☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15568

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 2:52 pm

· #509579
וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים
פינקט ווי אסאך אנטי-סיסטעם חסידישע אידן האב איך מיך אביסל געפריידט צו זען ווי די ניו יארק טיימס ברענגט ארויס אז די ענגליש ביי אונז קען האבן א תיקן, און איך האב מיך היבש אינטערגעשמייכלט הערנדיג איבער די נייע גיידליינס וואס ניו יארק האט איינגעשטעלט.

ווי נישט ווי איז יעדער מודה אז אונזער עולם בכלליות קען גאנץ שוואך ענגליש, די זאך מעג האבן א תיקן. מען מעג צירוקגיין צו די צייטן ווען ישיבות פלעגן נאך אויך האבן ענגליש. דעם חויב ללמד את בנו אומנות האט נישט אויסגעוועפט אין 2022 און ענגליש איז די ערשטע סטעפ דערצו. אפילו אויף "אייוועלט" האט זיך געעפנט אן אנקעטע אויב די עולם קען באשטיין צו האבן בעסערע ענגליש אין די מוסדות, און א מערהייט האט געוועלט אז יא... ביז די אשכול איז געפלויגן..
וואס מען זעט פון דעם איז אז די עולם קען באשטיין אז עס זאל אריינקומען שנוים לטובה, מען וויל אז די קינדער זאלן קענען א בעסערע ענגליש ווי די טאטעס.

איך האב געזען אויף טוויטער ווי @קטלא קניא פייערט אויך די זיג און איך האב נישט געקענט טון מער ווי מיטשאקלען מיטן קאפ און איינשטימען אויף די פייערונג...
אבער דאן האב איך עס געגעבן אביסל מער מחשבה..

צעווישן מיר און דיר גערעדט.. גייט זיך עפעס טוישן? גייט סאטמאר אנהייבן צו לערנען אפאר שעה א טאג ענגליש?? זיכער נישט.. אפילו קיין זוז כל שהוא וועט מען זיך נישט רירן.. ס'טייטש? ס'דאך א שעת שמד!! מען טאר נישט נאכגעבן קיין שיך בענדל! אפילו איין מינוט ענגליש וועט מען נישט צולייגן.

מען וועט זיך שלאגן אין געריכט ביזן סופרים קאורט, מען וועט אויפהערן נעמען פאנדינג און ארויפלייגן די יאך אויף די עלטערן דורכן העכערן די שכר לימוד, מען וועט טוישן די מוסדות צו האום-סקולינג פאסיליטיס... מען וועט טון וואס עס לאזט זיך, אבער קיין ענגליש וועט מען נישט לערנען.. איך קען גוט מיינע ברודערלעך וואס פירן די מוסדות... זיי וועלן מאכן יעדעם ליידן, עס וועט ווערן ענג פארן עמך איד פון אלע זייטן, אבער זיך א בייג טון? חלילה וחס!

און איך שטיי און טראכט צו זיך.. מה הועילו חכמים בתקנתם..? ווען עס ווערט ווען א מהפיכה און מען הייבט אהן צו לערנען ענגליש ווי עס באדארף צו זיין אין אלע חסידישע מוסדות, דאן וועלן מיר טאקע טרינקען שאמפעין אינאיינעם מיט נפתלי מאסטער. אבער צו גייט דאס דען געשען? סך הכל וועט די שטריק איינגעצוימט ווערן ארום די האלז פון די עלטערן וואס ווילן יא א בעסערע עדיקעישן פאר זייערע קינדער.

(איך וויל דא קלארשטעלן אז איך רעד נישט דא פון די עלטערן וואס האבן די שטארקייט צו שיקן זייערע קינדער אין בעסערע מוסדות וואו מען לערנט יא בעסער ענגליש, איך רעד פון מענטשן וואס זענען פארט פון די קראוד, זיי מוזן שיקן צו די חסידות.. זייער ווייב וויל אזוי.. זיי פארנעמען נישט די פרעשור פון די עלטערן, חברים, וכדומה.
אודאי די וואס האט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן און שיקן ווי זיי האלטן פאר ריכטיג, איז אשרי להם ואשרי חלקם, אבער ס'דא געניג וואס זענען סטאק און האבן געווארט פאר א ישועה מבפנים. און אזוי אויך איז דא געניג וואס ווילן יא האבן א געהעריגע חסידישע חינוך נאר זיי קענען באשטיין אז זייערע קינדער זאלן אויך קענען א גוטע ענגליש.. כאילו ס'איז עפעס א סתירה)

דא האסטו א סאטמארע אינגערמאן, ער וואוינט אין וויליאמסבורג.. ער קען באשטיין אז מען זאל לערנען מער ענגליש.. ער האט זיך געלאזט אינטערוויוען ביי די ניו יארק טיימס.. ער האט מסביר געווען בטיב טעם ודעת פארן ריפארטער ווי שוואך די ענגליש איז. ער האט שטילערהייט אלע יארן געשטיצט יאפפעד. ער האט זיך געפריידט ווען די גיידליינס איז ארויסגעקומען. אבער סך הכל וועט זיך בלויז טוישן די פאלגנדע; עס וועט אים ענג ווערן די מצב, שכר לימוד וועט אים ווערן טייער.. די מוסד ווי ער שיקט בעל כרחך וועט ווערן אויס ליגאלע סקול.. און ווען ער וועט אריינברענעגען זיין זון צום שפיטאל פאר סטיטשעס וועט די טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס אים אראפדרייען די געהירן פארן נישט גיבן קיין חינוך פאר זיינע קינדער...

הזאת נעמי?

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:10 pm

· #509580
עצי שטים
הזאת נעמי?
זייער א שטארקע נקודה. אבער וועם האלסטו דא פאָר?

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:14 pm

· #509582
בְּתוֹךְ עַמִּי
עצי שטים
הזאת נעמי?
זייער א שטארקע נקודה. אבער וועם האלסטו דא פאָר?
איך האלט נישט קיינעם פאר.. עס איז בלויז א נקידה למחשבה.
אויב האלט איך איינעם פאר, איז עס מיר.. פארן זיך פרייען מיט די נייע געזעצן...

היסטאריע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:30 pm

· #509583
איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.

פרנס החודש » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:43 pm

· #509584
נישט קיין פראגע אז עס גייט מאכן ערגער די מצב ביי די גאר פארמאכטע מוסדות. ביי מוסדות אינעם מונקאטשער גאטונג איז קלאר אז עס וועט העלפן. איבער סאטמאר, וויזניץ וכדומה זעט דערווייל אויס צו זיין האפנונג, פיערלס האט נישט אריינגעגעבן ביזדערווייל קיין לעגאלע טשעלענדש קעגן די רעגולאציעס, און עס קומען אפיר באריכטן דאס די רעגולאציעס זענען געשריבן געווארן מיט געוויסע פארשטענדענישן מיט פיערלס. למעשה האבן די קעגנערס פון די רעגולאציעס גאר א שוואכע קעיס אין געריכט, הגם עס איז א טשאנס. יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה "לימודי חול" אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:56 pm

· #509587
אפציע נומער דריי: זיי וועלן זיי זאגן אז מ'לערנט דריי שעה א טאג.

אפציע נומער פיר: זיי וועלן טרעפן א לאך אין די געזעץ.

פרנס החודש » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:00 pm

· #509590
אפציעס דריי און פיר זענען נאר טיילווייזע אפציעס. מען קען שטופן און שפירן דא און דארט, מען קען טרעפן א לעכל דא אדער דארט—זייער וואויל. די רעגולאציעס זענען גאנץ קלאר געשריבן, מען קען זיך נישט ארויסדרייען הונדערט פראצענט.

נחום הסופר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:08 pm

· #509594
היסטאריע
איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
זיי וואלטן אפשר נישט געהאט קיין פראבלעם, אבער נישט מיט די 'קנאים' ווי יענקעלע כהן און ר' ישעי' ווייס וואס האלטן זיי ביים דראנג
ימים יגידו

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:20 pm

· #509597
פרנס החודש
יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
איז (דאס) די סכום שעות וואס די גיידליינ׳ס פארלאנגען?

פרנס החודש » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 5:37 pm

· #509602
די גיידליינס פארלאנגען גארנישט, עס איז סך הכל א מהלך צו זיכער מאכן אז די "עקזיסטירנדע" ני"ס געזעצן איבער וואס מען ברויך לערנען ווערט איינגעהאלטן. און ניין, אין די עקזיסטירנדע געזעצן ווערט נישט געברענגט קיין מספר שעות.

חדשים » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 5:45 pm

· #509603
וואס גייט זיין מיט די מוסדות ווייס איך נישט, עס איז אפן פאר דעבאטע. אבער דיין נקודה איז זיכער אמת. ווי שטערקער מ’וויל טוישן די סיסטעם פון דרויסן אלץ שטערקער פייט מען צוריק פון אינעווייניג. די פענאמענען האט זיך אפגעשפילט לאורך הדורות, ווען די משכילים בימיהם האבן אונז געוואלט טוישן, האט די חת”ס ותלמידיו געווארן פרומער און אוועקגעשטעלט נאך שטרענגערע גדרים אז די שונא זאל נישט קענען אריינדרינגען. עס האט אייביג בעקפייערד... וכמאמר הידוע, די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער...

צוזאמגעדרייט » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 8:14 pm

· #509624
@אנאנים, איך וואלט צוגעלייגט נאך עטליכע פראבלעם וואס אנטוויקלט זיך אויב מען האט נישט קיין עדיוקאציע.

1) עס פעלט א געוויסע סארט ערוואקסענקייט, אז מען קען נישט רעדן און 'ליינען' די גאסן שפראך, לעבט מען אין א געוויסע זין ווי אין א דארף, מ'ווייסט נאר צו זאגן פון דאס וואס מען פיטערט דיך. און לכאורה איז דאס וואס זיי ווילן טאקע מיטן איינמיירענען דעם ציבור.

2) יעדעס מאל וואס מען וויל עפעס נאכקוקן ווי למשל א געזעץ אדער א געזונטהייט אישו הייבט זיך אָן אַן עבודת פרך, מ'הייבט אן צו בלאנזשענען אויף "יו טוב" אדער ליינען האלבע ארטיקלען און אויפכאפן האלבע אינפארמאציע, די אויסערליכע וועלט איז פרעמד און פארנעפלט.

ווען איך זאג אויסערליכע וועלט רעד איך נישט פון ליבעראלע אנשויאונגען און ניטאמאל פון "לייף סטייל", איך רעד פון פשוט'ע טאג טעגליכע נויטבאדערפענישן. ס'איז אן אמת'ע פראבלעם וואס פלאגט דעם ציבור, יא מען געט זיך צום סוף אן עצה, אבער ביז אהין איז מען באַקאַקט פאר גארנישט און פאר נישט, סתם ווייל אזוי!

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:42 pm

· #509634
היסטאריע
איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
לאמיר האפן...

החוקר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:51 pm

· #509635
Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים
פרנס החודש
יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
התינח ווען די גאווערמענט קומט סתם ארויס מיט נייע רעגולאציעס.

יעצט אבער אז עס קומט מיט העצע פון יאפפעד איז עס א מלחמה פון השכלה קעגן עיקרי הדת און די מוסדות/רבנים גייען זיך נישט וועלן בייגן קיין אינטש. הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט.

מר. מאסטער זאל גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. האסט ארויסגעטשעקט? בלייב אינדרויסן! ער האט געהאט די ברירה צו בלייבן אין די קאמיוניטי און טון עסקנות.

ארגאנישע טויש וואלט כמעט זיכער פאסירט מיט די צייט. זיינע מעשים האבן עס לכאורה אפגעשטופט.

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 4:35 pm

· #509703
Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20220922/9322e428bb173ed45c1011e586c5b05a.jpg
זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אין גזירת שמד mode…

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 4:38 pm

· #509704
Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים
החוקר
פרנס החודש
יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
התינח ווען די גאווערמענט קומט סתם ארויס מיט נייע רעגולאציעס.

יעצט אבער אז עס קומט מיט העצע פון יאפפעד איז עס א מלחמה פון השכלה קעגן עיקרי הדת און די מוסדות/רבנים גייען זיך נישט וועלן בייגן קיין אינטש. הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט.

מר. מאסטער זאל גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. האסט ארויסגעטשעקט? בלייב אינדרויסן! ער האט געהאט די ברירה צו בלייבן אין די קאמיוניטי און טון עסקנות.

ארגאנישע טויש וואלט כמעט זיכער פאסירט מיט די צייט. זיינע מעשים האבן עס לכאורה אפגעשטופט.
למעשה זעה איך נישט ביזדערווייל אז דער עולם זאל זיין צעהיצט אזוי ווי ביי מציצה. זעהט אויס אז תש22 קען מען שוין נישט דרייען א קאפ אזויפיל מענטשן, עס איז דא א שיינע פראצענט וואס אידענטיפיצירט זיך אפען מיט מאסטער, און עס שטייט ווייט פון א מלחמת קודש כדבעי.

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 4:43 pm

· #509705
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20220922/37e647719e8074a7e3ee583fb0df53a5.jpg

איך ווייס נישט אויב די חברה האבן געטראכט וואס זיי טוען אדער אויב זיי קענען ליינען וואס עס שטייט דערויף. אבער די מעסעדש וואס קומט ארויף איז אז עלטערן האלטן זייערע קינדער אומוויסענד וועגן רעליגיע, הערט זיך זייער נישט גוט.