☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!

וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15627
בלאט: 1 2

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 3:50 pm

· #511553
וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
לויט ווי ס'איז ארויסגערינען פון די אונטער די קוליסן פון עסקנים [און אומאפציעלע עסקנים נאר גוטע נעזער], האט מאיר הערש בערגער פון מאנסי אומגעגענד געקריגן א אפענער פאנד ביז בערך א מעלאנע! צו פארארבעטן מעשים - אויך קעגן מעלאוני...
דאס טייטש, אז ס'דא יחידים וואס האבן זיך צוגעקריגט צום שיסל, און ארבעטן קעגן אפציעלע מוסדות, רבנים, הויפען, און קהילות, צוצוברעכן דעם כוח, און טוישן דעם מצב און פנים פונעם ארטאדאקסישער געמיינדע - אויף א שווינדלערישער שטייגער.

ראשית; אויב וואלטן מיר נהנה געווען פון די פאנד, החרשתי... ווייל שמור לי ואשמור לך...
אבער דערווייל רייטן אויפ'ן ציבור, און נאך זיין א נבל ברשות התורה, אין נאמען פונעם כלל; דהיינו ווען דו האסט געפייערט זעלדין זעלדין, און עס באמת געוואלט פאר'ן טובת הכלל, האבן עטליכע 'אזויגערופענע יחידים' וואס זייערע נעמען וועלן נאכפאלגען - זיך געריבן די הענט און געפאקט טאשן, נישט פשוט.

ס'דא טאקע יעדע פאליטישע בחירות צוויי וועגן פון טראכטן - אויב נישט מער. אבער אז ס'זאל זיין דירעקט אויף צוצוברעכן דעם בלאק וואוט, איז שוין פרעכהייט און לולי מסתפינא וואלט איך געזאגט - פורש מן הציבור ביום עברה. ווען ס'האלט ביי א שפאלט.

קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 4:02 pm

· #511554
ער מעג מאכן געלט ווי עני סעלס מען . די בהמות זעמיר אונז וואס זענען געפאלן פאר דעם.

נעבעך שמעון וויינט אויף קול מבשר און ער איז הינדערט פערסענט גערעכט

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 4:24 pm

· #511556
די נקודה איז נישט וועגן וועמען צו קלייבן, צו וואס צו טון, און אפילו נישט צו די עסקנים און די אפציעלע רבנים זענען גערעכט מיט זייערע דעסישענס.
נאר דא איז דא א צווייטע סצענע בכלל.
איך האב מיך נישט געפוילט און זיך פארבינדן צו וועד הקהילה פון צוויי גרויסע קהילות, און זיי פארגעהאלטן; פארוואס ווען ס'דא יחידים וואס פייטן פאר זעלדין - לדוגמא, ווער איך צעקראכט און נערוועז, ווען מ'פייפט מיר אין קאפ אריין, און קלונגט מיר אויפ'ן סעלפאן - נוסח ערב פורים - ממש ביי פרישטיג לאנטש סאפער... און ס'גייען פאפירן בשם הכלל! וואס איז ''באמת'' אונזער טובה.
אין די צייט וואס די אפציעלע עסקנים טוהען דאס מאקסימום אז זיי אפעלירן ביים ציבור אין די בתי מדרשים, ביי די רבנים, און העכסטענס אפאר גרויסע טאוולען אויף די גאס?

ווער וואס מאכט דא די טויט, און ''למען השם'' רויבט אוועק דיין מנוחה און אייגענעם רצון, און אלע אונטערשטיקלעך.
ביידע האבן מיר געענפערט די זעלבע.
אפציעלע עסקנים גייען אפציעל און ארבעטן מיט א סטראטעגיע, און ס'נארמאל אז דער ציבור האט צומאל טענות, אבער ס'איז פארשטענדליך. אבער אט יענע וואס דו קענסט קוים אנצייגן ווער זיי זענען, און קומען באישון לילה און שפרייטען אויס פאשקעווילן און שיקן ארום וואויסמעילס יעדע האלבע שטונדע ממש! דאס זענען די אנאנימע אונטערברענגער. וואס נישט גענוג מ'קען זיי נישט טייטלען אז זיי זענען נישט גערעכט געווען, נאר זיי זויגן גרויסע פארדינסטן פון דעם. און לאזן דעם קהל געפלעטערט און פארזויערט.

מיר עסקנים נעמען פרעשור, און אז מיר פארדינען אמאל א מנה יפה, קומט זיך עס נאך אזויפיל, אז די אלע טענות קומען אויך אן צו אונזער טיש.
אבער זיי? דו ווייסט וויפיל געלט קאנדידאטן און פארטייען שווענדן פאר אזעלכע אנאנימע פארשוינען, צו סקרולען און טראלען דעם ציבור - יא אמת נישט אמת'ע פאקטן, אבער זיי מאכן זיך זייערע פולע טאשן און ואיננו! די חורבן איז דאן!

EMES VAYATZIV » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 4:33 pm

· #511558
יא יא 'מאיר הערש בערגער' צוזאמען מיט זיין חבר און פריינט 'יוסי געשטעטנער' וואס פאמאסקירן זיך אונטער שלייער פון OJPAC און רייטן אויפן ציבור...

פארסאמען די מוחות פון די יונגווארג, און ראדיקלאזירן דעם ציבור מיט 'חוקי תועבה' אין קאפ אריין...

געומען די אנשי תמ'לעך אויף א רייד, געמאכט א מארבעל קעיק פון חנוך און תועבה, און אפגעבאקן די 'עקסטרעמע' פלאָר-דינאסטיע און אריינגעווארפן ר' מרדכי שטיינער ווי א טשערי אויפן פיי... און פארוואנדלט גאט אין א שמייליגע אביעקט צו טרייבן די התם ומתמם עם תמימים צום שטום בודקעס...

מאנסי אידענטום זאגט צו געשטעטנער - בערגער, מיט זייער אזוי גערופענער OJPAC נעם דיין 'חוקי תועבה' און לאז אונז געמאכט!

צפת » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 4:34 pm

· #511559
א מעלאנע קעגן מעלאני.....

EMES VAYATZIV » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 4:56 pm

· #511562
בכלל איז די גאנצע OJPAC א סקעם' דא שטעלן זיי זיך ארויס ווי אן הצלה מאן וואס ראטעוועט כלל ישראל פון אונטערגאנג, אנטעסמיטיזעם, שחיטה מונחת, און תועבה, בשעת וואס זיי נעמן אן קאמפיינס רעכטס און לינקס, אויף טיש דזשעימס קאמפיין, וכו'

א מולטיי-מיליאן געלט מילקונג פאקטארי אונטערן נאמען פון 'ארגאנאזאציעס' און שרייען און וויינען אז ער פארטרעט די 'יחידים'...

ווי אויך זיינע ראדיקאלע טוויטס וואס פארשטעקט רוב MAGA טראמפיסטען מיט זיינע קאנספארציעס און עקטערעמיזעם, אינעם זעלבן אטעם וואס ער מאכט קולות וברקים מיט זיין שטומפיגע שופר אז ער האט ארויס די חכמה און גיניעס פון PR און ער איז א שירעם פאר אונז פונעם דור המבול פון אטאקעס...

עס איז העכסט צייט אז כלל ישראל זאל זאגן בקול רם גדול ונורא!!

יוסי געשטעטנער / מאיר הערש בערגער-- מיר האבן גענוג וואש מאשינען!! מען קען קויפן אין די געשעפטן!! הערטס אויף צו וואשען מוחות, כשרן טרפות און געלט, און ראדיקאלען אונזער געמיינדע פאר אייער פארשטינקענע געלט גייציגקייט...

און נאן אין די נאמען פון קדושה וטהרה און שמירת הגוף והנפש.... לעט גאד אוט אוו יאר קרעפ!

זיך אפצושאקעלען פון די 'מוח וואשערס'..

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:13 pm

· #511565
Re: וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
גוטע נייעס, פליז פילל מי אין מיט די דיטעילס.. לול. סאוי יוסי געשטעטנער איז יא פון די סטרא דקדישה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

EMES VAYATZIV » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:16 pm

· #511566
אפשר זאלן זיי הערן אויפהעצן און באשמוצן אונז, און אונזער עסקנים, רבנים, פריינטליכע פאליטשאנס...

הרצחת וגם ירשת!! די שמוציגע מערכה אין מאנסי ברויך האבן קאנסקוועציעס

https://www.yiddish24.com/analysis/146/72785

EMES VAYATZIV » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:17 pm

· #511567
טאמבל סאס
גוטע נייעס, פליז פילל מי אין מיט די דיטעילס.. לול. סאוי יוסי געשטעטנער איז יא פון די סטרא דקדישה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נישט נאר ער איז פון די סטרא קדישא נאר אויך גאר אן עסקן לשם שמים.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:19 pm

· #511568
Re: וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
נו נו, א יהודה ותמר.. ווייסמיר דאך..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:20 pm

· #511569
Re: וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
צוויי נייע ניקים עפענען אן אשכול צו העצן אין דער וועלט אריין, שמעקט נישט גוט.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:23 pm

· #511570
דער בערגער האט גראדע א דיסענט היסטארי אין קאנטראסט צו אונזערע אפיציעלע עסקנים און רבנים וואס שניידן שוין די טאשן פונעם ציבור פאר יארן. דער מאכט עס דא כאילו ס'איז די ערשטע מאל וואס איינער האט פארדינט אויף א פאליטישע קאמפיין און כאילו די אנדערע צד מיינט די ציבור.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:27 pm

· #511574
דונג
מיר עסקנים נעמען פרעשור, און אז מיר פארדינען אמאל א מנה יפה, קומט זיך עס נאך אזויפיל, אז די אלע טענות קומען אויך אן צו אונזער טיש.
אבער זיי? דו ווייסט וויפיל געלט קאנדידאטן און פארטייען שווענדן פאר אזעלכע אנאנימע פארשוינען, צו סקרולען און טראלען דעם ציבור - יא אמת נישט אמת'ע פאקטן, אבער זיי מאכן זיך זייערע פולע טאשן און ואיננו! די חורבן איז דאן!
וואס מאכט אייך טראכטן אז איר זענט די אמת'ע עסקן און ער איז דער פראוד, אפשר פארקערט.

ס'מיר גראדע א פארגעניגן אז א עסטאבלישמענט עסקן דארף שוין צוקומען צו קאווע שטיבל זיך צו קענען לאזן הערן.....

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 5:37 pm

· #511576
Re: וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
יעפ, לאוו איט!
דונג, איך לאך פון דיר!! אויסגעשפיהלטער!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:00 pm

· #511577
איך ווייס נישט וועגן אמת ויציב, און איך האלט נישט אז יאסי געשטעטנער האט די כוונות.
אבער ס'נישט קיין נייע נאמען, נאר ענק הערן עס יעצט ניי, ווייל ער האט זיך גוט פארשלייערט ביז 'היינט'. אבער בלויז ביז היינט.
געב נאר דעם מייקריפאן פאר שמעון [און אויך 'קול מבשר' - וואס וועט אוודאי נישט רעדן...] וועסטו הערן מער וואס איך האבן קוים דערשניפט.

מיר לעצמי גייט אן די בחירות א רעטעך, ווייל איך גלייב נישט קיין שום פאלאטישען, בלויז איינער וואס באווייזט פאקטן. אבער דאס אז ס'פארהאנען מענטשן וואס נוצן אויס די ווייטאג פון מצבים פאר זייער טאש, דאס איז אן הערד אף!

אמת ויציב האט עפעס אינפארמאציע וואס איך ווייס נישט. אבער וועגן די ריזן סומעס וואס בערגער באטשי האט באקומען און אויסגענוצט פאר זיינע אגענדעס, איז נישט פון נעכטן, און נישט בלויז פאר דעם לעצטיגער קאמפעין.
פון די אומצאליגע שלוחים וואס ער האט ארויסגעשיקט, האבן עטליכע אנגעהויבן זינגען... און דאס איבריגעס איז פאר'ן ציבור צו וויסן.

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:05 pm

· #511578
איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:19 pm

· #511581
עצי שטים
איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.
גערעכט ביסטו אויב די ציל איז 'בלויז' אמעריקאנער פאליטיק; אבער די ציל פון די אונטערוועלטניקעס זענען, בלויז קעגן!
קעגן סאטמאר, קעגן סקווער, קעגן רבנים בכלל. און נישט צופעליג נאר דיירעקט! ממילא. אז דו ווילסט פייטן, שטעל דיך ארויס מיט דיינע רעבישע גאטשעס פנים אל פנים.
איך שטיץ זייער יאסי געשטעטנער, וואס האט זיך אסאך שמוציג געמאכט די הענט און גע'שתדל'ט ווי אסאך האבן ארויסגעבעקט. אז ס'זאל נישט קיין חילול הקודש.
און אז איך הער אז יאסי האט געמאכט געלט, הכל ריווח, ער ארבעט ווי א מאשין.

אבער דאס וואס די פארשטעלטע פענימער, וואס איינס פון זיי ווייסן מיר שוין, דאס וואס זיי טוען איז 'טראלען' נערווירן און קלונגען און דרייען איבער.
ווארפן פאשקעווילן און אראפרייסן רבנים ואישי ציבור, דאס איז נישט קיין 'נארמאלע' וועג. אנטשולדיגט מיר. כ'רעדט פון א עוולה וואס דער ציבור דארף וויסן.

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:21 pm

· #511582
דונג
דאס טייטש, אז ס'דא יחידים וואס האבן זיך צוגעקריגט צום שיסל, און ארבעטן קעגן אפציעלע מוסדות, רבנים, הויפען, און קהילות, צוצוברעכן דעם כוח, און טוישן דעם מצב און פנים פונעם ארטאדאקסישער געמיינדע - אויף א שווינדלערישער שטייגער.
קודם כל האבן נישט רוב קהילות אינדאסירט מעלאוני, סתם א שקר. ועוד מען קען אלעס דרייען לויט ווי די אגענדע איז. איך קען פינקט אזוי זאגן אז 'יחידים' האבן זיך ציגעריקט צום שיסל ה"ה ר' משה מארגערעטן און ער מיינט אויך נאר מאכט און געלט בלא בלא בלא.
דעם בערגער קען איך נישט, און ווי @אנאנים ברענגט ארויס ווייזט דאס אויב עפעס אויף עסקנות לשם שמים, קען זיין אז ער האט געשטיצט לאולער אלס הכרת הטוב אדער ווייל ער האלט אז ער איז בעסער, אז ער נעמט א בטבע פאר דעם איז בכלל נישט קיין פראבלעם.
דונג
איך האב מיך נישט געפוילט און זיך פארבינדן צו וועד הקהילה פון צוויי גרויסע קהילות, און זיי פארגעהאלטן; פארוואס ווען ס'דא יחידים וואס פייטן פאר זעלדין - לדוגמא, ווער איך צעקראכט און נערוועז, ווען מ'פייפט מיר אין קאפ אריין, און קלונגט מיר אויפ'ן סעלפאן - נוסח ערב פורים - ממש ביי פרישטיג לאנטש סאפער... און ס'גייען פאפירן בשם הכלל! וואס איז ''באמת'' אונזער טובה.
אין די צייט וואס די אפציעלע עסקנים טוהען דאס מאקסימום אז זיי אפעלירן ביים ציבור אין די בתי מדרשים, ביי די רבנים, און העכסטענס אפאר גרויסע טאוולען אויף די גאס?

די חורבן איז דאן!
דא זאגסטו שוין גראבע שקרים, יחידים האבן געפייט פאר זעלדין? חוץ סקווירא מיט מהר"א ווער האט אינדאסירט הואקל?! אלע זענען געגאנגען פאר זעלדין. וואס האקסטו א טשייניק?! און די מהר"א צעטליך קאמפיין איז עפעס געווען אוועקצומאכן? אבי געהאקט.

און די פירסט נאך אויס אז "די חורבן" איז דאן...
פון וועלכע 'חורבן' רעדסטו פינקטליך?! אז די מעלאונע וואס מען האט 'דיר' ציגעזאגט וועסטו יעצט נישט באקומען?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:24 pm

· #511584
למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?

שפילער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:27 pm

· #511586
[ציטאט אראפגענומען]
דיין פאוינט איז א ריכטיגע אבער
דעי יא נייע ניק נישט נייע ניק סינדראם איז געמאכט פאר אייוועלט,

לאז געמאכט

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:27 pm

· #511587
דונג
עצי שטים
איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.
גערעכט ביסטו אויב די ציל איז 'בלויז' אמעריקאנער פאליטיק; אבער די ציל פון די אונטערוועלטניקעס זענען, בלויז קעגן!
קעגן סאטמאר, קעגן סקווער, קעגן רבנים בכלל. און נישט צופעליג נאר דיירעקט! ממילא. אז דו ווילסט פייטן, שטעל דיך ארויס מיט דיינע רעבישע גאטשעס פנים אל פנים.
איך שטיץ זייער יאסי געשטעטנער, וואס האט זיך אסאך שמוציג געמאכט די הענט און גע'שתדל'ט ווי אסאך האבן ארויסגעבעקט. אז ס'זאל נישט קיין חילול הקודש.
און אז איך הער אז יאסי האט געמאכט געלט, הכל ריווח, ער ארבעט ווי א מאשין.

אבער דאס וואס די פארשטעלטע פענימער, וואס איינס פון זיי ווייסן מיר שוין, דאס וואס זיי טוען איז 'טראלען' נערווירן און קלונגען און דרייען איבער.
ווארפן פאשקעווילן און אראפרייסן רבנים ואישי ציבור, דאס איז נישט קיין 'נארמאלע' וועג. אנטשולדיגט מיר. כ'רעדט פון א עוולה וואס דער ציבור דארף וויסן.
איך האב נישט קיין מושג וואס די רעדסט. פארוואס פאלט דיר ביי אז זיי זיכן דוקה קעגן סאטמאר און סקווירא? אפשר שטיפן זיי בלויז זייער אגענדע? צעטלעך מיט פאשקעווילן האב איך געזען פון ביידע זייטן. טראולען און נערווירן טוט יעדער, דאס איז די מציאות אזוי גייען עדס מיט קאמפיינס...סארי.. טאנץ ארויף אויפן וואגן.
אראפרייסן רבנים ואישי ציבור (דאס וואס די טוסט גראדע אין דעם אשכול... קוק דיר ביטע אין שפיגל) איז טאקע נישט קיין נארמאלע וועג, און איך געדענק נישט זען ווי בערגער זאל דאס טון.

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:29 pm

· #511589
[ציטאט אראפגענומען]
דאס אז דו ווילסט נישט מקבל זיין, ניחא. אבער באלד ווען דו האסט געהערט דעם נאמען מאיר הערש בערגער, האסט עפעס... באלד פארפירט מ'זאל פארשפארן דעם אשכול! פארוואס?

איך ווייס נישט וועגן ניקלעסבערג דו רעדסט. אבער אז כ'זאג דיר אויס פרטים, וואס פשטות ביסטו פרעמד דערין און דו ווייסט נישט. דארפסטו עס נישט מקבל זיין. אבער פייערן אזוי שמעקט נישט גוט... אין ערגסטן פאל זיי עס נישט מקבל. איך מיין נישט קיין שום אגענדע, בלויז מ'זאל וויסן מי ומי ההולכים, דער ציבור מעג וויסן ווער ס'שפינט קונצען מאחורי

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:32 pm

· #511592
אנאנים, הרבה טראללס יש. נישט יעדער מוז זיין די זעלבע מענטש.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:33 pm

· #511593
דונג
אנטשולדיגט מיר. כ'רעדט פון א עוולה וואס דער ציבור דארף וויסן.
ייש"כ, מיר זענען זײער דאנקבאר.

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:34 pm

· #511594
וואלווי
למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?
מיין נעקסטע סטעפ איז, בלויז ארויסלופטערן יעדע שטיקל אינפארמאציע, פון אזעלכע וואס עושי מעשה זמרי ומקבלים שכר אויף יענעמס פיקל.
כאטש ס'דא וואס פרייען זיך ווען מ'קען אמאל צופיקסן די רבנים מיט ווייסעך וועלכע עסקנים, אבער די אמת ווייסן מיר, אז יודישקייט קען נישט געפירט ווערן פון דורך יחידים וואס זענען וואן מען בענדס, און דיפן אריין ביי שיינער, און לעקן זיך אן אין נקודה טובה, און דאס גלייכן, און ווען דער ציבור שרייעט ווייטאג, מעלקן זיי ארויס די ווייטאג אויף קעש און טראל

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:37 pm

· #511595

מסודר, וואס איז נאכדעם?

מר. קלונימוס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:24 pm

· #511604
EMES VAYATZIV
מאנסי אידענטום זאגט צו געשטעטנער - בערגער, מיט זייער אזוי גערופענער OJPAC נעם דיין 'חוקי תועבה' און לאז אונז געמאכט!
פון די רעזולטאטן זעט עס ענדערש אויס ווי די מאנסי אידענטום האט געזאגט פאר מארגערעיטן און פאר סקוורע רבי מיט דזשאו ביידן זיי זאלן לאזן ראקלענד אידענטום געמאכט!

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:45 pm

· #511610
מעלאוני'ס מענטשן האבן נישט געוואוסט וויאזוי פאליטיק ארבעט? דאן קומט אים טאקע נישט צו געווינען...

ולך ר' דונג אשאל, ווי ביסטו געווען 48 שעה צוריק??? וואלסט דאך געקענט ראטעווען כלל ישראל פון די געלטגייציגע באטריגער!

צפרא טבא. וואשט אייך נעגל וואסער. וועלקאם טו די ווארלד..

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:59 pm

· #511612
זיי'זשע מסביר פארוואס ווען א יחיד פראומאוט א קאנדידאט, און ער הייסט טווערסקי אדער טייטעלבוים, איז עס עסקנות, אבער אויב הייסט ער געשטעטנער אדער בערגער, איז עס טראולעריי?

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:41 pm

· #511619
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב באמת נישט קיין צווייטע ניק, אבער כ'בין זייער נייגעריג צו וועמען איך ווער פארגליכען. [און פאר'ן חטא פון אויפדעקן איינער א ממזר'ס שלייער (אויב ס'נישט דו...)]

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:41 pm

· #511620
לאז דער טראל פארדינען זיין מעלאנע.

יעדער האט אינזינען זיין מעלאנע. די מוסדות פאר זעלדען,מעלאנע, קרית יואל סקווירא פאר האקעל, הונדרעט מעלאנעס, און די נייע ניקס, זייער מעלאנע.

ווי איז מיינס?

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:48 pm

· #511622
דונג
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב באמת נישט קיין צווייטע ניק, אבער כ'בין זייער נייגעריג צו וועמען איך ווער פארגליכען. [און פאר'ן חטא פון אויפדעקן איינער א ממזר'ס שלייער (אויב ס'נישט דו...)]
שוין א ממזר אויך? אפשר דעקסטו שוין בחדא מחתא אויך אויף זיין (אמת'ע{?}) טאטע'ס שלייער אויכעט?

נ.ב. איינס פון די סימני טראל איז דריסה. ער קען נישט אויסלאזן א תגובה אן צו באטרעטן איינעם..

דונג » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:49 pm

· #511623
קהל'ס נער
זיי'זשע מסביר פארוואס ווען א יחיד פראומאוט א קאנדידאט, און ער הייסט טווערסקי אדער טייטעלבוים, איז עס עסקנות, אבער אויב הייסט ער געשטעטנער אדער בערגער, איז עס טראולעריי?
איך רעדט נישט אין נאמען פון אמת ויציב, איך האב מיין נקודה, אז א שטייגער ער איז געגאנגען מיט פאליטישענס צו הגאון הצדיק ר' מרדכי שטיינער און פארדרייעט א קאפ מיט די נאנס-סענס.
און לא די אז ער האט דעם צדיק פארדרייעט דעם קאפ און געשטערט, גייט ער דאס אפכאפן און אויסשפרייטן איבעראל...
צו נוצן ר' מרדכי שטיינער פאר די שמוציגע אקטיוויטעטן? זו תורה ושכרה?

ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר איז אריינגעמישט אין עניני הכלל, און סקווער רבי אויך, און זאל עס זיין נאך עסקנים צו רביס, ממילא. איינער וואס איז פאבליק איז פאבליק.
כ'קען נישט צו זיך קומען, אז דער עולם זעט נישט די עוולה.
וועם גייט אן די פאליטיק, אבער אז דו ווילסט קאמפעינען ווי יאסי ג''ש צו שמעון צו דער כהניסט פון בארא פארק. זאגסטו וואס דו ווילסט, און ביסט גרייט צו נעמען די קאנס אויך.

און ס'נישט פון היינט, נאר כ'הער אז ער האט אסאך מעשים טובים ''מיט זיין גוט הארץ'' שוין אנגעווערדשאפט.

אדרבה, אז כ'האב סתם חושד געווען א גרינעם יוד פון גאס, און ער איז ריין פון די אלע זאכן, וועט די אמת ארויסקומען. קודם זאל ער זיך פארענטפערן, און מ'וועט שוין זען צו איך דמיון.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:53 pm

· #511624
טאמבל סאס
גוטע נייעס, פליז פילל מי אין מיט די דיטעילס.. לול. סאוי יוסי געשטעטנער איז יא פון די סטרא דקדישה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
טאמבל סאס: יא. מאיר הערש בערגער קען איך (ניטאמאל) נישט. אבער יוסי געשטעטנער ווייס איך איז א וואוילער איד און אן עסקן לשם שמים צו העלפן זיינע אידישע ברידערס בעת לחץ. ווייל, סוכ"ס ווער האט ציך ארויסגעשטעלט אקעגן דעם אנטיסעמיט , צר ואויב עד דעי, דער קאונטי עקזעיוטיוו פון ראקלענד. וועלכער איז פון די ערשטע מינוט געקומען צו באשמוצן און באטריגן כלל ישראל. און יוסי געשטעטנער מיט זיין או.דזשעי. פעק האט זיך ארויסגעשטעלט איהם צו קאנפראנטירן און לייגן אויפ'ן פלאץ. א הארציגן ייש"כ אין נאמען פון כלל ישראל. דו האסט דיך אנגענימען פאר'ן אידישן כבוד...!

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 10:42 pm

· #511629
כ'קען נישט צו זיך קומען, אז דער עולם זעט נישט די עוולה
ס'מיר גוט, כ'זעה ס'דא אזעלכע וואס נעמען דער גאווערנער רעיס צו הארצן אזוי שטארק.

דאס וואס די טוסט אזוי קלאגען אויף דער בלאק וואט, עס מוז נישט זיין אז א בלאק וואט איז אזא גוטע זאך. עס קען ברענגן מער שנאת ישראל.

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:16 am

· #511633
אין קעיס מ'ווייסט נישט ווער דאס איז - מאיר הערש בערגער
ער איז חיים שלמה בערגער'ס ברודער

קורקלענד » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:32 am

· #511635
איר זאגט אז איר זענט א (עכטע) עסקן וואס פארדינט צומאל א מנה יפה. און איר קומט דא טוהן די הייליגע ארבעט פון עוקר זיין די פאלשע עסקנים. איז פארוואס זאלט איר זיך אזוי באהאלטען אונטער א ניק. פארוואס נישט קומען אין עפענטליך אונטער אייער אנגעזעענע נאמען וואס האט שוין א גרויסע רעפוטאציע? איך מיין אז ווען איר זענט ווען מער טראנספארענט און אפען וואלט איר זיך געהערט מער לעגיטים..

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:57 am

· #511638
איך בין 'נישט' קיין עסקן, אבער במקום שאין איש [כ'זע דאך דא שאין איש] האב איך געטון דאס מייניגע. און טאמער כ'וועל וויסן מער, האף דאס משלים צוזיין.
און ס'גאנץ מעגליך אז צווישן די קריטיקער דא, געפונט ער זיך גאר...

EMES VAYATZIV » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:53 pm

· #511677
די אידנטום אין מאנסי האט שוין מיטגעהאלטן אסאך עלעקשענס, שטורמישע און רואיגע, שטילע און הויעכע..

אבער דיזע עלעקשענס איז געווען איינגעטינקען אין שמוץ פון אויבן ביז גאנץ אונטען, אין מיין אויגן איר קענט מאכן 2 מיליאן דאלער אויך... לאזט ארויס תועבה פון אייער נאזלעכער און טראללט נישט דער עולם, אז כאילו ווען מען וואוט פאר זעלדינס שמוציגע לויטענעט גאווערנאר רייניגט מען אויס די שמוציגע לופט...
אדער ווען מען וואוט פאר עני ניו יארקער רעפובליקאנער וואס אלע שטיצן תועבה מיט א ברייטקייט איז טהר עיר טבריה..

האק נישט אן די ווענט, גאסן, און ראבאקאלס מיט תועבה... אלע קינדער בחורים אנשים נשים וטף ווערן באמבאדירט מיט צעטלעך, דרשות, וואויס-מעיל מיט תועבה אין קאפ אריין.. און נאכדעם שרייט איר איר ווילט ראטעווען די חינוך הטהור בלי שום תערובת חול... אמתע התבדלות!

EMES VAYATZIV » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:58 pm

· #511679
גייענדיג צום שטום בודקע, ווער איך באפאלן מיט צעטל פון די פלאר'ס גענגסטער, צעטל פון קאשוי וכו' אלע וואס האבן יא אדער נישט געזאגט וועגן תועבה...

מען האט אנגעווארפן א פחד כאילו מען וואוינט דא אין הייליגן שטאט ירושלים מיט משיח אינאיינעם מען איז מקריב קרבנות, אלעס הייליג, פלוצלינג קומט צוגיין א וואוגוואנדא און גייט גוזר זיין אויף אונז תועבה, און עטליכע נביאים ירמי' הנביא מיט ישעי' קומען ארויס צום פאלק און זאגן את הדרך אשר ילכו....

דא זיצן לצים און קאטשקענען זיך פאר געלעכטער און טראללן אוועק די תמימי לב מיט תועבה לאקשען...

דעטס פארט וואט העפענעד אין מאנסי דיז וויק..

#תועבה אלערט

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 2:58 pm

· #511686

איך ווייס נישט וואס די ווילסט, יא ס'געווען אפאר נערישע תועבה צעטלעך, די עולם האט געשמייכלט אין געגאנגען ווייטער. כ'ווייס נישט פארוואס די תועבה איז דיר געבליבן שטעקן אין קאפ...

#תועבה אלערט...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 3:32 pm

· #511693
וואלווי
למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?
אויסצושפארן טראללערס און באשמוצערס

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 6:54 pm

· #511704
הגם אז יאסי געשטעטנער ארבעט פאר'ן ציבור געטריי, איז אבער דאך גוט צו וויסן, ווען איר הערט עהם קאמפעינען - סיי וואס - צו ס'ליגט נישט גרינע קעש אונטער דעם.
זייער פיין, איך פארגין עהם עד בלי די, אבער זאל ער נישט זאגן 'כולו לשם האמת'. נאר אויב זאגט ער א ריכטיגע פארשטענדליכע מיינונג, נקבל.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:36 pm

· #511717
דונג
הגם אז יאסי געשטעטנער ארבעט פאר'ן ציבור געטריי, איז אבער דאך גוט צו וויסן, ווען איר הערט עהם קאמפעינען - סיי וואס - צו ס'ליגט נישט גרינע קעש אונטער דעם.
זייער פיין, איך פארגין עהם עד בלי די, אבער זאל ער נישט זאגן 'כולו לשם האמת'. נאר אויב זאגט ער א ריכטיגע פארשטענדליכע מיינונג, נקבל.
די גיסט פעך און שוועיבעל, אבער ווען מען פרעיגט דיך קשיות ביסטו נישט צים האבן, אינז זעמיר נישט דיין טוילעט גיי געב אויס ערגעץ אנדערש דיינע געברויכען....

שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:58 pm

· #511746
קהל'ס נער
דונג
הגם אז יאסי געשטעטנער ארבעט פאר'ן ציבור געטריי, איז אבער דאך גוט צו וויסן, ווען איר הערט עהם קאמפעינען - סיי וואס - צו ס'ליגט נישט גרינע קעש אונטער דעם.
זייער פיין, איך פארגין עהם עד בלי די, אבער זאל ער נישט זאגן 'כולו לשם האמת'. נאר אויב זאגט ער א ריכטיגע פארשטענדליכע מיינונג, נקבל.
די גיסט פעך און שוועיבעל, אבער ווען מען פרעיגט דיך קשיות ביסטו נישט צים האבן, אינז זעמיר נישט דיין טוילעט גיי געב אויס ערגעץ אנדערש דיינע געברויכען....
פעך און שוועבל? סתם ווערטער אויסברוכן, דא פארשידענע פילן פאר דעם

צפוני » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 6:02 am

· #511757
Re: וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!
דונג
הגם אז יאסי געשטעטנער ארבעט פאר'ן ציבור געטריי, איז אבער דאך גוט צו וויסן, ווען איר הערט עהם קאמפעינען - סיי וואס - צו ס'ליגט נישט גרינע קעש אונטער דעם.
זייער פיין, איך פארגין עהם עד בלי די, אבער זאל ער נישט זאגן 'כולו לשם האמת'. נאר אויב זאגט ער א ריכטיגע פארשטענדליכע מיינונג, נקבל.
אגב יוסי געשטעטנער איז זייער אפן און ער האט שוין כמה פעמים דערמאנט אז ער האט שוין געארבעט פאר קאמפיין'ס, און אויב וואלט ער יעצט אפיציעל געארבעט פאר לאולער אדער זעלדין, וואלט ער דאס פארציילט און נישט באהאלטן.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

EMES VAYATZIV » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 1:02 pm

· #511785
יוסי געשטעטנער האט פערזענליך אנגערופן ווענדערס און געסטראשעט נישט צו ארבייטן פארן אנדערע קאמפין, ער האט פערזענליך גערופן / געשיקט מעסעדזשעס און געסטראשעט יחידים, עסקנים און רבנים ... ווייל ער האט 'גארנישט' מיט די קאמפיין... ער ארבעט בחינם אין כסף לאדון זה אבל יש כסף...

#האקט

דונג » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 4:26 pm

· #511794
EMES VAYATZIV
יוסי געשטעטנער האט פערזענליך אנגערופן ווענדערס און געסטראשעט נישט צו ארבייטן פארן אנדערע קאמפין, ער האט פערזענליך גערופן / געשיקט מעסעדזשעס און געסטראשעט יחידים, עסקנים און רבנים ... ווייל ער האט 'גארנישט' מיט די קאמפיין... ער ארבעט בחינם אין כסף לאדון זה אבל יש כסף...

#האקט
אמת ויציב'ל, אז מ'רעדט אויף יאסי געשטעטנער מוז מען פארשטיין אז ס'פונקט ווי דו רעדסט אויף אפציעלע איש ציבור, וואס איז נישט ארויסגעטאנצן פון אונטערן פורהאנג נעכטן. ער איז נישט קיין הדיוט קופץ בראש. ער האט אסאך געשוויצט ביז אהער. נאר אז מ'האט א טענה אויף עהם, מוזסטו שוין זייער קראנט וויסן אז ביסט גרייט זיך פארמעסטן מיט 'זיינע' אידייען און מהלכים.

אנדערש איז איינער וואס פארשטעקט זיך אונטער א שלייער, און געלט מאכט ער, און א חורבן פון א אקציע דערצו נאך אויך.
דהיינו, ס'איז למעשה דא קהילות רבות, און ס'דא פירערס, און אז זיי ווילן עפעס שטופען, און ס'קומט א יחיד און צעברעכט דאס. און ער יחיד איז נישט געשטעטנער, ניין. ס'איז איינער וואס טוהט עס לשם צעברעכן, נישט לשם בויען.
תועבות, און תירוצים זאגט ער, און זיין אייגענע הענט איז שמוציג...
כ'האף ס'גענוג געווען, ער וועט זיך דא אפשטעלן, ווייל אויב נישט... וועט עס עהם בעק פייערן. כי יצא הקצף.

EMES VAYATZIV » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 8:34 pm

· #511806
אביסל אויסצוקלארן, אין ענגליש זאגט מען 'קילל די מעסעדזזש' דאנט קילל די מעסענדזשער, די מציאות הדברים און קלארע פאקטן איז וואר.
עס זיצן 2 לצים אונטער א שלייער פון 'ארגאנאזאציע' OJPAC און שארען מיליאנען, און פארדרייען די עולם א קאפ מיט תועבה, אן שיינעם 'נבל ברשות התורה'.. ווילסט מאכן מיליאנען, מאך געזונטערהייט, פארסאם נישט די גאסן קינד און קייט מיט דיינע תועבה. נאך אין נאמען פון גאט.

שמן למאור » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 8:38 pm

· #511808
EMES VAYATZIV
אביסל אויסצוקלארן, אין ענגליש זאגט מען 'קילל די מעסעדזזש' דאנט קילל די מעסענדזשער, די מציאות הדברים און קלארע פאקטן איז וואר.
עס זיצן 2 לצים אונטער א שלייער פון 'ארגאנאזאציע' OJPAC און שארען מיליאנען, און פארדרייען די עולם א קאפ מיט תועבה, אן שיינעם 'נבל ברשות התורה'.. ווילסט מאכן מיליאנען, מאך געזונטערהייט, פארסאם נישט די גאסן קינד און קייט מיט דיינע תועבה. נאך אין נאמען פון גאט.
די צוויי לצים וואס איך קען דערווייל איז 'אמת ויציב' מיט 'דונג'.
די מעסעדזש האט מען שוין לאנג געשאסן. די דרייסט סתם א קאפ דא.. יעצט שיסט מען 'אויך' דעם מעסענדזשער...
בלאט: 1 2