בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים
עס גלייבט זיך נישט אז מ'דארף שוין צולייגן א ז"ל אדער א ע"ה ביים דערמאנען רבי שבתי. ערשט דעם פארגאנגענע ערב שבת האב איך אים געזעהן ארומשפאצירן געמיטלעך. טאקע גרוי און פארעלטערט היבש, אבער ר' שבתי איז אלץ געווען גרוי און אלט, עכ"פ ווי לאנג דער עולם געדענקט אים. קיינער ווייסט נישט פונקטליך ווען און וויאזוי ער האט געלאנדעט ביי אונז, רבי יענקל קליינ'ס שול, אנשי ברייערוואד, אבער ער איז שנעל געווארן א שטיק פורניטשער און אן אינטעגראלע חלק אין די קהלה, טראץ זיין צוריקגעצויגנקייט און כמעט גענצליכע שטיל שווייגעניש. עס איז כמעט אוממעגליך זיך פארצושטעלן אנשי ברייערוואד אן רבי שבתי; די צוויי זענען synonymous.
ווער איז דער רבי שבתי? זיין פארגאנגענהייט איז איין שטיק מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט זיין פאמיליע נאמען. אפילו רבי יענקל קליין און רבי הערשל קעניג קענען אים נאר ביי זיין ערשטע (אויב ס'איז זיין עכטע) נאמען. אויף ווי ווייט מ'ווייסט, פארמאגט ער נישט קיין קרוב וגואל נעבעך. די חברה אויף ברייערוואד זענען געווען זיין איינציגסטע פאמיליע.
ער איז געווען אן אויסערגעוועליכע שטילע, אזא נחבא אל הכלים, כמעט וואס מ'האט א מוק ארויסגעהערט פון זיין מויל, ממילא איז שווער עכט צו וויסן ווער ער איז געווען. אבער פון די ביסל וואס מ'האט יא געזען האט מען געוויסט אז ער רעדט קיינמאל ביי דאווענען, מתחילה ועד סוף. קיין סך האט ער נישט געגעסן, נאר אביסעלע פון די טעלער וואס גוטהארציגע אידן פלעגן אים אנגרייטן, מיט אביסעלע וואסער. זהו. ער פלעגט זיך אלץ דרייען צווישן די ביימער טיף אריין אונטער דער שול און פראווען התבודדות.
דעם זינטאג האבן אים עטליכע געטראפן אין א גאר שווערע צושטאנד, און זיי האבן אים שנעל אפגעפירט צו א קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען. אבער דער דאקטאר האט אים נאר געקענט באקוועם מאכן פאר די פאר שעה ביז ס'איז יצאה נשמתו.
ס'דא מערערע שפעקולאציעס, צווישן זיי אז ער איז א גלגול וואס איז אראפגעקומען אויף עפעס א ספעציעלע תיקון. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען קען שפירן עפעס א העכערע נשמה דא. דאס איז זיכער, א מיסטעריע איז ער געווען, א גרויסע מיסטעריע.
נו, זאל ער האבן א תיקון, וואס שטערט עס מיר? און נאכדעם, אז זיין קבר וועט פארוואנדעלט ווערן אין א תל תלפיות וואו אידן טרעפן ישועות, וועם קען דאס דען שאטן? אדרבה, דע מאר דע מעריער.
זכותו יגן עלינו.
.
הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
A picture from him?
זייער מיסטריעז..
וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?
יוש! העלעך מיך בענקען נאך איהם. א ספעציעלע הנאה האב איך געהאט ווען כ'פלעג עם געבן צו עסן. ר' שבתי, ער האט באלאנגט צו די כ"ץ'ישע משפחה. יהא זכרו ברוך.
יין שרףA picture from him?
זייער מיסטריעז..
וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?
איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.
.
הוגה יין שרףA picture from him?
זייער מיסטריעז..
וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?
איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל
איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.
.
נעמסט קיינמאל נישט קיין סעלפי...?
.
📎 20220914_214304.jpg 📎 IMG-20220911-WA0035.jpg
אינעם ברעסלעווער שול איז ער געווען א בן בית
די בי"ד דא האט גוזר געווען א ביטול מלאכה אין ברייארוואוד פאר ר' שבתי'ס לויה...
ס'איז בתוקפו עד ביאת ינון...
Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוהים
כ'הער זאגן ס'איז געווען א overdose
הוגהקליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען.
.
ווי איז דא דארט א קליינע שפיטאל, די animal hospital?
איי ר' שבתי קאץ. א וואוילער געווען
שאלתיאלהערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
berlbalaguleh שאלתיאלהערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
וואו! איך בין פארגאפט פאר דעם סופער-מיסטעריעזן פיגור. איך ווייס איינער וואס האלט ביים ארויסגעבן א פילם איבער מר שושני און זאמלט אינפארמאציע איבער אים. ער האט שוין אנגעזאמעלט הונדערעטע עדות'ן במשך עטליכע יאר. דו געדענקסט אים?
Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים
@הוגה, זעט אויס אז צוליב די טיפע שאק האסטו פארגעסן פון דיין טרעידמארק מסיים צו זיין די ארטיקל מיטן פינטל'ע.
.
ברייארוואוד
נישט אייגענס. כ'האף אז דער שרייבער דרייט זיך דא אין שטיבל, (אויב מ'וועט עם אננעמען). אין ברייארוואוד זיכער..
---
ברייארוואוד?
א באנדע טריפערס...
אויף וואס? אויף וועלעכע פילסאפיע?
כאפסט נישט, זיי זענען די פילסאפיע אליינס. קוק, אסאך פון די לעכטיגע קרעמליך האבן א צונאמן, דהיינו קארליבאך סטייל, ברסלב, ר' איטשע מאיר, ריבניץ כולל, יואלי ראטה, ,PSF, House of Love Prayer, ,הבית היהודי. גלייב מיר, די ליסט איז אסאך לענגער, אלע מיני עבודות, אלע סארט טריפס און פליגערס.
אבער קוק אהער. ברייארוואוד למעשה איז די ultimate oneness, די ריליגיע פון רעליגיעס, שמי שמים ארץ וימים. אן ברייארוואוד דינט מען די וועג פון רבנו נחמן, רמ"ד וואלי, חב"ד, פיאסצנה, קאמארנא מיט טאהש, רב קוק און ר' שלמה, פיליסאפיא מיט איז'ביצא, מעדיטעישאן און גראז, דף יומי מיט אגדתא, ברעטווארק און גיטארס, איסטערן עבודה מיט חק לישראל. נישט נאר דאס, אין ברייארוואוד האט מען די זכי' צו האבן עטליכע פון די ארויף גייענדיג שטערנעס אין עולם הישיבות, טאטעס און מענטארס, פאר אויסדער וועלטער בחורים. ווי אויך האט מען די חכמה בינה ודעת פון ר' הערשל וואס ער איז משפיע פאר אלע הייליגע נשמות. קען אזא מקום שלו דומיה תהילה נעמען אויף זיך אלע נעמען פון אלע דערהויבענע עבודות? ברייארוואוד פארט נישט אויף טריפס, ברייארוואוד איז די טריפ פון טריפס, די טריפ גופא. דא איז די אתר די ביה יחדון רוחין ונפשין, אן ערי מקלט מיט א יציאת מצרים, א פלאץ וואס רעדט זיבעציג לשונות שלַ עבודת השי"ת.
ברייארוואוד איז פיליסאפיא אליינס, א עצמיות פון לו נהירין כל שבילי דרקיע, כתכלת הדומה לרקיע, הדומה לכסא הכבוד.
ס'איז ברייארוואוד:
Re:
berlbalaguleh #
שאלתיאלהערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שו
שני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
@berlbalaguleh
איך האב אייך פונקט געוואלט פרעגן וועגן דעי מר שושני. וואס נאך געדענקט איר וועגן עים
Re: Re:
שפילער #
berlbalaguleh #
שאלתיאלהערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שו
שני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
@berlbalaguleh
איך האב אייך פונקט געוואלט פרעגן וועגן דעי מר שושני. וואס נאך געדענקט איר וועגן עים
ער איז געגאנגען צו שלאכעט (מרופד ער האט אייביג געהאט די זעלבע, ברוינע נעקטיי וואס א חלק איז געפלויגן איבער זיין רוקן. די זעלבע, שטויביגע הוט. און די זעלבע אנצוג (סוט, בלע"ז).
לפי ידיעתי איז מיין טאטע געווען דער איינציגער מענטש אין אונזער געגנט/ביהמ"ד מיט וועם ער האט בכלל געשמועסט. ווען ער פלעגט אמאל אריינפאללן צו אונז אין ביהמ"ד האבן מענטשן איהם באגריסט. א גוטן פראפעסאר שושני. נאר ער האט ניש פארפיהרט א שמועס מיט קיינעם. אמאל האט ער צוגעווארפן א קענדי (סוכריה) פאר א פאר קינדער. ער האט זיך אייביג געשלעפט מיט א פאק ביכער אדער ספרים.
מ'האט געשמועסט אז ער איז געווען א ווילנער אדער וואלאזשינער תלמיד.
ער האט פארציילט פאר מיין טאטע אז אמאל אינמיטן די מלחמה האבן איהם די פראנצויזישע פאליס געכאפט. זיי האבן אים חושד געווען אז ער איז א שפיאן (פאר די נאציס) זיי האבן איהם ארעסטירט. אויף עפעס א וואונדערליכן אופן האט ער זיך ארויסגעראטעועט. זיך פארשטעלנדיג פאר מוסלמענער אימאם. זיי האבן איהם נישט געגלייבט. זיי האבן איהם פארהערט די מוסלמענישע קוראן. און ער איז אריבער דעם טעסט.
Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים
מען דארף מאכן אן אשכול אויף עים דא זייער אן אינטערסאנטע פיגור מענטשן וואס האבן עים געקענט זענען משוגע געווארן פאר עים
Re:
באהעלפער #
איי ר' שבתי קאץ. א וואוילער געווען
דערמאנסט מיר א טרויעריגע מעשה וואס מיין חבר האט מיר דערציילט, זיין משפחה זענען זייער פרום און נאיוו און איינעם א שבת קודש האט זיך געדרייט א קאץ נעבן זייער הויז און געוויינט. די מאמע האט געזאגט די קינדער אז דער קאץ איז זיכער א גלגול און מ׳זאל זאגן תהלים אז די נשמה זאל האבן א תיקון (ס׳איז זיי ניטאמאל בייגעפאלן אז עס וויינט פשוט פון הונגער/דורשט אין די זומערדיגע היץ) און מוצאי שבת האבן זיי געטראפן די קאץ האט אויסגעהויכט איר נשמה און פרייליך אנגענומען אלס א ״סימן די תהלים האט געהאלפן״
Re: Re:
שפילער #
berlbalaguleh #
שאלתיאלהערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שו
שני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
@berlbalaguleh
איך האב אייך פונקט געוואלט פרעגן וועגן דעי מר שושני. וואס נאך געדענקט איר וועגן עים
עס איז ארויסגעקומען לעצטנס א דאקומענטערי אויף אים