אונזערע באס דרייווערס
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15692
אפשטעלן וואס? עקסידענטן? תפילה העלפט!
מיליאנעראפשטעלן וואס? עקסידענטן? תפילה העלפט!
ער רעדט דא פון ווילדע באס דרייווערס... קוק אויף די קעפל פון די אשכול...
אוודאי דארף מען מתפלל זיין אויף יעדע זאך, אבער ווען די דארפסט צאלן רענט גייסטו ארבייטן, אדער דו גייסט זאגן תהילים אין ביהמ"ד? מען דארף טון תפילה אינאיינעם מיט השתדלות. צו פארדרייען די שמועס צו תפילה ווען מען דארף מעגליך נעמען שריט אלס חיוב השתדלות איז סתם איגנאראנט און אפשר אכזריות'דיג.
יא איך ווייס פון וואס די אשכול רעדט און דערפאר וואונדער איך מיך פארוואס ער האט באשלאסן אז דעי עקסידענט באלאנגט דא. אויב ער האט באווייזן אז די באס דרייווער איז געווען פארנאכלעסיגט זאל ער ווי שנעלער קאנטאקטן די אינוועסטיגעיטארס.
מיליאנעריא איך ווייס פון וואס די אשכול רעדט און דערפאר וואונדער איך מיך פארוואס ער האט באשלאסן אז דעי עקסידענט באלאנגט דא. אויב ער האט באווייזן אז די באס דרייווער איז געווען פארנאכלעסיגט זאל ער ווי שנעלער קאנטאקטן די אינוועסטיגעיטארס.
פשוט נאמבערס, וויפיל קינדער זענען אוועק אין ניו יארק סטעיט פון סקול באס עקסידענטן און וויפיל דערפון זענען ישיבה קינדער. די צייטונג האט געהאט אן ארטיקל דערוועגן.
פישלא בני יואל, בארוהיגט אייך. נעם אריין א טיפע אטעם און נאכדעם לאמיר רעדן מיט א רוהיגען טאן.
אויב וואלט איך געהאט א דאש-קאם וואלט איך יעצט אדורך געזיפט הונדערטע שעות פון ווידיאו און דיך אויפגעוויזן אז בלויע סיענע דרייווערס זענען חיות. איך וואלט דיר געברענגט אן א שיעור קליפס וויאזוי בלויע סיענעס כאפן זיך אריין פארט פון מיך און ווי זיי פליען (נישט ממש, נאר פארן גאר שנעל) אדורך סטאפ-סיינס און רויט-לייטס, פארן אויף די פארקערטע ליניע אא"וו.
צו מאכן א כלל אז אלע באס דרייווערס זענען חיות מטורפים (אזוי ווי דו רופסט זיי) איז נישט ריכטיג, פונקט ווי איר פארשטייסט (אדער עכ"פ כ'האף אז איר פארשטייט) אז ווען א דרייווער פון א בלויע סיענע טוט א ווילדע אדער מסוכנ'דיגע זאך וועסטו נישט זאגן אז 'אלע בלויע סיענע דרייווערס' זענען חיות מטורפים, דאן זאגט דאס אויך נישט אויפן באס דרייוער ביטע.
דאס בארעכטיגט נישט די באס דרייווערס וואס דרייוון גאר ווילד.
פישל: ייש"כ. נאר מיט א יעדע תגובה וואס דער בעל בני יואל שרייבט טוט ער מער און מער באשטעטיגן מיין פראפייל איבער איהם. לאמיר (צוריק) אנהייבן מיט די גמ' וואס זאגט אז..."כל הפוסל, במומו הוא פוסל"... דאס איז באשטעטיגט געווארן פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט אויך. ביטע ליין (איבער) מיין פראפייל פון איהם. בקיצור נמרץ, ער איז א פארביטערטער, פרוסטרירטער מענטש וועלכער האט עס (ליידער) נישט געמאכט אלס באסדרייווער, ממילא זוכט ער (סאבקאנשיעסלי) ..."נקמה"... צו נעמען אין אלע באס דרייווערס. אויך זיינע האלב געבאקענע מעשיות און קוגלען... מ'דארף זיך מאכן גאר ווייניג צו טון פון איהם...!
📎 IMG_20221225_201714_178.jpg
א קאר אין פארענט פון א באס, אדער א באס?
טייערער בעל עגלה לאז מיר דיר קלאר מאכן צוויי דריי זאכן, און דערנאך וועל איך ווייטער פארן ווי אזוי מיר שמעקט,
קודם איינס זאלסטו דיך ווייטער איינרעדן אז דו ביסט א גרויסער פראפעסער מיט דיינע פסיכאלאגישע געדאנקען און אויפטרעפונגען און דייעגנאסעס וואס דו מיינסט אז דאס איז טאקע דער מציאות, אבער ס'איז מיר גוט אזוי אויך, איך בין בכלל נישטא דיך אפצופרעגן, ווייל דאס איז נישט פארוואס איך דריי מיך דא אין קאווע שטיבל.
צווייטענס, איך בין בכלל נישטא דיך אפצופרעגן דיינע קלוגע מאמרים, ווייל נאכאמאל נישט פאר דעם בין איך דא אין קאווע שטיבל.
דריטענס, לייג דיר גיט אריין אין קעפעלע, איך בין נישט דיין בר פלוגתא אין נישט פאר דעם דריי איך זיך דא אין קאווע שטיבל.
פערטנס, ווען איך וויל ווען באמת דיך דייעגנאזן וואלט איך דיך צומאלן מיט הערליכע יודישע אויסדרוקן אינאיינעם מיט א דייעגנאז אויף דיר אליין אז שפייעכטס וועט רינען פון אלעמענס מיילער בשעת זיי לייענען מיט פארגאפטקייט די דייעגנאסעס וואס איך קען מאכן אויף דיר, אבער נאכאמאל, נישט פאר דעם דריי איך מיר אין קאווע שטיבל.
איך בין דא צו לייענען און שרייבען ווי אזוי מיר שמעקט, פארשטייט זיך מיט די תקנות פון קאווע שטיבל.
יעצט,
אויב דאס איז דיין פלאן מיט מיך באשמוצן מיט דיינע 'זעלבסט ערקלערנדע אריסקטאקראטישע טיפזיניגע קלוגשאפטן' ווי גלייך דו ביסט א גרויסער פראפעסער וואס פארשטייט צו מהות פין מענטשן וואס שרייבן, ווער און וואס עס ליגט אונטער זיי, און דאס איז דיין איינציגער וועג מיך אפצופרעגן ווען דו קומסט אויף מיט דיינע געוואלדיגע קלוגע ענטפערס וואס זענען ע"פ רוב פערזענליכע אטאקעס אויף מיר, זאלסטו קלאר וויסען אז דו טוסט נישט קיין גוטע ארבעט. אבער ווידער, דאס איז נישט פארוואס איך בין דא אין קאווע שטיבל.
יעצט אויב ווילסטו פארלייקענען די פאקטן וואס ס'איז קליפּ און קלאר סיי פון די קליפס וואס איך האב געלייגט אין סיי די פיקטשערס אז די פאקטן זענען זייער קלאר וואס דער מצב איז מיט די באס דרייווערס איבעראל און די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט זאגען איז נישט אלע נאר האלב אדער א דריטעל,
אבער איך זע בכלל נישט וואו און ווען אדער וואס דאס האט מיט מיר פערזענליך, אז דו אטאקירסט מיך מיט דיינע געוואלדיגע דייעגנאסעס ווי גלייך דו ביסט באקאנט אין עפעס א חכמה וואס איז באהאלטען פון רוב מענטשהייט,
אבער ווידעראמאל, נישט פאר דעם בין איך דא אין קאווע שטיבל פאר דיין פערזענליכע ציהל ברעטל.
איז אזוי, אויב גייסטו ווייטער אנגיין מיט דעם וועג פין מיך פערזענליך אטאקירן זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס איך זאל דיך דארפן אפילו ענטפערן, ווייל דו ברענגסט נישט קיין פאקטן, דו ביסט סתם פארנומען מיט פערזענליכע אטאקעס כדי מיך אפצופרעגן אפילו עס שטימט נישט מיט די תמצית הדבר, און לכאורה גייט דאס דירעקט אקעגן די תקנות דא אין שטיבל, און פאר דעם מאך איך דיר קלאר אז איך בין נישט דיין בר פלוגתא און איך גיי דיר סתם איגנארירן,
אבער אויב ווילסטו אויפווייזען אז ס'איז בכלל נישט אמת וואס איך זאג דא, אז די סקול באס דרייווערס זענען א סכנה גדולה וואס דארף א תיקון גדול, דעמאלטס קום צום טיש ווי אן ערוואקסענער און ווייז אויף אז איך פארצייל עפעס וואס איז נישט געשטויגן אדער געפלויגן און ס'איז סתם א שלעכטער חלום,
אבער דערווייל ווייז איך אויף שווארץ אויף ווייס וואס ליידער ס'גייט פאר מיט די צעלאזטע חיות באס דרייווערס, וואס פאר דעם האב איך געמאכט דעם אשכול.
דיינע פילאזאפישע אריסקראטישע געוואלדיגע פארקריכענדיגע פסיכיאטארישע פערזענליכע חשבונות זענען גענצליך זילטש און איבריג דא.
ס'איז דא א מציאות דא, און פון דאס רעדט מען דא.
א בני יואל: ראשית כל בעט איך דיר איבער אויב דו שפירסט אז איך האב דיך פערזענליך אטאקירט. לא מיניה ולא מקצתיה.
לעצם הענין. וועל איך דיר ענטפערן אין (ס"ה) 2 פאראגראפן.
1) איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ס'זענען נישט דא (היבש/פלענטי) פראבלעמאטישע באסדרייווערס. פונקט אזוי ווי ס'זענען דא פראבלעמאטישע קאר דרייווערס בשפע גדול. ספעציעל דאהי אין מאנסי, יצ"ו. און אין א סאך פעלער דארפן די מוסדות טראגן דעם אחריות פאר דעם.
2) מ'קען נישט מאכן קיין הכללות (דאס איז אפשר א ציוניסטיש ווארט). איך ווייס אז איך פערזענליך. און די אלע אנדערע באסדרייווערס פון דעם מוסד וואו איך ארבעט דרייוון בכלל נישט אזוי. ווי דו האסט עס פארגעשטעלט. אריינגערעכנט פון מקפיד זיין אויף אנטון סיעט בעלטס פאר מ'פארט ארויס אויף די נסיעה. און איינהאלטן "אלע" דרייווינג רעגולאציעס.
נאכאמאל. איך האב נישט געמיינט פערזענליך צו אטאקירן.
ועוד. אויב איך וואלט געווען א פסיכאלאג וואלט איך נישט געדרייווט א באס פאר פרנסה. און איך וואלט געווען באשריבן אין מאמענט/נפשי אלס הרב בערל בעל עגלה דער גרויסער פסיכאלגישער פראפעסאר וועלכער האט שוין געהאלפן הונדערטער (און אפשר טויזנטער) אידישע נפשות.
יא. נאך איין (קליינע) נקודה. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט במזיד ובכונה. אויך. א מענטש קען נישט זאגן קיין מיינונג ווען ס'געשעהט (ח"ו) אן עקסידענט נאר אויב ער ווייסט "אלע" פאקטן. און משפט'ן קען נאר איינער וואס איז אין די זעלבע ליין (A jury of his peers)...!
berlbalagulehנאך איין (קליינע) נקודה. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט במזיד ובכונה. אויך. א מענטש קען נישט זאגן קיין מיינונג ווען ס'געשעהט (ח"ו) אן עקסידענט נאר אויב ער ווייסט "אלע" פאקטן. און משפט'ן קען נאר איינער וואס איז אין די זעלבע ליין (A jury of his peers)...!
Accident בכוונה איז א oxymoron...
מצפצף berlbalagulehנאך איין (קליינע) נקודה. קיינער מאכט נישט קיין עקסידענט במזיד ובכונה. אויך. א מענטש קען נישט זאגן קיין מיינונג ווען ס'געשעהט (ח"ו) אן עקסידענט נאר אויב ער ווייסט "אלע" פאקטן. און משפט'ן קען נאר איינער וואס איז אין די זעלבע ליין (A jury of his peers)...!
Accident בכוונה איז א oxymoron...
איז ממילא. קענמען נישט באשולדיגן א מענטש אלס רוצח אויב עפעס געשעהט, ח"ו. מ'קען זיך נאר דינגען אויב ער האט פארלעצט די סעיפטי רעגולאציעס. וואס דאמאלס איז ער א פושע.
לגבי מיין צווייטע נקודה. אז מ'קען נישט משפט'ן נאר אויב מ'האט אלע פאקטן און פאקטארן. אויך נאר א מענטש וואס איז אין די זעלבע ליין קען זאגן א חוות דעת אויב דער דרייווער איז שולדיג אדער נישט.
איכ'ל געבן א משל: מיט עטליכע יארן צוריק איז געשעהן א טראגישער עקסידענט אין די קרוינהייטס געגנט. וואו א גוי'אישער (אפרא-אמעריקאנער) באס דרייווער האט געפארקט זיין באס אויף א שיפע (בארג-אראפ) גאס. א (שווארצער) שגצ'ל האט זיך אריינגעכאפט אין זיין באס. ער האט אויפגעמאכט דעם עמערדזשענסי/פארקינג ברעיק. דער באס האט זיך גענימען פארן און ס'האט (ל"ע) געהרג'עט א קליין מיידל. די נייעס מידיא, זייענדיג שטארקע ליבעראלן האבן גלייך אין אנהייב מדגיש געווען אין זייערע רעפארטס אז דער באסדרייוער איז נישט שולדיג.
איז מיר פונקט אויסגעקומען צו שמועסן מיט עטליכע דעטעקטיווס/טרעפיק אינוועסטיגעיטארס. האבן זיי מיך געפרעגט וואס מיין מיינונג איז איבער דעם עקסידענט. איך האב זיי געזאגט אז דער דרייווער איז 100% פאראנטווארטליך. ווייל ער האט פארפעהלט צו טון 2 זאכן וואס וואלט פארמיטן די טראגעדיע. די פאליס אינוועסטיגעטארס האבן געזאגט אז זיי זענען מסכים מיט מיר. זיי האלטן אויך אז דער באסדרייווער איז שולדיג.
אבער דאס קען נאר וויסן א מענטש וועלכער איז אליינס א באס דרייווער.
berlbalagulehאיך האב זיי געזאגט אז דער דרייווער איז 100% פאראנטווארטליך. ווייל ער האט פארפעהלט צו טון 2 זאכן וואס וואלט פארמיטן די טראגעדיע.
וועלכע צוויי זאכן?
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.
א דרייווער וואס פארט צו שנעל אויף א געסעלע וואס די ספיד איז פופצן אדער צוואנציג און ער פארט אויף פופציג,
אדער א דרייווער וואס שניידט אריין מענטשן ווייל ער יאגט זיך,
אדער א דרייווער וואס כאפט רויטע לעקטערס ווייל ער יאגט זיך,
א דרייווער וואס פארט ראנג וועי ווייל ער האלט נישט ביים אויספאלגן די טרעפיק רעגולאציעס,
אדער א דרייווער וואס דרייווט קעגען דעם געזעץ וואס ווען א פאליס זעט דאס ווען וואלט ער באקומען א קוויטעל מיט פיר פינטעלעך,
איז בכלל נישט קיין נפקא מינה צי איך בין אין די זעלבע ליין אדער נישט.
יעצט ווען ער האט נאך א באס אנגעפילט מיט קינדער, וואס די מאמעס טראסטן דעם באס דרייווער, און ער טוט שטיק מיט זיין באס כאילו דאס איז זיין פערזענליכע שפילצייג אין זיין שפיל הויף, איז א רוצח אויב עפעס פאסירט!
פארשטייט זיך קיינער גייט נישט נעמען א באס און במזיד אריין דרייוון אין א בוים, ווייל אויב יא דארף מען אים טראגן אין א מענטל אינסטיטושען,
אבער גיין אקעגן דעם שכל הישר מיט א באס מיט קינדער ספעשעלי אפילו ווען דער שטות געלונגט, איז ער אויך א חיה. ווער רעדט נאך אויב דער שטות איז נישט געלונגען איז ער א מזיד מיט אלע מפורשים.
און מען דארף נישט זיין אין די זעלבע ליין צי פארשטיין אלע דיטעילס. פאקטן זענען פאקטן ריגארדלעס.
דא האט עטץ א פיקטשער ווי א דרייווער שניידט אריין איינעם ווען ער קומט פין א טערנינג לעין.
איך האב די ווידיא אויך פין דעם, איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי עס ארויפצולייגן. אבער וועלכע מציאות אויף די וועלט וואלט אים געמאכט פאר א שוגג אויב וואלט פאסירט אן עקסידענט?
📎 Bus-55D.png
Re: אונזערע באס דרייווערס
מיסטער @בני יואל, דו האסט זייער א שיינע שפראך ארויסצוברענגען געדאקען אויף א קלארע וועג, איך וואלט זייער געוואלט דיר זען שרייבן אויך אויף אנדערע נושאים העומדים ברומו של עולם.
אדרבה
ברענג ארויף עפעס גיט
אדער סיי מודיע פין וואס די ווילסט הערן אדער ליינען
אין שכח פארן קאמפלימענט
קענסט אפלאדענען דער ווידיאו אויף יוטוב, און דערנאך לייגן דא א לינק.
שמעקעדיג berlbalagulehאיך האב זיי געזאגט אז דער דרייווער איז 100% פאראנטווארטליך. ווייל ער האט פארפעהלט צו טון 2 זאכן וואס וואלט פארמיטן די טראגעדיע.
וועלכע צוויי זאכן?
1) דרייען די רעדלעך אין די דיירעקשן פון די ..."קוירב"/סיידוואק. אז אויב דער באס נעמט זיך פארן זאלל עס אריינקלאפן אין ."קוירב". און זיך אפשטעללן.
2) אויב דער באס האט עיר-ברעיקס. (היינט האבן אלע באסעס עיר ברעיקס). ארויסלאזן די לופט פונ'ם טענק. דאמאלס "לאקן" זיך די ברעיקס. אפילו א שלעפער-טראק קען עס נישט רירן.
היינט האבן די סקול באסעס נאך א סעיפטי פיטשור. אז די פארקינג ברעיק קען זיך נישט אויפמאכן נאר אויב מ'דרוקט (שטארק) אויף די געהעריגע ברעיקס.
פרנס החודשאונז גיימער דא האבן אפאר שעה פון קורת רוח מיטהאלטנדיג די דעבאטע פון הרב בני יואל מיט אונזער בעל העגלה.
האסט נישט גע'חלומ'ט אויף ''אזא'' שטארקע קורת רוח, הא? 😂
ווי ס'זעהט אויס האט מר. בני יואל זיך גענימען א מיסיע אין לעבן נאכצוגיין באס דרייווערס און ארויסלייגן זייערע מעשים תעתועים. ער'ט זיכער האבן א סאך עולם הבא פארדעם. איך ווארט נאר ווען ער (אדער אן עסקן בצרכי ציבור) וועט זיך נעמען דאקומענטירן די ווילדע און אומלעגאלע שטיק פון די פשוטי עם. אונזערע היימישע אידן וועלכע דרייוון (עפ"י רוב) ווי חיות מטורפים. און קרימינאלן.
מסתמא האט אונזער בני יואל שליט"א נישט קיין דזשאב. אדער ווייל ער איז שוין ריטייערט. אדער זוכט ער עפעס א מקור פרנסה. נאר נישט באס דרייווינג.
איך וואלט געקענט דאקומענטירן גאנצע בלעטער פון (היימישע) קאר דרייווערס וועלכע דרייוון ווי גלייך דא וואלט געווען דאדזש סיטי.נאר איך האב (ב"ה) אנדערע דאגות אין מיין לעבן...!
berlbalagulehווי ס'זעהט אויס האט מר. בני יואל זיך גענימען א מיסיע אין לעבן נאכצוגיין באס דרייווערס און ארויסלייגן זייערע מעשים תעתועים. ער'ט זיכער האבן א סאך עולם הבא פארדעם. איך ווארט נאר ווען ער (אדער אן עסקן בצרכי ציבור) וועט זיך נעמען דאקומענטירן די ווילדע און אומלעגאלע שטיק פון די פשוטי עם. אונזערע היימישע אידן וועלכע דרייוון (עפ"י רוב) ווי חיות מטורפים. און קרימינאלן.
מסתמא האט אונזער בני יואל שליט"א נישט קיין דזשאב. אדער ווייל ער איז שוין ריטייערט. אדער זוכט ער עפעס א מקור פרנסה. נאר נישט באס דרייווינג.
איך וואלט געקענט דאקומענטירן גאנצע בלעטער פון (היימישע) קאר דרייווערס וועלכע דרייוון ווי גלייך דא וואלט געווען דאדזש סיטי.נאר איך האב (ב"ה) אנדערע דאגות אין מיין לעבן...!
האמת אגיד
איך האב מיך גענימען איבער באס דרייווערס ווייל מיט איין שלעכטע מאוו קענען זיי הארגענען פיפציג קינדער אין אויך מענטשען אינדרויסען אין די גאס
לגבי צי איך בין ריטייערט אדער איך זיך א דזאב איז בכלל נישט רעליווענט דא אהער
אין יא אזוי ווי געשריבען כמה פעמים דא זענען למעשה די סקול באס דרייווערס צילאזטע חיות מטורפים אפשר די נישט אבער קיק גיט אן די אנדערע קליפס מען קען קיין משוגע וואספארא שטיק זיי טיען מיט אינזערע קינדער אויפן באס
דאס מיינט אז זיי שטעלן איין דאס לעבען פין הינדערטער קליינע אין גרויסע קינדער יעדען טאג אויב האלט איינער אז דאס איז נארמאל דארף מען אים אריינפירען אין א אנשטאלט מיט אנדערע וואס זענען שוין דארט אין שרייען זיי זענען אויך נארמאל
אין אלס איינער וואס האט געדרייווט א קאטש באס אין אויך טרעקטאר טרעילערס אין מאנסי אין איך אליין איז געווארען אריינגעשניטען פין א סקול באס זאלסטי וויסען אז דער שארט סטאפּ האט געמאכט פליען עלטערע מענטשען אויפן באס אז סהאט איינעם געשעדיגט מיט א לאך אין קאפּ אין סהאט מיך געקאסט אפאר שעה פאר א פאליס ריפארט דערנאך
אין אלעס פארוואס ? ווייל א צילאזטער יונגאטש מיט א באס פיל מיט קינדער האט מיך אריינגעשניטען ביי קיירסינג אין 306 זיבען פיס אוועק פין מיר בשעת איך האב געהאט די רייט אויף וועי הינדערט פראצענט
יעצט שטעל דיך פאר ווען דער שארט סטאפּ געלונגט נישט דעמאלטס וואלסטי געווען פארנימען ווער עס איז דער שוגג אין ווער עס איז דער מזיד אין קאן מעגליך זיין אפאר געהארגעטע אויך
איי וועסטי זאגען אז די קענסט זיין פארנימען מיט אלע חיות וואס דרייווען קארס אין נעמען קליפס פין זיי
הארך אויס זיי אזוי גיט
יוא אר מאר דען וועלקאם צי עפענען דיין אייגענע אשכול אדער תגובה ווי אזוי סהייסט נאר
׳אינזערע קאר דרייווערס׳
די דאזיגע אגענדע דא האב איך געריפען ׳אינזערע באס דרייווערס׳ פאר מיינע אינטערעסן
נו שוין.
באס דרייווער אנקעגען קאטש באס דרייווערס האבן א געפעכט.
אונז וועלען שטיין אין דער זייט און הנאה האבן.
וואס איז טאקע פשט אז דער באס דרייווער זענען מער ווילד? מען צאלט נישט גענוג?
היסטאריענו שוין.
באס דרייווער אנקעגען קאטש באס דרייווערס האבן א געפעכט.
אונז וועלען שטיין אין דער זייט און הנאה האבן.
וואס איז טאקע פשט אז דער באס דרייווער זענען מער ווילד? מען צאלט נישט גענוג?
קאטש באס דרייווערס זענען אינטער שטערקערע פרעשור פין זייערע בעלי בתים ווייל סאיז א גרויסע קאמפעני אין ס׳ארבעט אנדערש לגבי סעיפטי
למשל יעדע קאטש באס קאמפעני נאט אזוי ווי א באקעט מיט הינדערט פאוינטס יעדעס מאל א דרייווער באקימט א טיקעט אדער סגעשעט א עקסידענט גייען די נומבערס אראפּ איינמאל סקימט אן צי פינעף אין צוואנציג פארלירען זיי זייערע לייסענס צי האבען א באס קאמפעני סאיז דא פארשידענע עצות פאר דעים אבער דאס איז די מעין פאקטען ממילא זענען קאטש באס דרייווערס מער פארזיכטיג
אין אויך ווייל זיי זענען מער לימיטעד מיט וואס זיי קענען יא אין וואס נישט סאיז א אנדער בנין בכלל
נאך א סעט מיט עקסעל אין סאיז שווערער צי מענאווערין א קאטש באס אין לאקאלע געסעלעך
א בני יואל: ווען דו קומסט ווען מלכתחילה און דו זאגסט אז א גרויסער חלק פן די באסדרייווערס אויפ'ן ראוד סיי אין ב.פ., וויליאמסבורג, מאנרא און מאנסי זענען צולאזט און דרייוון ווי חיות מטורפים. און דאס דארף א תיקון (גדול) וואלט איך מסכים געווען מיט דיר 100%. אבער דו ביסט געקומען און געזאגט אז "אלע" סקול באס דרייווערס (די היימישע) זענען צולאזט און דרייוון ווי חיות מטורפים. דאס איז זיכער נישט ריכטיג.איך ווייס וועלכע דרייווערס פון וועלכע מוסדות (דאהי אין מאנסי) וואס זייער וועג פון דרייוון דארף זיכער א תיקון.
איך אליינס האב געהאט א קעיס ווי א באסדרייווער פון גאר א חשוב'ן מוסד (בעיני עצמם) האט אריין גערופן צו קאמפלעינען אויף מיר. הערטס און שטוינט וואס זיין קאמפלעינט איז געווען...אז איך ווארט צו לאנג ביי א געוויסן סאטפ. וואו א קליין קינד האט גענימען א ביסל לענגער ווי געוויינליך ארויפצוגיין אויפ'ן באס. מיין מענעדזשער האט איהם געפרעגט א פשוט'ע שאלה...וואס ברענט ביי איהם אזוי שטארק. האט ער זיך מודה געווען אז זיין מענעדזשער/הנהלה לייגט א סאך פרעשור אויף די דרייווערס אז זיי זאללן פארן שנעלו צו אלע סטאפס. יא. כ'האב פארגעסן צו זאגן אז יענער באסדרייווער האט זיך גענימען פייפן ווי א מטורף ווייל ער האט געדארפט ווארטן 20 סעקאנדס לענגער אז דאס קינד זאלל ארויפגיין אויפ'ן באס. נאכדעים איז דא א קעיס ווי א באס פון דעם זעלבן (חשוב'ן) מוסד פארט אויף א נישט צו ברייטע גאס אינמיטן. נישט אויף די רעכטע זייט. איך האב מיך געדארפט איינקוועטשן אויף רעכטס.
א בני יואל
אין אלס איינער וואס האט געדרייווט א קאטש באס אין אויך טרעקטאר טרעילערס אין מאנסי אין איך אליין איז געווארען אריינגעשניטען פין א סקול באס זאלסטי וויסען אז דער שארט סטאפּ האט געמאכט פליען עלטערע מענטשען אויפן באס אז סהאט איינעם געשעדיגט מיט א לאך אין קאפּ אין סהאט מיך געקאסט אפאר שעה פאר א פאליס ריפארט דערנאך
יוא אר מאר דען וועלקאם צי עפענען דיין אייגענע אשכול אדער תגובה ווי אזוי סהייסט נאר
׳אינזערע קאר דרייווערס׳
די דאזיגע אגענדע דא האב איך געריפען ׳אינזערע באס דרייווערס׳ פאר מיינע אינטערעסן
א שאד איך האב עס נישט געוואוסט פארן אנהייבן ליינען דעי אשכול. ווען מען ווייסט אז איינער האט ווייטאג אין א געוויסע ענין, און ווען מען רעדט וועגן עס טרעט מען אויף הינער אויגן, איז די מעשה אינגאנצען אנדערש.
סוי איך פיל אייך זייער מיט, יא ווען א באס מאכט א עקסידענט, רעגט עס זייער אויף. און סאיז פארשטענדליך נאכן האבן אזא עקספיריענס ווי איר האט געהאט, זאל מען נעמען א מיסיע אין לעבן צו האקן אויף אלע באס דרייווערס.
(איך האף נאר אז אייער הארץ איז אייך נאך אזוי וויכטיג ווי א באס, ווייל סאיז א שאד צו פארקויפן די הארץ, פאר א באס וואס קען מאכן א נישט ווילנדיגע עקסידענט.)
ווייסע טויבן: דו ביסט גערעכט. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. ס'דא נאך פסוקים. עכטע און אויפגעמאכטע. דער עיקר איז אז אויב א מענטש האט אן אגענדא. צי מכח א פערזענליכע נגיעה. אדער פאר א נישט גוטע פיעלינג קען ער נישט זיין קיין נייטראלער אבזערווירער.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וועלכער האט אמאל געקויפט א סמארטפאון. און די כלי האט נישט געארבעט. און ער האט ארויסגעווארפן זיין געלט. האט ער אייביג א טינא שבלב אויף סמארטפאונס (רח"ל). ווען מ'זאל נעמען דעם מענטש און בעטן ער זאל משפט'ן איבער א קעיס וועגן א סמארטפאון. קען ער נישט פסקנ'ען. ווייל ער האט א פערזענליכע נגיעה. די זעלבע דא מיט אונזער בעל בני"י. ס'האט גענימען 3 א האלב בלעטער אויף קאווע שטיבל אז דער אמת זאלל ארויסקומען. אז דער מענטש איז אנגעווייטאגט אויף (אלע) באסדרייווערס.
נאר איך האב שוין פון לאנג געטענה'ט אז מ'דארף גרינדן א ספעציעלע קאמיסיע פון באזעסענע בעלי בתים וועלכע זאללן דן זיין איבער געוויסע מוסדות/באסדרייווערס וועלכע דרייוון אויף אן אומ'אחריותדיגן וועג. מ'דארף זיך דערגרינטעווען פארוואס זיי דרייוון אזוי.און פאררעכטן דעם פראבלעם. ס'דארף אויך זיין א צענטראלער נאמבער וואו מ'קען אריינריפן מיט לעגיטימע טענות.
אין בארא פארק איז דא אזא מין זאך. דער מענטש וועלכער פיהרט אן מיט די ארטיקל 19-A פראגראמען ר' סענדער (סענדי) גורעוויץ הי"ו. אויב מ'רופט איהם אן אז ס'איז דא א פראבלעם מיט א געוויסן מוסד אדער באסדרייווער. רעדט ער צו זיי. אין גאר ערנסטע פאלן קענמען רופן די דעפט. אוו טראנספארטעישאן. ס'הייסט נישט ..."מסירה"...ווייל דער מענטש שטעלט אין סכנה די לעבנס פון א סאך מענטשן.
מען דארף טאקע אריינגיין אין די נושא אויך פין באס דרייווערס אין מוסדות וואס לאזען דעם עולם זיצען אינטער זיי מיט די רויטע לעקטערס אין שטעלן זיך אפּ ביי יעדען איינציגען טיר אויף יעדען איינציגע בלאק
אין אויך פאר די דאזיגע וואס לאזען זייערע לעמפעלעך ארבעטן אין זאל דער דרייווער אינטער עם פלאצען
סאיז א מסכתא פאר זיך גראדע
א בני יואל: אטדאס מיין איך ווען איך זאג אז א מענטש מיט אן אגענדא וועט אייביג אויסטייטשן קום א יעדן מצב.
איך האב גערעדט פון א מצב וואס מ'געט געניג צייט פאר קליינע קינדער ארויף און אראפ צו גיין פון דעם באס. און ער האט שוין אויסגעטייטשט צו שלעכטס. פונקט די פארקערטע. בדרך כלל (כמעט ביי אלע מוסדות) איז דא א כלל אז מ'ווארט נישט ביי א סטאפ אויב דאס קינד איז נישט גרייט. אין די יעצטיגע קאלטע וועטער אויב די טיר איז פארמאכט .(אויך נאר אין א פאר קעיסעס) ווארט מען נאר 15 סעקאנדס כדי צו געבן געניג צייט אויפצומאכן די טיר. נאכדעים פארט מען אוועק.
איך האלט אז דו ביסט געווען איינער פון די (באס)דרייווערס וועלכע זענען געשטאנען אונטער א באס און געפיפן ווי א מטורף. און אפילו אריבערגעפארן די רויטע לייטס פון דעם באס. אפילו אויב דאס קינד איז געווען גרייט. ..."ווייל ער איילט זיך"...!
נאכאמאל פערזענליכע אפשאצונגען אויף מיר איז נישט נוגע דא בכלל
צי איך בין אנגעווייטוגט אויף באס דרייווערס צי נישט דאס איז אויך נישט אויף די אגענדע דא
דער אגענדע דא איז איין זאך
וואס איז מיט אינזערע געלע סקול באס דרייווערס א ׳כלל׳ נישט קיין פרט
משלים / פסוקים / דמיונות / חלומות / פיליזאפיע/ סייקעלאגיע/ריאות/ גוזמאות / פארשונגען/ ETC.
איז נישט אינטערסאנט איך קאן אויך זייער גיט
אבער צים פינטעל
וואס איז ראנג מיט א יונגערמאן וואס דרייווט א באס אנגעפילט מיט קינדער אז ער
פארט ראנג וועי?
פליעט אדורך רויט לייטס ( כאפּט א לייט)?
פארוואס האלט ער אז ער מעיג נעמען א רויט לייט ווען ער מאכט א רעכטס אין יענעם אריינשניידען
רעדט אדער טעקסט אויפן סעל פאן בשעת דרייווען
פליעט אויף א קליינע געסעלע כאולי ער איז אויפן גארדען סטעיט
שניידט אריין אין א קאר ווייל ער וויל זיין פאר עם
פארוואס שלאגט ער זיך בכלל מיט א קאר ווען ער האט קינדער אויפן באס
פארוואס פייפט ׳ער׳ אויף א טעקסי דרייווער וואס לייגט אראפּ א פאסאנדזיר פארענט פין עם
פארוואס געבט ער א עפן זיינע רויטע לעקטערס פליצלינג ווען א דרייווער אקעיגין עם האט ניטאמאל א טשענס זיך אפּ צישטעלן אין סקען יענעם קאסטען א קוויטעל מיט פיר פינטעלעך
פארוואס מיינט ער אז זיין באס איז א סאדאם כוסעין סקאד מיסיל אז ער וויל נאר ווייזען אז ער איז גרעסער אין קיינער קען זיך מיט אים נישט שלאגען
פארוואס שטעלט ער זיך אויף די ברייט פאר סעפטי אבער ער מאכט זיכער אריין צי שניידען אין אקעגענדיגע טרעפיק אין יענעמס נאז אריין ( לאז קודם דער אקעגענדיגער אדורך פארן )
פארוואס ווען ער זעיט א טראק מאכען א ברייטע טורן מיינט ער אז ער איז מחיוב יענעם צי ווייזען ווער עס איז בעל הבית אין פארט יענעם אריין אזאש יענער מיז גיין ציריקציוועיגס דריי מאל זיך אדורך ציזעהן דעים טורן
פארוואס ווען ער ענדיגט זיין ראן אין ווארט פאר די אנדערע געט ער זיך א שטעל אפ פארענט פין בהמ׳ד פאר א שעה אין לאזט איבער א טרעפיק אינדרויסען אין גיט נישט קיין דעקל פארען גאנצען שטאט אז עס גייט כאראדאם ווייל ער פארנעמט א גאנצער לעין
אין נאך אסאך אזעלעכע קשיות
יעצט ענטפער מיר נישט
קאר דרייווערס
אנגעווייטוגט
משלים
געב א נארמאלע ענטפער פארוואס א דרייווער מיט א באס פול מיט קינדער זאל וועלן טון אזא זאך אויב איז ער נישט קיין חיה מטורף וואס איז ער יא ?
אפשר נישט יעדער אבער רוב זענען אזוי
די עלטערע געווענליך זענען גאנץ מענטשליך גראדע
אבער וויפיעל עלטערע זענען נאך אויפן באס ?
איין זאך הער איך פין יונגערע באס דרייווערס אז מען שטופט זיי אין מען יאגט זיי אין זיי האבען נישט קיין ברירה זיי זענען אינטער פרעשור
אבער די פאקטען שלאגען ווידער אין פנים אז וועגען דעם דרייווען זיי אזוי
סא זיי עדמיטען אז זיי זענען חיות זענען זיי גערעכט יעצט ? ניין אבסלוטלי נישט
קיינער גייט נישט פארהאלטען זיין מענעדזער נאך וואס עפעס האט פאסירט
מען עם לייגען אויפן באשולדיגונג באנק
יעצט אויב טיט ער עס וואס מיינט דאס אפשר אז ער איז נישט ביים דעת ? דאן פארוואס דרייווט ער א סקול באס אין וואס איז ער אויב נידט קיין חיה אז ער טראכט נישט פין די קאנסיווענצען
דריי בלעטער זענען שוין אנגעפילט אין רוב דערפין זענען וואס איך בין אין ווי אזוי די דייעגנאזט מענטשען אן קיין איין נארמאלער ענטפער
ווילסט עס מיט א משל ?
איינער זאגט איינעם דיין קאר האט א פליט טייער זאגט ער עם ציריק אין דיינע פענסטערס אין דיין הויז זענען ציבראכען מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?
די טייערער בעל עגלה אינאיינעם מיט ווייסענטויבּ האבען דערווייל נאך נישט פארענטפערט גארניקסט אויסער מיינע דייעגנאסעס
יעצט לגבי דיין געוואלדיגע איידיע פין בארא פארק מיט רב געווירץ כהאב פאר דיר נייעס אויסער זיצען העכער גאלדבערגס גראסערי אין טיילען פיינע מעדיקעל קארד האלטערס טיט ער גארניקסט זילטש
יעדער שמויגער
פאר זיך טויגער
איין זאך טיט ער ער העלפט מוסדות וואס קענען נישט אליינס ארבעטן מיט די ניינטין עיה- אין דא דארט מיט א דרייווער אויספילען זיינע דאקימענטן אין די פּישט אריין אין א קאפּ פאר עים IFYKYK
יעצט אויב האסטי נישט קיין נארמאלער ענטפער פארוואס ׳רוב דרייווער פין סקול באסעס׳ דרייווען אזוי דעמאלטס זיי שטיל אין עס דיך אויף די געזונט אזוי ווי איך אין נאך טויזענטער מאמע אין טאטעס אין דרייווערס אזוי ווי אלע קליפס ווייזען
אין אויב גייסטי ענטפערן מיט א דייעגנאסעס וועגען מיר צי איך האב ריטייערט אדער נישט אדער צי איך בין פאריקט אין אנגעווייטוגט אדער נישט האסטי גארנישט פארענטפערט די סקול באס דרייווערס אין די מאלסט וואסער מיט א מילעכיל
שרייבסט דא אסאך זאכן.
מיט איין זאך ביים איך זיכער מסכים, אז אסאך באס דרייווער האלטען אז דער גאס געהערט פאר זיי. גראדע האלטען אזוי אסאך געהעריגע קאר דרייווער אויך. עס איז געווארען א מחלה פין דאבל פארקען אין דאס מאכט אדורך פארען דער שטאט א נאכט מארע.
א בני יואל: דו האסט דא אויסגערעכנט מער עבירות וואס באסדרייווערס טוען וויפיהל ס'איז דא על חטא'ס.
איין זאך איז זיכער. ווען א דרייווער זאל נאר טון צוויי פון די זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט וואלט ער שוין לאנג געפלויגן פון סיי וועלכן נארמאלן מוסד.
דער נאמען איז גורעוויץ. נישט געווירץ.
אויך זעה איך אז דו ביסט נישט אפדעיטעד. מר. גורעוויץ..."זיצט שוין נישט העכער גאלדבערג'ס" פאר מער ווי 3 יאר.
א בני יואל
די דאזיגע אגענדע דא האב איך געריפען ׳אינזערע באס דרייווערס׳ פאר מיינע אינטערעסן
ער קומט אריין קלאר.
הייליגע בני יואל לאמיר דיר עפעס דערציילן.
איידער כ'בין ס'ערשטע מאל געפארן קיין אוקריינא האט מיר א חבר אנגעזאגט איך זאל קיינמאל נישט ווארטן שיין אין די ליין, צו סיי וועלכע זאך - צו אין עירפארט, צו אין גאז סטאנציע, צו אין א רעסטוראנט איז שטיין אין די ליין שיינערהייט און ווארטן א סגולה קיינמאל נישט אנצוקומען צום אנפאנג פונעם שורה. דאס איז די מציאות, אויב די גייסט זיך נישט שטיפן גייסטו קיינמאל נישט אנקומען ווייל מענטשן דארט זענען חיות און שטיפן און כאפן זיך אריין וכו'.
די זעלבע זאך איז מיט באס דרייווער, ווען כ'וואלט געהאט נערוון וואלט איך אויסגערעכנט וועלכע זאכן זיי טוען אלס, פשוט ווייל ווען זיי ווארטן ווען שיינערהייט מ'זאל זיי אריבערלאזן וואלט די רוט גענומען א שעה לענגער, אבער א חלק פון זיי האסטו זייער שיין באשריבן.
פארוואס שטעלט ער זיך אויף די ברייט פאר סעפטי אבער ער מאכט זיכער אריין צי שניידען אין אקעגענדיגע טרעפיק אין יענעמס נאז אריין ( לאז קודם דער אקעגענדיגער אדורך פארן )
פארוואס געבט ער א עפן זיינע רויטע לעקטערס פליצלינג ווען א דרייווער אקעיגין עם האט ניטאמאל א טשענס זיך אפּ צישטעלן אין סקען יענעם קאסטען א קוויטעל מיט פיר פינטעלעך
פארוואס פייפט ׳ער׳ אויף א טעקסי דרייווער וואס לייגט אראפּ א פאסאנדזיר פארענט פין עם
די נקודה איז פשוט, קענסט נישט זיין קיין שיינער טאמער אלע ארומיגע זענען חיות. און אוודאי בארעכטיג איך נישט יעדע מסוכנ'דיגע זאך זיי טוען, אבער די פרעגסט ''פארוואס?'' דאס איז א חלק פונעם תירוץ.
מתבודד: איך פראוו שוין צום וויפילטן מאל מיין נקודה אז דער בני"י האט אן אגענדא. און ער איז אנגעווייטאגט (מכח איזה סיבה שהיא) אויף באסדרייווערס.
ער האט א תרתי ד'סתרי'דיגן קאמפלעינט. פון איין זייט באקלאגט ער זיך אז באס דרייווערס (אלע?) מאכן נישט אויף די געלע לייטס צוערשט. נאכדעים קאמפלעינט ער אז זיי מאכן אויף די געלע לייטס אנהייב פון א גאס. ווען זיי האבן א פיק-אפ ביים סוף גאס.
ווען א באסדרייוער מאכט נישט אויף צוערשט די געלע לייטס (וואס טוישט זיך אויטאמאטיש ווען ער מאכט אויף די טיר) איז ער א פושע. און מ'קען און מ'זאל איהם רעפארטן פאר די אפיס פון דעם מוסד. אבער מ'קען נישט דן זיין אויב ער פארפעהלט איינמאל צו אויפמאכן די געלע לייטס. ווייל א מענטש איז נאר א מענטש. און מ'קען מאכן א טעות.
berlbalagulehמתבודד: איך פראוו שוין צום וויפילטן מאל מיין נקודה אז דער בני"י האט אן אגענדא. און ער איז אנגעווייטאגט (מכח איזה סיבה שהיא) אויף באסדרייווערס.
ער האט א תרתי ד'סתרי'דיגן קאמפלעינט. פון איין זייט באקלאגט ער זיך אז באס דרייווערס (אלע?) מאכן נישט אויף די געלע לייטס צוערשט. נאכדעים קאמפלעינט ער אז זיי מאכן אויף די געלע לייטס אנהייב פון א גאס. ווען זיי האבן א פיק-אפ ביים סוף גאס.
ווען א באסדרייוער מאכט נישט אויף צוערשט די געלע לייטס (וואס טוישט זיך אויטאמאטיש ווען ער מאכט אויף די טיר) איז ער א פושע. און מ'קען און מ'זאל איהם רעפארטן פאר די אפיס פון דעם מוסד. אבער מ'קען נישט דן זיין אויב ער פארפעהלט איינמאל צו אויפמאכן די געלע לייטס. ווייל א מענטש איז נאר א מענטש. און מ'קען מאכן א טעות.
דאס וואסער געמאלאכטץ וועט אנגיין אן א אפשטעל איבער אין איבער מעט די זעלבע חכמה
מיין אגענדע אין ווייטאג איז א סימן אז סאיז נישט אמת. לא דוב ולא יער. טענה לו בחיטין והודו לו לזכר קדשו
אין איך מיין אז דער בעל עגלה זיצט אויף דיר איידל גערעדט
Re: אונזערע באס דרייווערס
אויב דו הייבסט שוין אן צו רעדן ״איידל״, קענסטו זיך פארפלאנטערן מיט די תקנות השטיבל. איך מיין אז ס׳איז צייט צו זיך רוקן צו א צווייטע נושא.
ברוך הבא: שלום עליכם. א בני יואל. אונז האמיר דיך געזוכט מיט לעכט. אונז האמיר שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. אונז האמיר געמיינט אז דו ביסט געפארן קיין פלארידע אדער קיין פאלם ספרינגס אויף אפרו. אזוי ווי די העיליגע רעבעס .ס'איז שוין באלד חמשה עשר בשבט. דאס מיינט אז פורים איז שוין ממשמש ובא.
דער א בני יואל איז וואס מ'רופט אויף ענגליש א ...דזשאנני וואן נאוט... אויף קיין שום נושא לאזט ער זיך נישט הערן. והוא באחת.. באס דרייווערס (אלע) זענען חיות רעות און מטורפים...!
זעיסט בעל עגלה
לערן דיך פין מיר
נישט אלעמאל מיז מען אריין זאגען ווען מען רעדט זיך איין אז מען ווייסט
אסאך מאל דארף מען זיין שטול
א בני יואל: ס'האט זיך מיר פשוט געבענקט צו הערן פון דיר. ווען כ'האב געמיינט (מיט 4 בלעטער צוריק) אז דו האסט שוין מער גארנישט צו זאגן איבער די נושא האביך אויסגעפונען אז דו האסט (ב"ה) נאך זייער א סאך צו זאגן. אבער די טעמע איז אייביג די זעלבע. די באסדרייווערס זענען חיות מטורפים און קרימינאלן. דו האסט קיינמאל נישט פארגעשלאגן עפעס קאנקרעטע עצות וויאזוי מ'קען פארבעסערן דעם מצב. ווען דאס וואלט געווען דער קעיס וואלט איך געזאגט אז דער ר' בנ"י האט א שטארקע נקודה לאמיר איהם אויסהערן.
מיין הויפט טענה צו אונזער חשוב'ן חבר ה'קאווע שטיבל א בני יואל איז אז ער האט געזאגט אז "אלע" באס דרייווערס זענען א באנדע חיות און מטורפים. אבער מ'מוז מודה זיין אז ס'זענען דא געוויסע מוסדות און באסדרייווערס וואס זייער וועג פון דרייוון איז שרעקליך, ס'גרעניצט זיך אפילו מיט קרימינאל.
איין אזא מוסד (וואס דערווייל וויל איך זיי נישט אידענטיפיצירן ברבים, מיט די האפענונג אז די מענטשן וועלכע זענען אחראי אויף די נישט גוטע זאכן וועלן מתקן זיין וואס מ'דארף מתקן צו זיין) וועלכער איז תחת דגלו ונשיאותו פון גאר א חשוב'ן רבי'ן ה' יאריך ימיו ושנותיו וישלח לו רפואה שלימה, די באס דרייווערס פון יענעם מוסד זענען צולאזט. זיי פאלגן נישט אויס קיין טרעפיק רעגולאציעס. זיי פיהרן זיך אויף ווי ווילדע חיות, און זיי שטעלן אין סכנה די לעבנס פון די קינדער אויף זייערע באסעס.
איך קען אויסרעכענען (לכה"פ 8) אינצידענטן. איך האב א דעש-קעם אויף מיין באס, איך האב ווידעא פון די אלע זאכן.
איך וועל אבער רעדן נאר פון 2 אינצידענטן וועלכע זענען זיך פארלאפן אין די לעצטע צוויי טעג.
דעם פארגאנגענעם מיטוואך בין איך געפארן אויף ניעל ראוד ביי דעם (טוירנינג) סוירקל, איז דארט געווען א טראק וואס פיקט אויף די גארביטש, מ'האט געמוזט ווארטן. אזוי ווארטנדיג קומט צו פארן ווילדערהייט באס #406 פון יענעם מוסד, און ער געט א ציה אריין אויף מיין לינקע זייט, ער האט אבער נישט געהאט וואו צו גיין, איז ער (נישט וויסנדיג וואס צו טון) אריינגעפארן אין א דרייוועי (א באס אין א דרייוועי פאר קארס). איך האב געזעהן אז ער איז אובד עצות, האביך איהם געגעבן א טשענס ארויס צו בעקן און געלאזט גיין פאר מיר.
היינט, דאנערשטאג איז געווען א צווייטער אינצידענט מיט באס # 409 פון יענעם מוסד. ביי יוניאן קארנער דארסעט איז דא א 4 וועי סטאפ סיין. דאס מיינט אז די טרעפיק רוקט זיך איין קאר פון יוניאן, די נעקסטע קאר גייט פון דארסעט. איך בין געקומען פון דארסעט. אויף יוניאן איז געווען א קאר וועם איך האב געלאזט אריבערגיין. דער באס #409 איז געפארן זייער נאנט צו די קאר, און מיט גרויס אימפעט אריבערגעפארן די סטאפ סיין, אבער ממש מיט א רציחה. איך האב ווידער רעקארדינגס פון די אלע זאכן.
איך האב געמיינט און געהאפט אז נאך דעם עקסידענט (פון א צווייטן מוסד) אין ניו העמפסטעד וועלן א סאך באס דרייווערס שוין פארן א ביסל מער פארזיכטיג.
דא איז די מענעדזשמענט פון דעם מוסד שולדיג. אז זיי לאזן זייערע דרייווערס פארן אזוי צו ווילדעוועט.
לאמיר האפן אז זאכן וועלן קומען צו זייער תיקון. מעגליך איך וועל מפרסם זיין דעם נאמען פונ'ם מוסד.
געלויבט דער פין אויבן אין פין אינטען אין פין אלע פיר זייטן
די הייבסט שוין אן צי עסן דיין אייגענע פעקל שטרוי וואס די האסט דיר ציגעגרייט
יא נישט ׳אלע׳ יא ׳אלע׳ נישט שוין נישט נוגע פינקטלעך
אבער כאפּ א בליק אויך צירוק ווי אנפאנג האסטי געשריבען אז איז האב סתם א אגענדע אין ס׳הייבט זיך נישט אן בכלל איך מאך סתם מעשיות
אין יעצט ביסטי שוין ברוגז אויך אזוי ווי איך. מהאלט שוין ערגעטץ מיט דיר
א בני יואל: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט לאכן אזוי שטארק אז איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. מיין שכנ'(טע) איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. ער(זי) האט געפרעגט אויב איך ליין יעצט די שמייכל אפטיילונג פון קאווע שטיבל.
לענינינו. נאכ'ן עסן שטרוי האסטו נישט מדייק געווען אין מיינע ווערטער. איך האב מתחילה געזאגט אז ס'זענען דא באס דרייווערס און מוסדות וואס זייערע דרייווערס דארפן א תיקון גדול, נאר ווען א מענטש מאכט א "הכללה" (אן עברית ווארט, רח"ל מהאי דעתא) ווייסט מען אז ער האט אן אגענדא. נאר ס'איז דאך באוואוסט דער מאמר החכם "אין בר בלי תבן", פון אינצווישן דיינע ווערטער קענמען ארויסנעמען אז דו זאגסט עפעס דברים של טעם...!
א בני יואלגעלויבט דער פין אויבן אין פין אינטען אין פין אלע פיר זייטן
די הייבסט שוין אן צי עסן דיין אייגענע פעקל שטרוי וואס די האסט דיר ציגעגרייט
יא נישט ׳אלע׳ יא ׳אלע׳ נישט שוין נישט נוגע פינקטלעך
אבער כאפּ א בליק אויך צירוק ווי אנפאנג האסטי געשריבען אז איז האב סתם א אגענדע אין ס׳הייבט זיך נישט אן בכלל איך מאך סתם מעשיות
אין יעצט ביסטי שוין ברוגז אויך אזוי ווי איך. מהאלט שוין ערגעטץ מיט דיר
מר. בני יואל, די וואך האט מען אפגעשניטן די ספיד באמפס פון די גאס ווי די עקסידענט מיט די באס איז געוועהן, אפילו די שטאטראט איז מודה אז די ספידבאמפס זענען שולדיג און נישט די דרייווער.
אבער who cares ווער ס'שולדיג, די עיקר איז צי לייגן א נאסע ליילעך אויף די דרייווערס!
קהל'ס נער: ייש"כ. ער שטייט ווי א צדיק'ל אין די זייט און רייבט זיך די הענט (אדער פאטשט זיך אויפ'ן בייכל) פאר הנאה..."וואס האביך ענק געזאגט. מ'האט פארמשפט' דעם באסדרייווער"...!
נישט אזוי שנעל. אין ערגסטן פאל קענמען זאגן אז זה וזה גורם. ער האט טאקע געספידט אויף א בארג אראפ און א געדרייטע גאס. אבער דער (אומלעגאלער) ספיעד באמפ האט איהם געגעבן א שטופ. פון וואס ער איז געווארן אוט אוו קאנטראל...!
אזוי ווי איך האב שוין געזאגט אז ס'זענען דא 2 ערליי ספיעד באמפס. די וועלכע זענען געבויט לויט ענדזשינירישע סטענדערדס. און די היימיש געמאכטע. אפילו מ'קען זיי קויפן ביי האום דיפאו. אדער וואלמארט. דאס מאכט זיי נאכנישט לעגאל. אויסער וואס זיי קענען זיין געפערליך (כמו שראינו) צוברעכן זיי אויך די טשעססי פון די באסעס. וואס קען ברענגען לידי סכנה. אויב מ'כאפט נישט דעם פראבלעם באצייטנס. משא"כ די אפיציעלע זענען בכלל נישט קיין סכנה. און זיי צוברעכן נישט די באסעס.
ס'איז גוט צו הערן אז דער ספיד באמפּ איז אראפּ, האבן מיר זיך אסאך ארום געאמפערט מיט א גרויסע שטיצער פונעם (געוועזענעם) ספיד באָמפּ, און מיר האבן דעמאלטס געזאגט אז דער ספיד באָמפּ איז געווען דער מכה בפטיש פאר'ן עקסידענט, אבער יענער האט זיך נישט געלאזט און עס פארטיידיקט. שוין, דער עיקר זאך איז, אז מ'האט געטוהן השתדלות און דער ספיד באָמפ איז אראָפּ, און אזוי וועט מען בעזה"י פארמיידן נאך אזעלכע געשעענישן אין דער צוקונפט!!!