EMES VAYATZIVפארוואס נישט? נאר די רעביס מעגן מאכן געלט?אביסל אויסצוקלארן, אין ענגליש זאגט מען 'קילל די מעסעדזזש' דאנט קילל די מעסענדזשער, די מציאות הדברים און קלארע פאקטן איז וואר.
עס זיצן 2 לצים אונטער א שלייער פון 'ארגאנאזאציע' OJPAC און שארען מיליאנען, און פארדרייען די עולם א קאפ מיט תועבה, אן שיינעם 'נבל ברשות התורה'.. ווילסט מאכן מיליאנען, מאך געזונטערהייט, פארסאם נישט די גאסן קינד און קייט מיט דיינע תועבה. נאך אין נאמען פון גאט.
געפעלט מיר ווי די אדמיניסטראטורן פין מוסדות שרייבן אונטער פאר וועמען מען זאל וואוטען, זיי האבן געמאכט מיליאנען ביי קאוויד, נישט פאר די מוסדות, נאר פריוואט פאר זיי אין טאש, און זיי מעגן זאגן פאר וועמען מען זאל וואוטען, נאר געשטעטנער טאר נישט.
דער בלאק וואט איז ממילא א חלום, יעצט ביי די גזירות איז עס געלונגען, אבער דא איז נישט ארץ־ישׂראל ווי מען קען איינרעדן קישקעס און באקומען בלאק וואטס, דער עולם איז שוין יעצט היבש אויפגעקלערט וועגן סאטמאר און סקווירא האבן געהייסן פאר האקעל פאר אפאר טאלער, און געווארפן אין גארבעדזש די גאנצע "גזירות" פענאמינע.
קענסט דיך געזעגענען פין די מיליאנען, נאך אביסל און די פאליטישענס וועלען אויסרעכענען אז אונז האבן נישט קיין שום פאראייניגטע דעה, און זיי וועלען ליבערשט אינטערקויפען שווארצע און פרומע קריסטען .