קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15610
קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
אויב ס'מאכט זיך אמאל קריגערייען אדער אנדערע סיבות. און די משפחה צוברעכט זיך (ל"ע). קען איינער פון די עלטערן עפ"י תורה און לויט'ן געזעץ צוריקהאלטן דעם אנדער'ן (געוועזענעם) פארטנער פון ערשיינען ביי א קינד'ס חתונה.
איך ווייס פון א פאל (נאר כ'בין זיכער אז ס'איז (ליידער דא א סאך) וואו איינער פון די עלטערן איז לעגאל, און עפ"י דין תורה דערווייטערט געווארן פון די קינדער. אפגעזעהן די סיבה פאר דעם. איז די שאלה אויב ביי א קינד'ס חתונה איז דער טאטע אדער מאמע אויך פארבאטן צו זיין דארט. ווען ס'איז נישט דא קיין פראגע פון סעיפטי פאר די קינדער.
אין דעם פאל וואס איך קען. ווייס איך אז דער טאטע האט געדארפט דערווייטערט צו ווערן פון זיין משפחה. נאר ביי זיין טאכטער'ס חתונה איז ער געקומען ביז צום זאל. ווייל די משפחה האט געדינגען גארדס מ'זאלל איהם נישט אריינלאזן. זיין צער איז געווען אומבאשרייבליך. איז די שאלה אויב ס'איז יושר צו פארבאטן איהם צו זיין אנוועזנד ביי איינע פון זיינע קינדער'ס חתונה.
אנאנים: ייש"כ. נאר אין דעם פאל וואס איך קען פערזענליך איז דער טאטע, ל"ע, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט, א ..."פעדאפיל"...(רח"ל). ר'איז נישט קיין געזינטער מענטש. איך ווייס נאכמער ווי איך שרייב דא ארויס. אבער, דאך.. איך האב איהם באגעגנט ביי זיין טאכטער'ס חתונה. און דער צער וואס ער האט געהאט (אפשר בארעכטיגט.) האט מיר געברענגט טרערן...!
איך ווייס פון א צווייטן (טראגישן) פאל. וואס דער טאטע און ..."ראש המשפחה"...איז אויך ליידער פון די נישט געזינטע מענטשן וועלכע טוען פאטענציאל שעדיגן זייער אייגענע משפחה. האבן זיי (די משפחה) זיך אן עצה געגעבן אויף אן אינטרעסאנטן אופן. מ'האט ארויפגעלייגט שלעסער (דעד באלטס) אויף א יעדן בעדרום פון די קינדער...נאר דאס איז יעצט נישט די נושא.
berlbalagulehאנאנים: ייש"כ. נאר אין דעם פאל וואס איך קען פערזענליך איז דער טאטע, ל"ע, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט, א ..."פעדאפיל"...(רח"ל). ר'איז נישט קיין געזינטער מענטש. איך ווייס נאכמער ווי איך שרייב דא ארויס. אבער, דאך.. איך האב איהם באגעגנט ביי זיין טאכטער'ס חתונה. און דער צער וואס ער האט געהאט (אפשר בארעכטיגט.) האט מיר געברענגט טרערן...!
פארוואס זאל א פעדיפייל זיך נישט מעגן משתתף זיין ביי א קינדס חתונה?!
(פארשטייט זיך, נאר אויב ס'איז נישט דא קיין סכנה פון זיין דארט)
איך בין געווען עטליכע יאר צוריק, ביי א חתונה ווי דער טאטע פון די חתן, שוין מסרב א גט איבער 10 יאר, טיילט אויס ציפקע צרות פאר די מאמע מיט די קינדער פאר די חוצפה פון נישט וועלן צוריק קומען צו איהם, בקיצור א אמת'ע פרא אדם מיט אלע מפרשים.
ביי די חתונה, וויסענדיג אז דער פאטער דינן קימערט זיך נישט מיט קיינעם חוץ מיט זיינע אייגענע שמאלע אינטערעסן, האט דער חתן פארלאנגט אז מען זאל שטעלן סעקיוריטי אז דער טאטע זאל נישט קענען קומען, וכך הוה, די ערשטע העלפט חתונה איז אריבער בשלום, אבער אינמיטן טאנצן האט זיך דער לייטזעהליגער פאטער אריינגעשווערצט צווישן א מאסע שטריימל בעקיטשע אידן, דער חתן האט איהם באמערקט און איז געווארן ווייס ווי די וואנט, ממש אריין אין היסטעריע פאר די לאנגע צוויי מינוטן וואס עס האט געדויערט פאר עמיצן צו מודיע זיין פאר די גוי'שע וועכטער וועלכע האבן איהם באלד ארויסגעפירט, בלויז דאן האט זיך דער חתן בארואיגט.
איך מוז באטאנען אז ביי די חתונה בין איך געווען א קרוב דורך דעם אבי החתן, די גאנצע משפחה ארום און ארום איז געלאדנט געווארן כאילו לא היה, בלויז דער חיה רעה האט מען נישט געוואלט האבן דארט און יעדער האט עס פארשטאנען.
עכ"פ, צום שאלה פון רבי בערל זז"ג, איך פארשטיי אז נישט יעדע מעשה איז אזוי, עס איז דא אסאך מאל ווי מענטשן נוצן פשוט אויס זייער פאוער, סיי וואס עס זאל נאר זיין, אפצוהאלטן א טאטע אדער א מאמע פון קומען צו א אייגן קינדס חתונה, און נישט אייביג איז עס פאר די חתן כלה'ס בעסטע אינטערעסן. די כלל וואלט ווען אייביג געדארפט זיין און מען ברויך עס פרעגן אין יעדע פאל, וואס ווילן די חתן כלה? עס איז זייער נאכט!!
יעדע מעשה איז אנדערש!!
וואלווי berlbalagulehאנאנים: ייש"כ. נאר אין דעם פאל וואס איך קען פערזענליך איז דער טאטע, ל"ע, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט, א ..."פעדאפיל"...(רח"ל). ר'איז נישט קיין געזינטער מענטש. איך ווייס נאכמער ווי איך שרייב דא ארויס. אבער, דאך.. איך האב איהם באגעגנט ביי זיין טאכטער'ס חתונה. און דער צער וואס ער האט געהאט (אפשר בארעכטיגט.) האט מיר געברענגט טרערן...!
פארוואס זאל א פעדיפייל זיך נישט מעגן משתתף זיין ביי א קינדס חתונה?!
(פארשטייט זיך, נאר אויב ס'איז נישט דא קיין סכנה פון זיין דארט)
נו, דאס איז דאך מיין קשיא. מעגליך אז ס'איז צארן און געפיהלן פון נקמה. אבער יושר איז עס זיכער נישט.
אין דעם (ערשטן) קעיס וואס איך האב דערמאנט איז דער טאטע (און געוועזענער מאן) אזא וואוילע פרי אז ער האט זיכער פארדינט צו דערווייטערט ווערן פון זיינע קינדער. בשעת זיי זענען אויפגעוואקסן. שמועות איבער איהם זענען געווען א סאך. נאר בעיני ראיתי. איך האב אמאל געוואקט אויפ'ן גאס און איך זעה פונדערווייטנס ווי דער בעל דבר .."הייבט זיך אן"...מיט א שיקסעלע פון (בערך) 10 יאר. ער האט מיך נישט באמערקט. ווען איך בין געקומען נאנטער, האט ער געמאכט א ..."גלאטן פנים"...אזוי ווי א חדר יונגל וואס די רבי האט איהם געכאפט עפעס אנשטעללן. כאילו ער גייט אויף די גאס בתמימות. נאר ווען איך האב איהם באגעגנט ביי די טיר פון זאל וואו די חתונה פון זיין טאכטער איז פארגעקומען האט ער מיך געפרעגט..."וואו מ'האלט דארט"...מיט אזא פיעלינג פון צער אז איך האב געהאט טרערן...!
שושן פורים: ייש"כ. איך רעד פון א פאל וואו ס'איז נישט פארהאן קיין שום (באלדיגע) סכנה. נאר א געפיהל פון נקמה. און אלטע חשבונות. וואס מ'וואלט געדארפט אוועקלייגן אין א זייט.
berlbalaguleh
נו, דאס איז דאך מיין קשיא. מעגליך אז ס'איז צארן און געפיהלן פון נקמה. אבער יושר איז עס זיכער נישט.
נו, אויב אזוי וואס איז די קשיא?
אויב ס'איז צארן ווס. יושר, וואס איז די ספק בכלל?
די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא ווער ס'זאלל ענפארסירן יושר....!
berlbalagulehשושן פורים: ייש"כ. איך רעד פון א פאל וואו ס'איז נישט פארהאן קיין שום (באלדיגע) סכנה. נאר א געפיהל פון נקמה. און אלטע חשבונות. וואס מ'וואלט געדארפט אוועקלייגן אין א זייט.
ווענדט זיך ווער וויל נקמה, אויב די חתן כלה ווילן נקמה? וואס גייט עס אונז אן? חתן כלה ווילן אזוי און עס איז זייער נאכט, אפשר זאל דער חתן'ס משפיע אדער די רעביצין זיי מסביר זיין אז אין אזא געהויבענע נאכט ווען זיי שטעלן אויף א משפחה זאלן זיי אויך טראכטן פון די טאטעס געפילן און נישט גיין ווייטער מיט די נקמה אקציע, אבער למעשה איז די אויסוואל בלויז זייערס, די חתן כלה.
אויב איז עס נקמה געפילן פון סיי וועמען אנדערש טאטע/מאמע/ברודער/קאזין און אפילו דער רייכער זיידע בכבודו ובעצמו וואס צאלט אויס די גאנצע נאכט, הו קעירס!!
זאל דער טאטע מאכן א שיינע שבע ברכות, און דער חתן כלה וועלען קומען אויב זיי ווילען.
געוויינטלעך ווען מען לאזט א טאטע אדער מאמע (ווי אין דער פאל פין יאפעד) נישט קומען, איז דא גוטע סיבות דערפאר, און דער נאכט פין דער חתונה איז נישט דער צייט אנצוהייבן דן זיין אויב עס איז גערעכט. כלומר, הונדרעטער מאל פריער האט דער טאטע אדער מאמע געטוהן עוולות, און געוועהן אומגערעכט, קען מען נישט דן זיין דער אנדערער פאר טוהן עפעס וואס קען זיין אומגערעכט.
אוודאי איז עס נישט קיין כלל, און פלענטי מעשיות איז דא פין רשעים וואס האבן אויסגעניצט און געזאגט שקרים אז יענער איז א רשע וכו'.
ווי אויך איז דא רשעים וואס מען לאזט נישט קומען און זיי פארדינען עס 100 פראצענט (זיי קומען און שטערן וכו'), און מאכן זיך ווי א וויקטים א רחמנות וואס מען לאזט נעבעך נישט קומען.
אגב, ווען יואל'י לעבאוויטש איז ארויס געקומען מיט זיין מחאה פארוואס מען האט אים נישט געלאזט זעהן זיין טאטע, בין איך נישט אזוי זיכער אז ער האט געטוהן דער ריכטיגע זאך, ער ווייסט נישט וואס זיין מאמע און אירע ברודער'ס האבן געוויסט דעמאלס, און ער וואלט מעגליך געטוהן דער זעלבער זאך. דאס וואס ר' מעכל האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין היינט א כמעט נארמאלער רבי, מיינט נישט אז ער איז געוועהן דאס אלעמאל. און דאס איז אהן דן זיין און וויסן וואס איז דעמאלס געוועהן.
היסטאריעזאל דער טאטע מאכן א שיינע שבע ברכות, און דער חתן כלה וועלען קומען אויב זיי ווילען.

נישט צו זיין פערזענליך, אבער אז מ'זאל איינעם פרעגען אזוי:
דיין טאטע איז געווען ביי דיין חתונה?
די ביסט געווען ביי דיין זוהןס חתונה?
דו ביסט א טאטע?
אויב די ענטפער איז יא צו איינע פון די קשיות פארשטייסטו אליינס אז דיין קאמענט איז נישט געשריבן פון א מעטשליכע געפילישער שטאנדפונקט. וואס מיינט דאס
געווענטליך?
וואס מיינט אז
אז ס'דא גוטע סיבה דערפאר?
די לייגסט לאגיק צו הירוס העולם?!
נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו אויסרייסן נפשות משורשן! זייער זעלטן וועט זיך מאכן א בארעכטיגטע סיבה אז א טאטע אדער מאמע זאלן נישט מעגן קומען צו א קינד'ס חתונה. א יעדע טאטע מאמע פון קינדער און א יעדע זוהן טאכטער פון עלטערן ווייסן און ווילען אז ס'זאל קיינמאל פאסירן אזא זאך.
ס'איז געווארן א מדובר ליידער, אדער גאר א שיינע קעזשועל שמועס, צו א עלטערן קענען זיין ביי א חתונה. פון דארט איז עס שוין א בארגענינג טשיפ אויך געווארן, אויב מ'שטעלט זיך צו איז דער בחור בארעכטיגט צו זיך פרייען ביום שמחת לבו צוזאמען מיט זיין טאטע, אויב נישט גראב אינטער די וועלט? השם ירחם. זייער זעלטן איז דא בארעכטיגט סיבות פאר דעם, און די סיבות זענען אויסדריקליך נישט געלט, כבוד, אדער ווייטאג...
היסטאריע: ווען יואלי לעבאוויטש האט אויסגעדריקט זיין מחאה אויף דעם פאקט אז מ'האט איהם נישט געלאזט זעהן זיין טאטע ווען ער איז אויפגעוואקסן, האט ער נאר אויסגעדריקט זיינע פיעלינגס. ער האט נישט, און קען נישט משפט'ן ווער ס'איז דא גערעכט...!
היסטאריעזאל דער טאטע מאכן א שיינע שבע ברכות, און דער חתן כלה וועלען קומען אויב זיי ווילען.
געוויינטלעך ווען מען לאזט א טאטע אדער מאמע (ווי אין דער פאל פין יאפעד) נישט קומען, איז דא גוטע סיבות דערפאר, און דער נאכט פין דער חתונה איז נישט דער צייט אנצוהייבן דן זיין אויב עס איז גערעכט. כלומר, הונדרעטער מאל פריער האט דער טאטע אדער מאמע געטוהן עוולות, און געוועהן אומגערעכט, קען מען נישט דן זיין דער אנדערער פאר טוהן עפעס וואס קען זיין אומגערעכט.
אוודאי איז עס נישט קיין כלל, און פלענטי מעשיות איז דא פין רשעים וואס האבן אויסגעניצט און געזאגט שקרים אז יענער איז א רשע וכו'.
ווי אויך איז דא רשעים וואס מען לאזט נישט קומען און זיי פארדינען עס 100 פראצענט (זיי קומען און שטערן וכו'), און מאכן זיך ווי א וויקטים א רחמנות וואס מען לאזט נעבעך נישט קומען.
אגב, ווען יואל'י לעבאוויטש איז ארויס געקומען מיט זיין מחאה פארוואס מען האט אים נישט געלאזט זעהן זיין טאטע, בין איך נישט אזוי זיכער אז ער האט געטוהן דער ריכטיגע זאך, ער ווייסט נישט וואס זיין מאמע און אירע ברודער'ס האבן געוויסט דעמאלס, און ער וואלט מעגליך געטוהן דער זעלבער זאך. דאס וואס ר' מעכל האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין היינט א כמעט נארמאלער רבי, מיינט נישט אז ער איז געוועהן דאס אלעמאל. און דאס איז אהן דן זיין און וויסן וואס איז דעמאלס געוועהן.
ביסט געווען אינוואלווד אין פרשת מיכל לעבאוויטש? איך האלט אין מיטן שרייבן אויף דעם תקופה. ס'איז א שווערע פרשה אבער קען זיין די ביסט די ריכטיגע אדרעס צו קלאר שטעלן די ריכטיגע פאקטן מיט אלע חשבונות, וואס וואלט געדארפט זיין, וואס יואלי וואלט געקענט אדער נישט טוהן, וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וואס קען ער, די טאטע, און די מאמע מיט טיילען פארן עולם, און וואס איז בעסער זיי זאלען שלינגן.
אז די קענסט בייהילפיג זיין וועט זיין א גרויסע תועלת
פו פו פו, דער עולם קומט אריין שטארק פאר יואל'י לעבאוויטש, בשעתו האט מען אים אויך גאר שטארק קאנגראליטירט כאילו ער האט דא מגלה געוועהן סודות און ארויסגעגעבען שערי שמים.
סוף כל סוף איז דא אן אנדערע זייט און ער איז נישט דארט געוועהן, זאגט איינער עפעס צו דער נקודה? דאס איז געוועהן מיין נקודה, אלע שטארקע קאמענטס באציען זיך נישט צו דעם. חוץ וואס בערל שרייבט אז ער שרייבט נאר זיינע פילינגס, נישט צו זיי זענען געוועהן גערעכט, אבער אנטשולדיגט, דאס איז נישט אמת, ער שרייבט יא, במישרין אדער בעקיפין צו זיי זענען געוועהן גערעכט.
דא אליין שרייבט וואלווי,
נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו אויסרייסן נפשות משורשן! זייער זעלטן וועט זיך מאכן א בארעכטיגטע סיבה אז א טאטע אדער מאמע זאלן נישט מעגן קומען צו א קינד'ס חתונה. א יעדע טאטע מאמע פון קינדער און א יעדע זוהן טאכטער פון עלטערן ווייסן און ווילען אז ס'זאל קיינמאל פאסירן אזא זאך.
טאמער איז ער א געליטענער אליין, בעהט איך אים איבער, אבער ממש אזוי? נישטא קיין סיבה? ביסט פאריקט אינגאנצען? ווען עס וואלט געוועהן אן אפציע אז דער גערער פאטער וואס האט ל"ע געהרג'ט זיין קינד זאל אים נישט זעהן, וואלט מען עס נישט געברויכט טוהן? ממש אזוי נישטא קיין סיבה? איך וואלט געקענט מאריך זיין מער, אבער עס זעהט אויס אז ביסט איין זייטיג אויף דער נושא, קען זיין מחמת פערזעהנליכע סיבות.
וכאן המקום להודות, ב"ה איך האב נישט קיין פערזעהנליכע סיבות אין דער נושא, אדרבה פונקט פארקערט, איך שרייבט נאר פין דערויסען, און פין זיין אינוואלווד אין אפאר קעיסעס, און יא, ליידער איז דא סיבות אפצוטיילען קינדער פין עלטערען, איך גיי נישט דא אויספאקען די סיבות ברבים, אבער יעדער פארשטייט אז עס איז טאקע דא א וועלט פין נארמאלע מענטשען, אבער לעומת זה איז דא אסאך משוגעים און רשעים, און וואס נישט, און ווען איינער האלט אז א קינד דארף זעהן עלטערען אפילו ווען א מומחה זאגט אז דער קינד גייט ליידען דערפאר היבש, איז ער דער וואס האט נישט קיין געפילען, ער איז דער וואס האט נישט קיין שיקול הדעת.
מתושלח היסטאריעזאל דער טאטע מאכן א שיינע שבע ברכות, און דער חתן כלה וועלען קומען אויב זיי ווילען.
געוויינטלעך ווען מען לאזט א טאטע אדער מאמע (ווי אין דער פאל פין יאפעד) נישט קומען, איז דא גוטע סיבות דערפאר, און דער נאכט פין דער חתונה איז נישט דער צייט אנצוהייבן דן זיין אויב עס איז גערעכט. כלומר, הונדרעטער מאל פריער האט דער טאטע אדער מאמע געטוהן עוולות, און געוועהן אומגערעכט, קען מען נישט דן זיין דער אנדערער פאר טוהן עפעס וואס קען זיין אומגערעכט.
אוודאי איז עס נישט קיין כלל, און פלענטי מעשיות איז דא פין רשעים וואס האבן אויסגעניצט און געזאגט שקרים אז יענער איז א רשע וכו'.
ווי אויך איז דא רשעים וואס מען לאזט נישט קומען און זיי פארדינען עס 100 פראצענט (זיי קומען און שטערן וכו'), און מאכן זיך ווי א וויקטים א רחמנות וואס מען לאזט נעבעך נישט קומען.
אגב, ווען יואל'י לעבאוויטש איז ארויס געקומען מיט זיין מחאה פארוואס מען האט אים נישט געלאזט זעהן זיין טאטע, בין איך נישט אזוי זיכער אז ער האט געטוהן דער ריכטיגע זאך, ער ווייסט נישט וואס זיין מאמע און אירע ברודער'ס האבן געוויסט דעמאלס, און ער וואלט מעגליך געטוהן דער זעלבער זאך. דאס וואס ר' מעכל האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין היינט א כמעט נארמאלער רבי, מיינט נישט אז ער איז געוועהן דאס אלעמאל. און דאס איז אהן דן זיין און וויסן וואס איז דעמאלס געוועהן.
ביסט געווען אינוואלווד אין פרשת מיכל לעבאוויטש? איך האלט אין מיטן שרייבן אויף דעם תקופה. ס'איז א שווערע פרשה אבער קען זיין די ביסט די ריכטיגע אדרעס צו קלאר שטעלן די ריכטיגע פאקטן מיט אלע חשבונות, וואס וואלט געדארפט זיין, וואס יואלי וואלט געקענט אדער נישט טוהן, וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וואס קען ער, די טאטע, און די מאמע מיט טיילען פארן עולם, און וואס איז בעסער זיי זאלען שלינגן.
אז די קענסט בייהילפיג זיין וועט זיין א גרויסע תועלת
איך שרייב בפירוש
און דאס איז אהן דן זיין און וויסן וואס איז דעמאלס געוועהן.
טוה וואס איר ווילט, איך ווייס נישט מער אין דער פרשה ווי הערען וועגען ר' מיכל בימים ההם, און פין תלמידים וואס האבען געלערנט אין מונקאטש ווען ער איז געוועהן ראש ישיבה, בשעת ער איז יצא אדער נכנס מדעתו, זיין התנהגות דארט. איך בין נישט דן ר' מעכל, און בין נישט דן די משפחה, און אוודאי נישט אלעמען'ס באליבטע יואל'י. אוודאי האט ער סימפאטיקער, ווייל עס איז גרינגער צו לעיבלען די לויפערס אלץ רשעים, און איך האב זיי לאו דוקא ליב, אבער יעדער מעשה האט צוויי זייטען, און איך ווייס גענוג אז ר' מעכל האט א געוואלדיגע כח אין איבערעדען ברעין וואשען מענטשען, ודי בזה.
היסטאריע
דא אליין שרייבט וואלווי,
נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו אויסרייסן נפשות משורשן! זייער זעלטן וועט זיך מאכן א בארעכטיגטע סיבה אז א טאטע אדער מאמע זאלן נישט מעגן קומען צו א קינד'ס חתונה. א יעדע טאטע מאמע פון קינדער און א יעדע זוהן טאכטער פון עלטערן ווייסן און ווילען אז ס'זאל קיינמאל פאסירן אזא זאך.
טאמער איז ער א געליטענער אליין, בעהט איך אים איבער, אבער ממש אזוי? נישטא קיין סיבה? ביסט פאריקט אינגאנצען? ווען עס וואלט געוועהן אן אפציע אז דער גערער פאטער וואס האט ל"ע געהרג'ט זיין קינד זאל אים נישט זעהן, וואלט מען עס נישט געברויכט טוהן? ממש אזוי נישטא קיין סיבה?
האסט א פיינע ארגיומענט, איך אגריי מיט דיר אינגאנצן. לייען איבער מיינע תגובות ווי איך שרייב קלאר אז הזקות און סכנות איז עפעס אנדערש. איך שרייב אז ס'איז זעלטן דא אמת'ע סיבות וואס פארלאנגט סיי מדין תורה און סיי מדינא דמלכותא אז די טאטע זאל נישט זיין ביים חתונה. רובא דרובא פון די מחלוקת פארבלענד די אמת און מציאות אז דעם טאטעס זיין ביים חתונה אין זאל איז נישט קיין סכנה. הלואי מ'וואלט געקענט ראטעווען דעם אומשולדיג נפש פון די גור'ע משפחה. קען זיין די טאטע האט נישט געטארט זיין אויפן גאס בכלל, קען זעהן ס'איז געווען א פשיעה אז ער איז נישט געווען פארשפארט, און ס'האט ליידער געקאסט א נפש. דאס איז אבער נישט געווען מיין ארגיומענט דא, מיין נקודה איז אז מעיקר הדין איז נישטא קיין סיבות צוריק האלטן די קשר פון עלטערין און קינדער נישט קיין חילוק די ווייטאג און מחלוקת.
במקום סכנה אדער הזיקות איז קלאר אז ס'איז דוחה די רעלעישענשיפ, פונקט אזוי ווי פיקוח נפש דוחה את השבת. קיינער קריגט זיך נישט מיט דעם.
היסטאריע,אבער לעומת זה איז דא אסאך משוגעים און רשעים, און וואס נישט, און ווען איינער האלט אז א קינד דארף זעהן עלטערען אפילו ווען א מומחה זאגט אז דער קינד גייט ליידען דערפאר היבש, איז ער דער וואס האט נישט קיין געפילען, ער איז דער וואס האט נישט קיין שיקול הדעת.
האלט דיך צום נושא. דא האט מען גערעדט פון חתונה נאכט וכדומה, נישט פון וויזיטעישאן. וויסיטעישאן איז אן אנדערע זאך, ווייטער אויך נאר לויט די גדרים פון שאדן און סכנה ברוחניות וגשמיות. נוץ נישט דיין ידיעות ובקיאות פון זעהן קינדער בכלל צו השתתפות ליל חתונה אדער גענצליכע אפהאקן.
געפיהלן טענה’ען זיך.
ס’איז זיכער דא פעלער ווען ס’איז בארעכטיגט אפצוהאלטן דעם פאטער, און ס’איז אויך דא פעלער ווען ס’איז ריינע נטירה, שנאה, נקמה, געלט און כבוד.
די צווייטע גרופע איז ליידער דאס רוב הניכר. זהו.
--
אה, וואלווי זאגט עס דאכטצעך
געווענליך, ווען איינער איז אזוי צוטראסקעט, און ער איז געווארען אנגעהאקט פין זיינע קינדער, וועט ער טוהן נארישקייטן ווען ער קומט אויך דער חתונה.
בעיני ראיתי, איינער וואס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיינע קינדער, איז אנגעקומען צו דער תנאים, און רופט צו א ברודער פין זיין זוהן, און דרייט אים א ספאדיק, דו ווייסט ווער איך בין? און נאך זאכן זאגט ער אים. און וואס איז געשעהן? צום חתונה האט ער שוין נישט געטארט קומען.
די חברה זענען צומאל אזוי משוגע, קענסט נישט טראסטן פאר א רגע.
דער עולם דא איז פשט נישט באקאנט מיט דער מציאות פין די משוגעים, מען מיינט אז זיי זענען נעבעך נארמאלע איידעלער אידן, וואס די רשעים די עסקנים מאכן זיי אהן פראבלעמען.
זייט מיר מוחל, זעהט אויס קיינער פין ענק האט נאך נישט טועם געוועהן וואס עס מיינט א צודרייטער, וואס האט נישט קיין פראבלעם צו נוצן אלעס לטובתו.
היסטאריע,אבער לעומת זה איז דא אסאך משוגעים און רשעים, און וואס נישט, און ווען איינער האלט אז א קינד דארף זעהן עלטערען אפילו ווען א מומחה זאגט אז דער קינד גייט ליידען דערפאר היבש, איז ער דער וואס האט נישט קיין געפילען, ער איז דער וואס האט נישט קיין שיקול הדעת.
האלט דיך צום נושא. דא האט מען גערעדט פון חתונה נאכט וכדומה, נישט פון וויזיטעישאן. וויסיטעישאן איז אן אנדערע זאך, ווייטער אויך נאר לויט די גדרים פון שאדן און סכנה ברוחניות וגשמיות. נוץ נישט דיין ידיעות ובקיאות פון זעהן קינדער בכלל צו השתתפות ליל חתונה אדער גענצליכע אפהאקן.
אהא, דא ליגט באהאלטען דיין נקודה.
איינער וואס איז געוועהן א רשע מרושע צודרייטער גענוג אז מען האט נעבעך געמוזט אפטיילן פין אים זיין קינד, און עס איז געוועהן גערעכט, זאגסטו אז צום חתונה דארף ער אנקומען ווי א מחותן.
אנטשולדיגט, אבער ביסט נישט גערעכט. ער איז מוחזק צודרייטער, און וועט זיכער אנמאכן פראבלעמען.
פארשטייט זיך, דער גאנצע דיון איז נישט לגבי נישט פרומע עלטערן, עלטערען וואס זענען אראפ פין וועג, אט"ד, דאס איז א באזונדערע נושא. מען קען מחלק זיין צווישן שלום דין, וואס איז מער דער הארמלעס טיפ, און אנארטעדאקס וואס לאזט נישט אדורך א געלעגענהייט פין שטופען איר נישט פרומקייט אין פנים.
מתבודדגעפיהלן טענה’ען זיך.
ס’איז זיכער דא פעלער ווען ס’איז בארעכטיגט אפצוהאלטן דעם פאטער, און ס’איז אויך דא פעלער ווען ס’איז ריינע נטירה, שנאה, נקמה, געלט און כבוד.
די צווייטע גרופע איז ליידער דאס רוב הניכר. זהו.
--
אה, וואלווי זאגט עס דאכטצעך
וויאזוי ווייסטו? און אױב איך װעל זאגן פארקערט, אז דער ערשטער גרופע איז כמעט אלעמאל? אמאהל אמאהל מאכט זיך אזעלכע וואס ליידן און קענען נישט קומען?
און און אנדערע אשכול דא, בעהט מען עפעס פאר פרוף, די באשולדיגסט דער כלל מיט אזא באשולדיגונג, האסט פרוף?
א
@קנאפ, שלום עליכם, קומט אריין מאכט אייך א קאווע און לאזט אייך הערן.
אננעמענדיג אז האסט נישט פארשטאנען וואס @אנאנים זאגט וועליכעס מסביר זיין.
ער זאגט אז א אטד איז בארעכטיגט מיטן אפפארן ווייל אונזער סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט פאר יעדעם.
יעצט, צו זאגן אז א פעדאפיל איז אויך בארעכטיגט איז אין בעסטן פאל א אנדייטונג אז די ווייסט נישט וואס ס’מיינט. ניין. א פעדאפיל איז אין קיין פאל בארעכטיגט. זאל ער גיין צו א דאקטער אדער זיך איינשפארן אין זיין הויז עד יעבור זעם...
עגעין, כ’בין דיר דן לכף זכות אז האסט געוואלט ארויסברענגן עפעס אנדערש און עס געלייגט אין די ראנג קאנטעקסט. אבער חכמים הזהרו בדבריכם.
יהורם החכם האט געשריבן
און צו דעם חכם וואס האט גערעדט איבער יואלי לעבאוויטש׳ס פרשה. צו האט איר בכלל געקלערט בעפארן שמירן אייערע ווערטער? איז אייער קאפ גענוג גרויס צו פארנעמען דעם פאקט, אז צוליב א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאמיליע פאליטיק האט מען געגזל׳ט קינדער פון א צובראכענעם טאטן? אדער ביסטו הארצלאז אדער ביסטו בלינד. און נאכמער ווי דעם, ווען דאס קינד שטעלט זיך אויף און וויינט זיך אויס צו כלל ישראל, ביסטו נאכאלס נישט זיכער אויב עס איז נישט געווען די ריכטיגע זאך צו טון?
ישר כח פאר מיר טיטילירן "חכם" הגם איך בין נישט א ספרדי.
האסט עפעס צו ענטפערען לגופו של דבר וואס איך האב געשריבן, אדער נאר סתם דעמאגאגיע כדרכן של "חכמים"?
האסט ליב יואלי לעבאוויטש? איך אויך! פארדעם מיינט נישט אז ער איז גערעכט מיט זיינע "בכיות".
די ווייסט און קענסט פרשת ר' מיכל לעבאוויטש וואס איז געשעהן פין דער לויפערס זייט? אוודאי איז גרינג אנצושמירען מענטשן אלץ רשעים און הארצלאז, אבער אפשר, נאר אפשר,אפשר זענען זיי יא געוועהן גערעכט?
ווערסט דו א גאנצע קנאקער וואס איז עומד בשם הרחמנות נגד די רשעים און קאלטבלוטיגער "חברה" און פראבירסט מיר אויך אריין לייגען אין כלל,
שעם אן יא
מתבודד@קנאפ, שלום עליכם, קומט אריין מאכט אייך א קאווע און לאזט אייך הערן.
אננעמענדיג אז האסט נישט פארשטאנען וואס @אנאנים זאגט וועליכעס מסביר זיין.
ער זאגט אז א אטד איז בארעכטיגט מיטן אפפארן ווייל אונזער סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט פאר יעדעם.
יעצט, צו זאגן אז א פעדאפיל איז אויך בארעכטיגט איז אין בעסטן פאל א אנדייטונג אז די ווייסט נישט וואס ס’מיינט. ניין. א פעדאפיל איז אין קיין פאל בארעכטיגט. זאל ער גיין צו א דאקטער אדער זיך איינשפארן אין זיין הויז עד יעבור זעם...
עגעין, כ’בין דיר דן לכף זכות אז האסט געוואלט ארויסברענגן עפעס אנדערש און עס געלייגט אין די ראנג קאנטעקסט. אבער חכמים הזהרו בדבריכם.
איך זעה אז דו האסט געכאפט בערך וואס איך האב געוואלט זאגן, איך האב אבער צוריק געצויגן ווייל כשם שמצוה לומר וכו', אבער אזוי ווי דו האסט דאס שוין ממילא ארויסגעברענגט און דאן אפגעפרעגט וויל איך קלאר מאכן מיין שטאנדפונקט.
אין מיינע אויגן איז סיי אפפארן און סיי פעדאפיליע נישט בארעכטיגט, לימודי זכות און פארשטיין אז יענער סטראגלט וכו' איז דא ביי ביידע, אפגעזען וועלעכע איז הארבער.
אה"נ לויט א נישט אידישע השקפה איז אפפארן בארעכטיגט.
קנאפ מתבודד@קנאפ, שלום עליכם, קומט אריין מאכט אייך א קאווע און לאזט אייך הערן.

דו פארפארסט אינגאנצן פונעם ענין. ווי קומט דא אריין בארעכטיגט? די שמועס איז נישט אויב מ'מעג אפפארן אדער נישט. ער מעג טון וואס ער וויל און זיין גיהנום פאר זיינע עבירות וועט נאכקומען.
מ'רעדט דא פון השתתפות ביי חתונות, געווענליך א חתן וואס איז אינעם היימישן סיסטעם שעמט זיך ווען זיין אפגעפארענע טאטע קומט צו זיין חתונה, און דעיס איז פונקט גענוג סיבה צו צוריקהאלטן דעם טאטן פון חרוב מאכן זיין קינד'ס חתונה. אוודאי דארף מען פרובירן צו רעדן צו אים און אים פרובירן צו משכנע זיין ער זאל יא צולאזן זיין טאטן און מסביר זיין ווי זיין טאטע האט אים נאך אלס ליב וכו' אבער אויב עקשנ'ט ער זיך דאן זאל די טאטע וויסן אז דאס איז די פרייז פאר די גליקליכע שריט פון אפלאזן די סיסטעם.
פארשטייט זיך ווען עס קען שאטן פאר די קינדער, למשל אז די אנדערע קינדער וועלן ווערן טראומטייזט ביים זען זייער פאטער אד''ג איז נישטא אפילו וואס צו רעדן.
איך האב נישט געזאגט קיין ווארט וועגן השתתפות בחתונות, איך האב זיך באצויגן נאר צו דעם השקפה אז אפפארן איז איכשהו בארעכטיגט, קוקט גוט איבער מיין תגובה ביטע.
Re: קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
איך פארשטיי נישט די אמפעריי דא. איז דען נישט מער ווי נארמאל אז ווער עס מאכט די חתונה, לאמיר נעמען א משל אז די חתן מאכט זיך אליינס חתונה, זאל דער חתן באשליסן ווער עס קען יא קומען און ווער נישט. און פון דא און ווייטער איז שוין זייער שווער דן צו זיין אויב ער [דער חתן] טוט דאס ריכטיגע. און אפילו ער טוט אומריכטיג איז דאס נישט מיין געשעפט, ס'איז זיין לעבן, זיין חתונה, און זיינע חשבונות.
ווי עס ווערט יא קאמפליצירט איז אין א פאל ווי א פעטער וכדו' הייבט אן צו קאָמאַנדעווען. אבער ווייטער, ווי איז מעגליך צו זאגן א מיינונג אויף א משפּחה קאנפליקט אָן בכלל קענען גוט די פרטים?
היסטאריעיהורם החכם האט געשריבן
און צו דעם חכם וואס האט גערעדט איבער יואלי לעבאוויטש׳ס פרשה. צו האט איר בכלל געקלערט בעפארן שמירן אייערע ווערטער? איז אייער קאפ גענוג גרויס צו פארנעמען דעם פאקט, אז צוליב א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאמיליע פאליטיק האט מען געגזל׳ט קינדער פון א צובראכענעם טאטן? אדער ביסטו הארצלאז אדער ביסטו בלינד. און נאכמער ווי דעם, ווען דאס קינד שטעלט זיך אויף און וויינט זיך אויס צו כלל ישראל, ביסטו נאכאלס נישט זיכער אויב עס איז נישט געווען די ריכטיגע זאך צו טון?
ישר כח פאר מיר טיטילירן "חכם" הגם איך בין נישט א ספרדי.
האסט עפעס צו ענטפערען לגופו של דבר וואס איך האב געשריבן, אדער נאר סתם דעמאגאגיע כדרכן של "חכמים"?
האסט ליב יואלי לעבאוויטש? איך אויך! פארדעם מיינט נישט אז ער איז גערעכט מיט זיינע "בכיות".
די ווייסט און קענסט פרשת ר' מיכל לעבאוויטש וואס איז געשעהן פין דער לויפערס זייט? אוודאי איז גרינג אנצושמירען מענטשן אלץ רשעים און הארצלאז, אבער אפשר, נאר אפשר,אפשר זענען זיי יא געוועהן גערעכט?
ווערסט דו א גאנצע קנאקער וואס איז עומד בשם הרחמנות נגד די רשעים און קאלטבלוטיגער "חברה" און פראבירסט מיר אויך אריין לייגען אין כלל,
שעם אן יא
פאר דו פארלאנגסט ענטפערס צו "גופן של דברים" ביטע צייג אן וואס די דברים זענען.
שרייבסט/פרעגסט צו דער עולם ווייסט די פרשה מצד די לויפערס, און דו שרייבסט גארנישט, נאכדעם האסטו טענות. מצדי זאל ר' מיכל ווען האבן געווען א בעל דמיון, בעל טמיון, צו גאר בן תמליון אליינס, איז עס אירעלעווענט, די איינציגסטע שאלה איז, איז ער געווען דעינזשערעס פאר זיינע קינדער? האבן די קינדער פארלאנגט אז זייער פאטער זאל נישט קומען צום חתונה? חוץ מזה קען ער זיין דער טייוול אליינס און עס איז נישט דא קיין שום סיבה בעולם.
מען ווייסט געווענליך א שטיק צייט פאר א חתונה אז עס גייט פארקומען.
אויב זאל דער אט"ד טאטע קומען מיט א בארד און א שטריימל אזוי ער איז געגאנגען פארן אפפארען, וואלט מען אין געלאזט קומען? דו בזיונות זענען היבש מילדער.
ווען דער מאמע איז אט"ד, קען זי דאך קומען כאילו זי איז פרום.
געווענליך אבער איז דא עפעס אנדערש. דער קינד וויל פראקלאמירען אז ער האט גארנישט מיט דער אפגעפארענער, מען זאל אים נישט חושד זיין אז ער וויל אויך. פונקט ווי דער טאטע צו דער מאמע וויל פראקלאמירען אז זיי זענען אפגעפארן.
דער נושא איז באמת שווער, אין שנאה כשנאת הדת.
שושן פורים היסטאריעיהורם החכם האט געשריבן
און צו דעם חכם וואס האט גערעדט איבער יואלי לעבאוויטש׳ס פרשה. צו האט איר בכלל געקלערט בעפארן שמירן אייערע ווערטער? איז אייער קאפ גענוג גרויס צו פארנעמען דעם פאקט, אז צוליב א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאמיליע פאליטיק האט מען געגזל׳ט קינדער פון א צובראכענעם טאטן? אדער ביסטו הארצלאז אדער ביסטו בלינד. און נאכמער ווי דעם, ווען דאס קינד שטעלט זיך אויף און וויינט זיך אויס צו כלל ישראל, ביסטו נאכאלס נישט זיכער אויב עס איז נישט געווען די ריכטיגע זאך צו טון?
ישר כח פאר מיר טיטילירן "חכם" הגם איך בין נישט א ספרדי.
האסט עפעס צו ענטפערען לגופו של דבר וואס איך האב געשריבן, אדער נאר סתם דעמאגאגיע כדרכן של "חכמים"?
האסט ליב יואלי לעבאוויטש? איך אויך! פארדעם מיינט נישט אז ער איז גערעכט מיט זיינע "בכיות".
די ווייסט און קענסט פרשת ר' מיכל לעבאוויטש וואס איז געשעהן פין דער לויפערס זייט? אוודאי איז גרינג אנצושמירען מענטשן אלץ רשעים און הארצלאז, אבער אפשר, נאר אפשר,אפשר זענען זיי יא געוועהן גערעכט?
ווערסט דו א גאנצע קנאקער וואס איז עומד בשם הרחמנות נגד די רשעים און קאלטבלוטיגער "חברה" און פראבירסט מיר אויך אריין לייגען אין כלל,
שעם אן יא
פאר דו פארלאנגסט ענטפערס צו "גופן של דברים" ביטע צייג אן וואס די דברים זענען.
שרייבסט/פרעגסט צו דער עולם ווייסט די פרשה מצד די לויפערס, און דו שרייבסט גארנישט, נאכדעם האסטו טענות. מצדי זאל ר' מיכל ווען האבן געווען א בעל דמיון, בעל טמיון, צו גאר בן תמליון אליינס, איז עס אירעלעווענט, די איינציגסטע שאלה איז, איז ער געווען דעינזשערעס פאר זיינע קינדער? האבן די קינדער פארלאנגט אז זייער פאטער זאל נישט קומען צום חתונה? חוץ מזה קען ער זיין דער טייוול אליינס און עס איז נישט דא קיין שום סיבה בעולם.
לעבאוויטש האט נישט קיין שייכות מיט חתונה.
מען רעדט וועגן דאס וואס מען האט אים אפגעהאקט און נישט געלאזט וויזיטעישען, און יואל'י האט געשריבן וועגן דעם אין א באקאנטע מאגאזין (פראנט ראווער) ווי ער באשולדיגט "אלע" וואס לאזן נישט קינדער זעהן עלטערען.
אויף דעם איז דער דיון.
און מיין שאלה איז, יואלי איז נישט געוועהן דעמאלס און ווייסט נישט, און אפשר זענען זיי געוועהן גערעכט, ממילא האט ער נישט קיין רעכט
א. צו מאכן א כלל.
ב. צו באשולדיגן די לויפערס.
עד כאן.
האסט פיינט די לויפערס? ווער נישט? אבער דאך. האסט ליב יואלי? ווער נישט? אבער דאך.
מען קען נישט קובע זיין מיט אהבה און שנאה, נישט קיין כלל און נישט קיין פרט.
עס איז דא פעלער וואס מען דארף צוטיילען קינדער פין עלטערען, געציילטע פעלער, אבער עס איז דאך דא. פרעג א טעראפיסט. עס איז דא.
דער נאנסענס אז "קיינמאל" טאר עס נישט געשעהן, איז אבי גערעדט.
צו רעדן פון איינציגע פעלער און מאכן פון דעם "אז מ'קען נישט מאכן א כלל" איז מאניפעלעירעט די שמועס דא.
מ'רעדט אלס א כלל, איז נישט אריינלאזן עלטערן צו א קינדס חתונה א דערהערטע זאך.
אז די קינדס טאטע איז א רוצח - שטן - נואף איז נישטא דער נידון דא, יעדער איינער איז מסכים אויב די טאטע קען שעדיגן די קינדער דארף מען זיך היטן.
אגב וואלט איך געוואלט הערן דא די אלע "מ'קען נישט מאכן א כלל" ניקס, זאלן אויך האלטן אזוי אויב די זעלבע זאך איז ביי די מאמע.
[ציטאט אראפגענומען]
צ"ל, געוועזענע שוואגער "און מחותן", שמואל פריד האט א זוהן וואס איז א איידעם ביי ר' מיכל.
[ציטאט אראפגענומען]
כהאב יארן צירוק געליינט א גאנצע דיקע בוך וואס איז ארויסגעקומען אויף דעם לעבאוויטש פרשה. כגעדענק שוין נישט וויאזוי עס האט געהייסן, אבער עס איז געווען באשריבן מצד לעבאוויטש. לויט ווי עס ליגט מיר אין זכרון טענה'ן זיי אז די לויפערס זענען געווען פארמישט אין יעדע חלק פון די מעשה רשעות וואס איז דאן פארגעקומען. צו בישרון צו בעקיפון.
דאכצעך אז ס'נאכנישט דא קיין אשכול וואס שמועסט אויס די גאנצע פרשה. עס וואלט געווען כדי, למען ידעו דור אחרון, אז די וואס האבן מיטגעהאלטן די פרשה פון די נאנט (פון ביידע צדדים פון די מטבע) זאלן באשרייבן אביסל פון זייער זכרונות און עס מיטיילן מיט ציבור, און א באזינדערע אשכול.
עצי שטיםדאכצעך אז ס'נאכנישט דא קיין אשכול וואס שמועסט אויס די גאנצע פרשה. עס וואלט געווען כדי, למען ידעו דור אחרון, אז די וואס האבן מיטגעהאלטן די פרשה פון די נאנט (פון ביידע צדדים פון די מטבע) זאלן באשרייבן אביסל פון זייער זכרונות און עס מיטיילן מיט ציבור, און א באזינדערע אשכול.
אם סארי... כהאב געמאכט א זיך, און געטראפן.. ס'איז יא דא..
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=4566&hilit=%D7%9E%D7%A2%D7%9B%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%A1%D7%98%D7%9F#p144124
עצי שטים
כהאב יארן צירוק געליינט א גאנצע דיקע בוך וואס איז ארויסגעקומען אויף דעם לעבאוויטש פרשה. כגעדענק שוין נישט וויאזוי עס האט געהייסן.
@שעפטל האט מיר אויפגעפרישט דעם זכרון... יא דעם ספר דברי שלום ואמת. ס'איז א ספר פנימי, כהאב עס דערווישט פון א ניקלשבורגע חסיד, און דורכעליינט.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=144222#p144222[ציטאט אראפגענומען]
שמואל פריעד איז אויך נישט א רשע סתם. ווייל ער איז געוועהן דער וואס האט עס געטוהן מיינט נישט אז ער איז געוועהן ראנג.
עצי שטים[ציטאט אראפגענומען]
כהאב יארן צירוק געליינט א גאנצע דיקע בוך וואס איז ארויסגעקומען אויף דעם לעבאוויטש פרשה. כגעדענק שוין נישט וויאזוי עס האט געהייסן, אבער עס איז געווען באשריבן מצד לעבאוויטש. לויט ווי עס ליגט מיר אין זכרון טענה'ן זיי אז די לויפערס זענען געווען פארמישט אין יעדע חלק פון די מעשה רשעות וואס איז דאן פארגעקומען. צו במישרין צו בעקיפין.
עצי שיטים: דו ברענגסט ארויס א וויכטיגע נקודה. איך וויל עס נאר מער מדגיש זיין. כאטש די לויפערס זענען נישט געווען די איינציגסטע וועלכע האבן אנגעטון שרעקליכע מעשי רשעות און גורם געווען לעבנסלענגליכע טראומא פאר א סאך אומשולדיגע מענטשן, ס'איז ליידער געווען איינער וועלכער זיין גאנץ חיות און עקזיסטענץ איז הויל רשעות, כאטש ער באקליידט זיך אין א גאר פרומען לבוש (כ'מיין עס נישט ליטערעללי) אבער די לויפערס האבן אנאנדער'ן מיחוש. זיי מיינען אז די צדקה וחסד וואס זיי טוען טוט מכפר זיין, אדער געט זיי א לייסנס צו טון מעשי רשעות אויף א שרעקליכן פארנעם, פארשטייצעך אלעס מלובש אין קנאות.
ווער ס'האט געהערט ר' יואלי לעבאוויטש רעדן ביי די שבת קרבתנו און ביי אנדערע געלעגנהייטן קען זעהן דעם צער וואס ליגט טיעף אין זיין נשמה, וואס וועט איהם באגלייטן זיין גאנץ לעבן. קיין איינער פון די עושי רשעה איז נישט צוגעגאנגען (לפי ידיעתי) צו יואלי אדער די אנדערע מענטשן אין זיין משפחה און געבעטן מחילה.
איך וויל נישט אריינרעדן אין די ספעציפישע מעשיות פון מענטשן, ווייל איך בין נישט באקאנט פון דער נאנט. לאמיר נאר רעדן פון ווען איינער איז אראפ פון דרך וכדומה.
די מציאות איז, די עדיטוט ביי אונז קעגן OTD איז זייער נעגאטיוו. קינדער וואס וואקסן אויף אין די קאמיוניטי, וואס האבן א טאטע אדער מאמע וואס איז אוועק געגאנגען, וועלן זיי אפט הערן און זען א נעגאטיווע באציאונג איבער זייער טאטע/מאמע.
אויב עס קומט צו אזא קינד'ס חתונה, און דער חתן וויל נישט זיין טאטע זאל קומען צו די חתונה למשל, איז דאס בכלל א חידוש? פארשטייט זיך אויב האט ער אייביג נאר געהערט נעגאטיוויטי און באשולדיגונגען כלפי זיין טאטע, און ער ווייסט עס איז א "בושה" צו האבן אזא טאטע אין די קהילה, איז צו ערווארטן ער זאל טאקע צושטימען מען זאל נישט רופן זיין טאטע צום חתונה.
לאמיר א מינוט טראכטן פון אן אנדערע מציאות, אויב זאל זיין א בעל תשובה וואס איז געווארן א היימישער איד, און זיין טאטע און זיידע פאר 5 דורות זענען נישט געווען ערליך בכלל, וועט מען רעדן צו אים נעגאטיוו וועגן זיין טאטע און מאמע? קיינמאל נישט. אפילו אויב זיין גאנצע משפחה בלייבט אינגאנצן פריי, וועט יעדער פארשטיין ער זאל זיי מכבד זיין, און יעדער וועט אים רעספעקטירן אויב ער האלט אן א געזונטע רילעשינשיפ מיט זיי.
ווען עס וועט קומען די גליקליכע יום החתונה פון די בעל תשובה, וועט מען אוודאי רופן זיין משפחה, און מען וועט זיי פראבירן צו מכבד ווי ווייט מעגליך לפי המצב.
פארוואס ווען די מעשה איז פארקערט זאל זיין אנדערש? איך פארשטיי די געפילן זענען אנדערש, און מען קען זיין אויפגעברויזט אויף זיי. אבער ווען מען לייגט אוועק די געפילן, און מען קוקט עס בלויז מיט לאגיק, זע איך נאר מען דארף זיי מכבד זיין און זען צו מאכן א קידוש השם. דאס איז לענ"ד אמת סיי אין געווענליכע צייטן, און סיי ביי א חתונה אדער אנדערע ספעציעלע זמנים.
ס'איז בערך די חילוק צו איינער האט פארדינט א מיליאן דאלער אדער פארלוירן א מיליאן, כאפסט?
איך וואלט אלץ אויפגעטוישט א מילליאן דאללער פאר א מילליאן ביטקוין 😂
איך אויךס'איז בערך די חילוק צו איינער האט פארדינט א מיליאן דאלער אדער פארלוירן א מיליאן, כאפסט?
טאקע דאס איז די גרויסע פראבלעם. די ווילסט מסביר זיין די ווייטאג, ער קומט מסביר זיין כבוד בני אדם, וואס דאס האט נישט קיין פרייס טעג
Re: קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
זעט אויס איך האב מיר נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט.
איך האב נישט געמיינט צוצוגלייכן א בעל תשובה צו אן OTD, עס איז אוודאי צוויי אנדערע זאכן. איך האב נאר געוואלט מאכן א פארגלייך פון מעשיות וואס האבן זיך געענדיגט ביי די זעלבע מצב, דאס הייסט, ביי ביידע איז דא די מציאות פון אן ערליכע קינד, מיט נישט ערליכע עלטערן.
איין מעשה הייבט זיך אן מיט א משפחה וואס איז נישט ערליך, און די קינד ווערט א בעל תשובה. און די צווייטע מעשה הייבט זיך אן מיט אן ערליכע משפחה וואס איין פון די עלטערן איז געגאנגען OTD. אחרי ככלות הכל, האבן אונז ביי ביידע מצבים די שאלה וויאזוי זאל א היימישע בחור זיך באציען צו א טאטע וואס איז נישט ערליך.
און אויף דעם האב איך געזאגט, ביי די בעל תשובה פארשטייט יעדער ער זאל מכבד זיין זיינע עלטערן. אבער ביי די OTD איז עס נישט אזוי. און לענ"ד איז נישטא קיין שום חילוק, חוץ די געפילן וואס ווערן אינוואלווד.
Sent from my SM-G970U using Tapatalk
אמת. ס’איז די געפילן וואס ווערן איוואלווד, און טאקע פון ביידע זייטן סיי פונעם קינד און ארומיגע משפחה כלפי דעם אט’ד, און סיי פארקערט פונעם אט’ד כלפי די פרום געבליבענע משפחה מיטגלידער.
ס’אוודאי נישט קיין כלל און ס’בארעכטיגט אויך נישט גארנישט אבער אפטמאל איז דאס די קעיס.
אבער גלייך עס נישט ממש צו צום פרייען באבע וואס ווישט זיך די טרערן פון התרגשות פון זען אזויפיל פרומע אידן און פריידט זיך מיט די אידישע נחת...
שולי רנד שפיעלט אין איין אזא מיוזיק קליפ...!