☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס גייט פאר אין לב טהור?

וואס גייט פאר אין לב טהור?

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15583
בלאט: 1 2

מרדכי מרדכי » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 7:25 pm

· #533673
@אוד מוצל מאש ברוכים הבאים, לב טהור איז עפעס וואס האט מיך פאראינטערעסירט פון ווען איך האב געהערט פון זיי (דאן זענען זיי געווען אין St. Agathe ) דערנאך אויף אלע סטאנציעס וואס זיי זענען געפארן דרך אגב איך האב אסאך פארברענגט מיט נתן העלברענץ אבער איך האב מיך נישט דערוואגט עפעס צו פרעגן פון דארט.

אוד מוצל מאש » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:19 pm

· #533678
@אינגערמאנטשיקל

איך האב עכט אנערקענט נאר חדשים נאך איך בין ארויס, אנפאנג האב איך נאך שטארק געגלייבט אין איהם הגם איך האב פיין געוויסט וואס שלמה פלעגט טון behind closed doors, פון די אנדערע זייט האב איך אייביג געהאלטן אז ער איז א קדוש און מלאך אלוקים, ווייל אזוי האט מען מיך איינגעבאקן פון ווען איך האב נאך גהאט א צמי אין מויל, אין איך האב עס עכט געגלייבט, אבער מיט די צייט האב איך מער און מער איינגעזהען אז דער פארשטיקענע מנווול שלמה איז פלעין און פשוט געווען א פעדאפיל, און אלעס וואס ער האט געטוען איז נישט געווען פאר קיינעם'ס תיקון נאר פאר זיין בויך'ס פלעזשער.

די ערשטע מאהל וואס ס'איז מיר ארויפגעקומען אין קאפ אז עפעס איז עכט ראנג דא איז געווען ווען שלמה איז געשטארבן, יענע פרייטאג איז מיר גלייך אריין אין קאפ אז ער האט געטוען suicide.

שפעטער ווען זיין זוהן נחמן (וואס האט איבערגענומען זיין טאטע) האט אנגעהויבן מיט יעדן טאג מיט נייע ביטערע גזירות וואס איך האב נישט געקענט פארנעמען. האב איך אנגעהויבן צו אריין טראכטן מער און מער, צו דאס מאכט סענס אדער נישט. נאך צוויי דריי יאר האב איך אפגעיאגט.

צו איך האב דאקומענטירט עוולות. ניין. איך האב נישט געהאט די שכל דעמאלטס, און די ספעיס צו טראכטן פאר וואס איך וועל עס קענען נוצן. שוין אסאך מאהל געטראכט אז איך וועל ארויסגיין אויף א אנדערע וועג. בעסער געזאגט בלייבן דארט און צו טשעלענזשן נאך חבירים אדער פעמילי און טרייען צו זיי לייגן פייגלעך ווילאנג איך בין נאך דארט, ווייל איינמאהל מ'גייט ארויס איז מען דאך געזיגלט מיט גוי אפיקורוס רשע שגץ מסור. וואס נישט.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:54 pm

· #533680
מ'לאזט האבן צמי'ס דארט?

אוד מוצל מאש » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:58 pm

· #533681
קורקלענד
מ'לאזט האבן צמי'ס דארט?
😂

yatzmachp » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:24 pm

· #533682
איך וויל דיך פרעגן מער וועגן סעקשועל עביוז. איך פרעג נישט ווייל איך גלייב עס נישט, עס איז די זעלבע מעשה ביי אלע קולטס. מיין שאלה איז, האט ער דיך פערזענלעך עביוזד? האסטו עס געהערט בשעת מעשה פון איינעם וואס איז ארויס געקומען פונעם רבין'ס שטוב און זיך אפגערעדט? ווי אזוי בכלל ווייסטו דערפון, מען רעדט דערפון דארט? מען רעדט דערפון אויף אן אופן פון פעין? מען רעדט דערפון אויף אן אופן פון כבוד אז מען האט זוכה געווען צו זיין מיטן רבין? אדער בשעת מעשה ווען דו ביזט דארט געווען איז אויך נאר געווען א קלא דלא פסיק? בכלל האט ער א סיסטעם פון עביוז אלס פאנישמענט? ווי אזוי האט עס געארבעט וועם יא וועם נישט? און ווי אזוי איז עס געגאנגען נאך דעם וואס ער איז געשטארבן? די עביוז האט זיך געענדיגט? אדער ראזנער, טעלער און גאלדמאן טוען דאס זעלבע? וואס טוט זיך מיט די פרויען? גייען זיי מיט דערמיט? ווי אלט ביזטו געווען ווען דו ביזט אוועק פון דארט? ביזט געווען חתונה געהאט?

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:26 pm

· #533683
קענסט מרחיב זיין, פארוואס זענען דיינע פייגלעך ארויפגעשוואומען דעמאלטס? פארוואס האסטו געטראכט אז ס'איז סועסייד?

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:43 am

· #533706
אוד, קענסט זיך מיט אונזער @חכמת שלמה?

וואס איז דיין מיינונג, איז ער טאקע א פארגלייבטע לב טהור מיטגליד, אדער איז ער סתם א טראל?

אוד מוצל מאש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:12 pm

· #533749
yatzmachp
איך וויל דיך פרעגן מער וועגן סעקשועל עביוז. איך פרעג נישט ווייל איך גלייב עס נישט, עס איז די זעלבע מעשה ביי אלע קולטס. מיין שאלה איז, האט ער דיך פערזענלעך עביוזד? האסטו עס געהערט בשעת מעשה פון איינעם וואס איז ארויס געקומען פונעם רבין'ס שטוב און זיך אפגערעדט? ווי אזוי בכלל ווייסטו דערפון, מען רעדט דערפון דארט? מען רעדט דערפון אויף אן אופן פון פעין? מען רעדט דערפון אויף אן אופן פון כבוד אז מען האט זוכה געווען צו זיין מיטן רבין? אדער בשעת מעשה ווען דו ביזט דארט געווען איז אויך נאר געווען א קלא דלא פסיק? בכלל האט ער א סיסטעם פון עביוז אלס פאנישמענט? ווי אזוי האט עס געארבעט וועם יא וועם נישט? און ווי אזוי איז עס געגאנגען נאך דעם וואס ער איז געשטארבן? די עביוז האט זיך געענדיגט? אדער ראזנער, טעלער און גאלדמאן טוען דאס זעלבע? וואס טוט זיך מיט די פרויען? גייען זיי מיט דערמיט? ווי אלט ביזטו געווען ווען דו ביזט אוועק פון דארט? ביזט געווען חתונה געהאט?
יא, מערערע מאל מיט מיך פרעזענליך.
מען רעדט נישט אפיציעל דערפון דארט. אבער איך האב מיטגעהאלט מערערע מאל חבירים און פעמילי וואס האבן געהאט די זעלבע עקספיריענס און שפעטער ווען איך בין שוין געווען עלטער האבן איך ארויסדערווישט פון זיי אז שלמה האט עס געטוהן מיט זיי צענדליגע מאהל.

ווען איך בין געווען א אינגל נאך, האב איך מיטגעהאלטן ווי קינדער אין מיין כיתה, 11-12 יאר אלט, זענען ארויס פון די רביס הויז מיט בלאסע דערשראקענע פאטראכטע פנימ'ער נאכ'ן דארט זיין שעות אליינס. מער ווי איינמאל האב איך זיי נאכגעקוקט און נישט געקענט גלייבן, ווייל אנפאנג האב איך געמיינט אז ער טוט עס נאר מיט מיר. לדוגמה שלמה האט מיך געהייסן נאכדעם צו גיין אין מקוה ווען קיינער באמערקט נישט. [אינגלעך פלעגן נישט גיין אין מקוה נאר אמאל ערב שבת און נאר מיט עלטערן] סא ווען איך האב באמערקט אנדערע קינדער ארויסקומען אזוי דערשראקן און צומישט פון שלמה'ס צימער, נאכן פעהלן פון כיתה פאר שעות לאנג און יעדער האט געשמועסט אז די אינגעל איז ביי די רבי יעצט, האב איך איהם נאכגעקוקט און איהם אויך געזעהן גיין אין מקוה.

ווען איך וואלט עס נישט אליינס בייגעוואוינט, וואלט מיך קיינמאהל אין מיין לעבן נישט בייגעפאלן און זיכער נישט געגלייבט אויב א צווייטער וואלט עס מיר פארציילט. סיי אויב איך וואלט נאך געווען אין לב טהור אדער ווען איך וואלט געווען אינדרויסן, ווייל ער האט צו גוט געשפילט, מען האלט אזוי שטארק פון איהם, די הייליגקייט און די זכיה וואס מען האט צו זיין לעבן איהם, אז אפילו ווען ער טוט פעדאפיליע, האלט מען נאכאלץ אז ס'איז עפעס א הייליגקייט און העכערע זאכן וואס ער טוט. ס'קען נישט זיין אז ער מיינט עפעס הנאה וכדו'.

נאך איך בין ארויס האב איך גערעדט צו כמעט 10 יוצאי לב טהור, וואס האבן מיר פארציילט אז זיי האבן געהאט מיט שלמה די זעלבע זאך, איינער מער gruesome און איינער ווייניגער, אבער אלע זענען געווארן מאלעסטעד. צוויי פון זיי זענען נאך יעצט דארט אין לב טהור, און איך האב נאך גערעדט צו זיי די ערשטע פאר חדשים נאך איך בין ארויס, איך האב נאך דעמאלטס האלב געגלייבט, די חילוק איז נאר אז די צוויי האבן עס נאך דעפענדעט.

ס'איז אויך דא וואס זענען שוין ארויס, באט זיי דעפענדען עס ווייל סאיז זיי סאך גרינגער צו לעבן מיט דעם אז שלמה האט געטוען העכערע זאכן און תיקונים, פון איינזעהן אז זייער גרויסע רבי און צדיק וואס זיי האבן אזוי שטארק געגלייבט האט זיי מאלעסטעט און סעקשועלי אביוז פאר יארן לאנג פאר זיין דעזייערס. [איך האלט אז ס'איז זייער א טיפע psychological סטראגל צו עדמיטן אז ס'איז געווען ראנג, ספעשל פאר די וואס זענען שוין עלטער].

אייינער פון די וואס איך האב מיך גע'טענה'ט וואס זענען נאך דארט, האט מיך גענטפערט אז די זעלבע וויאזוי משה רבינו האט געמעגט שרייבן 12 ספרי תורות אין שב"ק, און ישעיה הנביא האט די אייבערשטער געהייסן צו חתונה האבן מיט א גוי'טע, די זעלבע באשעפער האט געהייסן מיין רבי מיך צו טאטשן [גיי פרעג איהם אפ] און ער האט מיך פארציילט אז שלמה האט עס געטוהן מיט איהם ווען ער האט נאך געווען 10 יאר אלט, ווען ער האט נאך אפילו נישט געקענט קומען.

די צווייטער וואס איז אויך נאך דארט, ער איז קרוב צו 50 years old האט מיך געזאגט אז היות ער איז געווען סינגעל אסאך יארן, האט שלמה איהם עס נאר געטוהן צו פארמיידן אז ער זאל עס נישט טוהן אליינס, ווייל דעמאלטס וואלט עס געווען לבטלה, און אז ס'איז דא טיפערע זאכן אין קבלה ספרים מיט ספרי ברסלב, וואס שמועסן אויס די עניינים. ביז שלמה האט איהם חתונה געמאכט צו א 14 יעריגע מיידל ווען ער איז געווען אלמאסט 40 יאר אלט. [ס'איז דא מער ווי איין אזאנע אורחים דארט, סא איך דארף נישט מורא האבן אז מען וועט דערגיין זיין נאמען].

Just to give you their state of mind

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

· #533756
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
אויב ביסטו ארויס 2-3 יאר נאך שלמה איז געשטארבן, וויאזוי האסטו אזא גוטע ענגליש ?

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:22 pm

· #533760
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע האב איך יא געזען א ווידיאו ווי מענדי לעווי'ס ברודער פארציילט דערוועגן.

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:36 pm

· #533765
כ'האב עס אויפגעזיכט און געטראפן. אט הערט.

אוד מוצל מאש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:47 pm

· #533766
שמן למאור
כ'האב עס אויפגעזיכט און געטראפן. אט הערט.
יישר כח @שמן למאור

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:52 pm

· #533778
פאליטיקאנט
אויב ביסטו ארויס 2-3 יאר נאך שלמה איז געשטארבן, וויאזוי האסטו אזא גוטע ענגליש ?
ער פארציילט א שיינע מעשה. לאז אים לעבן!
ווילסט הערן מאסעס אדער פרעגן קאשעס??!!

אוד מוצל מאש » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:52 am

· #533824
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט געשריבן פון ציונות/דרך הצלה. די שפילן סאטמאר תלמיד/חסיד מנהגים וכדו', און זיין אנטי ציונות שיטות, קענען זיין צוויי זאכן.
שלמה האט אלץ געהאלטן אז די ציונים ווילען איהם הרגענען אין אונטערברענגן, אזוי אז ביז היינט האלט נאך יעדער איינער אין לב טהור אויף די ווארט ציונים, ווי עפעס א נאצישע גראפ וואס וויל זיי רצחנען הרגענען און אינטער ברענגן.
ער האט אבער גארנישט מיט סאטמאר, מער פון נעמען די ספר דרך הצלה איז אזוי ווי אלע זיינע ספרים.

נאך אזאך וואס לב טהור האט אלץ געטוען, איז צו שפילען וויקטים און נרדף, סאיז אלטע לב טהור טקטיק, צו וויינען קאמפלעינען און שרייען מען וויל אונז אונטער ברענגן, מהאט אונז פיינט ווייל אונז מיינען עס ערענסט. די אלע victim playing איז איינע פון שלמה'ס בעסטע tools געווען.
צו געבן אביסעל מער צו פארשטיין, עני לב טהור חסיד וואס די גייסט רעדן צו, גייט דיך שווערן אז ציונים איז זייער גרעסטע threat. און כאילו די גאנצע מדינה וויאזוי זיי רופן עס, זיצן טאג און נאכט פון די ראש הממשלה צו די כנסת, צו פלאנירן צו זיי אונטערברענגן און צו כאפן זייער קינדער. און נאכמער דרשנענט מען דארט אז די ציונים האלטן אז לב טהור איז זייערע גערעסטע threat. און לב טהור לערנט מען דאס אויס פון די גרעסטע יסודות, אז נאר זיי זענען אידן, אלע אנדערע וואס רופן זיך אידן אינקלאדעד סאטמאר, וויזניץ באבוב, גור, יא נעים איט אלע זענען "ערב רב". זיי זענען די קדושה אקעגן די סטרא אחרא וואס הייבן זיך אן ביי די ציונים, נאך דעם אמעריקע און אלע היימישע קהילות וואס העלפן זיי נישט. ווער סאיז אקעגן לב טהור איז מער קליפות אין ס"א. און ווער עס העלפט זיי איז מער צו די קדושה זייט. בקיצור ווען איך קוק צוריק וואס זיי זענען אזוי איינגרעדט סאיז העכט לאכדיג און אויך וויינעדיג.
Like סירייעסלי isreal האט נישט עפעס בעסער צו זיין ביזי מיט?, כאילו לב טהור איז עפעס וואס גייט זיי אן, ווען זיי ווילן ווען העכט קענען זיי שוין לאנג דאס מסדר זיין, סגייט זיי פלעין נישט אן, זיי האבן וויכטיגערע זאכן come on. אינטערסאנט אז ווען די יו עס גאווערמענט, האט זיך גענומען צו די ביינער פון אפאר חברה דארט, האט שוין לב טהור געטוישט אביסעל די סדר אז אמעריקע איז שוין ערגער ווי isreal.

צוריק לעניינינו, איך האב געשריבן אז אין מיין 2 sense די גאנצע סאטמערישע מנהגים אין זיך אנרופען א סאטמארע תלמיד, הגם ער האט זיך קיינמאהל נישט געטראפן מיט סאטמאר רבי ווייל שלמה האט נאך דעמאלטס געהייסן ארז און געווען א פרייע מחלל שבת ווען סאטמאר רבי איז אוועק. און זייט ער האט געטרייט צו עפענען לב טהור קהילה און israel האט צוריק באקומען פון זיי פאר עס, [נאך אלעס האט ער אנטלויפן פון דארט מיט אפאר בחורים און זיי איינגערעדט צו אפהאקן מיט זייערע פעמילי טאמער איינער פון די פעמילי האט גערעדט א קעגן איהם].
און פאר וואס ער האט געשריבן זיין ספרים, שלמה האט אייביג געוואלט מען זאל לערנען זיין ספרים, און מען זאל ווערן איבער גענומען פון איהם, און איך נאר מיך נישט, 100% ער איז געווען זייער א סמארט מענטש אין א genius, אין איינע פון זיין גערעסטע גאלס איז געווען נייע מענטשען, ער האט אייביג גערעדט אין געחלום'מט אז טויזענט מענטשען גייען נאך קוקען און לערנען זיין ספרים און אזוי מקורב ווערן צו איהם. צו ער האט עכט גהאלטן אקעגן ציונות, מסתם יא, די שאלה נאר פאר וואס, צו ווייל ער האט געציטערט אז מען גייט איהם איינמאהל אויפיקען פאר זיינע מצוות, צו ער האט טאקע געגלייבט אין באשעפער אין אז א מדינה איז אסור, גיי איך דיך קיינמאהל נישט קענען ענטפערן. אין מיין opinion איז ער געווען א געבוירענע פעדאפייל, און ליב געהאט צו האלטן מענטשען און עבסעלוט קאנטראל. און אז מענטשען זאלן גיין משוגע פאר איהם גיין אין פייער און וואסער פאר איהם, ער האט דעיס געלאווט.
פארווואס ער האט געטוען נאך טויזענט און איין זאכן, גלערענט געדאווענט געדרשנט דרשות [גראדע און די לעצטע פאר יאר געטוען וויינגער און ווייניגער כמעט נישט געקומען און שול אדער בכלל נישט פאר עטליכע חדשים] און געשריבן עטליכע ספרים. סאיז מעגליך אז ער האט מתחילה קיינמאהל נישט געגלייבט אין גארנישט, און איינמאהל ער האט אנגעהויבן האט נישט געהאלטן ביים ארויסבעקן. ביז ער האט עס נישט געקענט דערהייבן די 2 face געים. און געגאנגן און וואסער אריין. אויך מעגליך ער האט געהאט occasions וואס ער האט יא געמיינט ערענסט בבחינת רשעים מלאים חרטות. סאיז מאכט נישט קיין גערויסע חילוק, ווייל ער גייט עניוועי ווערן געדענקט לשומצה ביי כלל ישראל.

מענין לענין, [און אביסעל רילעטעד צו וואס @אינגערמאנטשיקל האט געפרעגט פאר וואס איך האלט אז סאיז געווען סועסייד וואס איז א לענגער טפיק, לדוגמה די צוואה וואס שלמה האט געשריבן פונקט צוויי וואכן פאר דעם] און די יארן וואס איך געדענק נאר וואס לאמיר זאגן איז בערך 15 יאר פון איך קען געדענקן זאכן ביז ער איז געשטארבן, האט שלמה מרחיק געווען אין מקפיד געווען אויף די קהילה מסתם קרוב צו 75 מאל. סאיז געווען ממש א פאר מאל א יאר וואס שלמה פלעגט בלאזן און מרחק זיין מענטשען, אדער רוב מאהל האבן טענות אויף די גאנצע עולם, אויך זייער א סאך מאהל אויף די הנהלה. און וועגן דעים האט ער נישט געקומען און שול, נישט געפירט טיש, נישט געלאזט איהם רופן צו עולה זיין שישי אדער בענטשען ר"ח. וויפיל מאהל ער האט מרחק געווען סאיז אנבעליוועבל ווי שטארק שלמה האט דאס געלאווט, פלעין הארד טא געדט. און זעהן וואזוי מען וויינט זיך צו איהם, אין מען בעהט זיך צו איהם אז אן איהם איז נישט ווערט צו לעבן. סאיז דא אזויפיל וואס איך קען שרייבן אויף דעים, בריווען אין מוסר וואס ער פלעגט שרייבן און שיקן פאר זיינע חסידים, סאיז איטערעסאנט טפיק פאר ווער סאיז אינטערעסירט, צו זעהן וואזוי די מעניפלעטירס און קולט לידערס לייגן אריין און זייער מענטשען צו זיין צו געבידן צו זיי, און די גילטי פילינגס טאמער זיי גייען אוועק, וואס איינמאהל דאס ארבעט, בלייבן זיי צו געקלעיבט און סטאק פאר לעולם ועד.

קעשקעטעל » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:42 pm

· #533836
אוד מוצל מאש
דארט געבוירן.
נאך אין קאנעדא?

אוד מוצל מאש » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:39 pm

· #533839
קעשקעטעל
אוד מוצל מאש
דארט געבוירן.
נאך אין קאנעדא?
נאך א סאך פאר קאנעדא

קעשקעטעל » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:45 pm

· #533840
אוד מוצל מאש
ביי מענער זענען זיי טאקע געגאנגען אזוי ווי סאטמאר ביז לעצטענס. אפאר יאר צוריק האבן זיי אנגעהויבן צו גיין מיט לאלעכער אויך פאר מענער.
און די לבוש ביי די יונגלעך?

שפילער » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:26 pm

· #533843
איר שרייבט אז נחמן האט מחדש געווען נייע גזרות וועלכע גזרות למשל?

שפילער » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:36 pm

· #533844
אוד מוצל מאש
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט געשריבן פון ציונות/דרך הצלה. די שפילן סאטמאר תלמיד/חסיד מנהגים וכדו', און זיין אנטי ציונות שיטות, קענען זיין צוויי זאכן.
שלמה האט אלץ געהאלטן אז די ציונים ווילען איהם הרגענען אין אונטערברענגן, אזוי אז ביז היינט האלט נאך יעדער איינער אין לב טהור אויף די ווארט ציונים, ווי עפעס א נאצישע גראפ וואס וויל זיי רצחנען הרגענען און אינטער ברענגן.
ער האט אבער גארנישט מיט סאטמאר, מער פון נעמען די ספר דרך הצלה איז אזוי ווי אלע זיינע ספרים.

נאך אזאך וואס לב טהור האט אלץ געטוען, איז צו שפילען וויקטים און נרדף, סאיז אלטע לב טהור טקטיק, צו וויינען קאמפלעינען און שרייען מען וויל אונז אונטער ברענגן, מהאט אונז פיינט ווייל אונז מיינען עס ערענסט. די אלע victim playing איז איינע פון שלמה'ס בעסטע tools געווען.
צו געבן אביסעל מער צו פארשטיין, עני לב טהור חסיד וואס די גייסט רעדן צו, גייט דיך שווערן אז ציונים איז זייער גרעסטע threat. און כאילו די גאנצע מדינה וויאזוי זיי רופן עס, זיצן טאג און נאכט פון די ראש הממשלה צו די כנסת, צו פלאנירן צו זיי אונטערברענגן און צו כאפן זייער קינדער. און נאכמער דרשנענט מען דארט אז די ציונים האלטן אז לב טהור איז זייערע גערעסטע threat. און לב טהור לערנט מען דאס אויס פון די גרעסטע יסודות, אז נאר זיי זענען אידן, אלע אנדערע וואס רופן זיך אידן אינקלאדעד סאטמאר, וויזניץ באבוב, גור, יא נעים איט אלע זענען "ערב רב". זיי זענען די קדושה אקעגן די סטרא אחרא וואס הייבן זיך אן ביי די ציונים, נאך דעם אמעריקע און אלע היימישע קהילות וואס העלפן זיי נישט. ווער סאיז אקעגן לב טהור איז מער קליפות אין ס"א. און ווער עס העלפט זיי איז מער צו די קדושה זייט. בקיצור ווען איך קוק צוריק וואס זיי זענען אזוי איינגרעדט סאיז העכט לאכדיג און אויך וויינעדיג.
Like סירייעסלי isreal האט נישט עפעס בעסער צו זיין ביזי מיט?, כאילו לב טהור איז עפעס וואס גייט זיי אן, ווען זיי ווילן ווען העכט קענען זיי שוין לאנג דאס מסדר זיין, סגייט זיי פלעין נישט אן, זיי האבן וויכטיגערע זאכן come on. אינטערסאנט אז ווען די יו עס גאווערמענט, האט זיך גענומען צו די ביינער פון אפאר חברה דארט, האט שוין לב טהור געטוישט אביסעל די סדר אז אמעריקע איז שוין ערגער ווי isreal.

צוריק לעניינינו, איך האב געשריבן אז אין מיין 2 sense די גאנצע סאטמערישע מנהגים אין זיך אנרופען א סאטמארע תלמיד, הגם ער האט זיך קיינמאהל נישט געטראפן מיט סאטמאר רבי ווייל שלמה האט נאך דעמאלטס געהייסן ארז און געווען א פרייע מחלל שבת ווען סאטמאר רבי איז אוועק. און זייט ער האט געטרייט צו עפענען לב טהור קהילה און israel האט צוריק באקומען פון זיי פאר עס, [נאך אלעס האט ער אנטלויפן פון דארט מיט אפאר בחורים און זיי איינגערעדט צו אפהאקן מיט זייערע פעמילי טאמער איינער פון די פעמילי האט גערעדט א קעגן איהם].
און פאר וואס ער האט געשריבן זיין ספרים, שלמה האט אייביג געוואלט מען זאל לערנען זיין ספרים, און מען זאל ווערן איבער גענומען פון איהם, און איך נאר מיך נישט, 100% ער איז געווען זייער א סמארט מענטש אין א genius, אין איינע פון זיין גערעסטע גאלס איז געווען נייע מענטשען, ער האט אייביג גערעדט אין געחלום'מט אז טויזענט מענטשען גייען נאך קוקען און לערנען זיין ספרים און אזוי מקורב ווערן צו איהם. צו ער האט עכט גהאלטן אקעגן ציונות, מסתם יא, די שאלה נאר פאר וואס, צו ווייל ער האט געציטערט אז מען גייט איהם איינמאהל אויפיקען פאר זיינע מצוות, צו ער האט טאקע געגלייבט אין באשעפער אין אז א מדינה איז אסור, גיי איך דיך קיינמאהל נישט קענען ענטפערן. אין מיין opinion איז ער געווען א געבוירענע פעדאפייל, און ליב געהאט צו האלטן מענטשען און עבסעלוט קאנטראל. און אז מענטשען זאלן גיין משוגע פאר איהם גיין אין פייער און וואסער פאר איהם, ער האט דעיס געלאווט.
פארווואס ער האט געטוען נאך טויזענט און איין זאכן, גלערענט געדאווענט געדרשנט דרשות [גראדע און די לעצטע פאר יאר געטוען וויינגער און ווייניגער כמעט נישט געקומען און שול אדער בכלל נישט פאר עטליכע חדשים] און געשריבן עטליכע ספרים. סאיז מעגליך אז ער האט מתחילה קיינמאהל נישט געגלייבט אין גארנישט, און איינמאהל ער האט אנגעהויבן האט נישט געהאלטן ביים ארויסבעקן. ביז ער האט עס נישט געקענט דערהייבן די 2 face געים. און געגאנגן און וואסער אריין. אויך מעגליך ער האט געהאט occasions וואס ער האט יא געמיינט ערענסט בבחינת רשעים מלאים חרטות. סאיז מאכט נישט קיין גערויסע חילוק, ווייל ער גייט עניוועי ווערן געדענקט לשומצה ביי כלל ישראל.

מענין לענין, [און אביסעל רילעטעד צו וואס @אינגערמאנטשיקל האט געפרעגט פאר וואס איך האלט אז סאיז געווען סועסייד וואס איז א לענגער טפיק, לדוגמה די צוואה וואס שלמה האט געשריבן פונקט צוויי וואכן פאר דעם] און די יארן וואס איך געדענק נאר וואס לאמיר זאגן איז בערך 15 יאר פון איך קען געדענקן זאכן ביז ער איז געשטארבן, האט שלמה מרחיק געווען אין מקפיד געווען אויף די קהילה מסתם קרוב צו 75 מאל. סאיז געווען ממש א פאר מאל א יאר וואס שלמה פלעגט בלאזן און מרחק זיין מענטשען, אדער רוב מאהל האבן טענות אויף די גאנצע עולם, אויך זייער א סאך מאהל אויף די הנהלה. און וועגן דעים האט ער נישט געקומען און שול, נישט געפירט טיש, נישט געלאזט איהם רופן צו עולה זיין שישי אדער בענטשען ר"ח. וויפיל מאהל ער האט מרחק געווען סאיז אנבעליוועבל ווי שטארק שלמה האט דאס געלאווט, פלעין הארד טא געדט. און זעהן וואזוי מען וויינט זיך צו איהם, אין מען בעהט זיך צו איהם אז אן איהם איז נישט ווערט צו לעבן. סאיז דא אזויפיל וואס איך קען שרייבן אויף דעים, בריווען אין מוסר וואס ער פלעגט שרייבן און שיקן פאר זיינע חסידים, סאיז איטערעסאנט טפיק פאר ווער סאיז אינטערעסירט, צו זעהן וואזוי די מעניפלעטירס און קולט לידערס לייגן אריין און זייער מענטשען צו זיין צו געבידן צו זיי, און די גילטי פילינגס טאמער זיי גייען אוועק, וואס איינמאהל דאס ארבעט, בלייבן זיי צו געקלעיבט און סטאק פאר לעולם ועד.
וואס איז געווען זיין טאקטיק אז מען זאל גיין צו עים לכתחילה און זיין באגלייבט אין עים ?

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:20 am

· #533866
אוד מוצל מאש
שמן למאור
כ'האב עס אויפגעזיכט און געטראפן. אט הערט.
יישר כח @שמן למאור
שטא פארוואס...

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:28 am

· #533872
שפילער
וואס איז געווען זיין טאקטיק אז מען זאל גיין צו עים לכתחילה און זיין באגלייבט אין עים ?
אזוי ווי יעדע קולט פירער וואס האט א כאריזמע און גוטע שפראך.

ווייסעכניש » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:42 pm

· #534156
'

ווייסעכניש » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:47 pm

· #534157
תקנות הקהלה
,

סקעפטיקער » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:18 pm

· #534165
וואס איז דא געשטאנען @ווייסעכניש

שעפטאל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:56 pm

· #534168
וגם אני הקטן מצטרף לבקשתו הנ"ל...
אונז זענען נייגעריג...

ווייסעכניש » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:44 am

· #534583
שעפטאל
וגם אני הקטן מצטרף לבקשתו הנ"ל...
אונז זענען נייגעריג...
גארנישט מעדשאר, כהאב אזא שוואכקייט אז טאמער כהאב א חשד אז כהאב איינעם ווי געטון וועל איך מעקן וואס כהאב געשריבן (וועגן דעם שרייב זייער ווייניג)

טינט פען » זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:11 am

· #538026
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
@אוד אפשר שטעלט איר באווייז אז איר קומט פון דארט? מיר שמעקט עס עפעס פון טראלעריי...

גלויבער » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:56 pm

· #538055
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
@אוד מוצל מאש איר ברויכט ארויסגעבן א בוך

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:26 pm

· #540961
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
דע וואך אויף דרעזנער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר 📎 recording_20231210164822.m4a

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:08 pm

· #541003
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
עמרם #
דע וואך אויף דרעזנער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר
recording_20231210164822.m4a
איינער מיט מער פרטים?

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:39 pm

· #541010
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
פירוד לרשעים ואנסים נאה להם ונאה לעולם.

די קעפעלע » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:52 am

· #541048
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
איך אויך #
פירוד לרשעים ואנסים נאה להם ונאה לעולם.
ווי פיל משפחות באשטייט די גאנצע לב טהור היינט ציטאגס?

קליינע צדיק » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:20 pm

· #541126
Re: וואס גייט פאר אין לב טהור?
איך אויך #
פירוד לרשעים ואנסים נאה להם ונאה לעולם.
די שאלה איז אויב זיי האבן זיך אפגעטיילט אבער עס איז געבליבן די זעלבע אבנארמאלע מצב, אדער עס איז א נייע חבורה וואס איז כאטש אביסל מער נארמאל
פון יצחק שלמה הערט זיך אז עס איז מער לויז, די שאלה איז אבער וויפיל, ווייל פון טויט משוגע צו משוגע איז נישט אזא שטארקע נחמה
בלאט: 1 2