט 99.9% פון די דרייווערס די רויטע לייטס פון די סקול באסעס. דערפאר האבן טאקע אלע היימישע מוסדות אין מאנסי באסעס נאר מיט איין טיר...!

א בני יואל » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 10:06 am

· #513277
על חטא שחטאנו לפניך ביודעים ובלא יודעים.
נישט כדי צי פארענטפערן יעדעם איינעם, ווייל נישט אלע רעדן וואס זיי ווייסען פאקטען, ס'איז דא וואס רעדן פאקטען פאר זיי ווייסען בכלל.

איצטערט וואס איז דער על חטא,
וועל איך דיר זאגען. נעכטן בין איך געוואר געווארען אז יוסי געשטעטנער קען אראפלייגען א ספיד באמפּ ווי עם שמעקט אויף א שטאטישע גאס און ער איז בעל הבית, און דאס איז א פאקט ווי איינער שרייבט דא, און מען דארף עס אראפּנעמען ווייל דאס איז דאס שולד פינעם עקסידענט. איי ס'איז שוין געווען פיר עקסידענטן דארט אין די לעצטע זעקס חדשים און פאר דעם האט מען געלייגט א ספיד באמפּ? לכאורה פארשטייט דער שרייבער אז יוסי איז געגאנגען צו האום דיפא און געקויפט שווארצע קוילן און פשוט געמאכט א הויכע באמפּ וואס איז בכלל נישט געאייגענט, און איינער שרייבט נאך אז דאס צוברעכט טאקע די באסעס מיט די יוא טשענעל ביים טשעסי.
לכאורה דארף מען ווען אויפקלערן קודם דער באדייט פין ספיד באמפּ. אבער ניין, עטץ זענץ גענוג קליג אליין צי פארשטיין.

יעצט לאמיר גיין צו די הייליגע באס דרייווערס. אפשר קען איך נישט די דרייווערס וואס דרייווען אין עירמאנט אדער וועסלי הילס, וואס לכאורה דארט ווען זיי וואלטען געדרייווט ווי אזוי זיי דרייווען אין די פיר מייל רעדיאס פון 59 און 306 וואלטען זיי געווארען אפגעשטעלט אין לכאורה געקייטעלט אויך,
אבער דאס איז דער מציאות, יענע געגענט קען איך, און די דאזיגע דרייווערס זענען צולאזט אויפן העכסטען פארנעם און סאיז צייט זיי אפּצושטעלן.
יא קען זיין ס'איז דא פיינע גוטע דרייווערס אויך, אבער נישט דארט אין יענע געגענט. דער פאקט אז פין 59 אראפ ביז וויאלע אין די אלע געסעלעך דרייווען זיי ווי מטורפים קען קיינער נישט פארליייקענען.

דערנאך קומט די חלק פין סעפטי,
מאכן א רעכטס מיט א סקול באס ביי א רויט לייט מיט קינדער איז סיי נישט געזעצליך אין סיי נישט סעיף. איך זאג נישט, ס'איז דא צייטן ווען מען קען, אבער אויב עפעס געשעהט איז עס דעם דרייווער פין די סקול באס וואס איז שילדיג, ווייל א סקול באס טאר קיין לייט נישט אדורך פארן.
ביים אדורך פארן א רעיל ראיד קראסינג איז מען מחויב צי קומען צי א פול סטאפּ, אויפמאכן די טיר און אויסלעשן די עיר קאנדישען און קוקן אויב עס קימט א טרעין. דאס איז דער געזעץ, קענסט לאכען ביז מארגען. אויב ער טוט דאס נישט קען ער געקלאגט ווערען פאר מענסלאדער, פארשטייט זיך אויב עפעס געשעהט, און אויב נישט איז דער שטות געלונגען. מזל טוב.

יעצט דער אנדערער זאגט ס'איז דא אזוי פיל פאליס אין זיי שטעלן אפ יעדעם.
זאג צדיק, ווען האסטו געזעהן א אפגעשטעלטע באס אויף די ביזי גאסן? דו מיינסט ס'איז זיי באקוועם צו אפשטעלן א באס ווען נאכדעם גייען קומען עסקנים און פארפירען אז ער האט אנגעמאכט א טרעפיק און סאיז סתם רשעות?

יעצט בעל עגלה פארציילט א מעשה אז ער האט זיך געשטעלט שיעף און א פאליס האט עם אפגעשטעלט, און נאכדעם וואס ער האט געזאגט "סי יוא אין קארט" האט דער פאליס אפּגעפיצט. 'אדער יא אדער נישט'. איך בין נישט מחויב צו גלייבען אזוינע שטותים, ווייל וואס למשל האט ער מורא געהאט? דער פאקט אז דאס מיינט אבּסראקטינג טרעפיק בלייבט א פאקט /דרייווינג אין אנקאמינג דיירעקשען/דרייווינג ראנג וועי/ רעקלעס דרייווינג /ועוד, אנטשולדיגט איך בין נישט מחויב צו גלייבען אזא מעשה, ס'קוקט אויס ווי א חלום.

למעשה די סיבה פארוואס מען שטעלט נישט אפ אונזערע דרייווערס איז ווייל זיי פארשטייען וואס עס גייט פאר און זיי רעכענען זיך מיט די קינדערס סעיפטי.

יעצט לאמיר רעדן פין די קאר דרייווערס. יא זיי זענען אויך ציווילדעוועטע חיות, אבער דאס אז איינער דרייווט א באס מיינט נישט אז וויבאלד ער איז שטערקער און גרעסער קען ער טון וואס ער וויל אין וואס אים שמעקט,
אריין שניידן אין קארס וואס קימען צו פארען און דו קומסט ארויס פין א געסעלע און דו ווילסט זיך אריינשטיפען אויף די מעין גאס מיינט נישט אז וויבאלד דו ביסט גרעסער מעגסטו עס טון. סיי ס'איז נישט מענטשליך, סיי דו ביסט א חיה רעה, און סיי דו ברענגסט אריין א סכנה אלע קינדער אויפן באס און אויך פאר דעם דרייווער אין וועם דו שניידסט אריין. און יא, אויב יענער שטעלט זיך נישט אפּ פאר וואטעווער ריזען קענסטו איבערדרייען דעם באס מיט די קינדער און הארגענען מער ווי איין מענטש, אין נאכדעם?
און ער איז א מערדער אהה אין קול מיט וואסער וועט אים דערנאך ריפען א העלד.

איך פארצייל דעי מעשה ספעסיפיק ווייל איך האב א ווידיא פון דעם ווי אזוי א צולאזטער דרייווער פון א מוסד קומט ארויס פון קיערסינג פארקוועי אריין אין 306 און שניידט אריין אין קארס פון ביידע זייטען. איי וועסטו שרייען דאס מיינט נישט יעדער, נאר איינער? דערמאנט מיך א מאנסי טרעילס דרייווער האט מיר אמאל געזאגט 'איך האב א מוהל מעסער איך שנייד אריין אין יעדעם', פארוואס, ווייל איך בין גרעסער אין איך קען, אבער איינמאל די וויץ געלונגט נישט....
איך קען א דרייווער אין בארא פארק וואס פלעגט אלעמאל דרייווען מיט די סעל און רעדן, איך האב אמאל מיטגעהאלטען ווי אזוי ער איז געווארן אפגעשטעלט מיט א סקול באס אין איך באמערק ווי אזוי דער פאליס לאזט אים גיין, גיי איך צו אין איך פרעג עים ווי אזוי האסטו דאס באוויזן? ענטפערט ער אז ער איז א שומרים מעמבער און ער האט געוויזען א קארטעל.
איז דאס גערעכט? יא, ס'איז אים געלונגען. דאס מיינט נישט אז ער איז סעיף, דאס מיינט נישט ער איז גערעכט.

יעצט, דריי מיר נישט קיין קאפּ מיט זאגען אז "נישט יעדער איז אזוי",
נעכטן שרייט מיר א יונגערמאן אז מען דארף בלעימען די מוסדות ווייל זיי יאגען די דרייווערס, און די דרייווער האט נישט קיין ברירה, ממילא דרייווען זיי אזוי,
אבער דער פאקט שלאגט ווייטער אין פנים אריין אזוי דרייווען זיי ווי חיות, רוב מאל געלונגט עס און איינמאל נישט, און דעמאלטס אהה, יעדער פארענטפערט דעם דרייווער,
ער איז נאך מסביר 'געהערט פונעם דרייווער אז ער איז ארויסגעפאלן פונעם זיץ'... וואספארא גערעדאכטץ איז דאס? דו האסט שוין געזעהן א מענטש פאלט ארויס פון א זיץ ווען ער פארט אויף פופצען מייל א שעה מיט סיט בעלטס אנגעטיהן?
העי בעל עגלה, דו דרייווסט א באס... 'סמאכט סענס?

איך האב אויך געדרייווט באסעס אמאל און ניין, עס מאכט נישט קיין סענס בכלל, חוץ אויב איז ער געפלויגען אויף פופציג אין נישט געהאט סיטבעלטס, והא ראיה ער איז טאקע ארויס געפלויגן פינעם באס ווי אזוי ער פארציילט אליינס "ניסים", הא? העלד? מערדער וואס ער איז!

און יא, ס'איז צייט צו נאכקוקען אלע סקול באס דרייווערס און געדענקען זיי דרייווען אונזערע קינדער און נישט קיין חילוק וואס, זיי דארפן זיך האלטן אין די ראמען און זיך צישטעלן צום געזעץ און אויך צי סעפטי.

איך וואלט געראטען סיי דעם דרייווער און סיי דער מוסד צו נעמען א לויער תיכף ומיד, פאר ס'איז צו שפעט.

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 10:17 am

· #513278
מר. בני יואל, די ביסט גיט אויף גיסן פעך און שוועבל למעשה האסטו נישט געענטפערט אויף מיין שאלה צי די קענסט די פלאץ.
ווי זאגט שמן למאור נאך בשם רביה"ק די דריטע הקפה וועסטו שוין מיזן טאנצן אליין.

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 10:23 am

· #513279
Re: אינזערע באס דרייווערס
א שטיק צייט צירוק איז געווען אין די נייעס די סטאטיסטיקס פון פאטאליטעטן פון קינדער אין ניו יארק סטעיט דורך סקול באסעס אין די לעצטע צען יאר. פיר פון פינף זענען געווען ישיבה באסעס!, עס איז געווען אויף די פראנט פעידש פון ״די צייטונג״, איינער געדענקט?

א בני יואל » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 10:24 am

· #513280
קהל'ס נער
מר. בני יואל, די ביסט גיט אויף גיסן פעך און שוועבל למעשה האסטו נישט געענטפערט אויף מיין שאלה צי די קענסט די פלאץ.
ווי זאגט שמן למאור נאך בשם רביה"ק די דריטע הקפה וועסטו שוין מיזן טאנצן אליין.
ניין איך קען נישט די פלאץ אבער א סימפל גוגגעל סורדז אויך די גאס ווייזט מער ווי גענוג

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 11:25 am

· #513281
די גאנצע שמועס האט זיך פארקירעטוועט איבער די שארפקייט פון @בני יואל און צו ער טרייבט איבער מיט דעם אז רוב באס דרייווערס פארן ווי חיות.

קוקטס אהער, דאס דארף נישט צו זיין די פאוקעס דא. איך שטעל זיך פאר אז רוב באס דרייווערס זענען יא אחריות'דיג און היטן אויף די סעיפטי פון די קינדער. אבער דאס איז קלאר אז עס זענען אויך דא באס דרייווערס וואס דרייוון ווי חיות. און כפי הנראה איז דעם ספעציפישן דרייווער פון די עקסידענט גאנץ פיין שילדיג אינעם עקסידענט, ווען ער פארט ווען האלב פון זיין ספיד וואלט ער וויירשיינליך נישט פארלוירן קאנטראל. ס'איז זיכער א צייט פאר אויפוואכונג איבער ווילדע באס דרייווערס, אזא דרייווער קען טראגן די אחריות פון די לעבן פון פיפציג קינדערלעך אויף איין מאל, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדן טאג, ס'איז גארנישט קיין וויץ.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 3:00 pm

· #513290
א בני יואל: איך ווייס נישט וואס דיך טרייבט. און וואספארא אגענדא אדער געפיהל פון רעטריבוציע דו האסט. אדער איז עס סתם אינדיידזשעסטשאן. אבער איך דרייוו שוין (ב"ה) א באס אין מאנסי כמעט 3 יאר. (ס'נישט אז איך האב נעכטן אנגעהויבן דרייוון א באס. כ'מיין איך האב געדרייווט א באס נאך פאר דיין טאטע איז געבוירן. (כ'וועיס נישט. אפשר האסטו שוין א לאנגע, ווייסע בארדע.). און איך האב נאכנישט געזעהן א באסדרייווער זאלל אריבערפארן א רויטע לייט פאר א רייט טוירן. אפילו וואו ס'איז דא א צובראכענע (נישט פונקציאנירנ'דע) לייט. ביי קוירסינג און 306. סאו וואס האקסטו א טשייניק אז באסדרייווערס פארן רעגולאר אריבער רויטע לייטס. דיינע הכללות (דזשענערעלייזעישאנס) ווייזן אז עפעס שטערט דיר. און דו ביסט נישט קיין נייטראלער אבזערווירער. ואין מביאין ראיה מן...!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 3:19 pm

· #513291
שמן למאור: איך האלט אז דו ביסט בדרך כלל גערעכט מיט דיין אפשאצונג פון דעם מצב.

נאר אונז דארפן טראכטן למעשה וואס קענמען טון? לפענ"ד. דארף מען גרינדן א נייטראלע קאמיטע פון באזעסענע בעלי בתים וועלכע זאללן האבן די אויטאריטי איבער די אחריות פון די באסדרייווערס פון אונזער געגנט אין מאנסי/עירמאנט, וכו,.

מ'דארף געדענקען אז רובא דרובא פון די היימישע באסדרייווערס (פון די גוי'אישע קאמפעניס רעדן מיר איצט נישט. דאס איז א מסכת בפני עצמו). און זיי דרייוון די באסעס מיט די סעיפטי פון די קינדער און פאבליק אין זייער קאפ.

נאר ס'זענען דא געוויסע מוסדות וואו די מענעדזשערס און בעלי בתים לייגן זייער שטארקע פרעשור אויף די דרייווערס. צו אריינכאפן וואס מער סטאפס. און ס'זאלל זיי קאסטן ווי ווייניגער געלט. און דאס רופט זיך אן אויף א נעגאטיוון אופן אויף די באסדרייווערס.

מיין מזל איז אז איך האב (ב"ה) זייער א גוטן און פארשטענדליכן באס מענעדזשער. וועלכער לייגט קיינמאל נישט קיין פרעשור אויף די באסדרייווערס. נאר איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד וואו דער בעה"ב האט געזוכט צו שפארן געלט. און נישט צוגעשטעלט עטליכע קליייניקייטן וועלכע וואלטן פארגרינגערט פאר די דרייווערס. נאר ער האט געלייגט זייער א סאך פרעשור אויף די דרייווערס. ווען איך האב דאס איינגעזעהן, האביך געמאכט אן החלטה צו רעזיגנירן פון די קאמפעני. ווען איך האב געפיהלט אז איך קען נישט נאכקומען די סעיפטי רעגולאציעס . ווייל דער בעה"ב האט נישט געטון זיין חלק...!

לענייננו. ס'דארף זיין א צענטראל'ער נאמבער וואו מענטשן זאללן קענען אריינרופן אויב מ'באמערקט א פראבלעם מיט א ספעציפישן דרייווער. אדער מוסד. און זיך דערגרונטעווען וואס דער פראבלעם איז. און מ'דארף דאס פאררעכטן. אן קיין שום אגענדאס אדער א געפיהל פון שנאה אדער נקמה...!

נעקסט לעוועל » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 11:30 am

· #513292
Re: אינזערע באס דרייווערס
berlbalaguleh
שמן למאור: איך האלט אז דו ביסט בדרך כלל גערעכט מיט דיין אפשאצונג פון דעם מצב.

לענייננו. ס'דארף זיין א צענטראל'ער נאמבער וואו מענטשן זאללן קענען אריינרופן אויב מ'באמערקט א פראבלעם מיט א ספעציפישן דרייווער. אדער מוסד. און זיך דערגרונטעווען וואס דער פראבלעם איז. און מ'דארף דאס פאררעכטן. אן קיין שום אגענדאס אדער א געפיהל
פון שנאה אדער נקמה...!
אזוי ווי די ״איך הנהיגה שלי״ פון אגד באסעס און א״י
(נישט אז דאס העלפט אז זיי זאלן דרייוון בעסער )
אבער עטליעסט די דרייווער זאל וויסן אז אוזן שומעת, און מקען זיך אפ רעדן אויף זיין דרייוון

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 6:54 pm

· #513297
רבותיי: איך האב יעצט איבערגעליינט דעם דיאטריב...(Diatribe)...פון א "בני יואל"...! איך וויל נישט ארויסלייגן קיין פערזענליכע אפשאצונג אדער אטאקעס. נאר איך זעה אז דער מענטש האט (לכה"פ) אן אגענדא/קאמפלעקס. ער איז נישט גרייט אויסצוהערן א צווייטנ'ס מיינונג. וואס איינער פארציילט פון זיין אייגענע עקספיריענס איז חלומות, פאנטאזיעס און שטותים. ער נעמט חלקים פון א צווייטנ'ס מיינונג און מישט עס אויך. און מאכט א קוגל וואס שטימט מיט זיין אגענדא אדער בויכווייטאג. ער האט גענומען שטיקלעך פון מיין תגובה און עס אויסגעדרייט און פארדרייט.

נאר אויב ער וואלט געווען א נארמאטיווער (אנדערש פון נארמאלער) מענטש וואלט איך איהם מסביר געווען אז ווען איך האב געזאגט אז די היימיש געמאכטע ספיעד באמפס צוברעכן די באסעס, מיינט דאס נישט אז זיי זענען נישט ניצלעך. זיי מאכן אז דרייווערס (סיי פון קארס און סיי פון באסעס) זאללן פארן שטייט. אבער דאס דארף צו זיין פראפעסיאנאל געבויעט. כ'וועל ניצן א ווארט פון מיין רבי שליט"א..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...!

א בני יואל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 10:39 am

· #513381
באמת וואלט איך ניטאמאל גענטפערט ווען איינער איז א כופר הכל
אבער אזוי ווי איך האלט אז דאס קימט נאר פין אימוויסענדיקייט וויל איך דוקא יא ענטפערן
ווען א יוד זאגט ער דרייווט שוין נאך פאר מיין פאטער איז געבוירן זאלט איר וויסען קליפּ אין קלאר אז ער האט געמאכט זיין סי די על אין די צייטן פין שיי לייזער לאקס בסך הכל האט מען דעמאלטס אריינגעשיקט א בינטעלע פאפירען אין אזוי באקימען דאס לייסענס
באקאנט א מעשה מיט שייע לייזער ווען ער איז אראפּ געפלויגען גאנץ בעדפארד עוו אין געפליקט איין רויט לייט נאכען אנדערען אין ביי טעילאר האט ער זיך אפגעשטעלט ווען סאיז געוועהן גרין
פרעיגט עם איינער וואס גייט פאר פארוואס שטייסטי
זאגט עם שייע לייזער אז מיין ברודער קימט יעצט ציפליען פין די אנדערע זייט אין ער גייט דא אדורעך פליען
פארוואס פארצייל איך דאס
ווייל אמאל איז געווען אנדערע צייטן
היינט איז דא אסאך מער טרעפיק אין די דרייווערס האלטן נישט ביים ווארטען אויף קיינעם אין שניידען אריין רעכטס אין לינקס
אבער היינט איז אויך דא DOT אין אויך FMCSA אין אויך די 19A
וואס די דריי זענען איז נישט דא דאס פלאץ אויסצירעכענען אבער זיי זענען פארנימען אין געגענטער ווי עס דרייען זיך טראקס טרעילארס אין אויך קאטש באסעס זיי נאכצילויפן
אבער ווען עפעס געשעהט קימען זיי אין הייבען אן זייער אינוועסטיגעשען אף אלעס. אין טאקע סאיז דא א מאדנע געזעץ אויב טרעפין זיי עני זאך וואס דער דרייווער האט געטיהן ראנג אפולי א יאר ציריק קענען זיי עים געבען א טיקעט דעמאלטס אין קענען זיי מאכען א אודיט סתם אזוי אין נאכגיין יעדע באס קאמפעני צי מאכען זיכער אז די דרייווערס זענען נישט געפלויגען צי שנעל
למשל סאיז דא א געוויסע קאטש באס קאמפעני וואס איז געווארען אוידיטעט שוין אפאר מאל אין די דרייווערס דארפען זיצען שעות צי מאכען זיכער אז זייערע לאג בוקס שטימען אין זיי זענען נישט געפארען צי שנעל ווייל זיי קענען נאכדעים באקימען ספידינג טיקעטס דאס איז אויב די DOT האט דיטערמענט אז דער דרייווער איז אנגעקימען פין איין איזיפּעס צים צווייטען צי שנעל
אין דאס איז טאקע די ריזען פארוואס איך קען נישט ארויפלייגען די קליפס וואס איך האב פין די באסעס וואס פליען
1) באסעס וואס פליען ראנג וועי
2) באסעס פליען דורעך רויט לייטס
3) מאכען רעכטע טורנס בשעת רויט אין אפּקאמינג טרעפיק ווייל זיי מאכען ברייטע טערנס אין קאטען אריין אין טרעפיק
אין אסאך מער
איז אזוי
בעל עגלה צי פארלייקענען די פאקט איז דאך א כופר הכל
איי איך פרעיג דיך אפּ אין ווייניגער פין 12 סעקונדעס מיט א קליפּ אבער ווי דערמאנט איז דאס א געוואלדיגע אחריות ווייל זיי קענען נאך גיין אין אפולי שפעטער דערלאנגען אן ערליך פארדינטע סאמאנס פארן ווילדעווען מיט א סקול באס מיט קינדער
אבער איך וויל נישט זיין דער מסור ממילא גיי איך זיך ציריק האלטען
אין יא מיטן אויספיר ווער ספארשטייט פארשטייט דאס טאקע קימט צי ווייזען אז די האסט נישט קיין ענטפער אין די ווייסט זייער גיט אז איך פארצייל נישט קיין נייעס אין סאיז הינדערט פראצענט אמת יעדער ווארט וואס איך זאג
יעצט צים אויספיר
אין יא איך גיי דאס איבער זאגען נאכאמאל
אינזערע סקול באס דרייווערס דארפען א געוואלדיגע תיקון זיי זענע חיות מטורפים דאס איז סיי אין מאנסי אין סיי אין קרית יואל אין סיי אין ברוקלין
נישט קיין חילוק ווער סאיז שולדיג די מענעדזערס פארן שטיפען צי פיעל ווי אזוי די פארציילסט אליינס
אין וואס מיינסטי די האסט טאקע אוועק געוואקט פין דארט אבער יעצט איז דא אנדערע וואס טיען דאס פארלאנגטע
לויט ווי די ביסט מסביר דיין יארען וואס די דרייווסט שוין ביסטי שוין אין די זיבעציגער יארן וואס האט געקויפט א הויז פאר פיפציג טויזנט דאלאר אין די מארטגעדש איז שוין לאנג באצאלט אין חתונה געמאכט דיינע קינדער
די דרייווסט נאר א באס ווייל די האסט ציפיעל ליידיגע צייט אין איין טריפ א טאג אין דערנאך ציפארען אין בית המדרש מיטען באס אין זיך ווייקען אין א הייסע מקוה אין דערנאך א הייסע קאפפע אין שמועסן מיט יעדען ליידיגייער וואס זיכט נאך א דזאב אדער א כולל יונגערמאן וואס זיצט אין כולל אין ווארט מען זאל אין ארויסלאזען פאר גוד ביהעיוו בשעת דיין באס שטייט אינדרויסען אין בלאקט אפּ די האלבע גאס ווייל די ביסט גרעסער אין שטערקער אין אויך ווייל סאיז נישט אקעגען דעים געזעץ דיך גייט נישט אן יענער זאל צישאסען ווערן אינטער דיין באס ווייל האלב פין די גאס איז יעצט פארמאכט מיט דיין באס ( א פרשה פאר זיך אליינס)
אין די ווארטס אויף פינעף אזייגער צי מאכען די נעקסטע טריפּ אין דערנאך גייט מען אהיים שלאפען אדער צי אן איינקעלס חתונה ווער ווייסט איך וויל דיך נישט פערזענליך אטאקירן אבער ווער ספארשטייט פארשטייט LOL דיינע ווערטער
אבער דיר פאקט בלייבט א פאקט וואס שלאגט אין פנים אריין
קען זיין די ביסט דער דרייווער וואס יאגט זיך טאקע נישט אבער אנדערע יאגען זיך יא זיי כאפען וואס מער זיי קענען אין פארדעים דרייווען זיי אזוי
די איינציגסטע ריזען פארוואס איך ענטפער בכלל איז נאר
שלא יאמרו מדשתקי רבנים שמע מינה דניחה ליה
מ׳דארף גומל בענטשען יעדע מאל א קינד קימט אן אהיים געזונטערהייט

א בני יואל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 3:28 pm

· #513390

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 10:42 pm

· #513411
א בני יואל: איך האב נאכנישט געזעהן דיינע יו טוב לינקס. (כאטש איך בין בטבע זייער א נייגעריגער מענטש). צוערשט וויל איך דיר זאגן א ייש"כ פאר בכלל מעורר זיין איבער אן ענין וואס קען און דארף האבן א תיקון.

נאר דו האלטסט מיך ענטערטעינד און אויפגערעגט (זייער שטארק) אין די זעלבע צייט.

צוערשט לאמיר רעדן איבער דיין פראפייל פון מיר. אין א פאר זאכן (2) ביסטו ספאט-אן. אין רוב פון דיינע סטעיטמענטס און אזויגערופענע פאקטן ביסטו אזוי ווייט אף-מארק. כרחוק מזרח ממערב. אויך. דו נעמסט ווערטער און זאצן (אויב דו ווייסט וואס די ווארט מיינט) אינגאנצן ארויס פון דעם קאנטעקסט אין וואס זיי זענען געזאגט געווארן. דו נעמסט האלב געבאקענע פאקטן און מאכסט א קוגל פון דעם און דו ציעסט דיינע אייגענע מסקנות

אונז האמיר א כלל. ווען א מענטש? מאכט אלגעמיינע באשולדיגונגען. און באשולדיגט א גאנצע גרופ פון מענטשן . צי זאלל דאס זיין אן עטנישע מינאריטעט אדער מענטשן וועלכע ארבעטן אין די זעלבע ליין. און לייגט ארויף א סטעמפל אויף זיי איז ער שוין אפגעפרעגט. און זיין אינפארמאציע און אזוי-גערופענע פאקטן זענען גארנישט ווערד צו ווערן גענימען אין באטראכט...!

איך בין זיכער אז ווען דו זאלסט קומען מיט מער קאנקרעטע פאקטן וואלט דער עולם מער אנגענימען דיינע ווערטער.

למשל. נאר איין פאקט (אדער אססאמפשן) וואס דו דערמאנסט. אז אויב איך דרייוו שוין א באס פאר א לאנגע צייט דאמאלס איז מיין דרייווינג לייסנס גארנישט ווערד. עכט וואלט איך דיר אפילו נישט געדארפט ענטפערן אויף דיין אבסורדאלן סטעיטמענט (ווייל דאס ווייזט אז דו ביסט נישט קיין ערנסטער מענטש). נאר איך וועל דיר יא ענטפערן. אז מיט עטליכע יארן צוריק ווען די סי.די.על. איז געווארן א פעדעראלע ליינס (האסט אפילו דאס נישט געוויסט...לאל) האבן אלע באסדרייווערס און טראק דרייווערס געדארפט אדורכגיין א פרישן טעסט. נאכ'ן אדורכשטודירן א ביכל פון עטליכע הונדערט פעידזשעס...!

איך לאך מיר נאר אונטער ווי דו מאכסט אססאמפשנס...איך האב (ב"ה) א פולן סקעדזשול פון דרייווינג טעגליך. 6 טאג א וואך...כה יתן ה' הלאה.

איך מוז מודה זיין אז דו ביסט א גוטער פאנטאזירער. דו וואלסט (אפשר) געדארפט ווערן א שרייבער. אין דעם סטייל פון די אמאליגע היימישע שרייבערס. ווי שמחה פלאכטע און יונה קרעפל. איך בין זיכער אז דו וואלסט געווען זייער שטארק סוקסעספול. איך וואלט זיכער געווען איינער פון די ערשטע צו ליינען דיינע סיפורי מעשיות...!

א בני יואל » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:51 pm

· #513851
שוין ווידער האבען זיך די חיות מטורפים צילאזט
📎 C55F19CE-886F-482C-AA8D-D6E6B73E6F7C.png

signout » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:59 pm

· #513856
א בני יואל
שוין ווידער האבען זיך די חיות מטורפים צילאזט
ווי איז דעיס?

פישל » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 6:43 pm

· #513860
דאס קוקט אויס צו זיין ביי מעיפל קארנער 45 אין מאנסי.

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 9:16 am

· #513913
איז דען א חילוק ווי דאס איז. סאיז אין מאנסי נישט נעברעסקע סאיז אזוי ווי איך האב געשריבען ארויפציר דא אין דעים אשכול ווען אנדערע האבען געשריבען אז איך טרייב איבער. אין אנדערע האבען געשריבען לא דוב ולא יער.


נאך איינס. אווי פארט ער?
📎 05AA801D-D103-4906-991A-D7D85D6BBCCA.jpeg

פישל » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 5:12 pm

· #513935
א בני יואל, בארוהיגט אייך. נעם אריין א טיפע אטעם און נאכדעם לאמיר רעדן מיט א רוהיגען טאן.

אויב וואלט איך געהאט א דאש-קאם וואלט איך יעצט אדורך געזיפט הונדערטע שעות פון ווידיאו און דיך אויפגעוויזן אז בלויע סיענע דרייווערס זענען חיות. איך וואלט דיר געברענגט אן א שיעור קליפס וויאזוי בלויע סיענעס כאפן זיך אריין פארט פון מיך און ווי זיי פליען (נישט ממש, נאר פארן גאר שנעל) אדורך סטאפ-סיינס און רויט-לייטס, פארן אויף די פארקערטע ליניע אא"וו.
צו מאכן א כלל אז אלע באס דרייווערס זענען חיות מטורפים (אזוי ווי דו רופסט זיי) איז נישט ריכטיג, פונקט ווי איר פארשטייסט (אדער עכ"פ כ'האף אז איר פארשטייט) אז ווען א דרייווער פון א בלויע סיענע טוט א ווילדע אדער מסוכנ'דיגע זאך וועסטו נישט זאגן אז 'אלע בלויע סיענע דרייווערס' זענען חיות מטורפים, דאן זאגט דאס אויך נישט אויפן באס דרייוער ביטע.

דאס בארעכטיגט נישט די באס דרייווערס וואס דרייוון גאר ווילד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 8:09 pm

· #513946
א בני יואל: די קליפ וואס דו ברענגסט איז טאקע שרעקליך. מיין טענה איז אז דו מאכסט הכללות, אלגעמיינע באשולדיגונגען. דו זאגסט אלע דרייוון ווי חיות מטורפים. אויך די מעשה וואס דו פארציילסט איבער דעם באס דרייווער וואס איז ארויסגעפלויגן פון זיין סיעט. זיכער, די מעשה איז מסתמא אמת, נאר איך ווייס פאר א פאקט אז סיי וועלכן באס דרייווער איך באגעגן (אויפ'ן ראוד) האט א סיעט בעלט. מ'קען דאס לייכט דערקענען, די ארענדזש קאליר.

דיין ארטיקל וואלט (לכאורה) געווען א גוטע חומר למחשבה (ותיקון המעשה) נאר דו נעמסט האלב געבאקענע פאקטן און סתם פאנטאזיעס און דו מאכסט א קוגל. אויסער די אגענדא וואס דו האסט.

ווען איך וואלט געווען א פסיכאלאג, וואלט איך געזאגט אז דו (כהודאת עצמך) האסט אמאל געדרייווט א באס און דו האסט געהאט נישט קיין גוטע עקספיריענס דערביי (ואין צורך לפורטם), ממילא האסטו א שטיקל געפיהל פון אפשיי און רעטריבוציע צו באסדרייווינג בכלל. און אלס נישט דירעקטער אנטייל נעמער, גיעסטו אויס אלע דיינע נעגאטיווע פילינגס אויף די מענטשן וועלכע זענען א טייל פון די ליניע פון ארבעט.

ווען דו וואלסט געווען מיין קליענט (בלשון נקיה) וואלט איך געזאגט אז ס'איז זייער געזונט פאר דיר. דאס הייסט א קאטארסיס, ס'טוט אויסרייניגן און היילן דיין נפש פון די אנגעזאמלטע נעגאטיווע פיעלינגס פון דערנידערונג (השפלה) און בזיונות, און דאס נישט אנערקענען דיין שווערע און (מעגליך) געטרייע ארבעט. אבער קיין ערנסטער דעבאטירער קענסטו נישט זיין...!

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 9:26 pm

· #513949
די

א בני יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 9:30 pm

· #513950
א בני יואל
די לעצטע צוויי קיקען אויס ווי באס דרייווערס ממילא גייען זיי ווישען אין וואשען כסדר יעדער ווארט אין פיקטשער וואס איך גיי זאגען
אשר על כן
איך האב שוין געפראווד מיין פינטעל נישט איינמאל אין נישט צוויי מאל אין נישט דריי מאל איך בין שוין פארטיג
אין ניין איך האב ב״ה קיינמאל נישט געדרייווט א סקול באס ווייל איך ווייס וואסערע אחרית דאס איז אין עס איז נישט פאר מיר
אבער א לייסענס האב איך יא פארדעים
למעשה איך גיי עס איבער זאגען וויפיעל מאל איך קען
די מאנסי סקול באס דרייווערס זענען חיות מטורפים אין וויפיעל די ווילסט פארדרייען די שמועס מיט מיך מאכען פאר עפעס א משוגענער וואס ברויך דיין הילף וועט דאס נישט פארווישען די פאקטען אזוי ווי די קענסט זעהן אויף די קליפס אין אויך בילדער
אשר על כן ווען די הייבסט אן מיט דיינע פילזויפישע פארוועלקטע פארדזאווערטע אויסגעדראשענע פארפוילטע פארקוועטשטע תיריצים נישט אלע נאר איינער צווי דריי פיר אדער צען דרייווערס זענען חיות דעמאלטס גיי ציריק צי מיינע תגבות אין קיק וואס איך שרייב דארט
אין ווען די ביסט פארטיג קיק איבער די קליפס
אין נאכדעים הייב אן נאכאמאל פין אנפאנג
במחילת כבודך הרמה די האסט קודם פארובירט צי פארלייקענען אלעס אבער יעצט האסטי א נייע מהלך קיקט אויס די רעדסט אין די וועלט אריין
בלאט: 1 2