☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר

א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15662
בלאט: 1 2

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:45 am

· #512767
פויגל מילעך
שמעון וואלף
מיליאנער
תרמב
א סאטמאר'ע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' שאול'ס של"ס, ווייל ער האט זייער הנאה געהאט פאראיאר, אבער זיין אינגל נעמט ער נישט ווייל ר' שאול איז נישט קיין ערליכע איד, ער איז א ציוני במילא וויל ער נישט אז זיין אינגל זאל גיין...
קיין איין סאטמארער פילט נישט קיין שום אפהאלט זיך צו משתתף זיין ביי ר' שאול צוליב ציונית. שוין לאאאנג געענדיגט דעי צייטן.
חסידי סאטמאר אין בארא פארק ביסטי גערעכט. אבער אין וומ"ס און קר"י זענען נאך דא וואס האבן א פראבלעם דערמיט, אבער ס'איז פוחת והולך
דאס מיינט אז די שיטה ווערט נשתכח?
די שיטה איז נשתכח געווארן ווען מאנכע האבן אפגעמאכט אז מ'דארף מאכן א טיילונג און זיך דערוואטערן פון אנדערע ערליכע אידן בלויז ווייל ס'דא חילוקי דעות לגבי בחירות וכדומה. יעצט אז דער עולם זעהט איין וואספארא לאקשן מ'האט געפרעדיגט און מ'קומט אביסול צום שכל, ווערט די נשתכח פארראכטן.

yesiknow » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 11:01 pm

· #517210
פויגל מילעך
ס'דאך אומגלויבליך ווי ס'דא אזעלכע וואס קענען נישט פארנעמען איינער האלט אנדערש ווי זיי. און טאמער עפעס איז אנדערש ווי זייער קאפ גאנג ווערט מען א 'טראלל'.
מ'מעג הערן יענעמס דעה, און מ'מעג זיך דינגען. אבער יענעם דיאגנאזען מיט אלע סימני חולשה איז ווייט נישט קיין שכל הישר - עט אלל
סדא אנדערע וואס ניצען דאס טעכניק שטיל צומאכען אנדערע ניקס ,אזוי ווי יענער האט געזאגט קודם מאכען זיי עהם פאר א ציוני נאכדעם קען מען שוין זאגען ימש וכו' כמו כן מאכען זיי דער וואס האלט אנדרעש ווי זיי א טראלל אין פון דארט אין ווייטער איז דאך פשוט אז וכו



"...זה שמשון בן מנוח, כיחידו של עולם מה יחידו של עולם אינו צריך סיוע, כך שמשון בן מנוח אינו צריך לסיוע..." (בראשית רבה (וילנא) צח,יג).


"(שופטים יג) ותחל רוח ה' וגו' - א"ר חמא בר' חנינא: חלתה נבואתו של יעקב אבינו, דכתיב: (בראשית מט) יהי דן נחש עלי דרך. לפעמו במחנה דן - א"ר יצחק דבי רבי אמי: מלמד, שהיתה שכינה מקשקשת לפניו כזוג, כתיב הכא: לפעמו במחנה דן, וכתיב התם: (שמות כח) פעמון ורימון".
"(שופטים טז) ויקרא שמשון אל ה' ויאמר ה' אלהים זכרני נא וחזקני נא אך הפעם הזה... ואנקמה נקם אחת משתי עיני מפלשתים - אמר רב, אמר שמשון לפני הקב"ה: רבש"ע, זכור לי עשרים שנה ששפטתי את ישראל, ולא אמרתי לאחד מהם העבר לי מקל ממקום למקום"
"וא"ר יוחנן: שמשון דן את ישראל כאביהם שבשמים, שנאמר: (בראשית מט) דן ידין עמו כאחד וגו'. וא"ר יוחנן: שמשון על שמו של הקב"ה נקרא, שנאמר: (תהלים פד) כי שמש ומגן ה' אלהים וגו'. אלא מעתה, לא ימחה! אלא מעין שמו של הקב"ה, מה הקב"ה מגין על כל העולם כולו, אף שמשון מגין בדורו על ישראל" (בתלמוד סוטה ט,ע"ב - י,ע"א).

א גיטע וואך טייערע חברים!

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 11:18 pm

· #517211
ס'איז דא א וועג פון זיך דינגן, און ס'דא א וועג פון טראללן.

אגב, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דיין שלשה קלי עולם ירושלמי?

פארוואס פארדרייסטו דא סתם א אשכול? אז דו ווילסט, קום צוריק צו די שמשון אשכול, ברענג ארויף יעדע מאמר חז"ל עקסטער, און מיר וועלן עס קענען אדורכטון ווי אדאלטס.

אבער מיט איין תנאי! אן קיין טראללן.
בלאט: 1 2