☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת

הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15606

דורש אמת » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:24 pm

· #510640
הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת
אן אפענע בריוו צו רבקי, מיין טאכטער, אויפ'ן טאג פון איר חתונה.

רבקי מיין טייערע באליבטע, כאטש מיר האבן נישט גערעדט שוין אסך יאר, איז מיין הארץ מיט דיר, בשעת דו גרייטסט זיך פאר דיין חתונה היינט נאכט, און דו וועסט אריינטרעטן אין א נייע קאפיטל פון דיין לעבן אלס א פארהייראטע פרוי.
טראצדעם וואס מיין פיין איז נישט צום באגרייפן, אז איך קען נישט זיין מיט דיר אין דעם גרויסן טאג, וויל איך זאלסט וויסן אז איך שיק דיר מיין בעסטע וואונטשן און אלע גוטע ברכות. דו ביזט ווערד גארנישט ווייניגער פון דאס בעסטע וואס קען נאר זיין.
איך בין אזוי שטאלץ מיט דיר, וואספארא אויסערגעווענטליכע יונגע פרוי דו ביזט אויפגעוואקסן. א הערליכע, פעסטע, גייסטרייכע, פארזיכערטע און ליבליכע פרוי.

פון די ערשטע מינוט וואס דו ביזט געבוירן, האט געשיינט פון דיר ליבשאפט און א רוהיגע גייסט מיט זיכערקייט.
מענטשן האבן זיך אפט טועה געווען און געמיינט אז דו ביזט א בת יחידה, כאטש דו ביזט באמת די פיפטע פון צען קינדער.
מיט דיין שטילע זעלבסטשטענדיגקייט, און דיין זיסע פריינטליכקייט, האסטו אונז אלע צוגעצויגן ווי ארומגעוויקלט ארום דיר.
ווען דו ביזט געווארן עלטער, האב איך געשעפט אזויפיל נחת רעדנדיג מיט דיינע לערערינס וואס האבן דיר אלעמאל אויסגערימט. דו האסט זיך כסדר אויסגעצייכנט אין דיינע לימודים און געוואוסט וויאזוי צו זיין א גוטע חבר'טע.

איך האב אזוי ליב געהאט וויאזוי דו פלעגסט מיטקומען מיט מיר צו די ארבעט פרייטאג און אנפולן ענוועלויפס בשעת איך האב צוגעענדיגט מיינע אויפגאבעס פון די וואך. די דאזיגע שטילע מאמענטן וואס מיר זענען געווען צוזאמען, אוועק פון די הו הא פון דערהיים, איז אפט געווען די הויכפונקט פון מיין גאנצע וואך.

און נאכדעם איז געקומען די ביטערע פיין פון אפשייד, ווען איך בין אוועק פון דערהיים מיט די יונגערע קינדער.
און די שאלות וואס האבן געעגבערט:
וואס האב איך געקענט טון אנדערש? האב איך געטון גענוג דיר צו לאזן וויסן ווי שטארק איך האב דיר ליב?
האב איך פרובירט גענוג שטארק אנצוהאלטן קשר מיט דיר, דורכאויס די יארן?
איז געווען עפעס אנדערש וואס איך האב געקענט טון עס צו מאכן גרינגער פאר דיר?

איך האב נישט קיין ענטפער אויף די אלע פראגעס, אבער איך ווייס אז דו ביזט געווען אן אומשילדיג קינד, פארכאפט אין א פארגיפטעטע מצב. און דיר איז זיך נישט געקומען גארנישט פון דעי פיין.

איך בין געווען אזוי פרייליך ווען איך האב געהערט אז דו האסט געטראפן א ליבליכע היים וואו צו וואוינען דורכאויס דיינע היי סקול יארן און פארברענגט צוויי יאר פון ערפאלג אין ארץ ישראל. און צום סוף זיך געסעטלט צו וואוינען מיט גיטי אין לעיקוואד.
איך האב פרובירט זיך מקשר זיין מיט דיר אין מערערע וועגן, און כאטש איך האב פארשטאנען אז דו ווילסט איך זאל דיר אפלאזן האבן די יסורים פון שיידן זיך פון דיר - מיר קיינמאל נישט פארלאזט.

איך האב מצליח געווען צו כאפן קליינע בליקן פון דיר דורכאויס די יארן, און איך בין אלעמאל געווען פול מיט נחת צו זעהן וויאזוי דו אנטוויקלסט זיך צו ווערן די פרוי וואס דו ביזט היינט.

זאלסט וויסן אז כאטש מיר זענען אפגעהאקט, גייט נישט אדורך א טאג וואס איך טראכט נישט פון דיר. מיינע טעג זענען פול מיט בענקשאפט און מיינע נעכט זענען פארפלייצט מיט חלומות פון וואס וואלט געקענט זיין.

רבקי, איך בין דיין מאמע, די פרוי וואס האט געהאט די זכי' דיר צו געבוירן און דיר ברענגען אויף דער וועלט. זאלסט וויסן אז אפגערעדט פון וואס ס'האט פאסירט דורכאויס די יארן, און וואס מען האט דיר געזאגט וועגן מיר, וועט דער קשר אלעמאל בלייבן. און אויב, און ווען, דו באשליסט מיר צו האבן אין דיין לעבן, בין איך דא פאר דיר אין סיי וועלכע וועג דו וועהלסט אויס.
און דערווייל וועל איך שטיין אין די זייט און שטילערהייט זיך פרייען פאר דיר. איך וועל פייערן אלע דיינע דערפאלגן, און שטיין מיט דיר אין דיינע שווערע צייטן.

רבקי איך האב דיר ליב אהבת נפש, מער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן.

דאס בריוו איז איבערגעזעצט געווארן פון ענגליש. די ארגינעלע בריוו קען מען זען דא https://www.facebook.com/Beatriceweber11

דורש אמת » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:29 pm

· #510641
אויב קענסטו נישט איר געשיכטע קענסטו הערן אביסל דא די אומשטענדן וויאזוי זי האט פארלאזט אן עביוסיוו מערידש

https://www.youtube.com/watch?v=csffhJgL1d8

יעקב מענטש » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:16 pm

· #510681
דורש אמת
אויב קענסטו נישט איר געשיכטע קענסטו הערן אביסל דא די אומשטענדן וויאזוי זי האט פארלאזט אן עביוסיוו מערידש

https://www.youtube.com/watch?v=csffhJgL1d8
איז זי די זעלבע וואס האט משוגע געמאכט צעהלים חדר?

בונה של טוב » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:49 pm

· #510685
ס׳גרינג צו זאגן משוגע געמאכט ווען מ׳זעט נאר איין זייט פון די מטבע. ס׳דא עלטערן וואס פילן אז די באגרעניצונג פון נישט געבן קינדער א בּעיסיק עדיוקעישן לאזט זיי ווי אינוואלידן פאר׳ן לעבן. וואלסטו נישט געווען גענוג געטריי צו דיין קינד צו טון אלעס וואס דו קענסט נאר, אויב דיין קינד׳ס צוקונפט איז איינגעשטעלט?

דורש אמת » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:53 pm

· #510686
Re: הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנ
על פי תורה איז עס טשיילד עביוז

שמן למאור » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 6:16 pm

· #510689
יעקב מענטש
דורש אמת
אויב קענסטו נישט איר געשיכטע קענסטו הערן אביסל דא די אומשטענדן וויאזוי זי האט פארלאזט אן עביוסיוו מערידש

https://www.youtube.com/watch?v=csffhJgL1d8
איז זי די זעלבע וואס האט משוגע געמאכט צעהלים חדר?
ס'איז דיר גרינג צו רעדן, הא? אלעס גייט דיר ב"ה פיין. חרדיזם ארבייט זיך פיין אויס פאר דיר, די גלייכסט פורצופאל געפילטע פיש מיט טשאלנט, און די קענסט בארעדן דער וואס איז נישט פינקט ווי דיר.

להוה ידוע אז מרס וועבער איז אויך אויפגעוואקסן א איידעלע מיידל און אונזער חסידישע סיסטעם, וואס האט נאר געשטרעבט חתונה צו האבן און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און דינען די באשעפער אזוי ווי מען האט איר מחנך געווען. אבער אונזער סיסטעם האט איר מיאוס באקריוודעט, און זי האט נישט געהאט קיין ברירה און פארלאזט די קאמיוניטי.

זי וויל נישט אז אירע קינדער זאלן ליידן די זעלבע שוקזאל ווי איר, און באקריוודעט ווערן פון די סיסטעם. עס איז גרינג צו זאגן אז "רוב עולם גייט נישט אדורך דאס וואס זי איז אדורך" אבער פארפאלן, זי האט יא צאמגעליטן לכבוד אונזער לעבנסשטייגער, און זי האט אלע רעכטן צו פראבירן צו טון וואס זי קען אז אירע קינדער זאלן האבן א בעסערע לעבן ווי דאס וואס זי האט געהאט.

תרמב » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:17 am

· #510747
די בריוו דערמאנט מיר איבער א הארציגע ארטיקל וואס איך האב געלייענט דעם יום טוב אין די בליק מאגאזין, איבער א טאטע וואס איז פערצופאל אנגעקומען צו זיין זון'ס חתונה, נאכן אים נישט קענען פאר לאנגע יארן, אזעלכע געשיכטעס ברענגען מיר ארויס אסאך עמאוציעס, ס'איז נישט קיין חילוק וואס עס האט צוגעפירט צו די שיידונג, נישט קיין חילוק ווער ס'קוקט אויס שולדיג נעמט עס נישט אוועק פון די פאקט אז יענער איז דאס קינד טאטע אדער מאמע, א טאטע בלייבט א טאטע, און ס'טוט זייער וויי אז מ'קען נישט האבן קיין שייכות מיט די קינדער.

בונה של טוב » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:25 pm

· #510805
https://www.instagram.com/p/CZxshGKPbyl/

איך האב געטראפן יעצט דעי ניגון פון אלי לעווין. ס'איז זייער הארציג און ס'האט מיר געמאכט וויינען טראכטנדיג פון טראגישע געשעהנישן ווי דעיס

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:24 pm

· #510808
יא. איך קען אויך איינעם וועלכער איז פארבאטן געווארן צו האבן עפעס א שייכות מיט זיינע קינדער. (או.קעי. ער איז א וואוילע פרי.). און ווען זיין טאכטער האט חתונה געהאט האט מען (אין די משפחה) געדינגען גארדס מ'זאלל איהם נישט לאזן אריינגיין אין זאל צו די חתונה. איך האב איהם באגעגנט אינדרויסן. מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דעם צער וואס ער האט געהאט. ס'האט מיר געברענגט טרערן...!

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:10 am

· #510864
מען קען ליינען אין דער ביכל פין דער סקווירא כל באיה לא ישובון, ווי ער שרייבט וועגען דער חתונה פין זיינע קינדער.

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג אקטאבער 30, 2022 10:17 am

· #510903
חבל אויף די קינדער וואס ווערן אוועקגערויבט פון די ליבשאפט פון זייער מאמע

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:06 am

· #510914
עס איז דא א מעשה מיט ר' אליעזר פין דזיקוב, עס איז געוועהן אין שטאט א איד וואס איז געזעצען אין בעסמעדריש אגאנצען טאג מיט טלית און תפילין, אבער איז געוועהן א פאלנער עם הארץ.

די קינדער האבן אים געטשעפעט, איין טאג האבן אים די קינדער אזוי דערקוטשעט, און ער האט מחליט געוועהן, גענוג איז גענוג, און איז געגאנגען צום גלח און זיך ל"ע גע'שמד'ט.

האט דער דזיקוב'ר געזאגט צו די קינדער, ווען ער נעמט ארויס א תהלים און וויינט זיך אויס אויף דעם וואס ענק האבן אים געטשעפעט, וואלט איך חושש געוועהן פאר ענקער לעבען, ענק האבן מזל ער האט נישט געהאט קיין שכל און זיך גע'שמד'ט.

והמבין יבין.

בת קול » זונטאג אקטאבער 30, 2022 1:52 pm

· #510927
איך האלט אז זי האט נישט געטוהן ריכטיג צו איר טאכטער, עס צו לייגן אויף א פאבליק פלאטפארם.
איך פארשטיי איר צער, אבער די פובליק בושות זענען מן הסתם א חלק פון די סיבה פארוואס די טאכטער וויל נישט האבן קיין שייכות.

פרנס החודש » זונטאג אקטאבער 30, 2022 2:05 pm

· #510929
Re: הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנ
אויספויקן פאמיליע ענינים ברבים איז א ענין פאר חולי נפש. און איר סיבה פאר קלאגן די סטעיט איז אויך פאר קליינליכע קריגערייען מיט איר מאן, אבער למעשה פון די אלע משוגעים וועט קומען א ישועה פאר כלל ישראל.

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 30, 2022 3:53 pm

· #510943
בת קול
איך האלט אז זי האט נישט געטוהן ריכטיג צו איר טאכטער, עס צו לייגן אויף א פאבליק פלאטפארם.
איך פארשטיי איר צער, אבער די פובליק בושות זענען מן הסתם א חלק פון די סיבה פארוואס די טאכטער וויל נישט האבן קיין שייכות.
דער בריוו איז נישט צו איר טאכטער, עס איז פאר אונז, צו ערוועקן רחמנות געפילען פאר זי.
געלונגט עס? אביסעל.

בונה של טוב » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 8:15 am

· #510969
די לעצטע פיר תגובות,זענען imho - א רעזאלטאט פון דעם פּרימיטיוון וועלטס בליק מיט וואס מ׳האט אונז ערצויגן. אז מ׳האט אוועקגערויבט פון אונז ליטעראטור (אפילו די בעסטע יידישע שרייבער!) איז נישט קיין חידוש בכלל אז מ׳קען נישט באגרייפן עפעס אנדערש, און ס׳גרינג זיך איינצורעדן, אז די מטרה דא איז עטענטשן.

איך וואלט אויך אזוי געטראכט יארן צוריק. ליטעראטור עפנט אביסל די אויגן צו פארשטיין די מענטשהייט- פארדעם איז עס פארבאטן ביי אונז, אזוי קען מען גרינג ערלויבן די מעשיות משחתות וואס קומט פאר יעדע מאנטיג און דאנערשטיג אין אונזער סיסטעם, און נאכדעם נאך אנטייטלען קאטעגאריש אז די קרבנות זענען גאר די פראבלעם…

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 12:05 pm

· #511030
[ציטאט אראפגענומען]

נישט האבן אן אנדערע אויסוועג איז נישט קיין תירוץ.
ווען איינער וויל נישט האבן קיין שייכות, איז דאס נישט קיין רעספעקטפולע וועג פון איבערגעבן א מעסעדזש, און עס וועט נאר האבן די פארקערטע רעזולטאטן.

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:24 pm

· #511035
עצי שטים
יעקב מענטש
דורש אמת
אויב קענסטו נישט איר געשיכטע קענסטו הערן אביסל דא די אומשטענדן וויאזוי זי האט פארלאזט אן עביוסיוו מערידש

https://www.youtube.com/watch?v=csffhJgL1d8
איז זי די זעלבע וואס האט משוגע געמאכט צעהלים חדר?
ס'איז דיר גרינג צו רעדן, הא? אלעס גייט דיר ב"ה פיין. חרדיזם ארבייט זיך פיין אויס פאר דיר, די גלייכסט פורצופאל געפילטע פיש מיט טשאלנט, און די קענסט בארעדן דער וואס איז נישט פינקט ווי דיר.

להוה ידוע אז מרס וועבער איז אויך אויפגעוואקסן א איידעלע מיידל און אונזער חסידישע סיסטעם, וואס האט נאר געשטרעבט חתונה צו האבן און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און דינען די באשעפער אזוי ווי מען האט איר מחנך געווען. אבער אונזער סיסטעם האט איר מיאוס באקריוודעט, און זי האט נישט געהאט קיין ברירה און פארלאזט די קאמיוניטי.

זי וויל נישט אז אירע קינדער זאלן ליידן די זעלבע שוקזאל ווי איר, און באקריוודעט ווערן פון די סיסטעם. עס איז גרינג צו זאגן אז "רוב עולם גייט נישט אדורך דאס וואס זי איז אדורך" אבער פארפאלן, זי האט יא צאמגעליטן לכבוד אונזער לעבנסשטייגער, און זי האט אלע רעכטן צו פראבירן צו טון וואס זי קען אז אירע קינדער זאלן האבן א בעסערע לעבן ווי דאס וואס זי האט געהאט.
איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע קשיא, און דו האסט געהאט גרייט א קיתון של שופכים, איך האב גארנישט געמיינט, נאר געוואלט וויסן פון וועם מ'רעדט דא.

יעצט צו ענטפערן דיין שאלה, איך באהאלט נישט מיין מיינונג אין דעם ענין.

לפי דעתי זאל זי ארויסנעמן אירע קינדער און זיי איינשרייבן אין סיי וועלכע שולע איר שמעקט, אבער למען השם וואס דרייסטו איבער א נאאיווע סאסייעטי וואס גלייכט נאאיווע דומע דורות, לאז זיי לעבן וויאזוי זיי ווילן און פוץ אפ. אויב האסטו טעכנישע פראבלעמען זיי ארויסצונעמען צוליב מערידזש וכו', איז קיינער נישט שולדיג.

אשאד איבערצוקייען די נושא צו חרידיזים ארבעט יא צו נישט, צו דער עולם איז צופרידן צו נישט.

מענטשען האבן א רעכט צו ערציען זייערע קינדער וויאזוי זיי שמעקט, און אמעריקע יו העוו עי רייט טו בי סטופיט

עכ'פ אויב מיליאנען גוים האבן א רעכט צו שיקן אין פאבליק סקולס וואס האבן א גראדואציע ראטע נאענט צו נול, און הויעכע שאנס אז זיי זאלן אויסוואקסן גאסן קרימינאלן, האבן אונז א רעכט צו שיקן אין שולעס ווי זיי גייען אויסוואקסן לייטישע - כאטש דומע - פאמיליע לייט וואס פיהרן א נארמאלע שטוב

שמן למאור » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:36 pm

· #511037

אם סארי פאר די קיתון של שופכים, ס'האט אויסגעזען פון דיין שאלה אז די וויסלסט נישט סתם וויסן נאר די ווילסט איר אויך באשולדיגן פארן "משוגה מאכן", אזוי ווי די ביסט דיך טאקע בעסער מסביר אין דיין תגובה דא.

וואס הייסט זי זאל ארויסנעמען אירע קינדער? זי קען דאך נישט, זיי זענען נישט ביי איר און זענען נעבעך פארכאפט און ברעינוואשט (לדעתה) ביי די חסידים. אז עס איז דא טעכנישע פראבלעמען זיכט זי דאס צו סאלוון, זייער סימפל.

און די ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז אין אמעריקע האט מען א רעכט צו זיין סטופיד.. כ'מיין ליטערלי ביסטו יא גערעכט, מען מעג זיין משוגה, אבער גיבן די בעיסיק עדוקעישן פאר קינדער איז א אמעריקאנע געזעץ. האסט נישט קיין רעכט צו זאגן אז איך גיב מיין קינד אן אייגענע סארט עדוקעישן וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן פון די שטאט. און אז די מוסד וואו אירע קינדער לערנען קומען נישט נאך די פארשריפטן האט זי אלע רעכטן צו פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן יא באקומען די פארלאנגטע עדוקעישן.

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:37 pm

· #511038
דורש אמת
על פי תורה איז עס טשיילד עביוז
א גוט מארגן.

ס'איז מיר אינטערסאנט אז אזויפיל דיינים, רבנים, ערליכע אידן, ת"ח מופלגים, אביוזן זייערע קינדער אין גרויסן, און דו האסט שוין א פארטיגע בירור וואס די "תורה" פארלאנגט....

אבסורד, ניין?

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:41 pm

· #511039
עצי שטים
יעקב מענטש
איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע קשיא, און דו האסט געהאט גרייט א קיתון של שופכים, איך האב גארנישט געמיינט, נאר געוואלט וויסן פון וועם מ'רעדט דא.

יעצט צו ענטפערן דיין שאלה, איך באהאלט נישט מיין מיינונג אין דעם ענין.

לפי דעתי זאל זי ארויסנעמן אירע קינדער און זיי איינשרייבן אין סיי וועלכע שולע איר שמעקט, אבער למען השם וואס דרייסטו איבער א נאאיווע סאסייעטי וואס גלייכט נאאיווע דומע דורות, לאז זיי לעבן וויאזוי זיי ווילן און פוץ אפ. אויב האסטו טעכנישע פראבלעמען זיי ארויסצונעמען צוליב מערידזש וכו', איז קיינער נישט שולדיג.

אשאד איבערצוקייען די נושא צו חרידיזים ארבעט יא צו נישט, צו דער עולם איז צופרידן צו נישט.

מענטשען האבן א רעכט צו ערציען זייערע קינדער וויאזוי זיי שמעקט, און אמעריקע יו העוו עי רייט טו בי סטופיט

עכ'פ אויב מיליאנען גוים האבן א רעכט צו שיקן אין פאבליק סקולס וואס האבן א גראדואציע ראטע נאענט צו נול, און הויעכע שאנס אז זיי זאלן אויסוואקסן גאסן קרימינאלן, האבן אונז א רעכט צו שיקן אין שולעס ווי זיי גייען אויסוואקסן לייטישע - כאטש דומע - פאמיליע לייט וואס פיהרן א נארמאלע שטוב
אם סארי פאר די קיתון של שופכים, ס'האט אויסגעזען פון דיין שאלה אז די וויסלסט נישט סתם וויסן נאר די ווילסט איר אויך באשולדיגן פארן "משוגה מאכן", אזוי ווי די ביסט דיך טאקע בעסער מסביר אין דיין תגובה דא.

וואס הייסט זי זאל ארויסנעמען אירע קינדער? זי קען דאך נישט, זיי זענען נישט ביי איר און זענען נעבעך פארכאפט און ברעינוואשט (לדעתה) ביי די חסידים. אז עס איז דא טעכנישע פראבלעמען זיכט זי דאס צו סאלוון, זייער סימפל.

און די ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז אין אמעריקע האט מען א רעכט צו זיין סטופיד.. כ'מיין ליטערלי ביסטו יא גערעכט, מען מעג זיין משוגה, אבער גיבן די בעיסיק עדוקעישן פאר קינדער איז א אמעריקאנע געזעץ. האסט נישט קיין רעכט צו זאגן אז איך גיב מיין קינד אן אייגענע סארט עדוקעישן וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן פון די שטאט. און אז די מוסד וואו אירע קינדער לערנען קומען נישט נאך די פארשריפטן האט זי אלע רעכטן צו פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן יא באקומען די פארלאנגטע עדוקעישן.
בקיצור ביזטו מסכים, זי האט א פערזענליכע פראבלעם ארויסצונעמען די קינדער.

איך האב שטארק רחמנות אויף איר, אבער פארוואס גיבט דאס איר די 'מאראלע' רעכט צו צודרייט מאכן א גאנצע קאמיוניטי

וואס אנבאלאנגט די טעכנישע געזעץ קענען מיר זיך טענה'ן פון יעצט ביז קאנארסי, אבער ס'איז נישט רעלעוואנט אויף די 'מאראל ארגומענט'

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 5:40 pm

· #511050
הייסט זי האט מסכים געווען אויף א חסידישע חינוך, נאר געוואלט א מוסד וואס לערנט לימודי חול?

עפעס שמעקט פין א גימיק, אז איינמאל מען איז מסכים צו טוישן מוסדות קען זי שוין פארלאנגן גאר מאדערנער מוסדות.

שמן למאור » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 6:36 pm

· #511051

אינטערסאנטע שאלה. וואס גיבט איר די 'מאראלע' רעכט צו צודרייט מאכן א קאמיוניטי? לויט ווי זי האלט (נאכן עס דורכלעבן אויף די אייגענע הויט) איז דאך די גאנצע קאמיוניטי צודרייט. מען האלט זיך צו מאדנע טראדיציעס און איסורים, און מען טראגט מאדנע קליידער. און צו דער זייט פארלעצט מען פרויען רעכטן און מען ערציט נישט די קינדער ריכטיג. פארוואס זאל זי נישט פראבירן צו פייטן אז די קאמיוניטי זאל ווערן נארמאל? אויב זי האט די אפציע ארויסצונעמען אירע קינדער פון די מוסדות, קען מען הערן דיין טענה, אבער אז זיי זענען סטאק דארטן, וואס וואלסטו געטון ווען דיינע קינדער זענען סטאק ביי לב טהור? וואלסטו נישט געטרייט צו פראבירן בעסער צו מאכן זייער לעבן דורך גאווערמענט אינטערווענשן?

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 6:41 pm

· #511053
היסטאריע
הייסט זי האט מסכים געווען אויף א חסידישע חינוך, נאר געוואלט א מוסד וואס לערנט לימודי חול?

עפעס שמעקט פין א גימיק, אז איינמאל מען איז מסכים צו טוישן מוסדות קען זי שוין פארלאנגן גאר מאדערנער מוסדות.

אדער איינמאל מען שטעלט רעגיולאציעס און זיי ווערן נישט אויסגעפאלגט, קען זי זיי לעגאל לייגן ווי זי וויל.

דוד שריפטליך » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 2:01 am

· #511072
איך האב א אנדערע פראבלעם
איך האב אפגעמאכט יארן צוריק אז איך האב מער גארנישט מיט די סיסטעם אבער קיינער האט דאס נישט עקסעפטעד

דוד שריפטליך » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 2:04 am

· #511073
דוד שריפטליך
איך האב אפגעמאכט יארן צוריק אז איך האב מער גארנישט מיט די סיסטעם אבער קיינער האט דאס נישט עקסעפטעד
דאס איז שוין נאכדעם וואס איך בין דורך א פרשה פון א גט ווייל איך האב אויסגעדרוקט ווערטער פון ליבשאפט וואס מיין עקס האט אפגעמאכט אז זי קען נישט אויפשטעלן קיין אידישע שטוב וכ'ו וכ'ו.....

דוד שריפטליך » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 2:21 am

· #511755
די פראבלעם אן א לעזונג
די פראבלעם איז פיל ערגער און טיפער ווי איך האב מיר פארגעשטעלט, איך האב דערציילט מיין געשיכטע פאר די חברים אין די שול וואו איך האב געדאוונט שמחת תורה למשל שוין מער אזוי גערופענע אויפגעקלערטע אינגעלייט, האט מיר איינער נאכדעם אריינגעגעבן אז איך האב עס נישט געטארט זאגן הויעך ווייל עס איז געזיצן דארט א בחור (וואס פארמאגט עקסעס און ווייסט פיל זאכן וואס אסאך עלטערע אינגעלייט ווייסן נישט וכו' וכו'.......) אוי האט ער באקומען פון מיר.... איך וויל עס שוין זאגן פון לאנג אבער קיינער איז נישט געווען אינטרעסירט עס צו הערן, אפילו די אזוי גערופענע טערעפיסטן עסקנים פיסיכלאגן פיסיכיאטער סערקאלעדזשיסט האבן מיר נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ביז איך בין אנגעקומען צו א פראמאשן ווידיא מקום ארגעניזאציע און איך האב פארשטאנען פון די ווארטזאגער וואס האט גערעדט דארט אז זי קומט אויך פון א חסידישע בעקגראנד און זי איז דורך א פרשה א גט,

למעשה דערציילט זי אז זי האט חתונה געהאט צו א בעל תשובה און וואוינט היינט אין איינע פון די ערליכע מאדערן ארטאדאקס געגנטער.... איין זאך האט מיר געבאדערט מיט וואס זי האט פארגעשטעלט די חסידישע געמיינדע, זי זאגט אזוי the CHESED and the love is incredible

קלער איך צו מיר אזוי, מילא די חסד איז זי גערעכט, אבער לאוו??.......(!)...... מאן דכר שמיה....

האב איך מיר נישט געפוילט און זיך פארבינדן מיט איר (עס זאגט זיך גרינג, אבער דאס איז גארנישט אזוי סימפל ווייל איז שוין היינטיגע צייטן גאר א פארנומענע מענטש וואס גיבט קאטשינגס און פירט אן פראיעקטן און אזוי ווייטער...) למעשה איך האב איר דערציילט מיין סטארי מיט אלע איינצלהייטן, און ווי אויך האב איך איר געפרעגט פארוואס זי זאגט אזא זאך, און וואונדער איבער וואונדער, זי האט זיך מודה געווען אז זי האט זיך טאקע גע'גט פאר די זעלבע סיבה ווי מיר, און נאך מער איר געוועזענע האט געהערט צו א געוויסע חסידות וואס האט איר געווארנט אז נאך איינמאל זי וועט אפילו אויפברענגן די טעמע גיבט ער איר א גט, איז געווען מיין שאלה פארוואס דערציילסטו דאס נישט?????? .............
איך ווארט נאך פאר א תשובה... 😢 😢 😢 :געוואלדיג:

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 2:37 am

· #511756
מיט "לאוו" האט זי לכאורה געמיינט צו זאגן "systemic love"'. אזויווי ס'דא די ענין פון systemic racism, ד.ה. אז די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז שווארצע צ.ב. זאלן שווערער קענען באקומען א דשאב אדער מארטגעדש, כאשט וואס די מארטגעדש און ארבעטסגעבער האבן לאו דווקא עפעס קעגן זיי נאר ס'האט זיך פערצופאל אזוי אויסגעשטעלט, ד.ה. אז די סיסטעם as a whole איז אויסגעשטעלט צו באקריוודען שווארצע, און דערפאר "ראסיסטיש". אן ענליכע בחינה קען מען זאגן איבער חרדים אז די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז (כמעט) יעדעמ'ס גשמיות'דיגע באדערפענישן ווערן געדעקט כאטש וואס ס'קומט לאו דווקא פון ליעבע (ווען ס'וואלט געקומען פון ליעבע וואלט מען זיך געזארגט פאר די זעלישע באדערפענישן פונקט אזוי...), ד.ה. אז די סיסטעם as a whole ליעבט דיך.

אנטוישטער יונגערמאן » מיטוואך מערץ 15, 2023 6:50 pm

· #518679
על אלה אני בוכיה

https://youtu.be/iP6f80BatMQ (דו קענסט אנשטעלן צו זעהן סובטייטלס, דורך קליקן אויף cc)

דא איז א שטיקל הסבר:

https://youtu.be/vGjscMPPjNQ