☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שידוכים קריזיס - ערגער געווארען

שידוכים קריזיס - ערגער געווארען

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15621

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 8:55 pm

· #511282
שידוכים קריזיס - ערגער געווארען
מען האט אמאהל גערעדט וועגען א שידוכים קריזיס ביי די ליטווישע, בנוגע די מיידלעך דוקא, מען האט אמאהל גערעדט וועגען א שידוכים קריזיס ביי חסידים, אז עלטערע בחורים ריקען זיך נישט. אבער מער ווייניגער האבען רוב מענטשען געטוהן שידוכים פאר די צוואנציג.

דער לעצטער צוויי יאר איז עס ערגער געווארען פי כמה. איינער זאגט מיר בשם דור ישרים אז עס איז דא זיבעציג פראצענט ווייניגער בקשות ווי פריער. און עס איז דא צענליגער טויזענט בחורים און מיידלעך פין די היימישע מוסדות וואס בלייבען שטיין, אהן קיין שום סיבה וואס מען קען אנווייזען אז עפעס איז ראנג, כלומר, נישט קיין פיזישע פראבלעם, נישט קיין מענטעל פראבלעם, נישט קיין רוחניות'דיגע פראבלעם, געהעריגע אין דער באקס בחורים און מיידלעך וואס בלייבען אהן א שידוך און זענען שוין 21. אין הכי נמי, נישט די מצויינים, די בחורים מצויינים וועלען געוועהנליך צוכאפט ווערען, צומאל אפילו ווען די משפחות וואלטען זיך נישט משדך געוועהן פאר די לעצטע פיפציג יאר, זעהט מען היינט שידוכים פין משפחות, וועןדער בחור איז א בחור א מצויין, ד.ה. א בחור א בעל מדות וואס איז א למדן און א יר"ש, ווערט ער פארכאפט תומ"י, אבער דער געווענליכע בינוני, אדער אפילו א בעסערע בינוני, און אזוי אויך ביי די מיידלעך, וואס דארט איז נישט שווער צו זיין א מצויינת, רוב מיידלעך זענען גוט, זיצען זיי אפ היינט, און דער עולם טוט פשוט נישט קיין שידוכים.

וואס איז געשעהן? מען רייבט זיך דער גרויסע שטערען, און מען טראכט, קיינער ווייסט נישט, קאוויד? סתם? איך ווייס אויך נישט. אפשר ווייסט איינער דא??

ר' חיים שמערלר פין צאנז אר"י, א גרויסער גאון און חכם בין אדם לחבירו, האט געמאכט א ארג. הגפן, וואס גיבט זיך אפ מיט שידוכים אין אר"י, און צאלט עקסטערע פאר שדכנים אויף א שידוך וואס זיי פירען אויס, איז דא יעצט, און גייט ארום האלטען דרשות בנוגע דער ענין, און פראבירט אויפצוטוהן למען הכלל.

קען מען הערען זיין דרשה דא, ער רעדט אדורך דער נושא בטוט"וד, נישט קיין גרויסע חידושים און עצות וויאזוי צו לעזען דער פראבלעם, אבער דאך רעדט ער וועגען דעם, מען זאל פראבירען צו העלפען איינער דער אנדערע וויפיל מען קען בנוגע דער ענין, ווען איינער האט א קינד אין שידוכים זאל איר פראבירען צו רעדען מיט אים וואס ער זוכט, און אפשר געבט אים אהן עצות וועמען ער קען נעמען. אזוי איז מען מחזק דער לב נשבר וכו'.

פאר זיין דרשה איז דא פתיחה פין רב באלד, רב באלד דער ארגענזאטיר פין ארגון שיעורי תורה רעדט דארט מיט א געוויסע חן און תמימות, ווי ער פארציילט זיין פערזעהליכע עפאכע פין אויספירען א שידוך פין א עלטערע בחור און מיידל פין בערך 26, און ווי לאנג און וויפיל צייט עס האט גענומען, אלץ נאר צו פועל'ן ביי די עלטערען דער בחור זאל זיך טרעפען מיט דער מיידל. ער רעכנט דארט אויס אפאר פראבלעמען און פונקטען וואס לדעתו זענען די גורם פין דער עצירת שידוכים.

א. קשה לזווגן כקריעת ים סוף (רח"ק).
ב. רב שטרנבוך, עס פעלט שדכנים, כלל ישראל איז געוואקסען, און שדכנים זענען געבליבען דער זעלבער כמות.
ג. זיידעס דארפען העלפען די אייניקלעך טרעפען שידוכים.
ד. טאטעס פין זוהן זאלען זיך דורכשמועסען צוזאמען וועגען דער ענין.
ה. נאך יעדעס אסיפה וועגען דער ענין ווערען שידוכים פין זיך אליין.
ו. דער מצב איז פיל ערגער געווארען, יעדעס ישיבה און מיידל שולע דארף האבען א אפיס מיט א שדכן.
ז. הנהלת הישיבה און מיידל שולעס, לא די זיי העלפען נישט, שטערען זיי נאך און בארעדען בחורים און מיידלעך און שטערען שידוכים. (אמת?).
ח. יעדער קען העלפען, נישט דורך שרייען אויף דער עלטערען היתכן ביסט פיקי, חס ושלום, נאר מען דארף זיי פראבירן צו העלפען דורך אריין טראכטען וואס קען טאקע שטימען.
ט. שדכנים שיקען סתם נעמען אין די וועלט אריין, אימעיל מיט פיפציג נעמען אבי געהאקט.
י. א שדכן דארף פארברענגען יומם ולילה אויף א שידוך ביז עס געשעהט.
יא. נישטא קיין מדריכים צו זאגען א בחור וויאזוי אומצוגיין ווען ער טרעפט א מיידל.
יב. מען דארף ספענדען און קאלעקטען ביליאנען און צאלען שדכנים פול טיים זיי זאלען עוסק זיין און פראבירן צו מאכען גוטע שידוכים לשביעת רצון פין די עלטערען, קיינער האלט עס נישט ביים טוהן, ווייל מען צאלט נישט דערפאר.


דאס איז אין א נאטשעל וואס ער זאגט, וואס האלט דער עולם?

יאסל ראקאווער » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 9:13 pm

· #511283
די ערשטע זאך אויב מ'וויל עפעס טוישען דארפן די בחורים און מיידלעך אנפאנגען צולייגען בילדער און א שטיקל bio צו זייער רעזאמעי. שרייבען ווער זיי זענען, וואס זייער passion איז און עפעס פוינטערס וואס זיי ווילן פון זייער לעבן. תן לחכם ויחכים עוד.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 9:48 pm

· #511286
זאגסט עפעס, אפשר זאל מען שרייבן וועגן דער עלטערן אויך וואסערע סארט מענטשן זיי זענען און ווי לאנג זיי פירן א סעודה?

עלטערן זענען בעלעבתיש, און דאווענען, תורה'דיגע מענטשן, וואטשען אמאהל א מאווי באנאכט, און האבען א הויז אין פלארידא.

דער בחור זוכט גשמיות און רוחניות צוזאמען, האט ליב פאן, און ענדזויעט צו לערנען א שווערע קצות.

די זאכען זענען דאך סודות, עקספעקטס דאס זאל אויפטוהן, אדער גאר מאכן ערגער?

זיידענע העמדל » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 10:15 pm

· #511288
Re: שידוכים קריזיס - ערגער געווארען
רבותי כ׳מיין ס׳שוין העכסט צייט צי טוהן עפעס וועיגען אינזער דארך אין אדורך דורךגעפאלאנע סיסטעם כ׳ליין דא שוין 4 יאר יעדע דריטע אשכול רעדציך וועיגען נאך א פראבלעים/דיזעסטער אין אינזער אלט פארדארבענע סיסטעם וואס ווערט געפירט דורך דיקטאטורישע פאמיליעס שוין פין בעל שמ׳ס צייטען כ׳מיין אז ס׳העכסט צייט ארויסצינעמען פין שאפע 400 שופרות אין ארויסגיין אין א מלחמה מי לה׳ אלי סוועלן זיך צאמקומען די קליגע פיליזאפישע קעפ מ׳וועט מאכען א גרויס אסיפה ס׳וועלן געפענט ווערן נייע מוסדות מ׳וועט אנפירן א דעמאקראטעישע סיסטעם אין הכל על מקומו יבא בשלום

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 10:48 pm

· #511289
האלסט טאקע אזוי @העמדל? נעם די דעם ערשטן שופר.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:29 pm

· #511291
Re: שידוכים קריזיס - ערגער געווארען
מתבודד
האלסט טאקע אזוי @העמדל? נעם די דעם ערשטן שופר.
ער וויל דיך ניצן פאר זיין שופר[emoji1787]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:49 pm

· #511292
די חורבן איז אז אונז זענען סטאק בין פטיש לסדין, פון איין איז דא שכל'דיגע זאכן וואס צו טון צו פארבעסערן אונזער פארקריפלטע שידוכים סיסטעם. אבער פון די אנדערע זייט גלייבן מיר באמונה שלימה אז שידוכים זענען באשערט און קומט אלעס פון הימל, און עס פעלט בכלל נישט אויס קיין השתדלות.. נו אויב אזוי איז דאך גוט...
איי מען זעט אז עס איז דא א קריזיס... עס דאפלט זיך די מענטשן אבער די שידוכים בלייבן די זעלבע אדער ווערן גאר ווינציגער.. נא איז דאך דאס אלעס באשערט.. סאו קיינער האלט נישט באמת ביים טון עפעס. זאל די אייבישטער קער נעמען...

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:50 pm

· #511293
אויב טוישן, קען מען טוישן עפעס אנדערש. מען קען מאכן אז מען דארף נישט חתונה האבן יונג, מען קען חתונה האבן ווען מען איז דרייסיג אויך. גארנישט שלעכט מיט זיין א בחור.
אבער דאס איז נישט רעאליסטיש, דאס גייט זיך נישט טוישן. מען קען שעלטען און שימפען קעגן דער סיסטעם יומם ולילה, אבער דו העלפסט נישט דער איד מיט עלטערע קינדער.
מן הסתם קומט עס ווייל עלטערן האבן אנגעהויבן מער נאכצוגיין וואספארא בחור/מיידעל מ'טראגט זיי אן ס'זאל זיין לטובת זייער קינד,..
דו זאגסט עפעס. אבער דא קומט אריין א נקודה וואס איך זעה. אסאך עלטערען האבן נישט קיין אהנונג וואס צו זוכען, וואס זיי זוכען, און וואס מאכט איינער א גוטער מעטש פאר זייער קינד.

געדענק אונזער עולם איז ווייט נישט געלערנט אין פארשטיין אנדערע מענטשן מיט א טיפערע בליק. מען פארשטייט נאר עס עס איז דא "נארמאל" און משוגע. ממילא איז עס עבודת הפרך,און ער ווערט פארבלענדעט פאר אנדערע שטותים, צ.ב.ש. געלט, יחוס, קנאקער, ודומיהן, זאכען וואס מיינען גארנישט.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:52 pm

· #511294
עצי שטים
די חורבן איז אז אונז זענען סטאק בין פטיש לסדין, פון איין איז דא שכל'דיגע זאכן וואס צו טון צו פארבעסערן אונזער פארקריפלטע שידוכים סיסטעם. אבער פון די אנדערע זייט גלייבן מיר באמונה שלימה אז שדוכים זענען באשערט און קומט אלעס פון הימל, און עס פעלט בכלל נישט אויס קיין השתדלות.. נו אויב אזוי איז דאך גוט...
איי מען זעט אז עס איז דא א קריזיס... עס דאפלט זיך די מענטשן אבער די שודיכים בלייבן די זעלבע אדער ווערןצגאר ווינציגער.. נא איז דאך דאס אלעס באשערט.. סאו קיינער האלט נישט באמת ביים טון עפעס. זאל די אייבישטער קער נעמען...
זאגסט דאך גוט. רב שמערלר זאגט טאקע אינמיטן דער שיעור, אז זיין גאנצע ארגענעזאציע "הגפן" איז נאר צו העלפען די נערווען פין די עלטערן, ווייל א שידוך איז ממילא באשערט.

עפעס גלייב איך אים נישט אז ער מאכט א גאנצע ארגענז נאר פאר נערווען.

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:56 pm

· #511295
דער גאלדענער אדלער
מתבודד
האלסט טאקע אזוי @העמדל? נעם די דעם ערשטן שופר.
ער וויל דיך ניצן פאר זיין שופר[emoji1787]
איך בין שוין משופר...

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:58 pm

· #511296
די היינטיגע בחורים זענען שוין מער אפן ווי אמאל, אנדערש ווי ווען די טאטע פלעיגט מחליט זיין אז דער מחותן איז געניג א שיינע יוד פאר מיך און די מאמע האלט אז דער מחותנתטע איז געניג יחוס'דיג פאר מיך אן געיבן א דעקל אין וואס מען מייערעט איין דעם בחור אין דער שידוך איז געווארען.

א היינטיגע בחור וויל שוין יא א מיידל וואס געפעלט עים, אבער ער קען דאך נישט זאגן פארן טאטע אז ער וויל נישט די שידוך ווייל די מיידל איז גראב, אדער ווייל ער זעיט אז די מחותעינעסטע גייט מיט א גרויסען היטל אויפן קאפ און ער זיכט א מיידל מיט א פלעינע שייטל וכו', אבער ער קען דאך נישט זאגן פארן טאטען אז צוליב דעים וויל ער נישט די מיידל, אמער ער ליגט דאך נישט אין גשמיות, (און ער וויל נישט באקימען דעי בליק פון זיין טאטע, ווי צי זאגן די פארגרעבטע יונג איינער), מילא מיז ער אויפקימען מיט תירוצים שונים ומשונים פארוואס ער וויל נישט, צי ווייל ער פילט אז עפעס איז נישט רייט מיט די מיידל, צי אז ער וויל נישט וואוינען אין מונטריאל, בארא פארק, מאנסי וכו', בקיצור באבע תירוצים.

מילא דער שדכן הייבט אן פילן אז די עלטערען זענען צי פיקי, ווייל ער האלט אין איין אנטראגן א.ג. שיינע שידוכים און מען זאגט אלעס אפ, מילא געט ער אויף אויף דעים בחור און גייט ווייטער.

ווען וועלט וואלט געוועין וועלט, וואלט דער בחור געגעיבען א פרעפערענס ליסט פאר זיין טאטע, מיט וואס איז א נאw ברעינער, א לכתחילה, און וואס איז א באונעס, אזוי קען מען זייער קלאר אריבער פילטערן וואס מען דארף און דער שדכן ווייסט אויכט וואס אנציטראגן.
לאמיר זיין זייער קלאר, רוב בינוני בחורים געבען נישט קיין דעמן פאר "שיינע משפחה" (ליין, די טאטע האט נישט קיין ג'אב און די מאמע א טיטשער), אדער פאר א שווער וואס וועט אויסהאלטן אין כולל פאר א יאר צייט, לאמיר רעדן קלאר פאר אלע בני-ארבעים-ומעלה-יודן, א בחור וויל א שיינע מיידל מיט גיטע סאושעל סקילס, יא, און די העט צי די סימס צי די אלע זאכן וואס זענען קאנסידערט א פלוס ביי די עלטערען, זענען עקשעלי א מיינוס פארן בחור.

לחיים לחיים.

נאך א נקודה, שדכנות איז נישט קיין גיטע ביזנעס, לאמיר רעדן אפן, א שדכן איז א בראוקער, ווען ער בראוקערט הייזער מאכט ער 3% אויפן סעיל, ער פארקויפט א מיליאן דאלאר הויז מאכט ער 30k, אויף צי מאכן די געלט אין שדכנות דארף ער טין בערך 12 שידוכים, נניח אז הויז מעקלעריי איז שווערער פון שדכנות, איז עס 12 מאל שווערער, קלאר אז נישט!
נאך ווייטער, די 3% בראוקערעדזש איז נאר פארן ברעינגען איין זייט פונעם סעיל, אויב ברעינגט ער ביידע זייטן (אזויווי ביי א שידוך) מאכט ער 6% ד.מ. 60k, קימט אויס בראוקערן א הויז מאכט מען 24 מאל מער געלט ווי שדכנות.
בקיצור די פוינט איז שדכנים זענען אנדער פעיד.
לדעתי, גיי צי א שדכן אפפער עים 5k פאר א שידוך, ברור כשמש בצהרים אז דער שדכן וועט פרובירן סאך שטערקער צי אויספירן א שידוך, שוין דער אלטן באקאנט סגולה פון כי השוחד יעוור....

מתבודד » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:01 am

· #511297
עצי די האקסט סתם אין קאפ. קיינער האלט זיך נישט אפ פון טון ווייל ס'איז ממילא באשערט.
פארקערט, מענטשן פארשטייען אז מ’דארף טון השתדלות פאר יעדע זאך, און פאר פרנסה איז שדכנות זייער נישט קיין גוטע השתדלות....
____

קהל’ס האקט ענדליך

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:03 am

· #511298
כהאב לעצטנס געזען אין די קאמענטס סעקשאן אויף די יוטוב ניגון קליפ "שידוך" פון שאולי גראסמאן, ווי איינער האט אריינגעקאפיט א גאנצע בריוו פון יואלי ראטה ווי ער זאגט אהן פאר א מיידל צו שטיין ווייט פון בחורים און נישט האבן קיין שייכות מיט זיי.
שאולי ענטפערט אים בזה הלשון:
פערציג טעג אין די קלאב איז בדוק ומנוסה. יש אומרים אז ביים ברינען העלפן די מיידלעך אנטרינקען די קעמלען איז אויכט א סגולה.
ודפח"ח... 😉
עס איז בערך די סעלושן וואס איך האב דא געגעבן...

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:08 am

· #511299
מתבודד
עצי די האקסט סתם אין קאפ. קיינער האלט זיך נישט אפ פון טון ווייל ס'איז ממילא באשערט.
פארקערט, מענטשן פארשטייען אז מ’דארף טון השתדלות פאר יעדע זאך, און פאר פרנסה איז שדכנות זייער נישט קיין גוטע השתדלות....
____

קהל’ס האקט ענדליך
איך האב בכלל נישט גערעדט פון שדכנים. איך האב גערעדט פון די אופן וויאזוי עס גייט צו... מען קערט.. אבער מען קערט נישט געניג ווייל די באשעפער פירט דאך אלעס...

מתבודד » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:12 am

· #511300
עצי שטים
עס איז בערך די סעלושן וואס איך האב דא געגעבן...
ס’איז אפשר א גוטע סעלושען אין טעאריע אדער אין די לאנג ראן, אבער אויף יעצט און למעשה איז זיכער אז צוצאלן פאר א שדכן א עצה בדוק ומנוסה. בנוסף וועט ער זיך אויך אריינלייגן צו צאמברענגען עפעס וואס מאכט סענס און נישט סתם שיסן נעמען ווייל ער פילט נישט אנדערפעיד.

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:17 am

· #511301
דאכצעך אז כהאב שוין געשריבן ערגעץ די מעשה, אז די מנחת אלעזר האט געלאזט ריפן די הויפט פירער פון די ציוניסטן אין מונקאטש אין האט געוואלט פארשטיין פארוואס ביי אים אין ישיבה איז דא אזא מאנגל אין שידוכים (יא, ס'שוין דעמאלטס געווען א פראבלעם) און ביי אים איז נישטא קיין פראבלעם.
האט אים די ציוני מסביר געווען.. אז די פרומע האבן גענומען די נאטירליכע צוויי סעקטעס וואס דארפן זיך ליב האבן איינער דער אנדערע און זיך טרעפן און אליין פאלן אין ליבע, און זיי צעטיילט אין צוויי וועלטן... דערנאך מוז מען יעצט נעמען א שדכן וואס זאל צאמשלעפן מעשה בראשית און אויספירן א שידוך... די בחור וויל בלייבן אין ישיבה ער ווייסט נישט וואס א מיידל איז.. די מיידל וויל ווייטער מעלקן די קוען... און עס מוז קומען איינער און טון עבודת פרך און אויספירן א שידוך.
משא"כ ביי אונז.. אינגען מיט מוידן דרייען זיך אינאיינעם און פארברענגען אינאיינעם.. מען דארף ניטאמאל קיין שדכן... מען לאזט די באשעפערס נאטור טון דאס זייניגע... מען דארף עס נאר זען נישט צו שטערן...

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:21 am

· #511302
מתבודד
עצי שטים
עס איז בערך די סעלושן וואס איך האב דא געגעבן...
ס’איז אפשר א גוטע סעלושען אין טעאריע אדער אין די לאנג ראן, אבער אויף יעצט און למעשה איז זיכער אז צוצאלן פאר א שדכן א עצה בדוק ומנוסה. בנוסף וועט ער זיך אויך אריינלייגן צו צאמברענגען עפעס וואס מאכט סענס און נישט סתם שיסן נעמען ווייל ער פילט נישט אנדערפעיד.
איך בין מסכים מיט דיר 100%. ווילאנג די כעלימע חכמים גיבן נישט קיין פערמיטן צו פארעכטן די הייוועי און זיי גיבן נאר פערמיטן צו בויען דארטן א שפיטאל, איז די שפיטאל די בעסטע אפציע אויפן טיש...

מתבודד » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:23 am

· #511303
רעדנדיג פון שידוכים איז דא עפעס אנדערש וואס דארף געטון ווערן, דהיינו ס’איז ליידער דא הונדערטער בחורים וואס בצר להם גייען זיי שטיפן גויטעס און די קלאבס און בשעת מעשה זיצט די טאטע אויפן טעלעפאן מיט די זעלבע שדכן וואס האט אויסגעפירט די שידוכים פאר די אנדערע, יא ’געראטענע’ קינדער אין די משפחה, און מאכט אים משוגע צו טרעפן עפעס פאר זיין תכשיט.
ר’ איד נעם דיין בחור’ל און זאג אים ער זאל דעיטען א אידישע מיידל ווי א נארמאלע באזעסענע מענטש!! איך ווייס אז ’’ביי אונז’’ האט מען ח”ו נישט געדעיט, אבער דיין בחור קושט במילא די בעק ציצית ביי ברוך שאמר! Wake up and smell the coffee פאר ער וועט נאך מחליט זיין אז איינע פון די גויטעס איז אים פונקט גענוג...

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 2:26 am

· #511307
איך האב אמאל געהערט פון א שדכן אז עס זענען דא פיל מער עלטערע בחורים ווי מיידלעך, דהיינו עס איז א שטיקל מאנגל אין מיידלעך. מען זעהט הונדערטער אדער טויזנטע עלטערע בחורים, אבער כמעט נישט קיין עלטערע מיידלעך (ביי חסידים).

האט ער א פוינט?

איך האב שוין געשריבן דערוועגן ארום 10 יאר צוריק.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=2118

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 3:38 am

· #511309
Re: שידוכים קריזיס - ערגער געווארען
מתבודד
רעדנדיג פון שידוכים איז דא עפעס אנדערש וואס דארף געטון ווערן, דהיינו ס’איז ליידער דא הונדערטער בחורים וואס בצר להם גייען זיי שטיפן גויטעס און די קלאבס און בשעת מעשה זיצט די טאטע אויפן טעלעפאן מיט די זעלבע שדכן וואס האט אויסגעפירט די שידוכים פאר די אנדערע, יא ’געראטענע’ קינדער אין די משפחה, און מאכט אים משוגע צו טרעפן עפעס פאר זיין תכשיט.
ר’ איד נעם דיין בחור’ל און זאג אים ער זאל דעיטען א אידישע מיידל ווי א נארמאלע באזעסענע מענטש!! איך ווייס אז ’’ביי אונז’’ האט מען ח”ו נישט געדעיט, אבער דיין בחור קושט במילא די בעק ציצית ביי ברוך שאמר! Wake up and smell the coffee פאר ער וועט נאך מחליט זיין אז איינע פון די גויטעס איז אים פונקט גענוג...
מי יתן אז דאס זאל זיין אמת…..

בת קול » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 6:23 am

· #511310
די בחורים און מיידלעך זענען פשוט קלוגער געווארן.
זיי ווילן נישט חתונה האבן אזוי יונג, און זיי האבן א מיינונגען אויפן שידוך.

גארנישט מיט די גאנצע ליסטע.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:17 am

· #511311
לאמיך צולייגן מיינע צוויי צענט.

א. אזויווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך. היינטיגע צייטן קען מען זאגן אז ס'איז אין בית אשר אין שם חי, כמעט יעדער צענערלינג האט אן עלטערע קאזין וואס האט זיך אנגעפיפן אויפ'ן "סיסטעם" און גענומען דעם דרך ארוכה שהיא קצרה און צום סוף האט זיך עס פיין אויסגעארבעט, און כאטש וואס נישט יעדער האט די קוראזש עס צו נעמען למעשה עד הסוף איז עס אבער גורם גענוג רייבערייען, מיט די עלטערן צו מיט זיך אליין, אז זאכן שלעפן זיך. נאכמער, איך קען חברה וואס האבן אינגאנצן אפגעלאזט די חסידישע לעבנסשטייגער (און צום סוף האבן זיי טאקע געטראפן "שידוכים" פון פרייע שטיבער) אבער די עלטערן שעמען זיך דערמיט בלאפט מען ארום כאילו די זוהן לערנט אין ארץ ישראל, די טאכטער איז סך הכל אביסל מאדערן, וכו' וכו', בקיצור, א גרויסע טייל "אלטע" סינגלס אויף די שדכנים ליסטעס זענען שוין גארנישט אזוי אלט לויט זייערע אומשטענדן און זיי דארפן ניטאמאל צוקומען צו די שידוכים פראסעס.

ב. איך בין אמאל געזעצן אין א שוהל אין ב"פ און נעבן מיר איז געזעצן א גרופע עלטערע בחורים, איז אריינגעקומען א טשאלמער און געגאנגען נאך געלט און די בחורים האבן איהם געגעבן אפאר טאללער האט ער זיי געגעבן א ברכה אז זיי זאלן ווערן חתנים בקרוב, האבן זיי זיך צולאכט און געזאגט, פארגעס פון חתנים, געב אונז א ברכה צו מאכן אסאך געלט! קאממענטארן זענען איבעריג...

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:26 am

· #511312
זייער אינטערעסאנט, וואס זוכסטו אין א שול אין ב"פ? אדער איז עס נאך געווען אין די צייטן ווען דו פלעגסט אריינגיין אין שול?... 😛

צוזאמגעדרייט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 10:14 am

· #511315
Re: שידוכים קריזיס - ערגער געווארען
לדעתי איז די סיבה פונעם קריזיס איינס פלוס איינס.

די מיידלעך זענען אין אלגעמיין גראדט פארמאכט און פרום, (אזוי צו זאגן).
און די בחורים זענען פיל מער אויפגעקלערט (אזוי צו זאגן) ווייניגער פארמאכט וכו'.

אפילו די מיידלעך וואס זענען שוין יא מער אהערגעשטעלט, זענען פיל מער סיסטעמאטיש ווי די בחורים וועלכע שטעקן-זיך ארויס פונעם אַלגעמיינע סארט בחור.

איך רעדט נישט פון או טי די'ס

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 10:50 am

· #511320
לאמיר צוטיילען די בחורים און מיידלעך אין צוויי. אין דער באקס און ארויס פין דער באקס.
עס איז דא אן אנדערע אשכול ווי מען שרייבט דער באקאנטע משל צו דער סדום בעטל, וואס דאס איז אונזער באקס. יעדער מוז אריינפיטען אין דער באקס. דא איז נישט דער פלאץ מאריך צו זיין בשבחו וגננותו פין דער עקזיסטירענדע באקס, נאר רעדען וויאזוי עס טוט עפעקטען דער מהלך פין שידוכים.

די בחורים און מיידלעך וואס זענען ארויס פין דער באקס, ביי זיי איז דער שידוכים קריזיס שוין דא יארן לאנג, די עלטערען זוכען, און מען טרעפט זיך, און עס גייט אהן, און עס ווערט אויס, און אזוי ציט זיך דער צייט. איין זאך וואס מען וואלט זיכער באדארפט צו מאכן, אז ביי בחורים און מיידלעך וואס זענען ארויס פין די באקס, גייען די אינגערע פריער, זיי זענען אין א אנדערע קאטעגאריע.

ווען מען רעדט וועגען דער לעצטע "עצירת שידוכים" קריזיס, איז עס נישט פין דער ארויס פין דער באקס בחורים און מיידלעך. די געהעריגע בחורים און מיידלעך רירען זיך נישט. אסאך פין די טעמים וואס זענען געזאגט געווארען דא, זענען שייך פאר דער ארויס פין די באקס בחורים און מיידלך, למשל,
בקיצור, א גרויסע טייל "אלטע" סינגלס אויף די שדכנים ליסטעס זענען שוין גארנישט אזוי אלט לויט זייערע אומשטענדן און זיי דארפן ניטאמאל צוקומען צו די שידוכים פראסעס.
(רביה"ק)

ווי אויך, (בת קול)
די בחורים און מיידלעך זענען פשוט קלוגער געווארן.
זיי ווילן נישט חתונה האבן אזוי יונג, און זיי האבן א מיינונגען אויפן שידוך.
מתבודד
דהיינו ס’איז ליידער דא הונדערטער בחורים וואס בצר להם גייען זיי שטיפן גויטעס און די קלאבס און בשעת מעשה זיצט די טאטע אויפן טעלעפאן מיט די זעלבע שדכן וואס האט אויסגעפירט די שידוכים פאר די אנדערע, יא ’געראטענע’ קינדער אין די משפחה, און מאכט אים משוגע צו טרעפן עפעס פאר זיין תכשיט.
דא רעדט מען שוין פין אסאך ערגער ווי ארויס פין דער באקס, איך וויל נישט מודה זיין אין דער גאנצע מציאות, איך גלייב נישט אז דאס איז אמת, ואם קבלה הוא נקבל, אבער נישט וועגען דער סארט רעדט מען דא.

די תגובות וואס זענען יא שייך לגבי דער געווענהליכע אין דער באקס סארט

שמעקעדיג
איך האב אמאל געהערט פון א שדכן אז עס זענען דא פיל מער עלטערע בחורים ווי מיידלעך, דהיינו עס איז א שטיקל מאנגל אין מיידלעך. מען זעהט הונדערטער אדער טויזנטע עלטערע בחורים, אבער כמעט נישט קיין עלטערע מיידלעך (ביי חסידים).
דאס איז אמאהל געוועהן דער קעיס, היינט אבער איז עס ביי ביידע, מיידלעך עלטערען זיך אזוי ווי די בחורים.

מתבודד שרייבט
ר’ איד נעם דיין בחור’ל און זאג אים ער זאל דעיטען א אידישע מיידל ווי א נארמאלע באזעסענע מענטש!! איך ווייס אז ’’ביי אונז’’ האט מען ח”ו נישט געדעיט, אבער
איך זעה נישט די ישועה פין דעם, די ליטווישע טוהן דאס, און ביי זיי איז דער "פראבלעם" פיל מער, די בחורים זענען היבש מער פיקי ווי עלטערען, און גייען בעיקר פאר געלט און "לאקס", הייבען נישט אהן צו פארשטיין אז עס איז דא עפעס מער צו א מיידל ווי שיינקייט. איך זאג נישט קיין דעה וועלכע וועג איז בעסער, בעיקר וויל איך זאגען אז דאס וועט נישט העלפען. ווי אויך, היות אונז האבען א שטערקערע התבדלות פין מיידלך פין א יונגערע יארגאנג, וועלען בחורים נישט האבען קיין איינונג וויאזוי צו פארברענגען מיט מייידלעך, און מאדאך היינט איז דא גאר אסאך בחורים וואס דארפען א מדריך וויאזוי צו רעדען מיט א מיידל ביי א בעשוי, קל וחומר ווען זיי וועלען דארפען ארויסגיין.

עצי ברענגט א שיינע מעשה פין מנחת אלעזר און דער אויספיר איז,
משא"כ ביי אונז.. אינגען מיט מוידן דרייען זיך אינאיינעם און פארברענגען אינאיינעם.. מען דארף ניטאמאל קיין שדכן... מען לאזט די באשעפערס נאטור טון דאס זייניגע... מען דארף עס נאר זען נישט צו שטערן...
כאמור לעיל, און דער אמת אז רעדען וועגען דעם איז איבריג, ווייל דאס גייט מען נישט טוישען, עס בלייבט אזוי ווי עס איז אפילו די תוצאות זאלען זיין אז טויזענטער בחורים און מיידלך זאלען בלייבען סינגל אגאנץ לעבען רח"ל.

קהל'ס חכם (נער) שרייבט
די היינטיגע בחורים זענען שוין מער אפן ווי אמאל, אנדערש ווי ווען די טאטע פלעיגט מחליט זיין אז דער מחותן איז געניג א שיינע יוד פאר מיך און די מאמע האלט אז דער מחותנתטע איז געניג יחוס'דיג פאר מיך אן געיבן א דעקל אין וואס מען מייערעט איין דעם בחור אין דער שידוך איז געווארען.
מיט איין נקודה אנדערש, אין הכי נמי, ווען דער בחור אדער מיידל ווערט עלטער ווערט נאך א דעה, און ער וויל אויך פארשידענס, אבער נישט ווי איר זאגסט, דער בחור פאקעסד נישט אויף דער מיידל בעיקר, מער ווי דער עלטערען, ער וויל אויך געלט און א שיינע מחותן. די מיינסט דער פראבלעם הייבט זיך אהן ווען מען מאכט חתונה? ווען מען האט חתונה איז מען פונקט אזוי משוגע.

ווי אויך וואס די שרייבסט
לאמיר זיין זייער קלאר, רוב בינוני בחורים געבען נישט קיין דעמן פאר "שיינע משפחה" (ליין, די טאטע האט נישט קיין ג'אב און די מאמע א טיטשער), אדער פאר א שווער וואס וועט אויסהאלטן אין כולל פאר א יאר צייט, לאמיר רעדן קלאר פאר אלע בני-ארבעים-ומעלה-יודן, א בחור וויל א שיינע מיידל מיט גיטע סאושעל סקילס, יא, און די העט צי די סימס צי די אלע זאכן וואס זענען קאנסידערט א פלוס ביי די עלטערען, זענען עקשעלי א מיינוס פארן בחור.
אוי ווי, און נאך ווי, די בחורים פייגערען אויף א שיינע משפחה מער ווי די עלטערען איינמאל זיי האבען א דעה.
און א שיינע מיידל, יא, אבער סאשעל סקילס? א בחור ווייסט אפילו נישט ווי אזוי מען עסט דאס. הלוואי זאל זיין אמת וואס די זאגסט. אפשר איז עס וואס די וואלסט געוואלט ווען די וואלסט געוועהן א בחור. (אפשר ביסטו?).

צוזאמעןגעדרייט זאגט א שטארקע נקודה.
די מיידלעך זענען אין אלגעמיין גראדט פארמאכט און פרום, (אזוי צו זאגן).
און די בחורים זענען פיל מער אויפגעקלערט (אזוי צו זאגן) ווייניגער פארמאכט וכו'.
דאס איז א אמת'ע נקודה, די בחורים און מיידלעך ביי אונז ווערען נישט אויפגעצויגען מיט דער זעלבע לעוועל תמימות. און דאס האט מיט וואס מען לערנט מיט ביידע. מיט די בחורים לערנט מען גמרא, אביסל שולחן ערוך, זיי ווייסען א דאורייתא דרבנן מנהג, היינטיגע רבנים וכו'. ביי מיידלך איז אלעס אסור אדער מותר, נישטא קיין אונטערשיד צווישען וואס דער דיין אדער מו"ץ פין די קהילה האט גע'אסר'ט און וואס שטייט אין די תורה.

אבער מיט שידוכים האט עס נישט לדעתי, דער מצב גייט שוין מימים ימימה, גארנישט האט זיך געטוישט לעצטענס אין דער געביט אז דאס זאל גורם זיין עצירת שידוכים.

ויש להאריך עוד.

צפת » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 12:21 pm

· #511322
איך האב נישט געליינט די גאנצע!

איך האב געזען דעם ווארט, "ר' חיים שמרלר" מיט זיין ארגאניזאציע "הגפן", מוז איך דא זיך אנרופן מיט מיין נאנטע עקספיריענס וואס איך האב מיטגעהאלטן. איינע פון די הויפט שדכנים אין "הגפן" איז א גערער יונגערמאן, וואס געהערט צו איינע פון די אמטירנדע משפחות, מהיושבים ראשונה במלכות אין גור. האט מען גערעדט א שידוך, א אמעריקאנער בחור א מצוין פון די בעסטע ישיבות אין אר"י, נאר מיט מעדיצין קעגן עי-די-עידזש-די, מיט א צאנזע מיידל פון די חשוב'סטע משפחות, א כלילת המעלות, מיט איין פאלשע אויג. די שידוך איז גוט געפארן פון ביידע זייטן, און עס האט אויסגעקוקט אז דאס רוקט זיך פאראויס.

מיטאמאל זעט דער אבי הבחור, אז דער שדכן האט אים אויפגעהערט אויפצוהויבן די טעלפאן, ענטפערט אים מער נישט די אימעילס, אלעס שטעלט זיך אפ. דער טאטע איז געווארן דערשראקן, און שיקט אן אימעיל צום שדכן, אז אויב דער אנדערער זייט וויל נישט, איז נישט, אבער לאמיר וויסן וואו עס האלט... ואין קול ואין עונה. מען רופט ר' חיים פרעגן וואס טוט זיך, און ער זאגט אז ס'איז אים א פלא פארוואס ער ענטפערט נישט (דער שדכן האט שעות, אבער אלס איבערגעגעבנקייט הויבט ער אויף אלעמאל, אפילו נישט אין די שעות - אצינד האט ער נישט אויפגעהויבן אפילו אין די געווענליכע שעות). נאך עטליכע שעה איז ר' חיים צוריקגעקומען מיט אן ענטפער, אז דער שידוך איז נאכאלס אויפן טיש, נאר דער שדכן איז געווארן מורא'דיג פארנומען מיט אנדערע זאכן. ר' חיים האט צוגעלייגט אז ער וואונדערט זיך פארוואס ער האט צייט פאר אנדערע ענינים וואס זענען נישט אזוי ערנסט, אבער נעמט נישט קער פון א שידוך וואס האלט שוין זייער נאנט וכו'... אבער ער וועט זען אז ס'זאל זיך ווייטער רוקן.

נאכן זען אז עס ענדיגט זיך נישט. דער שדכן טוט נישט זיין ארבעט און דער שידוך קוקט לכאורה אויס בסדר פון אלע זייטן, האט מען געשיקט איינעם וואס זאל מברר זיין וואס האט פאסירט.

בקיצור, דער גערער שדכן, פון די קנאקעדיגע עסקנים משפחות אין גער, האט זיך דערוויסט אז דער טאטע פון חתן האט באזוכט ר' שאול אלתר אין בארא-פארק, איז אריינגעגאנגען צו אים און אראפגעלייגט א גרויסע סומע געלט, און אויך געמאכט פראפעגאנדע לטובת ר' שאול אין אמעריקע. זינט דאן האט ער פארהאקט די גאנצע געשעפט און מער נישט געוואלט טון עפעס אין דעם ענין. בנוסף לזה, האט ער נאך פראבירט אפצורעדן דער אבי הנערה, אז מען זאל נישט טון דעם שידוך.

ר' חיים האט למעשה גענומען א צווייטן שדכן אויף דעם ענין (אן אמעריקאנער שדכן וואס ארבעט פאר אים). עס האט זיך גאנץ שיין גערוקט, און מען האט שוין גערעדט פון א בעשוי, אבער דער טאטע פון חתן איז שוין געווען אפגעבריעט, און עס האט זיך אונטערגערוקט א צווייטער שידוך (א געזונטע זאך אן קיין פראבלעם - עטוואס רבני'ש), נאר די ייחוס המשפחה איז עפעס נישט אזוי... דער טאטע האט נישט געוואלט גיין ווייטער מיט הגפן, און איז ענדערש געגאנגען טון די אנדערע שידוך.

וירא הקהל וישפוט.

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:01 pm

· #511324
שמעקעדיג
איך האב אמאל געהערט פון א שדכן אז עס זענען דא פיל מער עלטערע בחורים ווי מיידלעך, דהיינו עס איז א שטיקל מאנגל אין מיידלעך. מען זעהט הונדערטער אדער טויזנטע עלטערע בחורים, אבער כמעט נישט קיין עלטערע מיידלעך (ביי חסידים).

האט ער א פוינט?

איך האב שוין געשריבן דערוועגן ארום 10 יאר צוריק.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=2118
דאס האב איך קיינמאל נישט געהעריג פארשטאנען. וויאזוי קען זיין אז עס איז דא א שידוכים קריזיס ביי בחורים אבער נישט ביי מיידלעך אדער פארקערט. אננעמענדיג אז עס איז נישטא מער אינגלעך ווי מיידלעך אויפן וועלט (ווייל אויב איז דא מער פון איין מין, ביסטו מילא סטאק און ס'נישטא וואס צו טון דערצו. ענדליך צו די תוצאה פון די נאר איין קינד פאלעסי אין כינע וואס האט ציגעפירט אז די עולם האט ענדערש געוואלט א בן זכר, און יעצט איז דא א מאנגל פון נקיבות..) איז אויב נעמט מען אהן אז א יעדע בחור וואס האט חתונה איז עס צו א מיידל... דאן ווי איז שייך א מאנגל ביי איין מין? אויב גייט עס גוט ביי איין זייט... גייט דאך עס אטאמאטיש גוט ביים צווייטן זייט... און אויב איז דא א קריזיס ביי איין מין... איז אטאמאטיש דא א קריזיס ביים צווייטן זייט, נישט אזוי?
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ... @מי אני, וואס איז די חשבון דא...?

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:04 pm

· #511325
עצי שטים
ווי איז שייך א מאנגל ביי איין מין? אויב גייט עס גוט ביי איין זייט... גייט דאך עס אטאמאטיש גוט ביים צווייטן זייט... און אויב איז דא א קריזיס ביי איין מין... איז אטאמאטיש דא א קריזיס ביים צווייטן זייט, נישט אזוי?
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ... @מי אני, וואס איז די חשבון דא...?
עס ווערן אין אלגעמיין געבוירן דריי פראצענט מער אינגלעך ווי מיידלעך, Google it!!!

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:06 pm

· #511326
עס איז אבער דא אן אויסוועג, אויב וועט מען צוזאמפארן אלע 20 יעריגע בחורים מיט אכצן יעריגע מיידלעך (וויבאלד די מיידלעך וועלן זיין פון א שפעטערע יארגאנג, איז אויטאמאטיש דא מער).

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:10 pm

· #511328
ביי די ישיבה'שע האבן זיי א פארקערטע פראבלעם, צופיל אלטע מיידלעך, וויבאלד ביי זיי האט מען צופיל אפגערוקט די עלטער. ביי זיי איז מען משדך 23 יעריגע בחורים מיט 19 יעריגע מיידלעך.

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:14 pm

· #511331
די וועלט בארימטע shiduch crisis. די שאלה איז נאר צו ביי אונז חסידישע חרדים איז דא אזא gap.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:17 pm

· #511333
[ציטאט אראפגענומען]
יא אבער די היינטיגע כפרות שטעלן זיך כאטש אויף פאר זייערע רעכטן, #ריבקי-שטאצמאן

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:23 pm

· #511334
דער גערער שדכן, פון די קנאקעדיגע עסקנים משפחות אין גער, האט זיך דערוויסט אז דער טאטע פון חתן האט באזוכט ר' שאול אלתר אין בארא-פארק, איז אריינגעגאנגען צו אים און אראפגעלייגט א גרויסע סומע געלט, און אויך געמאכט פראפעגאנדע לטובת ר' שאול אין אמעריקע. זינט דאן האט ער פארהאקט די גאנצע געשעפט
וואס קען מען טוהן, יעדער מיט זיין עבודה זרה.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:27 pm

· #511335
מתבודד
עצי שטים
עס איז בערך די סעלושן וואס איך האב דא געגעבן...
ס’איז אפשר א גוטע סעלושען אין טעאריע אדער אין די לאנג ראן, אבער אויף יעצט און למעשה איז זיכער אז צוצאלן פאר א שדכן א עצה בדוק ומנוסה. בנוסף וועט ער זיך אויך אריינלייגן צו צאמברענגען עפעס וואס מאכט סענס און נישט סתם שיסן נעמען ווייל ער פילט נישט אנדערפעיד.
דאס איז א גוטע עצה פאר א יחיד, וואס קען זיך ערלויבן, נישט פאר דעם כלל.

ווי אויך, ווייס איך אז געלט פאר דער שדכן העלפט לעצטענס נישט. דער שדכן וועט טאקע ארבעטן פאר דיר און טרעפן וואס דו זוכסט, אבער ער קען נישט מאכן יענער זאל מסכים זיין.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:30 pm

· #511336
[ציטאט אראפגענומען]
זיי מסביר, זיי ווילען אוועקנעמען 12טע?
און וויאזוי קען דאס האבן א שייכות?
וועלכע מוסד?

יעקב מענטש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 2:20 pm

· #511356
יאסל ראקאווער
די ערשטע זאך אויב מ'וויל עפעס טוישען דארפן די בחורים און מיידלעך אנפאנגען צולייגען בילדער און א שטיקל bio צו זייער רעזאמעי. שרייבען ווער זיי זענען, וואס זייער passion איז און עפעס פוינטערס וואס זיי ווילן פון זייער לעבן. תן לחכם ויחכים עוד.
דאס איז אפשר וואס דו וואלסט געוואלט טוישן אינעם סיסטעם, אבער דאס וואלט זיכער נישט פארגרינגערט די מצב אויפן גאס

בת קול » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 3:22 pm

· #511373
היסטאריע
[ציטאט אראפגענומען]
זיי מסביר, זיי ווילען אוועקנעמען 12טע?
און וויאזוי קען דאס האבן א שייכות?
וועלכע מוסד?
סאטמאר.

חדשים » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 5:11 pm

· #511390
עצי שטים
דאכצעך אז כהאב שוין געשריבן ערגעץ די מעשה, אז די מנחת אלעזר האט געלאזט ריפן די הויפט פירער פון די ציוניסטן אין מונקאטש אין האט געוואלט פארשטיין פארוואס ביי אים אין ישיבה איז דא אזא מאנגל אין שידוכים (יא, ס'שוין דעמאלטס געווען א פראבלעם) און ביי אים איז נישטא קיין פראבלעם.
האט אים די ציוני מסביר געווען.. אז די פרומע האבן גענומען די נאטירליכע צוויי סעקטעס וואס דארפן זיך ליב האבן איינער דער אנדערע און זיך טרעפן און אליין פאלן אין ליבע, און זיי צעטיילט אין צוויי וועלטן... דערנאך מוז מען יעצט נעמען א שדכן וואס זאל צאמשלעפן מעשה בראשית און אויספירן א שידוך... די בחור וויל בלייבן אין ישיבה ער ווייסט נישט וואס א מיידל איז.. די מיידל וויל ווייטער מעלקן די קוען... און עס מוז קומען איינער און טון עבודת פרך און אויספירן א שידוך.
משא"כ ביי אונז.. אינגען מיט מוידן דרייען זיך אינאיינעם און פארברענגען אינאיינעם.. מען דארף ניטאמאל קיין שדכן... מען לאזט די באשעפערס נאטור טון דאס זייניגע... מען דארף עס נאר זען נישט צו שטערן...
שמעתי שכן היה שיטת הרב ברויער ז”ל און ער האט איינגעפירט לבני קהילתו אז זיי זאלן טון געוויסע ארבייט צוזאמען.
נישט מברר געווען. ווער עס ווייסט מער דערוועגן זאל ביטע שרייבן. ייש”כ.

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 5:46 pm

· #511394
שמעתי אז רב ברויער האט זיך נישט געוואלט מצטרף זיין צו די אגודה משני טעמים:
ערשטנס, זיי זענען ציוניסטיש געשטימט.
צווייטנס, ווייל זיי טיילן אפ די אינגלעך און מיידלעך אין זייער youth organization (פרחי אגודת ישראל).

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:45 pm

· #511403
וועלכע רב ברויער רעדסטו? אינדערהיים אדער דא

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:46 pm

· #511404
פארוואס ביי אים אין ישיבה איז דא אזא מאנגל אין שידוכים (יא, ס'שוין דעמאלטס געווען א פראבלעם)
לפי הבנתי איז דער מאנגעל דעמאלס געוועהן, ווייל חרדים האבן נישט געשיקט מיידלעך אין אידישע סקולס, און אין די פאבליק סקולס האבן זיי געמוזט גיין, ממילא זענען זיי ארויסגעקומען היבש אויפגעקלערט, און נישט געוואלט חתונה האבן מיט חריידישע בחורים.

אזא פנים האט עס ווען מען גייט קאפ אין וואנט מיט קנאות.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:53 pm

· #511406
עס איז טאקע אינטרעסאנט צו וויסן, אויב אין דער ישיבה פין רשר"ה האבן געלערנט בחורים און מיידלעך צוזאמען אדער נישט.

חדשים » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 4:51 pm

· #511485
וואלווי
וועלכע רב ברויער רעדסטו? אינדערהיים אדער דא
איך רעד פון דאהי. איך האב עס געהערט פון א איד וואס האט עס געזען לייוו.